כת לב טהור אין גוואטעמאלע

תקנות פון דעם פארום
מודעה משמחת.
אויפ'ן פארלאנג פון מערערע אקטיווע מיטגלידער, האבן מיר געעפנט איין נייע פארום וואו יעדער וועט קענען שרייבן, אבער יעדע תגובה וועט ערשיינען נאר נאכ'ן באשטעטיגן ווערן דורך א מנהל אדער אחראי.
יעדע נארמאלע שאלה אדער אינפארמאציע, איז וועלקאם און וועט ווערן אפראווד בס"ד אין די ערשטע מעגליכקייט.
מתא מחסיא
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 101
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק מאי 03, 2025 11:46 pm
x 665

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מתא מחסיא »

קרני פרה האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 13, 2026 3:19 am אן בריוו פון א קינד
הארצרייסענד!
► Show Spoiler
עס איז הארצרייסענד ווי עלטערן קענען דאס צולאזן און נאך שפירן אז מען טוט ריכטיג, די קינדער פארלירן זייער סאמע וויכטיגסטע און בעסטע יארן, די קינדער גייען דאס אין זייער לעבן נישט נישט קענען מוחל זיין, מער פון דעם, די עלטערן גייען זיך אליינס נישט קענען מוחל זיין פארן בארויבן זייערע קינדער די בעסטע יארן

וואס גייען די עלטערן ענטפערן? אונז זענען נישט שולדיג אז מען האט חרוב געמאכט לב טהור? נו נניח, אבער יעצט אז ס'איז חרוב פארוואס האסטו אונז נישט געשיקט אין א אנדערע חדר?

#אונז האב מיר געהאט מסירות נפש, פארוואס???
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2108
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 7456

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך Think and Thank »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 13, 2026 10:15 am
מתא מחסיא האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 12, 2026 11:43 pm
חאצקיל האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 12, 2026 1:16 pm
ווער האט פשט אין מסכת שבת דף סה. ערביות יוצאות רעולות.
רעולות.jpg
לאמיר לערנען, וכל אדם אלא "שדברו חכמים בהוה"
איז פשט קלאר הייסט, אז נאר די ערביות פלעגן גיין רעולות און מדיות פרופות, נו איז מען אזוי געגאנגען אין בבל? מען איז געגאנגן מיט בגדי צבעונים דאס איז קלאר
אין ארץ ישראל איז מען אזוי געגאנגען? אין ארץ ישראל ווייסט מען איז מען געגאנגען מיט בגדי פשתן

איז טאקע די משנה די מקור פאר די קליידער???
פארדעם דארף מען מסירות נפש???
האמיר נעכטן געלערנט די גמרא, מיט רש"י.

ס'איז קלאר משמע אז דאס איז געווען דער לבוש פון די "גויים", דער "מנהג המקום", ממילא זענען די ישראליות אויך געגאנגען אזוי. מסתמא מיט אידישע שינויים.

אבער נישט אז ס'איז א אידישע לבוש, נאר פארקערט. א מנהג המקום פון די אראבישע געגנטער.

דברים פשוטים פאר ווער ס'האט עס אמאל געלערנט, כ'פארשטיי נישט געהעריג וויאזוי מען קען לערנען אנדערש.
מענדי קעניג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 209
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 28, 2025 6:23 pm
Location: NY
x 3083

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מענדי קעניג »

שעפעריש האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 12, 2026 5:26 pm
סהערט זיך ווי יואל וויינגארטן
מענדי קעניג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 209
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 28, 2025 6:23 pm
Location: NY
x 3083

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מענדי קעניג »

על פי תורה האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 13, 2026 7:39 am יעצט איז די שמחה בשלימות!
וואו א נחת צו זעהן
פערל פיסקעל
פרישער באניצער
פאוסטס: 27
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 8:35 pm
x 62

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך פערל פיסקעל »

מענדי שטערן האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 13, 2026 12:21 am על פי בקשת ר' @שמואל פוקס האב איך פארראכטן די בילד, אז עס זאל ארויפגיין דא אויף אידטיש....
דער וואס שטייט נעבן יואל ראזנער האט מען פארגעסן ? קשאני ?
קטן בקטנים
פרישער באניצער
פאוסטס: 32
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2025 10:14 pm
Location: monroe
x 56

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך קטן בקטנים »

על פי תורה האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 13, 2026 7:48 am אינטערעסאנט אז דאס זענען די סאמע ערשטע אייניקלעך פונעם בעל ויען שאול ארויסצוקומען קיין אמעריקע
ווער איז ויען שאול?
א פרייליכער מענטש איז נישט דער וואס 'פארמאגט' אלעס, נאר דער וואס 'דאנקט' אויף אלעס.
פערל פיסקעל
פרישער באניצער
פאוסטס: 27
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 8:35 pm
x 62

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך פערל פיסקעל »

הרה"צ ר' שואל בויער ביי וועם ניסו י"י איז א איידעם .
אוועיטער
ז'וריקער
פרישער באניצער
פאוסטס: 94
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 07, 2025 4:14 pm
Location: אין גלות
x 501

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ז'וריקער »

קטן בקטנים האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 13, 2026 3:34 pm
על פי תורה האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 13, 2026 7:48 am אינטערעסאנט אז דאס זענען די סאמע ערשטע אייניקלעך פונעם בעל ויען שאול ארויסצוקומען קיין אמעריקע
ווער איז ויען שאול?

פערל פיסקעל האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 13, 2026 3:31 pm
מענדי שטערן האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 13, 2026 12:21 am על פי בקשת ר' @שמואל פוקס האב איך פארראכטן די בילד, אז עס זאל ארויפגיין דא אויף אידטיש....
דער וואס שטייט נעבן יואל ראזנער האט מען פארגעסן ? קשאני ?

היינו הך.
...Thank you for your attention to this matter
לעבער אייער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 300
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:27 pm
Location: בארא פארק
x 1358

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך לעבער אייער »

פערל פיסקעל האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 13, 2026 3:31 pm
מענדי שטערן האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 13, 2026 12:21 am על פי בקשת ר' @שמואל פוקס האב איך פארראכטן די בילד, אז עס זאל ארויפגיין דא אויף אידטיש....
דער וואס שטייט נעבן יואל ראזנער האט מען פארגעסן ? קשאני ?
יא קשאני
לעבער אייער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 300
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:27 pm
Location: בארא פארק
x 1358

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך לעבער אייער »

[].
פיילס
IMG_20260113_165934.jpg
IMG_20260113_165934.jpg (143.65 KiB) געזען געווארן 1462 מאל
מנחם גאלד
פרישער באניצער
פאוסטס: 53
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 10:32 am
x 376

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מנחם גאלד »

לעבער אייער האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 13, 2026 5:02 pm דאס איז ר' שאול בויער
וואס אגב די אידן דארטן זאגן אז זיי האבן נישט קיין אנונג פארוואס מען ריפט אים די ויען שאול
עס איז ביז דערווייל נאך נישט דא אזא ספר פון אים
דאס איז זיין זון שמואל נחום בויער, א איידעם ביים ריש מתיבתא.
לב שלם
פרישער באניצער
פאוסטס: 90
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 10:38 am
Location: בני ברק
x 210

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך לב שלם »

בעל ויען שאול:
איך האב א טעות?
IMG-20250904-WA0080.jpg
IMG-20250904-WA0080.jpg (274.72 KiB) געזען געווארן 1410 מאל
לעבער אייער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 300
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:27 pm
Location: בארא פארק
x 1358

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך לעבער אייער »

מנחם גאלד האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 13, 2026 5:09 pm
לעבער אייער האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 13, 2026 5:02 pm דאס איז ר' שאול בויער
וואס אגב די אידן דארטן זאגן אז זיי האבן נישט קיין אנונג פארוואס מען ריפט אים די ויען שאול
עס איז ביז דערווייל נאך נישט דא אזא ספר פון אים
דאס איז זיין זון שמואל נחום בויער, א איידעם ביים ריש מתיבתא.
גערעכט א טעות געווען
דאס איז די ריכטיגע

אגב די אידן דארטן זאגן אז זיי האבן נישט קיין אנונג פארוואס מען ריפט אים ויען שאול
עס איז ביז דערווייל נאך נישט דא אזא ספר פון אים
פיילס
IMG_20260113_170737.jpg
IMG_20260113_170737.jpg (145.07 KiB) געזען געווארן 1399 מאל
עסקן נמרץ
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 192
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 12, 2025 11:36 am
x 1147

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך עסקן נמרץ »

מנחם גאלד האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 13, 2026 5:09 pm
לעבער אייער האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 13, 2026 5:02 pm דאס איז ר' שאול בויער
וואס אגב די אידן דארטן זאגן אז זיי האבן נישט קיין אנונג פארוואס מען ריפט אים די ויען שאול
עס איז ביז דערווייל נאך נישט דא אזא ספר פון אים
דאס איז זיין זון אלימלך שמואל נחום בויער, א איידעם ביים ריש מתיבתא.
אויף אים קען מען ריכטיג זאגן ה' ינקום דמו פאר ווער ס'ווייסט...
ארויסצוהעלפן די לב טהור יוצאים מיט ווארימע סכומים, ווארפט אריין אייער הארציגע נדבה.

https://toirem.org/23423

דיסקלעימער: אידטיש איז א פריוואטע אייגענטום, דעריבער אויב בין איך נישט אויף איין זייט מיט די הנהלה גייסטו נישט קענען ליינען מיין מעסידזש
לב שלם
פרישער באניצער
פאוסטס: 90
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 10:38 am
Location: בני ברק
x 210

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך לב שלם »

עסקן נמרץ האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 13, 2026 5:41 pm
מנחם גאלד האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 13, 2026 5:09 pm
לעבער אייער האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 13, 2026 5:02 pm דאס איז ר' שאול בויער
וואס אגב די אידן דארטן זאגן אז זיי האבן נישט קיין אנונג פארוואס מען ריפט אים די ויען שאול
עס איז ביז דערווייל נאך נישט דא אזא ספר פון אים
דאס איז זיין זון אלימלך שמואל נחום בויער, א איידעם ביים ריש מתיבתא.
אויף אים קען מען ריכטיג זאגן ה' ינקום דמו פאר ווער ס'ווייסט...
:o
חלא בר חמרא
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 202
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 10, 2025 3:03 pm
Location: ירושלים עיר הקודש והמלוכה
x 886

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך חלא בר חמרא »

@לעבער אייער כ'מיין די סיבה דערפאר איז, צוליב די אינטערוויו וועלכע זייינס א קרוב האט אפגעהאלטן מיט אים, און עס איז פארשפרייט געווארן.

ער איז דער פאטער פון ר' ישראל מאיר הידוע וועלכער געפונט זיך היינט אין ארץ ישראל, ר' שמואל נחום (ווער נאך?). זיינע איידעמער זענען ר' יואליש גאלדמאן פון גוואטעמאלע, ר' ניסן מלכא/קעניג פון ניו יארק בס"ד און ר' משה יודא לייב אלטער פון גוואטעמאלע.

עס איז געווען ערגעצוואו א באשרייבונג פון זיין זוהן, דארט ווערט פארציילט זיינע שטורעמישע און מסירות נפש'דיגע רייזע צו תשובה. ער איז א איד צו קענען.

ס'איז אמאל געוועהן א שמועס דא viewtopic.php?t=2543&start=10350 איבער זייער ייחוס צום ליזענסקער רב זי"ע, וועלכער איז געוועהן באוואוסט פאר א צדיק וקדוש. דוכצעך ער איז געוועהן דארט רב בימיו פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע. טייל קאסאנע זענען זיך אויך מתייחס צו אים. איינער מיט דעטאלן? אישי איז אויך גוט
מבושל אלערט!
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1582
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 15976

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

חלא בר חמרא האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 13, 2026 6:24 pm @לעבער אייער כ'מיין די סיבה דערפאר איז, צוליב די אינטערוויו וועלכע זייינס א קרוב האט אפגעהאלטן מיט אים, און עס איז פארשפרייט געווארן.

א שיינע פאר בלעטער, א וכיח איבער כת לב טהור, גערופן 'ויען שאול'.
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור,
און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון גדולי הרבנים שליט''א וביניהם הגה''צ דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א ועוד.
בשם ה' נעשה ונצליח!
ממעמקים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 9:13 pm
Location: ברוקלין
x 649

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ממעמקים »

מענדי שטערן האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 13, 2026 12:21 am על פי בקשת ר' @שמואל פוקס האב איך פארראכטן די בילד, אז עס זאל ארויפגיין דא אויף אידטיש....
פארוואס גייט אונזער משהלע מיט די ווייסע און גאלדענע קליידער, אנדערש ווי אלע אנדערע? קאלירן האט צוטוהן מיט תיקונים סטאטוס? Mood קאליר? אפשר מער פערזענליכע זאכן? איך וויל שוין נישט טראכטן אז די זאכן זענען אפן
IMG_3612.jpeg
IMG_3612.jpeg (266.52 KiB) געזען געווארן 1006 מאל
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1582
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 15976

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

ממעמקים האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 13, 2026 8:32 pm
מענדי שטערן האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 13, 2026 12:21 am על פי בקשת ר' @שמואל פוקס האב איך פארראכטן די בילד, אז עס זאל ארויפגיין דא אויף אידטיש....
פארוואס גייט אונזער משהלע מיט די ווייסע און גאלדענע קליידער, אנדערש ווי אלע אנדערע? קאלירן האט צוטוהן מיט תיקונים סטאטוס? Mood קאליר? אפשר מער פערזענליכע זאכן ווי לוח מעשיות? איך וויל שוין נישט טראכטן אז די זאכן זענען אפן

IMG_3612.jpeg
דאס איז די שבת'דיגע לבוש.
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור,
און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון גדולי הרבנים שליט''א וביניהם הגה''צ דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א ועוד.
בשם ה' נעשה ונצליח!
ממעמקים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 9:13 pm
Location: ברוקלין
x 649

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ממעמקים »

א מוראדיגע פשט!! ממש פארענטפערט מיין שאלה!! ווייל למשל דא ביי דעי בילד איז נאר שבת פאר משהלע
שמואל פוקס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 315
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:07 pm
Location: מאנסי
x 3493

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמואל פוקס »

ער גייט נאך אזוי פון שבת.

וויבאלד קיינער איז נישט דארט, ס'איז נישטא די פעיר פרעשור, קען מען גיין ווי אזוי מען גייט. מען דארף נישט אפגעבן דין-וחשבון.
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1582
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 15976

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

שמואל פוקס האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 13, 2026 9:43 pm ער גייט נאך אזוי פון שבת.

וויבאלד קיינער איז נישט דארט, ס'איז נישטא די פעיר פרעשור, קען מען גיין ווי אזוי מען גייט. מען דארף נישט אפגעבן דין-וחשבון.
זיי זאגן דאך אז זייט די איבערפאל כ''א כסליו תשפ''ה איז איין לאנגע חול המועד...
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור,
און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון גדולי הרבנים שליט''א וביניהם הגה''צ דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א ועוד.
בשם ה' נעשה ונצליח!
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1582
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 15976

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

בס"ד

צו אונזערע טייערע מאמעס, עמו"ש

א גוט'ן תמיד, טייערע מאמעס! מיר בענקען זיך אזוי שטארק! פארוואס קענען מיר נאך נישט אהיים קומען? צו אונז זעט עס אויס אז מיר זענען ח"ו נישט גענוג וויכטיג פאר ענק, אבער אונזערע געפילן שרייען אז עס קען נישט זיין! און ליידער איז דאס די מציאות וואס שמייסט אונז טאג טעגליך אין די אויגן!

איז עס טאקע אזוי, אז אלע ערליכע אידן איבער די גאנצע וועלט גייען אנגעטוען אזוי שטארק אויסגעלאסן אז מען דארף אוועקגעבן די טייערסטע פקדונות פון הקב"ה דערפאר?
וואס גייט זיין מיט ענקער המשך... ווער גייט ווייטער ציען דעם גאלדענעם קייט, אויב איר מאמעס געבטס אונז איבער פאר אנדערע צו ערציען?
מאמע, מיר האבן אלעמאל געלערענט אז מיר טוען אלעס נאר פאר'ן באשעפער! פארוואס זען ענק נישט הקב"ה אין יעדע זאך? ער פירט אלעס!
אפשר טאקע איז געקומען די צייט צו ברעכן אונזערע ווילן פאר זיינעט וועגן?

מאמע, ביטע ראטעוועט אונז, ענקערע אידישע דורות! בעטס ה' זאל ענק ראטעווען פון די בייזוויליגע הענט, וואס מיינען נישט ענקערע טובה נאר זיך אליין! זיי קעמפן מיט ציין און נעגל אז לב טהור מוז אנגיין, אפילו אויב מען דארף אויפגעבן די קינדער! מאמע, וויאזוי קענסטו דעס טוען צו אונז? זענען מיר ענק נישט געווען גענוג געטריי? די מענטשן, וואס זאגן אזוי, זאגן עס פאר זייער אייגענע טובה, ווייל זיי ווייסן אז אין די אידישע וועלט וועלן זיי נישט געפונען א פלאץ, ספעציעל נאך די פילע "מעשים טובים" וואס זיי האבן אפגעטוען!

זיי זוכן צו וואוינען נאר אין קארופטירטע לענדער, וואס פאר א פרייז וועלן זיי פארקוקן א פאר משגעים און זייערע מאדנע וועגן. אויך דווקא צו וואונען אפגעזינדערט פון אנדערע אידן, אז די מענטשן פון די "קהילה קדושה" זאלן נישט וויסן אז מען פאפט זיי גוט אויס! עטץ מיינטס טאקע, אז נאר צו די בעלי עבירה, גייט משיח קומען? וואס וועלן ענק ענטפערן לעתיד לבא, אז צוליב עקשנות זיך נישט צו ברעכן און טוישן די קליידער, האט עטס אוועקגעגעבן ענקערע קינדער? וויאזוי לייגט זיך עס אויפ'ן שכל! טראכטס אריין אויף וואס ענק זענען זיך מוסר נפש, פאר עס איז צו שפעט!!!

א. פארוואס זאגט מען אונז אן אלעס צו באהאלטן (נישט אויסזאגן) וואס איז פארגעקומען אין לב טהור? טאמער עס איז אזוי גוט, דעמאלטס פארוואס פארגינסטו נישט אנדערע?

ב. פארוואס נאר איינער וואס איז געבוירען געווארן אין לב טהור קען פארשטיין זייערע וועגן, ווען אלע זקנים און נאך, זענען נישט געבוירן דארט?

ג. פארוואס דארף מען לייגן די שכל אין מיסט ווען מיר בעטן ה', 3 מאל א טאג, 'אתה חונן לאדם דעת'...?

ד. פארוואס צוליב קליידער זאלן מיר נישט קענען לערנען אין חדר, נאר אויף וואקסן עמי הארצים?

ה. פארוואס דארפן מיר אלעמאל זיין הינגעריג און אין א שוואכע געזונט צושטאנד? מיר שעמען זיך, אז מיר זען אויס פיל אינגער ווי מיר זענען באמת.
קען טאקע זיין אז אלע רבנים זענען זיך טועה, און נאר אפאר עמי הארצים ווייסן וואס איז כשר?

מאמעס, ענק זענען 'רחמנים בני רחמנים', וואו איז ענקער הארץ!!! פארוואס האבן ענק נישט קיין הארץ פאר אונז ענקערע קינדער? מיר פארשטייען אז עס איז שווער זיך צו ברעכן, אבער טוטס עס פאר אונז!!!! מיר זענען די וואס ליידן די מערסטע פון די נארישע גאוה!

געשריבען מיט צער און ווייטאג,
ענקערע דערשראקענע קינדער
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור,
און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון גדולי הרבנים שליט''א וביניהם הגה''צ דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א ועוד.
בשם ה' נעשה ונצליח!
מתא מחסיא
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 101
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק מאי 03, 2025 11:46 pm
x 665

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מתא מחסיא »

למעשה, קיין מקור אויף די קליידער האט מען דערווייל נישט געברענגט נו, האב איך אריינגעטראכט און דורכגעטאן אביסל די נושא, דאס איז א חלק שעלה במצודתי,

#מסירות נפש, פארוואס???
אה, אפשר קליידער!, נו, לאמיר זעהן פארוואס ס'איז כדאי צו האבן מסירות נפש פאר די קליידער?

די קליידער איז איינע פון די עיקר מהלכים וואס מען ניצט צו צעברעכן די פרייהייט פון טראכטן און די עצם פערזענלעכקייט פונעם מענטש.

דאס איינפירן די פרויען צו טראגן אייניגע, שווארצע קליידער, אָן קיין נארמאלע אויסזען, דינט עטליכע צילן:

1. עס נעמט אוועק די אינדעפענדענס און אייגענארטיגקייט, אזוי ווערט עס שווערער צו זען זיך אלס א באזונדערער מענטש מיט אייגענע אידענטיטעט און מיינונג, עס מאכט זייער שווער צו האבן אייגענע דעות אדער רצוניות. (אויב רעדט איר אמאל מיט פרויען פון לב טהור וועט איר זעהן אז אלע רעדן כמעט די זעלבע טאון, לשון, שפראך, מיינונג און אויסדרוק)

2. עס איז א פיזישע זעבארע צייכן אז די מיטגלידער זענען אפגעשיידט פון כלל ישראל הנקרא בלשונם "וועלט", פארשטערקערט די איזאלירונג און שטארקט דעם געדאנק אז "די וועלט דארטן איז געפערליך/ערב רב".

3. עס מאכט אויף א פארנעם א כסדר'דיגע פאלגזאמקייט (ביטול בלע"ז), ווען יעדער קלייניקייט אין אויסזען ווערט דיקטירט און דורכגעפירט, ווערן די מענטשן טרענירט צו פאלגן אן קשיות. דאס מאכט גרינגער פאר די פירער צו קאנטראלירן גרעסערע ענינים שפעטער (ווען מען זאל חתונה האבן, צו וועמען מען זאל חתונה האבן , וויאזוי און ווי מען ערציהט די קינדער, וואס מען גלייבט).

עס איז קלאסישער קאנטראל אויף התנהגות, עס איז א טייל פון אויפירונג, אינפארמאציע, מחשבה, און עמאשינעל קאנטראל, וואס מען ניצט אין עקסטרעם פארמאכטע גרופעס/קולטס.

די קליידונג איז נישט קיין הייליגע מסורה און נישט קיין ענין פון צניעות, עס איז א טעגליכער דערמאנונג פון אונטערטעניקייט און א טאטאלע בלאקאדע צו טראכטן.

וואס וויל איך? איך וויל פשוט מסביר זיין פארוואס די פירער פארלאנגן מסירות נפש דערפאר, און אויך פארשטיין געבן פארוואס קען מען נישט פשוט "איגנארירן די קליידער" און זיך קאנצענטרירן נאר אויף צו העלפן אויפבויען די לעבן שפעטער?
די קליידער איז טייל פון דעם וואס צוברעכט די לעבנס פון אנהייב אן!
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3100
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 6978

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך פשוט און גראד »

שמואל פוקס האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 13, 2026 9:43 pm ער גייט נאך אזוי פון שבת.

וויבאלד קיינער איז נישט דארט, ס'איז נישטא די פעיר פרעשור, קען מען גיין ווי אזוי מען גייט. מען דארף נישט אפגעבן דין-וחשבון.
WOW
ס'דא דארט פעיר פרעשור??
ה' ישמרינו
שרייב פאוסט