הרב יאסל האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 09, 2026 2:30 pm
מוצ"ש איז פארגעקומען א פריוואטע מלוה מלכה בביתו נאוה קודש פון האדמו"ר מסאטמאר שליט"א פאר די נדבנים און עסקנים פון די נייע סאטמארע מקוה טהרה אין לינדען
ביים מלוה מלכה האבן די משתתפים געהאט א גאר זעלטענע זכיה צו הערן א לענגערע שיעור דורך'ן רבי'ן שליט"א איבער די היסטאריע פון מקוואות אין כלל ישראל לדורותיהם בכל מקומות מושבותיהם, אנגעהויבן פון דינא דגמרא, ראשונים ושלחן ערוך ביז צו די גאר לעצטערע מהלכים און המצאות פון מרנן ורבנן רבותינו הקדושים החת"ם סופר, הדברי חיים והדברי יואל זי"ע. דער שיעור האט געדויערט אנדערט האלבן שעה(!) און איז געווען באגלייט מיט ממשות'דיגע כלי משל פון אלע ערליי מקואות וואס די רבי האט געניצט צו ממחיש זיין די מציאות, און האט בטוטו"ד פארגעשטעלט אלע מהלכים און עס צולייגט מיט א זעלטענע קלארקייט
יוש איז דאס גוט!
ווי קען מען זעהן די גאנצע. איך וויל שטארק מיטהאלטן א שיעור פון אלע שיטות.
עפעס ווייס איך אז דער רבי זצ״ל האט געמאכט עפעס א פאטענט אין מקוואות און כ׳בין אינטרעסירט צו וויסן וואס.
פון די חברה האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 10, 2026 4:00 pm
אויף 'קרעטשמע' קען מען הערן די דברי בדחנות אין ביהמ"ד 'ישראל שלום' ביי די שבע ברכות פאר ר' עקיבא הערש קליין, איינער ווייסט מער פרטים פון די בדחן, ווער איז ער, א בילד פון אים, וכדו'.

יואלי ברייער
און דא איז טאקע דאס פלאץ ארויסצוברענגען לשבח פון די חשוב'ע "שטיבל" האט-ליין רעדאקציע, וועלכע האבן גע'כשר'ט דעם ריקארדינג, און ארויסגענומען אלע נישט-איידעלע ווערטלעך, און אלעס וואס רעדט פערזענליך קעגן יחידים. קרעטשמע האט עס טאקע גענומען פון דארט
כה לחי, די נאמבער איז 605-313-6642
שטייפע קוגל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 12, 2026 8:44 am
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 12, 2026 1:12 am
יואלי ברייער יואלי ברייער... ענק רעדן פון JB?
ניוואדע...
אני בעניי האב אמאל מיטגעהאלטן אן אויפטריט אין קהל באבוב 45 ווען די אדמו"ר שליט"א האט זיך פארמאכט די אויגן, און די בדחן/פורים רב הנ"ל האט זיך אנגערופן אז צדיקים טוען אויף גאר גרויסע זאכן ביים שלאפן, די דאזיגע ווערטער האבן גורם געווען דארטן גאר א גרויסע חרון אף ביים ציבור.........
פון די חברה האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 10, 2026 4:00 pm
אויף 'קרעטשמע' קען מען הערן די דברי בדחנות אין ביהמ"ד 'ישראל שלום' ביי די שבע ברכות פאר ר' עקיבא הערש קליין, איינער ווייסט מער פרטים פון די בדחן, ווער איז ער, א בילד פון אים, וכדו'.
יואלי ברייער
און דא איז טאקע דאס פלאץ ארויסצוברענגען לשבח פון די חשוב'ע "שטיבל" האט-ליין רעדאקציע, וועלכע האבן גע'כשר'ט דעם ריקארדינג, און ארויסגענומען אלע נישט-איידעלע ווערטלעך, און אלעס וואס רעדט פערזענליך קעגן יחידים. קרעטשמע האט עס טאקע גענומען פון דארט
כה לחי, די נאמבער איז 605-313-6642
פון די חברה האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 10, 2026 4:00 pm
אויף 'קרעטשמע' קען מען הערן די דברי בדחנות אין ביהמ"ד 'ישראל שלום' ביי די שבע ברכות פאר ר' עקיבא הערש קליין, איינער ווייסט מער פרטים פון די בדחן, ווער איז ער, א בילד פון אים, וכדו'.
יואלי ברייער
און דא איז טאקע דאס פלאץ ארויסצוברענגען לשבח פון די חשוב'ע "שטיבל" האט-ליין רעדאקציע, וועלכע האבן גע'כשר'ט דעם ריקארדינג, און ארויסגענומען אלע נישט-איידעלע ווערטלעך, און אלעס וואס רעדט פערזענליך קעגן יחידים. קרעטשמע האט עס טאקע גענומען פון דארט
כה לחי, די נאמבער איז 605-313-6642
א קריעטיוו וועג פון אראפרייסן א יחיד ברבים. העמיר דארפן ווארטן שטיבל זאל כשר'ן דיין מעסעדזש פון אלעס וואס רעדט פערזענליך קעגן יחידים...