ווער איז דיין מורה דרך?

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1407
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 2101

Re: ווער איז דיין מורה דרך?

פאוסט דורך יאנטשי »

הרב שמעון זאב מייזליש, 4 מינוט

https://www.dropbox.com/scl/fi/svzqg5v3 ... e1p55&dl=0

@קרני פרה
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4981
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 6927

Re: ווער איז דיין מורה דרך?

פאוסט דורך שמח »

איד האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 11:57 am מ'פארפארט דא אינגאנצן,

מ'האט בכלל נישט דן געווען צו ס'זענען נאך דא אידן וואס זענען דבוק אין צדיקים און מקושר מיט משפיעים, און רורן זיך נישט אהן א מורה דרך,
זיכער איז דא גענוג און נאך!

נאר, די שאלה איז געווען, וואס איז די אויפטוה פון פרעגן אויפן פראגע בויגן?
די ענטפער וועט דאך זיין די זעלבע סיי ביי די וואס האבן יא א מורה דרך פרטי און סיי וואס האבן נישט.
יעדער גייט אריין שרייבן די רב אדער רבי מיט וואס ער איז די נענסטע - אפגעזען ווי נאונט ער איז באמת,
אויב אזוי איז הדרא הקושיא לדוכתא, פארוואס לייגט מען אריין די שורה?
איך טראכט אז דאס פרעגן ''ווער איז דיין מורה דרך?'' האט א פשוט'ע סיבה. א נארמאלער מענטש גייט געבן א נאמען פון אזא איינעם מיט וועמען ער האט ''עפעס'' שייכות, ריכטיג? דאס איז פונקטליך וואס זיי דארפן, זיי ווילן ס''ה וויסן א מענטש פאר וועמען דו האסט אביסל רעספעקט, אויב ח''ו מאכט זיך עפעס וואס שטערט פאר די מוסדות לדוגמא דיין התנהגות אין געוויסע זאכן וכדו' און מ'דארף עס מסדר זיין, זאלן זיי האבן צו וועמען צו רעדן, און אפי' אויב דו שרייבסט דיין רבי און אפי' אויב דו ביסט פון די מענטשן וואס רעדן נישט מער ווי 5-10 מינוט דורכן יאר צו דיין רבי, וועט עס נאך אלץ העלפן פאר מוסדות אין פאל פון נויט.

כנלפענ''ד
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4981
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 6927

Re: ווער איז דיין מורה דרך?

פאוסט דורך שמח »

קרני פרה האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 12:34 pm
איצקאוויטש האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 11:29 am
קרני פרה האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 11:13 am
אינטערסאנט
וואס איז די מקור דערפון? פון ווי נעמט זיך די דרך? און וויפיל יאר איז דאס?
מיט חסידות האט דאס גארנישט..
און מיט וואס איז דאס אנדערש פון א קאָלט?
וואס?! מ'גייט דארט מיט פאות?! ס'איז דאך ממש ווי לב טהור...
(אגב, מ'שרייבט עס "קולט"...)
נישט קענען מאכן אליין קיין פערזענליכע בחירה, אן קיין אפראוו פונעם סמכות, איז פון די שטערקסטע סימנים לויט די בוקס
קוק וואס כ'האב געמאכט באלד.

ווען דו פרעגסט איינעם אן עצה וועגן ''דו'' ווילסט ''אים'' פרעגן - צו וועגן דו האלטסט ער איז קלוג אדער ווייל דו שפירסט אז ער האט סייעתא דשמיא צוטרעפן וואס איז ריכטיג פאר דיר - קומט נישט אריין קולט אינעם בילד בכלל וכלל.

ווען דו פרעגסט דיין קאוטש אין ביזנעס איז דער קאוטש ביסטו אין א קולט?

ולכל מי שיש לו מח בקדקדו יאמר בקול רם ''יחי ההבדל!''.
הבוחר בתורה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 159
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2025 10:04 am
Location: קרית באבוב45
x 267

Re: ווער איז דיין מורה דרך?

פאוסט דורך הבוחר בתורה »

איינער וואס האט א מורה דרך איז זיין גאנצע שטוב אנדערש, די שפראך פון זיינע קינדער איז אנדערש, אא''וו.

גיי אריין אין ישיבות, מען קען זען קלאר וועלכע בחור קומט פון א שטוב וואו מען האט א מורה דרך און וועלכע נישט.

וזה מה שאמרו חז''ל עשה לך רב.
אוועיטער
איצקאוויטש
פרישער באניצער
פאוסטס: 20
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 22, 2026 6:11 pm
x 86

Re: ווער איז דיין מורה דרך?

פאוסט דורך איצקאוויטש »

דריידל האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 12:35 pm
איצקאוויטש האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 12:16 pm
דאס האב איך פריער געזאגט, איינער וואס איז באמת א חסיד באקומט זיין הדרכה פון הערן די הונדערטער דרשות א יאר, של"ס, יומא דפגרא'ס, ימים טובים, וכדומה. און ווען מען דארף עפעס פערזענליך אדוכשמועסן, טוט מען עס.
בקיצור מר אמר חדא ומר אמר חדא. די זאגסט אז ס'זענען דא אמת'ע חסידים וואס באקומען הדרכה פון א מורה דרך און איך זאג אז ס'זענען דא אסאך וועלכע פארריפן זיך אלץ חסידים און זיי האבן גאנץ א קנאפע שייכות מיט זייער רבי.

ולא פליגי
כ'האב דיר גרויסע נייעס, ס'זענען דא אסאך אידן וואס האבן נישט געלערנט אין קיין גרויסע קאמפאני, און זיי האבן אויך נישט קיין מורה דרך. וואס ס'שטערט דיך איז אז ער "רופט זיך" א סאטמארער?
הערליכע ביימער
ניי צום טיש
פאוסטס: 6
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 06, 2026 12:44 pm
x 32

Re: ווער איז דיין מורה דרך?

פאוסט דורך הערליכע ביימער »

הבוחר בתורה האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 2:27 pm איינער וואס האט א מורה דרך איז זיין גאנצע שטוב אנדערש, די שפראך פון זיינע קינדער איז אנדערש, אא''וו.

גיי אריין אין ישיבות, מען קען זען קלאר וועלכע בחור קומט פון א שטוב וואו מען האט א מורה דרך און וועלכע נישט.

וזה מה שאמרו חז''ל עשה לך רב.
💯
אוועיטער
דריידל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 320
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 1:43 pm
x 584

Re: ווער איז דיין מורה דרך?

פאוסט דורך דריידל »

איצקאוויטש האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 2:52 pm
דריידל האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 12:35 pm
איצקאוויטש האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 12:16 pm
דאס האב איך פריער געזאגט, איינער וואס איז באמת א חסיד באקומט זיין הדרכה פון הערן די הונדערטער דרשות א יאר, של"ס, יומא דפגרא'ס, ימים טובים, וכדומה. און ווען מען דארף עפעס פערזענליך אדוכשמועסן, טוט מען עס.
בקיצור מר אמר חדא ומר אמר חדא. די זאגסט אז ס'זענען דא אמת'ע חסידים וואס באקומען הדרכה פון א מורה דרך און איך זאג אז ס'זענען דא אסאך וועלכע פארריפן זיך אלץ חסידים און זיי האבן גאנץ א קנאפע שייכות מיט זייער רבי.

ולא פליגי
כ'האב דיר גרויסע נייעס, ס'זענען דא אסאך אידן וואס האבן נישט געלערנט אין קיין גרויסע קאמפאני, און זיי האבן אויך נישט קיין מורה דרך. וואס ס'שטערט דיך איז אז ער "רופט זיך" א סאטמארער?
פליז, ווי האסטי געזעהן רעדן דערפון בכלל? די רעדע איז פשוט צו פארשטיין וואס טיט אויף פרעגן אזא שאלה
שטותים איז נישט דער אלטערנאטיוו פון שכל (קרעדיט: @הדסים)
קרישקע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 195
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:00 pm
x 319

Re: ווער איז דיין מורה דרך?

פאוסט דורך קרישקע »

קרני פרה האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 12:02 pm
א יוני אין שוויץ האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 11:54 am
קרני פרה האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 11:13 am
אינטערסאנט
וואס איז די מקור דערפון? פון ווי נעמט זיך די דרך? און וויפיל יאר איז דאס?
מיט חסידות האט דאס גארנישט..
און מיט וואס איז דאס אנדערש פון א קאָלט?
וואו קומט אריין חסידות דא? יעדע יוד דארף א מורה דרך, און די טענה איז געווען אז היות די פלאץ איז גרויס קומט נישט אויס אז יעדער זאל קענען פערזענליך צוקומען צום מורה דרך, זאג איך אז מ'קען יא, קיין שייכות מיט קולטיזעם, קיינער הייסט נישט גארנישט.
חיפשתי בד׳ חלקי שו״ע ולא מצאתי מקור הדין שלכל אחד צריך מורה דרך
לכן ביקשתי מקור, אם ידוע לך, אנא
ושכרך כפול מן השמים
א שאד געווען דיין טירחה צו קוקן און אזויפיל בענדער שו"ע, קענסט ווען נעמען א פשוטע סידור...

דארט אין בעק איז דא געדריקט א צעטל קטן...

ס'שטערט נישט קיינעם, מען האט פשוט רחמנות אויף יענעם..
אסרוחג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 149
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 3:46 pm
x 314

Re: ווער איז דיין מורה דרך?

פאוסט דורך אסרוחג »

דריידל האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 1:36 pm
אסרוחג האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 12:57 pm
דריידל האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 12:35 pm

בקיצור מר אמר חדא ומר אמר חדא. די זאגסט אז ס'זענען דא אמת'ע חסידים וואס באקומען הדרכה פון א מורה דרך און איך זאג אז ס'זענען דא אסאך וועלכע פארריפן זיך אלץ חסידים און זיי האבן גאנץ א קנאפע שייכות מיט זייער רבי.

ולא פליגי
בעצם מיין איך, די גאנצע מושג אז איך בין א .... חסיד, און מ'האט גארנישט מיטן רבין, צו מ'האט בכלל נישט קיין רבי, דאס עקזעסטירט נישט אין ערגעץ נאר אין סאטמאר, קארעקט מי איף איי ראונג, אבער דאס איז לפי ידיעתי, כ'האב שוין געהערט פון א X סקווירא חסיד, אבער וועסט נישט טרעפן איינער זאל זאגן ער איז א סקווירא חסיד און ער זעט נישט דעם רבין ווי גרויס די יאר איז
יעצט אין סאטמאר איז יא אזוי
1) ס'איז דא חסידים וואס זאגן איך בין א סאטמאר חסיד (מהר"א אדער מהרי"י) און ער איז טאקע א חסיד, למחצה לשליש ולרביע, אבער לכה"פ איינמאל א יאר איז ער ביים רבין.
2) ווידער איז דא אידן וואס פאררופן זיך אלס סאטמאר חסיד (מהר"א אדער מהרי"י) פשוט ווייל ער שיקט אין יענע מוסד, אבער ער זעט נישט דעם רבין ווי גרויס די יאר איז
3) דאס איז שוין גאר א הויכע דרגא, ער איז א סאטמאר חסיד, אבער האט בכלל נישט קיין רבי, שיקט ווייסעך ווי, טוט וואס ער פארשטייט ס'איז גוט, ער איז פשוט אויפגעוואקסן אין סאטמאר
א גורער וואס האט ארויסגעטשעקט, וועט נישט זאגן איך בין א גורער, ער וועט אפשר זאגן מיין טאטע איז געווען א גורער

יעצט איינמאל ביזט אין קאטאגאריע 1, אפילו די שוואכסטע דרגא, ביזט אבער אין סיסטעם, אויטאמאטיש האסטו א מורה דרך, ווייל די רבי פארעמט אויס דיין רוחניות, אויב האסטו ספיקות ביי שידוכים צו ביזנעס צו אנדערע ענינים בגו"ר און דו קומסט נישט פרעגן, איז עס פשוט א שאד אז דו נוצט נישט אויס די אפערטוניטי, אויב פרעגסטו א צווייטן דע"ת, איז יענער אויך דיין מורה דרך (כ'האב אויך מער ווי איין מורה דרך, נאטינג ראונג, ווי לאנג זיי זענען זיך נישט סותר אין השקפה)
100% אז דאס איז פילפאכיג מער עקסעפטעט אין סאטמאר ווי אנדערע פלעצער, אבער איך קען סקווירא און וויזניצער וואס האבן גאנץ קנאפ שייכות מיטן רבין.

די האס געזאגט אז אן X סקווערער וועט זיך נישט פארריפן אלץ סקווירא חסיד משא"כ סאטמאר. דאס איז ריכטיג, אבער דאס איז נאר ווען איינער האט אפישעלי ארויסגעשטעקט פונעם סיסטעם. ס'זענען אבער דא אסאך וועלכע בלייבן אינעם סיסטעם פאר זייער באקוועמליכקייטן, מ'וויל נישט אפהאקן מיט משפחה און חברים, מ'קומט אפילו צו פארן אויף יו"ט, ס'שיין מיטצוהאלטן מיט טויזנטער אידן, אבער א ווארט פון רבי'ן איז גאנץ ווייניג מחייב.
דאס איז זיכער אזוי
אזוי ווי ס'אידישט זיך אזוי חסיד'ישט זיך
פונקט ווי מ'קען גיין מיט די גאנצע טראגע און זיין פארפוילט אינעווייניג, קען מען מיטהאלטן די גאנצע חסידות מיט אלע מאורעות און לאכן פון אינעווייניג פון אלעם
איך האב אבער גערעדט פון די מציאות פון זיך בכלל נישט באווייזן, נאבאודי האום, און "איימפראוד טו בי סאטמאר"

דו קענסט די שמועס פון יענעם מיטן ליטווישן ראש ישיבה:
ראש ישיבה: וועלכע קרייז זענט איר?
חסיד: סאטמאר
ראש ישיבה: וועלכע סאטמאר?
חסיד: כ'האב גארנישט מיט קיינעם פון די רבי'ס
ראש ישיבה: אה, דאן באלאנגסטו צו.....
חסיד: ניין, באמת, כ'האב ממש מיט קיינעם גארנישט
ראש ישיבה: דאס מיינט דו באלאנגסט שטארק צו....
בן חז״ל
ניי צום טיש
פאוסטס: 10
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 20, 2025 5:32 am
Location: עיר התורה קרית יואל יצ״ו
x 17

Re: ווער איז דיין מורה דרך?

פאוסט דורך בן חז״ל »

דריידל האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 3:29 pm
איצקאוויטש האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 2:52 pm
דריידל האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 12:35 pm

בקיצור מר אמר חדא ומר אמר חדא. די זאגסט אז ס'זענען דא אמת'ע חסידים וואס באקומען הדרכה פון א מורה דרך און איך זאג אז ס'זענען דא אסאך וועלכע פארריפן זיך אלץ חסידים און זיי האבן גאנץ א קנאפע שייכות מיט זייער רבי.

ולא פליגי
כ'האב דיר גרויסע נייעס, ס'זענען דא אסאך אידן וואס האבן נישט געלערנט אין קיין גרויסע קאמפאני, און זיי האבן אויך נישט קיין מורה דרך. וואס ס'שטערט דיך איז אז ער "רופט זיך" א סאטמארער?
פליז, ווי האסטי געזעהן רעדן דערפון בכלל? די רעדע איז פשוט צו פארשטיין וואס טיט אויף פרעגן אזא שאלה
עס טוט שוין איינמאל אויף.
אזוי רעדסטו כאטש דערפון.
עומד על תלת
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 240
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 5:15 pm
Location: Ny
x 414

Re: ווער איז דיין מורה דרך?

פאוסט דורך עומד על תלת »

אסרוחג האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 12:57 pm
דריידל האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 12:35 pm
איצקאוויטש האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 12:16 pm
דאס האב איך פריער געזאגט, איינער וואס איז באמת א חסיד באקומט זיין הדרכה פון הערן די הונדערטער דרשות א יאר, של"ס, יומא דפגרא'ס, ימים טובים, וכדומה. און ווען מען דארף עפעס פערזענליך אדוכשמועסן, טוט מען עס.
בקיצור מר אמר חדא ומר אמר חדא. די זאגסט אז ס'זענען דא אמת'ע חסידים וואס באקומען הדרכה פון א מורה דרך און איך זאג אז ס'זענען דא אסאך וועלכע פארריפן זיך אלץ חסידים און זיי האבן גאנץ א קנאפע שייכות מיט זייער רבי.

ולא פליגי
בעצם מיין איך, די גאנצע מושג אז איך בין א .... חסיד, און מ'האט גארנישט מיטן רבין, צו מ'האט בכלל נישט קיין רבי, דאס עקזעסטירט נישט אין ערגעץ נאר אין סאטמאר, קארעקט מי איף איי ראונג, אבער דאס איז לפי ידיעתי, כ'האב שוין געהערט פון א X סקווירא חסיד, אבער וועסט נישט טרעפן איינער זאל זאגן ער איז א סקווירא חסיד און ער זעט נישט דעם רבין ווי גרויס די יאר איז
יעצט אין סאטמאר איז יא אזוי
1) ס'איז דא חסידים וואס זאגן איך בין א סאטמאר חסיד (מהר"א אדער מהרי"י) און ער איז טאקע א חסיד, למחצה לשליש ולרביע, אבער לכה"פ איינמאל א יאר איז ער ביים רבין.
2) ווידער איז דא אידן וואס פאררופן זיך אלס סאטמאר חסיד (מהר"א אדער מהרי"י) פשוט ווייל ער שיקט אין יענע מוסד, אבער ער זעט נישט דעם רבין ווי גרויס די יאר איז
3) דאס איז שוין גאר א הויכע דרגא, ער איז א סאטמאר חסיד, אבער האט בכלל נישט קיין רבי, שיקט ווייסעך ווי, טוט וואס ער פארשטייט ס'איז גוט, ער איז פשוט אויפגעוואקסן אין סאטמאר
א גורער וואס האט ארויסגעטשעקט, וועט נישט זאגן איך בין א גורער, ער וועט אפשר זאגן מיין טאטע איז געווען א גורער

יעצט איינמאל ביזט אין קאטאגאריע 1, אפילו די שוואכסטע דרגא, ביזט אבער אין סיסטעם, אויטאמאטיש האסטו א מורה דרך, ווייל די רבי פארעמט אויס דיין רוחניות, אויב האסטו ספיקות ביי שידוכים צו ביזנעס צו אנדערע ענינים בגו"ר און דו קומסט נישט פרעגן, איז עס פשוט א שאד אז דו נוצט נישט אויס די אפערטוניטי, אויב פרעגסטו א צווייטן דע"ת, איז יענער אויך דיין מורה דרך (כ'האב אויך מער ווי איין מורה דרך, נאטינג ראונג, ווי לאנג זיי זענען זיך נישט סותר אין השקפה)
מען זאגט אז לעבן די שטאט סאטמאר אינדערהיים, איז געווען אסאך א גרעסערע שטאט וואס האט געהייסן,
‘‘ סאטמאר געשטימט‘‘....
קרישקע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 195
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:00 pm
x 319

Re: ווער איז דיין מורה דרך?

פאוסט דורך קרישקע »

עומד על תלת האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 3:54 pm

אין ענגליש האט מען עס גערופען גלילות
קרני פרה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 301
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 1:06 am
x 1814

Re: ווער איז דיין מורה דרך?

פאוסט דורך קרני פרה »

קרישקע האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 3:37 pm
קרני פרה האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 12:02 pm
א יוני אין שוויץ האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 11:54 am
וואו קומט אריין חסידות דא? יעדע יוד דארף א מורה דרך, און די טענה איז געווען אז היות די פלאץ איז גרויס קומט נישט אויס אז יעדער זאל קענען פערזענליך צוקומען צום מורה דרך, זאג איך אז מ'קען יא, קיין שייכות מיט קולטיזעם, קיינער הייסט נישט גארנישט.
חיפשתי בד׳ חלקי שו״ע ולא מצאתי מקור הדין שלכל אחד צריך מורה דרך
לכן ביקשתי מקור, אם ידוע לך, אנא
ושכרך כפול מן השמים
א שאד געווען דיין טירחה צו קוקן און אזויפיל בענדער שו"ע, קענסט ווען נעמען א פשוטע סידור...

דארט אין בעק איז דא געדריקט א צעטל קטן...
טאקע???!!
ברענג אהער דעם לשון מען זאל זען אינדעווייניג פון וואס די רבי ר מלך רעדט דארט….???
עומד על תלת
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 240
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 5:15 pm
Location: Ny
x 414

Re: ווער איז דיין מורה דרך?

פאוסט דורך עומד על תלת »

קרישקע האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 4:14 pm
עומד על תלת האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 3:54 pm
אסרוחג האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 12:57 pm
בעצם מיין איך, די גאנצע מושג אז איך בין א .... חסיד, און מ'האט גארנישט מיטן רבין, צו מ'האט בכלל נישט קיין רבי, דאס עקזעסטירט נישט אין ערגעץ נאר אין סאטמאר, קארעקט מי איף איי ראונג, אבער דאס איז לפי ידיעתי, כ'האב שוין געהערט פון א X סקווירא חסיד, אבער וועסט נישט טרעפן איינער זאל זאגן ער איז א סקווירא חסיד און ער זעט נישט דעם רבין ווי גרויס די יאר איז
יעצט אין סאטמאר איז יא אזוי
1) ס'איז דא חסידים וואס זאגן איך בין א סאטמאר חסיד (מהר"א אדער מהרי"י) און ער איז טאקע א חסיד, למחצה לשליש ולרביע, אבער לכה"פ איינמאל א יאר איז ער ביים רבין.
2) ווידער איז דא אידן וואס פאררופן זיך אלס סאטמאר חסיד (מהר"א אדער מהרי"י) פשוט ווייל ער שיקט אין יענע מוסד, אבער ער זעט נישט דעם רבין ווי גרויס די יאר איז
3) דאס איז שוין גאר א הויכע דרגא, ער איז א סאטמאר חסיד, אבער האט בכלל נישט קיין רבי, שיקט ווייסעך ווי, טוט וואס ער פארשטייט ס'איז גוט, ער איז פשוט אויפגעוואקסן אין סאטמאר
א גורער וואס האט ארויסגעטשעקט, וועט נישט זאגן איך בין א גורער, ער וועט אפשר זאגן מיין טאטע איז געווען א גורער

יעצט איינמאל ביזט אין קאטאגאריע 1, אפילו די שוואכסטע דרגא, ביזט אבער אין סיסטעם, אויטאמאטיש האסטו א מורה דרך, ווייל די רבי פארעמט אויס דיין רוחניות, אויב האסטו ספיקות ביי שידוכים צו ביזנעס צו אנדערע ענינים בגו"ר און דו קומסט נישט פרעגן, איז עס פשוט א שאד אז דו נוצט נישט אויס די אפערטוניטי, אויב פרעגסטו א צווייטן דע"ת, איז יענער אויך דיין מורה דרך (כ'האב אויך מער ווי איין מורה דרך, נאטינג ראונג, ווי לאנג זיי זענען זיך נישט סותר אין השקפה)
מען זאגט אז לעבן די שטאט סאטמאר אינדערהיים, איז געווען אסאך א גרעסערע שטאט וואס האט געהייסן,
‘‘ סאטמאר געשטימט‘‘....
אין ענגליש האט מען עס גערופען גלילות
Ok, באט יא גאט דפוינט?
קרני פרה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 301
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 1:06 am
x 1814

Re: ווער איז דיין מורה דרך?

פאוסט דורך קרני פרה »

שמח האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 2:07 pm
קרני פרה האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 12:34 pm
איצקאוויטש האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 11:29 am

וואס?! מ'גייט דארט מיט פאות?! ס'איז דאך ממש ווי לב טהור...
(אגב, מ'שרייבט עס "קולט"...)
נישט קענען מאכן אליין קיין פערזענליכע בחירה, אן קיין אפראוו פונעם סמכות, איז פון די שטערקסטע סימנים לויט די בוקס
קוק וואס כ'האב געמאכט באלד.

ווען דו פרעגסט איינעם אן עצה וועגן ''דו'' ווילסט ''אים'' פרעגן - צו וועגן דו האלטסט ער איז קלוג אדער ווייל דו שפירסט אז ער האט סייעתא דשמיא צוטרעפן וואס איז ריכטיג פאר דיר - קומט נישט אריין קולט אינעם בילד בכלל וכלל.

ווען דו פרעגסט דיין קאוטש אין ביזנעס איז דער קאוטש ביסטו אין א קולט?

ולכל מי שיש לו מח בקדקדו יאמר בקול רם ''יחי ההבדל!''.
אגרי הונדערט פארצענט
פרעגן אן עצה פון א קלוגען איד, און סתם אזוי זיך דורכרעדן מיט א גוטן חבר אדער קרוב, איז א נטורליכע צורך וואס דער באשעפער האט אריינגעלייגט אינעם מין האנושי, כמבואר בספר משלי ובחז״ל

פארשטיי זיך, ווען עס קומט אונטער אן החלטה גורלית, און מען איז שווער מסופק, גייט מען פרעגן א צדיק, א בעל רוח הקודש, א ערליכע איד מיט סייעתא דשמיא, אדער מאכט מען א גורל הגר״א

היינטיגע צודרייטע וועלט איז נשתנו סדרי בראשית. מענטשען האבן פארלוירן בעסיק קומיוניקאציע סקילס
צאלט מען גרויס געלט פאר א פרייוועט קאנסאלטענט, אדער מען רעדט זיך דורך מיט עי איי…. זיכער איז גאר וויכטיג און א שטארקע חסד און סערוויס אז עס איז דא אזא מציאות זיך צו קענען דורכרעדן מיט א מורה דרך בחינם, עס איז ממש א לייוו סעווער פאר אסאך און עס איז משנה גאנצע שטיבער לטובה, בלי ספק א פראקטישע שכלדיגע זאך

אבער מיט דריי תנאים
נאר אויב איך וויל
נאר ווען איך וויל
נאר וועם איך וויל

מיין תגובה באציהט זיך צו די וואס האבן געטענה׳ט אז ״יעדער״ דארף ״אייביג אלעס״ אפילו בגשמיות ,אנפרעגן די ״געוויסע״ רבי רב אדער דיין מורה דרך וכו׳ כאילו עפעס א גזירת הכתוב מכוח ההלכה, אדער השקפה, חסידות, מנהג ישראל מאז ומעולם, אפילו אויב איינער קומט לפי תכונת נפשו בעסער אויס דעם אלטען וועג, ווערט ער א שייגאץ..

דאס קוקט שוין אויס אביסל קאָלטיש….
אוועיטער
דריידל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 320
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 1:43 pm
x 584

Re: ווער איז דיין מורה דרך?

פאוסט דורך דריידל »

יאנטשי האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 1:44 pm הרב שמעון זאב מייזליש, 4 מינוט

https://www.dropbox.com/scl/fi/svzqg5v3 ... e1p55&dl=0

@קרני פרה
נארוואס געוועיסט 4 מינוט. וואס איז די גרויסע חידוש צו הערן דארט אז די ברענגסט עס צו?
שטותים איז נישט דער אלטערנאטיוו פון שכל (קרעדיט: @הדסים)
אוועיטער
יהא רעוא
פרישער באניצער
פאוסטס: 97
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 3:18 pm
x 227

Re: ווער איז דיין מורה דרך?

פאוסט דורך יהא רעוא »

אסרוחג האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 12:57 pm
דריידל האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 12:35 pm
איצקאוויטש האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 12:16 pm
דאס האב איך פריער געזאגט, איינער וואס איז באמת א חסיד באקומט זיין הדרכה פון הערן די הונדערטער דרשות א יאר, של"ס, יומא דפגרא'ס, ימים טובים, וכדומה. און ווען מען דארף עפעס פערזענליך אדוכשמועסן, טוט מען עס.
בקיצור מר אמר חדא ומר אמר חדא. די זאגסט אז ס'זענען דא אמת'ע חסידים וואס באקומען הדרכה פון א מורה דרך און איך זאג אז ס'זענען דא אסאך וועלכע פארריפן זיך אלץ חסידים און זיי האבן גאנץ א קנאפע שייכות מיט זייער רבי.

ולא פליגי
בעצם מיין איך, די גאנצע מושג אז איך בין א .... חסיד, און מ'האט גארנישט מיטן רבין, צו מ'האט בכלל נישט קיין רבי, דאס עקזעסטירט נישט אין ערגעץ נאר אין סאטמאר, קארעקט מי איף איי ראונג, אבער דאס איז לפי ידיעתי, כ'האב שוין געהערט פון א X סקווירא חסיד, אבער וועסט נישט טרעפן איינער זאל זאגן ער איז א סקווירא חסיד און ער זעט נישט דעם רבין ווי גרויס די יאר איז
יעצט אין סאטמאר איז יא אזוי
1) ס'איז דא חסידים וואס זאגן איך בין א סאטמאר חסיד (מהר"א אדער מהרי"י) און ער איז טאקע א חסיד, למחצה לשליש ולרביע, אבער לכה"פ איינמאל א יאר איז ער ביים רבין.
2) ווידער איז דא אידן וואס פאררופן זיך אלס סאטמאר חסיד (מהר"א אדער מהרי"י) פשוט ווייל ער שיקט אין יענע מוסד, אבער ער זעט נישט דעם רבין ווי גרויס די יאר איז
3) דאס איז שוין גאר א הויכע דרגא, ער איז א סאטמאר חסיד, אבער האט בכלל נישט קיין רבי, שיקט ווייסעך ווי, טוט וואס ער פארשטייט ס'איז גוט, ער איז פשוט אויפגעוואקסן אין סאטמאר
א גורער וואס האט ארויסגעטשעקט, וועט נישט זאגן איך בין א גורער, ער וועט אפשר זאגן מיין טאטע איז געווען א גורער

יעצט איינמאל ביזט אין קאטאגאריע 1, אפילו די שוואכסטע דרגא, ביזט אבער אין סיסטעם, אויטאמאטיש האסטו א מורה דרך, ווייל די רבי פארעמט אויס דיין רוחניות, אויב האסטו ספיקות ביי שידוכים צו ביזנעס צו אנדערע ענינים בגו"ר און דו קומסט נישט פרעגן, איז עס פשוט א שאד אז דו נוצט נישט אויס די אפערטוניטי, אויב פרעגסטו א צווייטן דע"ת, איז יענער אויך דיין מורה דרך (כ'האב אויך מער ווי איין מורה דרך, נאטינג ראונג, ווי לאנג זיי זענען זיך נישט סותר אין השקפה)
אמת, סאטמאר איז אנדערש ווי אנדערע חסידות'ער ביסודה, סאטמאר ביסודה איז א השקפה און נישט קיין פלאץ ווי די רבי איז אלעס אין לעבן.

צו זיין א סאטמארער איז בלויז די השקפה
פארטראכט
פרישער באניצער
פאוסטס: 62
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 27, 2025 1:09 am
x 113

Re: ווער איז דיין מורה דרך?

פאוסט דורך פארטראכט »

איד האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 11:57 am מ'פארפארט דא אינגאנצן,

מ'האט בכלל נישט דן געווען צו ס'זענען נאך דא אידן וואס זענען דבוק אין צדיקים און מקושר מיט משפיעים, און רורן זיך נישט אהן א מורה דרך,
זיכער איז דא גענוג און נאך!

נאר, די שאלה איז געווען, וואס איז די אויפטוה פון פרעגן אויפן פראגע בויגן?
די ענטפער וועט דאך זיין די זעלבע סיי ביי די וואס האבן יא א מורה דרך פרטי און סיי וואס האבן נישט.
יעדער גייט אריין שרייבן די רב אדער רבי מיט וואס ער איז די נענסטע - אפגעזען ווי נאונט ער איז באמת,
אויב אזוי איז הדרא הקושיא לדוכתא, פארוואס לייגט מען אריין די שורה?
כגלייב נישט אז דער פותח האשכול האט ממש דאס געפרעגט, נייס סאממערי ריגארדלעס..

אגב, אויב טשעלענדזשט מען די מוסדות אפליקאציע בויגן, האב איך פיל מיט פראגעס צו פארשטעלן.
פארטראכט
פרישער באניצער
פאוסטס: 62
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 27, 2025 1:09 am
x 113

Re: ווער איז דיין מורה דרך?

פאוסט דורך פארטראכט »

קרני פרה האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 12:34 pm
איצקאוויטש האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 11:29 am
קרני פרה האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 11:13 am
אינטערסאנט
וואס איז די מקור דערפון? פון ווי נעמט זיך די דרך? און וויפיל יאר איז דאס?
מיט חסידות האט דאס גארנישט..
און מיט וואס איז דאס אנדערש פון א קאָלט?
וואס?! מ'גייט דארט מיט פאות?! ס'איז דאך ממש ווי לב טהור...
(אגב, מ'שרייבט עס "קולט"...)
ניין
פאות איז נישט פון די סימנים פון קיין קאָלט לויט קיין שום פארשריפטן

נישט קענען מאכן אליין קיין פערזענליכע בחירה, אן קיין אפראוו פונעם סמכות, איז פון די שטערקסטע סימנים לויט די בוקס

לב טהור קומט נישט דא אריין
די ווארט קאָלט מיינט נישט אוטומאטיש א שלעכטע פלאץ בדווקה

עס איז דא א גרויסע חילוק פון א כת מסוכנת (Destructive cult) וואס לב טהור איז פון די ערגסטע דערפון אין די גאנצע וועלט לויט מומחים
צו א פשוט׳ע קאלט וואס איז א געוויסע דרך החיים, עס האט מעלות און חסרונות , אבער קען זיך גרינג דערקייקלען צו א מסוכן׳דיגע פלאץ
קאממאן, מיר ביידע ווייסן אז פשוטע עם פלעגן אין אלע זמנים כסדר זיך דורכשמועסן און קוויטלען ביי גוטע אידן, זייערע צווייפלנישן און וואס נישט.

איטס אקעי צו באלאנגן צו די יחידי הקהילות ווי דאס איז נישט א חלק פונעם קריקאלום, אבער ביטע נישט שטעלן א בלעכענע געזיכט ווען א צווייטער האט דאס יא, און נאך מדמה זיין צו א קולט גאר..

כל הכבוד הרב @איצקאוויטש

יאך האב דאס נישט, אבער עט ליעסט טרעף איך פלאץ אין מיין הארץ צו שעצן אימיצער וואס האט דאס יא.
אסרוחג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 149
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 3:46 pm
x 314

Re: ווער איז דיין מורה דרך?

פאוסט דורך אסרוחג »

יהא רעוא האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 6:39 pm
אסרוחג האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 12:57 pm
דריידל האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 12:35 pm

בקיצור מר אמר חדא ומר אמר חדא. די זאגסט אז ס'זענען דא אמת'ע חסידים וואס באקומען הדרכה פון א מורה דרך און איך זאג אז ס'זענען דא אסאך וועלכע פארריפן זיך אלץ חסידים און זיי האבן גאנץ א קנאפע שייכות מיט זייער רבי.

ולא פליגי
בעצם מיין איך, די גאנצע מושג אז איך בין א .... חסיד, און מ'האט גארנישט מיטן רבין, צו מ'האט בכלל נישט קיין רבי, דאס עקזעסטירט נישט אין ערגעץ נאר אין סאטמאר, קארעקט מי איף איי ראונג, אבער דאס איז לפי ידיעתי, כ'האב שוין געהערט פון א X סקווירא חסיד, אבער וועסט נישט טרעפן איינער זאל זאגן ער איז א סקווירא חסיד און ער זעט נישט דעם רבין ווי גרויס די יאר איז
יעצט אין סאטמאר איז יא אזוי
1) ס'איז דא חסידים וואס זאגן איך בין א סאטמאר חסיד (מהר"א אדער מהרי"י) און ער איז טאקע א חסיד, למחצה לשליש ולרביע, אבער לכה"פ איינמאל א יאר איז ער ביים רבין.
2) ווידער איז דא אידן וואס פאררופן זיך אלס סאטמאר חסיד (מהר"א אדער מהרי"י) פשוט ווייל ער שיקט אין יענע מוסד, אבער ער זעט נישט דעם רבין ווי גרויס די יאר איז
3) דאס איז שוין גאר א הויכע דרגא, ער איז א סאטמאר חסיד, אבער האט בכלל נישט קיין רבי, שיקט ווייסעך ווי, טוט וואס ער פארשטייט ס'איז גוט, ער איז פשוט אויפגעוואקסן אין סאטמאר
א גורער וואס האט ארויסגעטשעקט, וועט נישט זאגן איך בין א גורער, ער וועט אפשר זאגן מיין טאטע איז געווען א גורער

יעצט איינמאל ביזט אין קאטאגאריע 1, אפילו די שוואכסטע דרגא, ביזט אבער אין סיסטעם, אויטאמאטיש האסטו א מורה דרך, ווייל די רבי פארעמט אויס דיין רוחניות, אויב האסטו ספיקות ביי שידוכים צו ביזנעס צו אנדערע ענינים בגו"ר און דו קומסט נישט פרעגן, איז עס פשוט א שאד אז דו נוצט נישט אויס די אפערטוניטי, אויב פרעגסטו א צווייטן דע"ת, איז יענער אויך דיין מורה דרך (כ'האב אויך מער ווי איין מורה דרך, נאטינג ראונג, ווי לאנג זיי זענען זיך נישט סותר אין השקפה)
אמת, סאטמאר איז אנדערש ווי אנדערע חסידות'ער ביסודה, סאטמאר ביסודה איז א השקפה און נישט קיין פלאץ ווי די רבי איז אלעס אין לעבן.

צו זיין א סאטמארער איז בלויז די השקפה
במחילת כבוד תורתך הרמה ביזטו ראונג
אמת אז גיין צום טיש איז נישט פון די עשרת הדברות אין סאטמאר
אבער באלאנגן צו א קהלה דאס איז יא איינס פון די יסודות אין סאטמאר, און באלאנגן צו א קהלה וואס האט א מנהיג, און זיין כפוף און פאלגן אלעס וואס דער מנהיג הייסט, נישט קיין חילוק צו דו פארשטייסט יא צו דו פארשטייסט נישט (נישט קיין חילוק צו מהר"א, מהרי"י, מהרח"י, מהרח"צ)
צווייטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 814
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 1615

Re: ווער איז דיין מורה דרך?

פאוסט דורך צווייטער »

איך באצי זיך צום שמועס דא.

ס'איז שווער צו מגדיר זיין דעם אדם הגדול בענקים אבער מרן מסאטמאר זי''ע האט פארמאגט צוויי פערזענליכקייטן געמישט אין איין מענטש.

ער איז געווען א רב ואב''ד בישראל וואס פארפיגט אויף זיין קהילה מיט אלע קהלי'שע אנגעלעגענהייטן, עקסטער איז ער געווען א רבי וואס האט זיך מתנהג געווען מיט אלע רבי'שע ענינים און השגות. (היינט ווייסט מען קוים אין סאטמאר וואס מיינט א חסידי'שער רבי, אבער ער איז געווען א חסידי'שער רבי מיט גאנצן קנאק).

מצד וואס ער איז געווען א רב האט ער אוועקגעשטעלט זיין קהילה פאר'ן ציבור הכללי געשטעלט אויף די יסודי הדת, אן קיין חסידי'שע ענינים. די פרינציפן פון די קהילה איז שמירת התורה ומצוות כפשוטו וכמשמעו. מצד די קהילה איז נישט געווען קיין שום ענין צו גיין צום טיש, אדער דאווענען מיט זיין מנין שבת ויום טוב, אדער האבן סיי וועלכע חסידי'שער קשר מיט'ן רב הקהילה.

אבער מצד וואס ער איז געווען א חסידי'שער רבי, האט א חסידי'שער איד פארשטאנען וואס ער האט צו טון. ס'איז נישט געווען קיין פארלאנג פאר'ן ציבור צו קומען צום טיש, אבער איינער מיט חסידי'שע השגות (וואס איז אויסדריקליך 'נישט' געווען 'פארלאנגט') איז געקומען ווייל ס'איז געווען וואס צו זען. א טיש עפי''ר שפעט ביינאכט אן קיין איבעריגע ניגונים, נאטינג ספעשל אינטערסאנט, אבער איינער מיט חסידי'שע אויגן האט שוין איינמאל געהאט וואס צו זען דארטן, בלויז העכערע דביקות כחד מקמאי, מיט רבי'שע יחודים און ענינים נסתרים. און ער האט געוואלט אז איינער מיט חסידי'שע השגות זאל קומען.

פאיע רב ז''ל האט פארציילט אז נאך זיין חתונה נישט וועלנדיג אהיימקומען שפעט - נאכ'ן רבינ'ס דאווענען - צו זיין שנה ראשונה'דיגן ווייב, איז ער שבת אינדערפרי געגאנגען דאווענען מיט'ן באלעבאטישן מנין, כ'מיין אז זיי האבן זיך געשטעלט 9 אזייגער, נאכ'ן דאווענען האט אים דער רבי ז''ל געטראפן און דער רבי האט אים באמערקט ווי ער האלט שוין נאכ'ן דאווענען, האט אים דער רבי ז''ל געפרעגט מיט א שמייכל, משה בער, דו דאווענסט אויך דא?.. מער האט שוין פאיע רב נישט פארפאסט א תפילה ביים רבי'ן.

פאר'ן כלל הציבור האט מען בכלל נישט גערעדט די שפראך, אבער דא דארטן פאר א חסידי'שן איד האט מען זיך געקענט ארויסכאפן אז ער האט קורת רוח ווען מ'דאווענט מיט אים און מ'האלט מיט די חסידי'שע עבודה.
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
אוועיטער
טראפקעלע
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 832
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:53 am
x 935

Re: ווער איז דיין מורה דרך?

פאוסט דורך טראפקעלע »

זייער א גיטע נושא!

ווייל אפילו דער שטארקע חסידת וואס גייט אריין צו זיין רבי 4-5 מאל א יאר,
וועט עפי"ר נישט רעדן איבער שלום בית, חינוך, השקפה, וכדו' (און אויב דו גייסט יא אריין צו דיין רבי אסאך מער, און דו שמועסט אויס יעדע פון דעי סארט געדאנקן, דאן איז דעי אשכול נישט פאר דיר)

זייער וויכטיג צו האבן איינעם צו וועם מקען זיך גרינג פארבינדן און מאיז באקוועם אויסצושמועסן יעדע סארט נושא
אסרוחג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 149
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 3:46 pm
x 314

Re: ווער איז דיין מורה דרך?

פאוסט דורך אסרוחג »

טראפקעלע האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 18, 2026 11:27 am זייער א גיטע נושא!

ווייל אפילו דער שטארקע חסידת וואס גייט אריין צו זיין רבי 4-5 מאל א יאר,
וועט עפי"ר נישט רעדן איבער שלום בית, חינוך, השקפה, וכדו' (און אויב דו גייסט יא אריין צו דיין רבי אסאך מער, און דו שמועסט אויס יעדע פון דעי סארט געדאנקן, דאן איז דעי אשכול נישט פאר דיר)

זייער וויכטיג צו האבן איינעם צו וועם מקען זיך גרינג פארבינדן און מאיז באקוועם אויסצושמועסן יעדע סארט נושא
שלום בית מיט חינוך און השקפה שטעלט שוין קהל צו שיעורים.....
ווערטלעך אין א זייט געלייגט, משה רבינו האט שוין געשטעלט שרי אלפים ושרי מאות און ער איז געווען איבער זיי אלע, אוודאי בלייבט מען נישט סטאק די רבי איז מיין מורה דרך, און יעדער דארף האבן איינעם וועם ער קען דורכרעדן אויך קלענערע זאכן און אישוס וואס קומען אונטער אין לעבן, וואס אויב אמאל איז עס געבינדן מיט הלכה, וועט די רבי בדרך כלל סייווי זאגן שמועס עס אויס מיטן דיין
אוועיטער
יהא רעוא
פרישער באניצער
פאוסטס: 97
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 3:18 pm
x 227

Re: ווער איז דיין מורה דרך?

פאוסט דורך יהא רעוא »

אסרוחג האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 18, 2026 9:06 am
יהא רעוא האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 6:39 pm
אסרוחג האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 12:57 pm
בעצם מיין איך, די גאנצע מושג אז איך בין א .... חסיד, און מ'האט גארנישט מיטן רבין, צו מ'האט בכלל נישט קיין רבי, דאס עקזעסטירט נישט אין ערגעץ נאר אין סאטמאר, קארעקט מי איף איי ראונג, אבער דאס איז לפי ידיעתי, כ'האב שוין געהערט פון א X סקווירא חסיד, אבער וועסט נישט טרעפן איינער זאל זאגן ער איז א סקווירא חסיד און ער זעט נישט דעם רבין ווי גרויס די יאר איז
יעצט אין סאטמאר איז יא אזוי
1) ס'איז דא חסידים וואס זאגן איך בין א סאטמאר חסיד (מהר"א אדער מהרי"י) און ער איז טאקע א חסיד, למחצה לשליש ולרביע, אבער לכה"פ איינמאל א יאר איז ער ביים רבין.
2) ווידער איז דא אידן וואס פאררופן זיך אלס סאטמאר חסיד (מהר"א אדער מהרי"י) פשוט ווייל ער שיקט אין יענע מוסד, אבער ער זעט נישט דעם רבין ווי גרויס די יאר איז
3) דאס איז שוין גאר א הויכע דרגא, ער איז א סאטמאר חסיד, אבער האט בכלל נישט קיין רבי, שיקט ווייסעך ווי, טוט וואס ער פארשטייט ס'איז גוט, ער איז פשוט אויפגעוואקסן אין סאטמאר
א גורער וואס האט ארויסגעטשעקט, וועט נישט זאגן איך בין א גורער, ער וועט אפשר זאגן מיין טאטע איז געווען א גורער

יעצט איינמאל ביזט אין קאטאגאריע 1, אפילו די שוואכסטע דרגא, ביזט אבער אין סיסטעם, אויטאמאטיש האסטו א מורה דרך, ווייל די רבי פארעמט אויס דיין רוחניות, אויב האסטו ספיקות ביי שידוכים צו ביזנעס צו אנדערע ענינים בגו"ר און דו קומסט נישט פרעגן, איז עס פשוט א שאד אז דו נוצט נישט אויס די אפערטוניטי, אויב פרעגסטו א צווייטן דע"ת, איז יענער אויך דיין מורה דרך (כ'האב אויך מער ווי איין מורה דרך, נאטינג ראונג, ווי לאנג זיי זענען זיך נישט סותר אין השקפה)
אמת, סאטמאר איז אנדערש ווי אנדערע חסידות'ער ביסודה, סאטמאר ביסודה איז א השקפה און נישט קיין פלאץ ווי די רבי איז אלעס אין לעבן.

צו זיין א סאטמארער איז בלויז די השקפה
במחילת כבוד תורתך הרמה ביזטו ראונג
אמת אז גיין צום טיש איז נישט פון די עשרת הדברות אין סאטמאר
אבער באלאנגן צו א קהלה דאס איז יא איינס פון די יסודות אין סאטמאר, און באלאנגן צו א קהלה וואס האט א מנהיג, און זיין כפוף און פאלגן אלעס וואס דער מנהיג הייסט, נישט קיין חילוק צו דו פארשטייסט יא צו דו פארשטייסט נישט (נישט קיין חילוק צו מהר"א, מהרי"י, מהרח"י, מהרח"צ)
ווי ווייט איך קוק עס אהן איז די סאטמאר רבי די עיקר געגאנגען בנפשו זיין השקפה, און נישט אז די עולם זאל באלאנגן דארט און זיך דורכרעדן מיט אים, קוק לדוגמא לבושים סיי מענער סיי פרויען האט ער נישט פארלאנגט ס'זאל זיין יעדער אייניג, אנדערש ווי ביי אנדערע חסידות וואס דאס זענען איינער פון די עיקרים צו באלאנגען דארט.
שרייב פאוסט