הדא הוא דכתיב אל תוכח לץ...דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 02, 2026 1:53 pmרבותי זייט געווארנט!► Show Spoilerפארטריבן האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 02, 2026 1:38 pmדאס איז א דוגמא וויאזוי מען חושט מיטן ציבור,מיטב הגיון האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 02, 2026 11:43 am
דאס איז א דוגמא, וויאזוי מען בויעט א ליגנט.
עס שטייט נישט אין ערגעץ נישט אז די סיבה פארוואס מען האט נישט געלערנט איבער אנליין סעיפטי איז צוליב וואס עס נעמט אריין אומאיידעלע ענינים, און סיי אז מען זאל קענען האלטן די תלמידות אפגעזונדערט פונעם שמוציגן אינטערנעט.
און זיכער נישט שטייט נישט אין די נייע אז מען קומט נאך די פארלאנג פון אנליין סעיפטי איז צוליב וואס עס נעמט אריין אומאיידעלע ענינים, און סיי אז מען זאל קענען האלטן די תלמידות אפגעזונדערט פונעם שמוציגן אינטערנעט, אדרבה מען זעהט דארט פונקט פארקערט.
אבער אזוי זענען אלע זאכן געבויעט סיי אין ענגלאנד און סיי אין ניו יארק.
די רעגירונג איז בכלל נישט דא צו מסביר זיין אין זייערע ריפארטס די 'סיבות' פארוואס די מוסד האלט זיך אפ פון לערנען עפעס, און זיכער גייען זיי דאס נישט שרייבן אינעם ריפארט אויב די מוסד זאגט דאס נישט קלאר פאר זיי אז די סיבה פארוואס זיי גייען דאס נישט לערנען בשו"א איז ווייל דאס זענען לימודים אסורים, נאר מען פרובירט סתם אפצושטופן נאך אביסל און נאך אביסל, און יעדעס מאהל רוקט מען די רויטע ליניע נאך אביסל ווייטער רח"ל.
און אזויווי מען זעהט קלאר פון די שטיקל פון די 25' ריפארט וואס @totty וואס שמועסט אויס די חלק וואס די מוסד האט זיך נאך (דערווייל) נישט געבראכן, דארט שטייט אויך סתם אז די סקול וויל נישט לערנען פון די עני, אבער מען זעהט דארט אויך נישט עס זאל שטיין די 'סיבה' אז מען לערנט נישט ווייל עס איז אומאיידעלע ענינים, צי סיי וואספארא אידישקייט סיבה.
די זעלבע איז מיט די אנליין סעיפטי, וואס יעדער וואס וועט כאפן א קליינעם ביק אין די גיידענס פון די סאבזשעקטס, וועט גלייך זעהן וואס די רעגירונג וויל מיט די לימודים און וואס זיי מיינע מיט אנליין סעפיטי, און זיי זענען בכלל נישטא יעצט אויף די ריפארטס צו אנגעבן 'סיבות' ארוואס די מוסד לערנט דאס נישט, נאר זיי באריכטן די טרוקענע פאקט אז מען קומט נישט נאך די ספעציפישע רעגירונג געזעצן.
![]()
ס'איז דא א שטארקע שאנס אז אונטער די געמעקטע ווערטער ליגט אזעלכע ווערטער ווי humon אדער achashveiroish און נאך טומאות.
קוקט נישט לאנג, נאר איין שנעלנע קוק און שוין.
דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד
Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד
הדא הוא דכתיב אל תוכח לץ...דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 02, 2026 1:53 pmרבותי זייט געווארנט!► Show Spoiler
ס'איז דא א שטארקע שאנס אז אונטער די געמעקטע ווערטער ליגט אזעלכע ווערטער ווי humon אדער achashveiroish און נאך טומאות.
קוקט נישט לאנג, נאר איין שנעלנע קוק און שוין.
Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד
מיר האבן גראדע נישט גערעדט צו אייך, מיר האבן עפעס געענטפערט פאר @מיטב הגיון,
אבער מיר האבן הנאה צו הערן אז גייט מער נישט רעדן מיט מיר, איך האף אז איר וועט זיך קענען איינהאלטן,
אויב איר פילט אז איר קענט זיך שוין נישט איינהאלטן און איר האט מורא אז איר גייט זיך ברעכען, דאן בעט שנעל פון @משה זיכמעך זאל אייך נישט לאזן רעדן מיט מיר..
Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד
מיר האבן הנאה אז איר האט נאך אזויפיל שכל און איר זענט נישט מחולק מיט די ערשטע העלפט פון אונזערע ווערטער, וואס מיר האבן געשריבן בנוגע די זאכן וואס @totty האט פארמעקט פון די 24' ריפארט,מיטב הגיון האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 02, 2026 11:43 amדאס איז א דוגמא, וויאזוי מען בויעט א ליגנט.פארטריבן האט געשריבן: ↑פרייטאג יאנואר 30, 2026 2:43 pm די פעלשערייען איבער די ריפארט פון סאטמאר היי סקול
.
אין דעם סקרינשאט פון די 24' ריפארט קען מען אויך אנמערקן, אז די מוסד האט דאן זיך נאכנישט געהאט געבראכן נאכצוקומען די רעגירונג פארלאנגען צו לערנען איבער אנליין סעיפטי, סיי צוליב וואס עס נעמט אריין אומאיידעלע ענינים, און סיי אז מען זאל קענען האלטן די תלמידות אפגעזונדערט פונעם שמוציגן אינטערנעט.
Beis Rochel 2.jpg
► Show Spoiler
ווייל איר פארשטייט אויך די לעכערליכקייט און זינלאזקייט פון אפטייטשן יענע ווערטער אז דאס מיינט סתם בעטן רשות צו נוען יענעמס חפץ... נאר איר פארשטייט אויך אז דאס מיינט געמיינע זאכן,פארטריבן האט געשריבן: ↑פרייטאג יאנואר 30, 2026 2:43 pm מיר ווילן נישט אריינגיין בפרטיות איבער די זאכן וואס מען האט דא פארמעקט, משום הרחק מן הכיעור, אבער די סך הכל שרייבט דא די רעגירונג אז אין 24' האט דער מוסד דאן נאכנישט געלערנט געוויסע פון די עניני תועבה וואס איז צושפרייט אונטער אנדערע סאבזשעקטס און ווערט פארלאנגט לויטן געזעץ, (וואס ביי די זאכען קען מען 'נישט' ארויסשרייבן די קינדער פון דעם), און דעריבער האבן זיי געשריבן אויפן ריפארט אז די מוסד איז דורכגעפאלען און קומט נישט נאך די געזעצן פון די אט די רעגירונג פארלאנגן.
און ממילא ווען אין 25' זאגט אפסטעד אז די מוסד לערנט שוין יא די זאכן, זעהט מען ווי די מוסד האט זיך ליידער געבראכן פאר די רעגירונג פארלאנגען.
Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד
לויט די פשטים פון די 'מסורה' פאראיין שע"י חינוך יו.קעי. ווואס האבן אריינגעלערנט אין די אלע געמיינע זאכן וואס די רעגירונג פארלאנגט צו לערנען, אז דאס מיינט פשוט צו בעטן רשות צו נוצן יענעמס חפץ,מיטב הגיון האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 02, 2026 11:50 amדיין שקר טעות איז אין ביידע חלקים, סיי אין די אלעס וואס מיינט די אלעס, און סיי אז נעמען א פעטוועי זאגט כאילו מען לערנט אלעס.totty האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 02, 2026 11:43 amמיטב הגיון האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 02, 2026 11:30 am ווייל אין ניו יארק האלט מען ווייט נישט ווי מען האלט אין ענגלאנד, אבער די מהות פון די שקרים איז כאטשיג די זעלבע אדער אפילו ערגער).
די מהות פון די שקרים קענען זיין ענליך און כמוז זאגן אז ווען כווייס ווען אז מדארף אזוי מברר זיין זאכן וואס זיי שרייבן וואלט איך נישט געגלייבט ממש אלעס וואס זיי שרייבן וואס כהאב באופן כללי געגלייבט ביז היינט הגם ווען עס וואלט נוגע געווען וואלט איך מברר געווען...
אבער דא אין ניו יארק האט מען למעשה גענומען א פעטוועי וואס זאגט כאילו אז מלערנט אלעס קענסט זאגן תירוצים אבער דאס איז געווען די מציאות עכ"פ ביז די נייע געזעץ האט עס זיכער געמיינט אז מלערנט אלעס און דארט אין ענגלאנד איז נישטא קיין שום פעטוועי נאר אדרבה מזאגט זיי זייער קלאר אז מלערנט גארנישט פון די ענינים לא טובים
איין זאך איז דארט ארגער אז סאיז דא אינספעקשאנס יעדע דריי יאר אבער דאס איז נאך פאר די גזירות מאז היתה לאנדאן אידנטום לגוי
הייב איך שוין אן צו טראכטען אז @מיטב הגיון איז אפשר אויך גערעכט אז 'פעטוועי' מיינט בכלל נישט אז מען זאגט אז מען לערנט אלעס וואס די רעגירונג פארלאנגט,
נאר די פשט פון 'פעטוועי' מיינט א פשוטע 'פעטוועי-וועג', וואס מען דארף אויסלערנען פאר די קינדער די 'פעטוועי-וועג' וויאזוי מען פארט פון וויליאמסבורג צו קרית יואל, און 'פעטוועי 6' מיינט אויסצולערנען פאר די קינדער אז די בעסטע וועג צו פארן פון די סיטי צו קרית יואל איז צו נעמען די 'פעטוועי-וועג 6' דהיינו מען זאל פארן מיט די פאליסיידס און פון דארט נעמען די ראוד '6',
און מען דארף אויסלערנען אז דאס איז מער אויסגעהאלטן סיי בגשמיות און סיי ברוחניות, בגשמיות איז דאס בעסער ווייל מען שפארט זיך די טאלל, און ברוחניות איז דאס בעסער וויבאלד אינמיטן די '6' איז דא א שטיקל וועג וואס עס איז נישטא קיין סערוויס און קאמיוניקאציע, און און מען איז בעסער אפגעהאקט פון די טעכנעלאגיע אזויווי מען האט געהערט ביי די דרשות פון 'TAG'...
נישטא ווער עס זאל לאכן...
-
מיטב הגיון
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 377
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:44 pm
- x 292
Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד
הוא אשר דיברנו.פארטריבן האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 02, 2026 1:38 pmדאס איז א דוגמא וויאזוי מען חושט מיטן ציבור,מיטב הגיון האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 02, 2026 11:43 amדאס איז א דוגמא, וויאזוי מען בויעט א ליגנט.פארטריבן האט געשריבן: ↑פרייטאג יאנואר 30, 2026 2:43 pm די פעלשערייען איבער די ריפארט פון סאטמאר היי סקול
.
אין דעם סקרינשאט פון די 24' ריפארט קען מען אויך אנמערקן, אז די מוסד האט דאן זיך נאכנישט געהאט געבראכן נאכצוקומען די רעגירונג פארלאנגען צו לערנען איבער אנליין סעיפטי, סיי צוליב וואס עס נעמט אריין אומאיידעלע ענינים, און סיי אז מען זאל קענען האלטן די תלמידות אפגעזונדערט פונעם שמוציגן אינטערנעט.
Beis Rochel 2.jpg
עס שטייט נישט אין ערגעץ נישט אז די סיבה פארוואס מען האט נישט געלערנט איבער אנליין סעיפטי איז צוליב וואס עס נעמט אריין אומאיידעלע ענינים, און סיי אז מען זאל קענען האלטן די תלמידות אפגעזונדערט פונעם שמוציגן אינטערנעט.
און זיכער נישט שטייט נישט אין די נייע אז מען קומט נאך די פארלאנג פון אנליין סעיפטי איז צוליב וואס עס נעמט אריין אומאיידעלע ענינים, און סיי אז מען זאל קענען האלטן די תלמידות אפגעזונדערט פונעם שמוציגן אינטערנעט, אדרבה מען זעהט דארט פונקט פארקערט.
אבער אזוי זענען אלע זאכן געבויעט סיי אין ענגלאנד און סיי אין ניו יארק.
די רעגירונג איז בכלל נישט דא צו מסביר זיין אין זייערע ריפארטס די 'סיבות' פארוואס די מוסד האלט זיך אפ פון לערנען עפעס, און זיכער גייען זיי דאס נישט שרייבן אינעם ריפארט אויב די מוסד זאגט דאס נישט קלאר פאר זיי אז די סיבה פארוואס זיי גייען דאס נישט לערנען בשו"א איז ווייל דאס זענען לימודים אסורים, נאר מען פרובירט סתם אפצושטופן נאך אביסל און נאך אביסל, און יעדעס מאהל רוקט מען די רויטע ליניע נאך אביסל ווייטער רח"ל.
און אזויווי מען זעהט קלאר פון די שטיקל פון די 25' ריפארט וואס @totty וואס שמועסט אויס די חלק וואס די מוסד האט זיך נאך (דערווייל) נישט געבראכן, דארט שטייט אויך סתם אז די סקול וויל נישט לערנען פון די עני, אבער מען זעהט דארט אויך נישט עס זאל שטיין די 'סיבה' אז מען לערנט נישט ווייל עס איז אומאיידעלע ענינים, צי סיי וואספארא אידישקייט סיבה.
די זעלבע איז מיט די אנליין סעיפטי, וואס יעדער וואס וועט כאפן א קליינעם ביק אין די גיידענס פון די סאבזשעקטס, וועט גלייך זעהן וואס די רעגירונג וויל מיט די לימודים און וואס זיי מיינע מיט אנליין סעפיטי, און זיי זענען בכלל נישטא יעצט אויף די ריפארטס צו אנגעבן 'סיבות' ארוואס די מוסד לערנט דאס נישט, נאר זיי באריכטן די טרוקענע פאקט אז מען קומט נישט נאך די ספעציפישע רעגירונג געזעצן.
![]()
די רעגירונג זאגט נישט קיין סיבות, ממילא קען איך מיר זאגן מיינע אייגענע בויך סיבות, און אפילו ווען מען קוקט אויף די נייע רעפארט זעהט אז די שטותים קען ניטאמאל שטימען.
Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד
נו וואס זענען אייערע בויך סיבות פארוואס די מוסד האט אין 24' נאכנישט געוואלט לערנען פון אנליין סעיפטי?
אדרבה קומט אריין קלאר.
אדרבה קומט אריין קלאר.
-
מיטב הגיון
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 377
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:44 pm
- x 292
Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד
איך ווייס נישט פארוואס מען דארף לאכן, כ'האב א ראיה אז דאס איז טאקע די סיבות, ווייל די רעגירונג שרייבט נישט ארויס אז נישט...פארטריבן האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 02, 2026 2:21 pmלויט די פשטים פון די 'מסורה' פאראיין שע"י חינוך יו.קעי. ווואס האבן אריינגעלערנט אין די אלע געמיינע זאכן וואס די רעגירונג פארלאנגט צו לערנען, אז דאס מיינט פשוט צו בעטן רשות צו נוצן יענעמס חפץ,מיטב הגיון האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 02, 2026 11:50 amדיין שקר טעות איז אין ביידע חלקים, סיי אין די אלעס וואס מיינט די אלעס, און סיי אז נעמען א פעטוועי זאגט כאילו מען לערנט אלעס.totty האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 02, 2026 11:43 am
די מהות פון די שקרים קענען זיין ענליך און כמוז זאגן אז ווען כווייס ווען אז מדארף אזוי מברר זיין זאכן וואס זיי שרייבן וואלט איך נישט געגלייבט ממש אלעס וואס זיי שרייבן וואס כהאב באופן כללי געגלייבט ביז היינט הגם ווען עס וואלט נוגע געווען וואלט איך מברר געווען...
אבער דא אין ניו יארק האט מען למעשה גענומען א פעטוועי וואס זאגט כאילו אז מלערנט אלעס קענסט זאגן תירוצים אבער דאס איז געווען די מציאות עכ"פ ביז די נייע געזעץ האט עס זיכער געמיינט אז מלערנט אלעס און דארט אין ענגלאנד איז נישטא קיין שום פעטוועי נאר אדרבה מזאגט זיי זייער קלאר אז מלערנט גארנישט פון די ענינים לא טובים
איין זאך איז דארט ארגער אז סאיז דא אינספעקשאנס יעדע דריי יאר אבער דאס איז נאך פאר די גזירות מאז היתה לאנדאן אידנטום לגוי
הייב איך שוין אן צו טראכטען אז @מיטב הגיון איז אפשר אויך גערעכט אז 'פעטוועי' מיינט בכלל נישט אז מען זאגט אז מען לערנט אלעס וואס די רעגירונג פארלאנגט,
נאר די פשט פון 'פעטוועי' מיינט א פשוטע 'פעטוועי-וועג', וואס מען דארף אויסלערנען פאר די קינדער די 'פעטוועי-וועג' וויאזוי מען פארט פון וויליאמסבורג צו קרית יואל, און 'פעטוועי 6' מיינט אויסצולערנען פאר די קינדער אז די בעסטע וועג צו פארן פון די סיטי צו קרית יואל איז צו נעמען די 'פעטוועי-וועג 6' דהיינו מען זאל פארן מיט די פאליסיידס און פון דארט נעמען די ראוד '6',
און מען דארף אויסלערנען אז דאס איז מער אויסגעהאלטן סיי בגשמיות און סיי ברוחניות, בגשמיות איז דאס בעסער ווייל מען שפארט זיך די טאלל, און ברוחניות איז דאס בעסער וויבאלד אינמיטן די '6' איז דא א שטיקל וועג וואס עס איז נישטא קיין סערוויס און קאמיוניקאציע, און און מען איז בעסער אפגעהאקט פון די טעכנעלאגיע אזויווי מען האט געהערט ביי די דרשות פון 'TAG'...
נישטא ווער עס זאל לאכן...
Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד
די פראבלעם איז נאר אז ווען עס איז דא קלארע אנווייזונגען פון די רעגירונג וואס מען דארף לערנען מיט די קינדער נאכצוקומען די התחייבות פון אנליין סעיפטי, דאן קען קיינער נישט קומען זאגן קיין אייגענע בויך סיבות, און יעדער 'אומפארטייאישער' מענטש וועט נאכן זעהן וואס די רעגירונג וויל מיטן לערנען אנליין סעיפטי, נישט האבן קיין שום ספק אין די סיבה פארוואס א חרדישע אידישע מוסד טאר דאס נישט לערנען.מיטב הגיון האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 02, 2026 2:22 pm
די רעגירונג זאגט נישט קיין סיבות, ממילא קען איך מיר זאגן מיינע אייגענע בויך סיבות, און אפילו ווען מען קוקט אויף די נייע רעפארט זעהט אז די שטותים קען ניטאמאל שטימען.
-
מיטב הגיון
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 377
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:44 pm
- x 292
Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד
פארטריבן האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 02, 2026 2:10 pmמיר האבן הנאה אז איר האט נאך אזויפיל שכל און איר זענט נישט מחולק מיט די ערשטע העלפט פון אונזערע ווערטער, וואס מיר האבן געשריבן בנוגע די זאכן וואס @totty האט פארמעקט פון די 24' ריפארט,מיטב הגיון האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 02, 2026 11:43 amדאס איז א דוגמא, וויאזוי מען בויעט א ליגנט.פארטריבן האט געשריבן: ↑פרייטאג יאנואר 30, 2026 2:43 pm די פעלשערייען איבער די ריפארט פון סאטמאר היי סקול
.
אין דעם סקרינשאט פון די 24' ריפארט קען מען אויך אנמערקן, אז די מוסד האט דאן זיך נאכנישט געהאט געבראכן נאכצוקומען די רעגירונג פארלאנגען צו לערנען איבער אנליין סעיפטי, סיי צוליב וואס עס נעמט אריין אומאיידעלע ענינים, און סיי אז מען זאל קענען האלטן די תלמידות אפגעזונדערט פונעם שמוציגן אינטערנעט.
Beis Rochel 2.jpg
► Show Spoiler
זיך נישט מטפל זיין מיט א טייל פון אייערע שטותים באדייט נישט אז מיר זענען נישט מחולק, (און דער ציטאט באדייט נישט אז מיר זענען יא מחולק וחוזר חלילה)
ווייל איר פארשטייט אויך די לעכערליכקייט און זינלאזקייט פון אפטייטשן יענע ווערטער אז דאס מיינט סתם בעטן רשות צו נוען יענעמס חפץ... נאר איר פארשטייט אויך אז דאס מיינט געמיינע זאכן,פארטריבן האט געשריבן: ↑פרייטאג יאנואר 30, 2026 2:43 pm מיר ווילן נישט אריינגיין בפרטיות איבער די זאכן וואס מען האט דא פארמעקט, משום הרחק מן הכיעור, אבער די סך הכל שרייבט דא די רעגירונג אז אין 24' האט דער מוסד דאן נאכנישט געלערנט געוויסע פון די עניני תועבה וואס איז צושפרייט אונטער אנדערע סאבזשעקטס און ווערט פארלאנגט לויטן געזעץ, (וואס ביי די זאכען קען מען 'נישט' ארויסשרייבן די קינדער פון דעם), און דעריבער האבן זיי געשריבן אויפן ריפארט אז די מוסד איז דורכגעפאלען און קומט נישט נאך די געזעצן פון די אט די רעגירונג פארלאנגן.
ס'איז יתכן אז דאס מיינט נישט סתם בעטן רשות צו נוען יענעמס חפץ, אבער דאס מיינט נישט אז עס מיינט געמיינע זאכן, און מיר פארשטייען אויך אזוי.
און ממילא ווען אין 25' זאגט אפסטעד אז די מוסד לערנט שוין יא די זאכן, זעהט מען ווי די מוסד האט זיך ליידער געבראכן פאר די רעגירונג פארלאנגען.
אפילו ווען יא, איז עס נישט ממילא אז ווען די מוסד זאגט אין א נייעם רעפארט' אז מען לערנט שוין די זאכן, אז עס מיינט אויפן זעלבן פארמאט ווי אינם פריערדיגן רעפארט, ווי איך האב שוין מסביר געווען אויבן אין מיין תגובה וועגן אייער 2 פאכיגער השחתה.
Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד
קודם זענט איר שוין א מודה במקצת אז עס מיינט נישט בעטן רשות צו נוצען יענעמס חפץ,מיטב הגיון האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 02, 2026 2:43 pm מיר האבן הנאה אז איר האט נאך אזויפיל שכל און איר זענט נישט מחולק מיט די ערשטע העלפט פון אונזערע ווערטער, וואס מיר האבן געשריבן בנוגע די זאכן וואס @totty האט פארמעקט פון די 24' ריפארט,
זיך נישט מטפל זיין מיט א טייל פון אייערע שטותים באדייט נישט אז מיר זענען נישט מחולק, (און דער ציטאט באדייט נישט אז מיר זענען יא מחולק וחוזר חלילה)
ווייל איר פארשטייט אויך די לעכערליכקייט און זינלאזקייט פון אפטייטשן יענע ווערטער אז דאס מיינט סתם בעטן רשות צו נוען יענעמס חפץ... נאר איר פארשטייט אויך אז דאס מיינט געמיינע זאכן,פארטריבן האט געשריבן: ↑פרייטאג יאנואר 30, 2026 2:43 pm מיר ווילן נישט אריינגיין בפרטיות איבער די זאכן וואס מען האט דא פארמעקט, משום הרחק מן הכיעור, אבער די סך הכל שרייבט דא די רעגירונג אז אין 24' האט דער מוסד דאן נאכנישט געלערנט געוויסע פון די עניני תועבה וואס איז צושפרייט אונטער אנדערע סאבזשעקטס און ווערט פארלאנגט לויטן געזעץ, (וואס ביי די זאכען קען מען 'נישט' ארויסשרייבן די קינדער פון דעם), און דעריבער האבן זיי געשריבן אויפן ריפארט אז די מוסד איז דורכגעפאלען און קומט נישט נאך די געזעצן פון די אט די רעגירונג פארלאנגן.
ס'איז יתכן אז דאס מיינט נישט סתם בעטן רשות צו נוען יענעמס חפץ, אבער דאס מיינט נישט אז עס מיינט געמיינע זאכן, און מיר פארשטייען אויך אזוי.
און וואס דאס מיינט יא איז דא קלארע דאקומענטן פון די רעגירונג אז דאס זענען געמיינע זאכן, ממילא איז נישט מעלה ומוריד דאס וואס איר פרובירט פארשטיין אנדערש און מאכן אייגענע פשטים דערויף.
הא תינח, ווען די מוסד איז דער וואס שרייבט די ריפארט, דאן קענסטו אפשר זיך מתעקש זיין און פרובירן זאגן אז זיי האבן אינזין זייערע כוונות אין די ווערטער וואס זיי שרייבן,מיטב הגיון האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 02, 2026 2:43 pm און ממילא ווען אין 25' זאגט אפסטעד אז די מוסד לערנט שוין יא די זאכן, זעהט מען ווי די מוסד האט זיך ליידער געבראכן פאר די רעגירונג פארלאנגען.
אפילו ווען יא, איז עס נישט ממילא אז ווען די מוסד זאגט אין א נייעם רעפארט' אז מען לערנט שוין די זאכן, אז עס מיינט אויפן זעלבן פארמאט ווי אינם פריערדיגן רעפארט, ווי איך האב שוין מסביר געווען אויבן אין מיין תגובה וועגן אייער 2 פאכיגער השחתה.
אבער ווען די רעגירונג -וואס האט געזעצן וואס זענען פונקטליך מסביר וואס מען דארף לערנען אונטער אנליין סעיפטי- שרייבט אויף א מוסד אז זיי קומען שוין נאך די די התחייבות פון די לימוד, און די מוסד האט זיי געוויזן די קוריקולום דערפון, דאן איז נישט במציאות אז עס זאל מיינען עפעס אנדערש ווי דאס וואס די רעגירונג וויל מען זאל לערנען, וואס דאס זענען אומאיידעלע ענינים.
ופשוט הוא לכל בר דעת.
-
מיטב הגיון
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 377
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:44 pm
- x 292
Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד
כ'פרוביר צו כאפן פארוואס, ווייל די מוסד האט זיי געוויזן די קוריקולום איז אוממעגליך אז עס זאל מיינען עפעס אנדערש ווי לערנען אומאיידעלע ענינים.
Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד
דאס איז קלאר און אפענע שקר,
און איר האט פארגעסן אז איר אליין האט געשריבן אנדערש אין אייער סאמע ערשטע פאוסט פון די טעמע,
און אפילו דער דאטום פון 1988 איז אויך נישט ריכטיג,
קודם כל איז די גאנצע אפסטעד באשאפן געווארן אפאר יאר שפעטער אין די יארן 1992-1993, וואס ביז דאן איז אפילו נישט געווען מסודר'דיגע מהלך פון אינספעקשאנס דאכט זיך אפילו ביי פאבליק סקולס, זעה סקרינשאט גענומען פון די ענגלישע פארלאמענט וועבסייט
און אפילו נאך וואס אפסטעד איז געגרינדעט געווארן, זעהט מיר אויס ווי זיי האבן נאכנישט תיכף זיך גענומען צו אלע אינדעפענדענט סקולס וואס נעמט אריין אלע אידישע מוסדות, נאר הערש אין די יארן 2011-2005 האבן זיי אנגעהויבן ווערן שטרענגער און קומען אינספעקטן רעגלמעסיג אלע מוסדות, און ווען מיר האבן טאקע געזוכט ביי די אפסטעד וועבסייט די ריפארטס פון די מוסדות האבן מיר נאך דערווייל נישט באגעגנט קיין אינספעקשאן ריפארט וואס זאל זיין פאר 2003-2004,
ממילא שיסן א סטעיטמענט אז אינספעקשאנס אין לאנדאן איז דא אינספעקשאנס מאז היתה אידנטום בלאנדאן לגוי, איז פאלש און פארפירעריש, און סך הכל רעדט מען פון בערך 25 יאר זייט עס האט זיך אנגעהויבן די רעגלמעסיגע אינספעקשאנס,
דאס איז חוץ מזה וואס אין אנהייב זענען די אינספעקשאנס געווען מער ווייניגער אויף טעכנישע ענינים און די בילדינגס פון די מוסדות, נאר צוביסליך צוביסליך נאך וואס די שרעקליכע געזעצן איבער די התחייבות הלימודים זענען אריין אין קראפט, האבן די אפסטעד אינספעקטארס אנגעהויבן איינצוציען די שטריק מער און מער אויף די מוסדות, און נאכקוקען פונקטליך וואס מען לערנט יא און וואס מען לערנט נישט.
גאר א שרעקליכע און שווערע זאך מיט וואס די אספטעד אינספעקשאנס זענען סאך סאך שווערער ווי דאהי אין ניו יארק, אז אפסטעד פארלאנגט צו רעדן מיט די קינדער 'פריוואט', אנדעם וואס איינער פון די מוסד זאל קענען מיטהאלטן, אזוי קענען זיי אויספרעגן די קינדער און זעהן צו מען לערנט טאקע באמת אלעס וואס מען גיבט זיי איין, אזוי מען זאל נישט קענען אויספאפען, און עס זענען טאקע געווען מוסדות וואס האבן אנהייב פרובירט אפצוהאלטן די אינספעקטארס פון רעדן מיט די קינדער, אבער דעמאלס זענען די מוסדות דורכגעפאלען די אינספעקשאנס, ביז זיי האבן נישט געהאט קיין ברירה און זיך געבראכן צו לאזן די אינספעקטארס רעדן אליין מיט די קינדער,
און ווי מען זעהט אין די ריפארטס שרייבן זיי כמעט אייביג אז זייער אינפארמאציע קומט אויך פון רעדן מיט די קינדער זעלבסט, עס זענען אבער נאך דא עטליכע מוסדות וואס זאגן אז אין די ענין פון די מושחתים און אנשי תועבה לאזן זיי נישט די אינספעקטארס רעדן מיט די רעגירונג, און שרייבן זיי טאקע אין די ריפארטס אז צוליב דעם וואס זיי קענען נישט מברר זיי ביי די קינדער אליין ווייסן זיי נישט אויב די מוסד קומט נאך די פארלאנגען און זיי בלייבן אומבאשטעטיגט.
-
מיטב הגיון
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 377
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:44 pm
- x 292
Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד
Bottom line.
דו ביסט אויך מודה אז אין די רעפארטס זעהט מען גארנישט אז די מוסד זאגט אז זיי לערנען געמיינע לימודים, נאר דו זאגסט אז היות ס'דא עפעס גיידענס וואס דארט שטייט דערמאנט אומאיידעלע ענינים ביי געוויסע סובדזשעקטס און אז נאר אזוי קען מען נאכקומען יענע סובזשעקטס, (און יענס ברענגסטו נישט, יענס באהאלטסטו) ממילא מוז זיין אז אויב זיי זענען יעצט צופרידן מיינט דאס אז די מוסד האט געזאגט אז זיי לערנען אומאיידעלע ענינים.
איז קודם כל, פון די רעפארט און פון די פריערדיגע רעפארט זעהט מען קלאר איז עס איז נישט אזוי.
און צווייטנס כ'האב נישט קיין אנונג אז אזוי שטייט טאקע דארט (דו באהאלטס עס דאך).
אבער וואס איך וויל ארויסברענגען אז בעצם אזוי אפצולערנעןאז ווייל אין די גיידענס שטייט דערמאנט אומאיידעלע ענינים ביי געוויסע סובדזשעקטס, ממילא איז מען דאס מחויב\ אדער פשט אז ווען די רעגירונג איז צופרידן איז פשט אז די מוסד האט געזאגט אדער אז זיי נעמען אהן אז די מוסד האט געזאגט אז זיי לערנען פונקטליך וויאזוי דארט שטייט, איז פאלש און פארקערט ווי די מציאות הדברים, כ'רעד שוין נישט פון אמעריקא וואס עס איז קלאר אזוי, נאר אפילו אין ענגלאנד ארבייט עס אויך נישט אזוי.
יתכן אז עס וועט זיין נוגע און עס וועט זיין צייט וועט מען אמאל מרחיב זיין את הדיבור דערוועגן.

וואס באדערט דיך אז פעטעוועי מיינט לערנט אלעס? ממעג דאך לערנען אלעס, .. לויט די ''מסורה'' דארף מען דאך זיין סאבסטענשעל עקוויווילענט...מיטב הגיון האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 02, 2026 11:50 amדיין שקר טעות איז אין ביידע חלקים, סיי אין די אלעס וואס מיינט די אלעס, און סיי אז נעמען א פעטוועי זאגט כאילו מען לערנט אלעס.totty האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 02, 2026 11:43 amמיטב הגיון האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 02, 2026 11:30 am ווייל אין ניו יארק האלט מען ווייט נישט ווי מען האלט אין ענגלאנד, אבער די מהות פון די שקרים איז כאטשיג די זעלבע אדער אפילו ערגער).
די מהות פון די שקרים קענען זיין ענליך און כמוז זאגן אז ווען כווייס ווען אז מדארף אזוי מברר זיין זאכן וואס זיי שרייבן וואלט איך נישט געגלייבט ממש אלעס וואס זיי שרייבן וואס כהאב באופן כללי געגלייבט ביז היינט הגם ווען עס וואלט נוגע געווען וואלט איך מברר געווען...
אבער דא אין ניו יארק האט מען למעשה גענומען א פעטוועי וואס זאגט כאילו אז מלערנט אלעס קענסט זאגן תירוצים אבער דאס איז געווען די מציאות עכ"פ ביז די נייע געזעץ האט עס זיכער געמיינט אז מלערנט אלעס און דארט אין ענגלאנד איז נישטא קיין שום פעטוועי נאר אדרבה מזאגט זיי זייער קלאר אז מלערנט גארנישט פון די ענינים לא טובים
איין זאך איז דארט ארגער אז סאיז דא אינספעקשאנס יעדע דריי יאר אבער דאס איז נאך פאר די גזירות מאז היתה לאנדאן אידנטום לגוי
-
מיטב הגיון
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 377
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:44 pm
- x 292
Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד
ווער זאגט ס'באדערט? עס איז פשוט נישט אזוי.א טראכטער האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 02, 2026 3:23 pmוואס באדערט דיך אז פעטעוועי מיינט לערנט אלעס? ממעג דאך לערנען אלעס, .. לויט די ''מסורה'' דארף מען דאך זיין סאבסטענשעל עקוויווילענט...מיטב הגיון האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 02, 2026 11:50 amדיין שקר טעות איז אין ביידע חלקים, סיי אין די אלעס וואס מיינט די אלעס, און סיי אז נעמען א פעטוועי זאגט כאילו מען לערנט אלעס.totty האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 02, 2026 11:43 am
די מהות פון די שקרים קענען זיין ענליך און כמוז זאגן אז ווען כווייס ווען אז מדארף אזוי מברר זיין זאכן וואס זיי שרייבן וואלט איך נישט געגלייבט ממש אלעס וואס זיי שרייבן וואס כהאב באופן כללי געגלייבט ביז היינט הגם ווען עס וואלט נוגע געווען וואלט איך מברר געווען...
אבער דא אין ניו יארק האט מען למעשה גענומען א פעטוועי וואס זאגט כאילו אז מלערנט אלעס קענסט זאגן תירוצים אבער דאס איז געווען די מציאות עכ"פ ביז די נייע געזעץ האט עס זיכער געמיינט אז מלערנט אלעס און דארט אין ענגלאנד איז נישטא קיין שום פעטוועי נאר אדרבה מזאגט זיי זייער קלאר אז מלערנט גארנישט פון די ענינים לא טובים
איין זאך איז דארט ארגער אז סאיז דא אינספעקשאנס יעדע דריי יאר אבער דאס איז נאך פאר די גזירות מאז היתה לאנדאן אידנטום לגוי
דאס איז נאך א טיפיש'ער וועג וויאזוי עס גייט צו די השחתה און הוכחות, אז ווען יענער זאגט אז עפעס איז נישט אזוי איז פשט אז אויב איז עס יא אזוי איז א פראבלעם און עס באדערט און עס איז אסור וכו' וכו'
Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד
איר ברענגט נישט קיין שום דעקונג צו אייערע ווערטער.
אין די רעגירונג דאקומענטן וואס די פעטוועיס זענען, קומט אויס קלאר אז א פעטוועי מיינט אז מען באשטעטיגט אז מען גייט אלעס לערנען, און די וועג וויאזוי מען טוט דאס דעמאנסטרירן פאר די רעגירונג איז די פעטוועי,
און וועגן דעם האבן טאקע דעמאלס קיין איין רב אפילו די רבנים פון אייער קהילה נישט געוואלט מתיר זיין דאס נעמען א פעטוועי 'בידים', און זיי האבן נאר געלאזט שיקן א בריוו, ווי עס איז שוין אויסגעדראשען געווארן מערערע מאהל ביי די אנדערע טעמע פון גזירת החינוך אין ניו יארק, ואכמ"ל.
Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד
איך זעה דו קענסט אויך זייער גוט די טיפישע וועג פון השחתה און הוכחות און ווען עס פעלט דיר אויס מאכסטו אויך אייגענע משמעות אין יענעמס ווערטער כאילו איך בין עפעס מודה,מיטב הגיון האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 02, 2026 3:21 pm Bottom line.
דו ביסט אויך מודה אז אין די רעפארטס זעהט מען גארנישט אז די מוסד זאגט אז זיי לערנען געמיינע לימודים, נאר דו זאגסט אז היות ס'דא עפעס גיידענס וואס דארט שטייט דערמאנט אומאיידעלע ענינים ביי געוויסע סובדזשעקטס און אז נאר אזוי קען מען נאכקומען יענע סובזשעקטס, (און יענס ברענגסטו נישט, יענס באהאלטסטו) ממילא מוז זיין אז אויב זיי זענען יעצט צופרידן מיינט דאס אז די מוסד האט געזאגט אז זיי לערנען אומאיידעלע ענינים.
מיר האבן קיינמאל נישט מודה געווען אז אין די ריפארטס זעהט מען גארנישט, אדרבה, אין די 24' ריפארט זעהט מען ווי די מוסד איז נאך דעמאלס נישט נאכגעקומען א געוויסע חלק פון די רעגירונג פארלאנגען, וואס אפילו דער חינוך יו.קעי. 'מסורה' שרייבער האט האט געוואוסט אז דאס מיינט אומאיידעלע ענינים, און ער האט דאס טאקע גענוצט אלץ ראי' אז די מוסדות געבן זיך נישט אונטער פאר די רעגירונג, און דעמאלס האט ער נאך פארשטאנען די אמת וואס ליגט אונטער די ווערטער,
און ווייטער אין 25' זעהט מען ווי ריפארט באשטעטיגט אז די מוסד האט זיך שוין ליידער געבראכן און געוויזן פאר די רעגירונג א קוריקולום, פונקטליך אויף אט די אומאיידעלע לימודים וואס זיי האבן אין 24' נישט געלערנט, און ווי די ריפארט שרייבט זייער קלאר אויף דעם פרט, אז דאס וואס אין זיי האבן נישט געהאט נאכגעקומען אין די 24' ריפארט, טוט שוין די מוסד יא נאכקומען אלעס פון די חלק.
עס איז זייער פארשטענליך פארוואס דו האלטסט אזוי, ווי שוין אויסגעשמועסט אויבן אז ווער עס דארף דעקן די אייגענע פארטיי דאן זענען זיינע אויגן פארבלענדעט, און זעהט נישט קיין קלאר.מיטב הגיון האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 02, 2026 3:21 pm אבער וואס איך וויל ארויסברענגען אז בעצם אזוי אפצולערנעןאז ווייל אין די גיידענס שטייט דערמאנט אומאיידעלע ענינים ביי געוויסע סובדזשעקטס, ממילא איז מען דאס מחויב\ אדער פשט אז ווען די רעגירונג איז צופרידן איז פשט אז די מוסד האט געזאגט אדער אז זיי נעמען אהן אז די מוסד האט געזאגט אז זיי לערנען פונקטליך וויאזוי דארט שטייט, איז פאלש און פארקערט ווי די מציאות הדברים, כ'רעד שוין נישט פון אמעריקא וואס עס איז קלאר אזוי, נאר אפילו אין ענגלאנד ארבייט עס אויך נישט אזוי.
אבער יעדער נארמאלער מענטש פארשטייט אז ווען די רשעים אפסטעד וואס רודפ'ן די מוסדות זיי זאלן נאכקומען יעדן פרט ופרט פון די געזעצן שרייבן אויף א מוסד אז זיי קומען נאך די רעקווייערמענט פון די לימוד, דאן איז נישט קיין שום ספק וואס דאס מיינט, און עס איז זייער קלאר אז אפסטעד וועט נישט זיין צופרידן פון די קוריקולום ווילאנג עס קומט נאך וואס די רעגירונג פארלאנגט, און עס איז שאד יעדע רגע זיך צו טענה'ן אויף פארשטענדליכע זאך.
בנוגע אמעריקא\ענגלאנד, איז גראדע ענגלאנד יא סאך שטארקער די משמעות פון די ריפארטס, וויבאלד אין ענגלאנד טוען די אינספעקטארס אויספארשן אויך די קינדער, צו זעהן אויב זיי זענען באהאוונט אין די ענינים וואס די מוסד זאגט אז זיי לערנען, ממילא קען מען נישט ארומפאפען און איינגעבן זאכען נאר לפנים.
Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד
מיטב אז איר רעדט נאך צי אים איז ער גערעכט ער גייט אן מיטן בלעכענעם פנים אז כאילו אין די 25 באריכט שטייט יא עפעס ער האט פריש שווארץ געמאכט די זעלבע ווערטער וואס מהאט שוין אויפגעוויזן אז סאיז ריינע ווערטער זאל איך יעצט פריש אויפמאכן זיינע נייע שווארצע טינט און יעדער זאל זעהן זיין פרעכהייט? האלט איך נישט דערביי.. מהאט דאך שוין איינמאל געזעהן גיי איך יעצט דארפן פארנומען זיין מיט א שקרן עד ביאת הגואל?
זאל איך איבערגיין פון אלף? און איבערווייזן נאכאמאל זיין זדון פון אויסמעקן די ערשטע זייט באריכט פון 25 וואס שרייבט קלאר אז מלערנט נישט שמוץ און נאכן אים כאפן ברענגט ער עס שוין יא נאר יענץ מאכט ער גרין ווייל כאילו ער האט עס אייביג געברענגט און נישט באהאלטען און איך באהאלט גאר... בקיצור...
און ביי די רויטע זיינע רעדט מען פון סעיפטי וכו’ און עס שטייט רח"ל אז מאיז בעסער געווארן אין סעיפטי וכו’ מאכט ער עס רויט און מעקט מיט שווארץ א מזאל מיינען אז סאיז תועבה און מהאט זיך ענדליך געבראכן צי חינוך יו קעי וואס וויינט שוין צי אלע מוסדות מזאל זיך שמדן און קיינער פאלגט נישט און ענדליך האט סאטמאר געפאלגט אין 25 הערשט... א כהאב פארגעסן אין 24 האט מען זיך שוין בעצם געהאט גשמדט ל"ע אבער נאר האלב וועגס 25 האט מען זיך אינגאנצן געבראכן.. בקיצור.. רויט גרין שווארץ...
האלא באלד האט ער שוין אלע קאלארס פון א רעגן בויגן און עודך מיינט עס השחתה
ווי מגייט איז השחתה און תועבה...
פאר וועם די איבערווייז דא viewtopic.php?p=239853#p239853 איבער וואסערע שקרן דער איז איז נישט גענוג וועט שוין גארנישט העלפן..
האט שכל און ענטפערט נישט קיין שקרנים והם כלים מאליהם

@totty עס וועט אייך גארנישט העלפן, דער ציבור דא זענען נישט קיין קעלבער, און איר האט נאך גארנישט איבערגעוויזן פאר קיינעם, אדרבה יעדער האט זיך שוין איבערצייגט וויאזוי די עס קוקען אויס די אלע שקרים פון די 'מסורה' פאראיין שע"י חינוך יו.קעי.
און יעדער -פון די וואס די נגיעה של שוחד הפארטיי פארבלענדעט נישט זייערע אויגן- האט זייער גוט פארשטאנען דאס וואס איך האב מסביר געווען, וואס יעדער קען זעהן זייער קלאר פון די נייע 25' ריפארט אז עס זענען דא צוויי באזונדערע ענינים,
און יעדער זעהט זייער קלאר אז לגבי די חלק פון די 24' ריפארט אויף וואס איר אליין האט דעמאלס מודה געווען אז דאס איז אומאיידעלע זאכן און אויסגעמעקט יענע ווארט, און דערפון געברענגט גאר די ראי' אז די מוסדות זאגן קלאר אז מען לערנט נישט קיין לימודים אסורים, טאקע ממש אויף די זעלבע ענין שטייט אין די נייע 25' ריפארט אז מען האט זיך שוין ליידער געבראכן און ארייגעגעבן דערויף א קוריקולום פאר די אינספעקטארס,
און קיינער דא איז נישט משוגע, און קיינער טראכט נישט פאר קיין איין רגע אז אין די 24' ריפארט האט די ווארט געמיינט אומאיידעלע זאכן, און אין 25' איז פלוצלינג געטוישט געווארן די כוונה פון די ווערטער צו פשוט בעטן רשות צו נעמען יענעם חפץ, און רופן TAG צו האלטן דרשות קעגן טעכנאלאגיע...

ער טענה'ט דאך אז דו אליינס האסט געברענגט די זעלבע ווערטער פון די 24 באריכט אויסגעמעקט?totty האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 03, 2026 4:48 am מיטב אז איר רעדט נאך צי אים איז ער גערעכט ער גייט אן מיטן בלעכענעם פנים אז כאילו אין די 25 באריכט שטייט יא עפעס ער האט פריש שווארץ געמאכט די זעלבע ווערטער וואס מהאט שוין אויפגעוויזן אז סאיז ריינע ווערטער זאל איך יעצט פריש אויפמאכן זיינע נייע שווארצע טינט און יעדער זאל זעהן זיין פרעכהייט? האלט איך נישט דערביי.. מהאט דאך שוין איינמאל געזעהן גיי איך יעצט דארפן פארנומען זיין מיט א שקרן עד ביאת הגואל?
זאל איך איבערגיין פון אלף? און איבערווייזן נאכאמאל זיין זדון פון אויסמעקן די ערשטע זייט באריכט פון 25 וואס שרייבט קלאר אז מלערנט נישט שמוץ און נאכן אים כאפן ברענגט ער עס שוין יא נאר יענץ מאכט ער גרין ווייל כאילו ער האט עס אייביג געברענגט און נישט באהאלטען און איך באהאלט גאר... בקיצור...
און ביי די רויטע זיינע רעדט מען פון סעיפטי וכו’ און עס שטייט רח"ל אז מאיז בעסער געווארן אין סעיפטי וכו’ מאכט ער עס רויט און מעקט מיט שווארץ א מזאל מיינען אז סאיז תועבה און מהאט זיך ענדליך געבראכן צי חינוך יו קעי וואס וויינט שוין צי אלע מוסדות מזאל זיך שמדן און קיינער פאלגט נישט און ענדליך האט סאטמאר געפאלגט אין 25 הערשט... א כהאב פארגעסן אין 24 האט מען זיך שוין בעצם געהאט גשמדט ל"ע אבער נאר האלב וועגס 25 האט מען זיך אינגאנצן געבראכן.. בקיצור.. רויט גרין שווארץ...
האלא באלד האט ער שוין אלע קאלארס פון א רעגן בויגן און עודך מיינט עס השחתה
ווי מגייט איז השחתה און תועבה...
פאר וועם די איבערווייז דא viewtopic.php?p=239853#p239853 איבער וואסערע שקרן דער איז איז נישט גענוג וועט שוין גארנישט העלפן..
האט שכל און ענטפערט נישט קיין שקרנים והם כלים מאליהם
Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד
לויט די פורים תורה, מעג מען אויך זאגן פארן די רעגירונג אז מען גייט לערנען די כפירה'דיגע לימוד פון 'עוואלושען' (עפ"ל), און מען גייט אריינלערנען דערין א נייע פשט, אז עס האט גארנישט מיט כפירה, נאר עס מיינט פשוט 'עוואליועישאן-אפשאצן', למשל פאר מען וויל נעמען א חפץ זאל מען קודם אפשאצן צו מען מעג עס נעמען אפילו אן רשות אדער נאר מיט רשות...totty האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 01, 2026 3:06 pm והשנית: די אויסגעמעקטע ווערטער מיינט תועבה אזוי ווי די קאלאר קעיק, איין וווארט איז relationship דהיינו פריינטליכקייט און מענטשהייט צווישן די מיידליך, די צווייטע ווארט איז Consent וואס מיינט בעטן רשות פאר מען נעמט יענעמס חפץ ווי למשל ווען מוויל בעטן איינעם עפעס בעהט מען פארדעם רשות וכו' אזוי ווי א "קאנסענט" פארום! (אבער א מח וואס לויפט אויף שמוץ זעהט תועבה ביי יעדע קאלאר קעיק..)
שיקט דאס אריין פאר אייערע 'מסורה' קאלעגעס פון ניו יארק, זיי זאלן דאס קענען שרייבן אין די קומענדיגע אויסגאבע, צו מסביר זיין פארוואס מען מעג געהעריג זיין סאבסטענשאל עקוויוועלענט...
Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד
הייסט אזוי,
אז די סאטמארע סקול האט ביז 24' נישט געהאלטן ביים צושטעלן פון זיך אליין בשום אופן קיין 'אנליין סעיפטי' דרשות קעגן טעכנאלאגיע, און עס האט געדויערט ביז די רשעים פון אפסטעד זענען געקומען און זיי האבן געזעהן אז די מוסד שטעלט נישט צו קיין דרשות קעגן טעכנאלאגיע, האבן זיי געסטראשעט די סקול אז די צייטן מוזן זיך ענדיגן, און מען מוז ברענגען TAG צו זאגן דרשות בעניני טעכנאלאגיע און אויסלערנען פאר די קינדער 'אנליין סעיפטי', און ווילאנג זיי גייען דאס נישט טוהן וועלן זיי דורכפאלען די אינספעקשאן,
דעמאלס האט די מוסד שוין נישט געהאט קיין ברירה, און זיי האבן שוין געמוזט זיך ברעכען און צוגעזאגט פאר די רעגירונג אז גייען שוין זיין וואויל און רופן TAG צו האלטן דרשות קעגן טעכנאלאגיע...
ווען די נאר איז נישט מיינס וואלט איך אויך געלאכט...
עס איז נישט צו באגרייפן די בזיון כבוד הבריות ווען מען פארקויפט אזעלכע לאקשן פארן ציבור, וואס ווייזט אז מען באנעמט זיך מיט די מענטשהייט כאילו זיי וואלטן געווען פשוטע קעלבער אן א טראפ שכל...
Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד
סאיז אזוי ווי דו זאגסט אז די "טיף" מיינט שמוץבקיצור האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 03, 2026 1:29 pmער טענה'ט דאך אז דו אליינס האסט געברענגט די זעלבע ווערטער פון די 24 באריכט אויסגעמעקט?totty האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 03, 2026 4:48 am מיטב אז איר רעדט נאך צי אים איז ער גערעכט ער גייט אן מיטן בלעכענעם פנים אז כאילו אין די 25 באריכט שטייט יא עפעס ער האט פריש שווארץ געמאכט די זעלבע ווערטער וואס מהאט שוין אויפגעוויזן אז סאיז ריינע ווערטער זאל איך יעצט פריש אויפמאכן זיינע נייע שווארצע טינט און יעדער זאל זעהן זיין פרעכהייט? האלט איך נישט דערביי.. מהאט דאך שוין איינמאל געזעהן גיי איך יעצט דארפן פארנומען זיין מיט א שקרן עד ביאת הגואל?
זאל איך איבערגיין פון אלף? און איבערווייזן נאכאמאל זיין זדון פון אויסמעקן די ערשטע זייט באריכט פון 25 וואס שרייבט קלאר אז מלערנט נישט שמוץ און נאכן אים כאפן ברענגט ער עס שוין יא נאר יענץ מאכט ער גרין ווייל כאילו ער האט עס אייביג געברענגט און נישט באהאלטען און איך באהאלט גאר... בקיצור...
און ביי די רויטע זיינע רעדט מען פון סעיפטי וכו’ און עס שטייט רח"ל אז מאיז בעסער געווארן אין סעיפטי וכו’ מאכט ער עס רויט און מעקט מיט שווארץ א מזאל מיינען אז סאיז תועבה און מהאט זיך ענדליך געבראכן צי חינוך יו קעי וואס וויינט שוין צי אלע מוסדות מזאל זיך שמדן און קיינער פאלגט נישט און ענדליך האט סאטמאר געפאלגט אין 25 הערשט... א כהאב פארגעסן אין 24 האט מען זיך שוין בעצם געהאט גשמדט ל"ע אבער נאר האלב וועגס 25 האט מען זיך אינגאנצן געבראכן.. בקיצור.. רויט גרין שווארץ...
האלא באלד האט ער שוין אלע קאלארס פון א רעגן בויגן און עודך מיינט עס השחתה
ווי מגייט איז השחתה און תועבה...
פאר וועם די איבערווייז דא viewtopic.php?p=239853#p239853 איבער וואסערע שקרן דער איז איז נישט גענוג וועט שוין גארנישט העלפן..
האט שכל און ענטפערט נישט קיין שקרנים והם כלים מאליהם
יעצט ווען עס שטייט נעבן שמוץ מיינט עס אוודאי טיף אין שמוץ דאס אבער ווען עס שטייט נעבן קאמיוניקעישן און רילעישאן מיינט עס טיפע רילעישאן
קאנסענט מיינט רשות און ווען עס שטייט נעבן תועבה מיינט עס טאקע א זאך וואס מדארף מעקן אבער ביי רילעישאן מיינט עס רשות בעניני קאמיוניקעישן
קענסט זעהן ביי די גרינע פון אים רעדט מען פון אלע שמוץ און זיי שרייבן אז מלערנט גארנישט און די רויטע פון אים איז א גאנצע פאראגראף פון סעיפטי וכדומה וואס האט מיט שמוץ 0
קוק וואס מיינט היפך קערה על פיה גרין לייט פאר שמוץ און א רויט לייט פאר סעיפטי...
איך גיי אי"ה ברענגען די סעיפטי אינפארמאציע ועוד, איך האב נישט קיין צייט יעצט אבער אי"ה, איר וועט שטוינען!
Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד
יעצט הייבט זיך א פרישע חושעראציע, פון רילעישען קאמיוניקעשאן, און הוידעל בוידעל, גיי פארשטיי וואס האט רילעשאן מיט קאמיוניקעשאן, און וואס האט דאס מיט בעטן רשות צי נעמען יענעמס חפץ...totty האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 03, 2026 2:51 pmסאיז אזוי ווי דו זאגסט אז די "טיף" מיינט שמוץ
יעצט ווען עס שטייט נעבן שמוץ מיינט עס אוודאי טיף אין שמוץ דאס אבער ווען עס שטייט נעבן קאמיוניקעישן און רילעישאן מיינט עס טיפע רילעישאן
קאנסענט מיינט רשות און ווען עס שטייט נעבן תועבה מיינט עס טאקע א זאך וואס מדארף מעקן אבער ביי רילעישאן מיינט עס רשות בעניני קאמיוניקעישן
און אפשר צייגט איר אן ווי פונקטליך אין די ריפארט שטייט די ווארט 'קאמיוניקעשאן'?
און אפילו נניח אז נאר ווען עס שטייט נעבן תועבה דאן מיינט די ווארט יא א שמוציגע כוונה, דאן קומט אויס אז זענט איר שוין יעצט מודה אז אין די 24' ריפארט האט עס יא געמיינט שמוץ,
און אויב אויף די שמוציגע כוונה פון די ווארט האט אפסטעד געשריבען אין די 24' ריפארט אז דאס קומט מען נישט נאך, דאן זעהט מען דאך קלאר אז דאס וואס די רעגירונג פארלאנגט צו לערנען ווען זיי רעדן פון אט די ווארט, און וואס אפסטעד קוקט נאך בשעת די אינספעקשאן צי מען לערנט טאקע, מיינט מען טאקע די ענינים וואס ליגן אונטער די שמוציגע אפטייטש פון די ווארט, און נישט עפעס אנדערש,
ממילא איז פשוט אז ווען אין די 25' ריפארט שטייט אז מען קומט שוין נאך 'דאס וואס אין די פריערדיגע ריפארט איז מען נאכנישט נאכגעקומען', רעדט זיך פון די זעלבע ענינים וואס ליגט אונטער די שמוציגע אפטייטש פון די ווארט,
ווייל אויב לשיטתכם האט מען זיך נישט געבראכן און מען זאגט נאך אלץ ווייטער אז מען לערנט נישט די זאכן וואס ליגן אונטער די שמוציגע אפטייטש פון די ווארט, דאן פארוואס שטייט אין די 25' ריפארט אז מען קומט שוין נאך 'דאס וואס מען איז נישט נאכגעקומען ביי די פריערדיגע ריפארט'??
אתמהה??
Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד
למעשה גייט אריבער טאג נאך טאג און גארנישט איז נאכנישט פארענטפערט געווארן,
דעריבער @טאטי לעבן, מיר האבן דיך געפרעגט פיר קשיות:
1. פארוואס האט איר באהאלטן די נייע ריפארט פון סאטמאר היי סקול, וואס מען זעהט די מוסד זאגט קלאר אז מען לערנט שוין יא עניני תועבה?
2. פארוואס באהאלט איר נאך אלץ די אנגעבליכע צוויי סקווירא מחאה בריוון?
3. פארוואס באהאלט איר נאך אלץ די אנגעבליכע שינוי לטובה געזעצן?
4. פארוואס באהאלט איר נאך אלץ די אנגעבליכע געריכט פאפירן?
זיי מוחל און ענטפער ווי שנעלער א נארמאלע תירוץ (נישט קיין פרישע נארישע חושעריי).
- -
ווי אויך די אלע אנדערע מה נשתנה'ס וואס ווארטן שוין אזוי לאנג אויף א נארמאלע הסבר.
# וואס איז פשט פון די היפאקריטיע צו זאגן אז אפסטעד ריפארטס וואס שטימט מיט מיין אגענדע זענען יא אמת, און ריפארטס וואס שטימען נישט מיט מיין אגענדע זענען פאלש.
# וואס איז פשט פון די היפאקריטיע צו זאגן אז אין ניו יארק גלייבט איר יא רעגירונג דאקומענטן, און אין ענגלאנד נישט.
# וואס איז פשט פון די היפאקריטיע צו זאגן אז אין ניו יארק גלייבט איר נישט קיין ערליכע רבנים און דיינים, און אין לאנדאן יא.
# וואס איז פשט פון די היפאקריטיע צו זאגן נעמען א 'פעטוועי' צו געבן טעסט וואס דערמיט באשטעטיגט מען אז מען נעמט זיך אונטער צו לערנען אלעס דאס איז ממש געפערליך, און ווייזן פאר די אפסטעד אינספעקטארס די פאקטישע פלענער און קוריקולום\ביכער וויאזוי מען גייט 'לערנען' דאס איז מותר לכתחילה.