קנעפלעך איז א מאדערענע זאך, חסידישע אידן גייען טאקע נישט מיט קיין באו נאר א האלבע קניפ. (אדער אינגאנצן נישט מיטן בעקיטשע גארטל)
מסורה פון לבוש ביי מענער
Re: מסורה פון לבוש ביי מענער
Re: מסורה פון לבוש ביי מענער
ווי א משפיע האט זיך אויסגעדריקט, איינעם וואס עס נעמט מער ווי 5 מינוט אריין ארויס פון קלאודינג סטאר ליגט אין סטייל.וואוילער האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 18, 2026 2:40 pmאבער איינער וואס מאכט א גאנצע עסק אז ער "מוז" האבן דוקא דעם כאניאקישן סטייל, איז שוין צוריק אינעם פראבלעם פון ליגן אין זיינע קליידער.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 18, 2026 2:13 pmווי @וואוילער צייגט שוין אן, די איידיע איז אז מען האט גענומען די פשוט'סטע,נישט סטיילישע, און "מען טוישט נישט", נישט ווייל די יעצטיגע סטייל האט עפעס א כוונה, נאר ווייל "ס'איז גוט אזוי".זלמעלע האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 17, 2026 8:40 pm איין מאל פאר אלע מאל דארף איך וויסן,
וואס איז די טעם אז סאטמערע (און סאטמער געשטימטע) גייען מיט פלסטיגע ברילן האלב שווארץ און האלב ווייס, און דווקא די אויבערשטע האלב שווארץ און די אונטערשטע וייס,
באבוב (רבישע) גייען מיט אייזערנע אבער מיט זעלבע אויבענדערמאנטע קאלירן,
ואילו גורע גייען מיט פלעסטיגע - אבער אינגאנצן וייס (transparent).
Re: מסורה פון לבוש ביי מענער
אז דו זאגסט אזוי קענסטו פשוט נישט די מציאות וויאזוי דאס מאכן שטריימלעך האט זיך געטוישט, ס'איז געווען א גאנצע אויפטרעף וויאזוי אז מ'צעטיילט דעם שוואנץ אויף חלקים וכו'.
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 8764
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 21923
Re: מסורה פון לבוש ביי מענער
דו זאגסט גוט.שבת קודש האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 18, 2026 2:45 pmיעדע פארדוקט ווערט שענער און פארגעשריטן מיט די יארן ובתוכם שטריימלך, וויאזוי האבן די קארן די באסעס אויסגעקוקט 50 יאר צוריק וכדו' וכדו'
די פלעסטיק גלעזער ווערן אויך אנדערש, די דינקייט, גרויסקייט, רינדיגקייט, וכדו'. פונקט ווי דעם שטריימל.
משא"כ טוישן די סארט גלעזער ווייל ס'איז שענער, איז שוין מער ווי טוישן די סארט שטריימל ווייל ס'איז שענער, פון ברוינע האר צו גרינע...
די וועלט איז לעכטיג (פונדערווייט זע איך 3 פיצעלע רויטע פלעקן: 1) קארופציע, 2) ליגנט זאגער, 3) טפשים)
Re: מסורה פון לבוש ביי מענער
די שטריימל פון היינט איז א זכר פון די שטריימל פון אמאל. די שטריימל פון 20 יאר צוריק איז נענטער צו די שטריימל פון 100 יאר צוריק ווי די שטריימל פון היינטשבת קודש האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 18, 2026 2:45 pmיעדע פארדוקט ווערט שענער און פארגעשריטן מיט די יארן ובתוכם שטריימלך, וויאזוי האבן די קארן די באסעס אויסגעקוקט 50 יאר צוריק וכדו' וכדו'
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"יאסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.
והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
Re: מסורה פון לבוש ביי מענער
וואס איז מיט די שטריימל באקסעס נייע סטיילס און קאלירס,
קוקט אויס ווי סוועט זיין באלד האריגע שטריימל באקסעס און עס וועט זיין א סעט, א שטריימל און שייטל באקס און טלית בייטל
קוקט אויס ווי סוועט זיין באלד האריגע שטריימל באקסעס און עס וועט זיין א סעט, א שטריימל און שייטל באקס און טלית בייטל
-
מלך עליון
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 1
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 16, 2024 6:13 pm
- Location: Brooklyn
- x 2
Re: מסורה פון לבוש ביי מענער
איך װײס נישט וועגן מסורה, אבער מצד השכל קען מען איר מסביר זײן, אז ״זעהט אויס״ איז א סוביעקטיווע זאך, למשל דעם ענין פון ״צװײ-פאכיגע-״ קליידער (אין קאליר אדער דעזיין) וואס האט זיך אריינגעכאפט די לעצטע צעהן יאר בערך, איז חוץ די פריצות שבו, װאס איז נוגע אויך אינגלעך, איז אויך בעצם א משוגענער אײנפאל װאס א גוי אין פאריס האט אויסגעטראכט. װען איינער װאלט דאס אנגעטוהן זײן קינד פאר פופצן יאהר צוריק, װאלט מען דאס קינד אהײמגעשיקט פון חדר װײל ״הײנט איז ז' חשון, נישט פורים!״ נאר װײל די סוחרים האבן דאס אנגעהויבן צו פארקויפן, און ״יעדער״ טוהט עס, איז עס ״נארמאל״. (אזוי אויך די ענגע הויזן װאס איז א שרעקליכער עקלדיגער טמא׳נער קאנצעפט מצד עצמו, אומאפהענגיק אין דעם ענין פון מאדע וואס איז רעליטיװ, װאס איז נפרץ די לעצטע 8 יאהר לכל הפחות. ב״ה אכשור דרא און א גרויסער עולם איז זיך מרחיק דערפון אבער נאכאלץ ברויך עס אן אויפוואכונג און א תקון.)נקודות טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 09, 2024 1:33 am ראובן גייט א פלאכע ביבער היט, ווייל דאס האט אים זיין טאטע געקויפט פאר די בר מצוה. ראובן האלט יעצט פאר די בר מצוה פון זיין עלטסטער זון און זיין ווייב וואס איר טאטע גייט א הויכע ביבער היט פארפירט אז א פלאכע ביבער היט קוקט אויס שלעכט, ווייל זי איז געוואוינט צו הויכע היטן. און זי וויל אז די קינד זאל גיין מיט א הויכע ביבער היט.
יעצט מיין שאלה איז לגמרי נישט איבער די חלק פון שלום בית, לאמיר זאגן אז די מאן איז מסכים. אבער איז דא עפעס אן ענין פון מסורה ביי דעם?
אמאל האט יעדער געטראגען וועלכע היט ער האט געטראפען, ווי מען זעהט אויף די בילדער. היינט איז עס געווארן מער א מסורה'דיגע זאך, ביי אונז גייט מען די היטן, ביי ענק גייט מען די היטן. איז דאס א זאך וואס א מענטש דארף באמת אריינעמען אין קאנסידערעישען ווען ער קויפט א היט פאר זיין זון, אדער נישט?
די שאלה איז וויפיל געוויכט טראגט די אזוי גערופענע מסורה פון לבוש?
ממילא זאג איר, אז שטעל דיר פאר דער פאריסער גוי װעט מארגן אפמאכן אז מען גײט מיט פלאכע ביבער הוטן, װאלט עס שוין ״גוט אויסגעזעהן״? נו, אונזער לבוש איז כאטש אזוי חשוב און שײן װי דאס װאס דער פרוץ דארט טוהט באשליסן.
Re: מסורה פון לבוש ביי מענער
כ'זע קיינער האט נאך נישט פארענטפערט די שאלה.נקודות טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 09, 2024 1:33 am ראובן גייט א פלאכע ביבער היט, ווייל דאס האט אים זיין טאטע געקויפט פאר די בר מצוה. ראובן האלט יעצט פאר די בר מצוה פון זיין עלטסטער זון און זיין ווייב וואס איר טאטע גייט א הויכע ביבער היט פארפירט אז א פלאכע ביבער היט קוקט אויס שלעכט, ווייל זי איז געוואוינט צו הויכע היטן. און זי וויל אז די קינד זאל גיין מיט א הויכע ביבער היט.
יעצט מיין שאלה איז לגמרי נישט איבער די חלק פון שלום בית, לאמיר זאגן אז די מאן איז מסכים. אבער איז דא עפעס אן ענין פון מסורה ביי דעם?
אמאל האט יעדער געטראגען וועלכע היט ער האט געטראפען, ווי מען זעהט אויף די בילדער. היינט איז עס געווארן מער א מסורה'דיגע זאך, ביי אונז גייט מען די היטן, ביי ענק גייט מען די היטן. איז דאס א זאך וואס א מענטש דארף באמת אריינעמען אין קאנסידערעישען ווען ער קויפט א היט פאר זיין זון, אדער נישט?
די שאלה איז וויפיל געוויכט טראגט די אזוי גערופענע מסורה פון לבוש?
כ'טראכט אזוי, בעצם איז נישטא קיין פראבלעם צו טוישן אלס מסורה סלעש השקפה וכו', נאר היות מיר לעבן אין א סיסטעמאטישער וועלט, איז (ליידער) זייער אסאך פון אונזער אידישקייט אנגעהאנגען אין ווי אזוי די גאס קוקט דערויף, און היות די גאס זעט עס יא אלס אן אפנויג פון עפעס א מסורה; איז מעגליך אומגעוואונטשן אז דער בחור (ער'ט נאך נישט בר מצוה געהאט?) זאל זען אז זיין טאטע איז יא מקפיד אויף מסורה.
אולי
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2303
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 7625
Re: מסורה פון לבוש ביי מענער
דזשאסט פאר די רעקארד. די טעמע איז נישט ארגינעל. מיין ערשטע פאוסט איז געווארן ג'עדיט, און מען האט דערפון געשניטן גרויסע שטיקער. און אזוי אויך פון די נאכפאלגענדע מעסעדזשעס. ווי איינער פון די הנהלה האט מיר געשריבן פריוואט אז "דער אשכול איז געווען געטרעטן אביסל אויף סענסעטיווע ליניעס".
סא עכט איז דאס נישט געווען מיין פוינט, נאר דאס האט צענזורירער איבערגעלאזט נאכן אפעראציע. אין אנדערע ווערטער, ס'איז נישט מיין טעמע, דהיינו איך בין נישט דער פותח הטעמע נאר יענער אחראי איז.
סא עכט איז דאס נישט געווען מיין פוינט, נאר דאס האט צענזורירער איבערגעלאזט נאכן אפעראציע. אין אנדערע ווערטער, ס'איז נישט מיין טעמע, דהיינו איך בין נישט דער פותח הטעמע נאר יענער אחראי איז.
פיגער עס אויס!
Re: וויפיל געוויכט טראגט די מסורה פון לבוש?
פשוט פשט האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 16, 2025 2:19 pmשווער צו דערקענען וועלכע היט ער גייט...
איינער קען אויסקלארן?
אוהב ספרים האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 03, 2020 1:41 am לגבי די הויכע/פלאטשיגע הוט סומאטאכע אין די לאנצהוטע משפחה
א קרוב משפחה פון רבי יחזקאל ז"ל האט מיר יעצט פארציילט פונקטליך די מעשה פון סאטמאר רב איבער דאס טוישן פון א הויכע היט צו א פלאטשיגע, ער האט פארציילט אזוי:
דער לאצהוטער רב ז"ל איז אינדערהיים געגאנגען א פלאטשיגע היט,
אזוי ווי אלע ראפשיצער אייניקלעך (ער איז געווען צוויי מאל א ראפשיצער אייניקל, דורך ר' אליעזר דזיקוב'ער און ר' יעקב'לע מעליצער).
נאכ'ן קריג איז ער אנגעקומען קיין אנטווערפן, דארט איז נישט געווען צובאקומען קיין פלאטשיגע היט, האט ער צייטווייליג אנגעטוהן א הויכע היט.
עס איז דא פון אים א בריוו וואס ער האט געשיקט פון אנטווערפן צו זיין זון רבי יחזקאל שרגא ז"ל, וועלכער האט זיך שוין דאן געפינען אין אמעריקע, ווי ער פארציילט אז דארט אין אנטווערפן איז ער געגאנגען אין די גאס האלטנדיג זיין טלית און תפילין אינעם זעקל אונטערן ארעם, האט אים אנגעטראפן א יוד, און יענער האט אים מעורר געווען: "לאנצוטער רב, דא גייט מען נישט מיט די תפילין זעקל אין די גאס, מען דארף דאס אריינלייגן אין א טאשקע. האט אים דער לאצנהוטער רב געזאגט: "רבי יוד, איר וועט נאך א סאך עגמת נפש האבן פון מיר...".
דערביי האט ער אים אויך געזאגט אז איך גיי יעצט א הויכע היט, ווייל דא איז נישט דא צובאקומען קיין פלאטשיגע היט, אבער איך האב שוין באשטעלט פון אמעריקע מען זאל מיר שיקן א פלאשטיגע היט.
למעשה, די קינדער פון לאנצהוטער רב האבן דעמאלט נאך די מלחמה אויך אנגעטוהן הויכע היטן, ווייל עס איז נישט געווען דעמאלט צו באקומען קיין פלאטשיגע, און זענען שוין אזוי פארבליבן.
דער שינאווער רבי שליט"א פון מאנסי איז אריין אין סאטמאר ישיבה, אין יאר תשכ"ד.
פאר דעם איז ער אויך געווען א סאך יארן מלמד פאר די העכסטע כתה פאר די ישיבה, (דעמאלט איז נאכנישט געווען דער מושג פון קיין ישיבה קטנה – עכ"פ אין סאטמאר), אין די גאנצע צייט איז ער געגאנגען א הויכע היט, אזוי ווי אלע ברידער.
בערך דריי יאר נאכ'ן אריינגיין אין ישיבה, האט זיין עלטצטער זון, ר' יחזקאל הי"ו בר מצוה געהאט, און ער האט אויך אנגעטוהן א הויכע היט, אזוי ווי זיין טאטע דער שינאווער רבי שליט"א.
פאר'ן בר מצוה איז דער שינאווער רבי אריין מיט זיין זון, דער נייער בר מצוה בחור מיט א קוויטל צום רבי'ן זי"ע.
דער רבי האט געגעבן א קוק, און געזען דעם הויכן היט אויפ'ן נייעם בר מצוה בחור, האט ער געפרעגט דעם שינאווער רבי: וואס איז דאס? פארוואס טוט ער אן א הויכער היט?"
האט דער שינאווער רבי געענטפערט: "איך גיי דאך אויך אזוי, האב איך אים אויך אנגעטוהן". האט דער רבי זי"ע געזאגט: "פארוואס טאקע גייסטו מיט א הויכע היט? דיין פאטער איז דאך געגאנגען מיט א פלאטשיגע היט".
האט דער שינאווער רבי זיך אנגעפאנגען צו פארענטפערן אז נאכ'ן קריג איז נישט געווען צובאקומען קיין פלאטשיגע היטן האט מען אנגעטוהן הויכע, און מען איז שוין אזוי פארבליבן.
האט דער רבי זי"ע: זיך געבייזערט און געזאגט אויף א הויכן היט אז "דאס איז מאדערן" און האט נישט געוואלט אנעמען קיין תירוצים!
דער שינאווער רבי שליט"א איז באלד פון דארט אריבער צום היט סטאר, און געקויפט צוויי נייע פלאטשיגע היטן, איינס פאר זיך, און איינס פאר זיין זון, דער בר מצוה בחור.
צו מארגנס איז דער שינאווער רבי געפארן מיט זיין זון צום רבי'ן לייגן תפילין פאר'ן בר מצוה בחור, שוין אנגעטוהן מיט די פלאטשיגע היטן. דער רבי זי"ע האט מורא'דיג שטארק הנאה געהאט און אויסגערימט דעם לבוש, און הנאה געהאט פון דאס דרייסטקייט צו טוהן למעשה.
(עס איז כדאי מוסיף צו זיין אז דאס זעלבע האט פאסירט ביים מוזשאי רב ז"ל, א נעפיו פון רבי'ן זי"ע, ווען ער איז געקומען מיט זיין זון פאר די בר מצוה).
להשלמת הענין: דער לאנצהוטער רב, רבי אלטר יעקב יצחק ז"ל האט שוין דאן נישט געלעבט, אבער די לאנצהוטער רביצין ע"ה, וואס זי איז געווען א אויסנאם צדיקת, און נישט קיין פארשלאפענע... האט זייער שטארק הנאה געהאט אז מען קערט זיך צוריק צום ארגינאלן לבוש, און זי האט משפיע געווען אויף די אנדערע קינדער אויך, און היות עס איז שוין דורכגעבראכן געווארן פלאטשיגע היטן ביי משפחת וואגשאהל, און נאכדערצו אז דאס איז געקומען מיט אזא שטארקע פאדערונג פונעם רבי'ן זי"ע, האט דאס גורם געווען אז טייל פון די משפחת וואגשאהל האבן פון דעמאלט און ווייטער אנגעטוהן פאר זייערע קינדער פלאטשיגע היטן. די יונגערע קינדער פון ר' שמואל חיים וואגשאהל ז"ל דער עלטסטער זון פון לאצנהוטער רב האבן שוין אנגעטון, ווי אויך אלע קינדער פון הרה"צ ר' יושע אב"ד לאנצהוט ז"ל, ווי אויך אלע קינדער פון פשעווארסקער רבי'ן שליט"א (הגם ער און אויך זיין פאטער להבחל"ח הה"ק רבי יענקעלע זצ"ל פון פשעווארסק זענען געגאנגען הויכע היטן, אבער דער זיידע רבי איציקל זצ"ל איז יא געגאנגען א פלאטשיגע היט).