די נושא פון וואקסינען אין הלכה און אין מציאות

געזונטע שמועסן און ידיעות
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8376
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20250

Re: די נושא פון וואקסינען אין הלכה און אין מציאות

פאוסט דורך דער תהלים איד »

Think and Thank האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 17, 2025 11:52 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 10, 2025 6:47 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 10, 2025 12:54 pm

וואס איז די חידוש? אז פון א 'ביליאן' געגעבענע קאראנע וואסקסינס זענען מעגליך עטליכע מענטשן אפעקטירט געווארן? מאכט סענס אז יא, און מ'דארף עס אויספארשן צו וויסן. יעצט, וויפיל זענען אפעקטירט געווארן פון קאראנע זעלבסט?!...

די חידוש איז ענדערשט אז די FDA פארשט עס אויס! אה! זיי קוקן יא אויף פאקטן! און מיך האט מען איינגערעדט אז יעדע קאמפלעינט גייט אונטערן קארפעט!

דאס חזר'ט זיך איבער כסדר... יעדע אויספארשונג וואס קומט ארויס, זאגט מען "זעסט? ס'טויג נישט!". ווען די אויספארשונג ענדיגט זיך אז ס'האט נישט שייכות, זאגט מען "קארופשן".
נאכ'ן נאכקוקן די נייעס זע איך אז דער קעפל איז א טעות, אזוי ווי רוב געזונטהייט-רילעיטעד נייעסן אין די היימישע מידיע.

די אויספארשונג קומט נאכ'ן האלטן אויף 10 טויט פעלער ביי "קינדער" אז ס'איז רילעיטעד צום קאוויד וואקסין (נישטא קיין פרטים אויף וואס נאך זיי האבן געליטן). נישט "ערוואקסענע".

די נפק"מ איז, ווייל פאר קינדער איז עס טאקע שווערער אפראווד געווארן, און ס'איז קיינמאל נישט געווארן "ריקווייערד" (נאר געווען רעקאמאנדירט, פאר א שטיק צייט).

מיין פערזענליכע מיינונג איז, אז עלטערן וואס האבן געגעבן פאר קינדער א קאוויד וואקסין, דארפן זיך אונטערזוכן... איינער האט דען געהערט פון קינדער פאטאליטעטן פון קאוויד???)

אבער רעקאמענדירט האבן זיי עס יא, כאטש וואס ס'האט גענצליך נישט אויסגעפעלט און כאטש וואס ס'נישט דורכגעגאנגען די געווענליכע טעסטינג און כאטש מען האט שוין געוואוסט אז עס פארמיידט נישט פון כאפן די וויירוס. אויב געדענק איך ריכטיג האט מען אין אסאך פובליק סקולס איינגעשטעלט רולס אז נאר וואקסינירטע קינדער קענען זיך ארומדרייען אן קיין מאסק.

און די זעלבע בנוגע די וואקסין וואס דו ברענגסט אז מען האט אראפגענומען פון די שעלפס - דאס איז געווען עטליכע יאר (יא יאר!) נאכ'ן צווינגען מיליאנען מענטשן - אריינגערעכנט צענדליגער טויזנטער (אויב נישט מער) וואס האבן עס בכלל נישט געדארפט צוליב'ן האבן די שטערקערע נאטורליכע אימיוניטי - עס צו נעמען, און ווער עס האט זיך געוואגט קעגנצושטעלן האט פארלוירן זיין פרנסה, זיינע גוטע פריינט, און אפטמאל קאריערעס וואס זיי האבן אויפגעבויעט אין צענדליגער יארן.

די חורבן וואס די קראנקע ווירטשאפט פון די אמעריקאנער געזונטהייט מיניסטעריום בנוגע קאוויד וואקסינס (אויף יעדן שטאפל, נישט נאר בנוגע קינדער) האט אנגעברענגט פאר די אלגעמיינע וואקסין אינדוסטריע איז אזוי גרויס, אז אפילו פאוטשי ימח שמו וזכרו האט אויך מודה געווען דערין. און פון די אנדערע זייט, צושטעלן געווענליכע וואקסינס (וועלכע זענען געטעסט געווארן יארן לאנג [די שנעלסטע אפראוועל ביז קאוויד, די MMR, האט געדויערט פיר יאר!] און נישט אין אן ענווייראמענט ווי ווער עס וואגט זיך אויפצוברענגען פראגעס ריזיקירט מיט פארלירן אלעס אין דער וועלט) צו די קאוויד וואקסין איז געטראלט, נישט געברענגט א זאכליכע נקודה צום שמועס.
1) כו"ע מודי אז קאוויד איז באהאנדלט געווארן ווי אן "עמערדזשענסי צושטאנד", און אלע אפראוועלס זענען געווען האלבע אפראוועלס בלויז אלס עמערדזשענסי, געבויט אויף וויפיל סטאדיס און ריסורטש ס'איז שייך צו מאכן אין א קורצע צייט.

ממילא, איז בכלל נישט פאני אז נאך א יאר האט מען געטראפן א לינק צו א מחלה. פאני איז אז מ'האט עס צוליב דעם אראפגענומען פון שעלף!... און אנטי-וועקסערס נוצן דאס גאר אלס א טענה. איפכא מסתברא.

2) ווען עס קומט צו "רעקאמענדאציעס" האט די רעגירונג ביי מיר זייער שוואכע קרעדיט. ווייל קיינער קען נישט געהאלטן ווערן אקאונטעבל פאר א רעקאמענדאציע. ממילא קען יעדער חולה נפש דוגמת פאוטשי, מאכן באשלוסן צו רעקאמאנדירן. סוי איך באשליס אליינס וועלכע רעקאמאנדאציע איז ריכטיג און וועלכע נישט.

באשטעטיגן א זאך וואס איז שעדליך, דורך פעלשן אדער פארדרייען א שטודיע, אדער נישט אויספאלגן די רעגולאציעס אז מ'דארף שטודיעס, דאס קען נישט געשען, צוליב וואס ס'איז א גאווערמענט סיסטעם, און אויב איינער טוט דאס קען די נעקסטע גאווערמענט אים איינזעצן.

די הבלים אז די בארד פון דאקטוירים זענען אונטערגעקויפט דורך די פארמאסיוטיקל פירמעס צו זאגן אז מ'דארף נעמען קאלעסטראל מעדיצין, איז נישט ווערד לצור עפ"י צלוחית (סארי פאר'ן זאפטיגן געזונטהייט רעדנער שליט"א).
היימישע זייגער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 414
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 2:43 am
x 1249

Re: די נושא פון וואקסינען אין הלכה און אין מציאות

פאוסט דורך היימישע זייגער »

43587.jpeg
43587.jpeg (10.19 KiB) געזען געווארן 382 מאל
איך ווייס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 252
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:26 pm
x 381

Re: די נושא פון וואקסינען אין הלכה און אין מציאות

פאוסט דורך איך ווייס »

היימישע זייגער האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2025 9:05 pm 43587.jpeg
Don't hate uneducated people, they were born that way.
נאסע שמאטעס
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 513
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
x 1067

Re: די נושא פון וואקסינען אין הלכה און אין מציאות

פאוסט דורך נאסע שמאטעס »

איך ווייס האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 19, 2025 6:13 am
היימישע זייגער האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2025 9:05 pm 43587.jpeg
Don't hate uneducated people, they were born that way.
:lol:
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1477
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 4682

Re: די נושא פון וואקסינען אין הלכה און אין מציאות

פאוסט דורך Think and Thank »

ווי די באקאנטע טייטש אויף הקהה את שיניו, אז דער רשע טענה'ט אז ער שניידט די בארד ווייל ער איז אזוי געבוירן, איז מען אים מסדר די ציין ווייל ער איז געבוירן אן ציין...
היימישע זייגער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 414
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 2:43 am
x 1249

Re: די נושא פון וואקסינען אין הלכה און אין מציאות

פאוסט דורך היימישע זייגער »

IMG-20260105-WA0121.jpg
IMG-20260105-WA0121.jpg (317.86 KiB) געזען געווארן 254 מאל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8376
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20250

Re: די נושא פון וואקסינען אין הלכה און אין מציאות

פאוסט דורך דער תהלים איד »

די נייעס אביסל מער קלאר (און עטוואס מער אויפריכטיג ווי טראמפס צודרייטע טרוט...):

די טראמפ אדמיניסטראציע, מיט'ן העלט סעקרעטאר קענעדי, האבן גענידערט די ליסטע פון "ראקאמענדעד וואקסינאציעס" פאר ניי געבוירענע קינדער, אוועקנעמענדיג 6 פון די 17 וועלכע זענען געווען רעקאמאנדירט די לעצטע עטליכע יאר.

דאס הייסט אז פון 17 רעקאמאנדירטע וואקסינען פאר א קינד, איז עס געווארן 11.

די 17 רעקאמאנדירטע האבן אריינגערעכנט פלו וואקסין און COVID וואקסין, וואס די אדמיניסטראציעס זאגט אז ס'איז מער נישט וויכטיג צו ראקאמענדירן, נאר יעדער זאל מאכן זיין באשלוס לויט די מצב אין זיין פאמיליע.

נאך 4 וואקסינען זענען געווען פאר באקטעריעס וואס לויט די העלט קאמישאנער'ס באשלוס איז דאס נאר וויכטיג אויב די מאמע איז נישט אימיונירט. ממילא, היות מען טעסט ממילא די מאמעס, וועט מען די 4 נאר רעקאמאנדירן אויב די מאמע איז פאזיטיוו דערצו אדער אויב מ'ווייסט נישט. דאס ווערט גערופן "היי ריסק רעקאמאנדאציע".

די גרויסע דאקטוירים גרופעס אין אמעריקא זענען מחולק מיט דעם מהלך, טענה'נדיג אז זיך פארלאזן אויף די מאמעס אימיונאציע גייט העכערן די צאל באטראפענע, אבער די פעדעראלע העלט דעפארטמענט אונטער קענעדי, מיט איר מיסיע צו שניידן די וואקסין רעקאמאנדאציעס די מערסטע שייך, האלטן אז דאס איז דער ריכטיגער צוגאנג.

די פאלגנדע 3 וואקסינען זענען "ריקווייערד" פאר שולע קינדער אין ניו יארק 'סטעיט', און זענען יעצט "אראפ" פון די ראקעמענדעד ליסטע פון די פעדעראלע רעגירונג, אויב די מאמע איז געטעסט נעגאטיוו:

Hepatitis B.

Rotavirus.

Meningitis.

די סטעיט ניו יארק פארשפרעכט צו איגנארירן די טוישונגען אין רעקאמאנדאציעס, און בלייבן מיט די רעקווייערמענט פאר די 3 וואקסינען, אין צוגאב צו די 11 וואס איז פעדעראלע רעגירונג טוט ווייטער רעקאמאנדירן.
תינוק הבורח
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 965
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 1071

Re: די נושא פון וואקסינען אין הלכה און אין מציאות

פאוסט דורך תינוק הבורח »

א חוץ פון דעם וואס מען שטעכט נישט אין אמעריקע 72 מאל, און אין אייראפע (וואו אין אייראפע?) נאר 11
Who knows
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 246
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 8:04 pm
x 329

Re: די נושא פון וואקסינען אין הלכה און אין מציאות

פאוסט דורך Who knows »

Screenshot_20260105-211516~2.png
Screenshot_20260105-211516~2.png (283.94 KiB) געזען געווארן 216 מאל
היימישע זייגער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 414
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 2:43 am
x 1249

Re: די נושא פון וואקסינען אין הלכה און אין מציאות

פאוסט דורך היימישע זייגער »

דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 05, 2026 7:18 pm די נייעס אביסל מער קלאר (און עטוואס מער אויפריכטיג ווי טראמפס צודרייטע טרוט...):

די טראמפ אדמיניסטראציע, מיט'ן העלט סעקרעטאר קענעדי, האבן גענידערט די ליסטע פון "ראקאמענדעד וואקסינאציעס" פאר ניי געבוירענע קינדער, אוועקנעמענדיג 6 פון די 17 וועלכע זענען געווען רעקאמאנדירט די לעצטע עטליכע יאר.

דאס הייסט אז פון 17 רעקאמאנדירטע וואקסינען פאר א קינד, איז עס געווארן 11.

די 17 רעקאמאנדירטע האבן אריינגערעכנט פלו וואקסין און COVID וואקסין, וואס די אדמיניסטראציעס זאגט אז ס'איז מער נישט וויכטיג צו ראקאמענדירן, נאר יעדער זאל מאכן זיין באשלוס לויט די מצב אין זיין פאמיליע.

נאך 4 וואקסינען זענען געווען פאר באקטעריעס וואס לויט די העלט קאמישאנער'ס באשלוס איז דאס נאר וויכטיג אויב די מאמע איז נישט אימיונירט. ממילא, היות מען טעסט ממילא די מאמעס, וועט מען די 4 נאר רעקאמאנדירן אויב די מאמע איז פאזיטיוו דערצו אדער אויב מ'ווייסט נישט. דאס ווערט גערופן "היי ריסק רעקאמאנדאציע".

די גרויסע דאקטוירים גרופעס אין אמעריקא זענען מחולק מיט דעם מהלך, טענה'נדיג אז זיך פארלאזן אויף די מאמעס אימיונאציע גייט העכערן די צאל באטראפענע, אבער די פעדעראלע העלט דעפארטמענט אונטער קענעדי, מיט איר מיסיע צו שניידן די וואקסין רעקאמאנדאציעס די מערסטע שייך, האלטן אז דאס איז דער ריכטיגער צוגאנג.

די פאלגנדע 3 וואקסינען זענען "ריקווייערד" פאר שולע קינדער אין ניו יארק 'סטעיט', און זענען יעצט "אראפ" פון די ראקעמענדעד ליסטע פון די פעדעראלע רעגירונג, אויב די מאמע איז געטעסט נעגאטיוו:

Hepatitis B.

Rotavirus.

Meningitis.

די סטעיט ניו יארק פארשפרעכט צו איגנארירן די טוישונגען אין רעקאמאנדאציעס, און בלייבן מיט די רעקווייערמענט פאר די 3 וואקסינען, אין צוגאב צו די 11 וואס איז פעדעראלע רעגירונג טוט ווייטער רעקאמאנדירן.
ווי שטייט אז אלע 4 גייט האבן מיט די מאמעס טעסט? איך זעה עס נישט, נאר העפעטייטיס B שטייט

אגב אינטרעסאנט אז אפילו פון די 11 האבן זיי געטוישט די HPV צו נאר 1 שאט במקום צוויי.

אינטרעסאנט ווי אזוי ניו יארק קען פארלאנגען מער ווי פעדעראל פארלאנגט, איי געס ימים וקאורט ידברו

Screenshot 2026-01-05 213817.jpg
Screenshot 2026-01-05 213817.jpg (190.82 KiB) געזען געווארן 205 מאל

אגב דא איז די נייע רעקאמאנדירטע schedule

schedule.jpg
schedule.jpg (97.47 KiB) געזען געווארן 205 מאל

https://www.hhs.gov/press-room/fact-she ... tions.html

https://www.hhs.gov/sites/default/files ... ntries.pdf
היימישע זייגער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 414
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 2:43 am
x 1249

Re: די נושא פון וואקסינען אין הלכה און אין מציאות

פאוסט דורך היימישע זייגער »

אינטרעסאנט צו ליינען, זיי ברענגען ארויס שטארק אז דער עולם טראסט נישט די גאווערנמענט בפרט נאך קאוויד,

covid.jpg
covid.jpg (166.92 KiB) געזען געווארן 198 מאל

און אין אנדערע מדינות ווי מען צווינגט נישט זענען דא בערך די זעלבע וואקסינאציעס ראטע א"כ מה הועילו מיטן צווינגען.

all.jpg
all.jpg (309.09 KiB) געזען געווארן 198 מאל

חוץ פון דעם ווייזן זיי אן אז אין געוויסע פעלער למשל מענעדזשייטעס איז גאר געפאלן מער אין לענדער ווי מען רעקאמאנדירט עס נישט...

not.jpg
not.jpg (134.7 KiB) געזען געווארן 198 מאל

https://www.hhs.gov/sites/default/files ... ntries.pdf
היימישע זייגער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 414
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 2:43 am
x 1249

Re: די נושא פון וואקסינען אין הלכה און אין מציאות

פאוסט דורך היימישע זייגער »

תינוק הבורח האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 05, 2026 7:24 pm א חוץ פון דעם וואס מען שטעכט נישט אין אמעריקע 72 מאל, און אין אייראפע (וואו אין אייראפע?) נאר 11
72.jpg
72.jpg (110.99 KiB) געזען געווארן 190 מאל
תינוק הבורח
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 965
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 1071

Re: די נושא פון וואקסינען אין הלכה און אין מציאות

פאוסט דורך תינוק הבורח »

היימישע זייגער האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 05, 2026 10:11 pm
תינוק הבורח האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 05, 2026 7:24 pm א חוץ פון דעם וואס מען שטעכט נישט אין אמעריקע 72 מאל, און אין אייראפע (וואו אין אייראפע?) נאר 11
72.jpg
קודם דער פיקטשער רעדט פון injactions און דו ברענגסט פון doses.
2 דער פיקטשער רעדט פון requirements, און דו ברענגסט recommendations.
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1477
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 4682

Re: די נושא פון וואקסינען אין הלכה און אין מציאות

פאוסט דורך Think and Thank »

דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 05, 2026 7:18 pm Meningitis.

די איינציגסטע מיט וואס איך בין שארף מחולק מיט די נייע טויש איז מענינדזשייטעס. עס האט זערא מיט די מאמע נאר קען רח"ל אפעקטירן סיי וועם, און עס קען רח"ל אומברענגען א מענטש אדער דעמעדזשן פאר לייף אין געציילטע שעה.
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2110
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 3787

Re: די נושא פון וואקסינען אין הלכה און אין מציאות

פאוסט דורך הדסים »

Think and Thank האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 05, 2026 11:59 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 05, 2026 7:18 pm Meningitis.

די איינציגסטע מיט וואס איך בין שארף מחולק מיט די נייע טויש איז מענינדזשייטעס. עס האט זערא מיט די מאמע נאר קען רח"ל אפעקטירן סיי וועם, און עס קען רח"ל אומברענגען א מענטש אדער דעמעדזשן פאר לייף אין געציילטע שעה.
ס'איז ווערד מענינדזשייטיס זאל ווערן אפשענעל פארן פרייז פון פטור ווערן פון העפ-בי און HPV.

טירוף איז אן אנדערסטעיטמענט. ברוך שפטרנו שעקר
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8376
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20250

Re: די נושא פון וואקסינען אין הלכה און אין מציאות

פאוסט דורך דער תהלים איד »

היימישע זייגער האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 05, 2026 10:11 pm
תינוק הבורח האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 05, 2026 7:24 pm א חוץ פון דעם וואס מען שטעכט נישט אין אמעריקע 72 מאל, און אין אייראפע (וואו אין אייראפע?) נאר 11
72.jpg
COULD RECEIVE...
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8376
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20250

Re: די נושא פון וואקסינען אין הלכה און אין מציאות

פאוסט דורך דער תהלים איד »

איך זע דער עולם פארפאסט א נקודה.

די פעדעראלע רעגירונג האט בכלל נישט אזא זאך ווי "רעקווייערד". ס'נישטא קיין פעדעראלע מענדעיטעד וואקסינען.

נאר, זיי האבן רעקאמאנדאציעס, און די סטעיט'ס מאכן מאנדאטן וואס רעכענען זיך שטארק מיט די פעדעראלע רעקאמאנדאציעס.

סוי @הדסים, אלעס איז די זעלבע אפשענל, אמאל און היינט, מטעם פעדערעל. אמאל געווען רעקאמאנדירט פאר יעדן, היינט נאר פאר היי ריסק.
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1477
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 4682

Re: די נושא פון וואקסינען אין הלכה און אין מציאות

פאוסט דורך Think and Thank »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 06, 2026 10:21 am איך זע דער עולם פארפאסט א נקודה.

פאוטשי ימ"ש האט דאך גענוצט די תירוץ ווען מען האט אים פארגעהאלטן אויף דעם וואס ער האט צוגרונד געלייגט א גאנצע דור פון קינדער מיט זיינע זינלאזע, סייענס-לאזע לאנג טערמיניגע סקול פארשליסונגען וכו': איך האב גארנישט געהייסן, נאר רעקאמענדירט!

א רעקאמענדאציע פון די פעדעראלע געזונטהייט מיניסטעריום איז דע פאקטא א באפעל, היות די סטעיטס און לאקאלע העלט דעפארטמענטס באזירן זייערע באשלוסן דערויף.
היימישע זייגער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 414
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 2:43 am
x 1249

Re: די נושא פון וואקסינען אין הלכה און אין מציאות

פאוסט דורך היימישע זייגער »

Think and Thank האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 05, 2026 11:59 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 05, 2026 7:18 pm Meningitis.

די איינציגסטע מיט וואס איך בין שארף מחולק מיט די נייע טויש איז מענינדזשייטעס. עס האט זערא מיט די מאמע נאר קען רח"ל אפעקטירן סיי וועם, און עס קען רח"ל אומברענגען א מענטש אדער דעמעדזשן פאר לייף אין געציילטע שעה.
ווי שוין געשריבן זיי שרייבן גארנישט וועגן די מאמע נאר ביי העפעטייטיס B.

די גאנצע מענינדזשייטעס וואקסין איז מוטל בספק צו עס לוינט צוליב עס העלפט נאר פאר באקטעריעל Meningitis וואס מאכט זיך גאר ווייניג, זיי זאגן 3,000 קעיסעס א יאר קעגן 75,000 פון געהעריגע, יעצט אפילו פאר באקטעריעל העלפט עס נאר פאר א חלק סטרעינס, סא סך הכל איז עס פאר א גאר קליינע פראצענט וואס איז נישט מצוי בכלל.

ממילא בלייבט די אלטע שאלה צו די ריסק איז ווערד קעגן די פאטענטואלע שאדן וואס דאס לאזט מען צו די עלטערן מחליט צו זיין, און ווי שוין געברענגט אויבן ווייזט אנדערע לענדער דאטא אז ווי עס איז נישטא קיין מענדעיט איז עס מער געפאלן.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8376
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20250

Re: די נושא פון וואקסינען אין הלכה און אין מציאות

פאוסט דורך דער תהלים איד »

Think and Thank האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 06, 2026 10:58 am
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 06, 2026 10:21 am איך זע דער עולם פארפאסט א נקודה.

די פעדעראלע רעגירונג האט בכלל נישט אזא זאך ווי "רעקווייערד". ס'נישטא קיין פעדעראלע מענדעיטעד וואקסינען.

נאר, זיי האבן רעקאמאנדאציעס, און די סטעיט'ס מאכן מאנדאטן וואס רעכענען זיך שטארק מיט די פעדעראלע רעקאמאנדאציעס.

סוי @הדסים, אלעס איז די זעלבע אפשענל, אמאל און היינט, מטעם פעדערעל. אמאל געווען רעקאמאנדירט פאר יעדן, היינט נאר פאר היי ריסק.

פאוטשי ימ"ש האט דאך גענוצט די תירוץ ווען מען האט אים פארגעהאלטן אויף דעם וואס ער האט צוגרונד געלייגט א גאנצע דור פון קינדער מיט זיינע זינלאזע, סייענס-לאזע לאנג טערמיניגע סקול פארשליסונגען וכו': איך האב גארנישט געהייסן, נאר רעקאמענדירט!

א רעקאמענדאציע פון די פעדעראלע געזונטהייט מיניסטעריום איז דע פאקטא א באפעל, היות די סטעיטס און לאקאלע העלט דעפארטמענטס באזירן זייערע באשלוסן דערויף.
יא און ניין.

פאוטשי (ימ"ש? איך וואלט געזאגט לרפו"ש, א נערוון קראנקער פארשוין) האט אריינגעלייגט אין די רעקאמאנדירטע ליסט "פלו" און "קאוויד", און די סטעיטס האבן עס נישט מענדעיטעד.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8376
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20250

Re: די נושא פון וואקסינען אין הלכה און אין מציאות

פאוסט דורך דער תהלים איד »

הדסים האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 06, 2026 4:22 am
Think and Thank האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 05, 2026 11:59 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 05, 2026 7:18 pm Meningitis.

די איינציגסטע מיט וואס איך בין שארף מחולק מיט די נייע טויש איז מענינדזשייטעס. עס האט זערא מיט די מאמע נאר קען רח"ל אפעקטירן סיי וועם, און עס קען רח"ל אומברענגען א מענטש אדער דעמעדזשן פאר לייף אין געציילטע שעה.
ס'איז ווערד מענינדזשייטיס זאל ווערן אפשענעל פארן פרייז פון פטור ווערן פון העפ-בי און HPV.

טירוף איז אן אנדערסטעיטמענט. ברוך שפטרנו שעקר

ביידע זייטן האבן ארגומענטן. ווייס איך נישט וואס ס'מאכט דיר אזוי צעהיצט קעגן HEP-B און HPV.

HEP איז דא א טענה אז כאטש די מאמע איז נעגאטיוו איז עס א באקטעריע וואס קען לעבן 7 טעג אויף א דומם. ממילא קען עס א בעבי כאפן פון ערגעץ אנדערש, און אויב ער כאפט עס ח"ו איז עס 70% צו לאזן דעמעדזש פאר'ן לעבן.

HPV גייט מען ווייטער געבן, נאר איין דאוז אנשטאט 2. נייע שטודיעס ווייזן טאקע אז איינס איז זיכער גענוג, אבער די דאקטאר גרופעס טענה'ן אז מ'דארף ווארטן אויף מער לאנג-טורם דאטא צו מאכן אזא טויש.

סוי, מ'קען פארשטיין ביידע זייטן, אבער פארגעס נישט אז קאומאו איז "דעספערעט צו שניידן", ער מוז ווייזן אז ער פירט אויס זיין מיסיע, אפגעזען צו ס'איז זיכער ריכטיג.
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1477
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 4682

Re: די נושא פון וואקסינען אין הלכה און אין מציאות

פאוסט דורך Think and Thank »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 06, 2026 1:29 pm
הדסים האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 06, 2026 4:22 am
Think and Thank האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 05, 2026 11:59 pm

די איינציגסטע מיט וואס איך בין שארף מחולק מיט די נייע טויש איז מענינדזשייטעס. עס האט זערא מיט די מאמע נאר קען רח"ל אפעקטירן סיי וועם, און עס קען רח"ל אומברענגען א מענטש אדער דעמעדזשן פאר לייף אין געציילטע שעה.
ס'איז ווערד מענינדזשייטיס זאל ווערן אפשענעל פארן פרייז פון פטור ווערן פון העפ-בי און HPV.

טירוף איז אן אנדערסטעיטמענט. ברוך שפטרנו שעקר

ביידע זייטן האבן ארגומענטן. ווייס איך נישט וואס ס'מאכט דיר אזוי צעהיצט קעגן HEP-B און HPV.

HEP איז דא א טענה אז כאטש די מאמע איז נעגאטיוו איז עס א באקטעריע וואס קען לעבן 7 טעג אויף א דומם. ממילא קען עס א בעבי כאפן פון ערגעץ אנדערש, און אויב ער כאפט עס ח"ו איז עס 70% צו לאזן דעמעדזש פאר'ן לעבן.

HPV גייט מען ווייטער געבן, נאר איין דאוז אנשטאט 2. נייע שטודיעס ווייזן טאקע אז איינס איז זיכער גענוג, אבער די דאקטאר גרופעס טענה'ן אז מ'דארף ווארטן אויף מער לאנג-טורם דאטא צו מאכן אזא טויש.

סוי, מ'קען פארשטיין ביידע זייטן, אבער פארגעס נישט אז קאומאו איז "דעספערעט צו שניידן", ער מוז ווייזן אז ער פירט אויס זיין מיסיע, אפגעזען צו ס'איז זיכער ריכטיג.

העפיטייטעס בי איז נישט עפעס צו וואס פרומע אידן - אדער אפילו ארנטליכע גוים - זענען אויסגעשטעלט. איינער וואס פירט א לעבנסשטייגער וואס שטעלט אים אויס דערצו, זאל טאקע זיך שטעכן וויפיל ס'גייט.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8376
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20250

Re: די נושא פון וואקסינען אין הלכה און אין מציאות

פאוסט דורך דער תהלים איד »

@Think and Thank ריכטיג. אבער:

1) מיר פרומע אידן אוינען נישט אמעריקא... און ליידער די מיעוט שבמיעוט נארמאלע גויים אויך נישט. סוי דער געזעץ ווערט דאך געמאכט לויט די געברויך פון רוב פאלק.

2) ס'איז נאך אלס א שאלה וויפיל שאנסן א היימיש קינד האט עס צו כאפן. אנדערע טענה'ן אז ס'דארף נאר זיין איין מאמע וואס איז געווארן פאזיטיוו נאכ'ן טעסט בעפאר'ן געבורט, אדער געהאט א אומריכטיגע/פאלשע טעסט, און איר קינד קען עס איבערגעבן פאר הונדערט קינדער וואס זענען נישט אימיונט.

איך זאג נישט אז ס'איז וויכטיג, נאר אז ס'איז דיבעיטעבל, נישט אזוי צום שעלטן די רעקאמאנדאציע...
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1477
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 4682

Re: די נושא פון וואקסינען אין הלכה און אין מציאות

פאוסט דורך Think and Thank »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 06, 2026 1:45 pm @Think and Thank ריכטיג. אבער:

1) מיר פרומע אידן אוינען נישט אמעריקא... און ליידער די מיעוט שבמיעוט נארמאלע גויים אויך נישט. סוי דער געזעץ ווערט דאך געמאכט לויט די געברויך פון רוב פאלק.

אפילו היינט בין איך נישט איבערצייגט אז רוב גוים זענען אויסגעשטעלט דערצו, אבער די CDC האט אנגעהויבן רעקאמענדירן די העפ בי וואקסין 35 יאר צוריק, סאו די סיבה איז נישט געווען ווייל רוב פאלק איז אויסגעשטעלט דערצו נאר ווייל ס'נישט פאליטיקלי קארעקט צו רעקאמענדירן א וואקסין נאר פאר די גרועים שבאומה.
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1477
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 4682

Re: די נושא פון וואקסינען אין הלכה און אין מציאות

פאוסט דורך Think and Thank »

איך שלעפ עס אריין דא ווייל די המשך האט נישט קיין פשט אינ'ם אריגינעלן טעמע
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 06, 2026 1:15 pm
צווייטער האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 06, 2026 11:36 amיעדער זאל טון ווי זיין לאקאלע מורה הוראה פסק'נט
ס'איז סתם גוט צו וויסן אז דער אויסדרוק (שטאמט לכאורה פון דרעזנער...) איז געבארגט פון Ask Your Local Doctor...

וואס, אגב, ביי קאוויד האט פאוטשי ימ"ש* און די אנדערע רוצחים עבאלישד די קאנצעפט און פרובירט צו צווינגען די לאקאלע דאקטוירים נאכצוגיין בלינדערהייט דעם אפגאט פאוטשי און נישט לאזן פראקטיצירן לויט זייער עקספיריענס (די יסוד אונטער ASK YOUR LOCAL DOCTOR).

---

*א איד איז געקומען צו זיין רבי זיך באקלאגן אז זיין זון איז משוגע געווארן - ער עסט חזיר און טאנצט מיט שיקסעס. האט אים דער רבי געענטפערט: "ווען דיין זון וואלט געגעסן שיקסעס און געטאנצט מיט חזירים וואלט ער משוגע געווארן, אבער אז ער עסט חזיר און טאנצט מיט שיקסעס איז ער א שגץ!..."

לעניננו, ווען פאוטשי איז טריפל וואקסינירט און גייט זעקס מאסקעס ווען ער זיצט אליין אין קאר, איז ער נערוון קראנק. אבער אז ער צווינגט מיליאנען מענטשן זיך צו שטעכן מיט עקספערימענטאלע וואקסינען, פארשפארט צענדליגער מיליאנען קינדער אינערהיים פאר חדשים לאנג אן קיין שום סייענטיפישע סיבה נאר ווייל ער קען, באגראבט מיליאנען מענטשנ'ס ביזנעסער און קאריערעס נאר ווייל ער קען, איז ער א בלוט דורשטיגער, פאוער-הונגעריגער דיקטאטאר וועם מען דארף הענגען מיט'ן קאפ אראפ און די פיס ארויף אויף די וואשינגטאן מעמאריעל למען ישמעו ויראו.
שרייב פאוסט