סגולות מיט א מקור

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1488
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 4778

Re: סגולות מיט א מקור

פאוסט דורך Think and Thank »

הדסים האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 12, 2026 5:22 am
Think and Thank האט געשריבן: זונטאג יאנואר 11, 2026 2:34 pm אינטערעסאנט אז דער שיכור וואס האט געפילט פאר וויכטיג צו צאלן געלט פאר די עד האט נישט געקענט אנצייכענען וואו די 'געהעריגע מקור' איז.
די מקור פון תהלים?

כ'גלייב אז דו ווייסט אויך אז די אזויגערופענע 'סעגולע פון ר' מתיא בן חרש' איז נישט סתם זאגן תהלים.
תינוק הבורח
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 974
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 1096

Re: סגולות מיט א מקור

פאוסט דורך תינוק הבורח »

נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 12:18 pm
שבת קודש האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 12:12 pm וואס איז דאס די 'עראק סגולה'?
עפעס א ספרידשע דמיון, וואס אפאר אשכנזישע משוגעים האבן באשלאסן צו נאכטוהן. נאך א וועג וואס דער ייצר הרע האט געטראפן נישט צו לאזן א מענשט רעדן צום אויבערשטען.

האסט א פראבלעם? צינד ליכט פאר רבי מתיא בן חרש, שטעל ערקא פארן עולם, און פארגעס אז ס'איז דא א טאטע אין הימל, און פארגעס אז דיין לעבן האט א תכלית.

נאר וואס, אויב סגולות האט אזוי פיל קונים איז פשט אז דער עולם איז גוט אנגעזעצט. לייז אונז אויס אלץ אידן ווי איידער אלץ קריסטן און מוסלעמענער חלילה!
👍
אינטערן טיש
פרישער באניצער
פאוסטס: 45
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 08, 2025 2:55 pm
x 64

Re: סגולות מיט א מקור

פאוסט דורך אינטערן טיש »

דער קוויטעל פון יואלי שטיין פאריאר אויפן אראק באטעל , שוואגער פון יואלי לאנדא , פלאי פלאים
פיילס
Screenshot_20260201-010901.png
Screenshot_20260201-010901.png (564.2 KiB) געזען געווארן 370 מאל
זלמעלע
פרישער באניצער
פאוסטס: 54
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 10:17 am
x 71

Re: סגולות מיט א מקור

פאוסט דורך זלמעלע »

מזאגט אז דער צדיק פון תולדות אברהם יצחק שליט"א האט פרעזענדליך געמאכט דעם אראק סגולה פאר א אייניקלעך וואס האבן געדארפט זיווגים
והוא פלאי
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2873
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 8854

Re: סגולות מיט א מקור

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

איך האב מיר געמאכט דעם חשבון, עס איז נישט אזא טייערע סגולה, פארוואס דארף איך א ישועה? פאר עבודת ה', סאו פון הימל זאל מען מיר נישט פארהאלטן אז כ'האב נישט געטון דעם השתדלות.
בן מלך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 345
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:56 am
x 526

Re: סגולות מיט א מקור

פאוסט דורך בן מלך »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: זונטאג פעברואר 01, 2026 3:12 pm איך האב מיר געמאכט דעם חשבון, עס איז נישט אזא טייערע סגולה, פארוואס דארף איך א ישועה? פאר עבודת ה', סאו פון הימל זאל מען מיר נישט פארהאלטן אז כ'האב נישט געטון דעם השתדלות.
לאך דיך אויס פון די אויסלאכערס.

פארענטפער זיך נישט און פיל נישט שולדיג פאר קיינעם קיין הסברים, גיי מיט אן אמונת צדיקים, און האב זיי אלע אין דר׳ערד. זאלן זיי ווייטער לאכן און דו זאלסט געהאלפן ווערן מיט אלעם גוטן! (און זיי אויך..)
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8473
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20666

Re: סגולות מיט א מקור

פאוסט דורך דער תהלים איד »

בן מלך האט געשריבן: זונטאג פעברואר 01, 2026 4:04 pm

אבער ביטע געדענק אז די סגולה ארבעט נאר אויב מ'מאכט א לאך פון אויבן און מען ציט ארויס 4 טראפן יעדן טאג, לא פחות ולא יותר.

בדוק ומנוסה. איך קען הונדערטער אידן וואס האבן געזען ישועות, און ווען זיי וואלטן דאס געטון וואלט די ישועה זיכער נישט נעלם געווארן.

אמונה האמיר מקבל געווען אויפ'ן בארג סיני, נישט ביי קיין לצים.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8473
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20666

Re: סגולות מיט א מקור

פאוסט דורך דער תהלים איד »

אינטערן טיש האט געשריבן: זונטאג פעברואר 01, 2026 1:54 pm דער קוויטעל פון יואלי שטיין פאריאר אויפן אראק באטעל , שוואגער פון יואלי לאנדא , פלאי פלאים
א איד האט מיר נארוואס דאס געשריבן.

פלאי פלאים.
0.png
0.png (44.95 KiB) געזען געווארן 247 מאל
תינוק הבורח
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 974
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 1096

Re: סגולות מיט א מקור

פאוסט דורך תינוק הבורח »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 01, 2026 10:03 pm
אינטערן טיש האט געשריבן: זונטאג פעברואר 01, 2026 1:54 pm דער קוויטעל פון יואלי שטיין פאריאר אויפן אראק באטעל , שוואגער פון יואלי לאנדא , פלאי פלאים
א איד האט מיר נארוואס דאס געשריבן.

פלאי פלאים.

0.png
אי משום הא לא קושיא.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8473
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20666

Re: סגולות מיט א מקור

פאוסט דורך דער תהלים איד »

תינוק הבורח האט געשריבן: זונטאג פעברואר 01, 2026 10:42 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 01, 2026 10:03 pm
אינטערן טיש האט געשריבן: זונטאג פעברואר 01, 2026 1:54 pm דער קוויטעל פון יואלי שטיין פאריאר אויפן אראק באטעל , שוואגער פון יואלי לאנדא , פלאי פלאים
א איד האט מיר נארוואס דאס געשריבן.

פלאי פלאים.

0.png
אי משום הא לא קושיא.
משום הא לא קושיא, ומשום הא לא ראי'.

הוא אשר כיוונתי.

א סגולה בויט זיך נישט אזוי! ווער וואס וואו? מ'זעט ישועות! WOW! אטו שופטני אנן? אטו בני גרים אנו? פעלט גלחים - להבדיל - אויף דער וועלט? ווען איז כלל ישראל אזוי משוגע געווארן?!
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1488
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 4778

Re: סגולות מיט א מקור

פאוסט דורך Think and Thank »

בן מלך האט געשריבן: זונטאג פעברואר 01, 2026 4:04 pm
להגדיל הטראסק האט געשריבן: זונטאג פעברואר 01, 2026 3:12 pm איך האב מיר געמאכט דעם חשבון, עס איז נישט אזא טייערע סגולה, פארוואס דארף איך א ישועה? פאר עבודת ה', סאו פון הימל זאל מען מיר נישט פארהאלטן אז כ'האב נישט געטון דעם השתדלות.
לאך דיך אויס פון די אויסלאכערס.

פארענטפער זיך נישט און פיל נישט שולדיג פאר קיינעם קיין הסברים, גיי מיט אן אמונת צדיקים, און האב זיי אלע אין דר׳ערד. זאלן זיי ווייטער לאכן און דו זאלסט געהאלפן ווערן מיט אלעם גוטן! (און זיי אויך..)

וועלכער צדיק האט מגלה געווען די סגולה?
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2215
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 6941

Re: סגולות מיט א מקור

פאוסט דורך נקודות טובות »

Think and Thank האט געשריבן: זונטאג פעברואר 01, 2026 10:51 pm
בן מלך האט געשריבן: זונטאג פעברואר 01, 2026 4:04 pm
להגדיל הטראסק האט געשריבן: זונטאג פעברואר 01, 2026 3:12 pm איך האב מיר געמאכט דעם חשבון, עס איז נישט אזא טייערע סגולה, פארוואס דארף איך א ישועה? פאר עבודת ה', סאו פון הימל זאל מען מיר נישט פארהאלטן אז כ'האב נישט געטון דעם השתדלות.
לאך דיך אויס פון די אויסלאכערס.

פארענטפער זיך נישט און פיל נישט שולדיג פאר קיינעם קיין הסברים, גיי מיט אן אמונת צדיקים, און האב זיי אלע אין דר׳ערד. זאלן זיי ווייטער לאכן און דו זאלסט געהאלפן ווערן מיט אלעם גוטן! (און זיי אויך..)

וועלכער צדיק האט מגלה געווען די סגולה?
מיר האבן מקובל פון בעלזע רב אז ווער עס פרעגט וואו שטייט עס איז אן אפיקורוס...
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1488
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 4778

Re: סגולות מיט א מקור

פאוסט דורך Think and Thank »

נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג פעברואר 01, 2026 11:01 pm
Think and Thank האט געשריבן: זונטאג פעברואר 01, 2026 10:51 pm
בן מלך האט געשריבן: זונטאג פעברואר 01, 2026 4:04 pm

לאך דיך אויס פון די אויסלאכערס.

פארענטפער זיך נישט און פיל נישט שולדיג פאר קיינעם קיין הסברים, גיי מיט אן אמונת צדיקים, און האב זיי אלע אין דר׳ערד. זאלן זיי ווייטער לאכן און דו זאלסט געהאלפן ווערן מיט אלעם גוטן! (און זיי אויך..)

וועלכער צדיק האט מגלה געווען די סגולה?
מיר האבן מקובל פון בעלזע רב אז ווער עס פרעגט וואו שטייט עס איז אן אפיקורוס...

איך האב (נאכ)נישט געפרעגט וואו די 'סגולה' שטייט, נאר פון וועם עס איז 'מקובל'.
עומד על תלת
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 231
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 5:15 pm
Location: Ny
x 373

Re: סגולות מיט א מקור

פאוסט דורך עומד על תלת »

א שארפע ליטפאק מיט א מעסעדזש וועגן סגולות...
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2873
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 8854

Re: סגולות מיט א מקור

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

איך בין נישט פארגלייבט אין קיין סגולות - ווער עס קען מיר.

אבער אויף דעם אז עס האט נישט געהאלפן פאר דריי אידן, ווי האט סאנזער רב געזאגט? מען דערציילט נאר די געלונגענע מופתים, נישט די אומגעלונגענע...

מען בויעט נישט קיין אידישקייט און קיין אמונות אויף סגולות, פון די אנדערע זייט זעהט מען אז צדיקים האבן געטון געוויסע סגולות, סאו זאל יעדער אננעמען יעדע סגולה וואס ער וויל, כל זמן מען ווייסט אז אלעס קומט פון אייבערשטן מיט אמונה פשוטה, אפגעזעהן די רעזולטאטן, און כל זמן די סגולה איז נישט כנגד התורה זאל יעדער טון וואס ער שפירט אז ער קאנעקט דערצו.
==============
דאס אז געבן לחיים איז א סגולה פאר פרנסה האט באקומען נעכטן א נייע באדייט
רבינו מהר"א האט נעכטן ארויסגעברענגט אז מאכן א ברכה אויף א מאכל, וואס דאס לערנט מען ארויס פון א קל וחומר, דאס איז מעורר די קל וחומר בן הגבירה פון בן השפחה, סאו האסטו נאך א טעם אז געבן פאר אידן צו עסן, מאכן א לחיים און מאכן א ברכה אויף די עסן איז מסוגל פאר פרנסה.

און עס לאזט זיך זאגן אז ווען מען רעדט דברי תורה ביים תיקון טישל און ביי די סעודה, איז מען מעורר א דאפעלטע קל וחומר, ווייל מען לערנט ארויס ברכת התורה פון ברכת המזון און פארקערט, אזוי ווי עס שטייט דארט אין כיצד מברכין.
==================
עס שטייט נישט אז מען דארף עס טרונקן, עס שטייט נישט אז מען דארף עס טרונקן בו ביום, עס שטייט נישט קיין מאס וויפיל צו געבן און טרונקען, די אפיציעלע ווערסיע איז אז מען וועט עס עפענען אין די יארצייט לכבוד דעם צדיק, און אז עס וועט בלייבן שריים ביז פורים פארן תיקון טישל איז אויך נישט קיין פראבלעם...
צווייטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 787
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 1474

Re: סגולות מיט א מקור

פאוסט דורך צווייטער »

איך האב שוין געשריבן כמה פעמים אין דעם טעמע, איך וועל צולייגן אפאר צענט.

א. עס איז דא די באקאנטע אויסדריק פון מרן החתם סופר זצ''ל אין די תשובות (או''ח סי' ט''ז) וכבר כ' רמב"ן בספרו מלחמות חובה כל מה שלא נמצא בש"ס בבלי וירושלמי ומדרשיהם אין אדם מחוייב להאמינו והמאמין יאמין. (אגב דאגב דאגב, טאקע אויף דעם ענין אויף וואס דער חת''ס שרייבט דאס האט מען ביי אונז חסידים געגלייבט דערין בכל התוקף, ואכ''מ).

יעצט איז דא מענטשן וואטס וועלן זיך אפשטעלן ביים האלבן זאץ ''אין אדם מחוייב להאמינו'', און ליארמען אז מ'טאר גארנישט גלייבן מער וכו'. אבער פאר סאם ריעזען האבן זיי פארגעסן דעם צווייטן חלק זאץ ''והמאמין יאמין'', מ'מעג עס גלייבן! מ'מוז? ניין. מ'מעג? יא!

'אמונה' איז נישט די טייטש אז ווער ס'האלט אנדערש איז א כופר, 'אמונה' טייטשט אז איך גלייב דערין. ס'איז דא 'אמונה' וואס כל מי שבשם ישראל מכונה איז מחוייב צו גלייבן דערין, און ס'איז דא 'אמונה' וואס מיינט אז 'איך גלייב דערין'. מרן הגה''ק מסאטמאר זי''ע פלעגט שטענדיג זאגן ביי די הקפות אז זיינע הייליגע זיידעס האבן זוכה געזען צו זען ווי די צדיקים קומען אראפ ביי די הקפות, און ער פלעגט אויספירן אז מיר גלייבן אז זיי קומען. מ'מוז גלייבן? אויב איינער זאגט אז ער גלייבט נישט איז ער א כופר? זיכער נישט. אבער ער האט עס געגלייבט באמת אינגאנצן.

איך גלייב אין סגולות ווילאנג ס'איז מקושר מיט אמירת תהלים אדער טון עפעס פאר נשמות הצדיקים, און איך גלייב אז צדיקים האבן א כח צו פועל'ן אין הימל.

ב. יעצט צום עיקר טענה וואס די אלע שרייען אז די אידישע אמונה איז פעלזן פעסט באגרינדעט ביים מעמד הר סיני, און ס'איז נישט קיין קריסטנטום וכדו' וואס איז געבויעט אויף איינעמס דמיונות און חלומות. אמת ויציב, ווען מ'רעדט פונעם דת ישראל, און דאס קען נישט געריקט ווערן פאר קיין שום דבר שבעולם. אבער ב''ה די דת ישראל איז שוין באפעסטיגט, מיר גלייבן אין מעמד הר סיני ווייל ס'איז באגרינדעט און באפעסטיגט. וואס איז די פראבלעם צו גלייבן אין א סגולה וואס איז נישט בניגוד צום דת ישראל? ס'שטימט הונדערט פראצענט מיט'ן דת ישראל און ס'רירט גארנישט צו צום דת, די דת ישראל בלייבט באגרינדעט שטארק.

ג. ס'איז דא א אמונה וואס דאס איז יעדער איד יא 'מחוייב' צו גלייבן. דאס איז אז אלעס ווערט געפירט בהשגחה פרטית פונעם בוכ''ע און גארנישט איז נישט קיין מקרה. וויפיל הארעוואניע און עבודה דארף מען הארעווען אויף זיך צו גלייבן אין דעם באמת לאמיתו? וויפיל דארף מען הארעווען צו גלייבן אז ווען דו ביסט מצליח אין סיי וועלכע ענין, אז ס'איז נישט דיין געלונגענקייט וואס האט דיר געברענגט דיין הצלחה נאר ס'איז דער אויבערשטער וואס האט דיר געגעבן די הצלחה. מ'קען זיך אפלעבן יארן און נישט גלייבן דערין בכל עמקי לבבו, ס'פאדערט אן עבודה תמידי און א מחשבה תמידי.

יעצט, וואס איך האב אויפגעפאסט אין מיינע צירקלען איז אזוי, ס'זענען דא צוויי ערליי מענטשן. ס'איז דא וואס זיי זענען מער טעכנישע מענטשן, זייער גאנצער שטענדיגער הלוך ילך איז זייער טעכניש, עשיה'דיג. נאטורליך בהשקפה ראשונה וועט זייער דעת מנגד זיין אלע סארטן השגחה פרטיות מעשיות, ס'איז נישט ווייל זיי גלייבן נישט, נאר זייער מח איז אזוי געווייערט, ס'לייגט זיך שווער אויף זייער שכל, זיי זענען אזעלכע סארט מענטשן. ווען ס'גייט זיי עפעס שווער וועלן זיי אריינלייגן מער כוחות בעשיה און זיי וועלן דארפן שווער ארבעטן אפילו בלויז צו מתפלל זיין צום אויבערשטען, זיי וועלן דארפן שטארק ארבעטן יא צו קונה זיין די ריכטיגע השקפת התורה אז אלעס ווערט געפירט פונעם בוכ''ע בהשגחה פרטית.

ווידעראום איז דא א אנדערע סארט מענטש אינגאנצן, ער איז מער שוועבעדיג, נאטורליך בהשקפה ראשונה וועט ער גלייבן אז אלעס איז דער אויבערשטער, ער וועט נאטורליך גלייבן אז 'אין בהם טבע ומנהגו של עולם', און ער וועט גלייבן און שלונגען מיט דארשט אלע השגחה פרטיות מעשיות. אזא מענטש וועט דארפן שווער ארבעטן אויף זיך אז אמת אז דער אויבערשטער טוט טאקע אלעס, אבער עס פאדערט זיך א שטיקל השתדלות וברכתיך בכל אשר תעשה.

ווען ס'קומט צו סגולות פארשטייט זיך אליינס אז דער מער טעכנישער מענטש וועט לאכן פון דעם, אבער דער מער שוועבעדיגער מענטש וועט זיך צוכאפן דערצו ווי הייסע חמץ מוצאי פסח. אבער וואס איך זעה איז אז דער פארגלייבטער אין סגולות גלייבט אויך בתמימות ובפשיטות אין השגחה פרטית, נאטורליך וועט זיין הארץ אים דאס זאגן, און ווען ער ווערט געהאלפן דאנקט ער דעם אויבערשטען, ער וועט טאקע זאגן מאדנע הונדערט און איין מאל מזמור לתודה, אבער ס'ברענגט אים א התקרבות צום אויבערשטען - וזה כל האדם.

דער מער טעכנישער מענטש גלייבט נישט אין קיין סגולות, אבער ער דארף אויך שטארק הארעווען אויף זיין אמת'ע און שטארקע אמונה בהשגחה פרטית. דאס איז וואס איך זעה אין מיינע צירקלען, ממילא וועל איך ענדערש נישט אראפרייסן דעם סגולה פארגלייבטער אפילו ס'זאל ווען זיין א חסרון, ווייל ער האט א עודף מצד אחר.

אויב ביסטו איינער וואס לאכט אפ פון סגולות, נישט קיין פראבלעם. אבער פארגעס נישט פונעם עיקר העיקרים צו גלייבן בתמימות ובפשיטות אין השגחה פרטית, און גלייב אז דער אויבערשטער איז מנהיג העולם ואין בהם טבע ומנהגו של עולם כלל. ווען דו האסט א צרה טוה טאקע נישט קיין סגולות אבער דאווען מעמקי הלב צו בורא עולם און גלייב אז ער איז א שומע תפילת כל פה און ער קען און וועט דיר העלפן.
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8473
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20666

Re: סגולות מיט א מקור

פאוסט דורך דער תהלים איד »

@צווייטער דו שרייבסט זייער שיין און ריכטיג.

אבער, אבער, אבער. זיין שוועבעדיג און גלייבן האט אויך א גבול! נעמען - לדוגמא - עין הרע, וואס איז מקובל, און עס אויפבלאזן עד כדי "מעמבערשיפ" רחמנא ליצלן, שוין. נעבעך. זאל זיין. מ'רייט אויף מענטשנס שוואכקייטן און מ'רייבט געלט. איך פארשטיי.

אבער יעדע ספרדי וואס גייט חלומ'ען עפעס פון קלאץ ארויס גייט מען גלייבן?! ווייל מ'זעט קלאר?! ווי משוגע קען מען זיין?!

אז איך גיב ארויס א רפואה פון לייגן אויל אויף א מכה 3 מאל א טאג פאר 3 טעג אין די 3'טע שעה, איז עס גענוג קריעיטיוו אז דער עולם זאל אנהייבן גלייבן? איך טראכט אריינצוגיין אין די ליין. העלפטס מיר ארויס... איך בין זיכער אז מ'גייט זען אפענע ישועות! דו ווייסט וויפיל מכות זענען אויסגעהיילט געווארן במשך די לעצטע פאר וואכן? סתם א שאד אז ס'איז נישט מיין קרעדיט! פשוט א שאד אויף מיין אידיש געלט. געגאנגען.
צווייטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 787
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 1474

Re: סגולות מיט א מקור

פאוסט דורך צווייטער »

@דער תהלים איד קוק וואס איך האב געשריבן:
צווייטער האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 02, 2026 10:58 am
איך גלייב אין סגולות ווילאנג ס'איז מקושר מיט אמירת תהלים אדער טון עפעס פאר נשמות הצדיקים, און איך גלייב אז צדיקים האבן א כח צו פועל'ן אין הימל.
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1488
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 4778

Re: סגולות מיט א מקור

פאוסט דורך Think and Thank »

צווייטער האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 02, 2026 11:15 am @דער תהלים איד קוק וואס איך האב געשריבן:
צווייטער האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 02, 2026 10:58 am
איך גלייב אין סגולות ווילאנג ס'איז מקושר מיט אמירת תהלים אדער טון עפעס פאר נשמות הצדיקים, און איך גלייב אז צדיקים האבן א כח צו פועל'ן אין הימל.

זייער שיין געשריבן, אבער: דו האסט גערעדט פון סגולות! א סגולה איז נישט ווי אן ערפינדונג וואס מען שפילט זיך ביז מען טרעפט צו עפעס וואס ארבעט, א שטייגער ווי טאמאס עדיסאנ'ס איבער טויזנט פראבעס ביז'ן ערפינדן א לייטבאלב וואס ארבעט. א סגולה מיינט עפעס וואס ארבעט באופן סגולי (דהיינו א העכערע ענין וואס האט נישט קיין הסבר פאר אונז מענטשעלעך) אז פעולה פלוני ברענגט פועל יוצא פלוני. די איינציגסטע וועג וויאזוי א סגולה זאל נתגלה ווערן איז אויב א איד א צדיק וואס איז משיג העכערע השגות איז דאס מגלה. אלעס אנדערש גייט אריין אין כלל פון פתי יאמין לכל דבר (וואס אגב, איינער וואס גלייבט נישט אז פתי יאמין לכל דבר איז יא אן אפיקורס און יינו יין נסך).

סאו דיין פאוסט איז זייער צו די זאך, אבער די שמועס לעת עתה האט זיך נישט באצויגן צו סגולות נאר צו איינרעדענישן וואס לצים האבן אויפגעטראכט און עס באטיטלט 'סגולה' און די פתאים גלייבן דערין באמונה שלימה.
וזה ברור
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 146
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 10:14 pm
x 122

Re: סגולות מיט א מקור

פאוסט דורך וזה ברור »

נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג פעברואר 01, 2026 11:01 pm
Think and Thank האט געשריבן: זונטאג פעברואר 01, 2026 10:51 pm
בן מלך האט געשריבן: זונטאג פעברואר 01, 2026 4:04 pm

לאך דיך אויס פון די אויסלאכערס.

פארענטפער זיך נישט און פיל נישט שולדיג פאר קיינעם קיין הסברים, גיי מיט אן אמונת צדיקים, און האב זיי אלע אין דר׳ערד. זאלן זיי ווייטער לאכן און דו זאלסט געהאלפן ווערן מיט אלעם גוטן! (און זיי אויך..)

וועלכער צדיק האט מגלה געווען די סגולה?
מיר האבן מקובל פון בעלזע רב אז ווער עס פרעגט וואו שטייט עס איז אן אפיקורוס...
ער האט דאס נישט געזאגט בנוגע סגולות, נאר בנוגע מנהגי ישראל, איי געס דאס איז שוין א מנהג...
שרייב פאוסט