שייגעץ... דאס איז שוין כפירה אין די י"ג עיקרים..Who knows האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 15, 2026 10:37 pmאיך האב שוין לאנג א קלער אז אויב איז דא עפעס אמת אין די מעשה, איז די מעשה לכאורה געווען אז מ'האט געצאלט א מטבע פאר דר. פישער צו חלומ'ען, כדי קאסטנער זאל מסכים זיין ארויפצולאזן סאטמאר רבנקודות טובות האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 15, 2026 10:31 pm נאר וואס, די מאמע פון דר' פישער איז דאך געקומען אין חלום.... סא נישט קאסטענער האט געראטעוועט דעם רבי'ן, נאר פארקערט....
זענען אידן געווען פארמישט אין הרג'נען די 6 מיליאן קדושים רח"ל?
Re: הער אויף ליגנט זאגן! מיט באשולדיגן אידן אין הרגענען זעקס מיליאן
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.

@ברוך שאמר אויב דו פלאנסט צו דרייוון דיינע קלעימס אפצופרעגן עפעס א בעל דרשן טשעק איך ארויס..
האלט דיך ענדערש צום נושא פון "האבן די ציונים (וועאמ) געשטערט באיזה אופן די פעולות הצלה?"
קענסט טון וואס דו ווילסט, די טעמע איז דיינע, כ'רעד נאר למען ה'אינטערעסאנטקייט און למען קיומה פון דער טעמע, אז ס'זאל נישט פארפארן אין א דיטש.
הצלחה רבה
האלט דיך ענדערש צום נושא פון "האבן די ציונים (וועאמ) געשטערט באיזה אופן די פעולות הצלה?"
קענסט טון וואס דו ווילסט, די טעמע איז דיינע, כ'רעד נאר למען ה'אינטערעסאנטקייט און למען קיומה פון דער טעמע, אז ס'זאל נישט פארפארן אין א דיטש.
הצלחה רבה
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
-
ברוך שאמר
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 23
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג מערץ 13, 2026 7:51 am
- Location: New York
- x 97
קלעים 1 אלע לענדער האבן מורא געהאט, אבער די איזרעאליס האבן זיך דוקא גערייצט מיט היטלר
המשך פון דא
פיין, קלעים 1 איז געווען: אלע לענדער האבן מורא געהאט, אבער די איזרעאליס האבן זיך דוקא גערייצט מיט היטלר.
עס איז גאנץ גוט, אז מיר קענען אויך אנהייבן מיט עפעס אפיזמענט, אין מסכים זיין אויף עפעס!
די נקודה האט נישט באמת קיין שייכות מיט'ן עצם נושא, אבער עס איז פארט אינטערעסאנט אנצומערקן, אז כהיום ווערט די פאליסי פון אפיזמענט אנגעקוקט ווי דער גרעסטער טעות וואס די שפעטערדיגע אליאירטע לענדער האבן געמאכט.
ווען זיי וואלטן זיך ווען קעגנגעשטעלט היטלער מיט שטארקייט, און פארלאנגט ער זאל זיך האטלן צום ווערסיי אפמאך, וואס איז געחתמעט געווארן ביים סוף פון דער ערשטער וועלט מלחמה, וואלט בדרך הטבע אלעס אויסגעזען אנדערש, און מיליאנען מענטשן וואלטן נאך געלעבט.
היטלער האט גלייך אין 1933 אנגעהויבן ברעכן דער אפמאך, און בפרט אין די פאלגנדע יארן ווען ער האט אנגעהויבן איינצונעמען שטחים, ווי דאס אריינמארשירן מיט'ן מיליטער אינעם ריינלאנד (אין יאר 1936).
און אין יאר 1938, נאכ'ן שוין האבן מיט זיך עסטרייך, איז ער געקומען און פארלאנגט דעם סודעטנלאנד. האט אים טשעמבערליין, דער פירער פון ענגלאנד, אינאיינעם מיט פראנקרייך און אנדערע, פשוט געהאלפן דאס באקומען, על אפם וחמתם פון די בעלי בתים דארט, טשעכאסלאוואקיי.
ווען מען וואלט זיך דעמאלטס געשטעלט קעגן אים, און זיך געהאלטן גרייט אויסצופירן דאס וואס מען האט אפגעמאכט נאך די ערשטע מלחמה — אפילו מיט מאכט אויב עס פעלט אויס.
וואלט בדרך הטבע נישט געשען וואס עס איז געשען. דייטשלאנד איז ווייט נישט געווען גרייט צו האלטן מלחמה מיט אמעריקע, ענגלאנד, פראנקרייך און רוסלאנד.
אבער יעדער האט געהאט א חשבון פאר זיך, און בעיקר איז מען געווען מיד פון דער ערשטער וועלט מלחמה.
דער אשמדאי, וואס אויסער זיין א רשע איז ער אויך געווען גאר כיטרע און קלוג, האט אויסגענוצט די זאך כדי ער זאל זיך קענען אויפבויען, און ער האט געזען צו דעם אז ער זאל בעיקר קעמפן אקעגן יעדער לאנד באזונדער.
זיין ערשטער טעות און דורכפאל איז געווען ווען ער האט מיסקאלקולירט און איבערעשט און אטאקירט רוסלאנד מיט "אפעראציע בארבאראסא", וואס באמת האט עס אים ליידער כמעט געלונגען.
די איבערראשונג פון בארבאראסא איז געקומען נאך כמעט צוויי יאר וואס היטלער האט געהאט אן אפמאך מיט סטאלין (אויף זיי קען מען אן קיין ספק זאגן ימח שמם וזכרם), דער "מאלאטאוו-ריבענטראפ פאקט", וואס איז געחתמעט געווארן זיבן טעג פאר ער האט אינוואדירט פוילן.
דער מאלאטאוו-ריבענטראפ אפמאך, ווייסט מען היינט, האט געהאט א טייל וואס האט זיך צוטיילט מיט פוילן צווישן דייטשלאנד און רוסלאנד, און אזוי איז עס טאקע געווען צוטיילט די ערשטע צוויי יאר פון די מלחמה.
אגב דאגב, די אידן וואס האבן צוגהערט אין געגלויבט וואס היטלער אליין האט געזאגט וואס ער האלט פון די אידן (רוב האבן נישט), און זענען ארויסגלפאן פון דייטשלנוד'ס חלק, האבן אסאך פון זיי איבערגעלעבט; טאקע נישט אין די בעסטע מצבים, אבער פארט איבערגעלעבט.
דער צווייטער דורכפאל פאר היטלר, איז ברוך השם געווען ווען היטלער'ס אליאירטע, יאפאן, האט בטיפשות אטאקירט אמעריקע און זיי אריינגעברענגט אין די מלחמה. ביז דאן האט היטלר מאנעוורירט צו האלטן מלחמה מיט לאנד נאך לאנד באזונדער, און ליידער מיט גרויס הצלחה.
בכל אופן, היינט ווערט דער אפיזמענט פאליסי, אנערקענט אלס א טעות. עס איז געווארן ווי אן אויסדרוק אין געוויסע מצבים: "מאך נישט איבער טשעמבערלעין'ס טעות", אדער "דאס איז א טשעמבערלעין מאמענט".
שוין, ווי געזאגט איז דער ערשטער חלק פון די בעל דרשנ'ס קלעים אמת, אבער דער צווייטער חלק — "דער ראציגער ישראלי ער האט נישט מורא! ער האט פארשטאנען: איך וועל זיך רייצן מיט דעם אשמדאי" — דאס איז שוין ריין דמיון, אז זיי האבן זיך דייקא געזוכט צו רייצן. זיין בעיס פאר דעם איז אין די נעקסטע פונקטן פון זיינע קלעימס, און מיר וועלן דארט בעזר השם ממשיך זיין.
המשך איז דא.

דער ערשטער חלק איז ריין אמת; יא, די לענדער האבן פרובירט נאכצוגעבן (Appeasement Policy).אלע מדינות האבן מורא געהאט, אמעריקע, ענגלאנד, פראנקרייך, רוסלאנד, אלע האבן מורא געהאט, מען האט אים נאכגעגעבן.
איין פארשטינקענער איזראלי! ער האט נישט קיין מורא, דער ראציגער איזראלי ער האט נישט מורא! ער האט פארשטאנען: איך וועל זיך רייצן מיט דעם אשמדאי.

תורה ויראה
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 586
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
- x 1044
Re: הער אויף ליגנט זאגן! מיט באשולדיגן אידן אין הרגענען זעקס מיליאן
כ'פארשטיי דא רעדט מען במציאות, נישט וועלכע חטא האט גורם געוועןבקיצור האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 15, 2026 5:42 pmגעוויסע האבן געזאגט אז מיר קענען נישט פארשטיין די סיבה.
אנדערע האבן געזאגט אז ס'איז חבלי משיח.
אנדערע האבן געזאגט אז ס'איז וועגן די שרעקליכע ירידה ברוחניות ווא סאיז געוועהן םארן קריג.
אבער דאס איז ס'קומט אלס העברה על שלוש שבועות לא עלה על דעת כלל.
אבער אלס חטא גורם, שרייבט די רבי אז מ'דארף די ערשטע קוקן אין די פסוקים, און אני מתיר את בשרכם שטייט נאר ביי די ג' שבועות, נישט פאר ירידה ברוחניות, נישטא קיין אנדערע עבירה וואס שטייט די עונש
-
להגדיל הטראסק
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2959
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 9201
Re: הער אויף ליגנט זאגן! מיט באשולדיגן אידן אין הרגענען זעקס מיליאן
ר' @ברוך שאמר
א שאד אז איר האט אריינגערוקט דעם לעצטן פאראגראף...
ביז אהין: לייק.

@פעיק ניוז דיינע תגובות זענען מתוק לחיך, געשריבן מיט א שכל ישר, א פארגעניגן צו ליינען!
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
Re: הער אויף ליגנט זאגן! מיט באשולדיגן אידן אין הרגענען זעקס מיליאן
באמת די יסוד פון ציונות, איז איין זאך אז נישט די אייבערשטער פירט די וועלט יעדע קליינע פרט און ער לייגט אריין אין גלות און ער נעמט ארויס, נאר א מענטש קען אלייין עפעס טון זיך צו פראטעקטן.
און ווער עס ווייסט אז ווען מען וויל זיכן אן עונש איז עס אייביג מדה כנגד מידה, (די סיבה פארוואס דער אייבעשטער מאכט אזוי אייביג איז כדי צו וויסן פארוואס תשובה צו טוהן)
רבי שמעון דשעלעכאוויער און קאלשיצער רב אול אנדערע האבן שוין געשריגן יארן פארדעם אז עס גייט קומען ווייל אויב מען וויל געפעלן פארן גוי און אזוי זיך אפהיטן געשעהט א חורבן
מען דארף נישט מער ווי 1 +1
אמת די גאנצע ירידה אין אידישקייט פארן קריג איז געקומען ווייל אידן האבן געוואלט געפעלן פארן גוי ככל גוים בית ישראל אזוי זאל אונז די גוי צירו לאזן,
דאב אז במציאות האבן די ציונים געשטערט מאכט נישט אויס לגבי אונז וואס אוהז ווייסן מיר אז דער אייבערשטער פירט די ועלט און קיינער קען זיך נישט רירן אן דיעם.

ס'געהערט מער אין דעם אשכול:תורה ויראה האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 16, 2026 10:03 amכ'פארשטיי דא רעדט מען במציאות, נישט וועלכע חטא האט גורם געווען
אבער אלס חטא גורם, שרייבט די רבי אז מ'דארף די ערשטע קוקן אין די פסוקים, און אני מתיר את בשרכם שטייט נאר ביי די ג' שבועות, נישט פאר ירידה ברוחניות, נישטא קיין אנדערע עבירה וואס שטייט די עונש
viewtopic.php?t=3410
און כ'ענטפער דארט אויף דעם בס"ד.
-
מחפש שלווה
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 160
- זיך איינגעשריבן: מוצש"ק אקטאבער 18, 2025 7:47 pm
- Location: ארצינו הקדושה בעיר הקדוש י''ם
- x 672
Re: הער אויף ליגנט זאגן! מיט באשולדיגן אידן אין הרגענען זעקס מיליאן
ר איד רק בדם מיינט אז דורכן ארבעטן פאר די לאנד ביז בלוט ד.ה . ארבעטן שווער פאר די לאנד וועלן מיר האבן א לאנד ביטע נישט פארדרייען קיין סלענגסכא כא כא האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 15, 2026 5:48 pm אנטשולדיגט פאר מיין אויסדריק, אבער נאך אזא שאלה, הייב איך אן צו פארשטיין די שואה לייקענערס.
די האסט געזען ווי די דייטשן הרג'ענען אדער די האסט עס נאר נאכגעהערט?
די האסט נאך טאקע קיינמאל נישט געהערט דעם אויסדריק פון די רשעים "רק בדם תהיו לנו הארץ" ???
ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין
-
מחפש שלווה
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 160
- זיך איינגעשריבן: מוצש"ק אקטאבער 18, 2025 7:47 pm
- Location: ארצינו הקדושה בעיר הקדוש י''ם
- x 672
Re: הער אויף ליגנט זאגן! מיט באשולדיגן אידן אין הרגענען זעקס מיליאן
היסטאריש שטומט עס נישט בכלל די דייטשן האבן געחושט מיט ר מיכאל בער אזוי האלטן אסאך פארשערס אין עס איז מסתבר אויךאנדערער האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 15, 2026 6:09 pmדער סאטמארער רבי האט געזאגט אז עפעס איז געשען.פעיק ניוז האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 15, 2026 5:34 pmוואס?
מיין נקודה איז אז ביידע זייטן דארפן זיין אפן. דער סאטמארער קען נישט קומען אויפקלערן דעם נישט-סאטמארן מיט'ן זאגן אז זיין רבי האט אליין געזאגט, און דער נישט-סאטמארער קען נישט סתם קומען שרייען "ליגנט" אויב זיין מיינונג איז באזירט בלויז אויף דעם וואס ער איז נישט קיין סאטמארער. ביידע זייטן דארפן פורש שמלה זיין.
איבער זיין מיינונג קען מען זיך דינגען און טרעפן אנדערע גדולים וואס האלטן אנדערש אבער מיט מציאות איז נישט שייך צו קריגן
ער האט געזאגט אז די ציונים האבן במעשה ובמזיד געברענגט צו הרג'ענען אידן
איז דא איינער קרעדיבל וואס לייקענט עס? אדער פלעין ווייל סאטמארער רבי איז געווען באקאנט מיט זיין שארפקייט קעגן ציונות איז ער נישט באגלייבט?
ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין
Re: הער אויף ליגנט זאגן! מיט באשולדיגן אידן אין הרגענען זעקס מיליאן
קענסט מיר מסביר זיין וואס זיי האבן פארדינט מיט'ן חושן מיר ר' מיכאל בער? און די קענסט מיר מסביר זיין פארוואס סלאווקיי איז יא געלונגען?מחפש שלווה האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 16, 2026 12:04 pmהיסטאריש שטומט עס נישט בכלל די דייטשן האבן געחושט מיט ר מיכאל בער אזוי האלטן אסאך פארשערס אין עס איז מסתבר אויךאנדערער האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 15, 2026 6:09 pmדער סאטמארער רבי האט געזאגט אז עפעס איז געשען.פעיק ניוז האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 15, 2026 5:34 pm
וואס?
מיין נקודה איז אז ביידע זייטן דארפן זיין אפן. דער סאטמארער קען נישט קומען אויפקלערן דעם נישט-סאטמארן מיט'ן זאגן אז זיין רבי האט אליין געזאגט, און דער נישט-סאטמארער קען נישט סתם קומען שרייען "ליגנט" אויב זיין מיינונג איז באזירט בלויז אויף דעם וואס ער איז נישט קיין סאטמארער. ביידע זייטן דארפן פורש שמלה זיין.
איבער זיין מיינונג קען מען זיך דינגען און טרעפן אנדערע גדולים וואס האלטן אנדערש אבער מיט מציאות איז נישט שייך צו קריגן
ער האט געזאגט אז די ציונים האבן במעשה ובמזיד געברענגט צו הרג'ענען אידן
איז דא איינער קרעדיבל וואס לייקענט עס? אדער פלעין ווייל סאטמארער רבי איז געווען באקאנט מיט זיין שארפקייט קעגן ציונות איז ער נישט באגלייבט?
Re: הער אויף ליגנט זאגן! מיט באשולדיגן אידן אין הרגענען זעקס מיליאן
דאס איז וואס ר' מיכאל בער זאגט איז געווען די אנטווארט וואס ער האט באקומען פון געוויסע ציונים, ווען ער האט געבעטן פאר הילף פאר זיין פלאן. אויב איינער האט עס פארדרייעט איז עס יענער ציוני.מחפש שלווה האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 16, 2026 12:02 pmר איד רק בדם מיינט אז דורכן ארבעטן פאר די לאנד ביז בלוט ד.ה . ארבעטן שווער פאר די לאנד וועלן מיר האבן א לאנד ביטע נישט פארדרייען קיין סלענגסכא כא כא האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 15, 2026 5:48 pm אנטשולדיגט פאר מיין אויסדריק, אבער נאך אזא שאלה, הייב איך אן צו פארשטיין די שואה לייקענערס.
די האסט געזען ווי די דייטשן הרג'ענען אדער די האסט עס נאר נאכגעהערט?
די האסט נאך טאקע קיינמאל נישט געהערט דעם אויסדריק פון די רשעים "רק בדם תהיו לנו הארץ" ???
Re: הער אויף ליגנט זאגן! מיט באשולדיגן אידן אין הרגענען זעקס מיליאן
דברים כנים.פעיק ניוז האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 15, 2026 5:34 pmוואס?
מיין נקודה איז אז ביידע זייטן דארפן זיין אפן. דער סאטמארער קען נישט קומען אויפקלערן דעם נישט-סאטמארן מיט'ן זאגן אז זיין רבי האט אליין געזאגט, און דער נישט-סאטמארער קען נישט סתם קומען שרייען "ליגנט" אויב זיין מיינונג איז באזירט בלויז אויף דעם וואס ער איז נישט קיין סאטמארער. ביידע זייטן דארפן פורש שמלה זיין.
ס'וואלט געווען שטארק באגריסענד אויב קען מען טאקע עפענען די נושא מיט בלויזע טרוקענע פאקטן אן קיין הקדמות פון פריער, אבער כ'ווייס נישט אויב ס'איז אפילו מעגליך ביי אונז אלע אנשים חומריים וואס זענען נגוע מכף רגל ועד ראש.
א. איך זעה אז ס'טוט זיך דא שטיקל היפאקריטסווע, נעכטן (נישט ממש...) ביי די מחאות אין ארץ ישראל זענען געוויסע געווען פארנומען מיט'ן בריסקער רב'ס רייד צו רבי עמרם אז די פראטעסטירער זענען גאר נחשד מיט ציונות ווייל זיי האלטן נישט אז די ציונים זענען חשוד און עלול אויף שפיכות דמים, אבער היינט זענען די זעלבע מענטשן פארנומען צו פארענטפערן אלע זייערע פעולות אז זיי זענען גאר נישט נחשד אויף שפיכות דמים.
ב. וויאזוי ברענגט מען פאקטן? ווער איז בארעכטיגט אז זיין פאקט איז טאקע פאקטיש? פון איין זייט האבן מיר גדולי ישראל ווי סאטמאר רב זי''ע - לאז אפ דער ויואל משה, סתם די פאקטן וואס ער האט געהאלטן, - און רבי מיכאל בער זצ''ל. און פון די אנדערע זייט האבן מיר פורקי עול פראפעסארס און חוקרי השואה. וועלכע פון די פאקטן האבן מער געוויכט?
זענען דא אנדערע גדולי ישראל וואס האבן במפורש געהאלטן אנדערש נניח, אבער נישט חוקרים אקעגן גדולי ישראל. אויב זאגן אויף איינעם אז זיי האבן פארדרייט פאקטן, וואלט איך עס ענדערש עס צוגעשריבן צו די פרייע זייט.
אין בעסטן פאל וואלט איך עס מיישב געווען אזויוי דער מהר''ל אין נצח פארענטפערט דעם יוסיפין וואס ער שרייבט אויף טיטוס הרשע, ודו''ק.
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
-
ברוך שאמר
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 23
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג מערץ 13, 2026 7:51 am
- Location: New York
- x 97
קלעים 2 די איזרעאליס (ציונים) האבן געמאכט דעם באיקאט אויף דייטשלאנד.
המשך פון דא.

נישט אמת!
עס איז נישט געווען קיין ציוניסטישע איניציאטיוו און עס איז נישט געפירט געווארן דוקא דורך זיי; למעשה האבן פילע ציוניסטישע פירער זיך קלאר ארויסגעשטעלט קעגן דעם באיקאט, און און עס גאר דורך געבראכן.
די באוועגונג פארן באיקאט, האט זיך אנגעהויבן, נאך וואס היטלער איז געקומען צו דער מאכט אין 1933, וואס אפילו פאר ער האט זיך אינגאנצן באפעסטיגט זיין מאכט, האבן די נאציס דעקלערט א באיקאט אויף אידן.
דאס האט געברענגט צו א וועלטס-באוועגונג צו טון דאס זעלבע צוריק, כדי דייטשלאנד זאל עס פילן אין קעשענע און נאכלאזן מיט די אונטערדריקונג פון די אידן ביי זיי.
און גלייך ביים ארויפברענגען דעם געדאנק, און דורכאויס די יארן ביזן קריג, איז געווען גאר שטארקע מיינונגס-פארשידנהייטן ביי פילע קרייזן דערוועגן: יא אדער ניין?
וועט עס עפעס אויפטון אדער וועט עס נאר ערגער מאכן?
צי זענען געווען אויך ציונים וואס האבן געשטופט דעם באיקאט?
זיכער יא. דער רעפארם אמעריקאנער סטיפען ווייס, איז געווען א פירנדע קראפט אונטערן באיקאט, און ער איז אויך געווען א ציוני.
אבער אין די זעלבע צייט זענען געווען מענטשן פון אלע קרייזן און סארטן, וואס האבן דאס געשטיצט, אריינגערעכנט ארטאדאקסישע רבנים און פירער.
פונקט אזוי זענען געווען פון אלע סארטן, וואס האבן זיך קעגנגעשטעלט, צווישן זיי ציוניסטישע פירער ווי קורט בלומענפעלד און נאך פילע אנדערע.
למעשה, זענען טיילן פון די אפיציעלע ציוניסטישע ארגאניזאציעס אליין געווען די וואס האבן געבראכן דעם באיקאט דורך דעם 'הסכם העברה' (Haavara Agreement). דער אפמאך איז אונטערגעשריבן געווארן עטליכע חדשים נאכדעם וואס דער באיקאט איז אריין אין קראפט.
און עס האט פאקטיש געהאלפן דעקן די שאדנס וואס דער באיקאט האט געברענגט אויף דייטשלאנד. צוליב דעם איז דער הסכם העברה שטארק קריטיקירט געווארן דורך די שטיצער פונעם באיקאט.
האט דער באיקאט אויפגעטון אדער קאליע געמאכט? אפילו היינט, מיט א בליק צוריק (20/20 hindsight), זענען נאך דא אזעלכע וואס דעבאטירן דאס.
אזוי פיל איז קלאר, אז דאס האט געמאכט די דייטשן באזארגט און זיי האבן געזוכט וועגן וויאזוי דאס אראפצונעמען. גבלס ימח שמו האט פארגעשלאגן אראפצונעמען דעם דייטשן באיקאט קעגן אידן, כדי אז דער באיקאט קעגן דייטשלאנד זאל בטל ווערן.
עס זענען דא וואס טענה'ן אז ווען נישט דער הסכם העברה — וואס דייטשלאנד איז איינגעגאנגען אויף דעם צוליב דעם געלט שאדן און דרוק וואס זיי האבן גפילעט פונעם באיקאט — וואלט דער באיקאט פיל מער אויפגעטון.
אנדערע זאגן אבער, אז דאס בעסטע וואס דער באיקאט האט געקענט דערגרייכן איז טאקע דער הסכם העברה אליין, וואס האט מצליח געווען צו העלפן ארויסראטעווען בערך 60,000 אידן; יא, זעכציג טויזנט!
און דאס איז לכל הדעות געווען די ארבעט פון די ציונים – האסטו איינעם פון אן אנדערן קרייז וואס קען זאגן אז ער האט געטון עפעס וואס האט למעשה געארבעט, וואס זאל קראצן די סארט נומערן?
עס זענען דא נאך א געוואלד מיט מיינונגען, מאטיוון, שפילער, השפעות און תוצאות ארום דעם באיקאט און דעם הסכם העברה. אלס אן התחלה קענסטו זען דא, דא, און אין דער ארטיקל פון יד ושם.
איך וועל צולייגן, א ביסל א משל וואס קען אפשר העלפן פארשטיין די פארשידענע דעות פון יענע צייט:
טראכט פון רוסלאנד און אוקראינע; נאכדעם וואס רוסלאנד אינוואדירט אוקראינע, און אוקראינע בעט פון אירע אליאירטע צו לייגן סאנקציעס אויף רוסישע אויל און זיי אויסשליסן פון די סוויפט באנקינג סיסטעם וכדומה, איז דאס א קלוגע שריט אדער א טעות וואס וועט נאר ערגער מאכן?
עס איז זייער נארמאל אז צוויי אוקראינער זאלן האבן א וויכוח איבער דעם, און עס קען נעמען 30 יאר ביז מען וועט עס קענען ריכטיג אפשאצן.
אין א נארמאלער מענטש וועט נישט אין הונדערט יאר ארום צוריקקוקן און זאגן: וויבאלד עס האט זיך ארויסגעשטעלט אזוי און אזוי, איז דער וואס האט געהאט אן אנדערן בליק און געארבעט דערויף, פשוט אן אייגן פאלק-מערדער.
און לסיום, נאך א נקודה וואס וועט זיין בייהולפויג אויך אין דער המשך: קיינער פון קרית יואל וויל נישט אז ווען א יונג איזריל רב ערגעץ וואו זאגט א סטעיטמענט, זאל מען דאס אננעמען אלס די אפיציעלע שטעלונג פון די הנהגה אין קרית יואל.
איי, וואס הייסט? ביידע זענען דאך ארטאדאקסן?
נאר יא, מיר האלטן געוויסע זאכן די זעלבע, אבער פארט האבן מיר מיינונגס-פארשידנהייטן און נאך פיל מער זאכן.
די זעלבע איז ווען מען רעדט פון ציונים, דאס איז א שם הכלול פאר די וואס האבן א געוויסע אידעאלאגיע - אבער פארט זענען ביי זיי אויך דא צענדליגער פארטייען מיט גרויסע חילוקי דעות אויף אסאך זאכן.
פונקט ווי היינט ווען א חבר הכנסת זאגט עפעס מיינט עס נישט אז דאס איז וואס יעדער חבר הכנסת און פארטיי האלט, און וועט למעשה טון, אזוי אויך איז שוין געווען פאר און בשעת די מלחמה; עס זענען געווען מיינונגס-דיפערענצן אויף אסאך ענינים און אויף די מהלכים וואס צו טון, און זאכן זענען געטריבן געווארן לויט די דעמאלטסדיגע מעגליכקייטן צו אנאליזירן אין אופשצען די נושא.
סוף דבר, די טענה אז דער באיקאט איז געווען א ציוניסטישע איניציאטיוו מיט ציוניסטישע מאטיוון, איז פשוט נישט אמת!
המשך דא.

ר מיכאל בער איז געגווען א רעבל כהאב נישט קיין אנדערע אויסדריק אין פון דאס האבן די נאציס מורא געהאט ר מיכאל בער האט אויסגעלערנט פאר זיינע בחורים נישט צי פאלגן די נאציס וכו ועד ווען מען די נאציס ימ''ש זאלן ווען נישט דילן מיט ר מיכאל בער וואלט ער אנגערדרייט אן אפישטאנד עס וואלט געווארן יום טוב זענען זיי געגאנען צי עם כאליו זיי ווילן דילן מיט עם סתם 1 מעשה וואס ברענגט עס גוט ארויס איך מיין אז ער שרייבט עס אין מן המיצר אבער איך בין נישט זיכער מיט דעם אז ער האט געהאט אן אלטע בחור וואס איז גרייט געוון זיך צי אויפרייסן מיט אן אויפרייס וועסטל אין אפשטעלן די טונעל וואס רוב באנען זענען דארט דורך געפארן אין ער האט דורך געטאן צי אויב א איד וויל סיי ווי זיך נעמען די לעבן צי מען מעג עם העלפן אין למעשה האט ער עס נישט געטאן פארוואס וווייל די שמעוה איז ארויס אין גאס אין ער האט מורא געהאט צי ציברעכן זיינע קשריםאיך ווייס האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 16, 2026 12:18 pmקענסט מיר מסביר זיין וואס זיי האבן פארדינט מיט'ן חושן מיר ר' מיכאל בער? און די קענסט מיר מסביר זיין פארוואס סלאווקיי איז יא געלונגען?מחפש שלווה האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 16, 2026 12:04 pmהיסטאריש שטומט עס נישט בכלל די דייטשן האבן געחושט מיט ר מיכאל בער אזוי האלטן אסאך פארשערס אין עס איז מסתבר אויךאנדערער האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 15, 2026 6:09 pm
דער סאטמארער רבי האט געזאגט אז עפעס איז געשען.
איבער זיין מיינונג קען מען זיך דינגען און טרעפן אנדערע גדולים וואס האלטן אנדערש אבער מיט מציאות איז נישט שייך צו קריגן
ער האט געזאגט אז די ציונים האבן במעשה ובמזיד געברענגט צו הרג'ענען אידן
איז דא איינער קרעדיבל וואס לייקענט עס? אדער פלעין ווייל סאטמארער רבי איז געווען באקאנט מיט זיין שארפקייט קעגן ציונות איז ער נישט באגלייבט?
אויב איינער האט די פונקליכע מראה מקום וואלט איך עס אפרישיעטעט
ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין
-
גד'ל
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 88
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 15, 2024 12:19 pm
- Location: ניו יארק
- x 98
Re: הער אויף ליגנט זאגן! מיט באשולדיגן אידן אין הרגענען זעקס מיליאן
ר' מיכאל בער אין מן המצר רעד עטליכע מאל וועגן דעםאיך ווייס האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 16, 2026 12:18 pmקענסט מיר מסביר זיין וואס זיי האבן פארדינט מיט'ן חושן מיר ר' מיכאל בער? און די קענסט מיר מסביר זיין פארוואס סלאווקיי איז יא געלונגען?מחפש שלווה האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 16, 2026 12:04 pmהיסטאריש שטומט עס נישט בכלל די דייטשן האבן געחושט מיט ר מיכאל בער אזוי האלטן אסאך פארשערס אין עס איז מסתבר אויךאנדערער האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 15, 2026 6:09 pm
דער סאטמארער רבי האט געזאגט אז עפעס איז געשען.
איבער זיין מיינונג קען מען זיך דינגען און טרעפן אנדערע גדולים וואס האלטן אנדערש אבער מיט מציאות איז נישט שייך צו קריגן
ער האט געזאגט אז די ציונים האבן במעשה ובמזיד געברענגט צו הרג'ענען אידן
איז דא איינער קרעדיבל וואס לייקענט עס? אדער פלעין ווייל סאטמארער רבי איז געווען באקאנט מיט זיין שארפקייט קעגן ציונות איז ער נישט באגלייבט?
למשל אין איינע פון די בריוון צו בעטן געלט נאכדעם ער שרייבט עס קען זיין 2 אופנים וואס די נאציס ווילן אופן א' אז זיי זענען טאקע באמת צו באפרייען די אונגארישע אידן פאר געלט
אופן ב' שרייבט ער אליין קען זיין אז זיי ווילן נאר חושן און ארויסלאזן קליינע נומבערס אזוי וועט די עולם נאר זיין ביזי מיט די וואס גייען ארויס וועלן זיי שטילערהייט אן קעגנערשאפט שיקן רובא דרובא אויף אוישוויץ
מיט דעם אלעם שרייבט ער אפי' עס קען זיין עס איז נאר א ספק דארף מען מאכאלץ גיבן די געלט פארן צד אז עס וועט יא ארבעטן
https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... &pgnum=183
https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... &pgnum=188
Re: הער אויף ליגנט זאגן! מיט באשולדיגן אידן אין הרגענען זעקס מיליאן
א עובדא וואס א גדול בישראל האט געזעהן מיט די אויגן איז כמובן א סך מער ווערט ווי א חוקר האט געזעהן מיט די אויגן. אבער וואס ער האט נאר געהערט איז שוין נישט מער באגלייבט.צווייטער האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 16, 2026 12:29 pmדברים כנים.פעיק ניוז האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 15, 2026 5:34 pmוואס?
מיין נקודה איז אז ביידע זייטן דארפן זיין אפן. דער סאטמארער קען נישט קומען אויפקלערן דעם נישט-סאטמארן מיט'ן זאגן אז זיין רבי האט אליין געזאגט, און דער נישט-סאטמארער קען נישט סתם קומען שרייען "ליגנט" אויב זיין מיינונג איז באזירט בלויז אויף דעם וואס ער איז נישט קיין סאטמארער. ביידע זייטן דארפן פורש שמלה זיין.
ס'וואלט געווען שטארק באגריסענד אויב קען מען טאקע עפענען די נושא מיט בלויזע טרוקענע פאקטן אן קיין הקדמות פון פריער, אבער כ'ווייס נישט אויב ס'איז אפילו מעגליך ביי אונז אלע אנשים חומריים וואס זענען נגוע מכף רגל ועד ראש.
א. איך זעה אז ס'טוט זיך דא שטיקל היפאקריטסווע, נעכטן (נישט ממש...) ביי די מחאות אין ארץ ישראל זענען געוויסע געווען פארנומען מיט'ן בריסקער רב'ס רייד צו רבי עמרם אז די פראטעסטירער זענען גאר נחשד מיט ציונות ווייל זיי האלטן נישט אז די ציונים זענען חשוד און עלול אויף שפיכות דמים, אבער היינט זענען די זעלבע מענטשן פארנומען צו פארענטפערן אלע זייערע פעולות אז זיי זענען גאר נישט נחשד אויף שפיכות דמים.
ב. וויאזוי ברענגט מען פאקטן? ווער איז בארעכטיגט אז זיין פאקט איז טאקע פאקטיש? פון איין זייט האבן מיר גדולי ישראל ווי סאטמאר רב זי''ע - לאז אפ דער ויואל משה, סתם די פאקטן וואס ער האט געהאלטן, - און רבי מיכאל בער זצ''ל. און פון די אנדערע זייט האבן מיר פורקי עול פראפעסארס און חוקרי השואה. וועלכע פון די פאקטן האבן מער געוויכט?
זענען דא אנדערע גדולי ישראל וואס האבן במפורש געהאלטן אנדערש נניח, אבער נישט חוקרים אקעגן גדולי ישראל. אויב זאגן אויף איינעם אז זיי האבן פארדרייט פאקטן, וואלט איך עס ענדערש עס צוגעשריבן צו די פרייע זייט.
אין בעסטן פאל וואלט איך עס מיישב געווען אזויוי דער מהר''ל אין נצח פארענטפערט דעם יוסיפין וואס ער שרייבט אויף טיטוס הרשע, ודו''ק.
Re: הער אויף ליגנט זאגן! מיט באשולדיגן אידן אין הרגענען זעקס מיליאן
פון ראטעווען אפאר טויזענט אידן ביז חוש'ן איז דא א מהלך.גד'ל האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 16, 2026 2:04 pmר' מיכאל בער אין מן המצר רעד עטליכע מאל וועגן דעםאיך ווייס האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 16, 2026 12:18 pmקענסט מיר מסביר זיין וואס זיי האבן פארדינט מיט'ן חושן מיר ר' מיכאל בער? און די קענסט מיר מסביר זיין פארוואס סלאווקיי איז יא געלונגען?מחפש שלווה האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 16, 2026 12:04 pm
היסטאריש שטומט עס נישט בכלל די דייטשן האבן געחושט מיט ר מיכאל בער אזוי האלטן אסאך פארשערס אין עס איז מסתבר אויך
למשל אין איינע פון די בריוון צו בעטן געלט נאכדעם ער שרייבט עס קען זיין 2 אופנים וואס די נאציס ווילן אופן א' אז זיי זענען טאקע באמת צו באפרייען די אונגארישע אידן פאר געלט
אופן ב' שרייבט ער אליין קען זיין אז זיי ווילן נאר חושן און ארויסלאזן קליינע נומבערס אזוי וועט די עולם נאר זיין ביזי מיט די וואס גייען ארויס וועלן זיי שטילערהייט אן קעגנערשאפט שיקן רובא דרובא אויף אוישוויץ
מיט דעם אלעם שרייבט ער אפי' עס קען זיין עס איז נאר א ספק דארף מען מאכאלץ גיבן די געלט פארן צד אז עס וועט יא ארבעטן
https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... &pgnum=183
https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... &pgnum=188
-
ברוך שאמר
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 23
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג מערץ 13, 2026 7:51 am
- Location: New York
- x 97
קלעים 3 צוליב דער באיקאט, און טאקע נאכן באיקאט, האט היטלער דערקלערט קריג אויף די אידן.
המשך פון דא.
קלעים 3 צוליב דער באיקאט, און טאקע נאכן באיקאט, האט היטלער דערקלערט קריג אויף די אידן.
יעצט לגבי דעם קלעים פון דער טעיפ — וואס איז שוין לאו דוקא אזוי נוגע צום שמועס, אבער פארט פאר די היסטארישן אמת — איך האב נישט געטראפן קיינעם אויסער בעלי דרשנים פון די חדר, וואס זאלן וויסן פון די טעיפ צו זאגן.
וואס איז דער פשט אז אזא אינטערעסאנטע היסטארישע זאך ווייסט מען נישט פון דעם חוץ פון אפאר בעלי דרשנים אין אידיש?
יעצט, לאמיר זאגן אז דאס האט טאקע פאסירט און היטלער האט דאס דעמאלטס געשריגן. פארגעסט נישט פון ווען מען רעדט דא, דאס איז דאך דער אשמדאי היטלער ימח שמו.
וואס האט שוין יארן פאר דעם, אין די יאר 1924 געשריבן זיין בוך 'מיין קאמף', וואו ער לייגט אראפ דעם איד ווי א קראנקהייט וואס דארף ארויסגעראטן ווערן פון דייטשלאנד און אייראפע בכלל.
ער לייגט דארט אראפ דעם געפעכט צווישן דייטשלאנד און די אידן ווי א געפעכט אויף לעבן און טויט.
צי ער האט דעמאלטס ממש געמיינט צו הרגענען די אידן? דאס איז שוין א נושא פאר דעבאטעס, און עס איז אסאך געשריבן און געפארשט געווארן איבער דעם.
ווייל קלאר האט ער עס נישט געשריבן, נאר ער רעדט פון אוועקנעמן די אידן וכדומה. אבער עס זענען דא וואס זאגן אז זעענדיג וואס ער האט שפעטער געטון, דאס אליין איז מגלה זיין כוונה שוין פון אנהייב.
בכל אופן, היטלער'ס ערשטע קלארע ווערטער איבער אויסהרגענען אידן זענען געווען אין א רעדע פארן רייכסטאג — דער אפיציעלער פארלאמענט פון דייטשלאנד, וואס דעמאלטס איז עס שוין געווען א טיטל אן א מיטל, ווייל די פולע קאנטראל אויף אלעס איז שוין געווען אין זיין האנט.
דאס איז געווען סוף יאנואר 1939, געציילטע חדשים פארן אינוואדירן פוילן און דעם אויסברוך פון די מלחמה.
היטלער ימ"ש האט דעמאלטס געזאגט - און ער האט גערופן זיינע ווערטער א נבואה, חוזק מאכנדיג פון די אידישע נביאים, עפ"ל.
אז אויב די וועלטס אידן וועלן מצליח זיין נאכאמאל אריינצושלעפן די וועלט אין א וועלט מלחמה - דהיינו ער באשולדיגט שוין פאראויס די אידן אין דעם וואס ער האט אליין געטון אביסל שפעטער, און פונקט ווי ער האט באשולדיגט די אידן אין זיין די וואס האבן געמאכט די ערשטע וועלט מלחמה, וואס דאס אלעס זענען בלויזע דמיונות - דעמאלטס וועט די תוצאה פון די מלחמה זיין דאס פארטיליגן פון די אידישע ראסע אין אייראפע.
די רעקארדינג פון דעם קען מען הערן דא; און א טראנסקריפט איבערגעטייטש אויף ענגליש קען מען זען ביי יד ושם.
איז צוריק צו 1933 ווען די באיקאט איז גמאכט גווערן: א טעיפ פון היטלער דעמאלטס, וואס זאל זיין ספעציעל וועגן דעם באיקאט, איז ביז דערווייל נישט צו געפינען, און עס זעט אויס צו זיין די פרוכט פון איינעמס דמיון.
אבער באמת מאכט עס נישט אויס, היטלער האט שוין לאנג פארדעם דערקלערט קריג מיט די אידן; די שנאה און דאס רעדן וועגן פטור ווערן פון זיי אין אייראפע האט שוין אנגעהאלטן פאר איבער צען יאר פארדעם. דאס איז געווען זיין צווייטע הויפט פונקט וואס ער פלעגט רעדן, אינאיינעם מיט'ן ברעכן דעם ווערסיי אפמאך, און אין די מינוט וואס ער איז אריין אין מאכט האט ער אנגעהויבן טון ביידע זאכן.
דאס איז וועגן היטלער ימ"ש אליין און זיין מלחמה מיט די אידן. נאר וואס דען, די נאצי רשעים האבן געהאט, ווי באקאנט, א פראפאגאנדע מאשין, און זיי האבן טאקע אויפגעשפילט דעם באיקאט, ווי א דעקלאראציע פון קריג גאר מצד די אידן קעגן זיי – פארשטייט זיך איגנארירנדיג דאס וואס זיי אליין האבן שוין גטון צו אידן פארדעם - די נאצי פראפאגאנדע מאשין האט דאס אויסגענוצט צו פאמפן ווייטער ביי זיך, און צו פארענטפערן וואס זיי האבן שפעטער ממשיך געווען מיט זייערע מעשי רשע קעגן די אידן.
סוף דבר, די טענה אז צוליב דעם באיקאט, און טאקע נאכן באיקאט, האט היטלער דערקלערט קריג אויף די אידן – איז נישט אמת!
ער האט שוין פון לאנג געהאסט און געפירט א קריג מיט די אידן, און בכל אופן, דער באיקאט, ווי פריער געזען, איז בכלל נישט געווען א ציוניסטישע איניציאטיוו.
וואס עס איז דאס מערסטע שרעקעדיג, איז אז די ליגנטס וואס ווערן פארקויפט דורך די סארט דרשות זענען די זעלבע, און זעט אויס קומען פון דעם זעלבן פלאץ ווי דאס וואס די ניא-נאציס טענה'ן אין זייער קאנספיראציע'ס אז די אידן האבן גאר אנגעפאנגען די מלחמה (מער אויף דעם דא).
און דאס איז גענוי וואס היטלער ימח שמו אליינס האט שוין געוויסט צו זאגן אז עס גייט זיין: די אידן גייען אנפאנגען די מלחמה. וואטש אויט אין וועמענס קאמפאני דו געפינסט דיך.

ווי שוין געזען פריער, די טענה אז דער באיקאט איז געווען א ציוניסטישע איניציאטיוו מיט ציוניסטישע מאטיוון, איז פשוט נישט אמת!עס איז אויפגעשריבן געווארן פון א טעיפ ווי דער אשמדאי שרייט און שטויסט: זיי דעקלערן קריג מיט מיר, איך נעם עס אן.

קלעים 4-5 די ציל פון די איזרעאלי באיקאט איז גווען צו מאכן שנאת ישראל אין אלע לענדער
קלעים 4 די ציל פון די איזרעאלי באיקאט איז גווען צו מאכן שנאת ישראל אין אלע לענדער, אז זיי זאלן נישט וועלן אריין נעמען די אידן, און אזוי וועלן די אידן מוזן גיין קיין ארץ ישראל.
קלעים 5 דאס האט למעשה פיין געארבעט און דאס איז אפילו דאקומענטירט: דער פאקט אז די ציונים האבן געמאכט א באיקאט האט פארשפרייט שנאת ישראל, ביז אפילו אמעריקע האט שוין נישט געוואלט ארייננעמען אידן.
די קלעימ'ס וואלט איך געזאגט איז ריין טיפשות!
חוץ וואס מען האלט שוין דערנאך אז דער באיקאט איז נישט געווען קיין איזרעאלי-ציוניסטישע זאך, אבער לאמיר פארגעסן פון דעם; זאגסטו אז די סיבה פון ווער עס זאל נאר נישט זיין, וואס האט געמאכט דעם באיקאט, איז געווען צו מאכן שנאת ישראל?
דאס איז געווען דער ציל? ווי משוגע דארף מען זיין דאס צו גלייבן?
אין וואס פאר א וויסטן חלום האסטו דאס געחלומט?
ווילסט זיי אזוי שטארק באשולדיגן, אז דו ביסט גרייט צו זאגן סיי וואס?
אבער לאמיר שוין מיטחלומען מיט דיר, זיי מיר מסביר וויאזוי דער סדר הדברים זעט אויס אין חלום: וויאזוי איז צוגעגאנגען די מיטינג פון די שויץ קעפ ווען זיי האבן גערעדט דערוועגן?
א: זאג, וואס קען מען טון אז אמעריקע זאל אויפהערן ארייננעמען אידן?
ב: פשוט, מען דארף מאכן אז מען זאל ווי מער פיינט האבן אידן אין אמעריקע, וועלן זיי מער נישט ארייננעמען אידן!
א: זייער גוט, אבער וויאזוי טוט מען דאס?
ב: אויך פשוט, מען הערט אויף קויפן דייטשע פראדוקטן.
נו, אומר ועושה, מען מאכט דעם באיקאט, און געציילטע וואכן נאכדעם מאכט דער אמעריקאנער קאנגרעס דעם געזעץ אז אידן קענען נישט קומען.
אפילו פאר פורים נאכמיטאג איז דאס נישט צום זאך!
יא, ליידער האט אמעריקע געהאט שטרענגע קוואטעס אויף אימיגראציע, און נאך שטרענגערע רעגולאציעס וואס האבן געמאכט אז אפילו די קוואטעס זענען נישט געפילט געווארן - און עס איז קלאר אז שנאת ישראל האט געשפילט א ראלע דערביי - ווען מענטשן האבן געזוכט א פלאץ זיך צו ראטעווען פון דער שווערד פון אשמדאי, איז נישט געווען צו וועם צו רעדן.
און דאס האט געשפילט א ריזן חלק אין די קאטאסטראפע.
אבער, אז דאס זאל גאר זיין די ארבעט פון ציונים, און נאך דורך לייגן א באיקאט אויף דייטשע פראדוקטן, איז עפעס וואס גרעניצט זיך מיט שיגעון.
המשך דא

וואס איז געווען דער חשבון פון די ציונים ימח שמם?
זייער חשבון איז געווען אנצוזייען שנאת ישראל אין דער גאנצער וועלט, אז קיין איין לאנד זאל נישט ארייננעמען קיין איין איד, וועלן די אידן נישט האבן קיין ברירה און מוזן אנקומען קיין פאלעסטינע, קיין ארץ ישראל...
קיין איינער האט נישט געוואלט ארייננעמען די אידן, איינגערעכנט אמעריקע, קיינער!
וועגן די שנאת ישראל וואס די פארשטינקענע מחבלים (נישט געהערט קלאר דער ווארט) האבן געמאכט.

Re: קלעים 2 די איזרעאליס (ציונים) האבן געמאכט דעם באיקאט אויף דייטשלאנד.
זיכער איז עס געקומען פון ציוניסטישע און ציוניסטיש-געשטימטע גרופעס ארום דער וועלט, און מיט אפיציעלע שטיצע פון טייל ציוניסטישע פירער. נאר וואס? טייל ציוניסטישע פירער האבן עס נישט געשטיצט, וויבאלד זיי האבן דעמאלט געהאלטן אינמיטן פארהאנדלען די Haavara Agreement מיט נאצי דייטשלאנד וואס וועט ארויסהעלפן טויזנטער דייטשע אידן עולה זיין קיין פאלעסטיין, און זיי האבן נישט געוואלט טארפעדירן די פארהאנדלונגען.ברוך שאמר האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 16, 2026 12:44 pm המשך פון דא.
קלעים 2 די איזרעאליס (ציונים) האבן געמאכט דעם באיקאט אויף דייטשלאנד.
נישט אמת!
עס איז נישט געווען קיין ציוניסטישע איניציאטיוו און עס איז נישט געפירט געווארן דוקא דורך זיי; למעשה האבן פילע ציוניסטישע פירער זיך קלאר ארויסגעשטעלט קעגן דעם באיקאט, און און עס גאר דורך געבראכן.
די באוועגונג פארן באיקאט, האט זיך אנגעהויבן, נאך וואס היטלער איז געקומען צו דער מאכט אין 1933, וואס אפילו פאר ער האט זיך אינגאנצן באפעסטיגט זיין מאכט, האבן די נאציס דעקלערט א באיקאט אויף אידן.
דאס האט געברענגט צו א וועלטס-באוועגונג צו טון דאס זעלבע צוריק, כדי דייטשלאנד זאל עס פילן אין קעשענע און נאכלאזן מיט די אונטערדריקונג פון די אידן ביי זיי.
און גלייך ביים ארויפברענגען דעם געדאנק, און דורכאויס די יארן ביזן קריג, איז געווען גאר שטארקע מיינונגס-פארשידנהייטן ביי פילע קרייזן דערוועגן: יא אדער ניין?
וועט עס עפעס אויפטון אדער וועט עס נאר ערגער מאכן?
צי זענען געווען אויך ציונים וואס האבן געשטופט דעם באיקאט?
זיכער יא. דער רעפארם אמעריקאנער סטיפען ווייס, איז געווען א פירנדע קראפט אונטערן באיקאט, און ער איז אויך געווען א ציוני.
אבער אין די זעלבע צייט זענען געווען מענטשן פון אלע קרייזן און סארטן, וואס האבן דאס געשטיצט, אריינגערעכנט ארטאדאקסישע רבנים און פירער.
פונקט אזוי זענען געווען פון אלע סארטן, וואס האבן זיך קעגנגעשטעלט, צווישן זיי ציוניסטישע פירער ווי קורט בלומענפעלד און נאך פילע אנדערע.
למעשה, זענען טיילן פון די אפיציעלע ציוניסטישע ארגאניזאציעס אליין געווען די וואס האבן געבראכן דעם באיקאט דורך דעם 'הסכם העברה' (Haavara Agreement). דער אפמאך איז אונטערגעשריבן געווארן עטליכע חדשים נאכדעם וואס דער באיקאט איז אריין אין קראפט.
און עס האט פאקטיש געהאלפן דעקן די שאדנס וואס דער באיקאט האט געברענגט אויף דייטשלאנד. צוליב דעם איז דער הסכם העברה שטארק קריטיקירט געווארן דורך די שטיצער פונעם באיקאט.
האט דער באיקאט אויפגעטון אדער קאליע געמאכט? אפילו היינט, מיט א בליק צוריק (20/20 hindsight), זענען נאך דא אזעלכע וואס דעבאטירן דאס.
אזוי פיל איז קלאר, אז דאס האט געמאכט די דייטשן באזארגט און זיי האבן געזוכט וועגן וויאזוי דאס אראפצונעמען. גבלס ימח שמו האט פארגעשלאגן אראפצונעמען דעם דייטשן באיקאט קעגן אידן, כדי אז דער באיקאט קעגן דייטשלאנד זאל בטל ווערן.
עס זענען דא וואס טענה'ן אז ווען נישט דער הסכם העברה — וואס דייטשלאנד איז איינגעגאנגען אויף דעם צוליב דעם געלט שאדן און דרוק וואס זיי האבן גפילעט פונעם באיקאט — וואלט דער באיקאט פיל מער אויפגעטון.
אנדערע זאגן אבער, אז דאס בעסטע וואס דער באיקאט האט געקענט דערגרייכן איז טאקע דער הסכם העברה אליין, וואס האט מצליח געווען צו העלפן ארויסראטעווען בערך 60,000 אידן; יא, זעכציג טויזנט!
און דאס איז לכל הדעות געווען די ארבעט פון די ציונים – האסטו איינעם פון אן אנדערן קרייז וואס קען זאגן אז ער האט געטון עפעס וואס האט למעשה געארבעט, וואס זאל קראצן די סארט נומערן?
עס זענען דא נאך א געוואלד מיט מיינונגען, מאטיוון, שפילער, השפעות און תוצאות ארום דעם באיקאט און דעם הסכם העברה. אלס אן התחלה קענסטו זען דא, דא, און אין דער ארטיקל פון יד ושם.
איך וועל צולייגן, א ביסל א משל וואס קען אפשר העלפן פארשטיין די פארשידענע דעות פון יענע צייט:
טראכט פון רוסלאנד און אוקראינע; נאכדעם וואס רוסלאנד אינוואדירט אוקראינע, און אוקראינע בעט פון אירע אליאירטע צו לייגן סאנקציעס אויף רוסישע אויל און זיי אויסשליסן פון די סוויפט באנקינג סיסטעם וכדומה, איז דאס א קלוגע שריט אדער א טעות וואס וועט נאר ערגער מאכן?
עס איז זייער נארמאל אז צוויי אוקראינער זאלן האבן א וויכוח איבער דעם, און עס קען נעמען 30 יאר ביז מען וועט עס קענען ריכטיג אפשאצן.
אין א נארמאלער מענטש וועט נישט אין הונדערט יאר ארום צוריקקוקן און זאגן: וויבאלד עס האט זיך ארויסגעשטעלט אזוי און אזוי, איז דער וואס האט געהאט אן אנדערן בליק און געארבעט דערויף, פשוט אן אייגן פאלק-מערדער.
און לסיום, נאך א נקודה וואס וועט זיין בייהולפויג אויך אין דער המשך: קיינער פון קרית יואל וויל נישט אז ווען א יונג איזריל רב ערגעץ וואו זאגט א סטעיטמענט, זאל מען דאס אננעמען אלס די אפיציעלע שטעלונג פון די הנהגה אין קרית יואל.
איי, וואס הייסט? ביידע זענען דאך ארטאדאקסן?
נאר יא, מיר האלטן געוויסע זאכן די זעלבע, אבער פארט האבן מיר מיינונגס-פארשידנהייטן און נאך פיל מער זאכן.
די זעלבע איז ווען מען רעדט פון ציונים, דאס איז א שם הכלול פאר די וואס האבן א געוויסע אידעאלאגיע - אבער פארט זענען ביי זיי אויך דא צענדליגער פארטייען מיט גרויסע חילוקי דעות אויף אסאך זאכן.
פונקט ווי היינט ווען א חבר הכנסת זאגט עפעס מיינט עס נישט אז דאס איז וואס יעדער חבר הכנסת און פארטיי האלט, און וועט למעשה טון, אזוי אויך איז שוין געווען פאר און בשעת די מלחמה; עס זענען געווען מיינונגס-דיפערענצן אויף אסאך ענינים און אויף די מהלכים וואס צו טון, און זאכן זענען געטריבן געווארן לויט די דעמאלטסדיגע מעגליכקייטן צו אנאליזירן אין אופשצען די נושא.
סוף דבר, די טענה אז דער באיקאט איז געווען א ציוניסטישע איניציאטיוו מיט ציוניסטישע מאטיוון, איז פשוט נישט אמת!
המשך דא.
אונטערשטע שורה: דער באיקאט איז דעקלערט געווארן דורך אידישע גרופעס ארום דער וועלט, מייסטנס פון זיי ציוניסטיש אדער ציוניסטיש געשטימט.
בעסער אן עדזשוקעיטעד חכם ווי איידער אן אנעדזשוקעיטעד שוטה
Re: קלעים 1 אלע לענדער האבן מורא געהאט, אבער די איזרעאליס האבן זיך דוקא גערייצט מיט היטלר
עס איז קלאר נישט גוט ווען דער איד איז דער וואס שטעלט זיך ארויס, אפילו היינט. פון וועלט לענדער ערווארט מען צו זיין שטייף און נישט נאכגעבן, אויך דעמאלט.ברוך שאמר האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 16, 2026 9:43 am המשך פון דא
פיין, קלעים 1 איז געווען: אלע לענדער האבן מורא געהאט, אבער די איזרעאליס האבן זיך דוקא גערייצט מיט היטלר.
דער ערשטער חלק איז ריין אמת; יא, די לענדער האבן פרובירט נאכצוגעבן (Appeasement Policy).אלע מדינות האבן מורא געהאט, אמעריקע, ענגלאנד, פראנקרייך, רוסלאנד, אלע האבן מורא געהאט, מען האט אים נאכגעגעבן.
איין פארשטינקענער איזראלי! ער האט נישט קיין מורא, דער ראציגער איזראלי ער האט נישט מורא! ער האט פארשטאנען: איך וועל זיך רייצן מיט דעם אשמדאי.
עס איז גאנץ גוט, אז מיר קענען אויך אנהייבן מיט עפעס אפיזמענט, אין מסכים זיין אויף עפעס!
די נקודה האט נישט באמת קיין שייכות מיט'ן עצם נושא, אבער עס איז פארט אינטערעסאנט אנצומערקן, אז כהיום ווערט די פאליסי פון אפיזמענט אנגעקוקט ווי דער גרעסטער טעות וואס די שפעטערדיגע אליאירטע לענדער האבן געמאכט.
ווען זיי וואלטן זיך ווען קעגנגעשטעלט היטלער מיט שטארקייט, און פארלאנגט ער זאל זיך האטלן צום ווערסיי אפמאך, וואס איז געחתמעט געווארן ביים סוף פון דער ערשטער וועלט מלחמה, וואלט בדרך הטבע אלעס אויסגעזען אנדערש, און מיליאנען מענטשן וואלטן נאך געלעבט.
היטלער האט גלייך אין 1933 אנגעהויבן ברעכן דער אפמאך, און בפרט אין די פאלגנדע יארן ווען ער האט אנגעהויבן איינצונעמען שטחים, ווי דאס אריינמארשירן מיט'ן מיליטער אינעם ריינלאנד (אין יאר 1936).
און אין יאר 1938, נאכ'ן שוין האבן מיט זיך עסטרייך, איז ער געקומען און פארלאנגט דעם סודעטנלאנד. האט אים טשעמבערליין, דער פירער פון ענגלאנד, אינאיינעם מיט פראנקרייך און אנדערע, פשוט געהאלפן דאס באקומען, על אפם וחמתם פון די בעלי בתים דארט, טשעכאסלאוואקיי.
ווען מען וואלט זיך דעמאלטס געשטעלט קעגן אים, און זיך געהאלטן גרייט אויסצופירן דאס וואס מען האט אפגעמאכט נאך די ערשטע מלחמה — אפילו מיט מאכט אויב עס פעלט אויס.
וואלט בדרך הטבע נישט געשען וואס עס איז געשען. דייטשלאנד איז ווייט נישט געווען גרייט צו האלטן מלחמה מיט אמעריקע, ענגלאנד, פראנקרייך און רוסלאנד.
אבער יעדער האט געהאט א חשבון פאר זיך, און בעיקר איז מען געווען מיד פון דער ערשטער וועלט מלחמה.
דער אשמדאי, וואס אויסער זיין א רשע איז ער אויך געווען גאר כיטרע און קלוג, האט אויסגענוצט די זאך כדי ער זאל זיך קענען אויפבויען, און ער האט געזען צו דעם אז ער זאל בעיקר קעמפן אקעגן יעדער לאנד באזונדער.
זיין ערשטער טעות און דורכפאל איז געווען ווען ער האט מיסקאלקולירט און איבערעשט און אטאקירט רוסלאנד מיט "אפעראציע בארבאראסא", וואס באמת האט עס אים ליידער כמעט געלונגען.
די איבערראשונג פון בארבאראסא איז געקומען נאך כמעט צוויי יאר וואס היטלער האט געהאט אן אפמאך מיט סטאלין (אויף זיי קען מען אן קיין ספק זאגן ימח שמם וזכרם), דער "מאלאטאוו-ריבענטראפ פאקט", וואס איז געחתמעט געווארן זיבן טעג פאר ער האט אינוואדירט פוילן.
דער מאלאטאוו-ריבענטראפ אפמאך, ווייסט מען היינט, האט געהאט א טייל וואס האט זיך צוטיילט מיט פוילן צווישן דייטשלאנד און רוסלאנד, און אזוי איז עס טאקע געווען צוטיילט די ערשטע צוויי יאר פון די מלחמה.
אגב דאגב, די אידן וואס האבן צוגהערט אין געגלויבט וואס היטלער אליין האט געזאגט וואס ער האלט פון די אידן (רוב האבן נישט), און זענען ארויסגלפאן פון דייטשלנוד'ס חלק, האבן אסאך פון זיי איבערגעלעבט; טאקע נישט אין די בעסטע מצבים, אבער פארט איבערגעלעבט.
דער צווייטער דורכפאל פאר היטלר, איז ברוך השם געווען ווען היטלער'ס אליאירטע, יאפאן, האט בטיפשות אטאקירט אמעריקע און זיי אריינגעברענגט אין די מלחמה. ביז דאן האט היטלר מאנעוורירט צו האלטן מלחמה מיט לאנד נאך לאנד באזונדער, און ליידער מיט גרויס הצלחה.
בכל אופן, היינט ווערט דער אפיזמענט פאליסי, אנערקענט אלס א טעות. עס איז געווארן ווי אן אויסדרוק אין געוויסע מצבים: "מאך נישט איבער טשעמבערלעין'ס טעות", אדער "דאס איז א טשעמבערלעין מאמענט".
שוין, ווי געזאגט איז דער ערשטער חלק פון די בעל דרשנ'ס קלעים אמת, אבער דער צווייטער חלק — "דער ראציגער ישראלי ער האט נישט מורא! ער האט פארשטאנען: איך וועל זיך רייצן מיט דעם אשמדאי" — דאס איז שוין ריין דמיון, אז זיי האבן זיך דייקא געזוכט צו רייצן. זיין בעיס פאר דעם איז אין די נעקסטע פונקטן פון זיינע קלעימס, און מיר וועלן דארט בעזר השם ממשיך זיין.
המשך איז דא.
ווען מען רעדט פון איזראעל דעמאלט און איזראעל היינט, איז דער חילוק צווייפאכיג:
1, עס האט נאכנישט עקזיסטירט אזא לאנד איזראעל. זיי האבן נאכנישט פארמאגט די כוחות זיך צו שלאגן מיט נאצי דייטשלאנד און איר באזיגן. די איינציגסטע זאך וואס זיי האבן געקענט, איז פירן א פראפאגאנדע מלחמה קעגן היטלער און מאכן זאכן ערגער, און דאס איז וואס זיי האבן טאקע געטון. און דאס איז די טענה.
2, די ציוניסטישע באוועגונג איז דעמאלט געווען אין אירע ערשטע טריט. אויב פארשטייט מען אז קוקנדיג צוריק, האט די באוועגונג געהויבן שנאת ישראל צו אומגעהויערע שטאפלען, דעמאלט איז פשוט צו האלטן אז מען האט עס נישט געטארט טון דעמאלט. מה שאין כן היינט איז דא מקום צו טענה'ן אז איינמאל די שנאת ישראל עקזיסטירט שוין און צוריק גייט א קאזע, קען מען שוין נישט זיצן שטיל, פשוט אלס פיקוח נפש, ווייל אנדערש וועט זיך גיסן אידיש בלוט ווי וואסער.
בעסער אן עדזשוקעיטעד חכם ווי איידער אן אנעדזשוקעיטעד שוטה
Re: קלעים 3 צוליב דער באיקאט, און טאקע נאכן באיקאט, האט היטלער דערקלערט קריג אויף די אידן.
איך ווייס נישט וועגן היטלער'ס שטויסן און שלאגן. אבער דער באיקאט איז געווען דער אנהויב פון נאצי דייטשלאנד'ס פראפאגאנדע קאמפיין אז אלוועלטליכע אידנטום האט דעקלערט קריג קעגן דייטשלאנד, און אזוי ארום צו בארעכטיגן איר דיסקרימינאציע קאמפיין קעגן אידן.ברוך שאמר האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 16, 2026 3:04 pm המשך פון דא.
קלעים 3 צוליב דער באיקאט, און טאקע נאכן באיקאט, האט היטלער דערקלערט קריג אויף די אידן.
ווי שוין געזען פריער, די טענה אז דער באיקאט איז געווען א ציוניסטישע איניציאטיוו מיט ציוניסטישע מאטיוון, איז פשוט נישט אמת!עס איז אויפגעשריבן געווארן פון א טעיפ ווי דער אשמדאי שרייט און שטויסט: זיי דעקלערן קריג מיט מיר, איך נעם עס אן.
יעצט לגבי דעם קלעים פון דער טעיפ — וואס איז שוין לאו דוקא אזוי נוגע צום שמועס, אבער פארט פאר די היסטארישן אמת — איך האב נישט געטראפן קיינעם אויסער בעלי דרשנים פון די חדר וואס זאלן וויסן פון די טעיפ, צו זאגן.
וואס איז דער פשט אז אזא אינטערעסאנטע היסטארישע זאך ווייסט מען נישט פון דעם חוץ פון אפאר בעלי דרשנים אין אידיש?
יעצט, לאמיר זאגן אז דאס האט טאקע פאסירט און היטלער האט דאס דעמאלטס געשריגן. פארגעסט נישט פון ווען מען רעדט דא, דאס איז דאך דער אשמדאי היטלער ימח שמו.
וואס האט שוין יארן פאר דעם, אין די יאר 1924 געשריבן זיין בוך 'מיין קאמף', וואו ער לייגט אראפ דעם איד ווי א קראנקהייט וואס דארף ארויסגעראטן ווערן פון דייטשלאנד און אייראפע בכלל.
ער לייגט דארט אראפ דעם געפעכט צווישן דייטשלאנד און די אידן ווי א געפעכט אויף לעבן און טויט.
צי ער האט דעמאלטס ממש געמיינט צו הרגענען די אידן? דאס איז שוין א נושא פאר דעבאטעס, און עס איז אסאך געשריבן און געפארשט געווארן איבער דעם.
ווייל קלאר האט ער עס נישט געשריבן, נאר ער רעדט פון אוועקנעמן די אידן וכדומה. אבער עס זענען דא וואס זאגן אז זעענדיג וואס ער האט שפעטער געטון, דאס אליין איז מגלה זיין כוונה שוין פון אנהייב.
בכל אופן, היטלער'ס ערשטע קלארע ווערטער איבער אויסהרגענען אידן זענען געווען אין א רעדע פארן רייכסטאג — דער אפיציעלער פארלאמענט פון דייטשלאנד, וואס דעמאלטס איז עס שוין געווען א טיטל אן א מיטל, ווייל די פולע קאנטראל אויף אלעס איז שוין געווען אין זיין האנט.
דאס איז געווען סוף יאנואר 1939, געציילטע חדשים פארן אינוואדירן פוילן און דעם אויסברוך פון די מלחמה.
היטלער ימ"ש האט דעמאלטס געזאגט - און ער האט גערופן זיינע ווערטער א נבואה, חוזק מאכנדיג פון די אידישע נביאים, עפ"ל.
אז אויב די וועלטס אידן וועלן מצליח זיין נאכאמאל אריינצושלעפן די וועלט אין א וועלט מלחמה - דהיינו ער באשולדיגט שוין פאראויס די אידן אין דעם וואס ער האט אליין געטון אביסל שפעטער, און פונקט ווי ער האט באשולדיגט די אידן אין זיין די וואס האבן געמאכט די ערשטע וועלט מלחמה, וואס דאס אלעס זענען בלויזע דמיונות - דעמאלטס וועט די תוצאה פון די מלחמה זיין דאס פארטיליגן פון די אידישע ראסע אין אייראפע.
די רעקארדינג פון דעם קען מען הערן דא; און א טראנסקריפט איבערגעטייטש אויף ענגליש קען מען זען ביי יד ושם.
איז צוריק צו 1933 ווען די באיקאט איז גמאכט גווערן: א טעיפ פון היטלער דעמאלטס, וואס זאל זיין ספעציעל וועגן דעם באיקאט, איז ביז דערווייל נישט צו געפינען, און עס זעט אויס צו זיין די פרוכט פון איינעמס דמיון.
אבער באמת מאכט עס נישט אויס, היטלער האט שוין לאנג פארדעם דערקלערט קריג מיט די אידן; די שנאה און דאס רעדן וועגן פטור ווערן פון זיי אין אייראפע האט שוין אנגעהאלטן פאר איבער צען יאר פארדעם. דאס איז געווען זיין צווייטע הויפט פונקט וואס ער פלעגט רעדן, אינאיינעם מיט'ן ברעכן דעם ווערסיי אפמאך, און אין די מינוט וואס ער איז אריין אין מאכט האט ער אנגעהויבן טון ביידע זאכן.
דאס איז וועגן היטלער ימ"ש אליין און זיין מלחמה מיט די אידן. נאר וואס דען, די נאצי רשעים האבן געהאט, ווי באקאנט, א פראפאגאנדע מאשין, און זיי האבן טאקע אויפגעשפילט דעם באיקאט, ווי א דעקלאראציע פון קריג גאר מצד די אידן קעגן זיי – פארשטייט זיך איגנארירנדיג דאס וואס זיי אליין האבן שוין גטון צו אידן פארדעם - די נאצי פראפאגאנדע מאשין האט דאס אויסגענוצט צו פאמפן ווייטער ביי זיך, און צו פארענטפערן וואס זיי האבן שפעטער ממשיך געווען מיט זייערע מעשי רשע קעגן די אידן.
סוף דבר, די טענה אז צוליב דעם באיקאט, און טאקע נאכן באיקאט, האט היטלער דערקלערט קריג אויף די אידן – איז נישט אמת!
ער האט שוין פון לאנג געהאסט און געפירט א קריג מיט די אידן, און בכל אופן, דער באיקאט, ווי פריער געזען, איז בכלל נישט געווען א ציוניסטישע איניציאטיוו.
וואס עס איז דאס מערסטע שרעקעדיג, איז אז די ליגנטס וואס ווערן פארקויפט דורך די סארט דרשות זענען די זעלבע, און זעט אויס קומען פון דעם זעלבן פלאץ ווי דאס וואס די ניא-נאציס טענה'ן אין זייער קאנספיראציע'ס אז די אידן האבן גאר אנגעפאנגען די מלחמה (מער אויף דעם דא).
און דאס איז גענוי וואס היטלער ימח שמו אליינס האט שוין געוויסט צו זאגן אז עס גייט זיין: די אידן גייען אנפאנגען די מלחמה. וואטש אויט אין וועמענס קאמפאני דו געפינסט דיך.
כ'רעד פאקטן.
בעסער אן עדזשוקעיטעד חכם ווי איידער אן אנעדזשוקעיטעד שוטה
Re: קלעים 4-5 די ציל פון די איזרעאלי באיקאט איז גווען צו מאכן שנאת ישראל אין אלע לענדער
איך האב נישט געהערט די דרשה פון וואס דו רעדסט. אבער לאמיר עס אראפלייגן אנדערש א טראפ: עס איז קלאר דא א מקום לומר אז דער באיקאט, און די מלחמה וואס אידישע גרופעס האבן געפירט קעגן נאצי דייטשלאנד אין אלגעמיין, איז געועון מיט דער אגענדע צו פראוואצירן שנאת ישראל ארום דער וועלט, כדי עס זאל זיין א סיבה צו פארפירן אז אידן ווערן איבעראל גע'רודפ'ט און זיי מוזן האבן א לאנד.ברוך שאמר האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 16, 2026 4:59 pm קלעים 4 די ציל פון די איזרעאלי באיקאט איז גווען צו מאכן שנאת ישראל אין אלע לענדער, אז זיי זאלן נישט וועלן אריין נעמען די אידן, און אזוי וועלן די אידן מוזן גיין קיין ארץ ישראל.
קלעים 5 דאס האט למעשה פיין געארבעט און דאס איז אפילו דאקומענטירט: דער פאקט אז די ציונים האבן געמאכט א באיקאט האט פארשפרייט שנאת ישראל, ביז אפילו אמעריקע האט שוין נישט געוואלט ארייננעמען אידן.
וואס איז געווען דער חשבון פון די ציונים ימח שמם?
זייער חשבון איז געווען אנצוזייען שנאת ישראל אין דער גאנצער וועלט, אז קיין איין לאנד זאל נישט ארייננעמען קיין איין איד, וועלן די אידן נישט האבן קיין ברירה און מוזן אנקומען קיין פאלעסטינע, קיין ארץ ישראל...
קיין איינער האט נישט געוואלט ארייננעמען די אידן, איינגערעכנט אמעריקע, קיינער!
וועגן די שנאת ישראל וואס די פארשטינקענע מחבלים (נישט געהערט קלאר דער ווארט) האבן געמאכט.
די קלעימ'ס וואלט איך געזאגט איז ריין טיפשות!
חוץ וואס מען האלט שוין דערנאך אז דער באיקאט איז נישט געווען קיין איזרעאלי-ציוניסטישע זאך, אבער לאמיר פארגעסן פון דעם; זאגסטו אז די סיבה פון ווער עס זאל נאר נישט זיין, וואס האט געמאכט דעם באיקאט, איז געווען צו מאכן שנאת ישראל?
דאס איז געווען דער ציל? ווי משוגע דארף מען זיין דאס צו גלייבן?
אין וואס פאר א וויסטן חלום האסטו דאס געחלומט?
ווילסט זיי אזוי שטארק באשולדיגן, אז דו ביסט גרייט צו זאגן סיי וואס?
אבער לאמיר שוין מיטחלומען מיט דיר, זיי מיר מסביר וויאזוי דער סדר הדברים זעט אויס אין חלום: וויאזוי איז צוגעגאנגען די מיטינג פון די שויץ קעפ ווען זיי האבן גערעדט דערוועגן?
א: זאג, וואס קען מען טון אז אמעריקע זאל אויפהערן ארייננעמען אידן?
ב: פשוט, מען דארף מאכן אז מען זאל ווי מער פיינט האבן אידן אין אמעריקע, וועלן זיי מער נישט ארייננעמען אידן!
א: זייער גוט, אבער וויאזוי טוט מען דאס?
ב: אויך פשוט, מען הערט אויף קויפן דייטשע פראדוקטן.
נו, אומר ועושה, מען מאכט דעם באיקאט, און געציילטע וואכן נאכדעם מאכט דער אמעריקאנער קאנגרעס דעם געזעץ אז אידן קענען נישט קומען.
אפילו פאר פורים נאכמיטאג איז דאס נישט צום זאך!
יא, ליידער האט אמעריקע געהאט שטרענגע קוואטעס אויף אימיגראציע, און נאך שטרענגערע רעגולאציעס וואס האבן געמאכט אז אפילו די קוואטעס זענען נישט געפילט געווארן - און עס איז קלאר אז שנאת ישראל האט געשפילט א ראלע דערביי - ווען מענטשן האבן געזוכט א פלאץ זיך צו ראטעווען פון דער שווערד פון אשמדאי, איז נישט געווען צו וועם צו רעדן.
און דאס האט געשפילט א ריזן חלק אין די קאטאסטראפע.
אבער, אז דאס זאל גאר זיין די ארבעט פון ציונים, און נאך דורך לייגן א באיקאט אויף דייטשע פראדוקטן, איז עפעס וואס גרעניצט זיך מיט שיגעון.
דאס איז טעארעטיש גערעדט, פארשטייט זיך, אויסער אויב מען קען עס טאקע אונטערשטיצן מיט סטעיטמענטס פון ציוניסטישע פירער. אבער אין דער טעאריע וועלט, איז עס א בארעכטיגטע טעאריע צו באטראכטן באזירט אויף די קאנטעקסט.
בעסער אן עדזשוקעיטעד חכם ווי איידער אן אנעדזשוקעיטעד שוטה
Re: הער אויף ליגנט זאגן! מיט באשולדיגן אידן אין הרגענען זעקס מיליאן
אונטערשטע שורה: אפגעזען צו מען קען זיך דינגען אויף די נקודות דא צו נישט, איז די שארפקייט מיט וואס איר זענט ארויסגעקומען קעגן די "ליגנט זאגער" וועלכע זיכן סתם באשולדיגן אידן אין מארד, געווען איבערגעטריבן און איינזייטיג.