דער אמת איז, עפר ואפר תחת כפת רגלכם אני. איך בין באמת באמת נישט ראוי צו רעדן פארן רבים, כ"ש בפני מי שגדול ממני בחכמה ובמנין, און אודאי און אודאי אין האקעלע ענינים. זעירא מן חבריא אנא, אבער דאך זעה איך דאס פאר א חיוב גמור, והחלש יאמר גיבור אני. דעריבער וועל איך שרייבן בלויז אפאר קורצע ווערטער.
ליידער ליידער איז לא עת לחשות, ס'איז אין לך יום שאין קללתה מרובה משל חברתה. די מצב ארום איז איום ונורא. שוין צענליגע יאר וואס די גאס שווייגט ואין פוצה פה, און נישט נאר וואס ליידער עדיין לא נושענו, ווערט נאר די מצב ערגער מיט יעדע פארבייגייענדע טאג.
איך וויל דא בארירן א געוויסע אדיקציע וואס ליידער רבים חללים הפילה! איך רעד דא פון אן אדיקציע וואס איז גאר שטארק פארשפרייט ביים היימישען ציבור, ווי איך פארשטיי איז פראצענטאעל די אדיקציע אסאך מער פארשפרייט אין די היימישע גאס ווי אין די נישט היימישע גאס משום כמה סיבות. און מיט די היימישע ציבור מיין איך אויך די גרעסטע רבנים און רבי'ס וואס ליידען דערפון באהאלטענערהייט אויף א שרעקליכן אופן, און קענען זיך דערפון נישט ארויסזעהן!
אן אדיקציע וואס כל באיה לא ישובון. אז מען פאלט אריין אין דעם אפילו מיט אביסעל, הויבט דאס אן ציען מער און מער. און זעירין אינון די וואס מיט גרויס סייעתא דשמיא זעהען זיי זיך ארויס דערפון.
די גאס שווייגט. די רבנים שווייגן. און אפילו דער רעגירונג שווייגט. קיינער אדרעסירט נישט דעם פראבלעם, כאטש וואס די מצב איז איום ונורא. און איום ונורא מיין איך אז יעדע חדר אינגעל קען "לייכטערהייט" אנקומען דערצו ר"ל!
איך גיי נישט באשולדיגן די סוחרים וואס פארקויפן דאס. ווי נישט ווי דארפן זיי לייגן ברויט אויפן טיש. אין א שווערע עקענאמיע ווען דאס טאש דריקט, קען מען נישט דן זיין קיין מענטשן. אויב דאס איז די אופן ווי אזוי הקב"ה שיקט זיי די פרנסה, וועל איך אודאי נישט פראבירן צו מקפח זיין פרנסתם.
די ספעציפישע אדיקציע פון וואס איך רעד איז אנדערש ווי אנדערע אדיקציעס וואס חוץ אנשטאט מכלה זיין נאר דעם גוף, איז דאס ספעציעל אויסגעשטעלט אויף אן אופן אז ווען מען פאלט דורך צוברעכט דאס דער מענטש בנפש אויף א שרעקליכע פארנעם. וויפיל מאל מען באשליסט ביי זיך אז גענוג איז גענוג, וועט די תאווה און נסיון פון "נאך איין" גובר זיין, און א דורכפאל איז כמעט ווי פארזיכערט.
יעדער ווייסט אודאי צו זאגן פון די באקאנטע אסטרייכער קוקיס, יא יא, טאקע די וואס זופן די מעל און באקוקן די אייער... הייבן הייבט מען אן בלויז מיט א טעימה קלה פשוט עפעס צובייסן צו די קאווע, אבער גאנץ שנעל אנערקענט מען די פאסקטע אין וועלכע מען איז אריינגעפאלן, און עס הויבט עס אן מאנען, בעטן, און נאגן פאר נאך. איינס און נאך איינס און נאך איינס, און דאס שטעלט זיך נישט אפ. פון קליין ביז גרויס ווייסט גאנץ כלל ישראל צו זאגן פון די באקאנטע קוקיס, דאס איז די שפיגעלע אין גראסערי!
אבער נישט דאס באדערט מיר.
די שווערסטע חלק איז די אינטערעסאנטע סארט פעקל וואס זיי ניצן. אנדערש ווי אנדערע מאכלים וואס קומען מיט א דעקל אדער זיפ לאק, קומט די אסטרייכער קוקיס מיט עפעס אזא אינטערעסאנטע סארט אייזן וואס מען דארף צוזאמען דרייען און אזוי עפענען און צומאכן. דאס באדערט מיר!
ווען מען מאכט זיך א קאווע און זוכענדיג פאר א שטיקל מזונות כאפט מען אפיר דעם אייקאנישער פעקל אסטרייכער קוקיס. פארשטייט זיך אז עס הייבט זיך אן בלויז ביי 3 קוקיס, און די פעקל דרייעט מען אזוי שיין צוזאמען און מען לייגט עס אויף די זייט. מען שעפשעט א צוזאג און מען פארשפרעכט אים אז צום ווידער זעהן די נעקסטע מאל מארגן.
אבער ווי נאר די דריי קוקיס זענען א פארגאנגענהייט, און זיך טרעפענדיג אז אז מען האט נאך דריי פערטל פון די קאווע, כאפט מען תיכף א בליק נאכאמאל אויפן פעקל אסטרייכער קוקיס און דערזעהענדיג די בעטענדיגע אויגן וואס די אומשולדיג ווייסע פעקל קוקיס שטעלט פאר, איז אטאמאטיש נתמלא רחמיו און מען נעמט ארויס נאך צוויי קוקיס...
פארשטייט זיך מען דרייט צוריק צוזאמען דאס פעקל, אבער דאס מאל געבט מען שוין א דריי אראפ דעם פעקל נאך אביסעל, וויבאלד עס פעלן שוין אפאר קוקיס... און מיט א הייסע צוזאג אז דאס איז עס פאר היינט. אבער וואס טוט מען ווען צוויי מינוט דערויף זעהט מען א די קוקיס שטייען און וויינען און בעטן זיך, ממש צעקה ואין מושיע לה? אזוי אכזריות'דיג צו זיין? מיר אידן זענען דאך רחמנים בני רחמנים, און אודאי וועלן מיר נישט לאזן די קוקיס וויינען פאר צו לאנג, און מען נעמט טאקע נאר "נאך איינס". מען דרייעט נאכאמאל שיין צוזאמען דאס פעקל, און דאס מאל געבט מען האסטיגע לייג אוועק דאס פעקל ביים אנדערע זייט טיש, ווי כאילו פון דארט קען מען עס נישט דערגרייכן...
אבער ליידער איז די טעות א ביטערע. א מינוט שפעטער טרעפט מען זיך נאכאמאל אויפדרייען דעם שיינעם פארמאכטן פעקל, און מען דערווישט ארויס נאך עטליכע קוקיס. און דערנאך פארמאכט מען עס נאכאמאל, אבער דאס מאל קען מען שוין ווייטער דרייען די צומאכער מיט נאך א דריי אויף אראפ.... און אזוי חזר'ט זיך עס איבער חוזר חלילה. מען עפענט, מען זאגט צו, מען דרייעט עס אראפ שיין כאילו מען לייגט דאס אוועק פאר א וואך צייט, און אודך, מען טרעפט זיך ווידער דאס עפענען....
די איבריגע פונטן ממילא, דאס וועל איך שוין אראפ שלינגען. אבער געוואלד, די סארט עפענער און צומאכער צוברעכט דאך די גייסט פונעם מענטש ווען יעדע מאל מאכט מען דאס צו מיט א פרישקייט כאילו דאס איז די לעצטע שיפמענט פאר היינט. דאס איז לכאורה די איינציגע מאכל על כל פני תבל, וואס האט אזא קאמפלעצירטע אופן ווי אזוי מען עפענט דאס און מאכט דאס צו.
א לעזונג דערצו האב איך טאקע נישט, אבער איין זאך וואס איך וואלט יא געוואלט וויסן איז פארוואס די לייכטע שמועסן קומט נישט ארויף ביי אקטיווע טעמעס? וואס איז פשט דערפון? וועמענס בייפאל איז דאס? טייערע חברים יקרים אהובים וידידים מיינע. איך וועל אייך דא אריינשטעלן אין תפיסה, און עטס קומטס נישט ארויס פון דא ווי לאנג עטס טוישט נישט צוריק אז די לייכטע שמועסן זאל ארויף קומען ביי די אקטיווע טעמעס.
@אסמכתא בעלמא @ווירקליך @צייטווייליג
פרייליכע מעלדונג פון צדק!
ב"ה מיר האבן מצליח געוועהן נאך גרויס השתדלות צו ארויסראטעווען כאטש איינעם, מען בעט נישט צו מאכן קיין פירסום, נישט טאנצן אין די גאסן, כדי מען זאל קענען שטילערהייט ארבעטן אויף די איבעריגע.
דא האט איר אים.
@הכל ריוח