לאמיר נאר גיין צום סך הכל נוגע למעשה
בקיצור דו זאגסט ווייטער דעם ליגענט אז לויט די געזעץ החדש דארף מען רעספעקטירן אמתדיג אין הארצן דעם גוי כאטש עס שטייט נאר טריטן מיט רעספעקטפארטריבן האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 21, 2026 2:13 am
בסך הכל איין זאך וואס קומט ארויס סיי פון @totty און סיי לויט @מיטב הגיון, אז צו לערנען מיט די קינדער צו 'רעספעקטירן' מענטשן פון אנדערע רעליגיעס, דאס איז א זאך וואס די רבנים האבן 'אנגעבליך' מתיר געווען, און נישט דאס איז געווען די שרעקליכע גזירה פון די אלטע געזעץ.
[פונקטליך וואס מיינט 'רעספעקטירן' האט @totty יעצט פריש פרובירט צו מחדש זיין, אז דאס מיינט סתם "באהאנדלען" מיט רעספעקט, וואס מען דארף נאך פארשטיין מער פונקטליך, וועלכע סארט רעספעקטירן איז חינוך יו.קעי. מודה אז מען טאר נישט זאגן אפילו לפנים אז מען לערנט דאס מיט די קינדער, און וועלכע סארט רעספעקטירן איז יעצט אינעם געזעץ נאך די שינוי לטובה וואס דאס מעג מען יא].
און דו לייגסט נאר צי אז איך פרוביר גאר צי מחדש זיין א חידוש נורא אז טריטן מיט רעספעקט מיינט נישט רעספעקטירן און דערנאך דארפסטו א היתר פון א רב אז ממעג טריטן מיט רעספעקט
הייסט צי גריסן א גוי דארף מען א היתר פון א דיין?
אינטערסאנט אז אין שולחן ערוך רעדט מען נאר פון גריסן ביום אידם אדער געבן מתנות ביום אידם לשטיתך אין אייער תורה הסיקיריקים החדשה טאר מען נישט גריסן אפילו סתם אזוי..
הגם מקען אריינגיין צי טריטן מיט רעספעקט מיינט בכלל גריסן ווייל עס קען מיינען פונקט אזוי אז סך הכל מטאר נישט שפייען אדער ווארפן קיין שטיינער אויף א גוי אבער לאמיר שוין גיין מיטן ערגעסטן נוסח וואס טריטן מיט רעספעקט קען מיינען אז מזאל חס ושלום גריסן א גוי
איז דא א פוסק אדער בעל השקפה וואס האט אזאנס געזאגט אדער געשריבן ביז היינטיגןנטאג אז מזאל דארפן גאר התירים?
נאך א מזאל האסט אויסגעמעקט די תגובה אז ווער האט געגעבן א היתר צי לערנען די ניטל קונטרס פונעם אותו האיש אזוי איז כאטש די הבלים פון שרעקליכע די התירים וואס דא גיסט זיך כלומרשט, אביסל קלענער..
זוי וויזוי זענען אלע רבני לאנדאן איינשטימיג מיט דעם לשון וואס מהאט געמאכט אין געזעץ אז ממעג לערנען אז אלע רעליגיעס זענען פאלש און די בריטיש וועליוס איז מען יוצא מיטן טריטן אלע מענטשן מיט רעספעקט
אבער דו פארגעסט אז אונז האט מען פארקויפט ביז היינט און לכאורה גייט מען ווייטער פארקויפן אז אין לאנדאן לויטן געזעץ מוז מען רעספעקטירן אלע גלויבענס און לערנען איבער אלע גלויבענס אין די צייט וואס דער אמת איז ממש להיפך און אפילו די מענטשן דארף מען נישט רעספעקטירן נאר טריטן מיט רעספעקט דהיינו מיט דרך ארץ