אנדערער האט געשריבן: ↑פרייטאג פעברואר 13, 2026 12:50 am
פארטריבן האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 12, 2026 2:35 pm
אנדערער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 12, 2026 5:42 am
לולי ראיתי לא האמנתי ווי נידריג א איד קען פאלן
ווען איך וואלט נישט געזעהן די אלע ריפארטס, אדער די בילדער ווי א מוסד הענגט תועבה פענער בריש גלי, וואלט איך אויך נישט געגלייבט ווי נידריג א איד קען פאלן...
פון אננעמען אז א אידישע מוסד האט בכוונה געלייגט אזעלעכע תועבה איז דא שווערע קשיות
וואס זענען די שווערע קשיות?
אנדערער האט געשריבן: ↑פרייטאג פעברואר 13, 2026 12:50 am
אבער פון דרייען מיט שקרים און מאלן וואסער אלעס נאר צו ארויסקראצן פון אונטער די ערד אז אפשר זאל איינער קענען טראכטן אז די חושד זיין בכשרים האט מעגליך עפעס א תירוץ איז שוין גארנישט שווער
א מוסד וואס האט ביי זייער היי סקול אפטיילונג צוגעגרייט פאר די רעגירונג א ביכל\פאליסי אויף די געמיינסטע לימוד פון תועבה, און דארט קלאר ארויסגעשריבן אז מען גייט לערנען פון די מושחתים און נידעריגסטע ברואים די אנשי דור המבול, קען נישט ווערן אנרופן 'כשרים', און איינער וואס איז מוחה אויף די מעשה נבלה פון אזא מוסד וואס איז פארקומען בריש גלי לעיני השמש, איז נישט קיין 'חושד בכשרים'.
אבער ווען מען פרובירט מחפה זיין אויף אזא מעשה, מיט זינלאזע שקרים און נארישע תירוצים וואס קלעבן ניטאמאל אויפן פאפיר, דאן איז מען א מסייע לידי עוברי עבירה און מען האט א חלק אין דעם אשר קרך און סיסטעמאטישע השתקה וואס גייט דארט פאר, וואס די התדרדרות ביי די אלע מוסדות איז נאר ווייל זיי זעהן ווי מען פארענטפערט זיי.
און עס איז באקאנט די דברי חז"ל אויף איינעם וואס איז מחפה אויף יענעמס עבירות, וואס די גמרא זאגט (שבועות דף ל"ט) אין לך משפחה שיש בה לסטים שאין כולה לסטים מפני שמחפין עליו.