אייס געשאסן; אומ/שולדיג?

נייעס אין דער אלגעמיינער גאס, לאקאל און נאציאנאל

ווער איז שולדיג

דער אייס אגענט
19
40%
די פרוי
17
35%
דער אגענט האט געמעגט שיסן אבער ער וואלט געקענט (נישט געמוזט) אנטלויפן
12
25%
 
Total votes: 48

אגד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 121
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2025 9:08 am
x 188

Re: אייס געשאסן; אומ/שולדיג?

פאוסט דורך אגד »

חלום חלמתי האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 10:43 pm
חנן האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 10:23 pm איידערן גיין צום פרישן שיסעריי, וויל איך נאך אריינשטעלן מיינע צוויי צענט.

מעגליך אז דער ערשטער שאס איז ער נאך געווען היפש בארעכטיגט צו נעמען, יש לצדד לכאן ולכאן און ס'איז זייער שווער פאר א מענטש וואס פילט זיך אין געפאר צו מאכן אזוינע באשלוסן. זענען אבער די צווייטע און דריטע שאסן לכו"ע בכלל נישט געווען בארעכטיגט, נאכוואס עס איז זייער קלאר געווארן אז ס"ה האט זי פרובירט צו אנטלויפן און נישט איבערפארן.

און ווי עס קוקט אויס פונעם לאך אינעם ווינדשיעלד האט דער ערשטער קויל נישט געדארפט צו באטרעפן דער דרייווער. דאס מיינט אז זי איז געהארגעט געווארן דורך די צווייטע און דריטע אומבארעכטיגע קוילן. איקועלס: דער שיסער איז א פאלנער מערדער, וואס האט ערמארדעט איינע פארן אים שטעלן אין א מעגליכע לעבנסגעפאר.

אויסער אויב דער מציאות איז אנדערש און דאס ערשטע שאס איז שוין געווען אין קאפ, דאן איז עס צוריק אפן פאר דעבאטע.
וואס א חילוק אויב די ערשטע האט איר געהארגעט אדער נישט? די צווייטע און דריטע איז זיכער אומבארעכטיגט
דער חילוק איז אז אויב נעמט מען אן
1) ער האט געמעגט שיסן די ערשטע רונדע
2) יענס האט איר אומגעברענגט

איז די אנדערע צוויי סתם גברי קטילא קטיל.
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1585
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 5207

Re: אייס געשאסן; אומ/שולדיג?

פאוסט דורך Think and Thank »

חנן האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 09, 2026 12:29 pm
Think and Thank האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 09, 2026 5:15 am
חנן האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 10:23 pm איידערן גיין צום פרישן שיסעריי, וויל איך נאך אריינשטעלן מיינע צוויי צענט.

מעגליך אז דער ערשטער שאס איז ער נאך געווען היפש בארעכטיגט צו נעמען, יש לצדד לכאן ולכאן און ס'איז זייער שווער פאר א מענטש וואס פילט זיך אין געפאר צו מאכן אזוינע באשלוסן. זענען אבער די צווייטע און דריטע שאסן לכו"ע בכלל נישט געווען בארעכטיגט, נאכוואס עס איז זייער קלאר געווארן אז ס"ה האט זי פרובירט צו אנטלויפן און נישט איבערפארן.

און ווי עס קוקט אויס פונעם לאך אינעם ווינדשיעלד האט דער ערשטער קויל נישט געדארפט צו באטרעפן דער דרייווער. דאס מיינט אז זי איז געהארגעט געווארן דורך די צווייטע און דריטע אומבארעכטיגע קוילן. איקועלס: דער שיסער איז א פאלנער מערדער, וואס האט ערמארדעט איינע פארן אים שטעלן אין א מעגליכע לעבנסגעפאר.

אויסער אויב דער מציאות איז אנדערש און דאס ערשטע שאס איז שוין געווען אין קאפ, דאן איז עס צוריק אפן פאר דעבאטע.

האסט שוין אמאל געזען א ווידעא פון א פאליס טשעיס וואס ענדיגט זיך אין א שיסעריי? די רגע די ערשטע שאס ווערט ארויסגעשאסן ווערט א וועלט מלחמה. איך בין סורפרייזד אז א קאר איז שיער איבערגעפארן א פעדעראלער פאליציאנט און בלויז איינער האט געשאסן (יענער האט אפילו נישט געהאט זיין ביקס אין די האנט, ער האט עס שנעל ארויסגעשלעפט און געשאסן) און בלויז דריי קוילן.

כ'בין נישט זיכער איבער די לעגאליטעט אויף די ביכער פון די נאכפאלגענדע שאסן, אבער אין מציאות איז זייער קלאר.
גראדע נישט אמת אז ער האט עס נישט געהאט אין דער האנט. ער גיבט עס א שלעפ ארויס נאך פאר וואס ווען וואו.

ביי פאליציי איז נישט פארהאן קיין תירוצים פון "די רגע די ערשטע שאס ווערט ארויסגעשאסן ווערט א וועלט מלחמה". אויף יעדע קויל באזונדער דארף ווערן אפגעגעבן א דין וחשבון. (די מיליטער איז אנדערש).

וואס הייסט ס'נישט אמת אז ער האט עס נישט געהאט אין די האנט? מען זעהט קלאר אויפ'ן קליפ ווי ער נעמט עס ארויס שוין נאכדעם וואס זי האט געבעקט, בשעת זי גייט צוריק אין דרייוו. פון ארויסנעמען ביז נאך די ערשטע שאס דויערט ארום א סעקונדע, וואס מיינט אז לשיטתך אז ער האט עס ארויסגענומען 'נאך פאר וואס ווען וואו' האט ער געשאסן נאך פאר וואס ווען וואו און אלע דעבאטעס ארום זענען גענצליך איבריג.

געווענליך ווען פאליציאנטן זענען אין א סיטואציע פון ספק סכנה וועלן זיי ארויסנעמען די ביקס, אדער לכה"פ האלטן די האנט דערויף גרייט ארויסצוציען. ביי יעדע פאליס טשעיס גייען זיי צו צו די קאר מיט אנגעצילטע ביקסן, און אסאך מאל ביי סתם טרעפיק סטאפס די רגע יענע קאאפערירט נישט קומט די ביקס ארויס. דא האט ער נישט געהאט די האנט אויפ'ן ביקס ביז די רגע וואס ער האט מחליט געווען צו שיסן, ווי מען זעהט קלאר אז ער גיבט א כאפ די ביקס און שיסט.

בנוגע די לעגאליטעט האב איך שוין געשריבן אז ס'קען זיין אז אויף די בוקס איז דא רולס וכדומה, אבער די טרוקענע מציאות איז ווי איך האב געשריבן.
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4693
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 33393

Re: אייס געשאסן; אומ/שולדיג?

פאוסט דורך חלום חלמתי »

פשוט און גראד האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 14, 2026 11:17 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 14, 2026 10:52 pm דזשאו ראוגן, די גרעסטע פאדקעסטער, גלייכט צו די אייס אגענטור צו די נאצי געסטאפא.

ראוגן איז געווען ביז היינט פון די גרעסטע טראמפ שטיצער, אבער ער פלעגט קיינמאל נישט האבן קיין בלינדע מיינונגען.
שששששש.. ער האט א פוינט

פון די אנדערע זייט טענעה'ט ווענס אז די אלע שטיק געשעהן אין sanctuary cities - האט אויך א פוינט
ווענס האט גאר א גוטע פוינט!

די מעיאר פון שיקאגא ווי מען גרייט זיך אויף א אייס רעיד האט געווארנט אז זיין פאליציי טאר נישט ארויסהעלפן מיט קיין שום זאך. און נאכדעם וועט ער האבן טענות אז די אגענטן זענען ווילד און שטופן אוועק פראטעסטירער בלא בלא
אוועיטער
פליט
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4493
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:50 am
x 17643

Re: אייס געשאסן; אומ/שולדיג?

פאוסט דורך פליט »

א גוט זאגער איז דא מיט א ווערטעלע.
IMG_20260128_015825_077.jpg
IMG_20260128_015825_077.jpg (25.49 KiB) געזען געווארן 74 מאל
חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 10, 2026 11:46 pm נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
שרייב פאוסט