בן מלך האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 31, 2025 7:15 pmאמת, אבער די טעכנישע זאכן קען מען אויסארבעטן. אגב די שיעורים פאר זיך איז גארנישט אנדערש ווי א וואן-אן-וואן חתן שיעור. נאר פאר די אלע וואס הערן עס.Think and Thank האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 31, 2025 7:09 pmבן מלך האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 31, 2025 7:06 pm
איך פארשטיי באמת נישט. אויב די יסודות פון זכו זענען נכון און אויסגעהאלטן, מיט וועלכע רעכט האלטסטו בכלל צוריק די אינפארמאציע פון אים? פארוואס אין דער וועלט דארף ער/זי האלטן ביי א קריזיס, און זיך פארשעמען ברבים צו באקומען הילף? געב שיעורים ווי א נארמאלע מענטש. תורה הוא!
אין דורשין בעריות בשלשה איז א משנה, ועי"ש במפרשים הטעם.
חוץ מזה, שיעורים אין די ענינים אויפ'ן טעלעפאן קען זיין א מקום פאר גרויסע מכשולות, און די מנהיגים האבן א חיוב (אויב ס'איז לדעתם א פראבלעם) אפצושטעלן א זאך וואס קען ברענגען מכשולות.
דריטנס, די מוחאות זענען געווען אסאך גראפישער ווי די עדס פאר די שיעורים, און זיי זענען שולדיג אז אין יעד קאווע שטיבל דיסקוסירט מען עס. די ערס זענען געווען איידל עז איט קען פאסיבלי בי.
פערטנס, אויב דאס איז טאקע זייער פראבלעם, פארוואס שרייבסטו ליגנט אויפן קול קורא אז עס קעגן אונזער השקפה?
ווי שוין געזאגט האב איך נישט קיין אנונג איבער די תוכן השיעורים. דו האסט געהאט א ספעציפישע טענה אויף די רבנים וואס האלטן אז די שיעורים זענען אקעי נאר זייער פראבלעם איז די אופן וויאזוי עס ווערט געגעבן, מיט וועלכע רעכט זיי זענען מונע אידן פון די ידיעות נאר צוליב די אופן השיעורים? אויף דעם האב איך דיר געענטפערט אז די אופן השיעורים קען זיין א פראבלעם אפילו אויב די תוכן איז נישט. יעצט קומסטו מיט אנדערע טענות וואס זענען נישט נוגע צו יענע נקודה.