אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

נייעס אין אונזער קווארטאל
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 590
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 425

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פארטריבן »

totty האט געשריבן: זונטאג יאנואר 11, 2026 11:24 am למעשה האב איך יעצט אנגערופן א ערליכע דיין פון לאנדאן וואס קען די נושא און כאטש וואס ער האט בכלל נישט געוואוסט פון די גאנצע מעשה דא האט ער ממש נישט אויפגעהערט לאכן אז סאיז זיכער א דמיון גדול און ער הייסט מיר אריבער גיין אהין קוקן צי מזעהט עפעס
ער טענהט אז מדארף עס לעת עתה בכלל נישט לערנען פאר קיין שום יא געלט אדער נישט געלט ווייל מהאט לעצטענס ארייגערוקט ווערטער אינעם געזעץ מיט אמענדמענטס אז מזאל עס נישט דארפן לערנען
יענער לייגט צי אז אין לאנדאן איז די נושא נאך זייער פרעמד און א לעצטערע דאטע ווייזט אז 96 פארצענט גויים זענען קעגן תועיבה ממש פארקערט ווי אמעריקא

אייערע ווערטער זענען אביסל אומקלאר, אפשר קענט איר אביסל בעסער אויסקלארן וואס איר האט דא געשריבן.

איר שרייבט אז דער ערליכער דיין האט געזאגט אז די גאנצע זאך איז גאר א דמיון גדול.
(אינטערסאנט צו באמערקן, אז כאטש די מעשה איז שוין מפורסם וואכן לאנג און די בילד האט זיך ארומגעדרייט צווישן טויזנטער מענטשען און אויך אין לאנדאנע גליונות, האט אבער דער דיין נאך בכלל נישט געוואוסט פון די גאנצע מעשה ביז היינט זונטאג פר' וארא, אבער בעצם איז ער זייער אויסגעקאכט אין די נושא...)

עס איז אבער נישט קלאר אין אייערע ווערטער אויף וועלכע נקודה דער ערליכער דיין האט זיך באצויגן אז דאס איז א דמיון גדול,
צי די גאנצע מעשה איז גאר א דמיון, און עס איז בכלל קיינמאל נישט געהאנגען אינעם שטח המוסד קיין פענער און ליילעכער?
אדער דאס אז די רעגירונג איז היינט מחייב צי לערנען מיט קינדער די עניני תועבה איז א דמיון?
אדער דאס אז דער געוויסער מוסד האט זיך שוין אונטערגענומען, און לערנט שוין בפועל דא און דארט עניני תועבה, איז א דמיון?
אדער גאר דאס אז די קאלירן טוען סימבאליזירין די תועבה'ניקעס דאס איז א דמיון?

איך האף אז במשך די לעצטע פאר שעה האט איר שוין אנגעיאגט צו געבן פארן חשוב'ן דיין די אימעיל אדרעסס, ווייל דער ציבור ווארט מיט שפאנונג צי זעהן די קלארע דאקומענטן וואס ער האט געשיקט, וואס דארט וועט מען זיך איבערצייגן די פאלגענדע זאכן:
1) אז מען דארף היינט בכלל נישט לערנען פון טאלערירן די מושחתים סיי יא געלט סיי נישט געלט,
2) אז מוסדות וואס נעמען געלט דארפן טאקע גארנישט לערנען פון די געפערליכע עניני תועבה,
3) די דאקומענט פון די אמענדמענט וואס מען לעצטענס אריינגערוקט די ווערטער אז מען דארף נישט לערנען תועבה (וואס איך פארשטיי פון אייערע ווערטער אז דער אמענדמענט איז שוין אריין אין קראפט אינעם געזעץ),
4) אז 96 פראצענט גויים אין לאנדאן זענען קעגן תועבה,
(אגב, אויב קען מען אוועקמאכן קלארע פאקטן און עווידענס געבויט אויף אנקעטעס, דאן איז א ריזיגע פראגע צייכן צי עס איז בכלל דא א גזירת החינוך דאהי אין ניו יארק, וויבאלד ווען די סטעיט האט אנגעפרעגט צי מען זאל מאכן דיי נייע שווערע גייליינס, האבן איבער 90% זיך מתנגד געווען ווי עס איז געווען מפורסם ביי די מאסיווע פעטיציע דרייוו ווי עס זענען אריינגעשיקט געווארן 350,000 בריוון דערקעגן..
אויך לויט דעם כלל, קען אויך נישט זיין אז א מוסד זאל האבן גענומען א פעטוועי... וויבאלד לויט די לעצטע אנקעטע זענען 96% רבנים געווען אויסדרוקליך דערקעגן...),

אויך וואלט געווען א גרויסע תועלת צו מיטטיילען (לכה"פ פריוואט) די קאנטאקט אינפארמאציע פונעם ערליכען דיין, כדי צו קענען מהיום והלאה באקומען די קלארע פאקטן אנבאלאנגט די גזירת החינוך אין לאנדאן, און עס זאל נישט אין די צוקונפט ארויסקומען ח"ו קיין מכשולות פון פאלשע באשולדיגונגען.
totty
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 309
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:06 pm
x 589

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך totty »

פארטריבן האט געשריבן: זונטאג יאנואר 11, 2026 3:02 pm
totty האט געשריבן: זונטאג יאנואר 11, 2026 11:24 am למעשה האב איך יעצט אנגערופן א ערליכע דיין פון לאנדאן וואס קען די נושא און כאטש וואס ער האט בכלל נישט געוואוסט פון די גאנצע מעשה דא האט ער ממש נישט אויפגעהערט לאכן אז סאיז זיכער א דמיון גדול און ער הייסט מיר אריבער גיין אהין קוקן צי מזעהט עפעס
ער טענהט אז מדארף עס לעת עתה בכלל נישט לערנען פאר קיין שום יא געלט אדער נישט געלט ווייל מהאט לעצטענס ארייגערוקט ווערטער אינעם געזעץ מיט אמענדמענטס אז מזאל עס נישט דארפן לערנען
יענער לייגט צי אז אין לאנדאן איז די נושא נאך זייער פרעמד און א לעצטערע דאטע ווייזט אז 96 פארצענט גויים זענען קעגן תועיבה ממש פארקערט ווי אמעריקא

(אגב, אויב קען מען אוועקמאכן קלארע פאקטן און עווידענס געבויט אויף אנקעטעס, דאן איז א ריזיגע פראגע צייכן צי עס איז בכלל דא א גזירת החינוך דאהי אין ניו יארק, וויבאלד ווען די סטעיט האט אנגעפרעגט צי מען זאל מאכן דיי נייע שווערע גייליינס, האבן איבער 90% זיך מתנגד געווען ווי עס איז געווען מפורסם ביי די מאסיווע פעטיציע דרייוו ווי עס זענען אריינגעשיקט געווארן 350,000 בריוון דערקעגן..
אויך לויט דעם כלל, קען אויך נישט זיין אז א מוסד זאל האבן גענומען א פעטוועי... וויבאלד לויט די לעצטע אנקעטע זענען 96% רבנים געווען אויסדרוקליך דערקעגן...),

איידער מהייבט אן די בירור וואס אדרבה כווייס דאך נישט ווער עס זאגט אמת און ווער ליגנט אדער ביידע מיינען אז זיי זאגן אמת אדער ביידע ווייסן אז זיי זאגן אביסל ליגנט וכו' וכו'
ביטע געבן הסבר אויף אייער ווערטער אז א אנקעטע פון די גויים אין לאנדאן קען נישט זיין אקאראט ווייל?
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 590
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 425

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פארטריבן »

וואו זעהט איר אין מיינע ווערטער אז די אנקעטע פון די גויים קען נישט זיין אקוראט?

איר האט בכלל נישט תופס געווען די נקודה וואס איך האב געצילט ארויסצוברענגען, איך וועל פרובירן נאך איינמאל מסביר זיין.

מען איז דא דן אויף א מעשה וואס איז קלאר ווי דער טאג אז דאס איז געשעהן אז די מוסד האט אויפגעהאנגען די פענער און ליילעכער, ווי יעדער האט זיך אליין איבערצייגט שווארץ אויף ווייס אין די פריערדיגע בלעטער פון די בילדער און מאפעס פונם שטח.
זענט איר געקומען און איר ווילט אפווענדען א מציאות פון א מעשה וואס איז פארגעקומען בפרהסיא לעיני השמש, וויבאלד עס איז דא אן אנקעטע (וואס נניח אז דאס איז אמת) אז 96 פראצענט גויים זענען קעגן תועבה.

דערויף האב איך געשריבן:
פארטריבן האט געשריבן: זונטאג יאנואר 11, 2026 3:02 pm (אגב, אויב קען מען אוועקמאכן קלארע פאקטן און עווידענס געבויט אויף אנקעטעס, דאן איז א ריזיגע פראגע צייכן צי עס איז בכלל דא א גזירת החינוך דאהי אין ניו יארק, וויבאלד ווען די סטעיט האט אנגעפרעגט צי מען זאל מאכן דיי נייע שווערע גייליינס, האבן איבער 90% זיך מתנגד געווען ווי עס איז געווען מפורסם ביי די מאסיווע פעטיציע דרייוו ווי עס זענען אריינגעשיקט געווארן 350,000 בריוון דערקעגן..
אויך לויט דעם כלל, קען אויך נישט זיין אז א מוסד זאל האבן גענומען א פעטוועי... וויבאלד לויט די לעצטע אנקעטע זענען 96% רבנים געווען אויסדרוקליך דערקעגן...),

יעצט דארפט איר אויך מסביר וואס איך האב אייך געפרעגט, אויף וועלכע נקודה דער דיין האט געזאגט אז דאס איז א דמיון גדול?

אויך קענט איר שוין אנהייבן מיט די בירורים און ברענגען די אלע דאקומענטן וואס וועט אויפווייזן אלע אויפדערמאנטע נקודות.
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 590
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 425

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פארטריבן »

totty האט געשריבן: זונטאג יאנואר 11, 2026 3:43 pm איידער מהייבט אן די בירור וואס אדרבה כווייס דאך נישט ווער עס זאגט אמת און ווער ליגנט אדער ביידע מיינען אז זיי זאגן אמת אדער ביידע ווייסן אז זיי זאגן אביסל ליגנט וכו' וכו'

אויב איר זענט מודה אז איר ווייסט בכלל נישט ווער עס זאגט אמת און ווער ליגנט, און איר דארפט נאך מאכן א בירור, דאן וויאזוי האט איר אפאר שעה פריער געקענט שרייבן מיט אזא זיכערקייט
totty האט געשריבן: זונטאג יאנואר 11, 2026 11:24 am איך בין אין שאק ווי ווייט די שקרנים פירן אונז אין באד אזא לאנגע צייט מיט הוילע שקרים
totty האט געשריבן: זונטאג יאנואר 11, 2026 11:24 am בקיצור הורצה לשקר ירחיק עדותו
איך פארשטיי נישט וויאזוי איר האט געמעגט אטאקירן די אלע מענטשן אז זיי זענען שקרנים נאך פאר איר האט געמאכט א בירור ווער עס זאגט אמת און ווער זאגט ליגנט, וואו איז אייער שמוע בין אחיכם?
totty
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 309
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:06 pm
x 589

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך totty »

פארטריבן האט געשריבן: זונטאג יאנואר 11, 2026 10:59 pm

ערשטענס ווייל איר שרייבט יא מיט א ברירות קעגן מענטשן פערזענליך מיט א זיכערקייט פארן מברר זיין די אנדערע צד

והשנית דאס אז דארט איז נישטא קיין געזעץ צי לערנען די אלע זאכן האט איר דאך זיכער משקר געווען וואך איין און וואך אויס אז ממוז לערנען מינות און תועבה אין די צייט וואס די געזעץ דארט זאגט שוין היינט פארקערט נאך די נייע אמענדמענד וואס כהאב טאקע אויך נישט געוואוסט דערפון ביז יעצט

והשלישית יענער דיין האט מיר געזאגט נאך מער אז מלערנט נישט מער ווי 40 מינוט ענגליש ביי די גאר היימישע מוסדות (און אפילו די וואס לערנען מער איז עס יעדער לפי וואס זיי פלעגן לערנען ביז היינט און וויפיל זיי ווילן לערנען) אין די צייט וואס מען פארפירט אין די מחאות אז די גזירה איז צי לערנען אפאר שעה

והרביעית האט איר נאכנישט געענטפערט פארוואס איז די אנקעטע פון 96 פארצענט גויים נגד תועבה אומקראנט נאך דערצי נאך ווען א גרויס פארצענט גויים זענען מיסעלמעינער און וואס האט דאס שייכות מיט די 90 פארצענט אידן פון גזירות החינוך
די נושא איז נישט געווען איבער די גזירה און געזעץ נאר איבער דעם וואו אפגעפרעגט די נושא איז אין לאנדאן אלס הוספה וואס די געזעץ פארלאנגט עס שוין נישט און וואס אין וועלט זאל א מוסד זיך וועלן געפעלן פאר וועם און פארוואס
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 590
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 425

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פארטריבן »

totty האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 12, 2026 3:57 am ערשטענס ווייל איר שרייבט יא מיט א ברירות קעגן מענטשן פערזענליך מיט א זיכערקייט פארן מברר זיין די אנדערע צד
אויב איינער שרייבט פארן מברר זיין איז דאס נאר איר אליין, ווי איר זענט אליין מודה א איר האלט נאך פארן בירור ווער ס'זאגט אמת.
אבער אונזער גאנצע שרייבן ביז אהער איז טאקע דייקא געווען נאכן מברר זיין די מציאות, און צו ברענגען די בירור פארן גאנצן ציבור וויאזוי מיר האבן מברר געווען פונקטליך פון די בילד און פון די מאפעס אז די תועבה סימבאלן זענען טאקע געווען 'נאר' אין די שטח פונעם מוסד, און איינמאל די מציאות איז קלארגעשטעלט איז די זאך שוין מבורר ווי געשריבן אויבן.
און עס איז א חידוש פלא וויאזוי איר האלט נאך אין איין איבער'חזר'ן און האקן די קאפ אין וואנט כאילו עס איז דא עפעס אן אנדערע צד צי די מעשה, אין די צייט וואס מען האלט שוין וואכן לאנג וואס די נושא איז איז אופן אויבעפלאך נישט נאר דאהי אין די גליונות, נאר טאקע דארט אין לאנדאן וואס די ארטיגע ערליכע עסקנים האבן דאס אויך באשריבן (און זיי זענען דאך די קרובים אל החלל און נישט קיין ירחיק עדותו, און זיי וואלטן נישט געשריבן א זאך וואס יעדער קען זיך איבערצייגן עס איז נישט אמת), און נאך ביז היינט איז די מוסד נישט ארויסגעקומען מיט א קלארשטעלונג אז עס איז בכלל דא אן אנדערע צד, און אפילו דא אויף אידטיש האט נאך קיינער נישט אויפגעברענגט אן אנדערע צד אדער נארמאלע פארשטענדליכע סיבה צו מסביר זיין פארוואס א מוסד זאל האבן אויפגעהאנגען די תועבה סימבאלן.
די איינציגע זאך וואס מאנכע האבן קודם פרובירט, איז געווען צו אפצולייקענען די פאקטן און איינרעדן פאלשע דמיונות כאילו עס איז געהאנגען גאר אויף דערנעבנדיגע גויאישע בילדינגס, אבער נאכדעם וואס דאס איז שוין קלאר מבורר געווארן לעיני כל די אוממעגליכקייט דערפון, איז יעדער שוין קלאר געווארן איבערצייגט אז די תועבה סימבאלן זענען טאקע געווען 'נאר' אויף די שטח פונעם מוסד, און קיינער לייקנט שוין יעצט נישט די מציאות הדברים,
(און אפילו אויב איינער האט באשלאסן -צוליב זיינע פערזענליכע סיבות- אז די מעשה טאר נישט מאכן קיין סענס 'פאר אים', פארשטייט יעדער איינער אז דאס טוישט בכלל נישט די קלארע מציאות הדברים וואס זענען אויפגעוויזן געווארן).

totty האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 12, 2026 3:57 am והשנית דאס אז דארט איז נישטא קיין געזעץ צי לערנען די אלע זאכן האט איר דאך זיכער משקר געווען וואך איין און וואך אויס אז ממוז לערנען מינות און תועבה אין די צייט וואס די געזעץ דארט זאגט שוין היינט פארקערט נאך די נייע אמענדמענד וואס כהאב טאקע אויך נישט געוואוסט דערפון ביז יעצט
איך ווייס נישט ווער ס'האט משקר געווען, ווייל מיר פערזענליך האבן נאכנישט דא געשריבן ביז יעצט איבער די נושא.
אבער פון אייערע ווערטער, זעהט אויס אז איר זענט גאר ווייניג באהאוונט אין די גזירה פון לאנדאן, און איר האלט נישט גארנישט מיט וואס דארט טוט זיך.

און אפילו לשיטתכם, זאגט איר דאך אויך נאר אז 'היינט' נאך עפעס אן אומבאוואוסטע אמענדמענט דארף מען שוין נישט לערנען, זענט איר דאך אליין מודה אז פאר די אמענדמענט האט די געזעץ יא קלאר פארלאנגט צו לערנען די טריפה'נע כפירה און תועבה לימודים, סאו וואס פונקטליך איז אייער טענה,
נאכדערצו ווען עס איז שוין אריבער מער ווי 24 שעה, און איר האט נאכנישט געברענגט קיין איין באווייז און קיין איין דאקומענט צו באשטעטיגן אלעס וואס זאגט כלומר'שט איבער אין נאמען פון דעם ערליכער דיין פון לאנדאן (וואס איז גוט אויסגעקאכט מיט די נושא) אז די געזעץ איז גארנישט מחייב צו לערנען, און מען האט גאר אריינגערוקט אן אמענדמענט צו פטר'ן.
(און אדרבה, אויב איז דאס אמת, מאכט דאס נאך שטארקער די קשיא אויף אלע מוסדות -אריינגערעכנט די מוסד וואס האט געהאנגען די תועבה סימבאלן- וואס לערנען גאר די אלע עניני כפירה ותועבה, ווי מען זעהט קלאר אין די אפסטעד רעפארטס וואס מען קען יעדער אליין אויפזוכן אויף יעדן מוסד, און אויב די געזעץ פארלאנגט דאס נישט פארוואס לערנען זיי די טריפה'נע לימודים, אתמהה???).

בכלל פארשטיי איך נישט אייער מהלך, פארוואס דאהי אין ניו יארק האלט איר אז מען מעג יא אטאקירן און אראפרייסן די אלע וואס פארהאנדלען מיט פשרות און געבן נאך צוביסלעך נאך און נאך פאר די רעגירונג, זיי האבן דאך פונקט אויך אן אנדערע צד אין די מעשה, און זייערע עסקנים שרייען אויך פונקט אזוי אז די פעטוועי איז גארנישט מחייב וכו' וכו', און זיי האלטן דאס אפילו אין איין פובליצירן, ממילא וויאזוי מעג מען זיי יא אטאקירן ווען זיי האבן אן אנדערע צד אין די מעשה, אפשר זענט איר גאר משקר און עס איז בכלל נישט קיין עוולה די מהלך פון די פשרה עסקנים?

totty האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 12, 2026 3:57 am והשלישית יענער דיין האט מיר געזאגט נאך מער אז מלערנט נישט מער ווי 40 מינוט ענגליש ביי די גאר היימישע מוסדות (און אפילו די וואס לערנען מער איז עס יעדער לפי וואס זיי פלעגן לערנען ביז היינט און וויפיל זיי ווילן לערנען) אין די צייט וואס מען פארפירט אין די מחאות אז די גזירה איז צי לערנען אפאר שעה
איר מישט דא אריין עפעס א זייטיגע נושא, וואס איך האב נישט קיין אנונג וואס דאס קומט אהער צי די מעשה פון אויסהענגען תועבה פענער און ליילעכער.
totty האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 12, 2026 3:57 am והרביעית האט איר נאכנישט געענטפערט פארוואס איז די אנקעטע פון 96 פארצענט גויים נגד תועבה אומקראנט נאך דערצי נאך ווען א גרויס פארצענט גויים זענען מיסעלמעינער און וואס האט דאס שייכות מיט די 90 פארצענט אידן פון גזירות החינוך
איך זעה אז איר פארשטייט נישט קיין אידיש, און אפילו נאכן מסביר א צווייטע מאל האט איר בכלל נישט תופס געווען מיינע ווערטער.
קיינער האט נישט געזאגט אז די אנקעטע איז אומקראנט, די אנקעטע מעג זיין קראנט ביז איבערמארגן, און 96 פראצענט פונעם דעת הציבור מעג זיין דערקעגן, מיט דעם אלעם קען א דעת הציבור נישט טוישן די מציאות פון די געזעץ, און זיכער נישט די מציאות פון דעם אז עס איז געהאנגען תועבה פענער און ליילעכער אין א ערליכע אידישע מוסד.
ליינט איבער אונזערע ווערטער וועט איר זעהן די נקודה.

totty האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 12, 2026 3:57 am די נושא איז נישט געווען איבער די גזירה און געזעץ נאר איבער דעם וואו אפגעפרעגט די נושא איז אין לאנדאן אלס הוספה וואס די געזעץ פארלאנגט עס שוין נישט און וואס אין וועלט זאל א מוסד זיך וועלן געפעלן פאר וועם און פארוואס
די עיקר נושא איז בכלל נישט געווען איבער וואס די געזעץ איז יא מחייב אדער נישט, די נושא איז געווען וואס מען האט דן געווען צי די מעשה וואס מען פארציילט אז א מוסד האט אויפגעהאנגען תועבה סימבאלן אויף זייער מוסד איז אמת אדער נישט, און דאס איז דא קלאר אויפגעוויזן געווארן אז ליידער איז די ביטערע מציאות געווען אז די מעשה איז אמת,
נאר דערנאך האט איינער דא געוואלט פארשטיין פאר וועלכע סיבה זאל דער מוסד דאס האבן געטוהן, אויף דעם איז מען אריין אין די נושא וואס די געזעץ אין לאנדאן איז מחייב אז מען דארף אויסלערנען די קינדער צו טאלערירן אלע סארטן מענטשן און רעליגיעס, און פאר די סיבה האט די מוסד זיך געוועלט באווייזן אז זיי טוען דאס אויסלערנען פאר די קינדער.
totty
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 309
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:06 pm
x 589

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך totty »

פארטריבן האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 12, 2026 3:12 pm [ עס איז שוין אריבער מער ווי 24 שעה, און איר האט נאכנישט געברענגט קיין איין באווייז און קיין איין דאקומענט צו באשטעטיגן אלעס וואס זאגט כלומר'שט איבער אין נאמען פון דעם ערליכער דיין פון לאנדאן (וואס איז גוט אויסגעקאכט מיט די נושא)
איך בין נישט אינפלויעט ביי אידטיש און 24 שעה נישט ענטפערן איז נישט קיין אתמהה מיט 5 קוועסשען מארקס...

אגב האט מיר איינער פון די דיין'ס נאנטע היינט אנגערופן און געבעטן מיין אימעיל זאגענדיג אז ער ארבעט פארן דיין און ער האט אים געהייסן שיקן
דערווייל האט ער מיר עס נאכנישט געשיקט

איך גיי אים נישט שיקן קיין 5 קוועסשען מארקס ווייל איך בין נישט ענפלויעט ביי אים אויך נישט נאר כוועל ווארטן ער זאל עס שיקן און דאן בלי נדר מיטטיילן

אויך גיי איך נישט ענטפערן באריכות שלא מן הענין פשוט ווייל כבין אויך נישט ענפלויעט ביי אייך איך וויל פשוט וויסן דעם אמת
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 590
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 425

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פארטריבן »

totty האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 12, 2026 5:20 pm איך בין נישט אינפלויעט ביי אידטיש און 24 שעה נישט ענטפערן איז נישט קיין אתמהה מיט 5 קוועסשען מארקס...
עס זעהט אויס ווי איר האט זייער ליב צו פארדרייען מיינע ווערטער, די אתמהה מיט 5 קוועסטשען מארקס האב איך בכלל נישט געשריבן אויף אייער נישט ענטפערן נאך 24 שעה, נאר אויף די נקודה וואס איך ברענג ארויס אין די איינגערינגלטע, קוק איבער מיינע ווערטער וועסטו פארשטיין.

totty האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 12, 2026 5:20 pm אויך גיי איך נישט ענטפערן באריכות שלא מן הענין פשוט ווייל כבין אויך נישט ענפלויעט ביי אייך איך וויל פשוט וויסן דעם אמת

אויב איר ווילט פשוט וויסן דעם אמת, דאן אפשר קלארט איר אויס דאס וואס איך האב נעכטן געפרעגט פשט אין אייערע ווערטער, וואס אויסצוקלארן די שאלה דארף מען דאך נישט ווארטן דער דיין'ס ארבעטער זאל שיקן דאקומענטן אין אימעיל.
פארטריבן האט געשריבן: זונטאג יאנואר 11, 2026 3:02 pm איר שרייבט אז דער ערליכער דיין האט געזאגט אז די גאנצע זאך איז גאר א דמיון גדול.

עס איז אבער נישט קלאר אין אייערע ווערטער אויף וועלכע נקודה דער ערליכער דיין האט זיך באצויגן אז דאס איז א דמיון גדול,
צי די גאנצע מעשה איז גאר א דמיון, און עס איז בכלל קיינמאל נישט געהאנגען אינעם שטח המוסד קיין פענער און ליילעכער?
אדער דאס אז די רעגירונג איז היינט מחייב צי לערנען מיט קינדער די עניני תועבה איז א דמיון?
אדער דאס אז דער געוויסער מוסד האט זיך שוין אונטערגענומען, און לערנט שוין בפועל דא און דארט עניני תועבה, איז א דמיון?
אדער גאר דאס אז די קאלירן טוען סימבאליזירין די תועבה'ניקעס דאס איז א דמיון?
totty
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 309
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:06 pm
x 589

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך totty »

ביטע אויפהערן די ווילדע סטיל מעסעדשעס ווייל דאס מאכט פארגיין די אפעטיט פון וועלן שרייבן אפילו ווען איך וועל שוין האבן די אינפארמאציע
ביטע נאר שרייבן רואיג און לגופו של ענין

ווי אויב איז דא יעצט א חיוב לימוד תועבה
און צי מהאט זיך ערגעץ אינטערגענומען צי לערנען תועבה (דוגמת הפעטוועי דאהי)
און צי מלערנט טאקע תועבה
און צי סאיז געווען א פאן מטעם המוסד במזיד וכו'

דערוווייל זאגט מיר דער דיין אויף אלע הנ"ל אז נישט
(אנדערש ווי די ניו יארק מערכה ווי כולי עלמא מודי אז סאיז געווען ביז די נייע געזעץ עכ"פ א גזירה פון די עדשיקעישאן דיפארטמענט מיט גיידליינס צי לערנען אלעס אלעס און אז די פעטוועי מוסדות האבן גענומען א פעטוועי וואס דעקלערט אז מלערנט יא וואס אפילו סזאל זיין נאר לפנים איז עס א גורם צי מאכן פשרות אויף למעשה און אויך א חילול השם און דאס איז אויפגעהויבן א ווייסע פאן אויף די גזירה)
מיט דאנק

העמיר רעדן מארגן אויב כוועל שוין האבן די אינפא אדער נעקסטע אפילו וואך כהאב נישט אזויפיל צייט
צולייגער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 113
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 9:57 am
x 331

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך צולייגער »

מענטשן האבן צייט. טאטע אין הימל...
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 590
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 425

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פארטריבן »

totty האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 12, 2026 5:20 pm אגב האט מיר איינער פון די דיין'ס נאנטע היינט אנגערופן און געבעטן מיין אימעיל זאגענדיג אז ער ארבעט פארן דיין און ער האט אים געהייסן שיקן
דערווייל האט ער מיר עס נאכנישט געשיקט

איך גיי אים נישט שיקן קיין 5 קוועסשען מארקס ווייל איך בין נישט ענפלויעט ביי אים אויך נישט נאר כוועל ווארטן ער זאל עס שיקן און דאן בלי נדר מיטטיילן
איך האף אז דער דיין מיט זיין ארבעטער וועלן נישט לאזן ווארטן צו לאנג, ווייל מען רעדט דא פון הצלת נפשות ממש און מען דארף ראטעווען דורות,
ווייל לויט ווי די מצב האלט יעצט האבן אסאך מוסדות (אריינגערעכנט די מוסד וואס וואס האט געהאנגען די תועבה סימבאלן) אנגעהויבן די לעצטע פאר יאר צו לערנען מיט די קינדער עניני תועבה און כפירה, ווייל זיי האבן געגלייבט דאס וואס די אפסטעד אינספעקטארס האבן געזאגט אז די געזעץ פארלאנגט דאס צו לערנען,
און יעצט ווערט מען פלוצלינג געוואויר אז עס איז דא אן ערליכער דיין וואס ווייסט צו זאגן פון אן אמענדמענט וואס האט געמאכט מען זאל שוין היינט מער נישט דארפן לערנען די טריפה'נע זאכן, בין איך זיכער אז אלע מוסדות גייען תיכף ומיד אפשטעלן צו לערנען די אלע אומאויסגעהאלטענע זאכן.
דעריבער איז דאס ממש אן ענין פון הצלה משמד, און דער ערליכער דיין טאר נישט זיין קיין כובש נבואתו, נאר ער איז מחוייב יעדע רגע פריער צו שיקן די דאקומענטן כדי צו קענען מיטטיילען פאר אלע מוסדות ווי פריער אז מען דארף שוין היינט נישט לערנען די אלע טריפה'נע זאכן, און דורכדעם ראטעווען אידישע נפשות פון דאס ערגסטע.

totty האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 12, 2026 7:20 pm ביטע אויפהערן די ווילדע סטיל מעסעדשעס ווייל דאס מאכט פארגיין די אפעטיט פון וועלן שרייבן אפילו ווען איך וועל שוין האבן די אינפארמאציע
דאכט זיך אז זענט דער וואס געשריבן ווילד קעגן די גליונות וואס באריכטן די סכנה פון די לאנדאנע גזירת החינוך,
איך האב געשריבן זייער רוהיג לגופו של ענין און ארויסגעברענגט אז איר פארדרייט מיינע ווערטער, און אויך געבעטן אן אויסקלארונג אויף זאכן וואס איר האט פריער געשריבן,
און אנשטאט צו ענטפערן אויף וואס מען פרעגט, דרייט איר זיך ארויס מיט תירוצים,
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 590
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 425

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פארטריבן »

totty האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 12, 2026 7:20 pm ווי אויב איז דא יעצט א חיוב לימוד תועבה
און צי מהאט זיך ערגעץ אינטערגענומען צי לערנען תועבה (דוגמת הפעטוועי דאהי)
און צי מלערנט טאקע תועבה
איר ווילט דא אריינציען די שמועס צי אן אנדערע דירעקשאן,
ווייל מען האט דא דן געווען אויף א מעשה פוןא ספעציפישע מוסד וואס האט ארויסגעהאנגען תועבה סימבאלן,
און איר ווילט יעצט אוועקפירן אביסל די שמועס צי עס זענען דא אנדערע מוסדות וואס האבן זיך טאקע אונטערגענומען אדער לערנען תועבה (וואס איז גראדע אויך אמת, אבער נישט דאס איז יעצט די נושא).

ממילא ביטע האלטן די נושא לגופו של ענין נאר איבער די מעשה פון די מוסד'ס אויפהענגען סימבאלן,
און צי די געזעץ איז מחייב צו לערנען צו טאלערירן מושחתים,
און העכסטנס אויב די ספעציפישע מוסד לערנט טאקע תועבה אין זייערע מוסדות.

totty האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 12, 2026 7:20 pm (אנדערש ווי די ניו יארק מערכה ווי כולי עלמא מודי אז סאיז געווען ביז די נייע געזעץ עכ"פ א גזירה פון די עדשיקעישאן דיפארטמענט מיט גיידליינס צי לערנען אלעס אלעס און אז די פעטוועי מוסדות האבן גענומען א פעטוועי וואס דעקלערט אז מלערנט יא וואס אפילו סזאל זיין נאר לפנים איז עס א גורם צי מאכן פשרות אויף למעשה און אויך א חילול השם און דאס איז אויפגעהויבן א ווייסע פאן אויף די גזירה)

ווי שוין אויבן ארויסגברענגט זענט איר דאך אויך מודה אז אין לאנדאן ביז די אנגעבליכע אמענדמענט וואס פטר'ט צו לערנען די זאכן, האט מען קלאר יא געדארפט לערנען,
נו איז דאך דאס די זעלבע ווי די ניו יארק מערכה וואס דו ביזט מודה אז ביז די נייע געזעץ האט מען לויט די גיידליינס געדארפט לערנען אלע טריפה'נע זאכן
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8470
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20642

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך דער תהלים איד »

פארטריבן האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 12, 2026 7:43 pm ווייל מען רעדט דא פון הצלת נפשות ממש און מען דארף ראטעווען דורות,
:lol: :lol: :lol:
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 590
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 425

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פארטריבן »

למעשה ביז דער ערליכער דיין וועט שיקן דאקומענטן וואס ווייזן אויף אנדערש
בלייבן די פאקטן קלאר ווי ביז יעצט.

פאקט 1) די תועבה סימבאלן זענען געהאנגען אויף די בניני המוסד און אויסדרוקליך נאר אויף זייער שטח, וואס דאס קען נאר ווערן אויפגעהאנגען דורך די מוסד אליין מיט א קלארע ציהל.

פאקט 2) די מוסד האט קיינמאל נישט ארויסגעשטעלט אן אנטשולדיגונג\הכחשה\הבהרה\והייתם נקיים, אדער סיי וואס צו פארענטפערן דעם שרעקליכן חילול ה' פון די מעשה.

פאקט 3) די געזעץ אין לאנדאן איז מחייב סקולס צו לערנען מיט די קינדער אז מען דארף טאלערירן און רעספעקטירן אלע מושחתים ומתועבים און אלע אנדערע גלויבנס.

פאקט 4) די מוסד וואס געהאנגען די תועבה סימבאלן לערנט שוין דא און דארט געפערליכע עניני תועבה ועוד מיט זייערע קינדער.
ויצא
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 255
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 7:07 pm
x 301

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך ויצא »

צולייגער האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 12, 2026 7:31 pm מענטשן האבן צייט. טאטע אין הימל...
אויב טעריזירען זיי נישט קיין מענטשען און דעי צייט איז עס ווערט
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2153
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 3992

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך הדסים »

פארטריבן האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 12, 2026 8:01 pm למעשה ביז דער ערליכער דיין וועט שיקן דאקומענטן וואס ווייזן אויף אנדערש
בלייבן די פאקטן קלאר ווי ביז יעצט.

פאקט 4) די מוסד וואס געהאנגען די תועבה סימבאלן לערנט שוין דא און דארט געפערליכע עניני תועבה ועוד מיט זייערע קינדער.
איז דא פראוו צו באשטעטיגן דעם פאקט?

קען זיין האסט שוין געשריבן, כ'האב נישט געליינט ביז אהער רוב תגובות.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
totty
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 309
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:06 pm
x 589

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך totty »

פארטריבן האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 12, 2026 8:01 pm
פאקט 1) די תועבה סימבאלן זענען געהאנגען אויף די בניני המוסד און אויסדרוקליך נאר אויף זייער שטח, וואס דאס קען נאר ווערן אויפגעהאנגען דורך די מוסד אליין מיט א קלארע ציהל.

אויב זיי האבן עס געלייגט מיט א ציהל פארוואס זעהט מען עס נישט דארט און לשיטתך אז זיי האבן עס געלייגט פארוואס האבן זיי עס אראפגענומען אז קיינער למעשה קען עס נישט זעהן און זיך איבערצייגן
ביי די פעטוועי מוסדות איז געווען די מעשה מיט א קלארע אכלתי ואוכל עוד אבער אין לאנדאן איז דערווייל גאר אנדערש די מעשה

און אויף אלע 4 פאקטן קריגן זיי זיך און זאגן אז עס איז נישטא קיין שום חיוב צי לערנען און מלערנט אוודאי נישט און מהאט זיך אוודאי נישט אינטערגענומען צי לערנען
totty
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 309
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:06 pm
x 589

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך totty »

פארטריבן האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 12, 2026 8:01 pm פאקט 3) די געזעץ אין לאנדאן איז מחייב סקולס צו לערנען מיט די קינדער אז מען דארף טאלערירן און רעספעקטירן אלע מושחתים ומתועבים און אלע אנדערע גלויבנס.
אויף דעם האט מיר דער דיין געזאגט אז די געזעץ האט שוין 12 יאר געלויטעט אז מדארף לערנען מחשיב צי זיין אלע גלויבענס און 3 יאר צוריק האט מען שוין געמאכט א טויש אין נוסח אז מדארף נאר האבן דרך ארץ פאר אלע "מענטשן" און עס שטייט ארויס אז ממעג לערנען מיט די קינדער אז אנדערע גלויבענס זענען אפגעפרעגט און נישט האבן קיין גלויבן איז אפגעפרעגט וכו'
און מיט א יאר צוריק האט מען הערשט אנגעהויבן אונז פארציילן אין דורותינו וכו' אז סאיז דא דארט א געזעץ מחשיב צי זיין גלויבענס אין די צייט וואס עס איז ממש להיפך - לשיטתו- מהאט גאר מתקן געווען א אלטע פראבלעם און נאכן תיקון הייבט מען אן פארפירן אונזערע מחות
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 590
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 425

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פארטריבן »

הדסים האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 13, 2026 3:34 am
פארטריבן האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 12, 2026 8:01 pm למעשה ביז דער ערליכער דיין וועט שיקן דאקומענטן וואס ווייזן אויף אנדערש
בלייבן די פאקטן קלאר ווי ביז יעצט.

פאקט 4) די מוסד וואס געהאנגען די תועבה סימבאלן לערנט שוין דא און דארט געפערליכע עניני תועבה ועוד מיט זייערע קינדער.
איז דא פראוו צו באשטעטיגן דעם פאקט?
יא, עס איז דא פראוו דאס צו באשטעטיגן, אבער אלץ הרחק מן הכיעור קענען מיר דאס נישט ארויפלייגן ברבים.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8470
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20642

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך דער תהלים איד »

פארטריבן האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 12, 2026 8:01 pm פאקט 3) די געזעץ אין לאנדאן איז מחייב סקולס צו לערנען מיט די קינדער אז מען דארף טאלערירן און רעספעקטירן אלע מושחתים ומתועבים און אלע אנדערע גלויבנס.
איך קען נישט די לאנדאנע געזעצן און מציאות.

נאר אז דו שרייבסט, האב איך געטשעקט:
Screenshot 2026-01-13 103459.png
Screenshot 2026-01-13 103459.png (452.52 KiB) געזען געווארן 191 מאל
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 590
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 425

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פארטריבן »

totty האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 13, 2026 4:21 am
פארטריבן האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 12, 2026 8:01 pm
פאקט 1) די תועבה סימבאלן זענען געהאנגען אויף די בניני המוסד און אויסדרוקליך נאר אויף זייער שטח, וואס דאס קען נאר ווערן אויפגעהאנגען דורך די מוסד אליין מיט א קלארע ציהל.

אויב זיי האבן עס געלייגט מיט א ציהל פארוואס זעהט מען עס נישט דארט און לשיטתך אז זיי האבן עס געלייגט פארוואס האבן זיי עס אראפגענומען אז קיינער למעשה קען עס נישט זעהן און זיך איבערצייגן
דו דערמאנסט מיך א מעשה,
געווען איינמאל אין ביהמ"ד קומט אריין עפעס א וואגאבונד א מה יעשה'ניק, וואס מען האט געוואוסט אויף אז ער דרייט זיך אין מקומות מזוהמות, און נישט מער נישט ווייניגער ער האט אנגעהאנגען אויף זיין האלז א שתי וערב רח"ל, די אידן דארט אין ביהמ"ד האבן אנגעהויבן צו פארפירן קולות אויף דעם וואגאבונד, דער פארשוין האט זיך דערשראקן און תיכף אויפגעהערט און ארויסגעלאפן פון ביהמ"ד.

צומארגנס קומט דער וואגאבונד נאכאמאל אין ביהמ"ד און פארשטייט זיך אז ער האט נישט געהאט אנגעהאנגען אויף זיך דעם נעכטיגן דבר טמא, און עטליכע מענטשן וואס האבן איהם געזעהן נעכטן אריינקומען ווען ער האט עס יא געהאט אנגעהאנגען אויף זיך, האבן זיי אנגעהויבן איהם אנצו שרייען אויף דעם וואס ער האט נעכטן אנגעהאט דעם שתי וערב רח"ל, הייבט יענער אן צוריק צו שרייען און זאגט ענק זענען שקרנים עטץ זענטס מיר אומזיסט חושד עס איז נישט אמת די גאנצע מעשה, רופט זיך איינער צו איהם, וואס הייסט ס'איז נישט אמת איך האב דא א בילד וואס איינער האט נעכטן אפגעכאפט מיט זיין טעלעפאן בשעת דו האסט עס אנגעהאט אויף דיין האלז, און ער נעמט ארויס די בילד ווי מען זעהט טאקע קלאר ווי דער טאג די נעכטיגע מעשה,

זעהנדיג אז דער מצב טויג נישט און יעדער האט זיך קלאר איבערצייגט די אמת'ע מציאות, האט זיך עפעס א חבר פונעם וואגאבונד אנגעהויבן אנצונעמען פאר דעם שייגאץ, און גע'טענה'ט אז איך פארשטיי נישט וואס ענק ווילן, קוקטס יעצט אויף איהם וועט יעדער קלאר זעהן אז ער האט נישט אויף זיך קיין שום שתי וערב אדער קיין שום אנדערע טמא'נע סימבאל, איי עס איז דא א קלארע בילד ווי ער האט עס נעכטן אנגעהאט, דאס איז גארנישט מחייב, ווייל למעשה יעצט האט ער שוין אראפגענומען, און אויב וואלט ער עס נעכטן אנגעטוהן מיט א ציהל וואלט ער עס היינט נישט אראפגענומען...........

ויהי לפלא.....
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 590
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 425

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פארטריבן »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 13, 2026 1:04 pm
פארטריבן האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 12, 2026 8:01 pm פאקט 3) די געזעץ אין לאנדאן איז מחייב סקולס צו לערנען מיט די קינדער אז מען דארף טאלערירן און רעספעקטירן אלע מושחתים ומתועבים און אלע אנדערע גלויבנס.
איך קען נישט די לאנדאנע געזעצן און מציאות.

נאר אז דו שרייבסט, האב איך געטשעקט:

Screenshot 2026-01-13 103459.png
זיי מסביר וואס דו זעהסטו דא?

איך זעה דא טאקע פונקטליך דאס וואס איך האב געשריבן, אז מען דארף אויסלערנען די קינדער צו 'טאלערירן' אלע מיינונגען, גלויבנס, און סארטן מענטשן (ליין מושחתים), און מען מוז אויסלערנען פאר די קינדער אז עס זענען פארהאן די אלע אנדערע סארטן מענטשן\גלויבנס,

אמת אז מען מעג טאקע זאגן פאר די קינדער בשעת מען רעדט פון די אנדערע גלויבנס\מושחתים, אז אונז אידן ווייסן מיר אז די אידישע גלויבן איז די איינציגע אמת משה אמת ותורתו אמת, אבער דו טארסט נישט יענעם אראפקוקן ווייל ער האט אן אנדערע גלויבן און מען דארף איהם רעספעקטירן נישט קיין חילוק וועלכע גלויבן ער האלט, און נישט קיין חילוק ווי מושחת ומופקר ער איז.

Screenshot 2026-01-13 103459.png
Screenshot 2026-01-13 103459.png (397.02 KiB) געזען געווארן 136 מאל
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 590
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 425

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פארטריבן »

totty האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 13, 2026 4:21 am ביי די פעטוועי מוסדות איז געווען די מעשה מיט א קלארע אכלתי ואוכל עוד אבער אין לאנדאן איז דערווייל גאר אנדערש די מעשה
אפשר קענט איר מסביר זיין וועלכע חלק איר רופט אן ביי די פעטוועי מוסדות א 'קלארע' אכלתי ואוכל עוד?
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 590
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 425

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פארטריבן »

totty האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 13, 2026 4:21 am און אויף אלע 4 פאקטן קריגן 'זיי' זיך און זאגן אז עס איז נישטא קיין שום חיוב צי לערנען און מלערנט אוודאי נישט און מהאט זיך אוודאי נישט אינטערגענומען צי לערנען
ווער איז די 'זיי'?
איר מיינט די מוסד וואס האט אויפגעהאנגען די תועבה סימבאלן?
וואו האט איר געזעהן אז דער מוסד קריגט זיך מיט די אלע 4 פאקטן?
נאסע שמאטעס
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 539
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
x 1151

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך נאסע שמאטעס »

פארטריבן האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 13, 2026 1:41 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 13, 2026 1:04 pm
פארטריבן האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 12, 2026 8:01 pm פאקט 3) די געזעץ אין לאנדאן איז מחייב סקולס צו לערנען מיט די קינדער אז מען דארף טאלערירן און רעספעקטירן אלע מושחתים ומתועבים און אלע אנדערע גלויבנס.
איך קען נישט די לאנדאנע געזעצן און מציאות.

נאר אז דו שרייבסט, האב איך געטשעקט:

Screenshot 2026-01-13 103459.png
זיי מסביר וואס דו זעהסטו דא?

איך זעה דא טאקע פונקטליך דאס וואס איך האב געשריבן, אז מען דארף אויסלערנען די קינדער צו 'טאלערירן' אלע מיינונגען, גלויבנס, און סארטן מענטשן (ליין מושחתים), און מען מוז אויסלערנען פאר די קינדער אז עס זענען פארהאן די אלע אנדערע סארטן מענטשן\גלויבנס,

אמת אז מען מעג טאקע זאגן פאר די קינדער בשעת מען רעדט פון די אנדערע גלויבנס\מושחתים, אז אונז אידן ווייסן מיר אז די אידישע גלויבן איז די איינציגע אמת משה אמת ותורתו אמת, אבער דו טארסט נישט יענעם אראפקוקן ווייל ער האט אן אנדערע גלויבן און מען דארף איהם רעספעקטירן נישט קיין חילוק וועלכע גלויבן ער האלט, און נישט קיין חילוק ווי מושחת ומופקר ער איז.

Screenshot 2026-01-13 103459.png
אה די גזירת החינוך איז אז מטאר נישט לעגאל זאגן אז א גוי איז א בהמה און אז מען מעג אים פארשעמען? טאקע ביטער....
שרייב פאוסט