ווירקליך האט געשריבן: ↑פרייטאג פעברואר 20, 2026 2:42 pm
גיימיר נעמען אביסל אן אומפאסיגע ליין, און רעדן וואס מברויך אפשר נישט רעדן.
דא זיצן מערערע עסקנים, כולם אהובים, אלע צדיקים און בעלי מסירת נפש, און ווי די ליינער זעען זענען צומאל דא חילוקי דעות צווישן די ראשי עסקנים (הרב בלום און הרב גרינהוט) און די אנדערע עסקנים. אמאל קלייניגקייטן, אמאל איבער די מאס שארפקייט, און עס קען גיין נאך ווייטער. וכדומה.
איך ווייס ס'קען אויסקוקן ווי די הנהלה דא האט פשוט באשלאסן צו נעמען א צד, און גייען מיט דעם שיטה.
לכתחילה וואלט בעסער געווען ס'הייסט טאקע אזוי, ווייל וואס פעלט אויס צו רעדן איבריג? ווילסט זאגן אז מיר זענען איינזייטיג? זאג. אבער אז עטליכע אנגעבליכע עסקנים האבן געשפירט פאר וויכטיג צו אטאקירן דא די חברי המערכת פריוואט, לאמיך יא גיין איין טריט פאראויס.
1. די אטאקע איבער הוצאת לעז איז נישט גערעכט. איינער פון די חברי המערכת האט זיך אפגעגעבן מיט דעם א.ג. הוצאת לעז און געווען פארנומען באישי מיט דעם אטאקירער דא, און קלארגעשטעלט אז געוויסע שארפע לשונות זענען פשוט פארזען געווארן דורך אונז און מהאט עס קעיר גענומען. סא קומען אטאקירן כאילו אידטיש לאזט עס איז אן עוולה נוראה, און א געפערליכע פאלשקייט פון דעם אטאקירער. פאלש פאלש.
אגב, כ'ווארט צו באקומען סקרינשאטס פון דעם אישי שמועס, אבער כ'מיין דער ציבור וועט הנאה האבן צו זען ווי יענער האט נישט אויפגעהערט ארויסברענגען אז בכלל זענען די ראשי עסקנים נישט גערעכט וכו', עפעס וואס האט אונז נאר באשטעטיגט אז יענער ארבעט - אין בעסטן פאל - מיט געפיל אנשטאט לאגיק.
שרייבער טייערער, זאגסט ס'דא הוצאת לעז? גוט. אראפ. ווילסט יעצט בכלל קאנווינסן אז די ראשי המערכה זענען שלעכט? אםםם, האסט פארלוירן יעדע ביסל קרעדיט ביי אונז. ווייל:
2. אסאך האבן שוין פרובירט אונז ערקלערן וואסערע אומרעכטן די סגירת-לב-טהור עסקנים טוען. די גוטע נייעס איז אז די ראשי העסקנים ווערן נישט נערוועז פון אונזערע מוטשערייען, און יעדע מאל מיר הערן א טענה אויף זיי, רופן מיר זיי אן און זיי צענעמען יענעם ספעציפישן מציאות אויף קליינגעלט ביז זאכן ווערן קלאר וועלכע פון די טענות האבן האפט און וועלכע נישט. און פון די איבער-א-יאר ערפארונג אין דעם נושא האבן מיר זיך איבערצייגט אז יעדע זאך וואס זיי טוען האט בעקינג. יא, יעדע. דערווייל.
און, כאפט אייך שטארק אן, אבער וויפיל מיר זענען שוין נאכגעגאנגען זאכן האבן מיר נאכנישט געכאפט ר' יואל יהושע העשיל בלום ביי א ליגנט. איר ווילט זייער מיר זאלן אים כאפן? מיר ווילן אויך. ס'איז אונז דערווייל נאכנישט געלונגען.
3. כמעט יעדער פון די חברי המערכת האט שוין באקומען טעלעפאן רופן פון חשובע רבנים און דיינים וועגן דעם אשכול. ס'פאסירט זייער אפט. געווענליך הייבט זיך עס אן אז דער רב דערציילט אז א געוויסער חשוב'ער עסקן האט אים געזאגט וואס מ'רעדט דא, און אז מ'פארגיסט דא בלוט, וכו'.
ענדיגן ענדיגט זיך עס עפ"י רוב מיט דעם: מיר זאגן פארן רב אז די ראשי עסקנים זענען גרייט צו קומען צום רב אויסשמועסן די מציאות. עס איז שוין געווען אז די ראשי עסקנים האבן געאפערט צו אונטערשרייבן א צעטל אז אויב דער רב הערט אויס ביידע צדדים און פסק'נט אז די עסקנים זענען נישט גערעכט מיט'ן שרייבן כך וכך וכדו', קומען זיי ארויס מיט אן עפענטליכן התנצלות (מיר זענען ערנסט! יעדע מאל מען זאגט אזאנס פאר א רב באקומען מיר תיכף ומיד אן אקעי פון די ראשי עסקנים, און איינער פון די חברי המערכת וואס איז גרייט צו גיין און מיטהאלטן דעם פראצעדור), די עסקנים בעהטן בלויז איין תנאי, אז די צד שכנגד זאל אויכעט אונטערשרייבן אזא צעטל...
קיינער פון די פילצאליגע צדדים שכנגד האבן נאכנישט מסכים געווען. קיינער. מיר זענען שוין געווען ביזי שעות לאנג מיט אזעלכע זאכן ביז אלעמאל איז דער צווייטער זייט נעלם געווארן ווען תכלית איז געקומען נאנט.
סאו, טייערע אידן, ווערטס נישט היסטעריש...
יא, אסאך חשובע עסקנים דא העלפן די יוצאי לב טהור בלב ובנפש במסירת נפש ממש. אבער נישט יעדער מיט גוטע רצונות איז פאסיג צו זיין א גענעראל אויפ'ן פראנט. נישט יעדער מיט גוטע רצונות איז גוט באהאוונט אין די קולטישע טאקטיקן. און נישט יעדער מיט גוטע רצונות קען זיך אויס מיט די לעגאלע חלקים. און נישט יעדער מיט גוטע פעולות איז גאראנטירט אז ער ווערט נישט פאר'נערט פון העצערייען און מעשיות וואס בויען זיך ווי א בנין, פשוט ווייל די צווייטע צד האבן נישט די צייט זיך אפצוגעבן מיט אלע גרופעס למיניהם.
מיר שעצן באמת די אלע עסקנים, אבער דער אמת מעג אמאל געזאגט ווערן... יישר כח פאר די אטענשן טו דיס מעטער.