הדסים האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 20, 2026 9:14 pm
מסתמא האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 20, 2026 6:07 pm
יצמח פורקניה האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 20, 2026 5:34 pm
זעכער שטייט דאס שוין אין חז"ל "אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁכָּל הַתּוֹרָה הַמְּצוּיָה עַתָּה בְיָדֵינוּ הִיא הַנְּתוּנָה לְמֹשֶׁה רַבֵּנוּ עָלָיו הַשָּׁלוֹם"
וואס מיינט דאס ‘עתה‘? אז עפעס א גארנישט קען קלעימען אז ער איז די תורה און פארקויפן לאקשען?
וואס מאכט א רבי פאר א רבי? וואס מאכט א צדיק פאר א צדיק? וועלכע תורה דארף יענער רבי/צדיק פאלגן? וואס עקזעקטלי מאכט עמיצן פאר אט דעם גרויסן געטליכן געשעעניש ‘צדיק‘??? סתם זיין א קינד פון א פריערדיגע צדיק?
שוין לאנג באמערקט אז די "קשיא" איז דער סוף פונעם דעבאטע, נעקסטיים קענסטו אנהייבן גלייך מיט דעם...
יא יא. לעצטנס האט מיך עמיצער מעורר געווען דערויף אז די עצם איסור עבודה זרה ושיתוף איז ממש א חשש רחוק מאוד מאוד. די יסוד הדברים איז ווען פלוני איז זיך מעמיד אלץ דער צדיק פון וואס די ספרים רעדן, נאכדעם הייבט ער אן משוגע מאכן אז די ספרים זאגן גאר אז ממעג משתף זיין שם שמים ודבר אחר. אנשטאטן זיך קריגן אויף די חלק השיתוף - על אף איר אומגעהויערע יסודות‘דיגע וויכטיגקייט און עיקר שבעיקרים. לאמיר ענדערש קודם מגדר זיין ווער איז דאס דער אומגעהויערע הייליגע געשעעניש ‘צדיק‘ פון וואס די ספרים רעדן. איינמאל איינער איז א ודאי צדיק וועט ער דאך נישט מכשיל זיין כלל ישראל. סאו דא וויל איך זאגן טעיתי, איך האב נעבעך געזוכט דעם אמת אין די עיקרי הדת און עס האט מיר געהאלפן קלאר ווערן די ליקוטים, אבער לא זו דרך המערכה.
די מערכה איז פשוט עד למאוד, מיר טשעלענדזשן איין יסוד: וואס מאכט דעם ‘צדיק‘ פאר א צדיק? וואס פונקטליך דארף ער טון/אדער זיין בכדי צו אריינפיטן דעם הייליגן דיסקריפשאן? סאיז אן ענין פון יחוס?
אדער גאר סמיכה איש מפי איש, אז דער הייליגער טאטע האט מסמיך געווען ידו אויף אויף אים, איי ווער האט מסמיך געווען דעם הייליגן טאטן? דער זיידע. און ווער האט מסמיך געווען דעם זיידן? דעם עלטער זיידן. וכן הלאה. אנשים פשוטים מאוד קענען סומך זיין ‘צדקות‘... על זה אני קורא ‘אין סומכין על הנס‘!
יצחק אבינו האט זיך טועה געווען אין עשיו, כלום אב מעיד על בנו? ווייטער דאס אז חצירות זענען זיך מכבד איינע די אנדערע איז דאך ווייטער א דבר פשוט ואכמ”ל מדארף אלעמאל האבן די צוזאמענארבעט ווען סאיז נוגע וכו‘ ואין למדין ממנו כלום.
בקיצור, אי במערכה עסקינן, דארף די שאלה זיין איינס און א יסודות‘דיגע, נניח דו ביסט גערעכט מיט דיינע אלע פרעדיגערייען אשר אין לא סמך ורמז בתלמוד ושו”ע דידן, אבער וויי געוואלד,
וואס מאכט דיר פאר א ‘צדיק‘???
ווען דו גייסט ווען מיט א קוטשמע און דו פירסט א פיש סטאר נאר דו ביסט נישט קיין בן גדולים וואלסטו דען אויכעט אויסגעקליבן געווארן אלץ מנהיג העדה? כרעד יעצט על הצד אפילו אז דו ביסט יא א וואוילער איד. וואלסט דאך קיינמאל נישט אויסגעקליבן געווארן אלץ מנהיג/רב/צדיק, מיר אלע ווייסן דאס גוט! אלזא וואס דרייסטו א קאפ??!