נאך חדשים וואס טראמפ זאגט אז ער גייט נישט נעמען א זייט אין די רעפובליקאנער פריימערי פארמעסט זאגט ער היינט אז ער גייט מעגליך יא מאכן א אינדראסירונג אין די קומענדיגע טעג.
2026 מידטורם וואלן — נייעס און נאטיצן
Re: 2026 מידטורם וואלן — נייעס און נאטיצן
Re: 2026 מידטורם וואלן — נייעס און נאטיצן
פלארידע גאווערנאר ראן דיסענטיס איז זייער באזארגט איבער די רעזולטאטן.נאו לעיבל האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 01, 2026 1:39 am אין א מאסיווע אווער פערפארמענס פאר די דעמאקראטן האבן זיי היינט אומערווארטעט געפליפט א טונקל רויטע סטעיט סענאט זיץ אין טעקסאס מיט כמעט 15 פראצענט!
טראמפ האט געוואונען די דיסטריקט מיט 17 פראצענט און האט אינדארסירט די רעפובליקאנע קאנדידאט.final-update.png
א אויסצוג פון גאווערנאר עבאט אפאר וואכן צירוק ביים קאמפיינען פאר די רעפובליקאנער קאנדידאט...Screenshot_20260201_013351_Chrome.jpg
טעקסעס האט א סענאט פארמעסט אין נאוועמבער.
- פיילס
-
- IMG-20260201-WA0063.jpg (108.53 KiB) געזען געווארן 146 מאל
Re: 2026 מידטורם וואלן — נייעס און נאטיצן
טראץ די ריס צווישן אילאן מאסק און טראמפ האט מאסק ווייטער געגאסן געלט פאר די רעפובליקאנער אין 2025.נאו לעיבל האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 01, 2026 1:28 pm די רעפובליקאנער (RNC) הייבט אן די מידטורם יאר מיט פאנטאסטישע 100 מיליאן דאלער מער ווי די דעמאקראטן (DNC).
בשעת וואס די דעמאקראטן האבן 14 מיליאן דאלער אין באנק מיט 17 מיליאן דאלער אין חובות האבן די רעפובליקאנער 95 מיליאן דאלער אין באנק מיט 0 חובות.
אויסער דעם האט טראמפ א מאסיווע 350 מיליאן דאלער קאמפיין קאסע וואס ער קען אויסטיילן פאר רעפובליקאנער קאנדידאטן ארום די לאנד.
10 מיליאן דאלער פאר די סענאט קאמפיין פאנד.
10 מיליאן דאלער פאר די האוז קאמפיין פאנד.
5 מיליאן דאלער פאר די מאגא סופער פעק.
45 מיליאן דאלער פאר זיין אמעריקא סופער פעק וואס שיקט געלט פאר רעפובליקאנער קאנדידאטן איבער די לאנד.
Re: 2026 מידטורם וואלן — נייעס און נאטיצן
סיענע אנקעטע פון די ניו יארק גאווערנאר פארמעסט:
האוקעל %54
בלעקמאן %28
האוקעל %54
בלעקמאן %28
Re: 2026 מידטורם וואלן — נייעס און נאטיצן
אלץ א גרינער אין פאליטיק פארשטיי איך נישט די גאנצע זאך פון ''מידטורם וואלן'' וואס איז די ציל דערפון און אויב ס'מאכט עפעס אויס אויף למעשה.
איינער קען מסביר'ן?
איינער קען מסביר'ן?
Re: 2026 מידטורם וואלן — נייעס און נאטיצן
וואס הייסט דער ציל?
אמעריקאנע קאנגרעסלייט לויפן יעדע צוויי יאר פאר ווידערערוויילונג.
אמעריקאנע סענאטארן לויפן יעדע זעקס יאר פאר ווידערערוויילונג צעטיילט אין דריי; יעדע צוויי יאר 33 סענאטארן.
36 אמעריקאנע גאווערנארס לויפן פאר ווידערערוויילונג ביים ענדע פונ'ם צווייטן פרעזידענטליכן יאר.
קומט אויס אז אין יעדן מידטורם יאר לויפן 507 פאליטיקאנטן, און דאס ווערט געזען ווי א בחינה אויפ'ן פרעזידענט צי דאס פאלק איז צופרידן מיט אים.
דאס איז געווענליך שווער פאר דער פארטיי אין אמט ווייל אלע פראבלעמען ווערן געלייגט אויף זיי. אויסנאמען זענען געווען, ווי למשל רעיגענ'ס ערשטע מידטורם.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
Re: 2026 מידטורם וואלן — נייעס און נאטיצן
לאמיר אנפאנגען פון אנפאנג:
אין אמעריקע, זענען דא 3 חלקים פון גאווערמענט (ברענטשעס). עס איז דא די פרעזידענט (עקזיקיטיוו), קאנגרעס (לעגיסלעיטיוו), און די קאורטס (דזשדישיערי).
קאנגרעס אליין איז צוטיילט אין צוויי, די סענענט, ווי יעדער סטעיט באקומט 2 סענעטארען, און די הויז, וואס איז אנגעטיילט לויט די גרויס פון די סטעיט.
יעידער חלק פון די גאווערמענט, האט געוויסע כוחות, און געוויסע צוימענגען, און יעדער חלק פון די גאוורעמענט דארף צו האלטען די אנדערע חלקים פון די גאווערמענט אין קאנטראל, אז זיי זאלן נישט ווערן צו מאכטפול (טשעקס און באלענסעס).
לכתחילה, האבן די גרינדער פון אמעריקע געקלערט אז יעדער חלק פון די גאווערמענט וועט ארבייטען פאר זיך, און בלויז מינימאל האבן שייכות איינער מיט די צווייטער, אבער למעשה האט זיך נישט אזוי ארויסגעשטעלט, און למעשה כהיום יום ארבייט קאנגרעס און פרעזידענט האנט ביי האנט, און גייען כמעט אלעמאל צוזאמען (דהיינו, קאנגרעס האט אן השפעה אויף די פרעזידענט, און די פרעזידענט אויף קאנגרעס).
היות די אריגנעלע פלאן איז געווען אז קאנגרעס זאל זיין אומאפהענגיג אויף די פרעזידענט, האט קאנגרעס אנדערע וואלן ווי די פרעזידענט. קאנגרעס וואלן ארבייטען ווי פאלגאנד.
הויז. האט וואלן יעדער 2 יאר
סענעט. קען די סטעיט אויסקלויבן איין מאל יעדער 6 יאר. די וואלן פאר די סענעט זענען אויסגעשפרייט, אזוי אז יעדער 2 יאר שטימט מען פאר א דריטעל פון די סענעטארען (+ ספעשעל עלעקשינס וואס מאכט זיך כמעט אלעמאל).
פרעזידענט. שטימט מען פאר יעדער 4 יאר.
למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז קאנגרעס און פרעזידענט ארבייטען האנט ביי האנט, און ממילא לויפן זיי אפט צוזאמען. שטעלט זיך ארויס יעצט אזוי.
יעדער 4 יאר, למשל 2020, 2024 וכו' לויפט די פרעזידענט, און מיט עם לויפט די גאנצע הויז (וועלעכע האט וואלן יעדער 2 יאר), און א דריטעל פון די סענעט.
2 יאר נאכדעם וואס די פרעזידענט לויפט 2022, 2026 וכו', לויפט ווידער די גאנצע הויז, און אויך א דריטעל סענעט.
היות קאנגרעס און פרעזידענט ארבייטען האנט ביי האנט, וועלן ע"פ רוב די וואס שטימען פאר א פרעזידענט, אויך שטימען פאר די זעלבע פארטיי אין קאנגרעס, כדי אז די פרעזידענט זאל טאקע קענען טוהן וואס ער וויל, און זיך נישט טרעפן מיט קיין שטארקע ווידערשטאנד פון קאנגרעס. דאס מיינט אז געווענליך דער וואס געווינט די פרעזידענט'שאפט געווינט אויך קאנגרעס, און באקומט א רוב סיי אין די הויז, און סיי אין די סענעט.
פארשטייט זיך אז דאס איז נישט אלעמאל אזוי, ספעציעל אין די סענעט וואס בלויז א דריטעל לויפט, אבער בדרך כלל איז אזוי (עכ"פ די לעצטע שטיק צייט).
אין 2024 האבן די רעפובליקאנער געווינען אלע 3
אין 2020 האבן די דעמעקראטען געווינען אלע 3
אין 2016 האבן די רעפובליקאנער געווינען אלע 3
אין 2012 האבן די רעפובליקאנער באוויזין אנצוהאלטען די הויז, טראץ זיי האבן פארלוירען די פרעזידענט און סענעט, אבער זיי האבן פארט פארלוירען אפאר זיצן
אין 2008 האבן די דעמעקראטען געווינען אלע 3
אין 2004 האבן די רעפובליקאנער געווינען אלע 3
אין 2000 האבן די רעפובליקאנער געווינען אלע 3
עכפ די לעצטע 7 וואלן, איז כמעט אלעס געגאנגען די זעלבע פארטיי ווי די פרעזידענט
יעצט אבער, די יארן וואס די פרעזידענט לויפט נישט, די יארן האט זיין פארטיי נישט די שטופ וואס העלפט זיי, זינט די פרעזידענט זיצט שוין אויף זיין בענקעל, און לויפט נישט יעצט פאר קיין שום אמט. אט די וואלן ווערן גערופן "מיד-טערם" זינט די וואלן געפינען זיך פונקט 2 יאר אריין פון די פרעזידענט'ס טערמין.
און די מיד-טערם וואלן, וועט געווענליך די קעגנער פארטיי, פראבירן צו פארכאפן קאנטראל פון עכ"פ אדער די סענעט, אדער די הויז, און אזוי ארום, היות היינט אן קאנגרעס האט די פרעזידענט פיל ווייניגער מאכט, וועט די פרעזידענט בלייבן מאכטלאז, וויבאלד ער האט נישט קאנטראל פון קאנגרעס. פארשטייט זיך, אז די פרעזידענט און זיין פארטיי, איז פארקערט, זיי ווילן אנהאלטען אלעס כדי ער זאל ווייטער קענען טוהן ווי ער פארשטייט.
די לעצטע שטיק צייט, האט די קעגנער פארטיי געהאט די אויבערהאנט אין די מיד טערם וואלן
אין 2022 האבן די רעפובליקאנער פארכאפט די הויז
אין 2018 האבן די דעמעקראטען פארכאפט די הויז
אין 2014 האבן די רעפובליקאנער פארכאפט די סענעט (און מוסיף געווען אויף זייער קאנטראל אין די הויז)
אין 2010 האבן די רעפובליקאנער פארכאפט די הויז (און געמאכט פארשריט אין די דעמעקראטישע סענעט)
אין 2006 האבן די דעמעקראטען פארכאפט ביידע
אין 2002 האבן די רעפבוליקאנער יא באוויזען צו זיגן אין ביידע הייזער, טראץ די פרעזידענט
בנוסף לזה, איז דא די סטעיטס, יעדער סטעיט האט אן אייגענע גאווערמענט (טייל סטעיט גאווערמענטס זענען עלטער פון די אמעריקאנער גאווערמענט), און על פי רוב, מאכן זיי די וואלן פאר גאווערנער ווען די פרעזידענט לויפט נישט, כדי מען זאל קענען מער הערן וועגן די גאווערנער וואלן, און נישט זיין פארנומען מיט די פרעזידענטליכע וואלן.
טראץ וואס די סטעיט וואלן האבן עכט נישט צו טוהן מיט די פרעזידענט, קוקן פארט מענטשען אויף דעם, כדי צו זעהן די שטארקקייט פון די פארטייען.