אויב געווינסטו היינט די לאטערי…
- farshlufen
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 14
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 7:04 pm
- x 31
Re: "אויב איר געווינט ווען די לאטערי היינט - וואס איז די ערשטע דריי זאכן וואס איר וועט טון דערמיט?"
1. געעפנט א ביזנעס פאר טויזנט בני-תורה ארבעטער
2. געעפנט א ביזנעס פאר טויזנט בני-תורה ארבעטער
3. געעפנט א ביזנעס פאר טויזנט בני-תורה ארבעטער
2. געעפנט א ביזנעס פאר טויזנט בני-תורה ארבעטער
3. געעפנט א ביזנעס פאר טויזנט בני-תורה ארבעטער
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.
Re: "אויב איר געווינט ווען די לאטערי היינט - וואס איז די ערשטע דריי זאכן וואס איר וועט טון דערמיט?"
דהיינו?farshlufen האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 11, 2024 6:07 pm 1. געעפנט א ביזנעס פאר טויזנט בני-תורה ארבעטער
2. געעפנט א ביזנעס פאר טויזנט בני-תורה ארבעטער
3. געעפנט א ביזנעס פאר טויזנט בני-תורה ארבעטער
-
כשר ישר
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 20
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 1:45 pm
- Location: Montreal
- x 12
Re: "אויב איר געווינט ווען די לאטערי היינט - וואס איז די ערשטע דריי זאכן וואס איר וועט טון דערמיט?"
געבן א חומש פאר צדקה
ארויסגעבן א אלבום פון מיינע ניגונים
געשפילט נגיד (זאגן פאר יעדעם ס'איז טייט יעצט איך קען נישט געבן).
ארויסגעבן א אלבום פון מיינע ניגונים
געשפילט נגיד (זאגן פאר יעדעם ס'איז טייט יעצט איך קען נישט געבן).
Re: אויב געווינסטו היינט די לאטערי…
צק
בינעך סטאק.
ווייל כ’דארף נאך ענדיגן אוועקרוימען דעל פסח, און כאניש פונקט קיין צייט זיך אפצוגעבן מיט א לאטערי געווינס יעצט.
בינעך סטאק.
ווייל כ’דארף נאך ענדיגן אוועקרוימען דעל פסח, און כאניש פונקט קיין צייט זיך אפצוגעבן מיט א לאטערי געווינס יעצט.
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....
....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
Re: אויב געווינסטו היינט די לאטערי…
ארויף
ביטע טיילט מיט אייער טרוים.
ביטע טיילט מיט אייער טרוים.
שטותים איז נישט דער אלטערנאטיוו פון שכל (קרעדיט: @הדסים)
Re: אויב געווינסטו היינט די לאטערי…
איך וואלט געוואלט...
צום ערשט אראפ נעמען מעשר...
קויפן א פאלאץ'ל...
קויפן א בנין לעבן מיין טאטע און שווער צו בויען הכנסת אורחים פאר בני משפחה וואס קומען צו די עלטערן...
אנהאלטן מיין יעצטיגע פרנסה פאר א האבי, נישט פאר באצאלט...
האבן אסאך שעות קבלות משולחים, און זײ משמח זיין...
האבן עטליכע פאלעצער ארום די וועלט פאר מקומות הקדושים און נופש...
און נאך...

חכם הוא להטב!
וזאת למיודעי, אלע איבעריגע פינטלעך אין מיינע פאוסטס איז לאוו דווקא, עס האט זיך אויסגעגאסן א שאכטל פינטלעך אויף מיין שרייב טישן, און שוין...
אה דו האסט אויך באמעטדי מיסטעיקס אין מיין אינטערשריפט? גיי ווייטער.
וזאת למיודעי, אלע איבעריגע פינטלעך אין מיינע פאוסטס איז לאוו דווקא, עס האט זיך אויסגעגאסן א שאכטל פינטלעך אויף מיין שרייב טישן, און שוין...
אה דו האסט אויך באמעטדי מיסטעיקס אין מיין אינטערשריפט? גיי ווייטער.
Re: אויב געווינסטו היינט די לאטערי…
שכינה מה הוא אומרות
פון די אלע האב איך שוין גענוג פון די אלע זאכן
גענוג האבן שוין געזאגט אז זיי גייען דאס טון
יעצט לאמיר זען עכטע זאכן
ווער וועט זיין דער שליח צו העלפן די אמתע נצרכים
פון די אלע האב איך שוין גענוג פון די אלע זאכן
גענוג האבן שוין געזאגט אז זיי גייען דאס טון
יעצט לאמיר זען עכטע זאכן
ווער וועט זיין דער שליח צו העלפן די אמתע נצרכים
-
זבולון שטיינקלאץ
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 141
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 3:17 pm
- x 391
Re: אויב געווינסטו היינט די לאטערי…
אז קיינער נעמט עס נישט, בין איך גרייט צו זיין דער שליח...
-
עומד על תלת
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 240
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 5:15 pm
- Location: Ny
- x 415
Re: אויב געווינסטו היינט די לאטערי…
איך גיי באצאלן די חובות,
אין די איבריגע?
וועלן דארפן ווארטן ביז איך געווין נאכאמאל.....
קרעדיט יענקל מילער.....
אין די איבריגע?
וועלן דארפן ווארטן ביז איך געווין נאכאמאל.....
קרעדיט יענקל מילער.....
-
פשוט און גראד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 3020
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 6729
Re: אויב געווינסטו היינט די לאטערי…
ששש..
איך וויל עס נישט!!!
ס'איז פאטאל
איך וויל עס נישט!!!
ס'איז פאטאל
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2246
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 7242
Re: אויב געווינסטו היינט די לאטערי…
הםםם, לאמיר פראבירן טראכטן. (כאילו האסט נאך ביז היינט קיינמאל נישט גע'חלומ'ט פון געווינען. וועמען פאפסטו?...)
פארשטייט זיך אז וואס איך שרייב איז בלויז חלומות, וויבאלד איינמאל מען האט דאס געלט פארגעסט מען פון אלע גוטע קבלות. און אויך וויבאלד איך האב בכלל נישט געקויפט קיין טיקעט...
איך טראכט פון א געדאנק פון אינוועסטירן אין ריעל עסטעיט. אז איך טרעף מיך מיט 4-5 הונדערט מיליאן דאלער אין קעש, קען איך בויען וויפיל איך וויל און איך דארף נישט קיין שום לאון. דאס רוקט שוין אראפ די קאסטן פון מיט ריזיגע פראצענטן. אלעס גייט מיט קעש! די זעלבע קען איך באצאלן פאר סופלייערס אפ פראנט מיט קעש, און מיט דעם צווינגן צו מיר געבן א בעסערע פרייז. און די זעלבע מיט אלע סאבס וואס וועלן מיר גרייט זיין צו געבן א ביליגערע פרייז, אויב ווייסן זיי אז דאס געלט ווערט באצאלט בכסף מלא אן קיין שום שפעטיגונגן. וכו' וכו'.
איך ווייס נישט צו איך זאל בויען טויזענט דירות אין א נייע ישוב ערגעץ אין אפסטעיט, אדער איך זאל עס טוהן אין מאנסי מאנראו. אבער די געדאנק געפעלט מיר, איך מיין איך גיי טאקע קויפן א לאטערי. איך וועל קענען צושטעלן דירות פאר 250 א סקווער פיס (אדער אפשר ווייניגער) אין הארץ פון מאנסי/מאנראו.

!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
Re: אויב געווינסטו היינט די לאטערי…
נו האסט געקויפט?נקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 24, 2025 9:23 pm הםםם, לאמיר פראבירן טראכטן. (כאילו האסט נאך ביז היינט קיינמאל נישט גע'חלומ'ט פון געווינען. וועמען פאפסטו?...)
פארשטייט זיך אז וואס איך שרייב איז בלויז חלומות, וויבאלד איינמאל מען האט דאס געלט פארגעסט מען פון אלע גוטע קבלות. און אויך וויבאלד איך האב בכלל נישט געקויפט קיין טיקעט...
איך טראכט פון א געדאנק פון אינוועסטירן אין ריעל עסטעיט. אז איך טרעף מיך מיט 4-5 הונדערט מיליאן דאלער אין קעש, קען איך בויען וויפיל איך וויל און איך דארף נישט קיין שום לאון. דאס רוקט שוין אראפ די קאסטן פון מיט ריזיגע פראצענטן. אלעס גייט מיט קעש! די זעלבע קען איך באצאלן פאר סופלייערס אפ פראנט מיט קעש, און מיט דעם צווינגן צו מיר געבן א בעסערע פרייז. און די זעלבע מיט אלע סאבס וואס וועלן מיר גרייט זיין צו געבן א ביליגערע פרייז, אויב ווייסן זיי אז דאס געלט ווערט באצאלט בכסף מלא אן קיין שום שפעטיגונגן. וכו' וכו'.
איך ווייס נישט צו איך זאל בויען טויזענט דירות אין א נייע ישוב ערגעץ אין אפסטעיט, אדער איך זאל עס טוהן אין מאנסי מאנראו. אבער די געדאנק געפעלט מיר, איך מיין איך גיי טאקע קויפן א לאטערי. איך וועל קענען צושטעלן דירות פאר 250 א סקווער פיס (אדער אפשר ווייניגער) אין הארץ פון מאנסי/מאנראו.
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"יאסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.
והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
Re: אויב געווינסטו היינט די לאטערי…
צ/ק איך הער אויף שרייבן אויף אידטיש
-
נאסע שמאטעס
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 683
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
- x 1603
Re: אויב געווינסטו היינט די לאטערי…
איך וואלט אריינגעלייגט רוב אין א סי.די. אקאנט און געלעבט דערויף. א קליין חלק וואלט איך געלייגט אין קליינע אינוועסטמענטס וואס קאסט מיך נישט קיין סאך קאפ און ארבעט.
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2246
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 7242
Re: אויב געווינסטו היינט די לאטערי…
מיט די געלט ווייס איך שוין וואס דו וואלסט געטוהן, אבער וואס וואלסטו געטוהן מיטן טאג? דו מיינטס טאקע אז בזיעת אפך תאכל לחם איז א קללה?נאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 28, 2025 1:58 pm איך וואלט אריינגעלייגט רוב אין א סי.די. אקאנט און געלעבט דערויף. א קליין חלק וואלט איך געלייגט אין קליינע אינוועסטמענטס וואס קאסט מיך נישט קיין סאך קאפ און ארבעט.
איך האב ניטאמאל געקויפט א טיקעט פאר די לאטערי. פשוט איך זוך נישט די ריזיגע געווינס (אפילו אז די ספק איז איינס פון א ביליאן...) צו געווינען פופציג מיליאן דאלער איז מער ווי גענוג.
א חומש לצדקה, 20 מיליאן גייט גלייך אריין אין א רייטייערמענט פלען צו קענען אויסלעבן די עלטערע יארן מיט ישוב הדעת, און קענען מאכן שבע ברכות, חנוכה פארטיס, פראווענען גרויסע סעודות יו"ט וכדו' אן דעם וואס מיין ווייב זאל זיך דארפן צופליקן אדער זיך אנלייגן אויף די קינדער. מען קען באצאלן פאר די היימישע פרויען וואס קומען אראפ אין שטוב קאכן, מען נעמט וועיטערס, גויטע העלפ האט מען וויפיל מען וויל, און מען קען זיצן און פראווענען מלוה מלכות יעדע וואך אן קיין דאגה פון ווער וועט אויפקלינען וכדו', אדער ווער וועט צושטעלן די עסן פאר די חנוכה פארטי...
ווידער מיט 10 מיליאן קויפט מען א הויז אין ירושלים, א הויז אין צפת, און להבדיל א הויז אין פלארידע. די איבריגע 10 מיליאן גייט פאר די הייזער פון די קינדער, יעדער באקומט א 1.2 הויז אין מאנסי וואס ברענגט נאך אריין אביסעל ריוח אין די זייט פון א טענענט. און דעטס איט. די 50 מיליאן איז גענדיגט.
פאר די בעיסיק הוצאות פון גראסערי, שכר לימוד, און חתונה מאכן, וויל איך בלייבן ארבעטן. איך בין נאך צו אינג צו ריטייערן. (פארגעס נישט, מיינע הייזער זענען שוין אויסגעצאלט, סא מארטגעדזש האב איך נישט)
די איינציגע זאך וואס איך טראכט איז, אז אויב געווין איך אפאר הונדערט מיליאן דאלער וועל איך נעמען @Think and Thank אלץ מיין שיתוף, און ער וועט אונטערברענגן די מענאפול פון קעי קא. איך בין גרייט צו זיצן מיט הונדערטער מיליאנען פאר 10 יאר אן זעהן א פעני ריוח, אויב קען ער מיר ברענגען תכלית אין די ליין.
די איינציגע סיבה פארוואס איך וויל אבער בעסער בויען אין קרית יואל, איז ווייל דעמאלטס וועל איך וויסן אויב @דער תהלים איד ברענגט טאקע קראנטע אינפארמאציע. איך וועל זיצן דא אויף אידטיש און ליינען ווי דער עולם רייסט זיך ביי די ציין איבער די פרישע ריזיגע דיוועלאפמענט, דער זאגט אזוי און דער זאגט אזוי. און שפעטער ווען דער תהלים איד וועט קומען מיט ערשטהאנטיגע אינפארמאציע פון איינער פון די דיוועלאפערס, וועל איך וויסן אויב דער תהלים איד איז קראנט.
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4566
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 32143
Re: אויב געווינסטו היינט די לאטערי…
נקודות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 10:11 pm
די איינציגע סיבה פארוואס איך וויל אבער בעסער בויען אין קרית יואל, איז ווייל דעמאלטס וועל איך וויסן אויב @דער תהלים איד ברענגט טאקע קראנטע אינפארמאציע. איך וועל זיצן דא אויף אידטיש און ליינען ווי דער עולם רייסט זיך ביי די ציין איבער די פרישע ריזיגע דיוועלאפמענט, דער זאגט אזוי און דער זאגט אזוי. און שפעטער ווען דער תהלים איד וועט קומען מיט ערשטהאנטיגע אינפארמאציע פון איינער פון די דיוועלאפערס, וועל איך וויסן אויב דער תהלים איד איז קראנט.
נקדי עס יוסשעל...
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 8714
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 21697
Re: אויב געווינסטו היינט די לאטערי…
נקודות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 10:11 pm די איינציגע סיבה פארוואס איך וויל אבער בעסער בויען אין קרית יואל, איז ווייל דעמאלטס וועל איך וויסן אויב @דער תהלים איד ברענגט טאקע קראנטע אינפארמאציע. איך וועל זיצן דא אויף אידטיש און ליינען ווי דער עולם רייסט זיך ביי די ציין איבער די פרישע ריזיגע דיוועלאפמענט, דער זאגט אזוי און דער זאגט אזוי. און שפעטער ווען דער תהלים איד וועט קומען מיט ערשטהאנטיגע אינפארמאציע פון איינער פון די דיוועלאפערס, וועל איך וויסן אויב דער תהלים איד איז קראנט.
קענט וועיט
די וועלט איז לעכטיג (פונדערווייט זע איך 3 פיצעלע רויטע פלעקן: 1) קארופציע, 2) ליגנט זאגער, 3) טפשים)