לא עת לחשות! עס איז צייט צו לאזן הערן צעקת כלל ישראל!

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2260
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 7383

לא עת לחשות! עס איז צייט צו לאזן הערן צעקת כלל ישראל!

פאוסט דורך נקודות טובות »

בס"ד

דער אמת איז, עפר ואפר תחת כפת רגלכם אני. איך בין באמת באמת נישט ראוי צו רעדן פארן רבים, כ"ש בפני מי שגדול ממני בחכמה ובמנין, און אודאי און אודאי אין האקעלע ענינים. זעירא מן חבריא אנא, אבער דאך זעה איך דאס פאר א חיוב גמור, והחלש יאמר גיבור אני. דעריבער וועל איך שרייבן בלויז אפאר קורצע ווערטער.

ליידער ליידער איז לא עת לחשות, ס'איז אין לך יום שאין קללתה מרובה משל חברתה. די מצב ארום איז איום ונורא. שוין צענליגע יאר וואס די גאס שווייגט ואין פוצה פה, און נישט נאר וואס ליידער עדיין לא נושענו, ווערט נאר די מצב ערגער מיט יעדע פארבייגייענדע טאג.

איך וויל דא בארירן א געוויסע אדיקציע וואס ליידער רבים חללים הפילה! איך רעד דא פון אן אדיקציע וואס איז גאר שטארק פארשפרייט ביים היימישען ציבור, ווי איך פארשטיי איז פראצענטאעל די אדיקציע אסאך מער פארשפרייט אין די היימישע גאס ווי אין די נישט היימישע גאס משום כמה סיבות. און מיט די היימישע ציבור מיין איך אויך די גרעסטע רבנים און רבי'ס וואס ליידען דערפון באהאלטענערהייט אויף א שרעקליכן אופן, און קענען זיך דערפון נישט ארויסזעהן!

אן אדיקציע וואס כל באיה לא ישובון. אז מען פאלט אריין אין דעם אפילו מיט אביסעל, הויבט דאס אן ציען מער און מער. און זעירין אינון די וואס מיט גרויס סייעתא דשמיא זעהען זיי זיך ארויס דערפון.

די גאס שווייגט. די רבנים שווייגן. און אפילו דער רעגירונג שווייגט. קיינער אדרעסירט נישט דעם פראבלעם, כאטש וואס די מצב איז איום ונורא. און איום ונורא מיין איך אז יעדע חדר אינגעל קען "לייכטערהייט" אנקומען דערצו ר"ל!

איך גיי נישט באשולדיגן די סוחרים וואס פארקויפן דאס. ווי נישט ווי דארפן זיי לייגן ברויט אויפן טיש. אין א שווערע עקענאמיע ווען דאס טאש דריקט, קען מען נישט דן זיין קיין מענטשן. אויב דאס איז די אופן ווי אזוי הקב"ה שיקט זיי די פרנסה, וועל איך אודאי נישט פראבירן צו מקפח זיין פרנסתם.

די ספעציפישע אדיקציע פון וואס איך רעד איז אנדערש ווי אנדערע אדיקציעס וואס חוץ אנשטאט מכלה זיין נאר דעם גוף, איז דאס ספעציעל אויסגעשטעלט אויף אן אופן אז ווען מען פאלט דורך צוברעכט דאס דער מענטש בנפש אויף א שרעקליכע פארנעם. וויפיל מאל מען באשליסט ביי זיך אז גענוג איז גענוג, וועט די תאווה און נסיון פון "נאך איין" גובר זיין, און א דורכפאל איז כמעט ווי פארזיכערט.

יעדער ווייסט אודאי צו זאגן פון די באקאנטע אסטרייכער קוקיס, יא יא, טאקע די וואס זופן די מעל און באקוקן די אייער... הייבן הייבט מען אן בלויז מיט א טעימה קלה פשוט עפעס צובייסן צו די קאווע, אבער גאנץ שנעל אנערקענט מען די פאסקטע אין וועלכע מען איז אריינגעפאלן, און עס הויבט עס אן מאנען, בעטן, און נאגן פאר נאך. איינס און נאך איינס און נאך איינס, און דאס שטעלט זיך נישט אפ. פון קליין ביז גרויס ווייסט גאנץ כלל ישראל צו זאגן פון די באקאנטע קוקיס, דאס איז די שפיגעלע אין גראסערי!

אבער נישט דאס באדערט מיר.

די שווערסטע חלק איז די אינטערעסאנטע סארט פעקל וואס זיי ניצן. אנדערש ווי אנדערע מאכלים וואס קומען מיט א דעקל אדער זיפ לאק, קומט די אסטרייכער קוקיס מיט עפעס אזא אינטערעסאנטע סארט אייזן וואס מען דארף צוזאמען דרייען און אזוי עפענען און צומאכן. דאס באדערט מיר!

ווען מען מאכט זיך א קאווע און זוכענדיג פאר א שטיקל מזונות כאפט מען אפיר דעם אייקאנישער פעקל אסטרייכער קוקיס. פארשטייט זיך אז עס הייבט זיך אן בלויז ביי 3 קוקיס, און די פעקל דרייעט מען אזוי שיין צוזאמען און מען לייגט עס אויף די זייט. מען שעפשעט א צוזאג און מען פארשפרעכט אים אז צום ווידער זעהן די נעקסטע מאל מארגן.

אבער ווי נאר די דריי קוקיס זענען א פארגאנגענהייט, און זיך טרעפענדיג אז אז מען האט נאך דריי פערטל פון די קאווע, כאפט מען תיכף א בליק נאכאמאל אויפן פעקל אסטרייכער קוקיס און דערזעהענדיג די בעטענדיגע אויגן וואס די אומשולדיג ווייסע פעקל קוקיס שטעלט פאר, איז אטאמאטיש נתמלא רחמיו און מען נעמט ארויס נאך צוויי קוקיס...

פארשטייט זיך מען דרייט צוריק צוזאמען דאס פעקל, אבער דאס מאל געבט מען שוין א דריי אראפ דעם פעקל נאך אביסעל, וויבאלד עס פעלן שוין אפאר קוקיס... און מיט א הייסע צוזאג אז דאס איז עס פאר היינט. אבער וואס טוט מען ווען צוויי מינוט דערויף זעהט מען א די קוקיס שטייען און וויינען און בעטן זיך, ממש צעקה ואין מושיע לה? אזוי אכזריות'דיג צו זיין? מיר אידן זענען דאך רחמנים בני רחמנים, און אודאי וועלן מיר נישט לאזן די קוקיס וויינען פאר צו לאנג, און מען נעמט טאקע נאר "נאך איינס". מען דרייעט נאכאמאל שיין צוזאמען דאס פעקל, און דאס מאל געבט מען האסטיגע לייג אוועק דאס פעקל ביים אנדערע זייט טיש, ווי כאילו פון דארט קען מען עס נישט דערגרייכן...

אבער ליידער איז די טעות א ביטערע. א מינוט שפעטער טרעפט מען זיך נאכאמאל אויפדרייען דעם שיינעם פארמאכטן פעקל, און מען דערווישט ארויס נאך עטליכע קוקיס. און דערנאך פארמאכט מען עס נאכאמאל, אבער דאס מאל קען מען שוין ווייטער דרייען די צומאכער מיט נאך א דריי אויף אראפ.... און אזוי חזר'ט זיך עס איבער חוזר חלילה. מען עפענט, מען זאגט צו, מען דרייעט עס אראפ שיין כאילו מען לייגט דאס אוועק פאר א וואך צייט, און אודך, מען טרעפט זיך ווידער דאס עפענען....

די איבריגע פונטן ממילא, דאס וועל איך שוין אראפ שלינגען. אבער געוואלד, די סארט עפענער און צומאכער צוברעכט דאך די גייסט פונעם מענטש ווען יעדע מאל מאכט מען דאס צו מיט א פרישקייט כאילו דאס איז די לעצטע שיפמענט פאר היינט. דאס איז לכאורה די איינציגע מאכל על כל פני תבל, וואס האט אזא קאמפלעצירטע אופן ווי אזוי מען עפענט דאס און מאכט דאס צו.

א לעזונג דערצו האב איך טאקע נישט, אבער איין זאך וואס איך וואלט יא געוואלט וויסן איז פארוואס די לייכטע שמועסן קומט נישט ארויף ביי אקטיווע טעמעס? וואס איז פשט דערפון? וועמענס בייפאל איז דאס? טייערע חברים יקרים אהובים וידידים מיינע. איך וועל אייך דא אריינשטעלן אין תפיסה, און עטס קומטס נישט ארויס פון דא ווי לאנג עטס טוישט נישט צוריק אז די לייכטע שמועסן זאל ארויף קומען ביי די אקטיווע טעמעס.
@אסמכתא בעלמא @ווירקליך @צייטווייליג


פרייליכע מעלדונג פון צדק!
ב"ה מיר האבן מצליח געוועהן נאך גרויס השתדלות צו ארויסראטעווען כאטש איינעם, מען בעט נישט צו מאכן קיין פירסום, נישט טאנצן אין די גאסן, כדי מען זאל קענען שטילערהייט ארבעטן אויף די איבעריגע.
דא האט איר אים.
@הכל ריוח
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
זבולון שטיינקלאץ
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 141
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 3:17 pm
x 391

Re: לא עת לחשות! עס איז צייט צו לאזן הערן צעקת כלל ישראל!

פאוסט דורך זבולון שטיינקלאץ »

אוי וויי, איינער איז אויפגעשטאנען הונגעריג... :lol: :lol:
אוועיטער
דריידל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 330
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 1:43 pm
x 628

Re: לא עת לחשות! עס איז צייט צו לאזן הערן צעקת כלל ישראל!

פאוסט דורך דריידל »

האמיר זיך צעלאכט עטליכע מאל ביים ליינען.

איך בין גראדע דאנקבאר פאר'ן צושטעלן אזא זעקל וואס מ'קען פארמאכן, אנדערש ווי אסאך אנדערע וואס מ'קען נישט פארמאכן און נאכ'ן אויפמאכן "מוז" מען אויפעסן ס'גאנצע פשוט נישט עובר צוו זיין אויף בעל תשחית.

אן עי סייד נאוט, וואלט איך געראטן יעדעם צו קויפן די ספעלט קוקיס. ס'טעיסט כמעט די זעלבע און די נאכווייען זענען אינו דומה.
שטותים איז נישט דער אלטערנאטיוו פון שכל (קרעדיט: @הדסים)
ChatGPT
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 363
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 12:07 pm
Location: סאן אנטאניע
x 843

Re: לא עת לחשות! עס איז צייט צו לאזן הערן צעקת כלל ישראל!

פאוסט דורך ChatGPT »

איך קען פארשטיין @נקודות טובות ווייטאג, בפרט א איד אין די עלטער וואס ווערט גרינג נערווירט...

האסט אבער בכלל נישט בארירט די ווייטאגליכע מציאות מיט די ברעקלעך איבערבלייבענישן אינעם זעקל אפגרינד.

איינמאל די זעקל איז באפרייט פון די קוקי'ס, דער בעה''ב פונעם זעקל האט זיך שוין עטוואס אנגעפילט זיינע בני מעיים, מ'מיינט מען איז שוין פארטיג, באמערקט מען אבער שנעל אז אינעם אפגרינד איז דא א גרויסע הויפן ברעקלעך שיריים פון די קריספי פארלענדעטע קוקי'ס.

תיכף הייבט זיך אן די מלאכה פון אחלק שלל, מען פרובירט צו מאכן א שמאלן קנייטש אויבן פונעם זעקל, געווענליך איז עס נישט אזוי לייכט, וויבאלד מען דארף גייין קעגן דעם שטורעם ווינט, די סעטינג פונעם זעקל איז דאך מיט א קנייטש אויף אריין, און דא פרובירט מען עס צו קנייטשן קעגן זיין טבע, כדי צו קענען גרינגערהייט און פארזיכערט אריינגיסן די אינהאלט אינעם אויסגעשטרעקטן האנט בשעת די אנדערע האנט כאפט אן דעם זעקל.

אזוי גיסט ער צוביסלעך, שטייטלעך, אבער ביז וואס ווי ווען ליגט שויין א דרייפערטל אויף דער ערד אדער אויפן טיש צו ווי אימער...

@נקודות טובות האסט אנייצע??
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 767
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1540

Re: לא עת לחשות! עס איז צייט צו לאזן הערן צעקת כלל ישראל!

פאוסט דורך ווירקליך »

פליז, כהאב א קינד מיט שטיבער, לאז מיר כאטש אהיימגיין אויף שבת...
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
טשיינע קלאזעט
פרישער באניצער
פאוסטס: 63
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 1:11 am
x 116

Re: לא עת לחשות! עס איז צייט צו לאזן הערן צעקת כלל ישראל!

פאוסט דורך טשיינע קלאזעט »

מילא דאס צומאכן, אבער דאס ערשטע מאל עפענען איז שווערער ווי א סיריעל זעקל! קען מען נישט אין 26 למספרם אויסטרעפן א גרינגערע וועג אויפצורייסן דעם זעקל? ועל זה ידוו כל הדווים 😠
לא רעב ללחם אלא לקאקאש קעיק
טשיינע קלאזעט
פרישער באניצער
פאוסטס: 63
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 1:11 am
x 116

Re: לא עת לחשות! עס איז צייט צו לאזן הערן צעקת כלל ישראל!

פאוסט דורך טשיינע קלאזעט »

ווירקליך האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 20, 2026 3:24 pm פליז, כהאב א קינד מיט שטיבער
:lol: :lol:
לא רעב ללחם אלא לקאקאש קעיק
טשיינע קלאזעט
פרישער באניצער
פאוסטס: 63
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 1:11 am
x 116

Re: לא עת לחשות! עס איז צייט צו לאזן הערן צעקת כלל ישראל!

פאוסט דורך טשיינע קלאזעט »

נקודות טובות האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 20, 2026 9:22 am די איבריגע פונטן מילא, דאס וועל איך שוין אראפשלינגען
דאס האב איך שוין * אראפגעשלינגען
לא רעב ללחם אלא לקאקאש קעיק
וויענער חסיד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 281
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 26, 2025 1:14 pm
Location: boro park
x 938

Re: לא עת לחשות! עס איז צייט צו לאזן הערן צעקת כלל ישראל!

פאוסט דורך וויענער חסיד »

געבטס איבער פאר זיין רעביצין אז די טשאלענט איז נישט געלונגען די וואך.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2260
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 7383

Re: לא עת לחשות! עס איז צייט צו לאזן הערן צעקת כלל ישראל!

פאוסט דורך נקודות טובות »

ווי אלע האבן שוין געהערט איז אין אן היסטארישער שריט פרייטאג אינדערפרי פארגעקומען א געוואגטער איבערפאל אויף די אידטיש הויפקווארטיר, וואו פיר פראמינענטע הנהלה מיטגלידער זענען קאלטבלוטיג ארעסטירט געווארן דורך געוויסע אנשי בליעל.

פונקטליך וואס דארט איז פארגעגאנגען איז נאך דערווייל פארנעפלט. די מאטיוון פון די פארכאפער איז נאך אויך אונטער א פראגע צייכן. אבער אויף אזוי פיל איז קלאר אז די באנדיטן האבן אפגעטראגן מיט פיר פון די חברי ההנהלה, און מיטגענומען מיט זיך הויפענעס דאקיומענטן און טעכנעלאגישע געצייג.

ווי נאר די באריכטן האבן זיך פארשפרייט, האבן זיך עסקנים די בכל אתר ואתר ובראשם די בארימטער "צדק אסאסיאציע" צונויף גענומען מטכס עצה זיין איבער די ווייטערדיגע שריט.

צום אלעם ערשט האבן די עסקנים פראבירט דערגרינטעווען די איידענטיטעט פון די פארכאפער, צו דאס איז א פארברעכן באנדע, פאליציי'שע קרעפטן, אדער גאר פון די מוסד אייגענטור. שמועות האבן גלייך אנגעהויבן צירקיולירן אז די פארכאפונג איז אונטערגעשטעלט דורך א געוויסע גרופע פון עסקני לב טהור וואס ארבעטן קעגן א קעגנזייטיגע ספעציפישע גרופע עסקנים, וואס פייטן די פראקסיס פון פון דריטע גרופע עסקנים, וואס זענען אומצופרידן מיט די ארגינעלע עסקנים, וואס ווילן אונטערברענגען די פאקטישע עסקנים... מיטן באשולדיגונג אז אידטיש איז איינזייטיג.

ביני לביני, נאך לענגערע און פארצווייגטע פארשונגען איז בדרך לא דרך געלונגען פאר די עסקנים צו לייגן א האנט אויף איינער פון די ארעסטירטע, און אפגעטראגן מיט יענעם פון שטח אן איבערלאזן א שפיר. אבער לדאבונינו זענען נאך די דריי אנדערע הנהלה מיטגלידער פארכאפט און ווערן פארהאלטן אונטער אומבאקאנטע אומשטענדן.

ווען די שמועה איז אנגעקומען צו מיינע אויערן, איז דאס אויף מיר ארויפגעפאלן ווי א דינער אינמיטן העלן טאג. איך בין געבליבען פארלערזירט פון שאק, נישט וויסענדיג ווי אזוי צו ראגירן.

אבער ווי נאר די נעמען פון די פארכאפטע האבן אנגעהויבן ארויסקומען, און עס איז קלאר געווארן אז ידידי עוז וידיד כל בית אידטיש הרב החסיד @ווירקליך איז צווישן די פארכאפטע, איז נפלה עלי מפולת. מיין טאג איז נישט קיין טאג, מיין נאכט איז נישט קיין נאכט. און אפליו מיין שבת איז געווען ביטער וויסענדיג אז ערגעץ ווייט פארשטיפט אוועק פון די אויג פון די מענטשהייט געפינט זיך הרב רבי @ווירקליך צוזאמען מיט די געמיינסטע גענגסטערס.

ווער ווייסט וואס ער גייט אלץ אריבער דארט? האט ער בכלל כשר'ס צועסן? מיט וועמען זיצט ער דארט? אונטער וועלכע אומשטענדן? דער געדאנק אז ער געפינט זיך ערגעץ ווייט פון די אויגן, אונטער פרעמדע הענט האט מיר נישט געלאזט רוען.

מוצאי שבת א מינוט נאכן זמן באקומן איך א טעלעפאון קאל פון ידידי עוז הרב רבי @שואל כענין, און זעצענדיג אויפן טיש זאגט ער מיר, "@נקודות, לא עת לחשות!" מיר מוזן איבערדרייען א וועלט צו קומען אויף די שפירן פון הרב @ווירקליך, און אים ארויסזעהן פון געפענגעניש פאר יעדען פרייז.

אינאיינעם האבן מיר אויסגעארבעט א דיטאלירטען 328 פונקטן פלאן, צו קענען פאראייניגן @ווירקליך מיט זיין בענקענדע קינד מיט שטובער.
א גאר הייקעלע און ריזיקאלישע מיסיע, וואס האלט זיך נאך אינמיטן אנטוויקלען האבן מיר אונטער גענומען .קיין סך פרטים קענען מיר נאכנישט ארויסגעבן, אבער אויף אזוי פיל קען איך יא איבערגעבן אז מיר האבן באוויזן צו דערגיין וואו ער געפינט זיך, און מאכן מיט אים קאנטעקט.

אזוי אויך האבן מיר באוויזן צו לייגן א האנט אויף דער מנהל וואס האט באוויזן צו אנטלויפן, און מיר זענען אין קאנטעקט מיט די פארכאפער צו שליסן א דיעל אז מיר וועלן זיי צוריקברענגען @הכל ריוח אין געפענגעניש צוליב דעם וואס ער האט ג'עדיט אונזערס א פאוסט שלא ברשות, און אנשטאט וועלן זיי לאזן @ווירקליך פריי.

דיטעילס טו פאללאו. פרטים יבואו בעזרת השם. ובשם השם נעשה ונצליח!

סטעי טונד!
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
הכל ריוח
חבר המערכת
פאוסטס: 198
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 2:31 pm
Location: ביים טיש
x 592

Re: לא עת לחשות! עס איז צייט צו לאזן הערן צעקת כלל ישראל!

פאוסט דורך הכל ריוח »

עס ווארפט זיך מיר די הענט און פיס

נישט נישט פחד, נאר פון געלעכטער...
אוועיטער
סטעישאן וועעגן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 229
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 4:54 pm
x 464

Re: לא עת לחשות! עס איז צייט צו לאזן הערן צעקת כלל ישראל!

פאוסט דורך סטעישאן וועעגן »

גם אני מצטרף צום אויפוואכונג

ומה נענה אבתריי-הו ווען הרב @נקודות טובות רעדט בס''ה פון א קליין פעקעלע פון די סחורה

אבער אינז לומדי ריבניץ (די עכטע) ברויכן זיך ספראווען יעדן טאג מיט אנלימיטעד נסיונות!
פיילס
attachment (1).jpg
attachment (1).jpg (53.11 KiB) געזען געווארן 495 מאל
חצקל משמש
חבר המערכת
פאוסטס: 181
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:00 pm
x 348

Re: לא עת לחשות! עס איז צייט צו לאזן הערן צעקת כלל ישראל!

פאוסט דורך חצקל משמש »

למעשה שטעלט זיך ארויס אז @נקודות טובות האט נישט די פראטעקציע וואס האט זיך אויס געפעלט.
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2400
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 5164

Re: לא עת לחשות! עס איז צייט צו לאזן הערן צעקת כלל ישראל!

פאוסט דורך הדסים »

חצקל משמש האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 25, 2026 9:52 pm למעשה שטעלט זיך ארויס אז @נקודות טובות האט נישט די פראטעקציע וואס האט זיך אויס געפעלט.
וואס גייט פאר; ווירקליך איז אנטלאפן? נקודות איז נישט דער נייער אחראי? ווער געט בכלל פראטעקציע דא?? דאס איז ריין קארופציע

כן נלע"ד

איך קען אויך באקומען פראטעקציע? כ'האב א שרעקליכע משיכה צו שרייבן עפעס וואס מ'טאר נישט, כ'מעג?

***נים ב*י י**ל
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
אוועיטער
איש ציון
פרישער באניצער
פאוסטס: 64
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 11:09 am
x 425

Re: לא עת לחשות! עס איז צייט צו לאזן הערן צעקת כלל ישראל!

פאוסט דורך איש ציון »

יוש, האסטו מיר געמאכט הונגעריג.
כ'וויל לויפן עסן כאטש איין אסטרייכער קוקי, אבער הילד איננו, כ'האב נישט ווי עס צו באקומען דא אין בית שמש 😭.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2260
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 7383

Re: לא עת לחשות! עס איז צייט צו לאזן הערן צעקת כלל ישראל!

פאוסט דורך נקודות טובות »

חצקל משמש האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 25, 2026 9:52 pm למעשה שטעלט זיך ארויס אז @נקודות טובות האט נישט די פראטעקציע וואס האט זיך אויס געפעלט.
גרויסער חכם וואס דו ביסט! די איינציגע יתרון וואס דו האסט איבער מיר איז דיין גרינעם היטל. אדער דען דעט ביסטו קיין צוויי סענט נישט ווערד. לאמיר זעהן זאלסט דיר אויסטוהן דיין היטל און מיר קאנפראטירן. ביסט א נא באדי! זילטש! ווי אזוי האט דער ליובאוויטשער געזאגט? ניט דא קיין מימון!... און יאך זאג, ניט דא קיין חצקל משמש. נאדא! דו עקזעסטירסט נישט!

איך בין נישט היינט געבוירן, איך ווייס וואס דיר באדערט. ביסט באליידיגט אז איך האב דיר נישט דערמאנט ביים ארומרעדן איבער די נאטורן פון די הנהלה. דו פילסט אז מען איז דיר נישט גורס דא, און דו ביסט באליידיגט.

וואס ווילסטו פון מיר? וואס האב איך געטוהן? איך האב דיר נישט באשאפן. עס איז נישט מיין שולד אז דו ביסט אזוי אירעלאווענט. דער אויבערשטער איז דער וואס האט דיר באשאפן אלץ יצמח פורקניה קלעיבעדיגע נעכס. נישט איך. ביסט זיך מחזק אז ביסט פון די הנהלה דא? שוטה! דו כאפסט נישט אז דו ביסט דא אלץ רחמנות. אבער וואס גייט מיר אן? יהי לך אשר לך. גיי פריי דיך דערמיט. נעבעך, ביסט א גרויסע רחמנות אז דו דארפסט צו דעם צו קומען. האב FUN, גיי רייץ דיך מיט יעדעם אז דו ביסט פון די הנהלה... דו נאר דו!

אבער איך שיהיה. איך בעט דיר איבער פארן דיר נישט דערמאנען. איך פיל באמת שלעכט פאר דיר. דו דארפסט פארשטיין אז איך קען נישט אלעמאל געדענקן פון יעדע רחמנות קעיס. ביסט ארויסגעפאלן פון די ליסטע. דארפסט עס נישט נעמען אזוי צום הארצן. איך וועל פראבירן צו געדענקן פון דיר קומענדיגע מאל.


דו ווילסט וויסן די אמת פארוואס איך האב דיר נישט דערמאנט? לאמיר דיך דערציילן א מעשה.

ס'איז געווען אמאל א משמש אין א סאטמארע ביהמ"ד אין וויליאמסבורג וואס האט זיך אפגערעדט פארן ברך משה אז יעדע כמו עסקן באקומט כבוד מלכים. ביים יערליכן מלוה מלכה רעדט מען ארום פון זייער גרויס איבערגעגעבנקייט. ווען זיי מאכן שמחות הענגט מען גרויסע מזל טוב צעטליך מטעם הקהילה. משא"כ איך אלץ משמש וואס איך לייג אריין מער ארבעט ווי אלע גבאים ועסקנים אינאיינעם, פון מיר פארגעסט מען. חוץ פון קריטיק באקום איך גארנישט. קיינער אנערקענט נישט מיין שווערע ארבעט. וחוץ מזה, איך ווייס דאך יא אז דער גבאי טוט גארנישט. יעדע זאך וואס ער זאגט אז ער גייט מסדר זיין, רופט ער מיר א מינוט שפעטער אז איך זאל דאס טוהן.

וואו איז די ישרות? ער זיצט זיך באקוועם אויפן קאוטש בשעת איך טו די ארבעט פאר אים, און ער באקומט גאר די כבוד דערפאר? ניטאמאל באצאלט קריג איך געהעריג.

דער ברך משה הערט אים אויס, און ווען ער ענדיגט רעדן רופט ער זיך אן צו אים ווי פאלגענד. הער זיך איין, דער גבאי/עסקן ווי דו זאגסט אליינס טוט דאך אלעס וואס ער טוט נאר לפנים. ער שפילט א גוטע געים. יעדער מיינט אז ער טוט. דערפאר טאקע באצאלט אים דער אויבערשטער אויך נאר לפנים. וואס האט ער פון דעם וואס יעדער רעדט פון אים? גארנישט. דאס איז דאך הבל הבלים. א מינוט נאכן קלאטשן געדענקט קיינער נישט אז מען האט געקלאטשט. מען גייט אהיים, און עולם כמנהגו נוהג. אבער וויבאלד ער טוט נאר לפנים באקומט ער שכר אויך נאר לפנים.

דו אבער פירט דער ברך משה אויס, דו טוסט יא דיין ארבעט בנאמנות. דו געבסט זיך באמת אוועק 24/7 פארן טובות הכלל. דיר וויל דער אויבערשטער באצאלן מיט עכטע שכר. נישט געבן קיין כבוד המדומה, נאר דיין שכר גייט זיין א שכר נצחי.

די זעלבע זאך וויל איך דיר זאגן @חצקל משמש. די אנדערע חברי הנהלה ווייסטו דאך דער אמת וויפיל זיי טוען... גארנישט מיט גארנישט. און דערפאר טאקע איז זייער שכר א כבוד המדומה, מען דערמאנט זיי אין אן ארטיקעל וואס א וואך שפעטער געדענקט קיינער נישט אז אזא ארטיקל עקזעסטירט אפילו. ווידער דו, וואס דו לייגסט אריין דיין לייב און לעבן פאר די הצלחה פונעם פארום, האב איך נישט געוואלט אז דו זאלסט אפקומען מיט א כבוד המדומה. דיר קען נאר דער אויבערשטער אליינס באצאלן.

(אגב, פאר ווער עס וויל עפעס בויען אויף די מעשה. בשעת איך האב אנגעהויבן שרייבן די מעשה האב איך נאכנישט געוויסט ווי אזוי דאס גייט זיך ענדיגן. דאס איז פארברעצירט געווארן שרייבענדיג די שורות. די מעשה לא היה ולא נברא. אבער די געדאנק קען נאך אלץ זיין אמת...)

און יעצט צו דו אחראי וואס גייט טראכטן אז אפשר האב איך איבערגעצויגן דאס שטריקל, און גייסט ווילן מעקן די פאוסט. איז ערשטענס טעיק א טשיל פיל. בארואיג דיר אביסל. ס'איז גארנישט געשעהן אז איינער האט בארירט די כבוד פון די הנהלה. לאז עטוואס נאך פון דיין עיגאו הסרוחה. עס איז גארנישט געשעהן אז איינער האט געזאגט א ווארט. וחוץ מזה האב איך באקומען רשות פון חתן דינן ה"ה @הכל ריוח אז ט' אדר מעג איך איבערציען די שטריקל און ער וועט עס דורך לאזן. סא דאס וועט פעסן לכבוד חודש אדר.

לחיים לחיים.
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
שרייב פאוסט