פליט האט געשריבן: ↑פרייטאג יאנואר 23, 2026 1:40 am
@נקודות טובות
מעג מען מפרסם זיין אן אנדערע איד'ס עבירות אין פאבליק?
מיין חבר נקודות טובות, דו קענסט בעסער לערנען וו מיך, אבער מיט מיין ביסל פארשטאנד שמעקט דאס פון לשון הרע.
איך בין עפעס א פוסק? פארוואס פרעגט איר מיר אייער הלכה'דיגע שאלות? אבער אז איר פרעגט שוין יא וועל איך דיר ענטפערן. זיכער אז נישט! מפרסם זיין א איד'ס עבירות אין פאבליק? היעלה על הדעת? דאס איז דאך געטרעטן על כמה וכמה איסורי תורה! חס ושלום! וואס פאלט אייך בכלל ביי אז מען זאל מעגן? (און גראדע די אייגענע עבירות טאר מען אויך נישט)
אהה, איר מיינט צו פרעגן אויב מיין פאוסט פריער איז אין איינקלאנג מיט די פסקי החפץ חיים? טאקע א גוטע פראגע...
פון דיינע ווערטער קען זיך דאכטן כאילו איך האב דא געפאקט אייינעם אין ווייבער שוהל דאווענען שחרית נאך חצות, און איך גיי ארום פארציילן פאר יעדען. דאס איז נישט די מעשה דא. דער מנוול ומחלל שם שמים האט אליינס בפרהסיא מפרסם געווען זיינע חטאים! איך האב דאס נישט מפרסם געווען! ער האט דאס געטוהן ברבים אויף סטעידזש לעין כל!
איינער וואס שטעלט זיך אויף ברבים זינגען אנשים ונשים, בשעת עס טאנצען נערים ונערות יחדיו אן קיין שום סטאנדארטן אין צניעות, איז א שייגאץ! א גראבע פוסטער שייגאץ און פורק עול! און מען רעדט נישט פון איינער וואס טוט עס צווישן א קליינע ציבור, נאר מען רעדט בפני כל עם ועדה! ובנוסף לזה ווערט עס נאך רעקארדירט נאך אויך!
די תורה הקדושה פסק'ענט מען נישט לויט די שמעק. משיח וועט פסק'ענען לויט די שמעק. שמעקט יא לשון הרע אדער נישט איז נישט קיין מהלך. כמדומה לי נאכן דורך לערנען דעם חפץ חיים איז נישט דא קיין שום פראבלעם צו רעדן לשון הרע אין אזא פאל. ואדרבה. חוץ מזה וואס דאס איז א לשון הרע וואס איז ידיעה לרבים, די וועלט ווייסט דערפון, איז אזא איינער כמדומה אויך נישט אין כלל פון עמיתך.
מען רעדט נישט דא פון זיך שערן די בארד אדער נישט. מען רעדט נישט פון יא לבושי כבוד נישט לבושי כבוד. מען רעדט נישט פון אזא עדווערטייזמענט אדער אזא עד. און ניטאמאל פרא סיסטעם אדער אנטי סיסטעם. דאס איז נישט קיין השקפה נושא בכלל. מען רעדט דא פון די הארבסטע ענינים ביי כלל ישראל. חמורות שבחמורות. די קדושות ישראל! די גאנצע טומאת העמים ר"ל! און דער זינגער ווייסט דאס!
טרעטן אויף די הייקעלסטע נושאים בפרהסיא, איז א פרעכע חוצפה, און א געפערליכע עזות! א בגידה אין בורא כל העולמים און אין כנסת ישראל. משנאך ד' אשנא! מיר וועלן אלע דערווייל שרייען פוי...
איך בין נישט קיין תלמיד חכם, איך קען נישט יעדע תשובה. אבער צו דען איז דא איין פוסק, וואס איז מתיר אזא געפירעכטס? איינס? ברענג מיר א פסק פון אן ארטאדאקסישע רב, עס קען זיין מחדר המנחת יצחק, אגרות משה, ציץ אליעזר, אדער יביע אומר. ניטאמאל איז דאס דומה צו זינגען ביי געמישטע קאנצערטס. דא רעדט מען פון דאס ערגסטע פון דאס ערגסטע, א געהעריגע גוי'שע טמא'נא און עקעלדיגע קלאב!
איינער וואס זאגט ארויס קלאר כי בשרירות ליבי אלך, איך פייף אין יעדען איך טו ווי אזוי מיר שמעקט. דארף מען פיינט האבן! עס איז נישט דא קיין איסור לשון הרע ווען מען רעדט אויף אים, און מען טאר אים נישט דן זיין לכף זכות אזוי ווי דער חפץ חיים שמועסט אויס. איך שרייב גאנץ איינגעהאלטן פשוט כדי אידטיש זאל נישט ווערן קיין פאשקעוויל צענטער און א פלאץ פאר מוחאות. איך וויל האלטן די אידטיש סטאנדארטן. איינער האט נאר אויפגעברענגט די בעקיטשע סומאטאכע, האב איך עס אויסגעמועסט אביסעל מער ברחל בתך.
איך מיין גראדע אז עס איז א טובה פאר כלל ישראל אז דער נבילה האט זיך אפציעל אראפגענומען די מאסקע פון זיין טמא'נע געזיכט. ווי לאנג די נושא איז השקפה, יא בעקיטשע נישט בעקיטשע, יא לאוו נישט לאוו, נעגעטיוועטי ווירסעס פאזעטיוועטי, איז דאס אסאך שווערער פאר די חינוך פון אונזערע קינדער. ווען יעדער שרייט ער מיינט דעם אויבעשטען, דארף מען רחמי שמים. אבער איין מאל דער שגץ טוט זיך אויס די מאסקע, און יעדער זעהט קלאר אז די "נישט בעקיטשע" קומט נישט פון מחשיב זיין די פנימיות, און נישט פון קיין איבערפלוס פון אהבת ישראל, נאר אלעס איז איין גרויסע שטיק הפקירות פון כי בשרירות ליבי אלך, זילא ליה שכיחא ליה פריצה ליה. דאן איז די נסיון געשניטן אויף האלב! הלואי הלואי זאלן אנדערע שקצים וואס שטעלן אן א תמימותדיגע פרצוף אויך אראפ נעמען די מאסקע פונעם געזיכט!
דיין חבר
@נקודות