פשוט און גראד האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 03, 2026 7:15 pm
עניני דיומא
די ערשטע רבי פאר כלל ישרא' איז משה רבינו,(לאפוקי שם ועבר, אברהם אבינו וואס האט אריינגעברענגט השי"ת בעולם הזה וגו') זעהן מיר אז פון די גאנצע אהער און אהין מיטן רבש"ע בשעת זיין התמנות אז ער האט נישט געוואלט אדער געחלומט אז דאס איז זיין עתיד.
סאו קודם ווייסן מיר שוין עפעס א רעסעפי וויאזוי א אדם גדול קוקט אויס וען ס'קומט צו שררה וכו' ס"ה ער וויל עס נישט.
די וואכעדיגע סדרה האמיר מר. יתרו די שווער ירום הודו פונעם מנהיג וקדוש ורבן של ישרא' (איך טראכט יעצט צו ער איז געווען אזא @מסתמא סטייל מענטש

,) לאזט זיך הערן מיט עצות וויאזוי צו עסטעבלישען א שטיקעל (סיסטעם?) סטראקשער,
בעסיקלי מ'זאל שטעלן מענטשען, שרים, מיט א פאוקעס אויף
אייגענשאפטען/מעלות/מדריגות אנשי אמת וכו', אין דערנאך קומט צו די דרגה'ס פון שרי עשרות וכו', ווידער ביי ממלכת כהונה ומלכי ישרא' זעהן מיר שוין יא עפעס א בחינה פון genes בלע"ז, לו ולזרעו לדורותם. אין אז די מלוכה וועט אלס בלייבען ביי דוד המלך ומשפחת
יעצט, צו אינז היינטיגע צייטען, לגבי מנהיגי ישרא' ודורותיהם,
לאמיר זיך נישט פאפען אז די בנש"ק האבען מויראדיגע מעלה, חוץ זכות אבות (וואס איז ווייט פון אוועק מאכען) האבען זיי די חלק הפראקטיק פון
אויפוואקסען אן פיצא מיט סושי, בעסיקלי וואקסען זיי אויף אין א אינדערע ענווייראמענט, ווי מ'איז שוקל יעדע שני וחמישי צרכי רבים אין צרות הכלל ופרט וואס די זאכען גיבען
שימוש, עכ"פ מער ווי עני אנדערע טיפיקעל רענדאם אידעלע.
דאס מיינט אבער אבסולוטלי נישט אז מ'איז מער לגבי קרבת אלהים מיט עניני רוחניות וזו העיקר, רחמנה ליבא בעי, אבער לגבי הנהגה האבען זיי עס יא by far, דא קומט אריין מורינו הרב @נקודות טובות אין מערקט אן וואס ס'איז אינז נוגע (אלס מעמבערס/חסידים,) הו די העק קעירס לגבי די הנהגה, איך קעיר ס"ה אויף מיין לעבען, אויף מיין הארץ,אין מיין אידישקייט.
דא שטעלט זיך שוין די שאלה, וואס איז די חוט השערה צווישען זיין א מעמבער פון זיין אינטער א הנהגה אין מקבל מרות זיין אלס רבי ותלמיד/חסיד וואס אויף דעים איז עס שוין א עקסטערע שמועס, אבער וואס איז זיכער אז הכנעה מיז זיין, סיי לטובות זיך און סיי לטובות די אייגענע משפחה, אסאך אויבער חכמים (פארשטייט זיך מיט א איצטלותא פון אידישקייט) האבען זיך שוין אפגעבריעט
יעצט, צו האבען באמת א קלארע מיינונג אן דעים וואס די אייגענע מידות זאלען מיניפולעיטען די מיינונג, דארף מען שוין זיין א צדיק. אדער לכה"פ זיין אפען אנצונעמען א אנדערע מיינונג וואס יענער האט נישט דיינע נגיעות.
----
דבר שלא מן הענין אבער יא מן הענין,
די רעסאפי צו די סוויטש פון לב האבן צו א לב בשר איז דא פארשידענע ערליי אינסטראקשענס אין דרכי עבודה/וועגן וכו' וואס יעדע צדיק האט זיך אויסגעטרעטן (מיט בלוט און שווייס) אן אייגעארטיגער דרך, וואס לגבי דאס קומט אריין די נקודה פון שרשי נשמה (@נקודות טובות קענט העלף יו)
הרב @מסתמא מיינונג, אז צום ערשט אין די עיקר איז די חלקי העקרים וטפלים (נגלה), וואס אנדעם וואס מ'איז מבחין צווישען עיקר וטפל איז א סכנה נוראה ממש אז מ'קען ח"ו נכשל ווערן מיט דאס ארגסטע, ווי אסאך דא זענען נישט שוה בשוה אויף די טאפיק, אין האלטען אז אין כאן סכנה ואין כאן ע"ז, אבל יש כאן מסורה בלע"ז.
לאמיר עס טרייען צוזאמצוברענגען, האפענטליך לאמיתו של דבר, בעסיקלי אלו ואלו זענען אמת.
ס'ווענט זיך אין יעדעמס עבר upbringing, די וועלכע זענען געווארען/ווערן געגרילט, וועלן ביי force אנקומען צו די חלקי הפנימי, אין די וואס זענען מער תורה וגדולה צו גאט צו לייט סטייל ראובאט וועלן סטיקען מער צו @מסתמא מיינונג.
צד השוה איז, אז צום אמת דארף מען סיי ווי אנקומען צו אין די גילגול צו אין די נעקסטע, (צייט איז אויפן רבש"ע זייט.) מ'קען נישט אין מ'דארף נישט אנטלויפען.
וואס ס'איז יא אינטערסאנט, אז somehow טרעפן זיך ביידע מיני מענטשען על עם הדרך ווען זאכען באלאנסירען זיך אין לעבען.