שמח האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 19, 2026 10:09 am
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 18, 2026 11:54 pm
לא ימושו מפיך האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 18, 2026 11:46 pm
אין די יעצטיגע טעג איז פייענלייזד געווארן די פארדאפלטע מעגא פלענס פון בית המדרש החדש חיים יעקב דקהל יטב לב סאטמאר קרית יואל עיקערס ענקלעיוו. וואו עס וועט אויפגעבויט ווערן א ריזן פעסטונג וואס וועט לויט די שאצונג קענען בעז"ה אקאמאדירן די תושבי השכונה ומשפחותיהם.
מ'רעדט פון א ריזן מקוה מיט פערציג שויערס און דריי בורות. זעקס גרויסע שטובלעך גראונד לעוול. א ריזן היכל לשבתות ולמועדים פון 5,200 סקווער פיס וכו. . + ברייטע האלוועיס, לאביס וכו.
די הערליכע פלענס איז פרעזענטירט געווארן ביים מלוה מלכה פאר די תושבי השכונה פאריגע וואך וואו די בונה ומקים קרית יואל האדירה לימין הקודש של רבינו שליט"א הרבני הנגיד הנכבד ר' עקיבא הערש קליין הי"ו האט גענומען אויך זיך די פריש פארדאפלטע פלענער.
וויפיל זיצן?
ווי גייט זיין דער פארגרעסערטע פלאן? אין די יעצטיגע שטח פיט כמעט גארנישט
שמעתי 775 מענער זיצן.
כ'האב נישט באשטעטיגט 100 פראצענט סאו כאפ מיר נישט אויפן ווארט.
די נייע פלענס זענען נישט "דאפלט", כאטש די קאסט איז געווארן דאפלט... ס'גייט נישט דוקא אינאיינעם. כ'ווייס נישט די גענוי נומער פון זיצן, אבער נישט 775... דאס איז אפשר מיט די קעגנאיבער זיצן.
מ'האט געארבעט שווער די לעצטע פאר חדשים צו קענען טוישן די פלענס צו ארויסקומען מער ביי די זייט פון עיקערס, נאכ'ן רעכענען לויט ווי פיל דער צייטווייליגער ביהמ"ד איז יעצט.
די נייע פלען מאכט דעם ביהמ"ד פאר א כלילת יופי, מיט א היכל פון כמעט 6,000 ס"פ, א ריזיגע מקוה מיט 3 בורות, און א גאנצע שטאק פאר וואכן מנינים מיט א פראקטישקייט וואס איז נאכנישט דא אין די גאנצע שטאט.
איינמאל די ארכיטעקט פלענס ווערן אפראווד, וועט עס ארויסקומען צום פובליק אי"ה.
אויב דענק איך גוט רעדט מען דא פון א 12 מיליאן דאלאר'דיגע ביהמ"ד! (איין מיליאן האבן די עסקני ביהמ"ד גענומען אויף זיך, דורך פארקויפן די זכות פון די מנינים שטיבלעך).