ווער איז דיין מורה דרך?

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
דריידל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 320
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 1:43 pm
x 584

ווער איז דיין מורה דרך?

פאוסט דורך דריידל »

ווער איז דיין מורה דרך? מיט וועלכע רב ביסט דו מקושר? דאס איז א פראגע וואס מ'הערט אפט די לעצטערע יארן. זאל עס זיין ביים איינשרייבן א קינד אין א מוסד, ביים אויספילן אן אפליקאציע צו א נייעם ישוב אדער ביי שידוכים. ביז נישט צו לאנג צוריק, אזא 10-15 יאר, האב איך דאס נישט געהערט. מ'האט געפרעגט ווי מ'דאווענט און ווי מ'האט געלערנט אין ישיבה פשוט מ'זאל וויסן ווי זיך נאכצופרעגן אויף א מענטש. פונקט ווי מ'פרעגט נישט וועלכע שחיטה מ'עסט אדער וועלכע חסידיש ספר מ'לערנט, האט מען אויך נישט געדארפט וויסן קיין מורה דרך אינפא.

אז מ'פרעגט יא די פראגע, איז אזוי. טאמער האט ער געלערנט אין איינע פון די גרויסע קאמפעניס, איז די תירוץ פשוט, ס'הייסט? איך בין א סאטמערער, א סקווערער וכדומה. איי מיט וואס איז די נשיא המוסד דיין מורה דרך? ווייל ער זאגט וועלכע מסכת מ'דארף יעצט לערנען? אדער ווייל ער גיבט דיך א ברכה פאר א שמחה? אבער אזוי איז עס. ווייטער איז דא איינער וואס איז טאקע זייער נאנט מיט א ערליכע איד, ער דאווענט ביי אים און שמועסט כסדר איבער זאכן וואס זענען נוגע, אה, דער איז טאקע מקושר מיט א מורה דרך. נאכדעם זענען דא א גרויס חלק וואס האבן נישט קיין ספעציעלע שייכות מיט קיינעם. יעדע תפילה דאווענט מען ערגעץ אנדערש, יעדע שאלה וואס מאכט זיך פרעגט מען א מומחה זאל עס זיין א דיין פאר הלכה שאלות, אם אקאונטענט פאר פינאנציעלע שאלות, רפואה העלפליין פאר מעדיצינישע שאלות וכו'. פון דעם זענען דא טויזנטער טויזענטער מענטשן, אבער מ'דארף דאך האבן וואס צו ענטפערן אויפן אפליקאציע, שרייבט מען די נאמען פון די רב פון איינע פון די שולן ווי מ'דאווענט עפעס א תפילה.

סא, וואס איז פשט פון פרעגן די נער'ישע שאלה? וואס איז די זשאוק? איך פארשטיי אז ס'איז א גוטע זאך צו האבן שייכות מיט אן ערליכע איד מיט וועם מ'קען זיך אויסשמועסן די ספיקות, אשרי לו, ווער ס'האט אזאנס. אבער רובא דרובא מענטשן האבן דאס נישט. הערטס אויף מיט די נאנסענס.
שטותים איז נישט דער אלטערנאטיוו פון שכל (קרעדיט: @הדסים)
אוועיטער
איצקאוויטש
פרישער באניצער
פאוסטס: 20
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 22, 2026 6:11 pm
x 86

Re: ווער איז דיין מורה דרך?

פאוסט דורך איצקאוויטש »

דריידל האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 10:08 am ווער איז דיין מורה דרך? מיט וועלכע רב ביסט דו מקושר? דאס איז א פראגע וואס מ'הערט אפט די לעצטערע יארן. זאל עס זיין ביים איינשרייבן א קינד אין א מוסד, ביים אויספילן אן אפליקאציע צו א נייעם ישוב אדער ביי שידוכים. ביז נישט צו לאנג צוריק, אזא 10-15 יאר, האב איך דאס נישט געהערט. מ'האט געפרעגט ווי מ'דאווענט און ווי מ'האט געלערנט אין ישיבה פשוט מ'זאל וויסן ווי זיך נאכצופרעגן אויף א מענטש. פונקט ווי מ'פרעגט נישט וועלכע שחיטה מ'עסט אדער וועלכע חסידיש ספר מ'לערנט, האט מען אויך נישט געדארפט וויסן קיין מורה דרך אינפא.

אז מ'פרעגט יא די פראגע, איז אזוי. טאמער האט ער געלערנט אין איינע פון די גרויסע קאמפעניס, איז די תירוץ פשוט, ס'הייסט? איך בין א סאטמערער, א סקווערער וכדומה. איי מיט וואס איז די נשיא המוסד דיין מורה דרך? ווייל ער זאגט וועלכע מסכת מ'דארף יעצט לערנען? אדער ווייל ער גיבט דיך א ברכה פאר א שמחה? אבער אזוי איז עס. ווייטער איז דא איינער וואס איז טאקע זייער נאנט מיט א ערליכע איד, ער דאווענט ביי אים און שמועסט כסדר איבער זאכן וואס זענען נוגע, אה, דער איז טאקע מקושר מיט א מורה דרך. נאכדעם זענען דא א גרויס חלק וואס האבן נישט קיין ספעציעלע שייכות מיט קיינעם. יעדע תפילה דאווענט מען ערגעץ אנדערש, יעדע שאלה וואס מאכט זיך פרעגט מען א מומחה זאל עס זיין א דיין פאר הלכה שאלות, אם אקאונטענט פאר פינאנציעלע שאלות, רפואה העלפליין פאר מעדיצינישע שאלות וכו'. פון דעם זענען דא טויזנטער טויזענטער מענטשן, אבער מ'דארף דאך האבן וואס צו ענטפערן אויפן אפליקאציע, שרייבט מען די נאמען פון די רב פון איינע פון די שולן ווי מ'דאווענט עפעס א תפילה.

סא, וואס איז פשט פון פרעגן די נער'ישע שאלה? וואס איז די זשאוק? איך פארשטיי אז ס'איז א גוטע זאך צו האבן שייכות מיט אן ערליכע איד מיט וועם מ'קען זיך אויסשמועסן די ספיקות, אשרי לו, ווער ס'האט אזאנס. אבער רובא דרובא מענטשן האבן דאס נישט. הערטס אויף מיט די נאנסענס.
לויט דיין שאלה איז מעגליך אז דו גייסט נישט פארשטיין מיין ענטפער ווייל דו ביסט נישט אויף אזא פלאץ ווי דאס פון וואס איך רעד, אבער דער מציאות איז אז אן אמת'ער חסיד פון סיי וועלכע ערליכע איד, גרויסע רבי אדער קליינע רב, אויב איז ער מקושר צו אים, איז ער זיין מורה דרך. ער נעמט ארויס פון א "של"ס תורה" וכדומה דאס וואס "ער" דארף ארויסנעמען. און אוודאי ווען ער האט א פרעזענליכע שאלה גייט ער אריין זיך אדוכשמועסן. און אפילו ווען ער קען נישט צוקומען צום רבי'ן אויפן מינוט, און ער האט א דיין מיט וועם ער איז בקשר וכד' נעמט דאס נישט אוועק פונעם פאקט אז דער רבי איז זיין "מורה דרך". נישט אנדערש ווי ווען א פאציענט האט א דאקטאר צו וועם ער גייט, און וועמענס ראט ער פאלגט נאך, אבער דער דאקטאר איז נישט עוועלעבל פאר אים 7\24. און ער פרעגט דעמאלטס א צווייטן.
ס'איז א לאנגע פארצווייגטע נושא, אבער כ'מיין אז דאס איז גענוג אנצוהייבן דעם שמועס...
אוועיטער
דריידל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 320
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 1:43 pm
x 584

Re: ווער איז דיין מורה דרך?

פאוסט דורך דריידל »

איצקאוויטש האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 10:24 am לויט דיין שאלה איז מעגליך אז דו גייסט נישט פארשטיין מיין ענטפער ווייל דו ביסט נישט אויף אזא פלאץ ווי דאס פון וואס איך רעד, אבער דער מציאות איז אז אן אמת'ער חסיד פון סיי וועלכע ערליכע איד, גרויסע רבי אדער קליינע רב, אויב איז ער מקושר צו אים, איז ער זיין מורה דרך. ער נעמט ארויס פון א "של"ס תורה" וכדומה דאס וואס "ער" דארף ארויסנעמען. און אוודאי ווען ער האט א פרעזענליכע שאלה גייט ער אריין זיך אדוכשמועסן. און אפילו ווען ער קען נישט צוקומען צום רבי'ן אויפן מינוט, און ער האט א דיין מיט וועם ער איז בקשר וכד' נעמט דאס נישט אוועק פונעם פאקט אז דער רבי איז זיין "מורה דרך". נישט אנדערש ווי ווען א פאציענט האט א דאקטאר צו וועם ער גייט, און וועמענס ראט ער פאלגט נאך, אבער דער דאקטאר איז נישט עוועלעבל פאר אים 7\24. און ער פרעגט דעמאלטס א צווייטן.

זאגסט גוט אבער די זאגסט דאך אז הני מילי ביי אן "אמת'ער חסיד" און דאס איז וואס איך זאג, אז אמת'דיגע חסידים זענען דא זייער ווייניג. מ'קען האלטן אז די רבי איז עפעס העכערס, מ'קען זיין א געטרייע שטיצער פאר די פארטיי אבער דאס מאכט נישט די רבי פאר זיין מורה דרך.
שטותים איז נישט דער אלטערנאטיוו פון שכל (קרעדיט: @הדסים)
אוועיטער
א יוני אין שוויץ
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 137
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אוגוסט 04, 2023 10:53 am
x 176

Re: ווער איז דיין מורה דרך?

פאוסט דורך א יוני אין שוויץ »

דריידל האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 10:32 am

כ'ווייס נישט צו וואו דו באלאנגסט אבער ס'דא אסאך גרויסע קהילות און חסידות וואס רוב אדער גאר רובא דרובא טוען נישט קיין שום גרויסע זאך אן זיך דורך רעדן מיטן רבין, דהיינו יעדע זאך וואס איינער וואס באלאנגט צו א קליינע קהילה און איז אדוק ומקושר צו זיין רב, וואלט געפרעגט פון זיין רב, פרעגן זיי פונעם רבין אל אף ס'איז א גרויסע חסידות.

א יוני אין שוויץ האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 10:36 am

איך ווייס דערפון, אבער ביי די גרויסע חסידות'ר גייט עס אַז מ'שיקט די שאלה צום רבי'ן און די גבאי שיקט צוריק וואס די רבי האט געענטפערט. ס'פשוט נישט מעגליך צו קענען אריינגיין יעדע שני וחמישי זיך פערזענליך דורך שמועסן. דאס הייסט נישט האבן א קשר. אדרבה, זאג די וויפול מאל א יאר קומט איינעם אויס צו האבן א שמועס מיטן רבי'ן פאר אפילו 5 מינוט?

קרני פרה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 301
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 1:06 am
x 1814

Re: ווער איז דיין מורה דרך?

פאוסט דורך קרני פרה »

אינטערסאנט
וואס איז די מקור דערפון? פון ווי נעמט זיך די דרך? און וויפיל יאר איז דאס?
מיט חסידות האט דאס גארנישט..
און מיט וואס איז דאס אנדערש פון א קאָלט?
הערליכע ביימער
ניי צום טיש
פאוסטס: 6
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 06, 2026 12:44 pm
x 32

Re: ווער איז דיין מורה דרך?

פאוסט דורך הערליכע ביימער »

קרני פרה האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 11:13 am

גארנישט טערעסאנט, אזוי פלעגט מען טוהן ביי אלע דורות מען האט געפרעגט ביים רבין יעדע פשוט'ע שאלה.
זייער פשוט א מענטש פרעגט זיין מורה דרך וואס ער פילט עס איז אים פאר וויכטיג צו פרעגן ווי קומט דא אריין קאלט???
אוועיטער
איצקאוויטש
פרישער באניצער
פאוסטס: 20
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 22, 2026 6:11 pm
x 86

Re: ווער איז דיין מורה דרך?

פאוסט דורך איצקאוויטש »

דריידל האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 10:59 am
איך ווייס דערפון, אבער ביי די גרויסע חסידות'ר גייט עס אַז מ'שיקט די שאלה צום רבי'ן און די גבאי שיקט צוריק וואס די רבי האט געענטפערט. ס'פשוט נישט מעגליך צו קענען אריינגיין יעדע שני וחמישי זיך פערזענליך דורך שמועסן. דאס הייסט נישט האבן א קשר. אדרבה, זאג די וויפול מאל א יאר קומט איינעם אויס צו האבן א שמועס מיטן רבי'ן פאר אפילו 5 מינוט?
איך בין א חסיד פון האדמו"ר מסאטמאר שליט"א (ק"י) און איך בין אריין צום רבי'ן דריי אדער פיר מאל פריוואט במשך דעם לעצטן יאר, און נאך איין מאל וואס איך האב גערעדט צום רבי'ן אויפן טעלעפאן.
דו קענסט עס אויך טון, קיינער האלט דיך נישט אפ...
אוועיטער
איצקאוויטש
פרישער באניצער
פאוסטס: 20
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 22, 2026 6:11 pm
x 86

Re: ווער איז דיין מורה דרך?

פאוסט דורך איצקאוויטש »

קרני פרה האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 11:13 am
אינטערסאנט
וואס איז די מקור דערפון? פון ווי נעמט זיך די דרך? און וויפיל יאר איז דאס?
מיט חסידות האט דאס גארנישט..
און מיט וואס איז דאס אנדערש פון א קאָלט?
וואס?! מ'גייט דארט מיט פאות?! ס'איז דאך ממש ווי לב טהור...
(אגב, מ'שרייבט עס "קולט"...)
אוועיטער
דריידל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 320
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 1:43 pm
x 584

Re: ווער איז דיין מורה דרך?

פאוסט דורך דריידל »

איצקאוויטש האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 11:26 am

זייער גוט. וויפול צייט האסטי גערעדט מיט אים אלעס אינאיינעם דורכן יאר? 10 מינוט? 20? לאמיר שוין זאגן דאס איז גענוג צו ווערן פאררופן אלץ מורה דרך.
יעצט זאג מיר וויפול מענטשן פאררופן זיך אלץ חסידי מהר"א און וויפול פון זיי האבן גערעדט מיט אים אזוי לאנג.
שטותים איז נישט דער אלטערנאטיוו פון שכל (קרעדיט: @הדסים)
הערליכע ביימער
ניי צום טיש
פאוסטס: 6
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 06, 2026 12:44 pm
x 32

Re: ווער איז דיין מורה דרך?

פאוסט דורך הערליכע ביימער »

דריידל האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 11:34 am
איצקאוויטש האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 11:26 am
דריידל האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 10:59 am
איך ווייס דערפון, אבער ביי די גרויסע חסידות'ר גייט עס אַז מ'שיקט די שאלה צום רבי'ן און די גבאי שיקט צוריק וואס די רבי האט געענטפערט. ס'פשוט נישט מעגליך צו קענען אריינגיין יעדע שני וחמישי זיך פערזענליך דורך שמועסן. דאס הייסט נישט האבן א קשר. אדרבה, זאג די וויפול מאל א יאר קומט איינעם אויס צו האבן א שמועס מיטן רבי'ן פאר אפילו 5 מינוט?
איך בין א חסיד פון האדמו"ר מסאטמאר שליט"א (ק"י) און איך בין אריין צום רבי'ן דריי אדער פיר מאל פריוואט במשך דעם לעצטן יאר, און נאך איין מאל וואס איך האב גערעדט צום רבי'ן אויפן טעלעפאן.
זייער גוט. וויפול צייט האסטי גערעדט מיט אים אלעס אינאיינעם דורכן יאר? 10 מינוט? 20? לאמיר שוין זאגן דאס איז גענוג צו ווערן פאררופן אלץ מורה דרך.
יעצט זאג מיר וויפול מענטשן פאררופן זיך אלץ חסידי מהר"א און וויפול פון זיי האבן גערעדט מיט אים אזוי לאנג.
1. האט נישט צוטוהן וויפיל מינוט.
2. יעדער חסיד רעדט וויפיל ער פילט פאר וויכטיג צו רעדן מיט זיין מורה דרך זייער סימפל, און איך גלייב סעדא וואס רעדן אסאך מער אפט
אוועיטער
דריידל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 320
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 1:43 pm
x 584

Re: ווער איז דיין מורה דרך?

פאוסט דורך דריידל »

קרני פרה האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 11:13 am
א יוני אין שוויץ האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 10:36 am
דריידל האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 10:32 am

זאגסט גוט אבער די זאגסט דאך אז הני מילי ביי אן "אמת'ער חסיד" און דאס איז וואס איך זאג, אז אמת'דיגע חסידים זענען דא זייער ווייניג. מ'קען האלטן אז די רבי איז עפעס העכערס, מ'קען זיין א געטרייע שטיצער פאר די פארטיי אבער דאס מאכט נישט די רבי פאר זיין מורה דרך.
כ'ווייס נישט צו וואו דו באלאנגסט אבער ס'דא אסאך גרויסע קהילות און חסידות וואס רוב אדער גאר רובא דרובא טוען נישט קיין שום גרויסע זאך אן זיך דורך רעדן מיטן רבין, דהיינו יעדע זאך וואס איינער וואס באלאנגט צו א קליינע קהילה און איז אדוק ומקושר צו זיין רב, וואלט געפרעגט פון זיין רב, פרעגן זיי פונעם רבין אל אף ס'איז א גרויסע חסידות.
אינטערסאנט
וואס איז די מקור דערפון? פון ווי נעמט זיך די דרך? און וויפיל יאר איז דאס?
מיט חסידות האט דאס גארנישט..
און מיט וואס איז דאס אנדערש פון א קאָלט?
דאס איז א שמועס פאר זיך, לאמיר נישט פארפארן אהין.
שטותים איז נישט דער אלטערנאטיוו פון שכל (קרעדיט: @הדסים)
אוועיטער
דריידל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 320
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 1:43 pm
x 584

Re: ווער איז דיין מורה דרך?

פאוסט דורך דריידל »

הערליכע ביימער האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 11:37 am
דריידל האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 11:34 am
איצקאוויטש האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 11:26 am

איך בין א חסיד פון האדמו"ר מסאטמאר שליט"א (ק"י) און איך בין אריין צום רבי'ן דריי אדער פיר מאל פריוואט במשך דעם לעצטן יאר, און נאך איין מאל וואס איך האב גערעדט צום רבי'ן אויפן טעלעפאן.
זייער גוט. וויפול צייט האסטי גערעדט מיט אים אלעס אינאיינעם דורכן יאר? 10 מינוט? 20? לאמיר שוין זאגן דאס איז גענוג צו ווערן פאררופן אלץ מורה דרך.
יעצט זאג מיר וויפול מענטשן פאררופן זיך אלץ חסידי מהר"א און וויפול פון זיי האבן גערעדט מיט אים אזוי לאנג.
1. האט נישט צוטוהן וויפיל מינוט.
2. יעדער חסיד רעדט וויפיל ער פילט פאר וויכטיג צו רעדן מיט זיין מורה דרך זייער סימפל, און איך גלייב סעדא וואס רעדן אסאך מער אפט
דעטס עקזעקלי מיין פאינט. זייער אסאך א.ג. "חסידים" פילן נישט פאר וויכטיג צו איבערשמועסן זאכן מיט זייער רבי aka "מורה דרך". די גייסט יא אפט און ס'דא נאך אסאך אזוינע, אבער אסאך אנדערע וועלן גיין בלויז אפנעמען מזל טוב נאכן טון א שידוך אדער פרעגן למשל, טאמער ד' אדר איז א גוטע טאג צו קובע זיין א חתונה וכדומה, און ס'דא וואס וועלן דאס אויך נישט טון.
שטותים איז נישט דער אלטערנאטיוו פון שכל (קרעדיט: @הדסים)
אוועיטער
א יוני אין שוויץ
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 137
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אוגוסט 04, 2023 10:53 am
x 176

Re: ווער איז דיין מורה דרך?

פאוסט דורך א יוני אין שוויץ »

קרני פרה האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 11:13 am
א יוני אין שוויץ האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 10:36 am
דריידל האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 10:32 am

זאגסט גוט אבער די זאגסט דאך אז הני מילי ביי אן "אמת'ער חסיד" און דאס איז וואס איך זאג, אז אמת'דיגע חסידים זענען דא זייער ווייניג. מ'קען האלטן אז די רבי איז עפעס העכערס, מ'קען זיין א געטרייע שטיצער פאר די פארטיי אבער דאס מאכט נישט די רבי פאר זיין מורה דרך.
כ'ווייס נישט צו וואו דו באלאנגסט אבער ס'דא אסאך גרויסע קהילות און חסידות וואס רוב אדער גאר רובא דרובא טוען נישט קיין שום גרויסע זאך אן זיך דורך רעדן מיטן רבין, דהיינו יעדע זאך וואס איינער וואס באלאנגט צו א קליינע קהילה און איז אדוק ומקושר צו זיין רב, וואלט געפרעגט פון זיין רב, פרעגן זיי פונעם רבין אל אף ס'איז א גרויסע חסידות.
אינטערסאנט
וואס איז די מקור דערפון? פון ווי נעמט זיך די דרך? און וויפיל יאר איז דאס?
מיט חסידות האט דאס גארנישט..
און מיט וואס איז דאס אנדערש פון א קאָלט?
וואו קומט אריין חסידות דא? יעדע יוד דארף א מורה דרך, און די טענה איז געווען אז היות די פלאץ איז גרויס קומט נישט אויס אז יעדער זאל קענען פערזענליך צוקומען צום מורה דרך, זאג איך אז מ'קען יא, קיין שייכות מיט קולטיזעם, קיינער הייסט נישט גארנישט.
אוועיטער
איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1008
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 1178

Re: ווער איז דיין מורה דרך?

פאוסט דורך איד »

מ'פארפארט דא אינגאנצן,

מ'האט בכלל נישט דן געווען צו ס'זענען נאך דא אידן וואס זענען דבוק אין צדיקים און מקושר מיט משפיעים, און רורן זיך נישט אהן א מורה דרך,
זיכער איז דא גענוג און נאך!

נאר, די שאלה איז געווען, וואס איז די אויפטוה פון פרעגן אויפן פראגע בויגן?
די ענטפער וועט דאך זיין די זעלבע סיי ביי די וואס האבן יא א מורה דרך פרטי און סיי וואס האבן נישט.
יעדער גייט אריין שרייבן די רב אדער רבי מיט וואס ער איז די נענסטע - אפגעזען ווי נאונט ער איז באמת,
אויב אזוי איז הדרא הקושיא לדוכתא, פארוואס לייגט מען אריין די שורה?
קרני פרה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 301
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 1:06 am
x 1814

Re: ווער איז דיין מורה דרך?

פאוסט דורך קרני פרה »

א יוני אין שוויץ האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 11:54 am
קרני פרה האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 11:13 am
א יוני אין שוויץ האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 10:36 am

כ'ווייס נישט צו וואו דו באלאנגסט אבער ס'דא אסאך גרויסע קהילות און חסידות וואס רוב אדער גאר רובא דרובא טוען נישט קיין שום גרויסע זאך אן זיך דורך רעדן מיטן רבין, דהיינו יעדע זאך וואס איינער וואס באלאנגט צו א קליינע קהילה און איז אדוק ומקושר צו זיין רב, וואלט געפרעגט פון זיין רב, פרעגן זיי פונעם רבין אל אף ס'איז א גרויסע חסידות.
אינטערסאנט
וואס איז די מקור דערפון? פון ווי נעמט זיך די דרך? און וויפיל יאר איז דאס?
מיט חסידות האט דאס גארנישט..
און מיט וואס איז דאס אנדערש פון א קאָלט?
וואו קומט אריין חסידות דא? יעדע יוד דארף א מורה דרך, און די טענה איז געווען אז היות די פלאץ איז גרויס קומט נישט אויס אז יעדער זאל קענען פערזענליך צוקומען צום מורה דרך, זאג איך אז מ'קען יא, קיין שייכות מיט קולטיזעם, קיינער הייסט נישט גארנישט.
חיפשתי בד׳ חלקי שו״ע ולא מצאתי מקור הדין שלכל אחד צריך מורה דרך
לכן ביקשתי מקור, אם ידוע לך, אנא
ושכרך כפול מן השמים
אוועיטער
איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1008
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 1178

Re: ווער איז דיין מורה דרך?

פאוסט דורך איד »

קרני פרה האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 12:02 pm
א יוני אין שוויץ האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 11:54 am
קרני פרה האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 11:13 am
אינטערסאנט
וואס איז די מקור דערפון? פון ווי נעמט זיך די דרך? און וויפיל יאר איז דאס?
מיט חסידות האט דאס גארנישט..
און מיט וואס איז דאס אנדערש פון א קאָלט?
וואו קומט אריין חסידות דא? יעדע יוד דארף א מורה דרך, און די טענה איז געווען אז היות די פלאץ איז גרויס קומט נישט אויס אז יעדער זאל קענען פערזענליך צוקומען צום מורה דרך, זאג איך אז מ'קען יא, קיין שייכות מיט קולטיזעם, קיינער הייסט נישט גארנישט.
חיפשתי בד׳ חלקי שו״ע ולא מצאתי מקור הדין שלכל אחד צריך מורה דרך
לכן ביקשתי מקור, אם ידוע לך, אנא
ושכרך כפול מן השמים
ווי געשריבן קומט עס נישט אריין דא, ווייל אפי' אויב מ'דארף יא האבן, און מ'קען יא האבן, איז די מציאות אז אסאך האבן נישט!
און זיי ענטפערן די פראגעס פונקט ווי די וואס האבן יא,
סא פארוואס פרעגט מען עס?

אבער צו דיין שאלה, גראדע דא א משנה אין מסכת אבות, עשה לך רב!
אוועיטער
איצקאוויטש
פרישער באניצער
פאוסטס: 20
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 22, 2026 6:11 pm
x 86

Re: ווער איז דיין מורה דרך?

פאוסט דורך איצקאוויטש »

דריידל האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 11:34 am
איצקאוויטש האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 11:26 am
דריידל האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 10:59 am
איך ווייס דערפון, אבער ביי די גרויסע חסידות'ר גייט עס אַז מ'שיקט די שאלה צום רבי'ן און די גבאי שיקט צוריק וואס די רבי האט געענטפערט. ס'פשוט נישט מעגליך צו קענען אריינגיין יעדע שני וחמישי זיך פערזענליך דורך שמועסן. דאס הייסט נישט האבן א קשר. אדרבה, זאג די וויפול מאל א יאר קומט איינעם אויס צו האבן א שמועס מיטן רבי'ן פאר אפילו 5 מינוט?
איך בין א חסיד פון האדמו"ר מסאטמאר שליט"א (ק"י) און איך בין אריין צום רבי'ן דריי אדער פיר מאל פריוואט במשך דעם לעצטן יאר, און נאך איין מאל וואס איך האב גערעדט צום רבי'ן אויפן טעלעפאן.
זייער גוט. וויפול צייט האסטי גערעדט מיט אים אלעס אינאיינעם דורכן יאר? 10 מינוט? 20? לאמיר שוין זאגן דאס איז גענוג צו ווערן פאררופן אלץ מורה דרך.
יעצט זאג מיר וויפול מענטשן פאררופן זיך אלץ חסידי מהר"א און וויפול פון זיי האבן גערעדט מיט אים אזוי לאנג.
דאס האב איך פריער געזאגט, איינער וואס איז באמת א חסיד באקומט זיין הדרכה פון הערן די הונדערטער דרשות א יאר, של"ס, יומא דפגרא'ס, ימים טובים, וכדומה. און ווען מען דארף עפעס פערזענליך אדוכשמועסן, טוט מען עס.
קרני פרה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 301
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 1:06 am
x 1814

Re: ווער איז דיין מורה דרך?

פאוסט דורך קרני פרה »

איצקאוויטש האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 11:29 am
קרני פרה האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 11:13 am
אינטערסאנט
וואס איז די מקור דערפון? פון ווי נעמט זיך די דרך? און וויפיל יאר איז דאס?
מיט חסידות האט דאס גארנישט..
און מיט וואס איז דאס אנדערש פון א קאָלט?
וואס?! מ'גייט דארט מיט פאות?! ס'איז דאך ממש ווי לב טהור...
(אגב, מ'שרייבט עס "קולט"...)
ניין
פאות איז נישט פון די סימנים פון קיין קאָלט לויט קיין שום פארשריפטן

נישט קענען מאכן אליין קיין פערזענליכע בחירה, אן קיין אפראוו פונעם סמכות, איז פון די שטערקסטע סימנים לויט די בוקס

לב טהור קומט נישט דא אריין
די ווארט קאָלט מיינט נישט אוטומאטיש א שלעכטע פלאץ בדווקה

עס איז דא א גרויסע חילוק פון א כת מסוכנת (Destructive cult) וואס לב טהור איז פון די ערגסטע דערפון אין די גאנצע וועלט לויט מומחים
צו א פשוט׳ע קאלט וואס איז א געוויסע דרך החיים, עס האט מעלות און חסרונות , אבער קען זיך גרינג דערקייקלען צו א מסוכן׳דיגע פלאץ
אוועיטער
דריידל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 320
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 1:43 pm
x 584

Re: ווער איז דיין מורה דרך?

פאוסט דורך דריידל »

איצקאוויטש האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 12:16 pm
דריידל האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 11:34 am
איצקאוויטש האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 11:26 am

איך בין א חסיד פון האדמו"ר מסאטמאר שליט"א (ק"י) און איך בין אריין צום רבי'ן דריי אדער פיר מאל פריוואט במשך דעם לעצטן יאר, און נאך איין מאל וואס איך האב גערעדט צום רבי'ן אויפן טעלעפאן.
זייער גוט. וויפול צייט האסטי גערעדט מיט אים אלעס אינאיינעם דורכן יאר? 10 מינוט? 20? לאמיר שוין זאגן דאס איז גענוג צו ווערן פאררופן אלץ מורה דרך.
יעצט זאג מיר וויפול מענטשן פאררופן זיך אלץ חסידי מהר"א און וויפול פון זיי האבן גערעדט מיט אים אזוי לאנג.
דאס האב איך פריער געזאגט, איינער וואס איז באמת א חסיד באקומט זיין הדרכה פון הערן די הונדערטער דרשות א יאר, של"ס, יומא דפגרא'ס, ימים טובים, וכדומה. און ווען מען דארף עפעס פערזענליך אדוכשמועסן, טוט מען עס.
בקיצור מר אמר חדא ומר אמר חדא. די זאגסט אז ס'זענען דא אמת'ע חסידים וואס באקומען הדרכה פון א מורה דרך און איך זאג אז ס'זענען דא אסאך וועלכע פארריפן זיך אלץ חסידים און זיי האבן גאנץ א קנאפע שייכות מיט זייער רבי.

ולא פליגי
שטותים איז נישט דער אלטערנאטיוו פון שכל (קרעדיט: @הדסים)
קרני פרה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 301
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 1:06 am
x 1814

Re: ווער איז דיין מורה דרך?

פאוסט דורך קרני פרה »

איד האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 12:10 pm
קרני פרה האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 12:02 pm
א יוני אין שוויץ האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 11:54 am
וואו קומט אריין חסידות דא? יעדע יוד דארף א מורה דרך, און די טענה איז געווען אז היות די פלאץ איז גרויס קומט נישט אויס אז יעדער זאל קענען פערזענליך צוקומען צום מורה דרך, זאג איך אז מ'קען יא, קיין שייכות מיט קולטיזעם, קיינער הייסט נישט גארנישט.
חיפשתי בד׳ חלקי שו״ע ולא מצאתי מקור הדין שלכל אחד צריך מורה דרך
לכן ביקשתי מקור, אם ידוע לך, אנא
ושכרך כפול מן השמים
ווי געשריבן קומט עס נישט אריין דא, ווייל אפי' אויב מ'דארף יא האבן, און מ'קען יא האבן, איז די מציאות אז אסאך האבן נישט!
און זיי ענטפערן די פראגעס פונקט ווי די וואס האבן יא,
סא פארוואס פרעגט מען עס?

אבער צו דיין שאלה, גראדע דא א משנה אין מסכת אבות, עשה לך רב!
איך זיך נישט סתם צו דרייען דעם אשכול
איך מיין אז הוא גופא איז די תירוץ צו די שאלה
טאקע דערפאר פרעגט מען עס, צו אינקארידזשען דעם נייעם חיוב, און דיר מאכען פילן גילטי אויב דו האסט נישט קיין עכטע…
פונקט ווי אויף די שאלה ווי איך דאווען, קען איך שרייבן מיין אפעציעלע שול אפילו איך קום נאר אן דארט ימים נוראים, און א גאנץ יאר דאווען איך אין שומר שבת… וכן נוהגים רבים, קיינער גייט עס נישט נאך
דו שפירסט אבער פאר דיר אליין אז משהו לא בסדר…

די משנה אין אבות איז א קלאסישע דוגמה, וואו מען נעמט א מאמר חז״ל אלץ א שיינע מליצה בדרך צחות, און מיט די צייט ווערט עס גאר דו פשוטע פשט בפי ההמון…

קוק אריין אין די מפורשים אפן פלאץ

פירוש הרמב״ם
זה אשר צווה הנה לעשות רב אינו לעניין הלימוד אבל להוראה. שים לך רב שתסמוך עליו באיסור והיתר, והסתלק אתה מן הספק. כאמרם בירושלמי "זיל אייתי לי זקן מן השוק דאסמוך עליה ואשרי לך".

ברטנורא
עשה לך רב - לענין הוראה מדבר עכשיו, אם בא דין לפניך ונסתפקת בו, עשה לך רב, והסתלק מן הספק. ולא תפסוק עליו אתה לבדו. כי הא דרבא כי הוי אתי טרפתא לגביה הוי מכניף לכולהו טבחי דמתא מחסיא, אמר, כי היכי דלמטיין שיבא מכשורא:
אסרוחג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 149
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 3:46 pm
x 314

Re: ווער איז דיין מורה דרך?

פאוסט דורך אסרוחג »

דריידל האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 12:35 pm
איצקאוויטש האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 12:16 pm
דריידל האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 11:34 am

זייער גוט. וויפול צייט האסטי גערעדט מיט אים אלעס אינאיינעם דורכן יאר? 10 מינוט? 20? לאמיר שוין זאגן דאס איז גענוג צו ווערן פאררופן אלץ מורה דרך.
יעצט זאג מיר וויפול מענטשן פאררופן זיך אלץ חסידי מהר"א און וויפול פון זיי האבן גערעדט מיט אים אזוי לאנג.
דאס האב איך פריער געזאגט, איינער וואס איז באמת א חסיד באקומט זיין הדרכה פון הערן די הונדערטער דרשות א יאר, של"ס, יומא דפגרא'ס, ימים טובים, וכדומה. און ווען מען דארף עפעס פערזענליך אדוכשמועסן, טוט מען עס.
בקיצור מר אמר חדא ומר אמר חדא. די זאגסט אז ס'זענען דא אמת'ע חסידים וואס באקומען הדרכה פון א מורה דרך און איך זאג אז ס'זענען דא אסאך וועלכע פארריפן זיך אלץ חסידים און זיי האבן גאנץ א קנאפע שייכות מיט זייער רבי.

ולא פליגי
בעצם מיין איך, די גאנצע מושג אז איך בין א .... חסיד, און מ'האט גארנישט מיטן רבין, צו מ'האט בכלל נישט קיין רבי, דאס עקזעסטירט נישט אין ערגעץ נאר אין סאטמאר, קארעקט מי איף איי ראונג, אבער דאס איז לפי ידיעתי, כ'האב שוין געהערט פון א X סקווירא חסיד, אבער וועסט נישט טרעפן איינער זאל זאגן ער איז א סקווירא חסיד און ער זעט נישט דעם רבין ווי גרויס די יאר איז
יעצט אין סאטמאר איז יא אזוי
1) ס'איז דא חסידים וואס זאגן איך בין א סאטמאר חסיד (מהר"א אדער מהרי"י) און ער איז טאקע א חסיד, למחצה לשליש ולרביע, אבער לכה"פ איינמאל א יאר איז ער ביים רבין.
2) ווידער איז דא אידן וואס פאררופן זיך אלס סאטמאר חסיד (מהר"א אדער מהרי"י) פשוט ווייל ער שיקט אין יענע מוסד, אבער ער זעט נישט דעם רבין ווי גרויס די יאר איז
3) דאס איז שוין גאר א הויכע דרגא, ער איז א סאטמאר חסיד, אבער האט בכלל נישט קיין רבי, שיקט ווייסעך ווי, טוט וואס ער פארשטייט ס'איז גוט, ער איז פשוט אויפגעוואקסן אין סאטמאר
א גורער וואס האט ארויסגעטשעקט, וועט נישט זאגן איך בין א גורער, ער וועט אפשר זאגן מיין טאטע איז געווען א גורער

יעצט איינמאל ביזט אין קאטאגאריע 1, אפילו די שוואכסטע דרגא, ביזט אבער אין סיסטעם, אויטאמאטיש האסטו א מורה דרך, ווייל די רבי פארעמט אויס דיין רוחניות, אויב האסטו ספיקות ביי שידוכים צו ביזנעס צו אנדערע ענינים בגו"ר און דו קומסט נישט פרעגן, איז עס פשוט א שאד אז דו נוצט נישט אויס די אפערטוניטי, אויב פרעגסטו א צווייטן דע"ת, איז יענער אויך דיין מורה דרך (כ'האב אויך מער ווי איין מורה דרך, נאטינג ראונג, ווי לאנג זיי זענען זיך נישט סותר אין השקפה)
עריק
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 253
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 3:28 pm
Location: ים ברעג
x 242

Re: ווער איז דיין מורה דרך?

פאוסט דורך עריק »

דריידל האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 10:32 am
איצקאוויטש האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 10:24 am לויט דיין שאלה איז מעגליך אז דו גייסט נישט פארשטיין מיין ענטפער ווייל דו ביסט נישט אויף אזא פלאץ ווי דאס פון וואס איך רעד, אבער דער מציאות איז אז אן אמת'ער חסיד פון סיי וועלכע ערליכע איד, גרויסע רבי אדער קליינע רב, אויב איז ער מקושר צו אים, איז ער זיין מורה דרך. ער נעמט ארויס פון א "של"ס תורה" וכדומה דאס וואס "ער" דארף ארויסנעמען. און אוודאי ווען ער האט א פרעזענליכע שאלה גייט ער אריין זיך אדוכשמועסן. און אפילו ווען ער קען נישט צוקומען צום רבי'ן אויפן מינוט, און ער האט א דיין מיט וועם ער איז בקשר וכד' נעמט דאס נישט אוועק פונעם פאקט אז דער רבי איז זיין "מורה דרך". נישט אנדערש ווי ווען א פאציענט האט א דאקטאר צו וועם ער גייט, און וועמענס ראט ער פאלגט נאך, אבער דער דאקטאר איז נישט עוועלעבל פאר אים 7\24. און ער פרעגט דעמאלטס א צווייטן.
ס'איז א לאנגע פארצווייגטע נושא, אבער כ'מיין אז דאס איז גענוג אנצוהייבן דעם שמועס...
זאגסט גוט אבער די זאגסט דאך אז הני מילי ביי אן "אמת'ער חסיד" און דאס איז וואס איך זאג, אז אמת'דיגע חסידים זענען דא זייער ווייניג. מ'קען האלטן אז די רבי איז עפעס העכערס, מ'קען זיין א געטרייע שטיצער פאר די פארטיי אבער דאס מאכט נישט די רבי פאר זיין מורה דרך.
דאס איז בעקיר נאר א פראבלעים אין די סאטמערע געשטימטע חצירות
אוועיטער
דריידל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 320
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 1:43 pm
x 584

Re: ווער איז דיין מורה דרך?

פאוסט דורך דריידל »

קרני פרה האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 12:50 pm
איד האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 12:10 pm
קרני פרה האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 12:02 pm

חיפשתי בד׳ חלקי שו״ע ולא מצאתי מקור הדין שלכל אחד צריך מורה דרך
לכן ביקשתי מקור, אם ידוע לך, אנא
ושכרך כפול מן השמים
ווי געשריבן קומט עס נישט אריין דא, ווייל אפי' אויב מ'דארף יא האבן, און מ'קען יא האבן, איז די מציאות אז אסאך האבן נישט!
און זיי ענטפערן די פראגעס פונקט ווי די וואס האבן יא,
סא פארוואס פרעגט מען עס?

אבער צו דיין שאלה, גראדע דא א משנה אין מסכת אבות, עשה לך רב!
איך זיך נישט סתם צו דרייען דעם אשכול
איך מיין אז הוא גופא איז די תירוץ צו די שאלה
טאקע דערפאר פרעגט מען עס, צו אינקארידזשען דעם נייעם חיוב, און דיר מאכען פילן גילטי אויב דו האסט נישט קיין עכטע…
פונקט ווי אויף די שאלה ווי איך דאווען, קען איך שרייבן מיין אפעציעלע שול אפילו איך קום נאר אן דארט ימים נוראים, און א גאנץ יאר דאווען איך אין שומר שבת… וכן נוהגים רבים, קיינער גייט עס נישט נאך
דו שפירסט אבער פאר דיר אליין אז משהו לא בסדר…
מ'פרעגט עס צו אינקאריזשען, איך הער. הייסט דער שדכן וויל מיך אינקאריזשען, אהא. דער מנהל הישיבה וואס שיקט מיר אן אפליקאציע זארגט זיך פאר'ן דור. סיריעסלי?
שטותים איז נישט דער אלטערנאטיוו פון שכל (קרעדיט: @הדסים)
אוועיטער
דריידל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 320
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 1:43 pm
x 584

Re: ווער איז דיין מורה דרך?

פאוסט דורך דריידל »

אסרוחג האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 12:57 pm
דריידל האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 12:35 pm
איצקאוויטש האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 12:16 pm
דאס האב איך פריער געזאגט, איינער וואס איז באמת א חסיד באקומט זיין הדרכה פון הערן די הונדערטער דרשות א יאר, של"ס, יומא דפגרא'ס, ימים טובים, וכדומה. און ווען מען דארף עפעס פערזענליך אדוכשמועסן, טוט מען עס.
בקיצור מר אמר חדא ומר אמר חדא. די זאגסט אז ס'זענען דא אמת'ע חסידים וואס באקומען הדרכה פון א מורה דרך און איך זאג אז ס'זענען דא אסאך וועלכע פארריפן זיך אלץ חסידים און זיי האבן גאנץ א קנאפע שייכות מיט זייער רבי.

ולא פליגי
בעצם מיין איך, די גאנצע מושג אז איך בין א .... חסיד, און מ'האט גארנישט מיטן רבין, צו מ'האט בכלל נישט קיין רבי, דאס עקזעסטירט נישט אין ערגעץ נאר אין סאטמאר, קארעקט מי איף איי ראונג, אבער דאס איז לפי ידיעתי, כ'האב שוין געהערט פון א X סקווירא חסיד, אבער וועסט נישט טרעפן איינער זאל זאגן ער איז א סקווירא חסיד און ער זעט נישט דעם רבין ווי גרויס די יאר איז
יעצט אין סאטמאר איז יא אזוי
1) ס'איז דא חסידים וואס זאגן איך בין א סאטמאר חסיד (מהר"א אדער מהרי"י) און ער איז טאקע א חסיד, למחצה לשליש ולרביע, אבער לכה"פ איינמאל א יאר איז ער ביים רבין.
2) ווידער איז דא אידן וואס פאררופן זיך אלס סאטמאר חסיד (מהר"א אדער מהרי"י) פשוט ווייל ער שיקט אין יענע מוסד, אבער ער זעט נישט דעם רבין ווי גרויס די יאר איז
3) דאס איז שוין גאר א הויכע דרגא, ער איז א סאטמאר חסיד, אבער האט בכלל נישט קיין רבי, שיקט ווייסעך ווי, טוט וואס ער פארשטייט ס'איז גוט, ער איז פשוט אויפגעוואקסן אין סאטמאר
א גורער וואס האט ארויסגעטשעקט, וועט נישט זאגן איך בין א גורער, ער וועט אפשר זאגן מיין טאטע איז געווען א גורער

יעצט איינמאל ביזט אין קאטאגאריע 1, אפילו די שוואכסטע דרגא, ביזט אבער אין סיסטעם, אויטאמאטיש האסטו א מורה דרך, ווייל די רבי פארעמט אויס דיין רוחניות, אויב האסטו ספיקות ביי שידוכים צו ביזנעס צו אנדערע ענינים בגו"ר און דו קומסט נישט פרעגן, איז עס פשוט א שאד אז דו נוצט נישט אויס די אפערטוניטי, אויב פרעגסטו א צווייטן דע"ת, איז יענער אויך דיין מורה דרך (כ'האב אויך מער ווי איין מורה דרך, נאטינג ראונג, ווי לאנג זיי זענען זיך נישט סותר אין השקפה)
100% אז דאס איז פילפאכיג מער עקסעפטעט אין סאטמאר ווי אנדערע פלעצער, אבער איך קען סקווירא און וויזניצער וואס האבן גאנץ קנאפ שייכות מיטן רבין.

די האס געזאגט אז אן X סקווערער וועט זיך נישט פארריפן אלץ סקווירא חסיד משא"כ סאטמאר. דאס איז ריכטיג, אבער דאס איז נאר ווען איינער האט אפישעלי ארויסגעשטעקט פונעם סיסטעם. ס'זענען אבער דא אסאך וועלכע בלייבן אינעם סיסטעם פאר זייער באקוועמליכקייטן, מ'וויל נישט אפהאקן מיט משפחה און חברים, מ'קומט אפילו צו פארן אויף יו"ט, ס'שיין מיטצוהאלטן מיט טויזנטער אידן, אבער א ווארט פון רבי'ן איז גאנץ ווייניג מחייב.

שרייב פאוסט