כת לב טהור אין גוואטעמאלע

תקנות פון דעם פארום
מודעה משמחת.
אויפ'ן פארלאנג פון מערערע אקטיווע מיטגלידער, האבן מיר געעפנט איין נייע פארום וואו יעדער וועט קענען שרייבן, אבער יעדע תגובה וועט ערשיינען נאר נאכ'ן באשטעטיגן ווערן דורך א מנהל אדער אחראי.
יעדע נארמאלע שאלה אדער אינפארמאציע, איז וועלקאם און וועט ווערן אפראווד בס"ד אין די ערשטע מעגליכקייט.
עסקן נמרץ
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 192
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 12, 2025 11:36 am
x 1142

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך עסקן נמרץ »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 22, 2026 6:26 pm
מענדי קעניג האט געשריבן: זונטאג פעברואר 22, 2026 6:13 pm יעצט ווען כהאב באקומען דעיע מעסעדזש האב איך זיך מער אריינגעלייגט צו דאס מברר זיין ביז פאר מיר איז קלאר גיווארן אז דאס איז א פאלשע שמועה.
כהאב געעפענט "אידטיש" און גיפאוסט: לויט מיין אינפארמעשין איז דאס נישט אמת.

ווי זאגט יענער?

איך האב א טעיפ וואו מען הערט קלאר וויאזוי דער רבי ז"ל שניידט 'נישט' נעגל ערב שבת!
זייער א זיסע משל, אבער עס איז קלאר נישט געווען אמת.

און דער וואס האט עס ארויפגעלייגט ווייסט אויך אז ס'איז נישט אמת...
ארויסצוהעלפן די לב טהור יוצאים מיט ווארימע סכומים, ווארפט אריין אייער הארציגע נדבה.

https://toirem.org/23423

דיסקלעימער: אידטיש איז א פריוואטע אייגענטום, דעריבער אויב בין איך נישט אויף איין זייט מיט די הנהלה גייסטו נישט קענען ליינען מיין מעסידזש
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8714
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 21697

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך דער תהלים איד »

עסקן נמרץ האט געשריבן: זונטאג פעברואר 22, 2026 6:27 pm

הכ"ד, עסקן נמרץ.

און אפילו אויב דו ביסט גערעכט במציאות, פארשטיי איך די הנהלה אז קיינער האט נישט די קרעדיט דאס צו זאגן. דאס איז שטארק פארשטענדליך.
די וועלט איז לעכטיג (פונדערווייט זע איך 3 פיצעלע רויטע פלעקן: 1) קארופציע, 2) ליגנט זאגער, 3) טפשים)

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 22, 2026 6:29 pm

גערעכט אבער מ'קעו נישט מעקן ווייל איינער זאגט ס'איז נישט אמת.

מענדי האט נישט קיין שום אינטערעסע פאר לב טהור, מ'רעדט פון א פאקט וואס איז א מילתא דעבידא לגלויי וואס איז נתגלה געווארן, און אפילו אויב ס'איז נישט אמת איז עס נישט נוגע.
ארויסצוהעלפן די לב טהור יוצאים מיט ווארימע סכומים, ווארפט אריין אייער הארציגע נדבה.

https://toirem.org/23423

דיסקלעימער: אידטיש איז א פריוואטע אייגענטום, דעריבער אויב בין איך נישט אויף איין זייט מיט די הנהלה גייסטו נישט קענען ליינען מיין מעסידזש
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2401
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 7865

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בודקע »

פליז ווער ס'קען זאל זיכער מאכן אז מ'זעהט נישט נאך אזאלכע פאוסטס דא..
חצקל משמש האט געשריבן: זונטאג פעברואר 22, 2026 11:27 am 2 געוועזענע חברים געפונען זיך נישט מער מיט אינז.
אפי' בוסט גערעכט, בוסט נישט ביי דיר אינדערהיים, האלט דיין מיינונג ביי דיר אויב דו ווייסט אז דו טריגערסט א רעאקציע.

א דאנק מיינע טייערע חברים פון וועם כ'וויל מיך נישט שיידן..
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
חוקר ודורש
פרישער באניצער
פאוסטס: 37
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2025 10:01 am
x 155

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך חוקר ודורש »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 22, 2026 6:29 pm
עסקן נמרץ האט געשריבן: זונטאג פעברואר 22, 2026 6:27 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 22, 2026 6:26 pm

ווי זאגט יענער?

איך האב א טעיפ וואו מען הערט קלאר וויאזוי דער רבי ז"ל שניידט 'נישט' נעגל ערב שבת!
זייער א זיסע משל, אבער עס איז קלאר נישט געווען אמת.

און דער וואס האט עס ארויפגעלייגט ווייסט אויך אז ס'איז נישט אמת...
הכ"ד, עסקן נמרץ.

און אפילו אויב דו ביסט גערעכט במציאות, פארשטיי איך די הנהלה אז קיינער האט נישט די קרעדיט דאס צו זאגן. דאס איז שטארק פארשטענדליך.
די שמועה איז שוין געווארן באשטעטיגט בשעתו ביי מערער מענטשען אלץ פאלש. פעיק ניוז כפשוטו.

אויב אזוי, וואס זאגט איר פונקט? אז היות איינער האט עס מפרסם געווען און ער אליין האט נישט מודה געווען אז ס'איז נישט אמת, ממילא מיר דארף מעקן א תגובה וואס לאזט וויסן אז ס'איז געווען א פאלשע שמועה?!

זייט מיר מוחל, באט איי פשוט דאונט געט איט...
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8714
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 21697

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך דער תהלים איד »

חוקר ודורש האט געשריבן: זונטאג פעברואר 22, 2026 6:37 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 22, 2026 6:29 pm
עסקן נמרץ האט געשריבן: זונטאג פעברואר 22, 2026 6:27 pm

זייער א זיסע משל, אבער עס איז קלאר נישט געווען אמת.

און דער וואס האט עס ארויפגעלייגט ווייסט אויך אז ס'איז נישט אמת...
הכ"ד, עסקן נמרץ.

און אפילו אויב דו ביסט גערעכט במציאות, פארשטיי איך די הנהלה אז קיינער האט נישט די קרעדיט דאס צו זאגן. דאס איז שטארק פארשטענדליך.
די שמועה איז שוין געווארן באשטעטיגט בשעתו ביי מערער מענטשען אלץ פאלש. פעיק ניוז כפשוטו.

אויב אזוי, וואס זאגט איר פונקט? אז היות איינער האט עס מפרסם געווען און ער אליין האט נישט מודה געווען אז ס'נישט אמת, ממילא מיר דארף מעקן א תגובה וואס לאזט וויסן אז ס'נישט אמת?!

זייט מיר מוחל, באט איי פשוט דאונט געט איט...
באשטעטיגט ביי מערערע מענטשן אלס פאלש?

דו רעדסט פון א געשעעניש אין לב טהור. יא?

און א עסקן מיט טראסט האט עפעס דערציילט!

און איינער וואס זוכט צו טרעפן דעם עסקן אלס אומריכטיג זאגט קלאר אז נישט!... WOW. ער איז אליינס געווען אין גוטאמאלא!

און וואו מאכט אויס אויב ס'איז נישט אמת? ס'איז עפעס אן עבירה צו חתונה האבן מיט א גר? ניין.

איז דא גלייבט מען מער די וואס מ'ווייסט אז זיי רעדן נאר וואס זסיי ווייסן, נישט וואס זיי טראכטן!

און דו שרייסט? האסט טענות? אזס וואס? אז מ'גלייבט נישט איינעם וואס האט אליינס מברר געווען אין לב טהור??? זייט מיר מוחל, באט איי פשוט דאונט געט איט...
די וועלט איז לעכטיג (פונדערווייט זע איך 3 פיצעלע רויטע פלעקן: 1) קארופציע, 2) ליגנט זאגער, 3) טפשים)
חוקר ודורש
פרישער באניצער
פאוסטס: 37
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2025 10:01 am
x 155

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך חוקר ודורש »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 22, 2026 6:43 pm
חוקר ודורש האט געשריבן: זונטאג פעברואר 22, 2026 6:37 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 22, 2026 6:29 pm

הכ"ד, עסקן נמרץ.

און אפילו אויב דו ביסט גערעכט במציאות, פארשטיי איך די הנהלה אז קיינער האט נישט די קרעדיט דאס צו זאגן. דאס איז שטארק פארשטענדליך.
די שמועה איז שוין געווארן באשטעטיגט בשעתו ביי מערער מענטשען אלץ פאלש. פעיק ניוז כפשוטו.

אויב אזוי, וואס זאגט איר פונקט? אז היות איינער האט עס מפרסם געווען און ער אליין האט נישט מודה געווען אז ס'נישט אמת, ממילא מיר דארף מעקן א תגובה וואס לאזט וויסן אז ס'נישט אמת?!

זייט מיר מוחל, באט איי פשוט דאונט געט איט...
באשטעטיגט ביי מערערע מענטשן אלס פאלש?

דו רעדסט פון א געשעעניש אין לב טהור. יא?

און א עסקן מיט טראסט האט עפעס דערציילט!

און איינער וואס זוכט צו טרעפן דעם עסקן אלס אומריכטיג זאגט קלאר אז נישט!... WOW. ער איז אליינס געווען אין גוטאמאלא!

און וואו מאכט אויס אויב ס'איז נישט אמת? ס'איז עפעס אן עבירה צו חתונה האבן מיט א גר? ניין.

איז דא גלייבט מען מער די וואס מ'ווייסט אז זיי רעדן נאר וואס זסיי ווייסן, נישט וואס זיי טראכטן!

און דו שרייסט? האסט טענות? אזס וואס? אז מ'גלייבט נישט איינעם וואס האט אליינס מברר געווען אין לב טהור??? זייט מיר מוחל, באט איי פשוט דאונט געט איט...
ס'גראדע געווארן באשטעטיגט אלץ פאלש דורך שטילע עסקנים, אפשר עסקנים וואס געפעלט אייך נישט, אבער עסקנים וואס זענען נישט דא צו פארטייטיקן לב טהור.

די נקודה איז נישט אויב ס'איז שלעכט אדער נישט. די נקודה איז אז ס'געווען א פאלשע שמועה און ווען @מענדי קעניג און אנדערע האבן געלאזט וויסן אזוי, זייערע פאוסט איז געווארן געמעקט. קענסט מיר מסביר זיין פארוואס?

בד"וו, ווער שרייט? ווער האט טענות? מיר פרעגן פארוואס זיי האבן געמעקט א פאוסט וואס האט סה"כ געזאגט אז א געוויסע שמועה איז נישט אמת.
מענדי קעניג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 207
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 28, 2025 6:23 pm
Location: NY
x 2996

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מענדי קעניג »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 22, 2026 6:26 pm
מענדי קעניג האט געשריבן: זונטאג פעברואר 22, 2026 6:13 pm יעצט ווען כהאב באקומען דעיע מעסעדזש האב איך זיך מער אריינגעלייגט צו דאס מברר זיין ביז פאר מיר איז קלאר גיווארן אז דאס איז א פאלשע שמועה.
כהאב געעפענט "אידטיש" און גיפאוסט: לויט מיין אינפארמעשין איז דאס נישט אמת.

ווי זאגט יענער?

איך האב א טעיפ וואו מען הערט קלאר וויאזוי דער רבי ז"ל שניידט 'נישט' נעגל ערב שבת!
לאמיר דיר פארציילן נייעס
אמאל אין לב טהור בין איך גיווען א מלמד פאר קליינע קינדערליך און ב"ה איך האב שוין עקספירינס מיט דעם אז ווען איך פארצייל א מעשה צו פראוון מיין פוינט וועלן די קינדערליך גידענקען נאר די שיינע מעשה און נישט די פוינט.
סא לאמיר נישט פארלירן די געדולט און מסביר זיין נאך אמאל.

עס האט נישט צו טוהן צו די חתונה מעשה איז אמת צו נישט
די פוינט איז אז כבין אריין געקומען מיט א צווייטן מיינונג וואס איז נישט קעגן קיינע פון די קלאמפערשטע כללים דא און די מערכת האט דאס גימעקט.

חוץ פון דעם וואס לאמיר זעהן וועלכע דעת תורה האט גיגעבן א היתר צו מפרסם זיין אזא זאך וואס טוט וויי אומשילדיגע קינדערליך און האט נישט קיין שום תועלת לטובת המערכה אקעגן לב טהור
עסקן נמרץ
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 192
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 12, 2025 11:36 am
x 1142

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך עסקן נמרץ »

חוקר ודורש האט געשריבן: זונטאג פעברואר 22, 2026 6:49 pm
► Show Spoiler
די נקודה איז נישט אויב ס'איז שלעכט אדער נישט. די נקודה איז אז ס'געווען א פאלשע שמועה און ווען @מענדי קעניג און אנדערע האבן געלאזט וויסן אזוי, זייערע פאוסט איז געווארן געמעקט. קענסט מיר מסביר זיין פארוואס?
פארוואס איז עס נישט שלעכט.

ווען איינער וואלט געשיבן אויף סיי וועלכע פרוי אז זי האט חתונה געהאט מיט א ספאנישט נארוואס געווארנע גיורת וואלט עס זייער ווייגעטוהן פאר די קינדער-משפחה און ארום.

אויב איז עס זייער וויכטיג לטובת המערכה איז איין זאך, אבער אויב איז עס סתם געווען א פליטת פה פון די ראש העסקנים און איינער וויל עס פארעכטן קומט בכלל נישט אריין דעת תורה אויב מ'זאל עס מעקן אדער נישט...
ארויסצוהעלפן די לב טהור יוצאים מיט ווארימע סכומים, ווארפט אריין אייער הארציגע נדבה.

https://toirem.org/23423

דיסקלעימער: אידטיש איז א פריוואטע אייגענטום, דעריבער אויב בין איך נישט אויף איין זייט מיט די הנהלה גייסטו נישט קענען ליינען מיין מעסידזש
כבוד מלכים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 199
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:50 pm
x 797

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך כבוד מלכים »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 22, 2026 6:43 pm
חוקר ודורש האט געשריבן: זונטאג פעברואר 22, 2026 6:37 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 22, 2026 6:29 pm

הכ"ד, עסקן נמרץ.

און אפילו אויב דו ביסט גערעכט במציאות, פארשטיי איך די הנהלה אז קיינער האט נישט די קרעדיט דאס צו זאגן. דאס איז שטארק פארשטענדליך.
די שמועה איז שוין געווארן באשטעטיגט בשעתו ביי מערער מענטשען אלץ פאלש. פעיק ניוז כפשוטו.

אויב אזוי, וואס זאגט איר פונקט? אז היות איינער האט עס מפרסם געווען און ער אליין האט נישט מודה געווען אז ס'נישט אמת, ממילא מיר דארף מעקן א תגובה וואס לאזט וויסן אז ס'נישט אמת?!

זייט מיר מוחל, באט איי פשוט דאונט געט איט...
באשטעטיגט ביי מערערע מענטשן אלס פאלש?

דו רעדסט פון א געשעעניש אין לב טהור. יא?

און א עסקן מיט טראסט האט עפעס דערציילט!

און איינער וואס זוכט צו טרעפן דעם עסקן אלס אומריכטיג זאגט קלאר אז נישט!... WOW. ער איז אליינס געווען אין גוטאמאלא!

און וואו מאכט אויס אויב ס'איז נישט אמת? ס'איז עפעס אן עבירה צו חתונה האבן מיט א גר? ניין.

איז דא גלייבט מען מער די וואס מ'ווייסט אז זיי רעדן נאר וואס זסיי ווייסן, נישט וואס זיי טראכטן!

און דו שרייסט? האסט טענות? אזס וואס? אז מ'גלייבט נישט איינעם וואס האט אליינס מברר געווען אין לב טהור??? זייט מיר מוחל, באט איי פשוט דאונט געט איט...
עס איז נישט קיין עבירה און נישט קיין חסרון, עס איז גאר א מצוה חתונה צו האבן.
אבער דערווייל האט דאס נישט פאסירט.

לאמיר זאגן אז יא, פארוואס איז פארבאטן צו מענדי צו שרייבן זיין מיינונג, נאך וואס ער האט פראבירט מברר צו זיין? פארוואס ווערט ער געמעקט? איז עס ממש א שטער פאר הצלת ילדי לב טהור אויב איינער האלט אז די חתונה איז דערווייל נישט אנגעקומען? ווי איז עס נוגע למעשה וואס ער האלט? בלויז ווייל ער קריגט זיך מיט א מציאות מיט א צווייטען? אידטיש איז נישט סובל קיין צוויי מיינונגן?

לעניות דעתי השפל והנבזה איז די געמעקעריי לעצטענס א דבר הצריך תיקון גדול, אדער לכה"פ געשריבענע תקנות צו וואס מען האלט 24/7 (א חוץ ווען די 'דעת תורה' זאגט אנדערש). און נישט געטריבן דורך אגאנדעס.
ניק'ס וואס געבן אוועק טייערע צייט צו שרייבן, קומט זיי נישט מען זאל זיי מעקן כהרף עין.
אין כל חדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 123
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 10, 2025 12:12 am
Location: blooming groove
x 1232

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך אין כל חדש »

מענדי קעניג האט געשריבן: זונטאג פעברואר 22, 2026 6:13 pm
ווירקליך האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 20, 2026 2:42 pm גיימיר נעמען אביסל אן אומפאסיגע ליין, און רעדן וואס מברויך אפשר נישט רעדן.

דא זיצן מערערע עסקנים, כולם אהובים, אלע צדיקים און בעלי מסירת נפש, און ווי די ליינער זעען זענען צומאל דא חילוקי דעות צווישן די ראשי עסקנים (הרב בלום און הרב גרינהוט) און די אנדערע עסקנים. אמאל קלייניגקייטן, אמאל איבער די מאס שארפקייט, און עס קען גיין נאך ווייטער. וכדומה.

איך ווייס ס'קען אויסקוקן ווי די הנהלה דא האט פשוט באשלאסן צו נעמען א צד, און גייען מיט דעם שיטה.

לכתחילה וואלט בעסער געווען ס'הייסט טאקע אזוי, ווייל וואס פעלט אויס צו רעדן איבריג? ווילסט זאגן אז מיר זענען איינזייטיג? זאג. אבער אז עטליכע אנגעבליכע עסקנים האבן געשפירט פאר וויכטיג צו אטאקירן דא די חברי המערכת פריוואט, לאמיך יא גיין איין טריט פאראויס.

1. די אטאקע איבער הוצאת לעז איז נישט גערעכט. איינער פון די חברי המערכת האט זיך אפגעגעבן מיט דעם א.ג. הוצאת לעז און געווען פארנומען באישי מיט דעם אטאקירער דא, און קלארגעשטעלט אז געוויסע שארפע לשונות זענען פשוט פארזען געווארן דורך אונז און מהאט עס קעיר גענומען. סא קומען אטאקירן כאילו אידטיש לאזט עס איז אן עוולה נוראה, און א געפערליכע פאלשקייט פון דעם אטאקירער. פאלש פאלש.

אגב, כ'ווארט צו באקומען סקרינשאטס פון דעם אישי שמועס, אבער כ'מיין דער ציבור וועט הנאה האבן צו זען ווי יענער האט נישט אויפגעהערט ארויסברענגען אז בכלל זענען די ראשי עסקנים נישט גערעכט וכו', עפעס וואס האט אונז נאר באשטעטיגט אז יענער ארבעט - אין בעסטן פאל - מיט געפיל אנשטאט לאגיק.

שרייבער טייערער, זאגסט ס'דא הוצאת לעז? גוט. אראפ. ווילסט יעצט בכלל קאנווינסן אז די ראשי המערכה זענען שלעכט? אםםם, האסט פארלוירן יעדע ביסל קרעדיט ביי אונז. ווייל:

2. אסאך האבן שוין פרובירט אונז ערקלערן וואסערע אומרעכטן די סגירת-לב-טהור עסקנים טוען. די גוטע נייעס איז אז די ראשי העסקנים ווערן נישט נערוועז פון אונזערע מוטשערייען, און יעדע מאל מיר הערן א טענה אויף זיי, רופן מיר זיי אן און זיי צענעמען יענעם ספעציפישן מציאות אויף קליינגעלט ביז זאכן ווערן קלאר וועלכע פון די טענות האבן האפט און וועלכע נישט. און פון די איבער-א-יאר ערפארונג אין דעם נושא האבן מיר זיך איבערצייגט אז יעדע זאך וואס זיי טוען האט בעקינג. יא, יעדע. דערווייל.

און, כאפט אייך שטארק אן, אבער וויפיל מיר זענען שוין נאכגעגאנגען זאכן האבן מיר נאכנישט געכאפט ר' יואל יהושע העשיל בלום ביי א ליגנט. איר ווילט זייער מיר זאלן אים כאפן? מיר ווילן אויך. ס'איז אונז דערווייל נאכנישט געלונגען.

3. כמעט יעדער פון די חברי המערכת האט שוין באקומען טעלעפאן רופן פון חשובע רבנים און דיינים וועגן דעם אשכול. ס'פאסירט זייער אפט. געווענליך הייבט זיך עס אן אז דער רב דערציילט אז א געוויסער חשוב'ער עסקן האט אים געזאגט וואס מ'רעדט דא, און אז מ'פארגיסט דא בלוט, וכו'.

ענדיגן ענדיגט זיך עס עפ"י רוב מיט דעם: מיר זאגן פארן רב אז די ראשי עסקנים זענען גרייט צו קומען צום רב אויסשמועסן די מציאות. עס איז שוין געווען אז די ראשי עסקנים האבן געאפערט צו אונטערשרייבן א צעטל אז אויב דער רב הערט אויס ביידע צדדים און פסק'נט אז די עסקנים זענען נישט גערעכט מיט'ן שרייבן כך וכך וכדו', קומען זיי ארויס מיט אן עפענטליכן התנצלות (מיר זענען ערנסט! יעדע מאל מען זאגט אזאנס פאר א רב באקומען מיר תיכף ומיד אן אקעי פון די ראשי עסקנים, און איינער פון די חברי המערכת וואס איז גרייט צו גיין און מיטהאלטן דעם פראצעדור), די עסקנים בעהטן בלויז איין תנאי, אז די צד שכנגד זאל אויכעט אונטערשרייבן אזא צעטל...

קיינער פון די פילצאליגע צדדים שכנגד האבן נאכנישט מסכים געווען. קיינער. מיר זענען שוין געווען ביזי שעות לאנג מיט אזעלכע זאכן ביז אלעמאל איז דער צווייטער זייט נעלם געווארן ווען תכלית איז געקומען נאנט.

סאו, טייערע אידן, ווערטס נישט היסטעריש...

יא, אסאך חשובע עסקנים דא העלפן די יוצאי לב טהור בלב ובנפש במסירת נפש ממש. אבער נישט יעדער מיט גוטע רצונות איז פאסיג צו זיין א גענעראל אויפ'ן פראנט. נישט יעדער מיט גוטע רצונות איז גוט באהאוונט אין די קולטישע טאקטיקן. און נישט יעדער מיט גוטע רצונות קען זיך אויס מיט די לעגאלע חלקים. און נישט יעדער מיט גוטע פעולות איז גאראנטירט אז ער ווערט נישט פאר'נערט פון העצערייען און מעשיות וואס בויען זיך ווי א בנין, פשוט ווייל די צווייטע צד האבן נישט די צייט זיך אפצוגעבן מיט אלע גרופעס למיניהם.

מיר שעצן באמת די אלע עסקנים, אבער דער אמת מעג אמאל געזאגט ווערן... יישר כח פאר די אטענשן טו דיס מעטער.

זייער א שיינע דרשה כהאב ממש הנאה...

לאמיר פארציילן א מעשה... פאר נישט לאנג צוריק איז דא ארויף געקומען א ניק וואס האט פארציילט איבער יואליש ראזנערס מעשים וכו און איבער די חתונה פון מרת עליאס מיט די גר.
ווען כהאב גיזעהן די פאוסט האב איך גיהאלטן נאך א שווערע טאג ארבעט, כהאב נישט גיהאט קיין כוח צו טראכטן צו סאיז אמת צו נישט אוודאי נישט צו רעספאנדן, כהאב פשוט געמישט ווייטער סהאט מיר אויס גיזעהן ווי די עולם האט הנאה פון די פיינע מודעה, אוקעי פיין און וואויל.

א טאג צוויי נאכדעם באקום איך א מעסידזש פון איינעם וואס דעיע פירסום איז עהם זייער פערסנאל ווי ער פרעגט היות כבין גיווען אין בבל אפאר טעג פארדעם צו כהאב עפעס קלארערע אינפארמעשין.

למעשה איך האב שוין גיהאט גיהערט די שמועה פון אנדערע פאר כבין געפארן קיין בבל סא אין די צייט וואס כהאב דארטן פארברענגט האב איך דאס מברר געווען עד מקום שידי מגעת.
יעצט ווען כהאב באקומען דעיע מעסעדזש האב איך זיך מער אריינגעלייגט צו דאס מברר זיין ביז פאר מיר איז קלאר גיווארן אז דאס איז א פאלשע שמועה.
כהאב געעפענט "אידטיש" און גיפאוסט: לויט מיין אינפארמעשין איז דאס נישט אמת.
אפאר מיניט שפעטער איז דאס גיווארן גימעקט.

לאמיר נישט רעדן פון דעם אז אפילו וואלט דאס גיווען אמת איז דאס אומרעכטיג צו מפרסם זיין ווייל דאס אינוואלפט אין זיר אומשילדיגע נפשות און קליינע קינדער וואס קענען דאס נעמען זייער פערסנאל און ווערן פארשעמט לפני כל עם ישראל.

יעצט ווילט איר מיך זאגן אז מפרעגט שטענדיג א דעת תורה פאר מבאשמיצט איינעם... יא, איך גלייב.
ווילט איר מיך זאגן אז ממעקט נאר זאכן וואס איז סתם איבעריגע טענה'רייען... איך גלייב דעס אויכעט.
ווילט איר מיך זאגן אז ממעקט נאר זאכן וואס שטערן די מערכה אקעגן לב טהור... אוקעי דאס אויכעט נעם איך אן.

פארשטייט זיך אז איך ווארט נישט אויף קיין תשובה ווייל איך לייג אריין מיין אייגענע אויפגימאכטע פאקטן...
לאמיר אלע זיין אמתדיג, סנישט דא דא קיין כללים נישט קיין סיסטעם און זיכער נישט קיין דעת תורה (נישט אז איך האלט אז מדארף האבן, אבער רעדט מיך נישט איין) ממעקט יעדן זאך וואס זאגט אנדערש פון איין געוויסע מיינונג.
יא, דאס איז וואס איך זעה.
Prove me wrong...
אפשר ביסטו דא מברר ברבים ווי אזוי די האסט דאס מברר געווען??? וואספארא אינפא האסטו באקומען וואס האט דיך געברענקט צו דיין החלטה אז די מעשה איז נישט אמת??? האסט אליינס געפרעגט???...., און פאר דיך וועט "ער" נישט זאגן קיין ליגענט, אהא וויפיל שקרים די האסט שוין פון עם געהערט האסטו אויך פארגעסן???

אונז זענען נישט דא דן צו מען מעקט ביושר אדער שלא ביושר, ד.א. אונזער תגובה איז שוין געווען פארשפארט צוליב א נישט ריכטיגע פאסט לויט די פארשריפטן פון די מערכת.

איין זאך איז קלאר וואס די מערכת האלט שוין מיט פון אנהייב אן אז די עסקנים קומען נישט דא פארקויפן קיין שקרים, "ליידער איז דא די והותר עדיות ווי אומשילדיגע נפשות און קליינע קינדער זענען געהארגעט געווארן כפשוטו כמשמעו, צו די אלע וואס מען האט גייסטיש געהארגעט, וואס איז נאך קיינמאל נישט נתפרסם געווארן ברבים, מען האלט נאך זייער זייער ווייט פון דארפן אנקומען צו שקרים ארויס צו ברענגן ווי אזוי לב טמא האט פארקויפט גופים און נשמות פאר א נזיד עדשים, פאר כל צרי וכל זב וואס איז אנגעקומען צו לב טהור, און מען האט געוואלט זיכער מאכן אז ער בלייבט ביי זיי, האט מען געכאפט ווער עס איז אוועלאבעל און שנעל חתונה געמאכט, אז ער זאל בלייבן האסטיטש ביי זיי.

אונז האבן נישט געשריבן די נייעס ווייל אונז זענען דא צו סתם צו פארציילן נייעס, נאר ארויס צו ברענגן מקצת מן המקצת וואס לב טמא האט געטון אלע יארן בנוגע די נושא פון שידוכים, ווי אן זיך רעכענען מיט סיי וועם, איז איעדער פארקויפט געווארן דורך די פירערשאפט, אן נעמען און באטראכט אז נעמען א מאמע פון קינדער און הייסען חתונה האבן מיט א גר מיינט פארשעמען אומשילדיגע נפשות און קליינע קינדער וואס קענען דאס נעמען זייער פערסנאל און ווערן פארשעמט לפני כל עם ישראל.

די ביסט נאך געווען ביי לב טמא ווען א איינער וואס איז שוין געווען א חתן, האט מען אוועק גענומען זיין כלה און געגעבען פאר א פרישע אורח וואס איז אנגעקומען צו לב טמא, נאר כדי זיכער צומאכן אז ער זאל בלייבן ביי לב טהור, אן בכלל פרעגן די חתן צו ער איז מסכים אפצולויזן די שידוך, אן נעמען און באטראכט אז די פריש אנגעקומענער איז נישט צלול בדעתו, די עיקר די פאפאלעישן וואקסט, און נאכן אפגט'ן די פריש אנגעקומענער אורח, נאך וואס ער האט שוין געהאט א קינד, האט מען גענומען די גרושה מיטן קינד, און צוריק געגעבען פאר געוועזענעם חתן.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8714
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 21697

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך דער תהלים איד »

עגעין, א עסקן וואס האט פול קרעדיט אז ער שרייבט נישט אין די וועלט אריין, האט געשריבן א נייעס פון גוואטומאלא.

1) @מענדי קעניג - אדער סיי ווער - האט "נישט" קיין קרעדיט צו זאגן אנדערש. ניין מיין פריינט, דו ווייסט נישט וואס די ראשי עסקנים ווייסן יא. הערסט? איך האב דיר מורא'דיג ליב, און פון מיין זייט מעג אפילו @עסקן נמרץ האבן מאסיווע רעספעקט פאר די חכמה און פארשטענדליכקייט סיי פון דיר און סיי פון @חוקר ודורש, יעדער מעג האבן זיינע מיינונגען און אפשאצונגען. אבער, איר האט נישט קיין קרעדיט צו זאגן אז א זאך איז "נישט געשען".

2) ס'איז נישט די רעדע פון הוצאות שם רע, אדער לשה"ר, ס"ה איז מעגליך אז איינעם געפעלט עס נישט.

3) יעצט... וויפיל בלעטער גיי איך יעצט ליינען איבער דעם??? און דאס גייט נאך זאגאר זיין א באווייז אז די הנהלה פרעגט נישט א דעת תורה?

שיקטס מיר טיילענאל.
די וועלט איז לעכטיג (פונדערווייט זע איך 3 פיצעלע רויטע פלעקן: 1) קארופציע, 2) ליגנט זאגער, 3) טפשים)
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8714
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 21697

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך דער תהלים איד »

כבוד מלכים האט געשריבן: זונטאג פעברואר 22, 2026 7:05 pmלאמיר זאגן אז יא, פארוואס איז פארבאטן צו מענדי צו שרייבן זיין מיינונג, נאך וואס ער האט פראבירט מברר צו זיין? פארוואס ווערט ער געמעקט?
דאס דארפסטו פרעגן דעם מעקער.

איך רעד דא פון קאמאן סענס.

פאלט דיר נישט ביי אז די לעצטע 10 תגובות זענען די הסבר אויף דיין שאלה? דער אחראי דא האט שוין 60 מאל געזאגט אז אין דעם אשכול איז ער זייער מחמיר ס'זאל נישט ווערן קיין פלעפלערייען. @מענדי קעניג'ס זאגן אז א מעשה פון גוואטומאלע איז "נישט געשען" איז אין זיינע אויגן געווען א אנהויב פון פלעפלירייען.

איז עס נישט?... איז ער נישט גערעכט?!...
די וועלט איז לעכטיג (פונדערווייט זע איך 3 פיצעלע רויטע פלעקן: 1) קארופציע, 2) ליגנט זאגער, 3) טפשים)
כבוד מלכים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 199
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:50 pm
x 797

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך כבוד מלכים »

די פלעפלערייען איז איבער די געמעקעריי, און איבער רשות צו האבן א מיינוג, נישט איבער זיין ארגינעלע תגובה.
מענדי קעניג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 207
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 28, 2025 6:23 pm
Location: NY
x 2996

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מענדי קעניג »

אין כל חדש האט געשריבן: זונטאג פעברואר 22, 2026 7:08 pm
מענדי קעניג האט געשריבן: זונטאג פעברואר 22, 2026 6:13 pm
ווירקליך האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 20, 2026 2:42 pm גיימיר נעמען אביסל אן אומפאסיגע ליין, און רעדן וואס מברויך אפשר נישט רעדן.

דא זיצן מערערע עסקנים, כולם אהובים, אלע צדיקים און בעלי מסירת נפש, און ווי די ליינער זעען זענען צומאל דא חילוקי דעות צווישן די ראשי עסקנים (הרב בלום און הרב גרינהוט) און די אנדערע עסקנים. אמאל קלייניגקייטן, אמאל איבער די מאס שארפקייט, און עס קען גיין נאך ווייטער. וכדומה.

איך ווייס ס'קען אויסקוקן ווי די הנהלה דא האט פשוט באשלאסן צו נעמען א צד, און גייען מיט דעם שיטה.

לכתחילה וואלט בעסער געווען ס'הייסט טאקע אזוי, ווייל וואס פעלט אויס צו רעדן איבריג? ווילסט זאגן אז מיר זענען איינזייטיג? זאג. אבער אז עטליכע אנגעבליכע עסקנים האבן געשפירט פאר וויכטיג צו אטאקירן דא די חברי המערכת פריוואט, לאמיך יא גיין איין טריט פאראויס.

1. די אטאקע איבער הוצאת לעז איז נישט גערעכט. איינער פון די חברי המערכת האט זיך אפגעגעבן מיט דעם א.ג. הוצאת לעז און געווען פארנומען באישי מיט דעם אטאקירער דא, און קלארגעשטעלט אז געוויסע שארפע לשונות זענען פשוט פארזען געווארן דורך אונז און מהאט עס קעיר גענומען. סא קומען אטאקירן כאילו אידטיש לאזט עס איז אן עוולה נוראה, און א געפערליכע פאלשקייט פון דעם אטאקירער. פאלש פאלש.

אגב, כ'ווארט צו באקומען סקרינשאטס פון דעם אישי שמועס, אבער כ'מיין דער ציבור וועט הנאה האבן צו זען ווי יענער האט נישט אויפגעהערט ארויסברענגען אז בכלל זענען די ראשי עסקנים נישט גערעכט וכו', עפעס וואס האט אונז נאר באשטעטיגט אז יענער ארבעט - אין בעסטן פאל - מיט געפיל אנשטאט לאגיק.

שרייבער טייערער, זאגסט ס'דא הוצאת לעז? גוט. אראפ. ווילסט יעצט בכלל קאנווינסן אז די ראשי המערכה זענען שלעכט? אםםם, האסט פארלוירן יעדע ביסל קרעדיט ביי אונז. ווייל:

2. אסאך האבן שוין פרובירט אונז ערקלערן וואסערע אומרעכטן די סגירת-לב-טהור עסקנים טוען. די גוטע נייעס איז אז די ראשי העסקנים ווערן נישט נערוועז פון אונזערע מוטשערייען, און יעדע מאל מיר הערן א טענה אויף זיי, רופן מיר זיי אן און זיי צענעמען יענעם ספעציפישן מציאות אויף קליינגעלט ביז זאכן ווערן קלאר וועלכע פון די טענות האבן האפט און וועלכע נישט. און פון די איבער-א-יאר ערפארונג אין דעם נושא האבן מיר זיך איבערצייגט אז יעדע זאך וואס זיי טוען האט בעקינג. יא, יעדע. דערווייל.

און, כאפט אייך שטארק אן, אבער וויפיל מיר זענען שוין נאכגעגאנגען זאכן האבן מיר נאכנישט געכאפט ר' יואל יהושע העשיל בלום ביי א ליגנט. איר ווילט זייער מיר זאלן אים כאפן? מיר ווילן אויך. ס'איז אונז דערווייל נאכנישט געלונגען.

3. כמעט יעדער פון די חברי המערכת האט שוין באקומען טעלעפאן רופן פון חשובע רבנים און דיינים וועגן דעם אשכול. ס'פאסירט זייער אפט. געווענליך הייבט זיך עס אן אז דער רב דערציילט אז א געוויסער חשוב'ער עסקן האט אים געזאגט וואס מ'רעדט דא, און אז מ'פארגיסט דא בלוט, וכו'.

ענדיגן ענדיגט זיך עס עפ"י רוב מיט דעם: מיר זאגן פארן רב אז די ראשי עסקנים זענען גרייט צו קומען צום רב אויסשמועסן די מציאות. עס איז שוין געווען אז די ראשי עסקנים האבן געאפערט צו אונטערשרייבן א צעטל אז אויב דער רב הערט אויס ביידע צדדים און פסק'נט אז די עסקנים זענען נישט גערעכט מיט'ן שרייבן כך וכך וכדו', קומען זיי ארויס מיט אן עפענטליכן התנצלות (מיר זענען ערנסט! יעדע מאל מען זאגט אזאנס פאר א רב באקומען מיר תיכף ומיד אן אקעי פון די ראשי עסקנים, און איינער פון די חברי המערכת וואס איז גרייט צו גיין און מיטהאלטן דעם פראצעדור), די עסקנים בעהטן בלויז איין תנאי, אז די צד שכנגד זאל אויכעט אונטערשרייבן אזא צעטל...

קיינער פון די פילצאליגע צדדים שכנגד האבן נאכנישט מסכים געווען. קיינער. מיר זענען שוין געווען ביזי שעות לאנג מיט אזעלכע זאכן ביז אלעמאל איז דער צווייטער זייט נעלם געווארן ווען תכלית איז געקומען נאנט.

סאו, טייערע אידן, ווערטס נישט היסטעריש...

יא, אסאך חשובע עסקנים דא העלפן די יוצאי לב טהור בלב ובנפש במסירת נפש ממש. אבער נישט יעדער מיט גוטע רצונות איז פאסיג צו זיין א גענעראל אויפ'ן פראנט. נישט יעדער מיט גוטע רצונות איז גוט באהאוונט אין די קולטישע טאקטיקן. און נישט יעדער מיט גוטע רצונות קען זיך אויס מיט די לעגאלע חלקים. און נישט יעדער מיט גוטע פעולות איז גאראנטירט אז ער ווערט נישט פאר'נערט פון העצערייען און מעשיות וואס בויען זיך ווי א בנין, פשוט ווייל די צווייטע צד האבן נישט די צייט זיך אפצוגעבן מיט אלע גרופעס למיניהם.

מיר שעצן באמת די אלע עסקנים, אבער דער אמת מעג אמאל געזאגט ווערן... יישר כח פאר די אטענשן טו דיס מעטער.

זייער א שיינע דרשה כהאב ממש הנאה...

לאמיר פארציילן א מעשה... פאר נישט לאנג צוריק איז דא ארויף געקומען א ניק וואס האט פארציילט איבער יואליש ראזנערס מעשים וכו און איבער די חתונה פון מרת עליאס מיט די גר.
ווען כהאב גיזעהן די פאוסט האב איך גיהאלטן נאך א שווערע טאג ארבעט, כהאב נישט גיהאט קיין כוח צו טראכטן צו סאיז אמת צו נישט אוודאי נישט צו רעספאנדן, כהאב פשוט געמישט ווייטער סהאט מיר אויס גיזעהן ווי די עולם האט הנאה פון די פיינע מודעה, אוקעי פיין און וואויל.

א טאג צוויי נאכדעם באקום איך א מעסידזש פון איינעם וואס דעיע פירסום איז עהם זייער פערסנאל ווי ער פרעגט היות כבין גיווען אין בבל אפאר טעג פארדעם צו כהאב עפעס קלארערע אינפארמעשין.

למעשה איך האב שוין גיהאט גיהערט די שמועה פון אנדערע פאר כבין געפארן קיין בבל סא אין די צייט וואס כהאב דארטן פארברענגט האב איך דאס מברר געווען עד מקום שידי מגעת.
יעצט ווען כהאב באקומען דעיע מעסעדזש האב איך זיך מער אריינגעלייגט צו דאס מברר זיין ביז פאר מיר איז קלאר גיווארן אז דאס איז א פאלשע שמועה.
כהאב געעפענט "אידטיש" און גיפאוסט: לויט מיין אינפארמעשין איז דאס נישט אמת.
אפאר מיניט שפעטער איז דאס גיווארן גימעקט.

לאמיר נישט רעדן פון דעם אז אפילו וואלט דאס גיווען אמת איז דאס אומרעכטיג צו מפרסם זיין ווייל דאס אינוואלפט אין זיר אומשילדיגע נפשות און קליינע קינדער וואס קענען דאס נעמען זייער פערסנאל און ווערן פארשעמט לפני כל עם ישראל.

יעצט ווילט איר מיך זאגן אז מפרעגט שטענדיג א דעת תורה פאר מבאשמיצט איינעם... יא, איך גלייב.
ווילט איר מיך זאגן אז ממעקט נאר זאכן וואס איז סתם איבעריגע טענה'רייען... איך גלייב דעס אויכעט.
ווילט איר מיך זאגן אז ממעקט נאר זאכן וואס שטערן די מערכה אקעגן לב טהור... אוקעי דאס אויכעט נעם איך אן.

פארשטייט זיך אז איך ווארט נישט אויף קיין תשובה ווייל איך לייג אריין מיין אייגענע אויפגימאכטע פאקטן...
לאמיר אלע זיין אמתדיג, סנישט דא דא קיין כללים נישט קיין סיסטעם און זיכער נישט קיין דעת תורה (נישט אז איך האלט אז מדארף האבן, אבער רעדט מיך נישט איין) ממעקט יעדן זאך וואס זאגט אנדערש פון איין געוויסע מיינונג.
יא, דאס איז וואס איך זעה.
Prove me wrong...

אונז זענען נישט דא דן צו מען מעקט ביושר אדער שלא ביושר, ד.א. אונזער תגובה איז שוין געווען פארשפארט צוליב א נישט ריכטיגע פאסט לויט די פארשריפטן פון די מערכת.

איין זאך איז קלאר וואס די מערכת האלט שוין מיט פון אנהייב אן אז די עסקנים קומען נישט דא פארקויפן קיין שקרים, "ליידער איז דא די והותר עדיות ווי אומשילדיגע נפשות און קליינע קינדער זענען געהארגעט געווארן כפשוטו כמשמעו, צו די אלע וואס מען האט גייסטיש געהארגעט, וואס איז נאך קיינמאל נישט נתפרסם געווארן ברבים, מען האלט נאך זייער זייער ווייט פון דארפן אנקומען צו שקרים ארויס צו ברענגן ווי אזוי לב טמא האט פארקויפט גופים און נשמות פאר א נזיד עדשים, פאר כל צרי וכל זב וואס איז אנגעקומען צו לב טהור, און מען האט געוואלט זיכער מאכן אז ער בלייבט ביי זיי, האט מען געכאפט ווער עס איז אוועלאבעל און שנעל חתונה געמאכט, אז ער זאל בלייבן האסטיטש ביי זיי.

אונז האבן נישט געשריבן די נייעס ווייל אונז זענען דא צו סתם צו פארציילן נייעס, נאר ארויס צו ברענגן מקצת מן המקצת וואס לב טמא האט געטון אלע יארן בנוגע די נושא פון שידוכים, ווי אן זיך רעכענען מיט סיי וועם, איז איעדער פארקויפט געווארן דורך די פירערשאפט, אן נעמען און באטראכט אז נעמען א מאמע פון קינדער און הייסען חתונה האבן מיט א גר מיינט פארשעמען אומשילדיגע נפשות און קליינע קינדער וואס קענען דאס נעמען זייער פערסנאל און ווערן פארשעמט לפני כל עם ישראל.
קודם כל. איך בין געקומען רעספאנדן צו א מודעה פון די מערכת און יא, איך קום טענהן דא צו מען מעקט ביושר לפי כללים אדער לפי א געוויסע מיינונג.

צווייטנס. דאס וואס דו שרייבסט דא, דאס איז גיווען דיין סיבה צו פארשפרייטן א שמועה (צו סאיז אמת צו נישט איז שוין נישט קיין נפקא אמינא) וואס קען וויי טוהן און פארגיסן אומשילדיגע קינדערליכ'ס בליט?

כדי צו פראוון אז לב טהור פארגיסט בליט טוהסטו דו זעלבע זאך?

איז דאס נישט וואס דו אליינס האט יעצט גיזאגט?

זיי מיר מסביר אויב כהאב דיר נישט גוט פארשטאנען.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8714
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 21697

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך דער תהלים איד »

כבוד מלכים האט געשריבן: זונטאג פעברואר 22, 2026 7:28 pm די פלעפלערייען איז איבער די געמעקעריי, און איבער רשות צו האבן א מיינוג, נישט איבער זיין ארגינעלע תגובה.
רייט.

און ווען דער מעקער וואלט געלאזט די תגובה וואלט געווען שא שטיל.

איי גאט יו...

ס'גוט. לאמיר גיין נאך אפאר בלעטער איבער אויב א גיורות האט יא אדער נישט חתונה געהאט, און צו דאס איז א באווייז צו @מענדי קעניג אז דא איז נישט דא קיין דעת תורה. יויש איך קען נישט שרייבן די ווערטער אן א ענדע: די טעמע איז ממש וואונדערבאר...
די וועלט איז לעכטיג (פונדערווייט זע איך 3 פיצעלע רויטע פלעקן: 1) קארופציע, 2) ליגנט זאגער, 3) טפשים)
כבוד מלכים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 199
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:50 pm
x 797

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך כבוד מלכים »

עס איז סאך מער ווי א גיורת האט יא אדער נישט חתונה...
ווען עס וואלט געווען בלויז דאס, וואלט דאך דער מעקער נישט געגעבן דעם שלענק צו מעקן אפילו.

עס איז איבער די כסדר'דיגע אומ'יושר'דיגע געמעקעריי.

פיין, גענוג געווען פאר היינט.
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 766
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1528

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ווירקליך »

איך שפיר אז דער שמועס דא איז ארויס פון די געזונטע גדרים.

מיר מעקן אסאך, פון ביידע זייטן, ווייל מיר ווילן נישט ס'זאל ווערן דא א היציגע שמועס.

מענדי היקר, מיר האבן דיר שוין אויך אסאך געמעקט, אמת, אבער עפ"י רוב אזעלכע תגובות וואס האבן פשוט רעאגירט צו אנדערע, און וואלטן געטריגערט אז היציגע שמועס.

מיר זוכן נישט צו טרעטן אויף קיינעם, מיר האבן אונזער דעת תורה וואס יא און וואס נישט צו לאזן, און אמאל מאכט זיך א טעות אויך.
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
אין כל חדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 123
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 10, 2025 12:12 am
Location: blooming groove
x 1232

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך אין כל חדש »

מענדי קעניג האט געשריבן: זונטאג פעברואר 22, 2026 7:35 pm
אין כל חדש האט געשריבן: זונטאג פעברואר 22, 2026 7:08 pm
מענדי קעניג האט געשריבן: זונטאג פעברואר 22, 2026 6:13 pm

זייער א שיינע דרשה כהאב ממש הנאה...

לאמיר פארציילן א מעשה... פאר נישט לאנג צוריק איז דא ארויף געקומען א ניק וואס האט פארציילט איבער יואליש ראזנערס מעשים וכו און איבער די חתונה פון מרת עליאס מיט די גר.
ווען כהאב גיזעהן די פאוסט האב איך גיהאלטן נאך א שווערע טאג ארבעט, כהאב נישט גיהאט קיין כוח צו טראכטן צו סאיז אמת צו נישט אוודאי נישט צו רעספאנדן, כהאב פשוט געמישט ווייטער סהאט מיר אויס גיזעהן ווי די עולם האט הנאה פון די פיינע מודעה, אוקעי פיין און וואויל.

א טאג צוויי נאכדעם באקום איך א מעסידזש פון איינעם וואס דעיע פירסום איז עהם זייער פערסנאל ווי ער פרעגט היות כבין גיווען אין בבל אפאר טעג פארדעם צו כהאב עפעס קלארערע אינפארמעשין.

למעשה איך האב שוין גיהאט גיהערט די שמועה פון אנדערע פאר כבין געפארן קיין בבל סא אין די צייט וואס כהאב דארטן פארברענגט האב איך דאס מברר געווען עד מקום שידי מגעת.
יעצט ווען כהאב באקומען דעיע מעסעדזש האב איך זיך מער אריינגעלייגט צו דאס מברר זיין ביז פאר מיר איז קלאר גיווארן אז דאס איז א פאלשע שמועה.
כהאב געעפענט "אידטיש" און גיפאוסט: לויט מיין אינפארמעשין איז דאס נישט אמת.
אפאר מיניט שפעטער איז דאס גיווארן גימעקט.

לאמיר נישט רעדן פון דעם אז אפילו וואלט דאס גיווען אמת איז דאס אומרעכטיג צו מפרסם זיין ווייל דאס אינוואלפט אין זיר אומשילדיגע נפשות און קליינע קינדער וואס קענען דאס נעמען זייער פערסנאל און ווערן פארשעמט לפני כל עם ישראל.

יעצט ווילט איר מיך זאגן אז מפרעגט שטענדיג א דעת תורה פאר מבאשמיצט איינעם... יא, איך גלייב.
ווילט איר מיך זאגן אז ממעקט נאר זאכן וואס איז סתם איבעריגע טענה'רייען... איך גלייב דעס אויכעט.
ווילט איר מיך זאגן אז ממעקט נאר זאכן וואס שטערן די מערכה אקעגן לב טהור... אוקעי דאס אויכעט נעם איך אן.

פארשטייט זיך אז איך ווארט נישט אויף קיין תשובה ווייל איך לייג אריין מיין אייגענע אויפגימאכטע פאקטן...
לאמיר אלע זיין אמתדיג, סנישט דא דא קיין כללים נישט קיין סיסטעם און זיכער נישט קיין דעת תורה (נישט אז איך האלט אז מדארף האבן, אבער רעדט מיך נישט איין) ממעקט יעדן זאך וואס זאגט אנדערש פון איין געוויסע מיינונג.
יא, דאס איז וואס איך זעה.
Prove me wrong...

אונז זענען נישט דא דן צו מען מעקט ביושר אדער שלא ביושר, ד.א. אונזער תגובה איז שוין געווען פארשפארט צוליב א נישט ריכטיגע פאסט לויט די פארשריפטן פון די מערכת.

איין זאך איז קלאר וואס די מערכת האלט שוין מיט פון אנהייב אן אז די עסקנים קומען נישט דא פארקויפן קיין שקרים, "ליידער איז דא די והותר עדיות ווי אומשילדיגע נפשות און קליינע קינדער זענען געהארגעט געווארן כפשוטו כמשמעו, צו די אלע וואס מען האט גייסטיש געהארגעט, וואס איז נאך קיינמאל נישט נתפרסם געווארן ברבים, מען האלט נאך זייער זייער ווייט פון דארפן אנקומען צו שקרים ארויס צו ברענגן ווי אזוי לב טמא האט פארקויפט גופים און נשמות פאר א נזיד עדשים, פאר כל צרי וכל זב וואס איז אנגעקומען צו לב טהור, און מען האט געוואלט זיכער מאכן אז ער בלייבט ביי זיי, האט מען געכאפט ווער עס איז אוועלאבעל און שנעל חתונה געמאכט, אז ער זאל בלייבן האסטיטש ביי זיי.

אונז האבן נישט געשריבן די נייעס ווייל אונז זענען דא צו סתם צו פארציילן נייעס, נאר ארויס צו ברענגן מקצת מן המקצת וואס לב טמא האט געטון אלע יארן בנוגע די נושא פון שידוכים, ווי אן זיך רעכענען מיט סיי וועם, איז איעדער פארקויפט געווארן דורך די פירערשאפט, אן נעמען און באטראכט אז נעמען א מאמע פון קינדער און הייסען חתונה האבן מיט א גר מיינט פארשעמען אומשילדיגע נפשות און קליינע קינדער וואס קענען דאס נעמען זייער פערסנאל און ווערן פארשעמט לפני כל עם ישראל.
קודם כל. איך בין געקומען רעספאנדן צו א מודעה פון די מערכת און יא, איך קום טענהן דא צו מען מעקט ביושר לפי כללים אדער לפי א געוויסע מיינונג.

צווייטנס. דאס וואס דו שרייבסט דא, דאס איז גיווען דיין סיבה צו פארשפרייטן א שמועה (צו סאיז אמת צו נישט איז שוין נישט קיין נפקא אמינא) וואס קען וויי טוהן און פארגיסן אומשילדיגע קינדערליכ'ס בליט?

כדי צו פראוון אז לב טהור פארגיסט בליט טוהסטו דו זעלבע זאך?

איז דאס נישט וואס דו אליינס האט יעצט גיזאגט?

זיי מיר מסביר אויב כהאב דיר נישט גוט פארשטאנען.
יא ליידער ליידער האט מען געדארפט פארגיסען בלוט כדי אפצושטעלן די בלוט וואס גיסט זיך שוין פאר בערך 30 יאר, מיט די אנגייענדע שרעקליכע טומאות ורציחות וואס איז פארגעגאנגען ביי לב טמא, וואס ביסטו אזוי שאקירט??? דו האלטסט נישט מיט די נייעס די פארגאנגענע 13 חדשים??? עס איז דאס ערשטע מאל וואס דו זעסט אז איינער ווערט פארשעמט כדי אפצושטעלן די רציחות וואס איז פארגעקומען??? ווייניג מענטשן זענען פארשעמט געווארן ברבים אריין גערעכנט דיין ברודער ביי די חוה"מ פאנעל, כדי בס"ד אפשטעלן די רציחות????.

קען זיין מען וואלט זיך געדארפט מיט דיך אדורך שמיסען ווי אזוי צו צוברעכן די מקום טמא, מעגליך אז די וואלסט געהאט א פלאן אן דארפן קיינעם מבייש זיין, אבער כעת וואס עס ווערט נישט געפירט מיט דיין הדרכה, וועלן מיר בס"ד ווייטער אנגיין אויף די וועג וואס די רבונו של עולם האט אונז חונן דעת געווען, ביז עס וועט פון די חבורה נישט איבער בלייבן קיין שריד ופליט.

בנוגע די נושא וועלן מיר שוין נישט דא ממשיך זיין.
בני יואל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 184
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 10:35 pm
x 384

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בני יואל »

פון וועלעכע זייט קומט די ראבא קאול וואס איז יעצט ארומגעגאנגען אין קרית יואל?
מכבי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 198
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 11:45 am
x 373

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מכבי »

בני יואל האט געשריבן: זונטאג פעברואר 22, 2026 8:53 pm פון וועלעכע זייט קומט די ראבא קאול וואס איז יעצט ארומגעגאנגען אין קרית יואל?
אנטי עסקנים פרא לב טהור
כבוד מלכים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 199
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:50 pm
x 797

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך כבוד מלכים »

מכבי האט געשריבן: זונטאג פעברואר 22, 2026 9:33 pm
בני יואל האט געשריבן: זונטאג פעברואר 22, 2026 8:53 pm פון וועלעכע זייט קומט די ראבא קאול וואס איז יעצט ארומגעגאנגען אין קרית יואל?
אנטי עסקנים פרא לב טהור
ווי קען מען הערן?
שקיעה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 109
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אפריל 22, 2025 2:45 pm
Location: Monsey
x 174

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שקיעה »

בני יואל האט געשריבן: זונטאג פעברואר 22, 2026 8:53 pm פון וועלעכע זייט קומט די ראבא קאול וואס איז יעצט ארומגעגאנגען אין קרית יואל?
וואס איז געווען די ראבא קאול ? וואס האט די מעסעדזש געזאגט ?
בני יואל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 184
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 10:35 pm
x 384

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בני יואל »

שקיעה האט געשריבן: זונטאג פעברואר 22, 2026 10:16 pm
בני יואל האט געשריבן: זונטאג פעברואר 22, 2026 8:53 pm פון וועלעכע זייט קומט די ראבא קאול וואס איז יעצט ארומגעגאנגען אין קרית יואל?
וואס איז געווען די ראבא קאול ? וואס האט די מעסעדזש געזאגט ?
א האטליין ווי מקען הערן אלע נייעסן און אפדעיטס בנוגע לב טהור
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2241
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 7861

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מסתמא »

בני יואל האט געשריבן: זונטאג פעברואר 22, 2026 10:28 pm
שקיעה האט געשריבן: זונטאג פעברואר 22, 2026 10:16 pm
בני יואל האט געשריבן: זונטאג פעברואר 22, 2026 8:53 pm פון וועלעכע זייט קומט די ראבא קאול וואס איז יעצט ארומגעגאנגען אין קרית יואל?
וואס איז געווען די ראבא קאול ? וואס האט די מעסעדזש געזאגט ?
א האטליין ווי מקען הערן אלע נייעסן און אפדעיטס בנוגע לב טהור
יא? וואס איז די אפדעיט? א ריקארדינג א חודש אלט מינימום וואו יואליש ראזנער קאללט רעדן צו זיין זון און ריי”ה נעמט איבער די פאון און באוואשט אים? דאס מיינט אן אפדעיט??!
די גאנצע א”ג האטליין איז סתם אן אנטי עסקנים פריאוו וואס גייט קיין ערגעץ נישט, אזויווי אלע זייערע אנדערע פריאוון.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
שרייב פאוסט