די בעקיטשע סומאטאכע

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
ארבייטער
ניי צום טיש
פאוסטס: 4
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 26, 2025 5:10 pm
Location: ny
x 14

די בעקיטשע סומאטאכע

פאוסט דורך ארבייטער »

אסאך טינט און שפייעכטס איז שוין אויסגעגעבן געווארן אויף דעם בעקיטשע ניגון.

פון איין זייט שטייען מענטשן מער ביי די קילערישע חתונות וואס קאכן אריין דערין, זיי טרעפן זיך אין דעם ניגון, און נאכדעם איז דא מענטשן מער פון די משפיעישע סארט וואס זיי ווייטאגן אויף די שפראך פון "איך דארף נישט דיין בעקיטשע" וואס הייסט דארפסט נישט? מ'האט אייביג געוויסט אז חיצוניות טראגט א חשובע ארט ביי חסידישע אידן, אפילו די פנימיות איז נישט אזוי איי איי איי, איז נאכאלס וויכטיג נישט צי משנה זיין די חיצוניות, סא זיי טענהן אז מ'דארף זינגען "איך דארף יא דיין בעקיטשע"

די נקודה איז א גערעכטע, איך קריג מיר נישט מיט דעם.

עפעס האט מיר אבער יא געקוועטשט מיט די ווערסיע פון "איך דארף יא דיין בעקיטשע" מיט אלע שיינע תורות..

יא, די העצערס וועלן זאגן אז איך ווער געטריגערט ווען ס'קומט עפעס א פרומער אין געבט אזא בלאז אוועק א פאפולערע ניגון מיט אפאר שטארקע ווערטער, קען זיין, אבער איך מיין ס'האט מיר געבאדערט עפעס טיפערס, לאמיר עס פרובירן צו מסביר זיין.

שראלי גרין'ס ניגון גייט אזוי, "איך דארף נישט דיין בעקיטשע" ס'ברענגט ארויס א נאנשאפט וואס א רבי האט צי זיין תלמיד אדער א נאנשאפט וואס איין חבר האט צום צווייטן, איך האב דיר ליב נישט קיין חילוק וואס, צי מיט דיין בעקיטשע אן דיין בעקיטשע, איך דארף דיר.

די קעגנערס פונעם ניגון וואס טענהן אז א בעקיטשע איז יא א וויכטיגע זאך, ענק זענען גערעכט, ס'איז טאקע וויכטיג, אבער א מענטש דארף עס וויסן פאר זיך אליין, בלייב מיטן בעקיטשע, אבער ווען ס'קומט צי יענעם? דארף מען ליב האבן א איד, נישט קיין חילוק וואס.

פארוואס דארפן ענק יענעמס בעקיטשע?

אז א משפיע וויל דוקא ארויסברענגן די וויכטיקייט פון בעקיטשעס זאל ער מאכן די ניגון אביסל אנדערש.

🎵 איך דארף יא מיין בעקיטשע, איך דארף נישט דיין בעקיטשע, די עיקר וואס איך דארף איז דיר 🎵
מקולות מים רבים
ניי צום טיש
פאוסטס: 8
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 10:39 am
x 19

Re: די בעקיטשע סומאטאכע

פאוסט דורך מקולות מים רבים »

חוץ פון די ווערטער יא בעקיטשע נישט בעקיטשע איז די עצם אריינמישן גוי'שע ווערטער ביי א אידישע ניגון איז נישט אזוי צום זאך
ארבייטער
ניי צום טיש
פאוסטס: 4
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 26, 2025 5:10 pm
Location: ny
x 14

Re: די בעקיטשע סומאטאכע

פאוסט דורך ארבייטער »

מקולות מים רבים האט געשריבן: זונטאג יאנואר 18, 2026 7:32 am חוץ פון די ווערטער יא בעקיטשע נישט בעקיטשע איז די עצם אריינמישן גוי'שע ווערטער ביי א אידישע ניגון איז נישט אזוי צום זאך
גערעכט, מיי מיסטעיק, ער האט אויך א אידישע ווערסיע אויף דעם, ס'מיר פשוט ארויס פון קאפ, שוין געפיקסט.
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1409
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 2113

Re: די בעקיטשע סומאטאכע

פאוסט דורך יאנטשי »

איז עפעס ראנג מיט מיר אז איך ווייס נישט פון וועלכע ניגון מען רעדט דא?
ארבייטער
ניי צום טיש
פאוסטס: 4
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 26, 2025 5:10 pm
Location: ny
x 14

Re: די בעקיטשע סומאטאכע

פאוסט דורך ארבייטער »

יאנטשי האט געשריבן: זונטאג יאנואר 18, 2026 11:08 am איז עפעס ראנג מיט מיר אז איך ווייס נישט פון וועלכע ניגון מען רעדט דא?
ח"ו, איך האב נישט געוויסט אז ס'דרייען זיך דא אידן וואס זענען פרומער פון ר' חיים שלמה בערגער פון קאסא גראנדע, אדער פון הרב אלעזר ניסן רובין..

עה.. דשאסט מעסינג וויט יו, זיי דארפן קענען די ניגון ווייל צי זיי קומען אן די קעיסעס.. ;)
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2246
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 7256

Re: די בעקיטשע סומאטאכע

פאוסט דורך נקודות טובות »

ארבייטער האט געשריבן: זונטאג יאנואר 18, 2026 3:25 am אסאך טינט און שפייעכטס איז שוין אויסגעגעבן געווארן אויף דעם בעקיטשע ניגון.

פון איין זייט שטייען מענטשן מער ביי די קילערישע חתונות וואס קאכן אריין דערין, זיי טרעפן זיך אין דעם ניגון, און נאכדעם איז דא מענטשן מער פון די משפיעישע סארט וואס זיי ווייטאגן אויף די שפראך פון "איך דארף נישט דיין בעקיטשע" וואס הייסט דארפסט נישט? מ'האט אייביג געוויסט אז חיצוניות טראגט א חשובע ארט ביי חסידישע אידן, אפילו די פנימיות איז נישט אזוי איי איי איי, איז נאכאלס וויכטיג נישט צי משנה זיין די חיצוניות, סא זיי טענהן אז מ'דארף זינגען "איך דארף יא דיין בעקיטשע"

די נקודה איז א גערעכטע, איך קריג מיר נישט מיט דעם.

עפעס האט מיר אבער יא געקוועטשט מיט די ווערסיע פון "איך דארף יא דיין בעקיטשע" מיט אלע שיינע תורות..

יא, די העצערס וועלן זאגן אז איך ווער געטריגערט ווען ס'קומט עפעס א פרומער אין געבט אזא בלאז אוועק א פאפולערע ניגון מיט אפאר שטארקע ווערטער, קען זיין, אבער איך מיין ס'האט מיר געבאדערט עפעס טיפערס, לאמיר עס פרובירן צו מסביר זיין.

שראלי גרין'ס ניגון גייט אזוי, "איך דארף נישט דיין בעקיטשע" ס'ברענגט ארויס א נאנשאפט וואס א רבי האט צי זיין תלמיד אדער א נאנשאפט וואס איין חבר האט צום צווייטן, איך האב דיר ליב נישט קיין חילוק וואס, צי מיט דיין בעקיטשע אן דיין בעקיטשע, איך דארף דיר.

די קעגנערס פונעם ניגון וואס טענהן אז א בעקיטשע איז יא א וויכטיגע זאך, ענק זענען גערעכט, ס'איז טאקע וויכטיג, אבער א מענטש דארף עס וויסן פאר זיך אליין, בלייב מיטן בעקיטשע, אבער ווען ס'קומט צי יענעם? דארף מען ליב האבן א איד, נישט קיין חילוק וואס.

פארוואס דארפן ענק יענעמס בעקיטשע?

אז א משפיע וויל דוקא ארויסברענגן די וויכטיקייט פון בעקיטשעס זאל ער מאכן די ניגון אביסל אנדערש.

🎵 איך דארף יא מיין בעקיטשע, איך דארף נישט דיין בעקיטשע, די עיקר וואס איך דארף איז דיר 🎵
איך ווייס נישט וועלכע טינט און שפייעכטס איז אויסגעגעבן געווארן אויף דעם. און איך פארשטיי נישט פארוואס א משפיע זאל זיך קימערן מיט די ניגון בכלל. לדעתי א משפיע וואס רעדט שוין יא, זאל אנשטאט רעדן די שעדליכקייט פונעם ניגון, רעדן פונעם גברא זעלבסט.

מען רעדט דא פון די סאמע נידריגסטע וואס כלל ישראל פארמאגט. איינער וואס זינגט צוזאמען מיט (אויסגעלאסענע) פרויען ברבים ביי געמישטע חתונות אויפן סטעידזש, איז א שגץ! איין מאל עס איז קלאר אז ער איז א שגץ, מיין איך אז עס האט נישט קיין פשט צו רעדן פון זיינע ניגונים. ער איז א שגץ סיי ווי! מען רעדט נישט פון השקפה דא, מען רעדט דא פון יסוד קדושתן של ישראל!

אבער אז דו ברענגסט עס ארויף, וועל איך דיר שוין ענטפערן לויט ווי איך פארשטיי. איך מיין אז ס׳איז דא א קליינער, אבער זייער יסודות׳דיגער חילוק אין ווי אזוי מ׳לערענט פשט אין דעם ניגון.

ווי איך פארשטיי איז נישט די נקודה פון "איך דארף נישט דיין בעקיטשע“ אז איך האב דיר ליב אפילו דו גייסט נישט מיט א בעקיטשע. נאר ענדערש אז איך "דארף נישט" דיין בעקיטשע. דיין בעקיטשע מיינט ביי מיר גארנישט. עס איז גענצליך איבריג. איך דארף עס נישט!

דאס אז חיצניות איז א טפל ווייסט יעדער. אודאי איז די תכלית נישט די בעקיטשע, נאר די תכלית איז די די פנימיות. אבער די מעסעדזש קען געשיקט ווערן אויף עטליכע אפנים, און עס קען אויך קומען פון גענצליך אנדערע ענגעלס.

צו זיין אפען. מען רעדט נישט פון א קלאסישער זינגער וואס ברענגט ארויס אז אפילו איינער גייט נישט מיט קיין היט און רעקל, דארף מען אויך ליב האבן. נאר דער זינגער איז א באקאנטער צולאזטער הפקר אינג. ווען ער זינגט איך דארף נישט דיין בעקיטשע קומט דאס נישט בתורת מוסר אז מען דארף ליב האבן א צווייטן אפגעזעהן צו יא בעקיטשע אדער נישט. נאר מיט א מעסעדזש אז די בעקיטשע איז נישט מעלה ומוריד.

וממילא די ערשטע זאך פרעג איך אים, איך הער אז דו דארפסט נישט קיין בעקיטשע, אבער וואס דארפסטו יא? הפקירות? דו שפירסט אז די בעקיטשע איז וואס האלט אפ די הפקירות? נו אויב אזוי איז מאיבי תחכמני, און איך דארף יא דיין בעקיטשע! פארוואס? ווייל איך וויל נישט קיין הפקירות! איי ווער האט אפגעמאכט אז א בעקיטשע ברענגט כובד ראש? דו! דו אליינס! דו ביסט דער מחבר פון דעם ניגון, נישט איך! דו ביסט דער וואס האט מיר אויפגעקלערט אז א בעקיטשע וכובד ראש איז הא בהא תליא!
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1409
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 2113

Re: די בעקיטשע סומאטאכע

פאוסט דורך יאנטשי »

גערעכט, איך גלייב דער משפיע האט נישט גערעדט פונעם ניגון דווקא, נאר איבער די געדאנק וואס ווערט לעצטענס געשטיפט דורך די לאוו באוועגונג, דער בעל מנגן איז נישט דער מחדש פון די לאזונג.

וואס דו שרייבסט איבער אזאנע זינגער ביסטו 100% גערעכט, די טראסק וואס די א.ג, היימישע עולם הנגינה האט געכאפט די לעצטע 10 יאר איז אומבאשרייבלעך, ממש אן קיין גבולים.
Who knows
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 259
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 8:04 pm
x 415

Re: די בעקיטשע סומאטאכע

פאוסט דורך Who knows »

גראדע אויב מ'הערט די סענטענס אין קאנטעקסט איז עס נישט אזוי שלעכט ווי עס זעהט אויס פאר זיך אליינס, עס איז א מעשה ווי א תלמיד איז געפארן צו זיין רבי און דערמאנט אז ער האט נישט מיט געברענגט זיין בעקיטשע האט אים די רבי געזאגט וכו'. אבער קען זיין אז די פאל איז געמאכט געווארן צו זיין אוט אוו קאנטעקסט.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3398
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3946

Re: די בעקיטשע סומאטאכע

פאוסט דורך אנדערער »

נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 21, 2026 9:33 pm
ארבייטער האט געשריבן: זונטאג יאנואר 18, 2026 3:25 am אסאך טינט און שפייעכטס איז שוין אויסגעגעבן געווארן אויף דעם בעקיטשע ניגון.

פון איין זייט שטייען מענטשן מער ביי די קילערישע חתונות וואס קאכן אריין דערין, זיי טרעפן זיך אין דעם ניגון, און נאכדעם איז דא מענטשן מער פון די משפיעישע סארט וואס זיי ווייטאגן אויף די שפראך פון "איך דארף נישט דיין בעקיטשע" וואס הייסט דארפסט נישט? מ'האט אייביג געוויסט אז חיצוניות טראגט א חשובע ארט ביי חסידישע אידן, אפילו די פנימיות איז נישט אזוי איי איי איי, איז נאכאלס וויכטיג נישט צי משנה זיין די חיצוניות, סא זיי טענהן אז מ'דארף זינגען "איך דארף יא דיין בעקיטשע"

די נקודה איז א גערעכטע, איך קריג מיר נישט מיט דעם.

עפעס האט מיר אבער יא געקוועטשט מיט די ווערסיע פון "איך דארף יא דיין בעקיטשע" מיט אלע שיינע תורות..

יא, די העצערס וועלן זאגן אז איך ווער געטריגערט ווען ס'קומט עפעס א פרומער אין געבט אזא בלאז אוועק א פאפולערע ניגון מיט אפאר שטארקע ווערטער, קען זיין, אבער איך מיין ס'האט מיר געבאדערט עפעס טיפערס, לאמיר עס פרובירן צו מסביר זיין.

שראלי גרין'ס ניגון גייט אזוי, "איך דארף נישט דיין בעקיטשע" ס'ברענגט ארויס א נאנשאפט וואס א רבי האט צי זיין תלמיד אדער א נאנשאפט וואס איין חבר האט צום צווייטן, איך האב דיר ליב נישט קיין חילוק וואס, צי מיט דיין בעקיטשע אן דיין בעקיטשע, איך דארף דיר.

די קעגנערס פונעם ניגון וואס טענהן אז א בעקיטשע איז יא א וויכטיגע זאך, ענק זענען גערעכט, ס'איז טאקע וויכטיג, אבער א מענטש דארף עס וויסן פאר זיך אליין, בלייב מיטן בעקיטשע, אבער ווען ס'קומט צי יענעם? דארף מען ליב האבן א איד, נישט קיין חילוק וואס.

פארוואס דארפן ענק יענעמס בעקיטשע?

אז א משפיע וויל דוקא ארויסברענגן די וויכטיקייט פון בעקיטשעס זאל ער מאכן די ניגון אביסל אנדערש.

🎵 איך דארף יא מיין בעקיטשע, איך דארף נישט דיין בעקיטשע, די עיקר וואס איך דארף איז דיר 🎵
איך ווייס נישט וועלכע טינט און שפייעכטס איז פארגאסן געווארן אויף דעם. און איך פארשטיי נישט פארוואס א משפיע זאל זיך קימערן מיט די ניגון בכלל. לדעתי א משפיע וואס רעדט שוין יא, זאל אנשטאט רעדן די שעדליכקייט פונעם ניגון, רעדן פונעם גברא זעלבסט.

מען רעדט דא פון די סאמע נידריגסטע וואס כלל ישראל פארמאגט. איינער וואס זינגט צוזאמען מיט (אויסגעלאסענע) פרויען ברבים ביי געמישטע חתונות אויפן סטעידזש, איז א שגץ! איין מאל עס איז קלאר אז ער איז א שגץ, מיין איך אז עס האט נישט קיין פשט צו רעדן פון זיינע ניגונים. ער איז א שגץ סיי ווי! מען רעדט נישט פון השקפה דא, מען רעדט דא פון יסוד קדושתן של ישראל!

אבער אז דו ברענגסט עס ארויף, וועל איך דיר שוין ענטפערן לויט ווי איך פארשטיי. איך מיין אז ס׳איז דא א קליינער, אבער זייער יסודות׳דיגער חילוק אין ווי אזוי מ׳לערענט פשט אין דעם ניגון.

ווי איך פארשטיי איז נישט די נקודה פון "איך דארף נישט דיין בעקיטשע“ אז איך האב דיר ליב אפילו דו גייסט נישט מיט א בעקיטשע. נאר ענדערש אז איך "דארף נישט" דיין בעקיטשע. דיין בעקיטשע איז ביי מיר נישט מעלה ומוריד. עס איז גענצליך איבריג. איך דארף עס נישט!

דאס אז חיצניות איז א טפל ווייסט יעדער. אודאי איז די תכלית נישט די בעקיטשע, נאר די תכלית איז די די פנימיות. אבער די מעסעדזש קען געשיקט ווערן אויף עטליכע אפנים, און עס קען אויך קומען פון גענצליך אנדערע ענגעלס.

צו זיין אפען. מען רעדט נישט פון א קלאסישער זינגער וואס ברענגט ארויס אז אפילו איינער גייט נישט מיט קיין היט און רעקל, דארף מען אויך ליב האבן. נאר דער זינגער איז א באקאנטער צולאזטער הפקר אינג. ווען ער זינגט איך דארף נישט דיין בעקיטשע קומט דאס נישט בתורת מוסר אז מען דארף ליב האבן א צווייטן אפגעזעהן צו יא בעקיטשע אדער נישט. נאר מיט א מעסעדזש אז די בעקיטשע איז נישט מעלה ומוריד.

וממילא די ערשטע זאך פרעג איך אים, איך הער אז דו דארפסט נישט קיין בעקיטשע, אבער וואס דארפסטו יא? הפקירות? דו שפירסט אז די בעקיטשע איז וואס האלט אפ די הפקירות? נו אויב אזוי איז מאיבי תחכמני, און איך דארף יא דיין בעקיטשע! פארוואס? ווייל איך וויל נישט קיין הפקירות! איי ווער האט אפגעמאכט אז א בעקיטשע ברענגט כובד ראש? דו! דו אליינס! דו ביסט דער מחבר פון דעם ניגון, נישט איך! דו ביסט דער וואס איז מיר מגלה דעת אז בעקיטשע וכובד ראש איז הא בהא תליא!
לייק x10
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2354
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 4889

Re: די בעקיטשע סומאטאכע

פאוסט דורך הדסים »

נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 21, 2026 9:33 pm איינער וואס זינגט צוזאמען מיט (אויסגעלאסענע) פרויען ברבים ביי געמישטע חתונות אויפן סטעידזש,
דו מיינסט עס אמת'דיג?

כ'פיל ווי א ישיבה קטנה בחור יעצט..
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3398
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3946

Re: די בעקיטשע סומאטאכע

פאוסט דורך אנדערער »

הדסים האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 21, 2026 11:19 pm
נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 21, 2026 9:33 pm איינער וואס זינגט צוזאמען מיט (אויסגעלאסענע) פרויען ברבים ביי געמישטע חתונות אויפן סטעידזש,
דו מיינסט עס אמת'דיג?

כ'פיל ווי א ישיבה קטנה בחור יעצט..
יא ליידער
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
זלמעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 150
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 10:17 am
x 491

Re: די בעקיטשע סומאטאכע

פאוסט דורך זלמעלע »

נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 21, 2026 9:33 pm מען רעדט דא פון די סאמע נידריגסטע וואס כלל ישראל פארמאגט. איינער וואס זינגט צוזאמען מיט (אויסגעלאסענע) פרויען ברבים ביי געמישטע חתונות אויפן סטעידזש, איז א שגץ! איין מאל עס איז קלאר אז ער איז א שגץ, מיין איך אז עס האט נישט קיין פשט צו רעדן פון זיינע ניגונים. ער איז א שגץ סיי ווי! מען רעדט נישט פון השקפה דא, מען רעדט דא פון יסוד קדושתן של ישראל!
די רעדסט נישט אויף די צווייטער וואס זינגט מיט מיט עם די ניגון, א יא? אזוי האף איך...
פאטש מיר
ניי צום טיש
פאוסטס: 4
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 19, 2023 4:24 pm
x 9

Re: די בעקיטשע סומאטאכע

פאוסט דורך פאטש מיר »

נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 21, 2026 9:33 pm
ארבייטער האט געשריבן: זונטאג יאנואר 18, 2026 3:25 am אסאך טינט און שפייעכטס איז שוין אויסגעגעבן געווארן אויף דעם בעקיטשע ניגון.

פון איין זייט שטייען מענטשן מער ביי די קילערישע חתונות וואס קאכן אריין דערין, זיי טרעפן זיך אין דעם ניגון, און נאכדעם איז דא מענטשן מער פון די משפיעישע סארט וואס זיי ווייטאגן אויף די שפראך פון "איך דארף נישט דיין בעקיטשע" וואס הייסט דארפסט נישט? מ'האט אייביג געוויסט אז חיצוניות טראגט א חשובע ארט ביי חסידישע אידן, אפילו די פנימיות איז נישט אזוי איי איי איי, איז נאכאלס וויכטיג נישט צי משנה זיין די חיצוניות, סא זיי טענהן אז מ'דארף זינגען "איך דארף יא דיין בעקיטשע"

די נקודה איז א גערעכטע, איך קריג מיר נישט מיט דעם.

עפעס האט מיר אבער יא געקוועטשט מיט די ווערסיע פון "איך דארף יא דיין בעקיטשע" מיט אלע שיינע תורות..

יא, די העצערס וועלן זאגן אז איך ווער געטריגערט ווען ס'קומט עפעס א פרומער אין געבט אזא בלאז אוועק א פאפולערע ניגון מיט אפאר שטארקע ווערטער, קען זיין, אבער איך מיין ס'האט מיר געבאדערט עפעס טיפערס, לאמיר עס פרובירן צו מסביר זיין.

שראלי גרין'ס ניגון גייט אזוי, "איך דארף נישט דיין בעקיטשע" ס'ברענגט ארויס א נאנשאפט וואס א רבי האט צי זיין תלמיד אדער א נאנשאפט וואס איין חבר האט צום צווייטן, איך האב דיר ליב נישט קיין חילוק וואס, צי מיט דיין בעקיטשע אן דיין בעקיטשע, איך דארף דיר.

די קעגנערס פונעם ניגון וואס טענהן אז א בעקיטשע איז יא א וויכטיגע זאך, ענק זענען גערעכט, ס'איז טאקע וויכטיג, אבער א מענטש דארף עס וויסן פאר זיך אליין, בלייב מיטן בעקיטשע, אבער ווען ס'קומט צי יענעם? דארף מען ליב האבן א איד, נישט קיין חילוק וואס.

פארוואס דארפן ענק יענעמס בעקיטשע?

אז א משפיע וויל דוקא ארויסברענגן די וויכטיקייט פון בעקיטשעס זאל ער מאכן די ניגון אביסל אנדערש.

🎵 איך דארף יא מיין בעקיטשע, איך דארף נישט דיין בעקיטשע, די עיקר וואס איך דארף איז דיר 🎵
איך ווייס נישט וועלכע טינט און שפייעכטס איז פארגאסן געווארן אויף דעם. און איך פארשטיי נישט פארוואס א משפיע זאל זיך קימערן מיט די ניגון בכלל. לדעתי א משפיע וואס רעדט שוין יא, זאל אנשטאט רעדן די שעדליכקייט פונעם ניגון, רעדן פונעם גברא זעלבסט.

מען רעדט דא פון די סאמע נידריגסטע וואס כלל ישראל פארמאגט. איינער וואס זינגט צוזאמען מיט (אויסגעלאסענע) פרויען ברבים ביי געמישטע חתונות אויפן סטעידזש, איז א שגץ! איין מאל עס איז קלאר אז ער איז א שגץ, מיין איך אז עס האט נישט קיין פשט צו רעדן פון זיינע ניגונים. ער איז א שגץ סיי ווי! מען רעדט נישט פון השקפה דא, מען רעדט דא פון יסוד קדושתן של ישראל!

אבער אז דו ברענגסט עס ארויף, וועל איך דיר שוין ענטפערן לויט ווי איך פארשטיי. איך מיין אז ס׳איז דא א קליינער, אבער זייער יסודות׳דיגער חילוק אין ווי אזוי מ׳לערענט פשט אין דעם ניגון.

ווי איך פארשטיי איז נישט די נקודה פון "איך דארף נישט דיין בעקיטשע“ אז איך האב דיר ליב אפילו דו גייסט נישט מיט א בעקיטשע. נאר ענדערש אז איך "דארף נישט" דיין בעקיטשע. דיין בעקיטשע איז ביי מיר נישט מעלה ומוריד. עס איז גענצליך איבריג. איך דארף עס נישט!

דאס אז חיצניות איז א טפל ווייסט יעדער. אודאי איז די תכלית נישט די בעקיטשע, נאר די תכלית איז די די פנימיות. אבער די מעסעדזש קען געשיקט ווערן אויף עטליכע אפנים, און עס קען אויך קומען פון גענצליך אנדערע ענגעלס.

צו זיין אפען. מען רעדט נישט פון א קלאסישער זינגער וואס ברענגט ארויס אז אפילו איינער גייט נישט מיט קיין היט און רעקל, דארף מען אויך ליב האבן. נאר דער זינגער איז א באקאנטער צולאזטער הפקר אינג. ווען ער זינגט איך דארף נישט דיין בעקיטשע קומט דאס נישט בתורת מוסר אז מען דארף ליב האבן א צווייטן אפגעזעהן צו יא בעקיטשע אדער נישט. נאר מיט א מעסעדזש אז די בעקיטשע איז נישט מעלה ומוריד.

וממילא די ערשטע זאך פרעג איך אים, איך הער אז דו דארפסט נישט קיין בעקיטשע, אבער וואס דארפסטו יא? הפקירות? דו שפירסט אז די בעקיטשע איז וואס האלט אפ די הפקירות? נו אויב אזוי איז מאיבי תחכמני, און איך דארף יא דיין בעקיטשע! פארוואס? ווייל איך וויל נישט קיין הפקירות! איי ווער האט אפגעמאכט אז א בעקיטשע ברענגט כובד ראש? דו! דו אליינס! דו ביסט דער מחבר פון דעם ניגון, נישט איך! דו ביסט דער וואס איז מיר מגלה דעת אז בעקיטשע וכובד ראש איז הא בהא תליא!
איך בין נישט מחולק מיט דיר איבער די רוחניותדיגער שטאנדפונקט פון דעם בעל מנגן, אבער איך האב מורא אז דיינע ביישפילן פון זיינע חטאים זענען נישט אמת.
זבולון שטיינקלאץ
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 141
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 3:17 pm
x 391

Re: די בעקיטשע סומאטאכע

פאוסט דורך זבולון שטיינקלאץ »

פאטש מיר האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 22, 2026 11:46 am

ס'דא ווידעא. קיינער קען עס נישט לייקענען
שמות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 446
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 4:24 pm
Location: Brooklyn
x 294

Re: די בעקיטשע סומאטאכע

פאוסט דורך שמות »

איך בין איהם דן לכף זכות.
מן הסתם נישט געוואוסט ווי ער פאלט אריין.
איך האב אים געזען שבת מיט זיין טיש בעקיטשע...
אוועיטער
פליט
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4457
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:50 am
x 17173

Re: די בעקיטשע סומאטאכע

פאוסט דורך פליט »

@נקודות טובות
מעג מען מפרסם זיין אן אנדערע איד'ס עבירות אין פאבליק?

מיין חבר נקודות טובות, דו קענסט בעסער לערנען וו מיך, אבער מיט מיין ביסל פארשטאנד שמעקט דאס פון לשון הרע.
חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 10, 2026 11:46 pm נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2246
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 7256

Re: די בעקיטשע סומאטאכע

פאוסט דורך נקודות טובות »

פליט האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 23, 2026 1:40 am @נקודות טובות
מעג מען מפרסם זיין אן אנדערע איד'ס עבירות אין פאבליק?

מיין חבר נקודות טובות, דו קענסט בעסער לערנען וו מיך, אבער מיט מיין ביסל פארשטאנד שמעקט דאס פון לשון הרע.
איך בין עפעס א פוסק? פארוואס פרעגט איר מיר אייער הלכה'דיגע שאלות? אבער אז איר פרעגט שוין יא וועל איך דיר ענטפערן. זיכער אז נישט! מפרסם זיין א איד'ס עבירות אין פאבליק? היעלה על הדעת? דאס איז דאך געטרעטן על כמה וכמה איסורי תורה! חס ושלום! וואס פאלט אייך בכלל ביי אז מען זאל מעגן? (און גראדע די אייגענע עבירות טאר מען אויך נישט)

אהה, איר מיינט צו פרעגן אויב מיין פאוסט פריער איז אין איינקלאנג מיט די פסקי החפץ חיים? טאקע א גוטע פראגע...

פון דיינע ווערטער קען זיך דאכטן כאילו איך האב דא געפאקט אייינעם אין ווייבער שוהל דאווענען שחרית נאך חצות, און איך גיי ארום פארציילן פאר יעדען. דאס איז נישט די מעשה דא. דער מנוול ומחלל שם שמים האט אליינס בפרהסיא מפרסם געווען זיינע חטאים! איך האב דאס נישט מפרסם געווען! ער האט דאס געטוהן ברבים אויף סטעידזש לעין כל!

איינער וואס שטעלט זיך אויף ברבים זינגען אנשים ונשים, בשעת עס טאנצען נערים ונערות יחדיו אן קיין שום סטאנדארטן אין צניעות, איז א שייגאץ! א גראבע פוסטער שייגאץ און פורק עול! און מען רעדט נישט פון איינער וואס טוט עס צווישן א קליינע ציבור, נאר מען רעדט בפני כל עם ועדה! ובנוסף לזה ווערט עס נאך רעקארדירט נאך אויך!

די תורה הקדושה פסק'ענט מען נישט לויט די שמעק. משיח וועט פסק'ענען לויט די שמעק. שמעקט יא לשון הרע אדער נישט איז נישט קיין מהלך. כמדומה לי נאכן דורך לערנען דעם חפץ חיים איז נישט דא קיין שום פראבלעם צו רעדן לשון הרע אין אזא פאל. ואדרבה. חוץ מזה וואס דאס איז א לשון הרע וואס איז ידיעה לרבים, די וועלט ווייסט דערפון, איז אזא איינער כמדומה אויך נישט אין כלל פון עמיתך.

מען רעדט נישט דא פון זיך שערן די בארד אדער נישט. מען רעדט נישט פון יא לבושי כבוד נישט לבושי כבוד. מען רעדט נישט פון אזא עדווערטייזמענט אדער אזא עד. און ניטאמאל פרא סיסטעם אדער אנטי סיסטעם. דאס איז נישט קיין השקפה נושא בכלל. מען רעדט דא פון די הארבסטע ענינים ביי כלל ישראל. חמורות שבחמורות. די קדושות ישראל! די גאנצע טומאת העמים ר"ל! און דער זינגער ווייסט דאס!

טרעטן אויף די הייקעלסטע נושאים בפרהסיא, איז א פרעכע חוצפה, און א געפערליכע עזות! א בגידה אין בורא כל העולמים און אין כנסת ישראל. משנאך ד' אשנא! מיר וועלן אלע דערווייל שרייען פוי...

איך בין נישט קיין תלמיד חכם, איך קען נישט יעדע תשובה. אבער צו דען איז דא איין פוסק, וואס איז מתיר אזא געפירעכטס? איינס? ברענג מיר א פסק פון אן ארטאדאקסישע רב, עס קען זיין מחדר המנחת יצחק, אגרות משה, ציץ אליעזר, אדער יביע אומר. ניטאמאל איז דאס דומה צו זינגען ביי געמישטע קאנצערטס. דא רעדט מען פון דאס ערגסטע פון דאס ערגסטע, א געהעריגע גוי'שע טמא'נא און עקעלדיגע קלאב!

איינער וואס זאגט ארויס קלאר כי בשרירות ליבי אלך, איך פייף אין יעדען איך טו ווי אזוי מיר שמעקט. דארף מען פיינט האבן! עס איז נישט דא קיין איסור לשון הרע ווען מען רעדט אויף אים, און מען טאר אים נישט דן זיין לכף זכות אזוי ווי דער חפץ חיים שמועסט אויס. איך שרייב גאנץ איינגעהאלטן פשוט כדי אידטיש זאל נישט ווערן קיין פאשקעוויל צענטער און א פלאץ פאר מוחאות. איך וויל האלטן די אידטיש סטאנדארטן. איינער האט נאר אויפגעברענגט די בעקיטשע סומאטאכע, האב איך עס אויסגעמועסט אביסעל מער ברחל בתך.

איך מיין גראדע אז עס איז א טובה פאר כלל ישראל אז דער נבילה האט זיך אפציעל אראפגענומען די מאסקע פון זיין טמא'נע געזיכט. ווי לאנג די נושא איז השקפה, יא בעקיטשע נישט בעקיטשע, יא לאוו נישט לאוו, נעגעטיוועטי ווירסעס פאזעטיוועטי, איז דאס אסאך שווערער פאר די חינוך פון אונזערע קינדער. ווען יעדער שרייט ער מיינט דעם אויבעשטען, דארף מען רחמי שמים. אבער איין מאל דער שגץ טוט זיך אויס די מאסקע, און יעדער זעהט קלאר אז די "נישט בעקיטשע" קומט נישט פון מחשיב זיין די פנימיות, און נישט פון קיין איבערפלוס פון אהבת ישראל, נאר אלעס איז איין גרויסע שטיק הפקירות פון כי בשרירות ליבי אלך, זילא ליה שכיחא ליה פריצה ליה. דאן איז די נסיון געשניטן אויף האלב! הלואי הלואי זאלן אנדערע שקצים וואס שטעלן אן א תמימותדיגע פרצוף אויך אראפ נעמען די מאסקע פונעם געזיכט!

דיין חבר @נקודות
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
שרייב פאוסט