Think and Thank האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 2:04 pm
שבת קודש האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 14, 2026 12:39 pm
א סלאגאן וואס מען הערט אסאך מאל אז לגבי פעיר פרעשע איז וומ''ס מער ווי ק''י איך האב נישט קיין אהנוג צו יש דברים בגוי
איך האב לעצטנס געליינט א שמועס מיט א יונגערמאן וואס האט געמופט פון וויליאמסבורג קיין קר"י, און ער האט זייער שטארק ארויסגעברענגט די מעלות פון קר"י און ווי שטארק ער האט הנאה. ווען מען האט איםפ געפרעגט איבער די חסרונות פון קר"י איבער וויליאמסבורג, האט ער געטראפן נאר איין חסרון: דאס מישן אין יענעמ'ס טאפ. ער טענה'ט אז ער אלס וויליאמסבורגער געבוירענע קען זיך נישט צוגעוואוינען צו די קר"י יענטעריי. אלס דוגמא ברענגט ער אז א שכנ'טע האט אמאל אריינגעקלאפט צו אים און געזאגט פאר זיין ווייב "כ'האב געזען אז דיין מאן איז געגאנגען דאווענען, האב איך דיר געוואלט זאגן אז..."
כ'ווייס נישט צו ס'איז טאקע אזו, אבער אזוי טענה'ט יענער.
די גויאישע נ.י. סיטי מענטעליטי האט זיכער אן השפעה, די "מיינד יור אן ביזנעס" איז זייער שטארק אין ווילי, קיינער גריסט נישט קיינעם, יעדער וואקט מיט פארזיגלטע פנימער, פארנעפלטע בליקן, מקען וואוינען איין בילדינג אפגערוקט פונעם צווייטן פאר 15 יאר און קיינמאל נישט גריסן דעם שכן.
אבער אין די זעלבער צייט, ווען עפעס פאסירט אדער טוט זיך אויפן גאס, ווערט יעדער דיין חבר פלוצלינג , די שטייפע מוסקלען הייבן אן נאכלאזן, "האלוי וואס איז געשען?" , דיין שכן אין ראדני פאר 15 יאר וואס דו ווייסט נישט זיין נאמען איז יעצט געווארן דיין בעסטע "פרענד" ,אמעהר אונז האמיר יעצט א קאממאן ענעמי, א פארנעפלטע שומרים רוף, און מיר גייען קרעקן די קעיס צוזאמען..
וויליאמסבורג איז אלעס און גארנישט..