אויף מיין חידה #2 וואס איך האב געפרעגט
אויף וועלכע שפראך דארף מען איבערטייטשן "שושנים" אריינצולייגן ביי 'עמעזאן', אז אין די רעזולטאטן זאל ארויפקומען 'פונקט' די תועבה קאלירן וואס טוט סימבאליזירן אז מען רעספעקטירט די גרעסטע מנאצי ה' זייט בריאת העולם,
לשון הקודש?
אידיש?
ענגליש?
פראנצויזיש?
גריכיש?
ספאניש?
איז געווען דא אן ענטפער פון
@totty מיט איין ווארט
COLORED FLAG!
און ער האט דערביי ארויפגעלייגט א סקרינשאט ווי מען האט אנגעבליך געזעהן די רעזולטאן פון א סוירטש אויף עמעזאן אז מען האט געזוכט די ווערטער "colored flag", און עס זענען ארויפקומען תועבה פענער.
נאר ווי אויבנדערמאנט איז צוליב די סקרינשאט געווארן פארמעקט די גאנצע תגובה נאך פאר איך בין אנגעקומען צו שיקן מיין ענטפער,
אבער היות דאס איז זייער וויכטיג צו אויסצוקלארן די לעצטע שרייפל פון די מעשה, דעריבער וועל איך דא שיקן מיין ענטפער וואס איך האב שוין געהאלטן גרייט, נאר געדארפט ענדיגן די סקרינשאטס,
[אפדעיט יעצט זעה איך @totty האט אין די קומענדיגע תוגבה איבערגעלייגט זיין ענטפער, דעריבער איז טאקע וויכטיג דאס וואס איך שיק דא]
די פאלגענדע האב איך געשריבן:
- - -
איך מוז דא אפגעבן א גרויסן יישר כח פאר די ענטפער וואס איר האט געהאט געשריבן מיט די בייגעלייגטע סקרינשאט, ווייל דורכדעם טוט איר אליין טאקע מיט אייערע אייגענע ווערטער אראפנאגלען די לעצטע שרייפל פון די זאך, און דורך אייער אייגענע געשרייבעכץ האט איר יעצט פשוט באשטעטיגט, אז די גאנצע טשיקאווע מעשה'לע פון די אנגעבליכע 'שפיצעל' פרוי... וואס האט פלעין געזוכט אויף עמעזאן די ווערטער "colored flag"... און עס איז פשוט ארויפגעקומען די תועבה פענער... איז א פראסטע שקר, און מען האט דאס פשוט אויסגעזויגן כדי צו פארווישן די מעשה תועבה וואס איז פארגעקומען בריש כל חוצות.
איך גיי נישט יעצט רעדן פון די נקודה אז "שושנים" ווערט אין קיין איין שפראך \ דיקשאנערי נישט איבערגעטייטשט צי "colored flag", וואס דאס אליין מאכט שוין אז די מעשה זאל נישט מאכן קיין טראפ סענס פאר יעדע נארמאלע מענטש.
ווי אויך זענען דא אנדערע נקודות אויפצו-ווייזן פון אייער אייגענע ווערטער וואס די פענער אליין טוען פארשטעלן אפילו אן קיין ווערטער, וואס מיר וועלן נאך אפשר צוריקקומען אין אן אנדערע געלעגנהייט.
אבער די עיקר וואס מיר ווילן יעצט אדרעסירן, אז אפילו אויב נניח אז עס זאל זיך יא קענען פאר איינעם האבן געדאכט אז "שושנים" מיינט קאלירטע פענער, איז דאס אבער געווען א זיוף ברבים במילתא דעבידי לגלויי, מיטן שרייבן אז ווען מען זוכט אויף עמעזאן די ווערטער "colored flag", דאן וועט ארויפקומען די תועבה פענער.
איך האב פריער אליין אויספרובירט אריינצולייגן די ווערטער "colored flag"ביי עמעזאן, און עס איז נישט ארויפגעקומען ביי די 14 פון שורות פון רעזולטאטן (5 אויף יעדע שורה) 'קיין איין' תועבה פאן!!!!! (חוץ די אונטערשטע עד, ווי באלד אויסגעשמועסט) נאר טויזנטער פענער מיט אלע סארט קאלירן וואס קיין איינס איז נישט די פונקטליכע תועבה קאלירן, אזויווי יעדער קען זעהן מיין סקרינשאט ביים סוף פון די תגובה,
און אדרבה זאל יעדער איינער אליין פרובירן ביי זיך און זעהן די רעזולטאטן.
נאר די סקרינשאט וואסס איז געווען דא ארויפגעלייגט, איז באמת מזוייף מתוכו, ווייל וויאזוי שטימט דאס אז אין די סוירטש באקסל שטייען די ווערטער "colored flag", בשעת די אייטעם וואס איז ארויפגעקומען האט נישט די דעסקריפשען אלץ א "colored flag"??? אתמהה???
נאר וואס דען, די סקרינשאט איז געווען ספעציעל א געשטיקעלטע מעשה געמאכט צו באפעסטיגן דעם שקר,
ווייל די סדר ביי עמעזאן ווען מען זוכט עפעס, קומט קודם כמעט די גאנצע פעידזש די סוירטש רעזולטאטן, נאר זיי לייגן אלץ צו פון אונטן געספאנסערטע עדס, יעצט ווען מען מאכט א סוירטש אויף די ווערטער "colored flag" קומען ארויף איבער 100,000!!! רעזולטאטן פון אלע סארטן קאלירטע פענער, און נאר ווען מען סקראלט אראפ גאנץ אונטן פון די פעידזש איז דא א געספאנסערטע עד פון א קאמפאני וואס קוקט אויס זיי מאכן ספעציעל די תועבה פענער, וואס אויף זייערע עדס שטייט טאקע גראב ארויסגעשריבן די תועבה ווארט,
וואס אגב, ביי א קאמפיוטער וואס האט נעטפרי ווערט די עד צענזורירט (זעהט אויס אז גדר איז טאקע נישט אזוי ...) און איך האב געדארפט בעטן פון איינעם וואס האט נישט נעטפרי זאל מיר מאכן א PDF פון די גאנצע פעידזש.
אזוי זעהט אויס די עד ביי נעטפרי קאמפיוטער:

- Screenshot 2026-01-15 at 15-10-13 Amazon.com colored flag.png (57.95 KiB) געזען געווארן 295 מאל
יעצט דער וואס האט געמאכט די סקרינשאט האט דאך נישט געוואלט בשום אופן ווייזן די אלע צענדליגער און הונדערטער פשוט'ע קאלירטע פענער פון די גאנצע פעידזש, וואס דאס זענען דאך די עכטע רעזולטאטן פונעם זוכן די ווערטער 'קאלירטע פאן', ווייל דאס וועט באשטעטיגן די לעצטע שרייפל אז ווען מען זוכט קאלירטע פענער קומט 'נישט' ארויס קיין תועבה קאלירן, דעריבער ער האט במזיד אראפגעסקראלט ביז אונטן פון די פעידזש ווי ער האט געטראפן די געספאנסערטע עד פון די תועבה פענער, וואס דארט שטייט טאקע 'גראב ארויס' די תועבה ווארט, און גענומען פון דארט אונטן א סקרינשאט כדי מיט דעם צו פארבלענדן די אויגן פונעם ציבור מען זאל גלייבן די שקר'דיגע ווערסיע פון די טשיקאווע מעשה.
יעצט לאמיר דאס צונעמען נאך א טראפעלע, און לאמיר זיך פרובירן פארשטעלן וויאזוי די מעשה איז אנגעבליך צוגעגאנגען,
א היימישע 'שפיצל פרוי' וואס ווייסט נאכנישט גארנישט פון די תועבה סימבאלן (אפילו נאכדעם וואס די אפסטעד אינספקעטארס פרעגן כסדר סיי פון די איינגעשטעלט און סיי פון די קינדער, צי זיי ווייסן שוין פון די אלע סארט גרופעס, אזויווי יעדער קען זעהן אין די ריפארטס), זיצט זיך אין אפיס פון די 'מוסד הקדוש', און זי גייט פשוט זוכן "שושנים" פענער, וואס זי האט נעבעך 'בתמימות' געמיינט אז דאס טייטשט 'קאלירטע פענער', און זיי גייט ארויף אויף איר קאמפיוטער (וואס איז זיכער געפילטערט מיט די העכסטע סטאנדארטן פונעם 'מוסד הקדוש'), און זי לייגט אריין ביי עמעזאן די ווערטער "colored flag", וואס די רעזולטאטן ברענגען ארויף די טויזנטער פשוטע קאלירטע פענער, אבער זי איז נישט צופרידן פון די אלע פלעינע קאלירטע פענער וואס קומען ארויף, נאר זי סקראלט ווייטער אראפ ביז אונטן פון די פעידזש, ווי זי זעהט פלוצלינג (אדורך די פילטער) דעם געספאנסערטע עד פון די תועבה פענער, וואס אויב האט זי נישט געוואוסט ביז יעצט וואס די קאלירן מיינען, שטייט עס דא אפן און גראב ארויס, און זי האט מחליט יא! דאס איז עס! די תועבה פענער טוען די בעסטע דינען די אינטערעסן פון די "שושנים" פראגראם, און דאס איז בעסטע פענער צו באשטעלן פארן אונזער 'הייליגע' דעי קעמפ על טהרת הקודש....
אזא מעשה זיוף פון די געסטעידזשטע סקרינשאט, (וואס איז גארנישט אונטעשטעליג פון די חברה מזייפים וואס האבן געשיקט איין פעטוועי בריוו, און מפרסם געווען א צווייטע...) ווארפט א שאטן איבער די נאמנות פון אלע זאכן וואס מען האט פארקויפט ביז אהער,
און פונקט ווי מען קען קומען זאגן דא ברבים אז די הייסקול האט זיך גארנישט אונטעגענומען אפילו לפנים, און מען פילט ניטאמאל פאר וויכטיג צו מאכן די מינדעסטע ודרשת וחקרת היטב, וואס די אפסטעד וועבסייט מיט זייערע ריפארטס זענען אפן פאר יעדן איינעם,
די זעלבע קען מען פארקויפן אזעלכע מעשהל'עך בשעת יעדער איינער פארשטייט אליין דעם אמת פונקטליך וועלכע פענער מען האט געזוכט און פארוואס מען האט דאס געזוכט.
איין זאך יא, אז איך וועל פרובירן אייך פערזענליך צו 'דן זיין לכף זכות', אז איר זענט נישט אליין שולדיג אין די אלע בלאף מעשיות, נאר די פשרה'דיגע עסקנים פון חינוך יו. קעי. האבן אייך געפיטערט די אלע כלומרשטע פאקטן און אויסגעזויגענע מעשיות, מיטן דירעקטן ציהל צי געבן א איינשלאף פיל פאר די אלוועלטליכע ערליכע אידן וואס הייבן אן צו הערן די שרעקליכע מצב וואס אחינו בני ישראל תושבי ענגלאנד געפינען זיך, און זיי האבן אפשר אויך צוגעשטעלט פאר אייך די מזוייף'דיגע סקרינשאט...
דא איז די סקרינשאט וואס עס קומט ארויף ביי עמעזאן (מיט איין אויסגעמעקטע בילד פון תמונת נשים), וואס יעדער קען אליין אויספרובירן ביי זיך,
משום טורח הציבור, האב איך געמאכט די סקרינשאט נאר פון א חלק פונעם פעידזש, און ביי די בייגעלייגטע PDF קען מען זעהן די גאנצע פעידזש ביז אונטן מיט די געספאנסערטע תועבה עד (פארדעקט די תועבה ווארט).

- Amazon.com _ colored flagjpg_Page1.jpg (219.21 KiB) געזען געווארן 314 מאל