כי הנה הקהלות נעדו יחדיו! ברוך המקדש שמו ברבים!
היסטארישע "אסיפת רבנים" מיט בני האדמורי"ם פון צענטראלע ניו יארק'ע קהלות; צעמענטירט אן עתיד פון א "ועד הקהלות" זיגל אויף יעדע כלי
צענדליגער רבני ועסקני קהילות הקודש וועלכע זענען עוסק אין אפגעהיטענע טעכנאלאגיע בקרב קהלתם, ברענגען אויף יסודות און שאלות בפניהם פון די שלוחי האדמורי"ם מנהיגי הקהלות שליט"א
נושא פון AI אויף די כלים ווערט אויסגעשמועסט גאר קלאר, מיט פארשידענע החלטות און אויך אפענע שאלות על העתיד
פאראייניגטע החלטה דורך קהלות הקודש צו פאדערן און מעורר זיין יעדן יחיד מבני הקהלה, נישט צו האבן בעתיד אין שטוב אדער אין טאש א כלי וואס טראגט נישט דעם חותם פון "ועד הקהלות"
א היסטארישער אסיפה איז היינט פארגעקומען דורך די רבנים ודיינים פון די גרעסטע קהלות קדושות איבער ניו יארק, אינערהאלב דעם פאראייניגטער "ועד הקהלות" וואס גיט זיך אפ מיט ברענגען געזיגלטע און פארזיכערטע טעכנאלאגיע פאר'ן היימישן ציבור דורך היימישע פירמעס, צו פארזיכערן דאס אנהאלטן דעם סטאנדארט פון א בעיסיק סעלפאון, צוגעשטעלט היימיש פון אלע סארטן, אפגעהיטן פון יעדן מכשול.
די קהלות הקודש חברי ועד הקהלות האבן מיט 2 יאר צוריק אוועקגעשטעלט א רעוואלוציע פון א שטאנדהאפטע אייזן-שטארקע באזע, וועלכע פארמירט א הערליכער אייגענער סטאנדארט פון אנהאלטן דעם "בעיסיק פאון" פון טאלק-ענד-טעקסט פאר'ן ברייטן באנוץ, און אויך סערווירן דעם ציבור מיט "כשר'ע" טאלק-אנלי פאונס, א באזע וואס איז גורם אזא מעכטיגער סופליי פון כלים מאושרים פאר גאנץ ניו יארק רבתי און פאר יהדות ארה"ב. די קהלות הקודש וועלכע פארמירן דעם ריזן באזע זענען: סאטמאר, סאטמאר, סקווירא, וויזשניץ מאנסי, וויזשניץ וומסב"ג, וויזשניץ ב"פ, באבוב-45, ראחמיסטריווקא.
דער היינטיגער אסיפה איז געווען די 3'טע אין די רייע במשך די לעצטע 2.5 יאר זינט דעם היסטארישער גרינדונג אין זומער תשפ"ג. מזמן לזמן ווען עס קומען אן גרעסערע שאלות, זעצט מען זיך צוזאם אינאיינעם צו באשליסן את המעשה אשר יעשון, אויסער די כסדר'דיגע אסיפות דורכ'ן טעלעפאן. ספעציעל איז יעצט שטארק עומד על הפרק די נושא פון AI אויף סעלפאונס, דורכצוטון דעם מציאות פון טעלעפאן קאלס און טעקסט מעסעדזשינג מיט נומערן וואס גיבן אויטאמאטישע ענטפערס אויף אלע סארט שאלות, א שטארקע פראבלעם וואס האט אנגעהויבן פלאגן היימישע שטובער מער און מער, און נאך לאנגע חדשים ארבעט איז דער ועד הקהלות ב"ה אנגעקומען צו א מהלך פון קענען בלאקירן די אלע נומערן אויף יעדע פאון דורכ'ן פאון פירמע.
די אסיפה איז פארגעקומען אין א הערליכער צענטער אין ניו דזשערסי, זייענדיג א מיטל-פונקט צווישן ברוקלין און אפסטעיט, פון וואו די רבני הקהלות זענען זיך געקומען צו פארן. דאס פלאץ איז געווארן צוגעשטעלט דורך די בארימטע RMAC סופליי פירמע, ותשואת חן פאר די בעלי הפירמע הרה"ח ר' אהרן הי"ו ובנו הר"ר לייב ווייס הי"ו וועלכע האבן צוגעשטעלוט דאס פלאץ מיט אלע צוגעהערן אומזינסט לתועלת הציבור.
עיני העדה!
דאסמאל, צו דעם גרויסן אסיפה, האבן די ראשי העדה מרנן האדמורי"ם שליט"א, די עיני העדה מנהיגי הקהלות, אראפגעשיקט אלס פערזענליכע שליח צום אסיפה זייערע קינדער, בנים על אבותם, צו זיין א שליח אויפ'ן פלאץ און מיטהאלטן די דיונים אינאיינעם מיט די טעכנאלאגיע-רבנים און טעכנאלאגיע-עסקנים פון יעדע קהלה וקהלה, און מחזק זיין דעם היסטארישן אינטערנעמונג וואס האט געברענגט א רעוואלוציע אין די היימישע גאס און ברעכט ווייטער מויערן צו ברענגען א גלענצענדע עתיד פון אידישע כלים טהורים, אייגענע כלים פאר די אייגענע מארקעט, באהיטן פון מכשולות בס"ד.
עס האבן זיך אנגעזען די בני האדמורי"ם פון ניו יארק ווי פאלגנד: הגה"צ רבי מנחם מענדל טייטלבוים שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א; הגה"צ רבי חיים צבי טייטלבוים שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א; הגה"צ רבי אהרן מענדל טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א; הגה"צ רבי יוסף אונגאר שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א; הגה"צ רבי מאיר יוסף רובין שליט"א חדב"ן כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, הגה"צ רבי יעקב יוסף האגער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מ'וויזשניץ מאנסי שליט"א, הגה"צ רבי חיים מאיר האגער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מ'וויזשניץ וומסב"ג שליט"א, הגה"צ רבי נפתלי האגער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מ'וויזשניץ ב"פ שליט"א.
די הערליכע דיונים צווישן די רבנים שליט"א
געעפנט דעם אסיפה האט דער מזכיר פון ועד הקהלות, הרה"ח ר' דוד לייב גרינפעלד הי"ו, וואס האט באגריסט די רבנים שליט"א און באדאנקט בשם כל הקהל פאר'ן אוועקגעבן טייערע צייט פאר דעם צוזאמקום.
דאן האט דער מזכיר אויפגערופן דעם יו"ר פון די אסיפה, הרה"ג ר' יעקב יוסף ווייס שליט"א ר"מ אמרי חיים וויזשניץ, וואס האט פון דארט און ווייטער אנגעפירט גאר געניט מיט די אסיפה, און געהאלטן ארדענונג אויף די מערערע נושאים וועלכע זענען אויפגעברענגט געווארן במשף די אסיפה, דבר דבור על אופניו בהשכל ובדעת.
דער יו"ר אזי אויך איבערגעגאנגען די השתלשלות פונעם גרינדונג וואס ער איז שוין פארמישט מטעם ק"ק וויזשניץ פון אנהויב און נאך פריער. ער האט אויסגעשמועסט פארוואס ס'האט אויסגעפעלט צו גרינדן אזא פאראייניגטע ועד, און צולייגט אביסל די "כל התחלות קשות" וויאזוי מען איז אין אנהויב איבערגעשווימען שוועריקייטן סיי טעכניש און סיי מיט'ן צוזאמברענגען אלע מיינונגען אויף יעדע נושא, ביז ס'איז בס"ד אוועקגעשטעלט געווארן אזוי הערליך מיט אזעלכע גינסטיגע רעזולטאטן ב"ה.
דער יו"ר האט איבערגעגעבן דאס ווארט פאר הרה"ח ר' ברוך אליעזר אייזענבערגער הי"ו יו"ר ועד לטהר דק"ק סקווירא, וואס האט איבערגע'חזר'ט מיט א גאר קלארע שפראך מיט וואס דער מציאות היינט איז געווארן אנדערש ווי אמאל, אז עס איז קריטיש וויכטיג צו האבן א סטאנדארט מיט א זיגל אויף יעדע סעלפאן, און עס איז מער נישט שייך צו גיין מיט'ן מהלך פון קויפן א כלי און דערנאך עס גיין זיגלען ביי א פילטער קאמפאני.
די יסודות פונעם גרינדונג. פארוואס?
בעיקר האט הר"ר ברוך אליעזר מסביר געווען מיט א קלארקייט וויאזוי די היינטיגע סעלפאן פירמעס ארבעטן אויף א מהלך פון כסדר אפדעיטן די פאונס מיט "OTA (אויווער די עיר) אפדעיטס", וואס יעדע אזא סאפטוועיר אפדעיט טוישט איבער דעם פאון אינגאנצן, און די אינטערנעט קען זיך עפענען ח"ו, עפפס קענען צוקומען, אא"וו. דאס מיינט אז אויב וויל מען מיטגיין מיט'ן מציאות אויפ'ן מארקעט, און לאזן די פירמע'ס מאכן סאפטוועיר אפדעיטס, קען די פירמע טון מה שעולה על דעתם, און פלוצלינג אראפנעמען יעדע פילטער, ממילא העלפט גארנישט אז מען גייט כשר'ן דעם פאון ביים איינקויפן. עס מוז זיין אז די פירמע האט זיך מתחייב געווען פאר'ן הכשר אז יעדע סאפטוועיר אפדעיט גייט ווערן איבערגעקוקט בעפאר עס ווערט געשיקט צום ציבור.
דאס איז פון די הויפט יסודות פארוואס אזא ועד איז שוין געווען ממש קריטיש.
חוץ מזה איז געווען א מציאות אז אידישע פירמע'ס האבן אנגעהויבן שרייבן "כשר", אדער "מאושר מטעם הרבנים", און דאס איז געווען פאונס מיט עפפס, מיט אימעיל, האלבע און כמעט-גאנצע סמארטפאונס, אזוי אז דער מושג פון א "בעיסיק סעלפאן" איז שיעור געווארן א פארגאנגענהייט, און עס האט אויסגעפעלט א פאראייניגטער כח דאס צו אפראטעווען, און ס'איז ב"ה געווארן גענוג א ריזיגער היימישער מארקעט פאר עכטע "בעיסיק פאונס", אן קיין נייע אינטערנעט עפפס וועלכע ברענגען סיי מכשולות און פיזור הנפש צו האבן א קאמפיוטער אין טאש, און סיי שווערע אינטערנעט לעכער וועלכע זענען גורם גרויסע פראבלעמען וואס מ'האט קיינמאל ביז היינט נישט געהאט, און נאר דורכ'ן אוועקשטעלן דעם בעיסיק פאון על מכונו ווי עס איז געווען ביז היינט, איז געווארן א רואיגקייט אז דער ציבור קען געניסן ב"ה פון דאס וואס מ'האט געהאט ביז היינט, און מ'דארף זיך נישט רוקן צו פלעצער וואו מען וויל נישט. מ'קען קויפן פרישע נייע כלים, מיט אלע נייע באקוועמליכקייטן, אן דארפן אויפגעבן דעם כשרות וואס מ'האט געהאט ביז היינט, תלי"ת.
דאן האט גערעדט הרה"ג ר' משה יואל כ"ץ שליט"א ר"מ בישיבה גדולה דסאטמאר וויליאמסבורג, וואס האט אראפגעלייגט דעם מציאות פון די MP3, וויאזוי די ישיבות האבן זיך זייער געמוטשעט מיט די מכשולות וואס זענען ארויסגעקומען, ביז מען האט בס"ד אוועקגעשטעלט דעם "מוכשר" זיגל, וואס מיט'ן פאראיינגטער כח פונעם ועד הקהלות האבן אלע פירמעס זיך אזוי הערליך צוגעשטעלט, און עס האלט שוין ביי 14 כשר'ע MP3'ס וואס ליגן אין די געשעפטן מיט'ן מוכשר זיגל פונעם ועד הקהלות.
הרה"ח ר' מרדכי לאנדא הי"ו, אדמיניסטראטאר פון ועד הקהלות, האט אויפגעטרעטן איבערצוגעבן די אומגלויבליכע פארשריט וואס דער ועד האט ב"ה געמאכט, ובפרט אין די לעצטע תקופה וואס ער איז פערזענליך עומד על המלאכה און קוקט צו וויאזוי די עבודת הקודש איז מצליח למעלה מן המשוער מיט א געוואלדיגע סיעתא דשמיא העכער די מענטשליכע ערווארטונגען.
ער האט פארגעשטעלט די גרויסע וואוקס פון כלים וואס קומען צו, מער און מער אידישע פירמעס פראדוצירן כלים מיט'ן זיגל און קומען זיך אראפזעצן מיט די עסקנים און מיט די רבנים צו זיכער מאכן אז זיי קומען נאך אלע פאדערונגען צו האלטן דעם היימישן סטאנדארט כשר און אויסגעהאלטן. ער האט דעטאלירט די פירמעס וועלכע האלטן יעצט אינמיטן ארויסגעבן פרישע סעלפאנס און אנדערע כלים, און אויך פארגעשטעלט פארשידענע פלענער אויפ'ן עתיד.
מען האט געהערט וויכטיגע ווערטער פון הרה"ג ר' יואל גוטמאן שליט"א מו"ץ קרית יואל, וואס איז פון די אקטיווע רבני הועד און האט פארגעשטעלט וויאזוי עס איז געווארן אוועקגעשטעלט דער סיסטעם פון געבן א זיגל, וויאזוי יעדע פירמע גיט אריין זייער פארלאנג, און די שאלות קומען אן צו די באשטימטע דיינים, און די דיינים פרעגן איבער אלע שאלות פון אלע אנדערע רבנים חברי הועד, וכל דבר הקשה ברענגט מען צו די מנהיגי הקהלות.
אז נדברו איש אל רעהו
לענגערע גאר רייכע און נויטיגע שמועסן אויף הלכה למעשה זענען פארגעקומען צווישן די רבנים שליט"א, וועלכע צווישן זיך דן געווען אויף מערערע נושאים, און מערערע מאל האבן די בני האדמורי"ם שליט"א געשטעלט שאלות צו קענען איבערגעבן ווייטער קלאר אויף וואס ס'איז דא צו דן זיין, און מען האט נושא ונותן געווען סיי אויפ'ן פראצעדור פון האנדלען מיט יעדע פירמע און געבן א זיגל, און סיי איבער די יסודות פונעם ועד אליינס. גאר שטארק איז געווארן ארומגעשמועסט עטליכע מאל איבער די וויכטיגקייט צו האלטן דעם סטאנדארט אז א פאון זאל בלייבן אדער כשר "טאלק אנלי", אדער "טאלק ענד טעקסט", אבער מער פון דעם איז שוין נישט א בעיסיק פאון.
דאס וועט נאר זיין – האבן די רבנים פארגעלייגט – דורך דעם וואס מ'וועט אריינברענגען דעם מושג ביי יעדן, אז מען קויפט נישט קיין כלי נאר מיט'ן הכשר פון די קהלות הקדושות.
וויאזוי ארבעט AI
ביים אסיפה האט מען געהערט א שטארקע פרעזענטאציע דורך הרה"ח ר' שלמה בוים הי"ו פון די מייקראסאפט טיעם, וואס פארשטייט שטארק צו טעכניק, און ער האט מסביר געווען פאר די רבנים שליט"א וויאזוי AI ארבעט, אויף וואס דאס ווערט גענוצט, די היסטאריע דערפון, און וואס מ'קען נאך ערווארטן אויפ'ן עתיד, וויאזוי די ביזנעס וועלט האט זיך ממש געטוישט דערמיט, וואס נאר דורכ'ן דאס פארשטיין קען מען ארויסהאבן די מהלכים וואס ס'איז שייך צו טון דאס צו קאנטראלירן אז ס'זאל נישט ברענגען קיין מכשולות.
דערנאך האט הרה"ח ר' רפאל שלמה שלאף הי"ו יו"ר ועד חומת הדת דק"ק באבוב-45 גערעדט און גענומען די נושא ווייטער, וויאזוי די באנוץ פון AI קלאפט אויס הלכה למעשה פאר'ן ענד יוזער. ער האט מסביר געווען אז מצד אחד איז דא א גרויסע צורך דערויף אין די באלבאטישע גאס, אין די ביזנעס וועלט, און מצד שני איז דא די פראבלעמען וואס זענען מיטגעקומען, און דאס פרובירט מען צו באהאנדלען בהשכל ובדעת.
פארשידענע שאלות איבער די נושא AI זענען געווארן פארגעלייגט, טייל זענען געווארן מוחלט, און טייל וועלן די רבנים דן זיין ווייטער מיט די אדמורי"ם און צוזאמברענגען די מיינונגען און דעת תורה אין די נאנטע וואכן.
א כלי אין א אידישע שטוב: ועד הקהלות
סיי במשך די אסיפה, און סיי ביים שלוס, איז גאר שטארק געווארן אויסגעשמועסט דורך די בני האדמורי"ם שליט"א און רבנים ודיינים שליט"א, אז דער געוואלדיגער הצלחה מוז גיין פאראויס גאר שטארק, און עס איז א שטארקע חוב אז דער ציבור זאל וויסן און פארשטיין אז יעדע איינציגע כלי מוז האבן דעם הכשר פונעם ועד. מ'דארף שפאנען פאראויס און נעמען די הצלחה אויפ'ן קומענדיגן שטאפל, אז קיין שום ערליכע אידישע שטוב זאל נישט האבן א כלי אין שטב אדער אין טאש, וואס האט נישט דעם "ועד הקהלות" הכשר, ווייל נאר אזוי איז מען אפגעהיטן און פארזיכערט בסיעתא דשמיא אויפ'ן עתיד, דורך דעם וואס די רבני הקהלות טוען בדעתתורתם פסק'נען אויף יעדע שאלה און באשטימען וויאזוי די כלים זאלן זיין אפגעהיטן, לטובת כל הציבור, ולטובת חינוך בנינו ובנותינו.
כח הרבים! א ניו יארק'ע רעוואלוציע פון אחדות פאר אידישקייט וועלכע שפאנט פאראויס!

- YST_3519.JPG (286.58 KiB) געזען געווארן 357 מאל

- YST_3650.JPG (235.03 KiB) געזען געווארן 357 מאל

- YST_3546.JPG (276.91 KiB) געזען געווארן 357 מאל

- YST_3887.JPG (225.74 KiB) געזען געווארן 357 מאל