איך בין נישט פארגלייבט אין קיין סגולות - ווער עס קען מיר.
אבער אויף דעם אז עס האט נישט געהאלפן פאר דריי אידן, ווי האט סאנזער רב געזאגט? מען דערציילט נאר די געלונגענע מופתים, נישט די אומגעלונגענע...
מען בויעט נישט קיין אידישקייט און קיין אמונות אויף סגולות, פון די אנדערע זייט זעהט מען אז צדיקים האבן געטון געוויסע סגולות, סאו זאל יעדער אננעמען יעדע סגולה וואס ער וויל, כל זמן מען ווייסט אז אלעס קומט פון אייבערשטן מיט אמונה פשוטה, אפגעזעהן די רעזולטאטן, און כל זמן די סגולה איז נישט כנגד התורה זאל יעדער טון וואס ער שפירט אז ער קאנעקט דערצו.
==============
דאס אז געבן לחיים איז א סגולה פאר פרנסה האט באקומען נעכטן א נייע באדייט
רבינו מהר"א האט נעכטן ארויסגעברענגט אז מאכן א ברכה אויף א מאכל, וואס דאס לערנט מען ארויס פון א קל וחומר, דאס איז מעורר די קל וחומר בן הגבירה פון בן השפחה, סאו האסטו נאך א טעם אז געבן פאר אידן צו עסן, מאכן א לחיים און מאכן א ברכה אויף די עסן איז מסוגל פאר פרנסה.
און עס לאזט זיך זאגן אז ווען מען רעדט דברי תורה ביים תיקון טישל און ביי די סעודה, איז מען מעורר א דאפעלטע קל וחומר, ווייל מען לערנט ארויס ברכת התורה פון ברכת המזון און פארקערט, אזוי ווי עס שטייט דארט אין כיצד מברכין.
==================
עס שטייט נישט אז מען דארף עס טרונקן, עס שטייט נישט אז מען דארף עס טרונקן בו ביום, עס שטייט נישט קיין מאס וויפיל צו געבן און טרונקען, די אפיציעלע ווערסיע איז אז מען וועט עס עפענען אין די יארצייט לכבוד דעם צדיק, און אז עס וועט בלייבן שריים ביז פורים פארן תיקון טישל איז אויך נישט קיין פראבלעם...