א גוטן הרב @בן מלך, קענסט מיר נישט חושד זיין אין נישט זיין א חסיד, קוק אין אנדערע טעמעס וועסטו זען ווי שטארק איך נעם זיך אן פאר צדיקי החסידות עד הסוף, אבער מ'דארף פארט שטעלן זאכן אין זייער ריכטיגן פלאץ.בן מלך האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 31, 2025 1:47 pmדי רמב״ן רעדט שוין דערפון. די אבות האבן געטוהן זייערע זאכן אויסצוטרעטן די וועג פאר אונז. זיי האבן געדינט אלץ בריק צוויש אונז נידריגע נשמות און אונזער באשעפער. וכן הכוונה מיט דוד המלך און אנדערע. להורות תשובה לרבים. ועוד ועוד. די מציאות פון א קשר של נשמות איז א פאקט וואס איז אומרירבאר.מסתמא האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 31, 2025 1:36 pmסאו ווייל דו ווילסט פשט אין די חסידישע ספרים, ממש עס ברענט יעדע בחינה, מוז איך יעצט רירן די יסודות הדת.בן מלך האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 31, 2025 1:29 pm
וויאזוי ביסטו מסביר די פשוטע נקודות פון די חסידישע ספרים אז מ׳דארף צוקומען צום צדיק אנצוקומען צו א תיקון, און אז אונזערע נשמות זענען תלוי אין די צדיקים׳ס?
וויאזוי טייטשסטו די בעבור דוד עבדך אל תשב פני משיחך? וואס הייסט בעבור דוד?? א ממוצע??
וואס הייסט מ׳בעהט רחמים אדאנק עקידת יצחק?? ממוצע??
מעשה אבות סימן לבנים מיינט וואס?
סארי אבער דו מאכסט זיראו סענס.
אני הקטן, מידה אחרת יש בי, די יסודות הדת זענען געקריצט אין שטיין. אין ספרי אחרונים, אין אונזער פאל ספרי החסידות, קוקט מען ווען מען האט די צייט און מאיז דערביי, און יעדע זאך וואס מען לערנט פרובירט מען צו פארשטיין דעמאלטס על מקומו. און טאמער פארשטייט מען נישט גייט מען ווייטער, סאיז נישט עק וועלט. כל עוד די יסודות הדת המסורים לנו מדור דור פון די גמרא ופוסקים ריקן זיך נישט פון פלאץ, כל עוד איך פיר מיך אידיש ע”פ שולחן ערוך והמסורה און גלייב אין וואס כלל ישראל גלייבט איז נישט עק וועלט אז איך פארפאס א הבנה אין א חסידישע בחינה.
בנוגע די צוויי קשיות וואס דו האסט דא ארויסגעלייגט פון דוד המלך און עקדת יצחק, איז פשוט אז דערמאנען ‘זכותים‘ האט נישט מיט ממוצע קיין שייכות.
מעשה אבות סימן לבנים, דוגמת יעקב און עשיו, איז נוגע לדורות וויאזוי צו האנדלען מיט א גוי. אדער אז די אבות זענען מתפלל פון פאראויס אויף די דורות העתידים. כמיין וואס איז בכלל שווער?
ותמהה אני תמיהה גדולה עד למאוד וויאזוי איך מאך נישט קיין סענס ווייל כלייג די תורה המסורה לנו אלץ יסוד מוסד געקריצט אין שטיין בשעת וואס דו ביסט רעדי פאר יעדע בחינה, וואס מען פארשטייט קלאר נישט אויב סאיז כפשוטו אדער נאר באופן ובמקום ובזמן מסויימת, צו עוקר זיין די גאנצע תורה המסורה לנו עם כל עיקריה וכללותיה
כ׳האב פלעין נישט קיין נערוון ממשיך צו זיין. דאס קריצן און טריצן אז דיינע א.ג. יסודות און הבנות איז תורת משה איז אין בעסטן פאל, נאריש.
חסידות איז תורת משה מסיני, נישט קיין שיינע בחינות און געדרייטע תורות. אויב שטימט עס נישט מיט דיינע יסודות, דאן מיינט עס אז דו ביסט פארפארן. נישט זיי חלילה.
און חלילה צו זאגן אז בעבור דוד איז דזשאסט לריווחה דמילתא.. א גוטע קרעדיט וואס מיר קענען כאילו נוצן. בעבור דוד ווייל דו קענסט נישט אנדעם! דיין נשמה איז געקניפט אין זיינס! און די זעלבע איז מיט אלע שפעטערע צדיקים, יעדער לויט זיין/איר שורש.
לאמיר דיר פרעגן א נארישע קשיא, וואס מיינט אז זיי האבן געדינט ווי א בריק פאר אונזערע נשמות? ווער עס האט נאר געעפענט שער החסידות ווייסט פון די א''ב פון חסידות אז די גאנצע וועלט איז א שטיק אלקות, מלא כל הארץ כבודו ממש, אלע שטיינער, גראז און ביימער, חיות און בהמות, וכ''ש די אדם איז אלעס איין שטיק אלקות. צו וואס פעלט אויס א בריק? א שטיין קען זיין אלקות, דירעקט פון גא-ט ב''ה א שטיין, אבער מיין נשמה וואס איז א חלק אלקי ממעל דארף א בריק?