ניצחו אראלים את המצוקים, וואס מיינט דאס פאר מיר?
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2271
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 7437

ניצחו אראלים את המצוקים, גלה כבוד מישראל, תורה תורה חגרו שק, וכל בית ישראל יבכו את השריפה.
כלל ישראל איז צושאקלט און צובראכן. מען שפירט דעם קלאפ אין די לופט, די פאטש קלינגט, און די שאק איז אויסגעשפרייט ביי אלעמען אויפן געזיכט. ס’נישטא די ווערטער צו שילדערן דעם צער. אבידה היא שאין לה תמורה שרייט ארויס פון יעדעמס הארץ, דער בריק איז אפציעל איבערגעבראכן. דאס לעצטע שטריקל וואס האט אונז נאך באהאפטן צום אמאל איז שוין אויך א פארגאנגענהייט.
יעדעס מאל נאך אן הסתלקות, שטעלט זיך ביי מיר ווידער די פראגע. וואס איז באמת די ווייטאג? אז אן הונדערט־און־פיר יעריגער צדיק איז נסתלק געווארן? "לקיים בנו חכמי ישראל" הערן זיך די געשרייען איבעראל, וואס איז? האסט א הוה אמינא אז ער גייט לעבן אויף אייביג? וואס איז דיין פלאן? וועט דיר בעסער זיין אז ער באקומט נאך א יאר צום לעבן? און לאמיר שוין זאגן אז פון הימל ווען מען אים יא שענקן סרח בת אשר'ס יארן, וואס וואלסטו געהאט דערפון? האסט אמאל געהאט א פערזענליכע שייכות מיט אים? האסט נאך עפעס אן ענין וואס דו האסט געוואלט אויסשמועסן נאר דו ביסט נישט אנגעקומען דערצו?
האט ער זיך געדרייט ביים נייטרא רב, חזון איש, און בריסקער רב. איז וואס? וואס האט די וועלט פארלוירן? איינער וואס האט נאך געדענקט אמאלגע אידן? פארוואס שפירט איר א פערזענליכע פארלוסט?

פופציגער האט געשריבן: אידטיש איז נאר אידטיש ווייל @דער תהלים איד איז @דער תהלים איד!
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5154
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 38545
Re: ניצחו אראלים את המצוקים, וואס מיינט דאס פאר מיר?
קודם שפיר איך א פארלוסט אז אינז זענען שוין א דור ווײטער פון אונזערע צדיקים הקודמים.
דערנאך ווייטאגט מיר אז אינז בלייבן אין בלייבן איבער אין גלות מיט קרית עתא רבי און שפטיווקא צדיק און וואס איז נעקסט?
דערנאך באדערט מיר - זייענדיג א שטיקל אנטי טשאדעלע באדעלע, מאנקי סי מאנקי דא, סיסטעם - און ס'ווערט נפטר א איד וואס האט נישט געגעבן קיין קראץ פאר די גרעסטע שלעגערס און קרעפּ בדורינו, ער האט געטון וואס ער האט געהאלטן פאר ריכטיג און דרייטס ענק אלע איבער.
בלייב מיר דא איבער מיט דיפלאמאטישע פאליטיקאנטן, ער קען נישט רעדן אזוי ווייל יענער גייט זאגן, ער מיז זיין פרום דא ווייל יענער איז אויך מחמיר. און שיין זעה מיר אויס

-
נאסע שמאטעס
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 714
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
- x 1764
Re: ניצחו אראלים את המצוקים, וואס מיינט דאס פאר מיר?
אזוי גוט צו זאגן אין אזא קורצע תגובה. זייער זייער גוט.חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 04, 2026 10:42 pm קודם שפיר איך א פארלוסט אז אינז זענען שוין א דור ווײטער פון אונזערע צדיקים הקודמים.
דערנאך ווייטאגט מיר אז אינז בלייבן אין גלות און אינז בלייבן איבער מיט קרית עתא רבי און שפטיווקא צדיק און וואס איז נעקסט?
דערנאך באדערט מיר - זייענדיג א שטיקל אנטי טשאדעלע באדעלע, מאנקי סי מאנקי, דא סיסטעם - און ס'ווערט נפטר א איד וואס האט נישט געגעבן קיין קראץ פאר די גרעסטע שלעגערס און קרעפ בדורינו, ער האט געטון וואס ער האט געהאלטן פאר ריכטיג און דרייסט ענק אלע איבער.
בלייב מיר דא איבער מיט דיפלאמאטישע פאליטיקאנטן, ער קען נישט רעדן אזוי ווייל יענער גייט זאגן, ער מיז זיין פרום דא ווייל יענער איז אויך מחמיר. און שיין זעה מיר אויס
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 8763
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 21884
Re: ניצחו אראלים את המצוקים, וואס מיינט דאס פאר מיר?
פארוואס איז עס דיר נאר יעצט שווער געווארן?נקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 04, 2026 10:19 pm ניצחו אראלים את המצוקים, גלה כבוד מישראל, תורה תורה חגרו שק, וכל בית ישראל יבכו את השריפה.
ס'איז גאנץ א שווערע סוגיא גראדע...
ביי סקולענע רבי זצוקללה"ה האסטו עס אויך געפרעגט?
די וועלט איז לעכטיג (פונדערווייט זע איך 3 פיצעלע רויטע פלעקן: 1) קארופציע, 2) ליגנט זאגער, 3) טפשים)
Re: ניצחו אראלים את המצוקים, וואס מיינט דאס פאר מיר?
איך אגרי מיט די ווערטער פון פוה"א. געווענדליך אבער ווערן די ווערטער געזאגט דורך אזוינע וועלכע האבן געהאט שייכות מיטן נפטר און זיי שפירן דעם קלאפ.
שטותים איז נישט דער אלטערנאטיוו פון שכל (קרעדיט: @הדסים)
- Think and Thank
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1614
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 5407
- א יוני אין שוויץ
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 139
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אוגוסט 04, 2023 10:53 am
- x 181
Re: ניצחו אראלים את המצוקים, וואס מיינט דאס פאר מיר?
איך וויל נישט אריינגיין אין די גאנצע חסידות/קהילות נושא, אבער ווען די אייבישטער האט געוואלט איבערדרייען סדום האט אברהם געבעטן פארגעב פאר אונז אין די זכות פון די צדיקים וואס זענען דא, זעט מען אז די צדיקים זענען ממליץ אויפן דור, ממילא מאכט עס אויס פאר יעדעם פערזענליך יעדע צדיק וואס איז דא מיט אונז, אפי' אויב דו האטס קיינמאל אין דיין לעבן געהערט אדער געזען פון אים.נקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 04, 2026 10:19 pm ניצחו אראלים את המצוקים, גלה כבוד מישראל, תורה תורה חגרו שק, וכל בית ישראל יבכו את השריפה.
כלל ישראל איז צושאקלט און צובראכן. מען שפירט דעם קלאפ אין די לופט, די פאטש קלינגט, און די שאק איז אויסגעשפרייט ביי אלעמען אויפן געזיכט. ס’נישטא די ווערטער צו שילדערן דעם צער. אבידה היא שאין לה תמורה שרייט ארויס פון יעדעמס הארץ, דער בריק איז אפציעל איבערגעבראכן. דאס לעצטע שטריקל וואס האט אונז נאך באהאפטן צום אמאל איז שוין אויך א פארגאנגענהייט.
יעדעס מאל נאך אן הסתלקות, שטעלט זיך ביי מיר ווידער די פראגע. וואס איז באמת די ווייטאג? אז אן הונדערט־און־פיר יעריגער צדיק איז נסתלק געווארן? "לקיים בנו חכמי ישראל" הערן זיך די געשרייען איבעראל, וואס איז? האסט א הוה אמינא אז ער גייט לעבן אויף אייביג? וואס איז דיין פלאן? וועט דיר בעסער זיין אז ער באקומט נאך א יאר צום לעבן? און לאמיר שוין זאגן אז פון הימל ווען מען אים יא שענקן סרח בת אשר'ס יארן, וואס וואלסטו געהאט דערפון? האסט אמאל געהאט א פערזענליכע שייכות מיט אים? האסט נאך עפעס אן ענין וואס דו האסט געוואלט אויסשמועסן נאר דו ביסט נישט אנגעקומען דערצו?
האט ער זיך געדרייט ביים נייטרא רב, חזון איש, און בריסקער רב. איז וואס? וואס האט די וועלט פארלוירן? איינער וואס האט נאך געדענקט אמאלגע אידן? פארוואס שפירט איר א פערזענליכע פארלוסט?
Re: ניצחו אראלים את המצוקים, וואס מיינט דאס פאר מיר?
אבער לכאורה מיט דעם שטייט אויך פארקערט, אז "מיתת צדיקים מכפרת"?א יוני אין שוויץ האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 05, 2026 11:57 amאיך וויל נישט אריינגיין אין די גאנצע חסידות/קהילות נושא, אבער ווען די אייבישטער האט געוואלט איבערדרייען סדום האט אברהם געבעטן פארגעב פאר אונז אין די זכות פון די צדיקים וואס זענען דא, זעט מען אז די צדיקים זענען ממליץ אויפן דור, ממילא מאכט עס אויס פאר יעדעם פערזענליך יעדע צדיק וואס איז דא מיט אונז, אפי' אויב דו האטס קיינמאל אין דיין לעבן געהערט אדער געזען פון אים.נקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 04, 2026 10:19 pm ניצחו אראלים את המצוקים, גלה כבוד מישראל, תורה תורה חגרו שק, וכל בית ישראל יבכו את השריפה.
כלל ישראל איז צושאקלט און צובראכן. מען שפירט דעם קלאפ אין די לופט, די פאטש קלינגט, און די שאק איז אויסגעשפרייט ביי אלעמען אויפן געזיכט. ס’נישטא די ווערטער צו שילדערן דעם צער. אבידה היא שאין לה תמורה שרייט ארויס פון יעדעמס הארץ, דער בריק איז אפציעל איבערגעבראכן. דאס לעצטע שטריקל וואס האט אונז נאך באהאפטן צום אמאל איז שוין אויך א פארגאנגענהייט.
יעדעס מאל נאך אן הסתלקות, שטעלט זיך ביי מיר ווידער די פראגע. וואס איז באמת די ווייטאג? אז אן הונדערט־און־פיר יעריגער צדיק איז נסתלק געווארן? "לקיים בנו חכמי ישראל" הערן זיך די געשרייען איבעראל, וואס איז? האסט א הוה אמינא אז ער גייט לעבן אויף אייביג? וואס איז דיין פלאן? וועט דיר בעסער זיין אז ער באקומט נאך א יאר צום לעבן? און לאמיר שוין זאגן אז פון הימל ווען מען אים יא שענקן סרח בת אשר'ס יארן, וואס וואלסטו געהאט דערפון? האסט אמאל געהאט א פערזענליכע שייכות מיט אים? האסט נאך עפעס אן ענין וואס דו האסט געוואלט אויסשמועסן נאר דו ביסט נישט אנגעקומען דערצו?
האט ער זיך געדרייט ביים נייטרא רב, חזון איש, און בריסקער רב. איז וואס? וואס האט די וועלט פארלוירן? איינער וואס האט נאך געדענקט אמאלגע אידן? פארוואס שפירט איר א פערזענליכע פארלוסט?
-
תורה ויראה
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 571
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
- x 985
Re: ניצחו אראלים את המצוקים, וואס מיינט דאס פאר מיר?
יא יא, וועגן דעם ווען צדיקים זענען ל"ע נישט געזונט דארף מען תשובה טוהן אז מ'זאל נישט דארפן צוקומען צו די כפרה.זלמעלע האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 05, 2026 12:06 pmאבער לכאורה מיט דעם שטייט אויך פארקערט, אז "מיתת צדיקים מכפרת"?א יוני אין שוויץ האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 05, 2026 11:57 amאיך וויל נישט אריינגיין אין די גאנצע חסידות/קהילות נושא, אבער ווען די אייבישטער האט געוואלט איבערדרייען סדום האט אברהם געבעטן פארגעב פאר אונז אין די זכות פון די צדיקים וואס זענען דא, זעט מען אז די צדיקים זענען ממליץ אויפן דור, ממילא מאכט עס אויס פאר יעדעם פערזענליך יעדע צדיק וואס איז דא מיט אונז, אפי' אויב דו האטס קיינמאל אין דיין לעבן געהערט אדער געזען פון אים.נקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 04, 2026 10:19 pm ניצחו אראלים את המצוקים, גלה כבוד מישראל, תורה תורה חגרו שק, וכל בית ישראל יבכו את השריפה.
כלל ישראל איז צושאקלט און צובראכן. מען שפירט דעם קלאפ אין די לופט, די פאטש קלינגט, און די שאק איז אויסגעשפרייט ביי אלעמען אויפן געזיכט. ס’נישטא די ווערטער צו שילדערן דעם צער. אבידה היא שאין לה תמורה שרייט ארויס פון יעדעמס הארץ, דער בריק איז אפציעל איבערגעבראכן. דאס לעצטע שטריקל וואס האט אונז נאך באהאפטן צום אמאל איז שוין אויך א פארגאנגענהייט.
יעדעס מאל נאך אן הסתלקות, שטעלט זיך ביי מיר ווידער די פראגע. וואס איז באמת די ווייטאג? אז אן הונדערט־און־פיר יעריגער צדיק איז נסתלק געווארן? "לקיים בנו חכמי ישראל" הערן זיך די געשרייען איבעראל, וואס איז? האסט א הוה אמינא אז ער גייט לעבן אויף אייביג? וואס איז דיין פלאן? וועט דיר בעסער זיין אז ער באקומט נאך א יאר צום לעבן? און לאמיר שוין זאגן אז פון הימל ווען מען אים יא שענקן סרח בת אשר'ס יארן, וואס וואלסטו געהאט דערפון? האסט אמאל געהאט א פערזענליכע שייכות מיט אים? האסט נאך עפעס אן ענין וואס דו האסט געוואלט אויסשמועסן נאר דו ביסט נישט אנגעקומען דערצו?
האט ער זיך געדרייט ביים נייטרא רב, חזון איש, און בריסקער רב. איז וואס? וואס האט די וועלט פארלוירן? איינער וואס האט נאך געדענקט אמאלגע אידן? פארוואס שפירט איר א פערזענליכע פארלוסט?
Re: ניצחו אראלים את המצוקים, וואס מיינט דאס פאר מיר?
איך מיין דער עולם האט נישט פארשטאנען וואס @נקודות טובות וויל ארויסברענגן.
דער עולם פארשטייט עפעס אז ער וויל זאגן כאילו די גאנצע זאך איז איבערגעטריבן. וואס איז? האסט א הוה אמינא אז ער גייט לעבן אויף אייביג? וואס איז דיין פלאן? וועט דיר בעסער זיין אז ער באקומט נאך א יאר צום לעבן?
אבער איך מיין ער וויל ארויסברענגן א פארקערטע פוינט, ס'איז יא א גרויסע ווייטאג, ס'איז א ריזיגע פארלוסט פאר'ן דור. אבער דו 'שרייבער', דו איינער וואס זיצט באקוועם אנגעלאנט אויפ'ן קאוטש, וואס איז דיין 'פערזענליכע' ווייטאג? דו ליגנער איינער! עס אינטערסירט דיר א הויקער אז אזא איד איז נסתלק געווארן.
בחיים חיותו האסטו פרובירט צו זיין במחיצתו? האסט געוואלט זיך מדבק זיין אין אים? האסטו געשפירט פאר א זכיה צו זעהן אזא איד?
וואס האסטו געהאט פון אים? האסט אמאל געהאט א פערזענליכע שייכות מיט אים? האסט נאך עפעס אן ענין וואס דו האסט געוואלט אויסשמועסן נאר דו ביסט נישט אנגעקומען דערצו?
והחי יתן אל לבו! ב''ה לא אלמן ישראל, לאמיר יעצט אריינכאפן ווי מ'קען נאך, ווי דער הייליגער מהר''ם שי''ק זי''ע האט געזאגט, חבל על דאבדין, א שאד אויף די וואס ווערן פארלוירן פון אונז. ולא משתכחין, און נאר די וואס זענען ניק''ס געפונען זיך מיט אונז.
לאמיר אויפזיכן די ערליכע אידן וואס החיים אתנו לאוישט''א, לאמיר זיך מדבק זיין אין צדיקי הדור און לאמיר נהנה זיין מאורם הגדול. דאן ווען זיי וועלן אוועקגיין פון די וועלט וועט מען טאקע קענען וויינען על השבר שהשברנו.

איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
Re: ניצחו אראלים את המצוקים, וואס מיינט דאס פאר מיר?
@נקודות טובות יעדע ערליכע איד וואס אטעמעט איז א געווינס. יעדע ערליכע איד וואס גייט אוועק איז א געוואלדיגע שאדן. ווען א צדיק ווערט נפטר אפילו מען האט נישט קיין פערזענליכע קשר איז עס א פערזענליכע פארלוסט פאר יעדע איד
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"יאסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.
והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
Re: ניצחו אראלים את המצוקים, וואס מיינט דאס פאר מיר?
העי העי, וואס איז דאס מעקן?
דיין פוינט אז אויף סאשעל מידיע סייטס שרייבן די מאנכע מיט אזאנע טרערן דעם ניצחו אראלים את המצוקים, אבידה שאין לה תמורה וכו', האט נישט ממש מיט דעם אז ווען א צדיק גייט אוועק. זיי טוען די זעלבע ווען עס געשעט א טראגעדיע, מוז מען אריינקומען מיט א
יא, די סארט שפראך עקעלט.
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2271
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 7437
Re: ניצחו אראלים את המצוקים, וואס מיינט דאס פאר מיר?
פון זיך דרייען מיט דיר די לעצטע צוויי און א האלב יאר ווייס איך אז דו האסט שטארקע שיטות, און ברייטע מיינונגען. איך ווייס אז דו רעדסט נישט סתם אזוי, און דיינע ווערטער האבן לאגישע און טיפע ערקלערונגען. וממילא וויל איך דיר בעטן אז דו זאלסט אזוי גוט זיין און מיר ערקלערן פשט פון דיינע ווערטער. איך ווייס אז ס'איז א פארלוסט, איך האב דאך אזוי אנגעהויבן. איך וויל נאר וויסן וואס איז דער פארלוסט.
פופציגער האט געשריבן: אידטיש איז נאר אידטיש ווייל @דער תהלים איד איז @דער תהלים איד!
Re: ניצחו אראלים את המצוקים, וואס מיינט דאס פאר מיר?
א ישר כח פאר די קאמפלימענטנקודות טובות האט געשריבן: ↑פרייטאג פעברואר 06, 2026 11:40 amפון זיך דרייען מיט דיר די לעצטע צוויי און א האלב יאר ווייס איך אז דו האסט שטארקע שיטות, און ברייטע מיינונגען. איך ווייס אז דו רעדסט נישט סתם אזוי, און דיינע ווערטער האבן לאגישע און טיפע ערקלערונגען. וממילא וויל איך דיר בעטן אז דו זאלסט אזוי גוט זיין און מיר ערקלערן פשט פון דיינע ווערטער. איך ווייס אז ס'איז א פארלוסט, איך האב דאך אזוי אנגעהויבן. איך וויל נאר וויסן וואס איז דער פארלוסט.
מיט יעדע דבר טוב וואס א איד טוט איז ער מכריע די וועלט צום גוטן און ווען עס פעלט א ערליכע איד איז א שאדן פאר די גאנצע וועלט
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"יאסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.
והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
Re: ניצחו אראלים את המצוקים, וואס מיינט דאס פאר מיר?
יארן צוריק האבן זיך די אראלים מיט די מצוקים ארומגעקריגט נאר ביי די גאר גרויסע רבי'ס, זייט די גרידונג פון קול בחצרות קריגן זיי זיך ארום ממש ביי יעדע קליינע רבי'לע
Re: ניצחו אראלים את המצוקים, וואס מיינט דאס פאר מיר?
Re: ניצחו אראלים את המצוקים, וואס מיינט דאס פאר מיר?
כ'מיין פון בריסקער רב זאגט מען נאך אז ווען ער האט אמאל געהערט דעם נצחו אראלים האט ער זיך אנגערופן "לעצטנס קריגט מען זיך דא אויף שטותים..."
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.