דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8520
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20897

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך דער תהלים איד »

הזדעזעו ניו יארק תרפ"ס פרסה על תתק"ס פרסה!

ס'איז נארוואס אויפגעדעקט געווארן די שרעקליכע תועבה וואס פאדערט זיך צו אפלייען פאר פודסטעמפס.

מיר האבן געמוזט פארדעקן עטליכע תועבה ווערטער נישט צו פארשמירן דאס מקום.

הבו עצה הלום!
Screenshot 2026-02-03 151731.jpg
Screenshot 2026-02-03 151731.jpg (236.97 KiB) געזען געווארן 510 מאל
Screenshot 2026-02-03 151731.png
Screenshot 2026-02-03 151731.png (556.08 KiB) געזען געווארן 510 מאל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8520
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20897

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך דער תהלים איד »

ווארענונג!

היות אין די פריערדיגע פאוסט איז בטעות צוליב א טעכנישע גליטש אין די סעקיורעטי סיסטעם מיטגעקומען די אומצענזורירטע דברי תועבה, בעטן מיר קיינער זאל נישט קוקן נאר אויף די צענזורירטע, כדי נישט נכשל צו ווערן אין פארטריבענע מחשבות זרות.

@פארטריבן איז מכובד צו עפענען אלע זיינע "צוגעדעקטע ווערטער". ביז דאן איז חוה"מ פורים און מ'קען נישט גיין פאראויס צו שושן פורים.
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 624
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 461

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך פארטריבן »

און זעהט אויך נישט צו פארגעסן דאס וואס איר האט געשריבן,
totty האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 11:38 am מקען אויף אלעם אי"ה ענטפערן דבר על אופניו אבער ערשט א תירוץ אויף די קשיא וואס האט שוין יא פראף און א יסוד
און קומט ענטפערן אויף דעם וואס מיר האבן געשריבן איבער די בלאף וואס 'כאילו' האבן עסקני חינוך יו.קעי. מבטל געווען די גזירה אז מען דארף שוין נישט לערנען לימודי תועבה ווייל מען קען ארויסשרייבן די קינדער, זעה דא און ווייטער.
פארטריבן האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 28, 2026 10:51 pm דעריבער דאס קומען זאגן אז די רבני ועסקני חינוך יו.קעי. האט געארבעט און געמאכט עטליכע יאר צוריק א שינוי לטובה אינעם געזעץ אז בי היי סקול זאלן די עלטערן זאלן קענען אויסשרייבן זייערע קינדער, און ביי קלענערע קינדער זאל מען בכלל נישט זיין מחוייב,
דאס איז שוא ושקר, פאלש און פארפירעריש, ווייל
- דאס וואס עלטערן קענען ארויסשרייבן די קינדער ביי היי סקול פון די ספעציפישע געמיינסטע לימוד, איז שוין אלט כאטש 30 יאר,
- דאס אז קלענערע קינדער זענען בכלל נישט מחוייב דאס איז שוין צענדליגער יארן אלט,
- דאס וואס איז עטליכע יאר צוריק געווארן א שינוי אין דעם געזעץ, איז גאר געווען דער היפוך פון א שינוי לטובה, נאר אדרבה א שינוי לגריעותא.

למעשה בלייבט אין סך הכל,
אז די גאנצע האוקעס פאוקעס פון די געוואלדיגע דערגרייכונג און ארבעט פון חינוך יו.קעי. איבער די לימודי תועבה, איז נישט מער ווי איין שטיק 'מסורה' בלאף.
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 624
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 461

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך פארטריבן »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 03, 2026 3:21 pm הזדעזעו ניו יארק תרפ"ס פרסה על תתק"ס פרסה!

ס'איז נארוואס אויפגעדעקט געווארן די שרעקליכע תועבה וואס פאדערט זיך צו אפלייען פאר פודסטעמפס.

מיר האבן געמוזט פארדעקן עטליכע תועבה ווערטער נישט צו פארשמירן דאס מקום.

הבו עצה הלום!
## אל תוכח לץ
## זכור את אשר עשה לך עמלק אשר קרך...
היימישע זייגער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 436
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 2:43 am
x 1334

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך היימישע זייגער »

איך שטיי און רייב מיר די אויגן, פון די שפראך און סגנון וכו קוקט אויס ווי @דער......איד איז אפשר כתה ח', איינער קען וועריפייען די עידזש?? מ'לאזט דא שרייבן די עידזש?
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8520
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20897

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך דער תהלים איד »

היימישע זייגער האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 03, 2026 5:36 pm איך שטיי און רייב מיר די אויגן, פון די שפראך און סגנון וכו קוקט אויס ווי @דער......איד איז אפשר כתה ח', איינער קען וועריפייען די עידזש?? מ'לאזט דא שרייבן די עידזש?
האסט שוין אמאל פרובירט צו רעדן מיט דיין 3 יעריג אינגל וועגן א מהרש"א?

איך זאג דיר ס'וואלט נישט געארבעט.

אלעמאל ווען דו רעדסט צו א כיתה ח' אינגל, זאלסטו רעדן כיתה ח' שפראך.
totty
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 323
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:06 pm
x 637

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך totty »

totty האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 03, 2026 2:51 pm
בקיצור האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 03, 2026 1:29 pm
totty האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 03, 2026 4:48 am מיטב אז איר רעדט נאך צי אים איז ער גערעכט ער גייט אן מיטן בלעכענעם פנים אז כאילו אין די 25 באריכט שטייט יא עפעס ער האט פריש שווארץ געמאכט די זעלבע ווערטער וואס מהאט שוין אויפגעוויזן אז סאיז ריינע ווערטער זאל איך יעצט פריש אויפמאכן זיינע נייע שווארצע טינט און יעדער זאל זעהן זיין פרעכהייט? האלט איך נישט דערביי.. מהאט דאך שוין איינמאל געזעהן גיי איך יעצט דארפן פארנומען זיין מיט א שקרן עד ביאת הגואל?

זאל איך איבערגיין פון אלף? און איבערווייזן נאכאמאל זיין זדון פון אויסמעקן די ערשטע זייט באריכט פון 25 וואס שרייבט קלאר אז מלערנט נישט שמוץ און נאכן אים כאפן ברענגט ער עס שוין יא נאר יענץ מאכט ער גרין ווייל כאילו ער האט עס אייביג געברענגט און נישט באהאלטען און איך באהאלט גאר... בקיצור...

און ביי די רויטע זיינע רעדט מען פון סעיפטי וכו’ און עס שטייט רח"ל אז מאיז בעסער געווארן אין סעיפטי וכו’ מאכט ער עס רויט און מעקט מיט שווארץ א מזאל מיינען אז סאיז תועבה און מהאט זיך ענדליך געבראכן צי חינוך יו קעי וואס וויינט שוין צי אלע מוסדות מזאל זיך שמדן און קיינער פאלגט נישט און ענדליך האט סאטמאר געפאלגט אין 25 הערשט... א כהאב פארגעסן אין 24 האט מען זיך שוין בעצם געהאט גשמדט ל"ע אבער נאר האלב וועגס 25 האט מען זיך אינגאנצן געבראכן.. בקיצור.. רויט גרין שווארץ...
האלא באלד האט ער שוין אלע קאלארס פון א רעגן בויגן און עודך מיינט עס השחתה
ווי מגייט איז השחתה און תועבה...

פאר וועם די איבערווייז דא viewtopic.php?p=239853#p239853 איבער וואסערע שקרן דער איז איז נישט גענוג וועט שוין גארנישט העלפן..

האט שכל און ענטפערט נישט קיין שקרנים והם כלים מאליהם
ער טענה'ט דאך אז דו אליינס האסט געברענגט די זעלבע ווערטער פון די 24 באריכט אויסגעמעקט?
סאיז אזוי ווי דו זאגסט אז די "טיף" מיינט שמוץ
יעצט ווען עס שטייט נעבן שמוץ מיינט עס אוודאי טיף אין שמוץ דאס אבער ווען עס שטייט נעבן קאמיוניקעישן און רילעישאן מיינט עס טיפע רילעישאן
קאנסענט מיינט רשות און ווען עס שטייט נעבן תועבה מיינט עס טאקע א זאך וואס מדארף מעקן אבער ביי רילעישאן מיינט עס רשות בעניני קאמיוניקעישן

קענסט זעהן ביי די גרינע פון אים רעדט מען פון אלע שמוץ און זיי שרייבן אז מלערנט גארנישט און די רויטע פון אים איז א גאנצע פאראגראף פון סעיפטי וכדומה וואס האט מיט שמוץ 0

קוק וואס מיינט היפך קערה על פיה גרין לייט פאר שמוץ און א רויט לייט פאר סעיפטי...

איך גיי אי"ה ברענגען די סעיפטי אינפארמאציע ועוד, איך האב נישט קיין צייט יעצט אבער אי"ה, איר וועט שטוינען!
אט האט איר די שוידערליכע אנליין סעיפטי "תועבה" וואס ווערט געלערנט דורך די פירמע טעג (דוגמת גדר אין קרית יואל) מיט די סאטמארע מיידליך רחמנא ליצלן!!! :roll: :roll: :roll: ...

האלט גרייט א תהלים תשובה צי טוהן נאכן ליינען דאס ארגסטע...
אויך האט גרייט א האנטוך אז עמעצער א היימישער דא זאל קענען רייבן די אויגן...
פיילס
Screenshot 2026-02-03 173347.png
Screenshot 2026-02-03 173347.png (493.91 KiB) געזען געווארן 428 מאל
Screenshot 2026-02-03 173354.png
Screenshot 2026-02-03 173354.png (305.28 KiB) געזען געווארן 428 מאל
משה זיכמעך
פרישער באניצער
פאוסטס: 31
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 4:54 pm
Location: kj ruzin rd 11
x 103

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך משה זיכמעך »

totty האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 03, 2026 5:42 pm
totty האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 03, 2026 2:51 pm
בקיצור האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 03, 2026 1:29 pm

ער טענה'ט דאך אז דו אליינס האסט געברענגט די זעלבע ווערטער פון די 24 באריכט אויסגעמעקט?
סאיז אזוי ווי דו זאגסט אז די "טיף" מיינט שמוץ
יעצט ווען עס שטייט נעבן שמוץ מיינט עס אוודאי טיף אין שמוץ דאס אבער ווען עס שטייט נעבן קאמיוניקעישן און רילעישאן מיינט עס טיפע רילעישאן
קאנסענט מיינט רשות און ווען עס שטייט נעבן תועבה מיינט עס טאקע א זאך וואס מדארף מעקן אבער ביי רילעישאן מיינט עס רשות בעניני קאמיוניקעישן

קענסט זעהן ביי די גרינע פון אים רעדט מען פון אלע שמוץ און זיי שרייבן אז מלערנט גארנישט און די רויטע פון אים איז א גאנצע פאראגראף פון סעיפטי וכדומה וואס האט מיט שמוץ 0

קוק וואס מיינט היפך קערה על פיה גרין לייט פאר שמוץ און א רויט לייט פאר סעיפטי...

איך גיי אי"ה ברענגען די סעיפטי אינפארמאציע ועוד, איך האב נישט קיין צייט יעצט אבער אי"ה, איר וועט שטוינען!
אט האט איר די שוידערליכע אנליין סעיפטי "תועבה" וואס ווערט געלערנט דורך די פירמע טעג (דוגמת גדר אין קרית יואל) מיט די סאטמארע מיידליך רחמנא ליצלן!!! :roll: :roll: :roll: ...

האלט גרייט א תהלים תשוב צי טוהן נאכן ליינען דאס ארגסטע...
אויך האט גרייט א האנטוך אז עמעצער א היימישער דא זאל קענען רייבן די אויגן...
WOW מלערנט דארט קעגן טעקסט אפילו? אנבעליוועבל! און דאס האט מען געדארפט שווארץ מאכן מזאל נישט זעהן די סעיפטי תועבה?? טאטע אין הימל...
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 624
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 461

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך פארטריבן »

totty האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 03, 2026 5:42 pm אט האט איר די שוידערליכע אנליין סעיפטי "תועבה" וואס ווערט געלערנט דורך די פירמע טעג (דוגמת גדר אין קרית יואל) מיט די סאטמארע מיידליך רחמנא ליצלן!!! :roll: :roll: :roll: ...

האלט גרייט א תהלים תשוב צי טוהן נאכן ליינען דאס ארגסטע...
אויך האט גרייט א האנטוך אז עמעצער א היימישער דא זאל קענען רייבן די אויגן...
משה זיכמעך האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 03, 2026 5:47 pm WOW מלערנט דארט קעגן טעקסט אפילו? אנבעליוועבל! און דאס האט מען געדארפט שווארץ מאכן מזאל נישט זעהן די סעיפטי תועבה?? טאטע אין הימל...

נאכן ליינען די פרישע אנטדעקונג, און די ווערטער פון די צוויי חשובע ניקס 'תרי ריעין דלא מתפרשין', האבעך אנגעהויבן צי ווארפן מיינע אברים ווי ווייט מקען אונז פארנערן מיט הרוצה לשקר ירחיק עדותו

נעמליך אז מען האט געהאט דא די געפערליכע חוצפה און העזה צו מוציא לעז זיין אויף די 'הייליגע' אפסטעד, און מען האט אלע יארן אונז איינגערעדט און פארקויפט שקרים אז זיי זענען כופרים און רשעים, לדוגמא דאס וואס מען האט דא געשריבן אינעם ערשטן פאוסט פון די טעמע:

totty האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 14, 2026 2:33 pm אבער דאס איז אמאל זיכער אז ווילאנג די רשעים וכופרים אינאיינעם מיט אפסטעד לעבן נאך דארף מען איינרייסן רחמים ווייל זיי פארפירן כסדר אויף די חלקים ווי מקען זיך נאך יא פארלייגן און די אפסטעד זענען יא שונאים וואס זוכן כסדר ווי צי קענען פארשפארן און לייגן פיסלעך היימישע מוסדות און אויך ארבעטן זיי כסדר אויף נאך גזירות חלילה
און יעצט שטעלט זיך ארויס אז זיי זענען גאר א 'הייליגע' ארגאניזאציע, און זיי זענען ממשיך די מלחמה קעגן טעכנאלאגיע וואס דער הייליגער סקולענער בי זי"ע האט אנגעפאנגען ביים כינוס כלל ישראל, און זיי פירן א מלחמה אויף די העכסטע דרגא אפילו קעגן טעקסט, און זיי מאכן זיכער אז אלע מוסדות אין לאנדאן זאלן לערנען די 'אנליין סעיפטי' אנווייזונגען פון די אייראפעאישע TAG וואס איז אזויווי 'גדר', און ווער עס גייט דאס נישט לערנען גייט מען פאר'מסר'ן פאר די בריטישע גאווערמענט...

ווען נישט זיי וואלט די הייליגע סאטמארע היי סקול נאך ביז היינט זיך נישט געבראכן און נישט אויסגעלערנט פאר די טייערע בנות ישראל אז מען דארף זיין אפגעהיטן פון טעכנאלאגיע, און די סאטמארע מיידלעך וואלטן אלע געהאט טעקסט און גאר אפענע אינטערנעט, נאר אלעס אדאנק די 'הייליגע' אפסטעד וואס האט דאס באצייטנס געראטעוועט, ווען אין 24' האבן זיי געגעבן א שטרענגע ריפארט אויף סאטמאר היי סקול, אז זיי לערנען נאכנישט די TAG הדרכות, און דאס האט געבראכן די הארטנעקיגע הנהלה פון די היי סקול, און ביז א האלבע יאר אין 25' האבן זיי שנעל אריינגעגעבן פאר אפסטעד די TAG קוריקולום פון TAG אנליין סעיפטי, וחמת המלך שככה...

עס לאזט זיך ממש נישט גלייבן וויאזוי די סיקריקישע ארגאניזאציע חינוך יו.קעי. האט אונז אלע יארן פרובירט צו פארקויפן שקרים און ליגנט אז אפסטעד זענען רשעים און כופרים, און דא שטעלט זיך קלאר ארויס פונקט פארקערט,
כליפ כליפ...

איך וויל דא אויפפאדערן @totty און זיינע אויבערהארן פון חינוך יו.קעי. אז משום איסור מוציא שם רע מוזן זיי זאפארט ארויסגעבן א עפענטליכע מכתב חזרה ווי מען שרייבט קלאר אז מען ציהט צוריק פון אלע באשמוצונגען אקעגן די הייליגע אפסטעד, און זיי נעמען זיך פאר אז פון היינט און ווייטער וועלן זיי שוין לאזן אלע מוסדות אויספאלגען די אנווייזונגען פון די 'הייליגע' אפסטעד, נאך וואס עס האט זיך קלאר ארויסגעשטעלט אז זיי ראטעווען דאס אידישקייט אין ענגלאנד, און מאכן זיכער אז די אלע תינוקות של רבן ובנות ישראל הכשרות זאלן נישט אריינפאלען אינעם טיפן אפגרונד פון די שמוציגע טעכנאלאגיע...

ובזה יצאתי ידי חובת השתקה...
נאסע שמאטעס
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 569
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
x 1231

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך נאסע שמאטעס »

איר האט עפעס געענטפערט?
totty
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 323
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:06 pm
x 637

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך totty »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 03, 2026 3:21 pm הזדעזעו ניו יארק תרפ"ס פרסה על תתק"ס פרסה!

ס'איז נארוואס אויפגעדעקט געווארן די שרעקליכע תועבה וואס פאדערט זיך צו אפלייען פאר פודסטעמפס.

מיר האבן געמוזט פארדעקן עטליכע תועבה ווערטער נישט צו פארשמירן דאס מקום.

הבו עצה הלום!

Screenshot 2026-02-03 151731.jpg
Screenshot 2026-02-03 151731.png
האלא ביי איין פלאץ האסטו פארמעקט די ווארט alternative און ביי א אנדערע פלאץ עס רח"ל געלאזט

ווייסטו דען נישט אז alternative איז א ווארט וואס מקען בכלל נישט אפלערנען אויף 2 וועגן אזוי ווי די ווארט קאנסענט, alternative מיינט דאך א "אנדערע מהלך" דו ווייסט וויפיל בכיות דער רבי האט פארגאסן קעגן די אנדערע מהלכים ווי קען מען בכלל מסופק זיין אין דעם???
אתמההה..
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 624
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 461

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך פארטריבן »

נאסע שמאטעס האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 03, 2026 8:56 pm איר האט עפעס געענטפערט?
איר האט עפעס געפרעגט?
משה זיכמעך
פרישער באניצער
פאוסטס: 31
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 4:54 pm
Location: kj ruzin rd 11
x 103

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך משה זיכמעך »

פארטריבן האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 04, 2026 12:00 pm
נאסע שמאטעס האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 03, 2026 8:56 pm איר האט עפעס געענטפערט?
איר האט עפעס געפרעגט?
יא מהאט דיר געפרעגט פולע קשיות און דו ווארפסט צוריק קשיות וואס האט שוין באקומען תושובות כמה פעמים אדער וואס איז נישט נוגע

totty האט געשריבן: זונטאג פעברואר 01, 2026 11:01 pm
ווער לאזט נישט אים ענטפערן רואיגערהייט מיין גרויסע קשיא פון פאריגע גאנצע וואך
ווער לאזט אים נישט ענטפערן אויף די 2 קשיות וואס כהאב געפרעגט מוצאי שבת?
און ווער לאזט אים נישט ענטפערן רואיג אויף די שקרים גדולים איבער די רעפארט פון סאטמאר 2025 וואס ער האט אויסגעלאזט בזדון די ערשטע זייט?
totty האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 23, 2026 1:58 am
לאמיר איבערגיין אין קורצן די קשיא: אויב חינוך יו קעי הייסט לערנען אדער הייסט זאגן פאר אפסטעד אז מלערנט טא וואס פשט פון די אלע 99 פארצענט רעפארטס ווי עס שטייט ארויס אז מלערנט נישט און מזאגט אז מלערנט נישט?
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 624
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 461

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך פארטריבן »

משה זיכמעך האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 04, 2026 12:42 pm
פארטריבן האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 04, 2026 12:00 pm
נאסע שמאטעס האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 03, 2026 8:56 pm איר האט עפעס געענטפערט?
איר האט עפעס געפרעגט?
יא מהאט דיר געפרעגט פולע קשיות און דו ווארפסט צוריק קשיות וואס האט שוין באקומען תושובות כמה פעמים אדער וואס איז נישט נוגע
איר קענט נישט ליינען?
איך האב גערעדט צו @נאסע שמאטעס און געוואלט וויסן צי ער האט עפעס געפרעגט.

אבער אז דו האסט דיך שוין אנגערופן וועל איך שוין רעדן אויך צו דיר,
די אלע קשיות וואס דיין 'חבר' @totty האט געפרעגט, זענען שוין לאנג פארענטפערט געווארן, בעסער געזאגט עס איז קיינמאל נישט געווען קיין קשיא, ווייל דער גאנצער ציבור האט זיך שוין קלאר איבערצייגט אז אלעס וואס איך האב געשריבן איז אמת ויציב, און די מוסדות זאגן ליידער יא פאר די רעגירונג אז מען לערנט לימודים אסורים, איינער מער איינער ווייניגער.

און די אלע נארישע 'מסורה' באבקעס און זינלאזע פשטים אז די זאכען מיינען גארנישט און נאר אין די 24' ריפארט האט דאס געמיינט אומאיידעלע זאכן, דאס קלעבט נישט ביי קיינעם אויפן מח.
ממילא בלייבט אלעס מפטירין כדאתמול, און דאס קומענדיגע מאהל ווען דו כאפסט א שמועס מיט דיין נאנטער ידיד @totty, גיב איהם איבער די פאלגענדע מעסעדזש:

פארטריבן האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 03, 2026 3:21 pm @טאטי לעבן, מיר האבן דיך געפרעגט פיר קשיות:

1. פארוואס האט איר באהאלטן די נייע ריפארט פון סאטמאר היי סקול, וואס מען זעהט די מוסד זאגט קלאר אז מען לערנט שוין יא עניני תועבה?
2. פארוואס באהאלט איר נאך אלץ די אנגעבליכע צוויי סקווירא מחאה בריוון?
3. פארוואס באהאלט איר נאך אלץ די אנגעבליכע שינוי לטובה געזעצן?
4. פארוואס באהאלט איר נאך אלץ די אנגעבליכע געריכט פאפירן?

זיי מוחל און ענטפער ווי שנעלער א נארמאלע תירוץ (נישט קיין פרישע נארישע חושעריי).

- -

ווי אויך די אלע אנדערע מה נשתנה'ס וואס ווארטן שוין אזוי לאנג אויף א נארמאלע הסבר.

# וואס איז פשט פון די היפאקריטיע צו זאגן אז אפסטעד ריפארטס וואס שטימט מיט מיין אגענדע זענען יא אמת, און ריפארטס וואס שטימען נישט מיט מיין אגענדע זענען פאלש.
# וואס איז פשט פון די היפאקריטיע צו זאגן אז אין ניו יארק גלייבט איר יא רעגירונג דאקומענטן, און אין ענגלאנד נישט.
# וואס איז פשט פון די היפאקריטיע צו זאגן אז אין ניו יארק גלייבט איר נישט קיין ערליכע רבנים און דיינים, און אין לאנדאן יא.
# וואס איז פשט פון די היפאקריטיע צו זאגן נעמען א 'פעטוועי' צו געבן טעסט וואס דערמיט באשטעטיגט מען אז מען נעמט זיך אונטער צו לערנען אלעס דאס איז ממש געפערליך, און ווייזן פאר די אפסטעד אינספעקטארס די פאקטישע פלענער און קוריקולום\ביכער וויאזוי מען גייט 'לערנען' דאס איז מותר לכתחילה.

ווי אויך זאלט איר נישט פארגעסן דאס וואס איר האט געשריבן,
totty האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 11:38 am מקען אויף אלעם אי"ה ענטפערן דבר על אופניו אבער ערשט א תירוץ אויף די קשיא וואס האט שוין יא פראף און א יסוד
און קומט ענטפערן אויף דעם וואס מיר האבן געשריבן איבער די בלאף וואס 'כאילו' האבן עסקני חינוך יו.קעי. מבטל געווען די גזירה אז מען דארף שוין נישט לערנען לימודי תועבה ווייל מען קען ארויסשרייבן די קינדער, זעה דא און ווייטער.
פארטריבן האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 28, 2026 10:51 pm דעריבער דאס קומען זאגן אז די רבני ועסקני חינוך יו.קעי. האט געארבעט און געמאכט עטליכע יאר צוריק א שינוי לטובה אינעם געזעץ אז בי היי סקול זאלן די עלטערן זאלן קענען אויסשרייבן זייערע קינדער, און ביי קלענערע קינדער זאל מען בכלל נישט זיין מחוייב,
דאס איז שוא ושקר, פאלש און פארפירעריש, ווייל
- דאס וואס עלטערן קענען ארויסשרייבן די קינדער ביי היי סקול פון די ספעציפישע געמיינסטע לימוד, איז שוין אלט כאטש 30 יאר,
- דאס אז קלענערע קינדער זענען בכלל נישט מחוייב דאס איז שוין צענדליגער יארן אלט,
- דאס וואס איז עטליכע יאר צוריק געווארן א שינוי אין דעם געזעץ, איז גאר געווען דער היפוך פון א שינוי לטובה, נאר אדרבה א שינוי לגריעותא.

למעשה בלייבט אין סך הכל,
אז די גאנצע האוקעס פאוקעס פון די געוואלדיגע דערגרייכונג און ארבעט פון חינוך יו.קעי. איבער די לימודי תועבה, איז נישט מער ווי איין שטיק 'מסורה' בלאף.
נאסע שמאטעס
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 569
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
x 1231

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך נאסע שמאטעס »

פארטריבן האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 04, 2026 12:00 pm
נאסע שמאטעס האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 03, 2026 8:56 pm איר האט עפעס געענטפערט?
איר האט עפעס געפרעגט?
ניין איך האב גארנישט געפרעגט. איינער האט געפאוסט קאפיס פון ליטעראטור, וואס ווייזט אז אנשטאט טעכנאלאגישע תועבה ווי איר זאגט, לערנט מען TAG טעכנאלאגיע אווערנעס. איר האט עפעס געענטפערט? שרייבט נישט יעצט נאך א פאוסט מיט הונדערט שורות. פליז. איר האט עפעס געענטפערט?
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 624
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 461

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך פארטריבן »

איינער האט טאקע געפאוסט קאפיס פון ליטעראטור, אבער די קאפיס ווייזט נישט גארנישט, נישט קיין 'שום' איבערצייגנדע הוכחה אז דאס לערנט מען אין סיי וועלכע מוסד, און זיכער נישט קיין 'שום' הוכחה אז די רעגירונג איז צופרידן פון די ליטעראטור, אז דאס זאל נאכקומען זייער געזעצען און גיידענס וואס פארלאנגען גאר אנדערע זאכן, ממילא קושיא מעיקרא ליתא.

און מיין פריערדיגע פאוסט צו וואס איר האט זיך באצויגן, האט זיך ארויסגעברענגט די ליצנות וואס ליגט אונטער די 'מסורה' לאקשן אז 'אנליין סעיפטי' מיינט אז מען רופט פשוט TAG צו געבן הדרכה בעניני טעכנאלאגיע, און אויב האט איר נישט אליין געכאפט וואס דאס ענטפערט, דאן איז א שאד נאכאמאל מסביר צו זיין, און איר וועט דאס ממילא נישט פארשטיין, ווי מיר האבן שוין אויבן אויסגעשמועסט אז די שוחד ונגיעה קען אוועקנעמן דאס פארשטאנד אפילו פון קלוגע מענטשן, ווי די תוה"ק איז מעיד.
נאסע שמאטעס
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 569
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
x 1231

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך נאסע שמאטעס »

איר טענה'ט אז נישט דאס זענען געווען די לימודים? אדער אז די רעגירונג איז נישט געווען צופרידן? איר רעדט זייער אומקלאר.
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 624
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 461

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך פארטריבן »

איר האב גערעדט זייער קלאר,
איך האב געזאגט אז די ווערטער וואס איר שרייבט:
נאסע שמאטעס האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 04, 2026 2:18 pm איינער האט געפאוסט קאפיס פון ליטעראטור, וואס ווייזט אז אנשטאט טעכנאלאגישע תועבה ווי איר זאגט, לערנט מען TAG טעכנאלאגיע אווערנעס.

זענען נישט ריכטיג, ווייל:

פארטריבן האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 04, 2026 2:49 pm איינער האט טאקע געפאוסט קאפיס פון ליטעראטור, אבער די קאפיס ווייזט נישט גארנישט, נישט קיין 'שום' איבערצייגנדע הוכחה אז דאס לערנט מען אין סיי וועלכע מוסד, און זיכער נישט קיין 'שום' הוכחה אז די רעגירונג איז צופרידן פון די ליטעראטור, אז דאס זאל נאכקומען זייער געזעצען און גיידענס וואס פארלאנגען גאר אנדערע זאכן, ממילא קושיא מעיקרא ליתא.

אדרבה אויב איר זעהט יא 'איבערצייגנדע' הוכחות אויף איינע פון די צוויי זאכען אין די געפאוסטע ליטעראטור, דאן זייט אזוי גוט און צייגט עס אן.
נאסע שמאטעס
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 569
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
x 1231

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך נאסע שמאטעס »

מען דארף ענדערשט האבן איבערצייגנדע הוכחות צו העצן. נישט פארקערט. דערפאר פרעג איך וואס אייער טענה איז.
וואלף
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 629
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 4:23 pm
x 1152

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך וואלף »

נאסע שמאטעס האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 04, 2026 3:07 pm מען דארף ענדערשט האבן איבערצייגנדע הוכחות צו העצן. נישט פארקערט. דערפאר פרעג איך וואס אייער טענה איז.
האסט א איבערצייגנדע הוכחה אויף די הנחה?...

נייע מעשה, אנחנו לא כן קבלנו, מ'מאכט א העץ און דערנאך פאסט מען צו הויחאחעס
וואס נישט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 281
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 10:20 am
x 129

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך וואס נישט »

הגאון ר' אליקים שלעזענגער זצ''ל איבער די גזירות החינוך און ענגלאנד

totty
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 323
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:06 pm
x 637

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך totty »

וואלף האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 04, 2026 3:14 pm
נאסע שמאטעס האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 04, 2026 3:07 pm מען דארף ענדערשט האבן איבערצייגנדע הוכחות צו העצן. נישט פארקערט. דערפאר פרעג איך וואס אייער טענה איז.
האסט א איבערצייגנדע הוכחה אויף די הנחה?...

נייע מעשה, אנחנו לא כן קבלנו, מ'מאכט א העץ און דערנאך פאסט מען צו הויחאחעס
גוט גאזאגט..

די מעשה גייט דא נאך מער...

למה הדבר דומה:
ראובן גייט און שוהל און שמעון שטעהלט אים אפ מיט פראטעסט שילדן און קולות וברקים האלא ביזט מיר שולדיג 100 טויזנט דאלער זאגט ראובן לא הי' ולא נברא אדרבה ברענג מיר א שטר
קומט שמעון צוריק און ברענגט אים א שטר זאגט ראובן לאמיר עס פונקטליך אפליינען שמעון וויל זיך ארויסדרייען אבער נאך א שטיק צייט זיך ארויסדרייען ווייזט ער אים עס בלית ברירה און מזעהט ווי עס שטייט פונקט פארקערט אז שמעון איז שולדיג פאר ראובן
זאגט שמעון עהה סאיז סתם א פאלשע צעטיל.. אבער אהער מיטן געלט...

דער שקרן וכזבן פה באידטיש האט אנגעהויבן אז חינוך יו קעי הייסט לערנען אדער הייסט זאגן אז מלערנט און מלערנט טאקע שמוץ רח"ל
זאגט מען אים מהיכן דנתנו אז יראי השם מיט ערליכע רבנים זאלן אזאנס צילאזן און נאך שרייבן פארקערט אדרבה ברענג פראף
שרייט ער אז ער האט א שטר פון 2025 וואו מזעהט קלאר אין די רעפארט פון אפסטעד אז אין 25 האט מען זיך געבראכן און אנגעהויבן לערנען שמוץ, באהאלט ער ערשט די אנהייב פון די רעפארט וואס זאגט אז מלערנט נישט און ברענגט די חלק פון סוף אז מלערנט אנליין סעיפטי וכו' און ער מעקט ווערטער און ער זאגט אז עס מיינט שמוץ

למעשה שטופט מען אים צי אז מוויל זעהן די גאנצע שטר און מזעהט דעם גאנצן באריכט פון די אפסטעד אינספעקשאן וואו מזעהט אז די רשעים אין 2025 לגבי סאטמאר לאנדאן ווי זיי שרייבן קלאר בבחינת ומלאך רע בע"כ יענה אמן אז מלערנט נישט גארנישט! און נאכן נישט נאכקומען אין 24 האט מען גארנישט געטוישט און גארנישט פארראכטן אין 2025
אבער טענהט ער נאך אלס אז די צווייטע העלפט וואס רעדט פון אנליין סעיפטי וכו' מיינט שמוץ
ווייזט מען אים אז די ווערטער וואס ער מעקט האט גארנישט מיט שמוץ און אז די אנליין סעיפטי זאכן וואס מלערנט איז פון טעג פירמע קעגן טעכנעלאגיע און מען ברענגט אים דעם "שטר" וואס מלערנט מיט די קינדער קעגן טעכנעלאיגע און אפילו קעגן טעקסט...

זאגט שמעון עהה סאיז סתם א פאלשע צעטיל.. אבער אהער מיט פראף אז מלערנט נישט שמוץ...

אויף דעם שטייט א ווארט "אִם רָאִיתָ גַנָּב וַתִּרֶץ עִמּוֹ, אויב זעהסטו א גנב ושקרן און דו ענטפערסט אים נאך דאן איז ער גערעכט ווייל וְעִם מְנָאֲפִים חֶלְקֶךָ" וועט ער דיר נאך אנשמירן מיט שמוץ בעסער שטיי ווייט פון אים און זיי מקיים דעם אל תען כסיל כעיולתו.
totty
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 323
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:06 pm
x 637

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך totty »

וואס נישט האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 04, 2026 4:44 pm הגאון ר' אליקים שלעזענגער זצ''ל איבער די גזירות החינוך און ענגלאנד

מיט אפאר יאר צוריק זענען רבני חינוך יו קעי געווען ביים גדול און מעורר געווען אז דאס וואס מען פארפירט אז מען פלאנט צוצולייגן שעות וכדומה איז אומריכטיג און דער צדיק האט ממש געמאכט קולות פארוואס מהאט אים פארקויפט ליגנט... און אזוי זעהט שוין היינט יעדער אז קיינער האט נישט מוסיף געווען קיין איין מינוט אויך נישט נאר יעדער לערנט נאר וואס מהאט אמאל געלערנט בלי שום שינוי ב"ה

אבער זעהט אויס אז וויבאלד דער צדיק האט אלס לוחם געווען מיטן שקר כל ימיו סיי מיט די רשעים וכופרים ופושעים די ציונים ושותפיהם
און סיי ביי די אינערלכע פרשיות ווי די פרשה פון סקול דיסטריקט זיך אנגענומען פארן צדיק הדור מרן הברך משה זי"ע, סיי ביי די פרשה מיט גאלעווענציץ זיך אנגענומען פאר זיין באליבטער חבר מרן פוסק הדור גאב"ד ירושלים שליט"א דער לוחם מלחמות השם לאורך ימים ושנים טובים, סיי ביי זיין אייגענע קברים פרשה אין שפאניע ווען די אנשי שקר האבן אים געלייגט אויפן צימבעל אלס חופר קברים חלילה פאר ווער עס געדענקט, סיי ביי די שווערע פרשיות אין סאטמאר ווי תשנ"ט, צימות הגידן, אריזאנע ווייץ וכו' וכו' זיך אלס אנגענומען פארן שר צבא השם ההולך לפני מחני ישראל כ"ק רבינו הגה"ק מסאטמאר שליט"א

דערפאר האט מען פון הימל אים פארט באהיטן אז טראץ וואס עס האבן זיך געדרייט ביי אים געוויסע אנשי שקר סוף ימיו האט ער קיינמאל למעשה נישט געשריבן עפעס קעגן חינוך קעי נאר בלויז געשריבן זיך צי האלטן פעסט מיט מסירת נפש וכו' וואס דאס האט אוודאי צוגעהאלפן און געגבן חיזוק פאר די ערליכע מוסדות אז זיי טוען ריכטיג מיטן שטיין פעסט און זאגן פאר די רשעים אז מלערנט גארנישט בענינים לא טובים און מוועט ווייטער נישט לערנען די אלע ענינים און זיך האלטן צום אמאל בלי שום שינוי!
וואס נישט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 281
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 10:20 am
x 129

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך וואס נישט »

totty האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 04, 2026 6:09 pm

האסט גערופן איינער פון די קינדער פון הגאון ר' אליקים אדער האסטו אנגערופן איינעם פון חינוך יו קעי... ?
וואס נישט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 281
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 10:20 am
x 129

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך וואס נישט »

totty האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 04, 2026 6:09 pm
וואס נישט האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 04, 2026 4:44 pm הגאון ר' אליקים שלעזענגער זצ''ל איבער די גזירות החינוך און ענגלאנד

מיט אפאר יאר צוריק זענען רבני חינוך יו קעי געווען ביים גדול און מעורר געווען אז דאס וואס מען פארפירט אז מען פלאנט צוצולייגן שעות וכדומה איז אומריכטיג און דער צדיק האט ממש געמאכט קולות פארוואס מהאט אים פארקויפט ליגנט... און אזוי זעהט שוין היינט יעדער אז קיינער האט נישט מוסיף געווען קיין איין מינוט אויך נישט נאר יעדער לערנט נאר וואס מהאט אמאל געלערנט בלי שום שינוי ב"ה
איטרעסאנט אז ער איז נאך נאכדעם מיטגעגאנגען מיט די ליגענערס...
שרייב פאוסט