ווער געדענקט נאך ווען עס האט זיך אנגעהויבן בערך א חודש צוריק די גאנצע שטורעם איבער די מוסד וואס האט אויפגעהאנגען די תועבה פענער אויף זייערע בניני המוסד, איז דאן איז
@totty דער 'מסורה' שרייבער שע"י חינוך יו.קעי. אנגעקומען אין
א העלן טאג און אנגעהויבן נאכזאגען בשם דעם ערליכן דיין פון חינוך יו.קעי. וואס איז אנגעבליך אויסגעקאכט אין די נושא, אז די גאנצע מעשה פון די תועבה פענער קען אפילו נישט זיין אמת, וויבאלד
כהיום איז בכלל נישטא אזא געזעץ אז מען דארף לערנען פון די מושחתים די אנשי תועבה ודור המבול, און אויב איז נישטא אזא געזעץ דאן פארוואס זאל דער מוסד טוהן עפעס וואס מען דארף נישט.
totty האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 11, 2026 11:24 am
למעשה האב איך יעצט אנגערופן
א ערליכע דיין פון לאנדאן וואס קען די נושא און כאטש וואס ער האט בכלל נישט געוואוסט פון די גאנצע מעשה דא האט ער ממש נישט אויפגעהערט לאכן אז סאיז זיכער א דמיון גדול און ער הייסט מיר אריבער גיין אהין קוקן צי מזעהט עפעס
ער טענהט אז מדארף עס לעת עתה בכלל נישט לערנען פאר קיין שום יא געלט אדער נישט געלט ווייל מהאט לעצטענס ארייגערוקט ווערטער אינעם געזעץ מיט אמענדמענטס אז מזאל עס נישט דארפן לערנען
יענער לייגט צי אז אין לאנדאן איז די נושא נאך זייער פרעמד און א לעצטערע דאטע ווייזט אז 96 פארצענט גויים זענען קעגן תועיבה ממש פארקערט ווי אמעריקא
און וואו זאל א מוסד טוהן אזא זאך ווען מדארף נישט און עס איז אראפגעקוקט ביי יעדן
און פאר די קומענדיגע תקופה האט ער דאס געהאלטן אין איין איבער'חזר'ן מערערע מאהל,
totty האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 12, 2026 3:57 am
והשנית דאס אז דארט איז נישטא קיין געזעץ צי לערנען די אלע זאכן האט איר דאך זיכער משקר געווען וואך איין און וואך אויס אז ממוז לערנען מינות און תועבה אין די צייט וואס
די געזעץ דארט זאגט שוין היינט פארקערט נאך די נייע אמענדמענד וואס כהאב טאקע אויך נישט געוואוסט דערפון ביז יעצט
totty האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 12, 2026 7:20 pm
ביטע נאר שרייבן רואיג און לגופו של ענין
ווי אויב איז דא יעצט א חיוב לימוד תועבה
און צי מהאט זיך ערגעץ אינטערגענומען צי לערנען תועבה (דוגמת הפעטוועי דאהי)
און צי מלערנט טאקע תועבה
און צי סאיז געווען א פאן מטעם המוסד במזיד וכו'
דערוווייל זאגט מיר דער דיין אויף אלע הנ"ל אז נישט
totty האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 13, 2026 4:21 am
און אויף אלע 4 פאקטן קריגן זיי זיך
און זאגן אז עס איז נישטא קיין שום חיוב צי לערנען און מלערנט אוודאי נישט און מהאט זיך אוודאי נישט אינטערגענומען צי לערנען
totty האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 14, 2026 2:33 pm
נאכן אנרופן א דיין אין לאנדאן וואס קען די נושא האט ער געלאכט אז אנע מברר זיין פארשטייט ער אז עס קען פשוט נישט זיין ווייל? (דא בין איך געוואויר געווארן אז סאיז דא א הקדמה פאר חלק א' ווייל חלק א איז דאך נאר געווען קלארצישטעלן די ביטערע מצב פון די גזירה
בין איך געוואויר געווארן אז)
לא דובים ולא יער נישטא קיין געזעץ מזאל דארפן לערנען דעריבער כאטש וואס די נושא פון יענע מוסד דארף נאך א בירור לשיטתך אבער די גאנצע באלאן האט געפלאצט נישטא קיין בער און נישטא קיין וואלד
שטעלט זיך יעצט ארויס די שקר דערפון, און די 'מסורה' פאראיין האט שוין אליין געמוזט צוריקדרייען, ווי מען זעהט אין די 25' ריפארט וואס איר האט אליינס געברענגט צו באשיצן די סאטמאר היי סקול (און די זעלבע זעהט מען ביי די 24' בעלזע היי סקול וואס איר האט געברענגט פאריגע וואך), וואס דארט שטייט אז די סקול קומט נישט נאך די רעקווייערמענט און פארלאנג פון די רעגירונג'ס 'אינדעפענדענט סקול סטאנדארטן' צו לערנען פון אט די גאר געמיינע ענין פון די אנשי תועבה ודור המבול, וואס איז פון די סאמע לעצטע שערי טומאה וואס מען האט נאך 'ביזדערווייל' ב"ה נישט דורכגעבראכן ביי די מוסד,

- satmar report 25-highlight.jpg (93.09 KiB) געזען געווארן 273 מאל
און בכלל טוט דאס אויפברענגען א ספק צי דער 'ערליכער דיין' פון חינוך יו.קעי. וואס פיטערט אייך מיט אלע אינפארמאציע פאר די 'מסורה' אנליין (סעיפטי) אויסגאבעס, איז בכלל נישט באקאנט אין די גאנצע נושא און ער ווייסט נישט וואס די געזעץ איז מחייב, אדער ווייסט ער יא, נאר ער האט אייך פשוט נישט געוואלט אויסזאגען דעם אמת, און אייך געגעבן נישט אמת'דיגע אינפארמאציע כדי צו קענען פארפירן דעם ציבור מיט שקרים,
אדער גאר ווייסט איר אליין אויך אז די געזעץ איז יא מחייב, נאר איר זענט גאר אליין דער שקרן.
דעריבער איז זייער אינטערסאנט ווי איינער וועם מען האט שוין דא ברבים געכאפט מיט אזויפיל שקרים, וואס ער האט שוין געדארפט האלטן אין איין טוישען ווערסיעס מערערע מאהל, זאל גאר קומען באשולדיגען יענעם אלץ גנב ושקרן...
נ.ב.
ווער געדענקט נאך, ווי יענער דיין האט צוגעזאגט שוין 'איבער דריי וואכן צוריק' אז ער גייט שיקן אן אנקעטע ווי מען זעהט אז 96 פראצענט גויים אין ענגלאנד זענען אקעגן תועבה,
(הגם, אפילו אויב איז דא אזא אנקעטע, טוישט דאס נישט די מציאות פונעם געזעץ, וואס די רעגירונג פארלאנגט קלאר 'יא' צו לערנען די עניני תועבה פון די אנשי דור המבול).