1) כו"ע מודי אז קאוויד איז באהאנדלט געווארן ווי אן "עמערדזשענסי צושטאנד", און אלע אפראוועלס זענען געווען האלבע אפראוועלס בלויז אלס עמערדזשענסי, געבויט אויף וויפיל סטאדיס און ריסורטש ס'איז שייך צו מאכן אין א קורצע צייט.Think and Thank האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 17, 2025 11:52 pmדער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 10, 2025 6:47 pmנאכ'ן נאכקוקן די נייעס זע איך אז דער קעפל איז א טעות, אזוי ווי רוב געזונטהייט-רילעיטעד נייעסן אין די היימישע מידיע.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 10, 2025 12:54 pm
וואס איז די חידוש? אז פון א 'ביליאן' געגעבענע קאראנע וואסקסינס זענען מעגליך עטליכע מענטשן אפעקטירט געווארן? מאכט סענס אז יא, און מ'דארף עס אויספארשן צו וויסן. יעצט, וויפיל זענען אפעקטירט געווארן פון קאראנע זעלבסט?!...
די חידוש איז ענדערשט אז די FDA פארשט עס אויס! אה! זיי קוקן יא אויף פאקטן! און מיך האט מען איינגערעדט אז יעדע קאמפלעינט גייט אונטערן קארפעט!
דאס חזר'ט זיך איבער כסדר... יעדע אויספארשונג וואס קומט ארויס, זאגט מען "זעסט? ס'טויג נישט!". ווען די אויספארשונג ענדיגט זיך אז ס'האט נישט שייכות, זאגט מען "קארופשן".
די אויספארשונג קומט נאכ'ן האלטן אויף 10 טויט פעלער ביי "קינדער" אז ס'איז רילעיטעד צום קאוויד וואקסין (נישטא קיין פרטים אויף וואס נאך זיי האבן געליטן). נישט "ערוואקסענע".
די נפק"מ איז, ווייל פאר קינדער איז עס טאקע שווערער אפראווד געווארן, און ס'איז קיינמאל נישט געווארן "ריקווייערד" (נאר געווען רעקאמאנדירט, פאר א שטיק צייט).
מיין פערזענליכע מיינונג איז, אז עלטערן וואס האבן געגעבן פאר קינדער א קאוויד וואקסין, דארפן זיך אונטערזוכן... איינער האט דען געהערט פון קינדער פאטאליטעטן פון קאוויד???)
אבער רעקאמענדירט האבן זיי עס יא, כאטש וואס ס'האט גענצליך נישט אויסגעפעלט און כאטש וואס ס'נישט דורכגעגאנגען די געווענליכע טעסטינג און כאטש מען האט שוין געוואוסט אז עס פארמיידט נישט פון כאפן די וויירוס. אויב געדענק איך ריכטיג האט מען אין אסאך פובליק סקולס איינגעשטעלט רולס אז נאר וואקסינירטע קינדער קענען זיך ארומדרייען אן קיין מאסק.
און די זעלבע בנוגע די וואקסין וואס דו ברענגסט אז מען האט אראפגענומען פון די שעלפס - דאס איז געווען עטליכע יאר (יא יאר!) נאכ'ן צווינגען מיליאנען מענטשן - אריינגערעכנט צענדליגער טויזנטער (אויב נישט מער) וואס האבן עס בכלל נישט געדארפט צוליב'ן האבן די שטערקערע נאטורליכע אימיוניטי - עס צו נעמען, און ווער עס האט זיך געוואגט קעגנצושטעלן האט פארלוירן זיין פרנסה, זיינע גוטע פריינט, און אפטמאל קאריערעס וואס זיי האבן אויפגעבויעט אין צענדליגער יארן.
די חורבן וואס די קראנקע ווירטשאפט פון די אמעריקאנער געזונטהייט מיניסטעריום בנוגע קאוויד וואקסינס (אויף יעדן שטאפל, נישט נאר בנוגע קינדער) האט אנגעברענגט פאר די אלגעמיינע וואקסין אינדוסטריע איז אזוי גרויס, אז אפילו פאוטשי ימח שמו וזכרו האט אויך מודה געווען דערין. און פון די אנדערע זייט, צושטעלן געווענליכע וואקסינס (וועלכע זענען געטעסט געווארן יארן לאנג [די שנעלסטע אפראוועל ביז קאוויד, די MMR, האט געדויערט פיר יאר!] און נישט אין אן ענווייראמענט ווי ווער עס וואגט זיך אויפצוברענגען פראגעס ריזיקירט מיט פארלירן אלעס אין דער וועלט) צו די קאוויד וואקסין איז געטראלט, נישט געברענגט א זאכליכע נקודה צום שמועס.
ממילא, איז בכלל נישט פאני אז נאך א יאר האט מען געטראפן א לינק צו א מחלה. פאני איז אז מ'האט עס צוליב דעם אראפגענומען פון שעלף!... און אנטי-וועקסערס נוצן דאס גאר אלס א טענה. איפכא מסתברא.
2) ווען עס קומט צו "רעקאמענדאציעס" האט די רעגירונג ביי מיר זייער שוואכע קרעדיט. ווייל קיינער קען נישט געהאלטן ווערן אקאונטעבל פאר א רעקאמענדאציע. ממילא קען יעדער חולה נפש דוגמת פאוטשי, מאכן באשלוסן צו רעקאמאנדירן. סוי איך באשליס אליינס וועלכע רעקאמאנדאציע איז ריכטיג און וועלכע נישט.
באשטעטיגן א זאך וואס איז שעדליך, דורך פעלשן אדער פארדרייען א שטודיע, אדער נישט אויספאלגן די רעגולאציעס אז מ'דארף שטודיעס, דאס קען נישט געשען, צוליב וואס ס'איז א גאווערמענט סיסטעם, און אויב איינער טוט דאס קען די נעקסטע גאווערמענט אים איינזעצן.
די הבלים אז די בארד פון דאקטוירים זענען אונטערגעקויפט דורך די פארמאסיוטיקל פירמעס צו זאגן אז מ'דארף נעמען קאלעסטראל מעדיצין, איז נישט ווערד לצור עפ"י צלוחית (סארי פאר'ן זאפטיגן געזונטהייט רעדנער שליט"א).