מענדי קעניג האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 18, 2026 2:51 am
אין כל חדש האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 17, 2026 7:03 pm
מענדי קעניג האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 17, 2026 6:26 pm
ב"ה איך ווייס פינקליך וואס איך פרעג.
איר האט גיענפערט לגבי די צווייטע קלאגעס וואס דעמאלטס האט די לב טהור לויער האט גימאלדן אז ניסן וועט ווערן ארעסטירט ביים משפט - וואס דאס איז גיווען ביי באזונדערע קורט לגבי געבן די פאלשע נעמען. און אויף דעם האבן די פראסעקיוטערס אפיעלט.
און די אנדרע 2 שאלות זענען לגבי די משפט וואס האבן צו טוהן מיט די גר אין אנטווערפן.
בין איך געניג קלאר?
וועלן מיר פראבירן אדורך גיין דיינע שאלות שאלה ביי שאלה:
אויב די שופט האט דיסעמיסט די גאנצע קעיס, פאר וואס האט ניסן אויכעט געדארפט באצאלן 10,000 דולר פאר די גר אין אנטווערפן?
די קעיס בנוגע די גר צדק אין אנטווערפן איז קיינמאל נישט דיסמיסט געווארן, (זע די נעקסטע פאסט בנוגע די אויסגאנג פון יענע געריכט), איז ביטע זיי מסביר די שאלה.
און אויב די פראסעקיוטערס האבן אפילט די גאנצע קעיס, וואס איז גיווארן מיט ניסןס קעיס? זיין קעיס איז דאך גיווען צוזאמען מיט די אנדערע.
די הייבסט אן דיין צווייטע שאלה מיט א "און" וואס מאכט אויסקוקען ווי די צווייטע שאלה איז א המשך פון די ערשטע, להוי ידוע דיין צווייטע שאלה קען נאר ארויף גיין אויף די קעיס בנוגע די פאלטשע נעמען, ווייל נאר די קעיס האבן די פראסקיאטערס אפיעלט, און דיין ערשטע שאלה גייט אויף די קעיס פון די גר צדק.
א תשובה אויף דיין צווייטע שאלה, ניסן איז א חלק און די קעיס, און די עסקנים ארבעטן אויף זיין חלק בס"ד.
און אויב פאר עפעס "נישט א באקאנטע סיבה" האט די לב טהור לויער גימאלדן א נאכט פארדעם אז ניסן גייט ווערן ארעסטירט ביים קורט מארגן, פאר וואס האט ער נישט געקומען אין קורט?
ניסן איז געהעריג געקומען און קארט, און ער איז דארט געווען צוזאמען מיט די אנדערע 2 אנגעקלאגטע, ווי די שופט האט דיסמיסט די קעיס נאך וואס די שופט האט באקומען זיין פארלאנגטע שוחד, 3 מאל $7,500, ווייל איינע פון די אנדערע 2 אנגעקלאגטע האט געגעבען "לחם משנה", א ס"ה פון $15,000 אויך מוציא צו זיין ניסן, נאך וואס די עסקנים האבן זיך נישט דערשראקן פון די סטראשע פון די לב טמא לויער אז אן $7500 פאר די שופט פון ניסן גייט ער ארעסטירט ווערען ביים געריכט.
וועגן ער האט נישט גוט געפילט אדער ווייל ער האט טאקע גיהאט אן ארעסט ארדער?
נישט באקאנט וואס די שרייבסט דא, כפי ידיעתי פיעלט ניסן גוט ב"ה, און ער האט נישט קיין שום ארעסט ארדער ב"ה, עפעס ביסטו דא נישט קלאר.
אויב די עסקנים האבן גיארבעט צו באפרייען ניסן דוירך די מהלך פון פליען גילטי פאר וואס האבן די פראסעקיוטערס זיך גי'עקש'נט און נאך אלץ גיבעטן פאר עהם תפוסה?
די פראסעקיאטער האט זיך בכלל נישט ג'עקש'נט אז ניסן זאל באקומען תפיסה, עס פעילט דיך אביסעלע אינפא, (עס איז נישט קיין בושה), נא לאמיר אביסעל מער מסביר זיין.
די פלאן פון די לויער פון די עסקנים וואס האט פארטערעטן ניסן איז געווען אז ניסן גייט ביים געריכט פליען גילטי, למעשה אזוי ווי די לויער פון לב טמא האט מחליט געווען צו גיין אויף א אנדערע וועג, מיטן געבען שוחד פאר די שופט $7,500 פאר איעדע פון די 3 אנגעקלאגטע, האט די שופט ביי די געריכט דיסמיסט די גאנצע קעיס, ווען א קעיס ווערט דיסמיסט, קען מען שוין נישט פליען גילטי, ווייל אויף א קלאגע וואס עקזיסטירט נישט קען מען נישט זאגן גילטי, איז ביי די געריכט האבען די פראסעקיאטערס און טשיילד פראטעקשן זיך ג'עקש'נט אז די שופט זאל נישט דיסמיסען די קעיס, און וויבאלד די שופט האט זיך נישט געהאלטן דערצו, האבן זיי עס אפיעלט, און די אפיעלס געריכט האט נאך געגעבען פאר די פראסעקיאטער אז די קעיס מוז יא אויסגעהערט ווערען.
ייש"כ פארן אויס קלארן די ערשטע 2 שאלות.
וועגן די דריטע שאלה ענפערסטו אז לפי ידיעתך האט ניסן נישט גיהאט קיין ארעסט ארדער און ער איז געקומען צום קורט צוזאמען מיט די אנדערע - נאכאמאל מרעדט דא פון די קורט לגבי די פאלשע נעמען.
איך ווייס נישט פינקליך פון ווי נעמט איר דיינע אינפארמעשין וועגן לויט וואס איך האב מיט גיהאלטן האט ניסן יא גיהאט אן ארעסט ארדער און וועגן די מעלדונג פון די לב טהור לויער האט ער זיך ארויס גידרייט פון קומען אין קורט.
וועגן די פערטע שאלה זאגסט איר אז די פראסעקיוטערס האבן בכלל נישט גיבעטן תפוסה פאר ניסן ווייל ער האט געפליט גילטי שטומט נישט מיט וואס סענס אף יומער האט געשריבן מיט א האלבע יאר צוריק בשם די עסקנים אז ב"ה ניסן איז אינגאנצן ריינגעוואשן גיווארן פון אלע זיינע קלאגעס וואס פאר דעם איז ער גיווארן א government witness און באקומען דערפאר אן Immunity און ממילא ריין געוואשן גיווארן פון זיינע קלאגעס.
איז עס נישט קלאר ווי אזוי קען מען פליען גילטי אויף אראפ גיווארפ'נע קלאגעס (סיי דוירך די שופט סיי דוירך די פראסעקיוטער)? און אויב צום סוף איז ער נישט באפרייט געווארן פריער פון די אנדערע, וואס איז טאקע גיווען די סיבה דערפאר? וועגן סתם די היתר רבנים צו מסר'ן לב טהור כולל יוצאים אדער עפעס א אנדערע באהאלטנע סיבה?
סאיז טאקע אביסל אלטע מעשיות אבער נאך וואס איר האט ארויף גיברענגט די נושא און זאכן הייבן אן אויס זעהן ווי מאכן נישט געניג סענס, ברענגט דאס ארויף די נייגער פונעם ציבור צו באקומען א קלארקייט.
סאיז טאקע אביסל אלטע מעשיות אבער נאך וואס איר האט ארויף גיברענגט די נושא און זאכן הייבן אן אויס זעהן ווי מאכן נישט געניג סענס, ברענגט דאס ארויף די נייגער פונעם ציבור צו באקומען א קלארקייט.
עס איז דא א באקאנטע וועלטס ווארט, עס איז בעסער א זייגער וואס ארבעט אינגאנצען נישט, ווי א זייגער וואס איז נישט גוט אנגעשטעלט, ווייל א נישט גוט אנגעשטעלטע זייגער איז די זייגער 24 שעה א טאג נישט גוט, א זייגער וואס ארבעט בכלל נישט איז חאטש 2 מאל און די מעת לעת ווייסט עס גוט.
ווען די זאלסט ווען פרעגן פלעין פשוט א שאלה אויף א געוויסע קלאגע אדער געריכט וואס די מעשה איז געווען דארט, אן אריין מישן אייגענע ידועות און פאקטן (אפי' עס וועט לכבוד דעם ח"ו ח"ו אויסקוקען פאר מענטשן אז די ביסט נישט 100% באקאנט מיט א געוויסע קלאגע אדער געריכט), וואלט אסאך גרינגער געווען צו ענטפערן דיינע שאלות, היות דיינע שאלות באשטייען מיט אסאך פאקטען וואס זענען א חלק נישט ריכטיג, און א חלק איז אויסגעמישט א קלאגע, מיט א געריכט פון א צווייטע קלאגע, איז דאס צו צו נעמען און געבען תשובות וועט נעמען גאר אסאך צייט, ווייל אויף כמעט אויף איעדע שאלה באזונדער וועט אויספעלן א הקדמה די זאלסט פארשטיין סיי די קלאגע און סיי וואס איז געווען ביי די געריכט.
איז אויב ווילסטו א תשובה ביטע פרעג איבער איעדע קלאגע, אדער געריכט באזונדער, אן אריין לייגען אייגענע ידועות, "און כדי מען זאל דיך נישט ח"ו חושד בכשרים זיין דורך דעם וואס די פרעגסט א שאלה אן אריין ווארפן אייגענע יסודות, אז די ביסט און עפעס נישט גוט אויסגעקאכט", שרייב א גילוי דעת פאר די פרעגסט א שאלה, אז בעצם ווייסטו די אמת, די פרעגסט דאס נאר צו זעהן צו די עסקנים ווייסען אויך די אמת, אדער כדי די ציבור זאל קענען מיטהאלטן, און די קענסט נאכדעם זיך דינגען, אדער אפלייקענען די תשובה מיט אריין לייגען אייגענע ידועות און פאקטן, אפי' די האסט געפרעגט די שאלה אן אריין לייגן תיכף די אייגענע ידועות און די שאלה.
בנוגע די היתר רבנים פון מסר'ן איז א שאלה וואס איז נישט די בעסטע טובה פאר לב טמא די זאלסט בארירען יעצט.
ווען לב טמא האלט ממש יעצט נאכן נעמען 2 גאר פארמינענטע חשובע רבנים שליט"א און זיי אראפ געוויינט וואס די עסקנים טוען אלץ מיט לב טמא, און די גאס איז שטיל, פארוואס זאל מען נישט מאכן א דין תורה און ארויס קומען קעגען די עסקנים, די רבנים נישט זייענדיג באהאווענט געהעריג וואס לב טמא מיינט, האט זיך פארבינדען מיט די עסקנים אז זיי ווילן מאכן א ישיבת בית דין, וואס די עסקנים האבן תיכף באשטעטיגט אז זיי זענען גרייט אויפן פלאץ צו חתמנ'ן שטרי ברירין די רגע וואס אהרן ארי' טעללער, משה יוסף ראזנער, און נחמן העלבראנס באשטעטיגען אז זיי גייען אויך אונטער שרייבן, "די עסקנים האבן נישט פארלאנגט קיין שום תנאי, (מיר וועלן נאך ארויס קומען ברבים מיט אלע פרטים, וואס ווייזט קליפ און קלאר אז זיי אליין ווייסען אויך זייער זייער גוט און וואס שלמה האט עוסק געווען.... און ווי מען האט ביי לב טמא געטרעטן אויף די תורה, און אויסגעפייניקט און געהארגט און ג'רצח'ט אומשילדיגע מענטשן, ווי אויך וועלען מיר מגלה זיין די נעמען פון די רבנים שליט"א וואס זענען געווען פארמישט)", אבער בקיצור נמרץ, נאך איבער 2 וואכען וואס אהרן ארי' טעללער בשם די אנדערע צוויי האבן גענומען אויף א רייד די 2 גאר חשובע רבנים שליט"א, וואס זיי זענען געקומען בעטן הילף פון די רבנים, און נישט אז די רבנים האבן זיך דא אליינס געוואלט אריין שטעקן, זענען זיי צוריק געקומען איעדען טאג צו די רבנים מיט א צווייטע תנאי וואס לב טמא נעמט זיך אויס בנוגע די דין תורה, "און נאך וואס מען האט זיי אלעס נאכגעגעבען", און זיי האבן שוין נישט געהאט וואס צו בעטן, זענען זיי צוריק געקומען מיט א חידוש נפלא, אז די מצב ווי אזוי לב טמא שטייט היינט איז זיי נישט מעגליך זיך צו שטעלן פאר א בית דין......
איין קליינע פרט וואס מען האט זיך שוין דא אויף איטיש געדינגען מערערע מאל, וועלן מיר דאס בארירן אויפן שפיץ גאפל, זיי האבן זיך זייער שטארק געשטעלט אז בית דין טאר נישט גובע עדות זיין אויף שלמה העלבראנץ'ס תיקונים......, און די זעלבע צייט וואס בשעת זיי האבן געוויינט פאר די רבנים אז מען מוז מאכען א בית דין וואס זאל ארויס קומען אנטקעגען די עסקנים, איז געווען זייער הויפט טענה, אז דאס וואס די חשובע אנטווערפענע דיין חידא ווייס שליט"א האט גערעדט פון די איסורי סקילה פון שלמה העלבראנס, איז ס"ה געבויעט אויף עדות פון אפאר נושרים, אפגעפארענע יוצאי לב טמא, וואס פון דיע ערליי עדות זענען דא וואס העצן אויף מעשים תעובים און איעדע קהילה, למעשה ווען זיי האבן געזעהן אז די דין תורה איז געווארן ערנסט, האבן זיי אראפ געשטעלט א פיס אז בית דין טאר נישט גובע עדות זיין אפי' פון יוצאי לב טמא יראים ושלמים, די נושא טאר נישט בארירט ווערען ביים דין תורה, ווערטער זענען איבעריג.......