totty האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 12, 2026 3:57 am
ערשטענס ווייל איר שרייבט יא מיט א ברירות קעגן מענטשן פערזענליך מיט א זיכערקייט פארן מברר זיין די אנדערע צד
אויב איינער שרייבט פארן מברר זיין איז דאס נאר איר אליין, ווי איר זענט אליין מודה א איר האלט נאך פארן בירור ווער ס'זאגט אמת.
אבער אונזער גאנצע שרייבן ביז אהער איז טאקע דייקא געווען נאכן מברר זיין די מציאות, און צו ברענגען די בירור פארן גאנצן ציבור וויאזוי מיר האבן מברר געווען פונקטליך פון די בילד און פון די מאפעס אז די תועבה סימבאלן זענען טאקע געווען 'נאר' אין די שטח פונעם מוסד, און איינמאל די מציאות איז קלארגעשטעלט איז די זאך שוין מבורר ווי געשריבן אויבן.
און עס איז א חידוש פלא וויאזוי איר האלט נאך אין איין איבער'חזר'ן און האקן די קאפ אין וואנט כאילו עס איז דא עפעס אן אנדערע צד צי די מעשה, אין די צייט וואס מען האלט שוין וואכן לאנג וואס די נושא איז איז אופן אויבעפלאך נישט נאר דאהי אין די גליונות, נאר טאקע דארט אין לאנדאן וואס די ארטיגע ערליכע עסקנים האבן דאס אויך באשריבן (און זיי זענען דאך די קרובים אל החלל און נישט קיין ירחיק עדותו, און זיי וואלטן נישט געשריבן א זאך וואס יעדער קען זיך איבערצייגן עס איז נישט אמת), און נאך ביז היינט איז די מוסד נישט ארויסגעקומען מיט א קלארשטעלונג אז עס איז בכלל דא אן אנדערע צד, און אפילו דא אויף אידטיש האט נאך קיינער נישט אויפגעברענגט אן אנדערע צד אדער נארמאלע פארשטענדליכע סיבה צו מסביר זיין פארוואס א מוסד זאל האבן אויפגעהאנגען די תועבה סימבאלן.
די איינציגע זאך וואס מאנכע האבן קודם פרובירט, איז געווען צו אפצולייקענען די פאקטן און איינרעדן פאלשע דמיונות כאילו עס איז געהאנגען גאר אויף דערנעבנדיגע גויאישע בילדינגס, אבער נאכדעם וואס דאס איז שוין קלאר מבורר געווארן לעיני כל די אוממעגליכקייט דערפון, איז יעדער שוין קלאר געווארן איבערצייגט אז די תועבה סימבאלן זענען טאקע געווען 'נאר' אויף די שטח פונעם מוסד, און קיינער לייקנט שוין יעצט נישט די מציאות הדברים,
(און אפילו אויב איינער האט באשלאסן -צוליב זיינע פערזענליכע סיבות- אז די מעשה טאר נישט מאכן קיין סענס 'פאר אים', פארשטייט יעדער איינער אז דאס טוישט בכלל נישט די קלארע מציאות הדברים וואס זענען אויפגעוויזן געווארן).
totty האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 12, 2026 3:57 am
והשנית דאס אז דארט איז נישטא קיין געזעץ צי לערנען די אלע זאכן האט איר דאך זיכער משקר געווען וואך איין און וואך אויס אז ממוז לערנען מינות און תועבה אין די צייט וואס די געזעץ דארט זאגט שוין היינט פארקערט נאך די נייע אמענדמענד וואס כהאב טאקע אויך נישט געוואוסט דערפון ביז יעצט
איך ווייס נישט ווער ס'האט משקר געווען, ווייל מיר פערזענליך האבן נאכנישט דא געשריבן ביז יעצט איבער די נושא.
אבער פון אייערע ווערטער, זעהט אויס אז איר זענט גאר ווייניג באהאוונט אין די גזירה פון לאנדאן, און איר האלט נישט גארנישט מיט וואס דארט טוט זיך.
און אפילו לשיטתכם, זאגט איר דאך אויך נאר אז 'היינט' נאך עפעס אן אומבאוואוסטע אמענדמענט דארף מען שוין נישט לערנען, זענט איר דאך אליין מודה אז פאר די אמענדמענט האט די געזעץ יא קלאר פארלאנגט צו לערנען די טריפה'נע כפירה און תועבה לימודים, סאו וואס פונקטליך איז אייער טענה,
נאכדערצו ווען עס איז שוין אריבער מער ווי 24 שעה, און איר האט נאכנישט געברענגט קיין איין באווייז און קיין איין דאקומענט צו באשטעטיגן אלעס וואס זאגט כלומר'שט איבער אין נאמען פון דעם ערליכער דיין פון לאנדאן (וואס איז גוט אויסגעקאכט מיט די נושא) אז די געזעץ איז גארנישט מחייב צו לערנען, און מען האט גאר אריינגערוקט אן אמענדמענט צו פטר'ן.
(און אדרבה, אויב איז דאס אמת, מאכט דאס נאך שטארקער די קשיא אויף אלע מוסדות -אריינגערעכנט די מוסד וואס האט געהאנגען די תועבה סימבאלן- וואס לערנען גאר די אלע עניני כפירה ותועבה, ווי מען זעהט קלאר אין די אפסטעד רעפארטס וואס מען קען יעדער אליין אויפזוכן אויף יעדן מוסד, און אויב די געזעץ פארלאנגט דאס נישט פארוואס לערנען זיי די טריפה'נע לימודים, אתמהה???).
בכלל פארשטיי איך נישט אייער מהלך, פארוואס דאהי אין ניו יארק האלט איר אז מען מעג יא אטאקירן און אראפרייסן די אלע וואס פארהאנדלען מיט פשרות און געבן נאך צוביסלעך נאך און נאך פאר די רעגירונג, זיי האבן דאך פונקט אויך אן אנדערע צד אין די מעשה, און זייערע עסקנים שרייען אויך פונקט אזוי אז די פעטוועי איז גארנישט מחייב וכו' וכו', און זיי האלטן דאס אפילו אין איין פובליצירן, ממילא וויאזוי מעג מען זיי יא אטאקירן ווען זיי האבן אן אנדערע צד אין די מעשה, אפשר זענט איר גאר משקר און עס איז בכלל נישט קיין עוולה די מהלך פון די פשרה עסקנים?
totty האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 12, 2026 3:57 am
והשלישית יענער דיין האט מיר געזאגט נאך מער אז מלערנט נישט מער ווי 40 מינוט ענגליש ביי די גאר היימישע מוסדות (און אפילו די וואס לערנען מער איז עס יעדער לפי וואס זיי פלעגן לערנען ביז היינט און וויפיל זיי ווילן לערנען) אין די צייט וואס מען פארפירט אין די מחאות אז די גזירה איז צי לערנען אפאר שעה
איר מישט דא אריין עפעס א זייטיגע נושא, וואס איך האב נישט קיין אנונג וואס דאס קומט אהער צי די מעשה פון אויסהענגען תועבה פענער און ליילעכער.
totty האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 12, 2026 3:57 am
והרביעית האט איר נאכנישט געענטפערט פארוואס איז די אנקעטע פון 96 פארצענט גויים נגד תועבה אומקראנט נאך דערצי נאך ווען א גרויס פארצענט גויים זענען מיסעלמעינער און וואס האט דאס שייכות מיט די 90 פארצענט אידן פון גזירות החינוך
איך זעה אז איר פארשטייט נישט קיין אידיש, און אפילו נאכן מסביר א צווייטע מאל האט איר בכלל נישט תופס געווען מיינע ווערטער.
קיינער האט נישט געזאגט אז די אנקעטע איז אומקראנט, די אנקעטע מעג זיין קראנט ביז איבערמארגן, און 96 פראצענט פונעם דעת הציבור מעג זיין דערקעגן, מיט דעם אלעם קען א דעת הציבור נישט טוישן די מציאות פון די געזעץ, און זיכער נישט די מציאות פון דעם אז עס איז געהאנגען תועבה פענער און ליילעכער אין א ערליכע אידישע מוסד.
ליינט איבער אונזערע ווערטער וועט איר זעהן די נקודה.
totty האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 12, 2026 3:57 am
די נושא איז נישט געווען איבער די גזירה און געזעץ נאר איבער דעם וואו אפגעפרעגט די נושא איז אין לאנדאן אלס הוספה וואס די געזעץ פארלאנגט עס שוין נישט און וואס אין וועלט זאל א מוסד זיך וועלן געפעלן פאר וועם און פארוואס
די עיקר נושא איז בכלל נישט געווען איבער וואס די געזעץ איז יא מחייב אדער נישט, די נושא איז געווען וואס מען האט דן געווען צי די מעשה וואס מען פארציילט אז א מוסד האט אויפגעהאנגען תועבה סימבאלן אויף זייער מוסד איז אמת אדער נישט, און דאס איז דא קלאר אויפגעוויזן געווארן אז ליידער איז די ביטערע מציאות געווען אז די מעשה איז אמת,
נאר דערנאך האט איינער דא געוואלט פארשטיין פאר וועלכע סיבה זאל דער מוסד דאס האבן געטוהן, אויף דעם איז מען אריין אין די נושא וואס די געזעץ אין לאנדאן איז מחייב אז מען דארף אויסלערנען די קינדער צו טאלערירן אלע סארטן מענטשן און רעליגיעס, און פאר די סיבה האט די מוסד זיך געוועלט באווייזן אז זיי טוען דאס אויסלערנען פאר די קינדער.