א גוטע וואך!
אמעריקע האט באמבאדירט אויל רעפיינעריס און נאפט רעזערווארן אין טעהראן, צום ערשטן מאל אין דער יעצטיגער מלחמה.
לדעתי איז עס א היבשער דורכברוך, טראמפ האט זיך ביז יעצט אנגעבליך צוריקגעהאלטן פון אטאקירן אויל פראדוקציעס נישט וועלנדיג צעשאקלען די מארקעטס, איראן האט עס אויסגעניצט סטראשענדיג צו אטאקירן אויל פון אנדערע מ"מ לענדער, און אויסער דעם האט עס זיי געגעבן רואיגקייט אז אויב/ווען די אויל פרייזן וועלן כאפן א רוק וועט זיך טראמפ ברעכן. יעצט איז עס א שטיקל פלאקן אין די פלענער.
טערקיי מעלדט אז טראמפ האט זיי פארזיכערט נישט אריינצושלעפן די קורדן אין קריג.
די קורדן זענען א שבט צעשפרייט אין עטליכע לענדער, דערונטער איראן, איראק, טערקיי, און סיריע, זיי ארבעטן שוין יארן צו באקומען אן אייגן לאנד ועלתה בידם חרס. מיט די קורדן אין קריג מיט איראן קענען זיי שטארק מעגליך באקומען א שטיקל טעריטאריע צו גרינדן א זעלבסטשטענדיג לאנד, וואס זיי וועלן גאנץ ווארשיינליך פרובירן אויסצושפרייטן אריין אין טערקיי'ס גרעניצן.
טראמפ זאגט אז ער וועט שטארק מעגליך אריינשיקן טרופן אין איראן.
טראמפ מיט א שארפן אויפרייס אויפ'ן ענגלישן פריים מיניסטער קיר סטארמער וועלכער האט זיך יעצט דערמאנט זיך אנצושליסן אינ'ם קריג, סטראשעט אז ער וועט עס נישט פארגעסן און אז ער דארף נישט קיין לאזערס וואס קומען אן ווען מ'זיגט שוין...

- Screenshot 2026-03-07 221642.png (56.84 KiB) געזען געווארן 776 מאל
אטאקעס אין טעהראן זענען אנגייענד אויף א שווערן פארנעם, לויט איראן האלט עס ביי איבער 1300 ציווילע טויטע, ארויף פון 1200 בלויז דעם פרייטאג. #זאלץ.
צווישן אנדערע איז געהרג'עט געווארן א הויכראנגיגער קאמאנדיר וועלכער איז פאראנטווארטליך אויף די טויטע פראטעסטירער. און לויט געוויסע איז מודזשטאבא כאמענעאי פארוואונדעט.
מיסל פראדוקציע הויפטקווארטיר אין פערטשין מיליטערישע באזע (נעבן טעהראן) איז געווארן אטאקירט.
מדינת ישראל האט אטאקירט א האטעל אין ביירוט אין א געגנט וואו זיי האבן נאך קיינמאל נישט באמבאדירט, 4 טויטע באריכטעט. לויט מדינת ישראל רעדט מען פון איראנע קודס קאמאנדירן וועלכע זענען מאיזה סיבה שהוא געווען אין לבנון.
אטאקעס אין לבנון זענען אנגייענד, שוין פארהאן ארום 300 טויטע.
די חוטיס האבן צום ערשטן מאל באמבאדירט אין מדינת ישראל זינט אנהויב קריג.
איבער 1600 האספיטאליזירט אין א"י זינט'ן אנהויב קריג.
איראן האט אטאקירט און חרוב געמאכט דעם ראדאר פון אן אמעריקאנע טאאד סיסטעם (א מיסל דעפענס סיסטעם) אין קואוועיט.
איראן האט אטאקירט אין איראק.
איראן טענה'ט אז זיי האבן פארכאפט אמעריקאנע סאלדאטן. סענטקאם לייקנט.
איראנער פרעזידענט האט זיך אנטשולדיגט פאר די אראבישע לענדער וועמען זי האט אטאקירט ביז יעצט זאגנדיג אז אויב זיי וועלן נישט צוריק אטאקירן וועט איראן זיך קאנצענטרירן אויף מד"י און אמעריקע. (הערה: די רעוואלוציאנערע גווארדיע באריכטעט יא אז זיי האבן אטאקירט עטליכע לענדער אין די עמיראטן).
סאודי אראביע סטראשעט אז אויב איראן וועט אטאקירן זייערע אויל פעלדער וועלן זיי חרוב מאכן די איראנע.
סאודי אראביע באשולדיגט מד"י אין דער גאנצער סומאטוכע.
חזרה: מד"י זאגט אז עס קומען נאך אסאך סורפרייזעס. פיט העגסעט זאגט אז דאס וואס קומט איז עטליכע מאל אזוי סאך ווי דאס וואס איז שוין געווען.
אמעריקע און קאטאר האבן זיך געוואנדן צו אוקריינע איבער קויפן זייערע אנטי דראון סיסטעמען.