סאטמאר'ע תושבים אין אריזאנע

נייעס אין אונזער קווארטאל
סאטמאר אריזאנע
ניי צום טיש
פאוסטס: 6
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 02, 2026 12:05 am
x 43

סאטמאר'ע תושבים אין אריזאנע

פאוסט דורך סאטמאר אריזאנע »

ס'איז יעדן באקאנט אז אריזאנע איז פון די בעסטע אפציעס פאר א היימישע חסידישע ישוב, א מיקס פון: דירות פרייזן; רעגירונגס הילף; עקאנאמישע סטאביליטעט; וואס אלעס אינאיינעם איז ממש נישטא אין ערגעץ.

"איך קען האבן א דירה אפילו איך האב נישט מער ווי $15,000", דאס איז עפעס וואס רעדט צו מענטשן ביז'ן נשמה אריין. אודאי, נישט יעדער קען אזוי שנעל מאכן אזא נסיעה... אבער יעדער וואס איז נישט רייך און זוכט א דאך איבער'ן קאפ, און קוקט זיך צו צום מצב פון די אפציעס אויפ'ן טיש, איז אריזאנע די פלאץ וואו ער האט אלעס. א דירה פאר ביליג, און נישט סתם א דירה נאר א ווילא! אין א געגנט וואו ער וואלט געוואלט זיצן 24 שעה א טאג און אטעמען די געשמאקע לופט!... און נאך באקומען שכר לימוד כמעט אויסגעצאלט פון די רעגירונג. און א חסידישע מוסד. וואכן שולן און שבת שולן. און וואס נישט.

א מחיה.

דער סאטמאר רבי שליט"א האט יעצט געגעבן אויסטערלישע חיזוק פאר די תושבים און תשב"ר פון דעם היימישן ישוב אין אריזאנע, זאגנדיג אז ער האט זיך אזאנס נישט פארגעשטעלט, אזא שיינע קהלה נאה וחסידה, מיט חסידישע קינדער, ערליכע רבנים ות"ח, א דערהויבענע חינוך, וואונטשנדיג אז דער ישוב זאל ווייטער וואקסן און בליען!

דאס האט געגעבן דעם מוט און חיזוק פאר די סאטמאר'ע אינגעלייט וואס וואוינען שוין דארט, ארויסצוקומען קיין ניו יארק און דערציילן אביסל פאר אידן דאהי וואס מיר פארפאסן... און ענטפערן שאלות וואס קען מאכן מענטשן קלארער איבער'ן זיסן לעבן אין אריזאנע מיט א היימישע ברודערליכע סביבה.

דעריבער, ווערט אראנדזשירט עפ"י עצת רבני קהלתינו א פערזענליכע אסיפה פאר אלע וואס ווילן הערן מער דערוועגן!

פרטים יבואו, בקרוב אי"ה!
CG Asifa Ad Satmar.jpg
CG Asifa Ad Satmar.jpg (374.39 KiB) געזען געווארן 1115 מאל
totty
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 313
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:06 pm
x 607

Re: סאטמאר'ע תושבים אין אריזאנע

פאוסט דורך totty »

אה זייער א שטארקע זאך כי לחי
קומט טאקע א סאטמאר ביהמ"ד דארט אויך אדער נאר א סאטמארע חבורה?
סאטמאר אריזאנע
ניי צום טיש
פאוסטס: 6
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 02, 2026 12:05 am
x 43

Re: סאטמאר'ע תושבים אין אריזאנע

פאוסט דורך סאטמאר אריזאנע »

totty האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 02, 2026 12:19 am אה זייער א שטארקע זאך כי לחי
קומט טאקע א סאטמאר ביהמ"ד דארט אויך אדער נאר א סאטמארע חבורה?
דער מהלך פון די עסקנים איז אז יעדע איינציגע קהלה זאל קענען האבן א אייגענע ביהמ"ד, אויב האבן זיי גענוג מתפללים.

אבער מען האלט נאכנישט דארט. יעצט איז די רעדע פון ארויסהעלפן יעדן יחיד באזונדער. מען מופט נישט קיין אריזאנע מאסנווייז... יעדער פארשטייט דאס. די 20 תושבים מעמבערס פון קהל חסידים וואס דאנקען השי"ת יעדע רגע אויף זייער מאוו, זענען אלע געקומען איינציגווייז. נאך איינער, נאך איינער, און נאך איינער. און יעצט אז ס'איז שוין דא עטליכע סאוטמאר'ע צווישן זיי, ווילן זיי מזכה זיין זייערע חברים אויך.

האסט 15 אלפים אוועילעבל? קענסט האבן א אייגענע דירה! שענער און גרעסער! מיט שטאטישע פראגראמען! פרייע שכר לימוד! און א געשמאקע רואיגע אנגענעמע לעבן.

ביי די מיטינג וועט אי"ה זיין סיי די עסקנים פונעם ישוב און סיי די סאטמארע אינגעלייט, און אויך רבנים וואס שטיצן שטארק דעם ישוב בברכתו פון סאטמאר רבי'ן שליט"א (מהר"א).
סאטמאר אריזאנע
ניי צום טיש
פאוסטס: 6
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 02, 2026 12:05 am
x 43

Re: סאטמאר'ע תושבים אין אריזאנע

פאוסט דורך סאטמאר אריזאנע »

א שיינע אימעיל מיט די באריכט, בילדער און אויסצוגן פון סאטמאר רבי'ס ווערטער פאר די עסקנים:

https://mailchi.mp/thejewishblast.com/a ... ok-5755063
דער אויבערהאר
פרישער באניצער
פאוסטס: 99
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 11:17 pm
Location: קר''י
x 215

Re: סאטמאר'ע תושבים אין אריזאנע

פאוסט דורך דער אויבערהאר »

כה לחי פאר די חשובע עסקנים
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 164
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 607

Re: סאטמאר'ע תושבים אין אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

אונז תושבי קאסא גראנדע באגריסן דעם העארעאישן אקט פון חסידי סאטמאר תושבי עירנו, אונז קוקן ארויס אז בס"ד וחפץ ה' בידם יצליח און קבוצת סאטמאר אריזאנע זאל האבן א שטארקע אפקלאנג און בקרוב זאל דאהי זיין איינע פון די שענסטע סאטמארע קהילות אין גרעיטער אמעריקא עד ביאת גואל צדק במהרה וימינו אמן.
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3872
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 23631

Re: סאטמאר'ע תושבים אין אריזאנע

פאוסט דורך חלום חלמתי »

ישוב החדש האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 02, 2026 3:06 pm אונז תושבי קאסא גראנדע באגריסן דעם העארעאישן אקט פון חסידי סאטמאר תושבי עירנו, אונז קוקן ארויס אז בס"ד וחפץ ה' בידם יצליח און קבוצת סאטמאר אריזאנע זאל האבן א שטארקע אפקלאנג און בקרוב זאל דאהי זיין איינע פון די שענסטע סאטמארע קהילות אין גרעיטער אמעריקא עד ביאת גואל צדק במהרה וימינו אמן.
@סאטמאר אריזאנע ס'פאסט אז איז זאלט זיך צוריק באדאנקען פאר די שיינע באגריסונג..... :lol:
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן


פריש: פאר חובבי היסטאריע און קרישקע ליבהאבער.
איש מוצלח
ניי צום טיש
פאוסטס: 3
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אפריל 22, 2025 6:39 pm
x 5

Re: סאטמאר'ע תושבים אין אריזאנע

פאוסט דורך איש מוצלח »

keep me in mind
סאטמאר אריזאנע
ניי צום טיש
פאוסטס: 6
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 02, 2026 12:05 am
x 43

Re: סאטמאר'ע תושבים אין אריזאנע

פאוסט דורך סאטמאר אריזאנע »

חלום חלמתי האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 02, 2026 3:38 pm
ישוב החדש האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 02, 2026 3:06 pm אונז תושבי קאסא גראנדע באגריסן דעם העארעאישן אקט פון חסידי סאטמאר תושבי עירנו, אונז קוקן ארויס אז בס"ד וחפץ ה' בידם יצליח און קבוצת סאטמאר אריזאנע זאל האבן א שטארקע אפקלאנג און בקרוב זאל דאהי זיין איינע פון די שענסטע סאטמארע קהילות אין גרעיטער אמעריקא עד ביאת גואל צדק במהרה וימינו אמן.
@סאטמאר אריזאנע ס'פאסט אז איז זאלט זיך צוריק באדאנקען פאר די שיינע באגריסונג..... :lol:
אויב ס'מאכט דיר א חילוק... איך בין נישט דער זעלבער מענטש ווי ישוב החדש. אפשר אז דו וועסט זיין ביים מיטינג וועל איך זיך מיט דיר באגעגענען.
אוועיטער
אוטובאס
פרישער באניצער
פאוסטס: 81
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 28, 2025 6:15 pm
Location: גיב מיר א מינוט
x 125

Re: סאטמאר'ע תושבים אין אריזאנע

פאוסט דורך אוטובאס »

סאטמאר אריזאנע האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 02, 2026 12:15 am ס'איז יעדן באקאנט אז אריזאנע איז פון די בעסטע אפציעס פאר א היימישע חסידישע ישוב, א מיקס פון: דירות פרייזן; רעגירונגס הילף; עקאנאמישע סטאביליטעט; וואס אלעס אינאיינעם איז ממש נישטא אין ערגעץ.

"איך קען האבן א דירה אפילו איך האב נישט מער ווי $15,000", דאס איז עפעס וואס רעדט צו מענטשן ביז'ן נשמה אריין. אודאי, נישט יעדער קען אזוי שנעל מאכן אזא נסיעה... אבער יעדער וואס איז נישט רייך און זוכט א דאך איבער'ן קאפ, און קוקט זיך צו צום מצב פון די אפציעס אויפ'ן טיש, איז אריזאנע די פלאץ וואו ער האט אלעס. א דירה פאר ביליג, און נישט סתם א דירה נאר א ווילא! אין א געגנט וואו ער וואלט געוואלט זיצן 24 שעה א טאג און אטעמען די געשמאקע לופט!... און נאך באקומען שכר לימוד כמעט אויסגעצאלט פון די רעגירונג. און א חסידישע מוסד. וואכן שולן און שבת שולן. און וואס נישט.

א מחיה.

דער סאטמאר רבי שליט"א האט יעצט געגעבן אויסטערלישע חיזוק פאר די תושבים און תשב"ר פון דעם היימישן ישוב אין אריזאנע, זאגנדיג אז ער האט זיך אזאנס נישט פארגעשטעלט, אזא שיינע קהלה נאה וחסידה, מיט חסידישע קינדער, ערליכע רבנים ות"ח, א דערהויבענע חינוך, וואונטשנדיג אז דער ישוב זאל ווייטער וואקסן און בליען!

דאס האט געגעבן דעם מוט און חיזוק פאר די סאטמאר'ע אינגעלייט וואס וואוינען שוין דארט, ארויסצוקומען קיין ניו יארק און דערציילן אביסל פאר אידן דאהי וואס מיר פארפאסן... און ענטפערן שאלות וואס קען מאכן מענטשן קלארער איבער'ן זיסן לעבן אין אריזאנע מיט א היימישע ברודערליכע סביבה.

דעריבער, ווערט אראנדזשירט עפ"י עצת רבני קהלתינו א פערזענליכע אסיפה פאר אלע וואס ווילן הערן מער דערוועגן!

פרטים יבואו, בקרוב אי"ה!



קאסא גראנדע אדער א נייע מקום?
סאטמאר אריזאנע
ניי צום טיש
פאוסטס: 6
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 02, 2026 12:05 am
x 43

Re: סאטמאר'ע תושבים אין אריזאנע

פאוסט דורך סאטמאר אריזאנע »

אוטובאס האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 02, 2026 5:27 pm קאסא גראנדע אדער א נייע מקום?
קאסא גראנדע.

מ'רעדט נישט פון אנהויבן אלעס פונדאסניי וואס איז גאר שווער. דא איז שוין דא אלעס וואס מ'דארף. בליעה"ר, ממש אלעס.
סאטמאר אריזאנע
ניי צום טיש
פאוסטס: 6
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 02, 2026 12:05 am
x 43

Re: סאטמאר'ע תושבים אין אריזאנע

פאוסט דורך סאטמאר אריזאנע »

א עקסטערע חיזוק פאר אונז אנ"ש אין אריזאנע איז געווען די באזוך פון הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א, רב ביהמ"ד ישמח משה מאנסי.

דא איז א בילד פון זיין באזוך ביי די אינגערע קינדער. דער רב האט גערעדט זייער ווארימע דברי חיזוק, די קינדער האבן גאר שטארק הנאה געהאט.

עקסטער האט דער ציבור גאר געשמאק פארברענגט מיט דעם גאסט וואס יעדע שמועס מיט אים קומט אן צו סיפורי צדיקים, א גוט ווארט אויף די סדרה, א דבר חיזוק, ס'איז באמת געווען א באזונדערע הנאה, אין צוגאב צו די טעגליכע הנאה פון די געשמאקע אטמאספערע דא.

IMG-20260123-WA0096.jpg
IMG-20260123-WA0096.jpg (178.97 KiB) געזען געווארן 468 מאל
IMG-20260123-WA0108.jpg
IMG-20260123-WA0108.jpg (136.42 KiB) געזען געווארן 468 מאל
PXL_20260122_003029516.jpg
PXL_20260122_003029516.jpg (293.96 KiB) געזען געווארן 468 מאל
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3389
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 10784

Re: סאטמאר'ע תושבים אין אריזאנע

פאוסט דורך פופציגער »

ברוך שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה!

ענדליך! דאס איז א שריט וואס וועט געדענקט ווערן לדורות! ענדליך ברעכט מען דורך דעם דיקן אייז מיט רעאליסטישע קהלה-פארבינדעטע פלענער!

איך בין לעצטנס געווען אין קאסא גראנדע, כהאף בעז"ה צו שרייבן אזא ספעציעלע אידטיש באריכט פון מיין רייזע, אבער כוועל אייך אזויפיל זאגן, אז דער דורכברוך וואס מרעדט אייביג ווי צולייגערס אז "כדי א ישוב זאל מצליח זיין דארף ווען זיין כך וכך" איז שוין דא! סהייסט קאסא גראנדע, אדער בעסער געזאגט - סהייסט הרב יושע רובין.

דער רעאליטעט אין קאסא גראנדע איז אנבעליוועבל, און סקומט צו א פוינט וואס איינער וואס האט נישט קיין אייגענע דירה און מופט "נישט" אהין דארף זיך ווען פארענטפערן.

נאר וואס? מענטשן גלייכן צו געהערן צו א קהלה, עפעס אזא סארט סעקיורעטי וואס מען שפירט. איז דא האמיר עס.

סאטמאר גייט פתיחה!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3006
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 6655

Re: סאטמאר'ע תושבים אין אריזאנע

פאוסט דורך פשוט און גראד »

פופציגער האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 02, 2026 7:53 pm ברוך שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה!

ענדליך! דאס איז א שריט וואס וועט געדענקט ווערן לדורות! ענדליך ברעכט מען דורך דעם דיקן אייז מיט רעאליסטישע קהלה-פארבינדעטע פלענער!

איך בין לעצטנס געווען אין קאסא גראנדע, כהאף בעז"ה צו שרייבן אזא ספעציעלע אידטיש באריכט פון מיין רייזע, אבער כוועל אייך אזויפיל זאגן, אז דער דורכברוך וואס מרעדט אייביג ווי צולייגערס אז "כדי א ישוב זאל מצליח זיין דארף ווען זיין כך וכך" איז שוין דא! סהייסט קאסא גראנדע, אדער בעסער געזאגט - סהייסט הרב יושע רובין.

דער רעאליטעט אין קאסא גראנדע איז אנבעליוועבל, און סקומט צו א פוינט וואס איינער וואס האט נישט קיין אייגענע דירה און מופט "נישט" אהין דארף זיך ווען פארענטפערן.

נאר וואס? מענטשן גלייכן צו געהערן צו א קהלה, עפעס אזא סארט סעקיורעטי וואס מען שפירט. איז דא האמיר עס.

סאטמאר גייט פתיחה!
איך האב מיר געווינדערט ווי די ביזט אפיר געגאנגען. איך וואלט נישט געחלומט דיר צו זיכען אין אריזאנע, אבער די עיקר איז אז פיינעלי האט מען דיר.. @פופציגער האט זיך אנטפלעקט!!
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3389
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 10784

Re: סאטמאר'ע תושבים אין אריזאנע

פאוסט דורך פופציגער »

יעדער ווייסט אז מופן צו א נייע געגנט איז קאמפליצירט, און עס פאדערט זיך א געוויסע סארט מענטש צו ווילן זיין דער נחשון. די נחשונים דארפן האבן אדער זייער דיקע הויט, אדער ממש נישט קיין צווייטע ברירה.

און דאס איז פון די הויפט סיבות פארוואס נייע געגנטער מוטשען זיך, ווייל יעדער טראכט "זאל יענער גיין, און איך וועל נאכקומען".

קאסא גראנדע (קלארשטעלונג: דער נאמען קאסא גראנדע גרילצט מיר געפערליך. כ'קען זיך נישט זען שלום מאכן מיט'ן פאקט אז דער צוקונפטיגער עיר ואם בישראל האט אזא פאטעטישע נאמען, און כהאף יושע רובין וועט עס טוישן) האלט שוין נאכדעם! מ'דארף שוין נישט זיין קיין נחשון! פלעינע נארמאלע רענדאם מענטשן זענען שוין יעצט באקוועם צו מופן אהין.

קודאס צו קהלת סאטמאר (יע, ווייטער נעם איך קרעדיט פאר מיין קהלה) און זאלן אלע קהלות דאס נאכטון.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
איד
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 967
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 1076

Re: סאטמאר'ע תושבים אין אריזאנע

פאוסט דורך איד »

@פופציגער דיין גיין דארט האט עפעס מיט די גרינדונג פון די סאטמארע קהילה דארט?

בכלל, מיט וואס גייט די סאטמארע קהילה דארט זיין, אויב גייט מען אין אנהייב נאכנישט מאכן קיין אייגענע שול אפגערעדט אײגענע מוסדות?
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2165
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 4029

Re: סאטמאר'ע תושבים אין אריזאנע

פאוסט דורך הדסים »

איד האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 02, 2026 9:36 pm
בכלל, מיט וואס גייט די סאטמארע קהילה דארט זיין, אויב גייט מען אין אנהייב נאכנישט מאכן קיין אייגענע שול אפגערעדט אײגענע מוסדות?
זיי גייען פארלאנגען מ'זאל נישט בויען קיין כותל
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3389
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 10784

Re: סאטמאר'ע תושבים אין אריזאנע

פאוסט דורך פופציגער »

איד האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 02, 2026 9:36 pm @פופציגער דיין גיין דארט האט עפעס מיט די גרינדונג פון די סאטמארע קהילה דארט?

בכלל, מיט וואס גייט די סאטמארע קהילה דארט זיין, אויב גייט מען אין אנהייב נאכנישט מאכן קיין אייגענע שול אפגערעדט אײגענע מוסדות?
ניין, כ'בין שווערליך באליידיגט אז מ'האט מיר נישט אינוואלווד, אבער שוין. גם זו לטובה.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1305
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 1829

Re: סאטמאר'ע תושבים אין אריזאנע

פאוסט דורך יאנטשי »

סאטמאר אריזאנע האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 02, 2026 5:31 pm


IMG-20260123-WA0096.jpg
IMG-20260123-WA0108.jpg
PXL_20260122_003029516.jpg
מען זעט די טראמע אויף די ליכטיגע קינדערלעך נאך וואס א הונט האט געהרגעט די טשיקענס...
שרייב פאוסט