בולעטין נייעס — קורץ און שארף

נייעס אין דער אלגעמיינער גאס, לאקאל און נאציאנאל
מאירוואלף
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 876
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
Location: א אינזל
x 5336

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך מאירוואלף »

די ריזן פירמע "סטארבאקס", וואס איז פאר צענדליגער יארן געווען דער סימבאל פון קאווע אויף יעדן גאס-ווינקל, האט איבערגעלאזט פילע קאסטומערס מיט א ביטערן טעם אין מויל נאכ'ן מעלדן אז זי גרייט זיך דראסטיש צו שליסן די טירן פון בערך 400 לאקאציעס איבער גאנץ אמעריקע. די מעלדונג קומט אלס טייל פון א ברייטן "רעפארם פלאן" פונעם נייעם עקזעקוטיוו, ברייען ניקאל, וועלכער פרובירט מיט אלע כוחות צוריקצובאלאנסירן די מהלך פון די פירמע וואס ליידט לעצטענס פון שוואכע פראפיטן און א מאסיווע פארלוסט פון קונדן. בשעת הונדערטער פאפולערע געשעפטן וועלן פארקלאפט ווערן פאר שטענדיג, פארשפרעכט די פירמע אבער איבערצומאכן אירע איבעריגע לאקאציעס מיט א מער "ווארעמער און היימליכע" שניט, האפנדיג אז דאס וועט צוריקברענגען דעם אמאליגן גלאנץ צו די גרינע סימבאל וואס האט איינגענומען די וועלט.
פיילס
Screenshot_20251230_155920_Chrome.jpg
Screenshot_20251230_155920_Chrome.jpg (89.05 KiB) געזען געווארן 513 מאל
מאירוואלף
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 876
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
Location: א אינזל
x 5336

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך מאירוואלף »

א 12 יעריג קינד פארלוירן אין ירושלים.
פיילס
20251230_175213.jpg
20251230_175213.jpg (65.12 KiB) געזען געווארן 469 מאל
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3284
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 16777

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך חלום חלמתי »

שלום וברכה @מאירוואלף ישר כח פארן ארויסהעלפן, מיר האפן אז איר וועט בלייבן דא מיט אינז!

-----

ניו יארק האט געבראכן די רעקארד פון די מערסטע פלו קעיסעס אין איין וואך, 71.123 פרישע אנגעשטעקטע פון דעצעמבער 14 ביז 20
פיילס
IMG_20251230_183624_713.jpg
IMG_20251230_183624_713.jpg (61.88 KiB) געזען געווארן 450 מאל
טראמפ'ס אינטערוויו מיט פאליטיקא
פריש: סוזי וויילס האט זיך געעפנט דאס פיסק?!
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3284
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 16777

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך חלום חלמתי »

די עמירעטס לופטליניע האט געהויבן זייערע פלי רייזעס פון אבו דאבי קיין תל אביב צו 6 פליגערס א טאג. דאס מאכענדיג פאר זייערע פארנומענסטע פלי שטראז.
פיילס
IMG_20251230_184600_351.jpg
IMG_20251230_184600_351.jpg (68.39 KiB) געזען געווארן 449 מאל
טראמפ'ס אינטערוויו מיט פאליטיקא
פריש: סוזי וויילס האט זיך געעפנט דאס פיסק?!
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3284
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 16777

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך חלום חלמתי »

עמעזאן האט אנגעהויבן דעליווערן מיט דראונס אין דאלאס טעקסאס.

פאר אן אפצאל פון $4,99 קען אייער שאכטל זיין ביי אייער טיר ביז 30 מינוט
פיילס
Screenshot_20251230_184803_Telegram.jpg
Screenshot_20251230_184803_Telegram.jpg (214.68 KiB) געזען געווארן 458 מאל
טראמפ'ס אינטערוויו מיט פאליטיקא
פריש: סוזי וויילס האט זיך געעפנט דאס פיסק?!
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3284
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 16777

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך חלום חלמתי »

# מינעסאטע שווינדל די טראמפ געזונטהייט מיניסטעריום האט אפגעשטעלט אלע געלט פון מינעסאטע.

נאכדעם וואס רוב אנדעקטע שווינדלערייען זענען געווען ארום די העלט צענטערן.
פיילס
Screenshot_20251230_185017_Telegram.jpg
Screenshot_20251230_185017_Telegram.jpg (83.35 KiB) געזען געווארן 457 מאל
טראמפ'ס אינטערוויו מיט פאליטיקא
פריש: סוזי וויילס האט זיך געעפנט דאס פיסק?!
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3284
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 16777

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך חלום חלמתי »

די וואסערן נעבן קאלאמביע האבן אויסגעשפיגן די ערשט געזונקענע ווענעזועלע דראג שיפל.

פאברענטע זעקלעך דראגס מיט שיריים פון די טעראריסטן
פיילס
IMG_20251230_185553_250.jpg
IMG_20251230_185553_250.jpg (431.35 KiB) געזען געווארן 447 מאל
טראמפ'ס אינטערוויו מיט פאליטיקא
פריש: סוזי וויילס האט זיך געעפנט דאס פיסק?!
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3284
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 16777

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך חלום חלמתי »

מאסקעווע האט געמאלדן פלענער פון פרישע הויכע געביידעס די העכסטע אין אייראפע. די העכערע וועט זיין 96 שטאק און די צווייטע 83.

די שאלה איז נאר ווער ס'וועט דאס באצאלן...
פיילס
IMG_20251230_185830_408.jpg
IMG_20251230_185830_408.jpg (108.44 KiB) געזען געווארן 446 מאל
טראמפ'ס אינטערוויו מיט פאליטיקא
פריש: סוזי וויילס האט זיך געעפנט דאס פיסק?!
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן
נאו לעיבל
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 864
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 8:47 pm
x 2230

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך נאו לעיבל »

חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 6:59 pm מאסקעווע האט געמאלדן פלענער פון פרישע הויכע געביידעס די העכסטע אין אייראפע. די העכערע וועט זיין 96 שטאק און די צווייטע 83.

די שאלה איז נאר ווער ס'וועט דאס באצאלן...
און אין איין וועגס קומט צו נאך טויזענטער פענסטער פאר מענטשן וואס דארפן ארויס פאלן...
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2918
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 6329

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך פשוט און גראד »

מאירוואלף האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 5:56 pm א 12 יעריג קינד פארלוירן אין ירושלים.
ב"ה געטראפען אין א גיטע צושטאנד
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3284
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 16777

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך חלום חלמתי »

וואף קומט א קאלטע וואך אין פלארידע... א רחמנות אויף די אהבת קדומים אידן וואס האבן נישטאמאל מיטגענומען די מאנטלען...
פיילס
IMG_20251230_210714_811.jpg
IMG_20251230_210714_811.jpg (175.62 KiB) געזען געווארן 333 מאל
טראמפ'ס אינטערוויו מיט פאליטיקא
פריש: סוזי וויילס האט זיך געעפנט דאס פיסק?!
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3284
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 16777

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך חלום חלמתי »

#מינעסאטע שווינדל נאכדעם וואס די גאווערנער טים וואלץ האט זיך ענדליך געלאזט היינט הערן באשולדיגונג טראמפ אין פארדאנירן די גרעסטע שווינדלער בשעת ער ארבעט נעבעך אזוי שווער אפצושטעלן שווינדל. ענפערט די ווייסע הויז אקאונט מיט אן אויסציג פון פרעזידענט טראמפ אז דער גאווערנער האט גארנישט פאַקטיש געטון...
פיילס
IMG_20251230_210904_514.jpg
IMG_20251230_210904_514.jpg (190.45 KiB) געזען געווארן 331 מאל
טראמפ'ס אינטערוויו מיט פאליטיקא
פריש: סוזי וויילס האט זיך געעפנט דאס פיסק?!
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3284
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 16777

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך חלום חלמתי »

גענוי זעקס יאר צוריק פון היינט; די וואהאן רעגירונג מעלדט איין די וועלט אז עפעס א מיסטעריעזע פלו בושעוועט ארום און שטעקט גאר גרינג אן די מענטשהייט...
פיילס
IMG_20251230_211145_126.jpg
IMG_20251230_211145_126.jpg (157.75 KiB) געזען געווארן 331 מאל
טראמפ'ס אינטערוויו מיט פאליטיקא
פריש: סוזי וויילס האט זיך געעפנט דאס פיסק?!
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3284
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 16777

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך חלום חלמתי »

חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 6:45 pm ניו יארק האט געבראכן די רעקארד פון די מערסטע פלו קעיסעס אין איין וואך, 71.123 פרישע אנגעשטעקטע פון דעצעמבער 14 ביז 20
לויט די CDC איז פלו אין גאנץ אמעריקע געשטיגן צו ריזיגע ציפערן
פיילס
IMG_20251230_211309_710.jpg
IMG_20251230_211309_710.jpg (145.13 KiB) געזען געווארן 331 מאל
טראמפ'ס אינטערוויו מיט פאליטיקא
פריש: סוזי וויילס האט זיך געעפנט דאס פיסק?!
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן
מאירוואלף
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 876
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
Location: א אינזל
x 5336

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך מאירוואלף »

היסטאריע אין ניו יארק סיטי: בשעת די גאנצע וועלט וועט זיך קאנצענטרירן אויף די קאנפעטי און טראדיציאנאלע פייערונגען אין טיימס סקווער, גרייט זיך דער ניי-ערוויילטער בירגערמייסטער זוהראן מאמדאני איבערצונעמען די לייצעס פונעם שטאט אויף א אייגנארטיגן און דראמאטישן אופן, ווען ער וועט אפנעמען די אפיציעלע שבועה טיף אינטער דער ערד אינעם אור-אלטן און פארלאזטן "סיטי האל" סובוועי סטאנציע וואס איז פארמאכט פארן עפנטליכקייט שוין זינט דעם צווייטן וועלט קריג. די פריוואטע צעראמאניע, וואו די אטוירני דזשענעראל לעטישא דזשיימס וועט אים איינשווערן אלס דער ערשטער מוסולמענער און דרום-אזיאנער מעיאר אין די היסטאריע פון ניו יארק, דינט אלס א שארפע מעסעדזש פון דעם סאציאליסטישן פאליטיקאנט אז זיין הארץ ליגט ביי די פשוט'ע ארבעטער און אימיגראנטן וואס האבן געבויט די שטאט מיט בלוט און שווייס אונטער די גאסן. מאמדאני, וועלכער האט געוואונען די וואלן מיט צוגעזאגעכץ פון "פרייע באסעס" און אן אפשטעל אויף די גאר הויכע רענט פרייזן, פלאנט שפעטער אינעם טאג א מאסיווע פובליק איינשווערונג אויף די שטיגן פון "סיטי האל" אינאיינעם מיט סענאטאר בערני סאנדערס, מיט וואס עס וועט זיך אנהויבן א נייע און שטורמישע עפאכע אין די "ביג עפל".
- סי בי עס ניוז.
פיילס
20251230_220950.jpg
20251230_220950.jpg (42.01 KiB) געזען געווארן 259 מאל
20251230_220952.jpg
20251230_220952.jpg (114.58 KiB) געזען געווארן 259 מאל
מאירוואלף
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 876
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
Location: א אינזל
x 5336

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך מאירוואלף »

א שווערע טראגעדיע האט פאסירט נאנט צו די וועלט-בארימטע היסטארישע ארט "מאטשו פיטשו" אין פערו, ווען צוויי טוריסטן-באנען האבן זיך צוזאמגעקראכט פנים-אל-פנים מיט א מעכטיגע קראפט. לויט די באריכטן פון די ארטיגע אויטאריטעטן, איז דער דרייווער פון איינע פון די באנען אומגעקומען אויפן ארט, און צענדליגער פאסאזשירן, אריינגערעכנט פילע אויסלענדישע טוריסטן, זענען פארוואונדעט געווארן, טייל פון זיי אין א קריטישן צושטאנד. רעטונגס-קרעפטן האבן געארבעט אונטער שווערע באדינגונגען אין די הויכע בערג אפצוראטעווען די פארוואונדעטע פון די צוזאמענגעשטויסענע וואגאנען, בשעת די פערווויאנער רעגירונג האט אנגעהויבן א ברייטע אויספארשונג איבער וויאזוי אזא שרעקליכע טעות אין די קאמוניקאציע סיסטעם האט געקענט פאסירן אויף אזא פאפולערע רייזע-ליניע.
פיילס
Screenshot_20251230_222051_Samsung Internet.jpg
Screenshot_20251230_222051_Samsung Internet.jpg (124.94 KiB) געזען געווארן 254 מאל
מאירוואלף
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 876
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
Location: א אינזל
x 5336

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך מאירוואלף »

דער רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין און זיין כינעזער קאלעגע שי דזשינפינג האבן זיך אויסגעטוישט ווארימע ווינטשן לכבוד דעם נייעם יאר, אונטערשטרייכנדיג די שטארקע בונד צווישן די צוויי לענדער. דער כינעזער פירער האט ארויסגעהויבן די ספעציעלע צעראמאניעס פונעם 80'סטן יארטאג פונעם נצחון אינעם צווייטן וועלט קריג, באצייכענדיג דאס אלס א "מעכטיגער סיגנאל" פאר די וועלט אז שלום וועט צום סוף געווינען. די צוויי פירער האבן זיך פארפליכטעט ווייטער צו פארשטארקערן זייער קאאפעראציע, וואס ווערט באטראכט דורך פאליטישע אנאליסטן אלס א קלארע דעמאנסטראציע פון אחדות קעגן די מערב-וועלט.
פיילס
20251230_223110.jpg
20251230_223110.jpg (173.75 KiB) געזען געווארן 241 מאל
מאירוואלף
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 876
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
Location: א אינזל
x 5336

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך מאירוואלף »

כינע לויפט פאראויס מיט "מוח-קאנטראל" טעכנאלאגיע: בשעת די מערב-וועלט פארהאנקערט זיך אין עטישע דעבאטעס און ביוראקראטישע פערמיטן, מאכט כינע ריזיגע פארשריט אין די "מוח-קאמפיוטער" פעלד (BCI). זיי האבן יעצט דורכגעפירט א סוקסעספולע עקספערימענט איינצופלאנצן א "ווייערלעס טשיפ" דירעקט אינעם מוח פון א געלעמטן פאציענט, וואס קען יעצט קאנטראלירן טעכנאלאגישע כלי מכשירים בלויז מיט זיין מחשבה, אן קיין שום דרויסנדיגע ווייערס אדער מאשינען.
די רעגירונג אין בייזשינג באטראכט דעם ענין אלס א "סטראטעגישע אינדוסטריע" און גיסט אריין הונדערטער מיליאנען דאלארן צו פערפעקציאנירן די טעכנאלאגיע, וואס זאל אפילו ערמעגליכן פאר בלינדע ל"ע צו "זען" דורך שיקן עלעקטראנישע סיגנאלן דירעקט צום מוח. אבער אינטער דעם שלייער פון "העלפן קראנקע", זעען מומחים דא א פלאן איבערצונעמען די מענטשליכע באוואוסטזיין; אין כינע פארשווענדט מען נישט קיין צייט אויף מאראלישע פראגעס אדער "קאנסענט" פארמען – זיי לויפן פאראויס צו זיין די ערשטע וואס קענען פראגראמירן דעם מענטשליכן שכל און אים באהעפטן צו מאשינען.
פיילס
20251230_223526.jpg
20251230_223526.jpg (79.48 KiB) געזען געווארן 234 מאל
20251230_223528.jpg
20251230_223528.jpg (57.75 KiB) געזען געווארן 234 מאל
20251230_223529.jpg
20251230_223529.jpg (57.9 KiB) געזען געווארן 234 מאל
מאירוואלף
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 876
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
Location: א אינזל
x 5336

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך מאירוואלף »

רעקארד צאל "מיעזלס" פעלער אין אמעריקע צום ערשטן מאל אין דרייסיג יאר: די פעדעראלע סי-די-סי געזונטהייט אגענטור האט ארויסגעגעבן פרישע ציפערן וואס צייגן אז די צאל אנגעשטעקטע מיט די "מיעזלס" קרענק ל"ע האט שוין איבערגעשטיגן צוויי טויזנט, א זאך וואס מען האט נישט געזען זינט שנת תשנ"ב. לויט די באריכטן זענען שוין דא איבער 2,012 באשטעטיגטע פעלער פארשפרייט איבער 43 שטאטן, אריינגערעכנט ניו יארק און ניו דזשערסי, ווען בערך עלף פראצענט פון די פאציענטן – רוב פון זיי קינדער און ערוואקסענע אינטער די ניינצן יאר – האבן געמוזט האספיטאליזירט ווערן אין שפיטאל צוליב די שווערע אינפעקציע. די דאקטוירים ווייזן אן אז בערך 93 פראצענט פון די אנגעשטעקטע זענען מענטשן וואס זענען נישט געווען וואקסינירט, און זיי ווארענען אז די יעצטיגע כוואליע פון איבער 50 אויסברוכן איבערן לאנד שטעלט אין געפאר דעם סטאטוס פון אמעריקע אלס א לאנד וואס איז ריין פון די דאזיגע אנשטעקיגע קרענק.
פיילס
measles-vaccine-gty-jef-251229_1767033173613_hpMain_16x9.jpg
measles-vaccine-gty-jef-251229_1767033173613_hpMain_16x9.jpg (75.2 KiB) געזען געווארן 206 מאל
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1991
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 3501

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך הדסים »

חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 6:49 pm עמעזאן האט אנגעהויבן דעליווערן מיט דראונס אין דאלאס טעקסאס.

פאר אן אפצאל פון $4,99 קען אייער שאכטל זיין ביי אייער טיר ביז 30 מינוט
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
נהוראי
פרישער באניצער
פאוסטס: 35
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2025 4:58 pm
x 27

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך נהוראי »

ברעיקינג:

אנטי איסלאמישע רעזשים גרופעס מיט א ביטע צו מדנ"י:

"אונז, די איראנער באפעלקערונג, וועלכע ווילן צוריק די פאלהאווי מאנארכיע. רופן פאר דיר, די געשעצטע פ"מ פונעם פריינטליך און ברודערליכע מדינת ישראל, צו אטאקירן די גרויזאמע רעזשים איצטיגע פירערשאפט פון איראן און א פארמאט וואס די גאנצע רעגירונג, מיליטער און פאליטישע פירערשאפט וואס וועט דאס ענדגילטיג צושפליטערן פון אינעווייניג אין די ערשטע 15 מינוט פון די אטאקע, און די אטאקעס זאלן אנהאלטן אויף ביז עס טוישט רעזשים. אונז, די שאך אינערליכע וועכטער און פרייהייט קעמפער, ווארטן אומגעדילדיג, זאל זיין פרידן אויף ענק די קינדער פון משה, זאל השי"ת ענק העלפן"
מאירוואלף
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 876
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
Location: א אינזל
x 5336

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך מאירוואלף »

א חרדי'שע פרוי וואס האט פארלוירן איר טעלעפאן, האט עס נאך עטליכע טעג צוריקבאקומען אויף אן אינטערעסאנטן אופן. דער מוצא איז געווען א חשוב'ער אינגערמאן פון פאניעוויזשער כולל, וועלכער האט געהאט א ספק צי ער מעג צוריקגעבן א טעלעפאן וואס איז נישט אינגאנצן כשר. נאכן פרעגן א שאלה ביי א מורה הוראה, האט ער באקומען א פסק אז ער דארף עס צוריקגעבן פאר די בעלי בתים.
צוזאמען מיטן טעלעפאן האט דער אינגערמאן בייגעלייגט א בריוו, וואו ער שרייבט מיט איידלקייט אז ער האט מקיים געווען די מצווה פון השבת אבידה ווי די הלכה פארלאנגט, אבער ער האט אויסגענוצט די געלעגנהייט מעורר צו זיין איבער די כשרות פונעם טעלעפאן, רעקאמענדירנדיג פאר די פרוי איבערצופרעגן א רב צי אזא כלי פאסט פאר אן ערליכע אידישע שטוב.

די נוסח פונעם בריוו:

בס"ד
לכבוד די בעלת הטעלעפאן היקרה,
היינט אינדערפרי האב איך זיך געאיילט צום כולל, און פאר איך בין ארויס האב איך געפונען דעם טעלעפאן אויף די גאס. איך האב געהאט עטליכע ספיקות צי עס איז פארלוירן אדער סתם געלייגט געווארן וכדומה, ביז איך האב געפרעגט א רב און ער האט געפסק'ענט אז עס איז דא דא א מצוה פון השבת אבידה.
איך פארשטיי בכלל נישט אין די סארט טעלעפאנען, אבער עס האט מיר אויסגעזען אז עס איז נישט "טרייף" און אויך נישט אינגאנצן "כשר". דער מורה הוראה האט מיר געפסק'ענט אז עס איז דא א מצוה דאס צוריקצוגעבן טראץ דעם.
פערזענליך איז מיר געווען אביסל שווער, אלס א באקאנטער אינגערמאן אין כולל פוניבז', דאס צו האלטן און דאס אויפצולאדן ביי די טשארדזשינג סטאנציע און האלטן אן אויג דערויף.
איך האב געטוהן דאס מייניגע, אבער מיט א געפילישע הארץ בעט איך אז איר זאלט מברר זיין ביי א רב מובהק וואס איז דער רצון ה' פון אייך.
בברכה פאר א פרייליכע און גליקליכע לעבן און כל טוב.

די פרוי אליין האט דערציילט אז זי איז געווען שטארק גערירט פון די איידלקייט פונעם בריוו. זי האט טאקע געפרעגט א רב, און ער האט איר געזאגט אז הגם מען דארף האבן א טעלעפאן פאר ארבעט, זאל זי דאס טוישן צו א פילטער וואס איז מער אויסגעהאלטן.
פיילס
IMG_20251231_055603_791.jpg
IMG_20251231_055603_791.jpg (114.74 KiB) געזען געווארן 121 מאל
מאירוואלף
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 876
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
Location: א אינזל
x 5336

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך מאירוואלף »

דער הויפט און גייסטליכע פירער פון איראן האט באשטימט אחמד וחידי אלס דער נייער וויצע קאמאנדיר פון די "רעוואלוציאנערע גווארדיע". וחידי איז באקאנט אלס איינער וואס איז געווען דירעקט פארמישט אין דעם שוידערליכן טעראר אטאקע אויפן אידישן קהילה צענטער (AMIA) אין בוענאס איירעס, ארגענטינע, אין יאר 1994. ביי יענעם בלוטיגן אטאקע זענען 85 מענטשן אומגעקומען און נאך 330 זענען פארוואונדעט געווארן, נאכדעם וואס א לבנונישער זעלבסטמערדער האט אריינגעקראכט אין דעם בנין מיט א קאר פול מיט 400 קילא אויפרייס מאטריאל. הי"ד.
פיילס
IMG_20251231_063921_344.jpg
IMG_20251231_063921_344.jpg (43.56 KiB) געזען געווארן 118 מאל
מאירוואלף
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 876
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
Location: א אינזל
x 5336

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך מאירוואלף »

וועלקאם טו 2026! ניו זילאנד האט יעצט אפיציעל באגריסט דאס נייע ציווילע יאר מיט פרעכטיגע פייערווארקס אין אוקלאנד, אלס איינס פון די ערשטע לענדער אין די וועלט אריינצוטרעטן אין 2026.
פיילס
Screenshot_20251231_064703_Tm.jpg
Screenshot_20251231_064703_Tm.jpg (171.87 KiB) געזען געווארן 114 מאל
מאירוואלף
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 876
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
Location: א אינזל
x 5336

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך מאירוואלף »

Think and Thank האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 12:51 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 11:09 am ווילדע פראטעסטן אין איראן האלטן שוין אן פאר צוויי טעג, ווען די מאסן שטורעמען אין די גאסן און ריפן פאר א רעדזשים טויש. נאכדעם וואס די עקאנאמיע דארט איז אין די ערד, מיט די ארטיגע וואלוטע פאלנדיג צו 1,400,000 ריאל פאר א דאלער.

באריכטן אז די מדנ"י מוסד העצט שטילערהייט אינטער די פראטעסטן.

אויסער דעם הערשט א שרעקליכע מאנגל אין וואסער אין די הויפטשטאט טעהראן, וואס איז געשען וויבאלד איראן האט געטון צודרייטע זאכן מיט אירע וואסער קוועלער דורכאויס די יארן אנשטאט זיין פארזיכטיג און זיך אפגעבן דערמיט כדבעי.

די מאנגל איז אזוי גרויס אז פאר עטליכע וואכן צוריק האט דער איראנער פרעזידענט גערופן איבערצופלאנצן די גאנצע הויפטשטאט צו א נייע פלאץ וואו עס וועט זיין מער וואסער. נאר גיי טרעף אזא פלאץ אין די איראנער מדבריות...

דרך אגב, דער חיד"א האט געהאלטן אז הונטער די איראנער מדבריות געפינען זיך די עשרת השבטים.
באריכטן איבער די ערשטע טויט פאל אין די איראנער פראטעסטן. איראנער אויטאריטעטן זאגן אויך אז רעגירונג געביידעס זענען אטאקירט געווארן אין דרום פון לאנד דורך די פראטעסטירער.
שרייב פאוסט