ווי שוין באריכטעט דורך @שמח אינעם וועד הקהילות טעמע איז צייט צו בינדן די זיץ גארטלעך ווייל ס'קען מעגליך קומען נייעס אינעם פעלד פון כשר'ע דעווייסעס בכלל און סלפאונס בפרט.
ביז היינט איז אפיציעל מטעם הקהילות נאר געווען איין הכשר וואס איז באשטאנען פון א צוזאמענארבעט פון עטליכע קהילות (יעדע קהילה באזונדער איז יא געווען), דאס איז געווען דער וועד הקהילות הכשר מטעם קהילות הק' סאטמאר סאטמאר סקווירא און וויזניץ-וו"ב.
יעצט קוקט אויס אז ס'עפנט זיך אויף א פרישע וועד מטעם הקהילות מיטן נאמען וועד למעשה https://lmaaseh.tech/
איך באטאן אז ס'קוקט נאר אויס אזוי ווייל ווי ווייט איך ווייס האט נאך קיין איין קהילה זיך נישט אפיציעל געשטעלט אונטערן וועד און מעגליך אז ס'וועט בלויז זיין א ועד הרבנים.
דער ועד באשטייט כעת פון הרב הגאון ר' אשר עקשטיין דומ"ץ בעלזא ב"פ, הרב הגאון ר' דוד לייב פישער דומ"ץ פאפא, הרב הגאון ר' שלום יצחק טויבער מו"ץ ק"ק באבוב און הרב הגאון ר' אברהם מאיר הלברשטאם דומ"ץ סאטמאר 18 אין ב"פ שליט"א.
ווי עס קוקט אויס דערווייל וועלן געוויסע סעלפאונס וואס זענען נישט געווען מוכשר ביים וועד הקהילות יא זיין באשטעטיגט ביים 'ועד למעשה', א שטייגער ווי @ארי גרינפעלד'ס מיינד פאון און נאך עטליכע.
אויף זייער וועבסייט איז נאך דערווייל נישט ארויסגעלייגט דער אויסוואל פון דעווייסעס אבער זייערע גדרים יא.
ווי עס זעט יעצט אויס וועלן זיין פינף דרגות:
דרגא א - טאלק אנלי ממש מיט אן אפשענעל פון באקומען וועריפיקעישן קאודס, א שטייגער ווי פאם האט אויף זייער טאלק אנלי.
דרגא ב - טאלק ענד מידיא. דאס נעמט אריין די פריער דערמאנטע און אויך קאמערא, גאלערי און אודיא.
דרגא ג - טאלק ענד פיעטשערס. דאס נעמט אריין אלע פריער דערמאנטע און אויך א ליסטע פון באשטעטיגטע פיעטשערס ווי נעוויגעשן עפפס, וועטער, גוגל קאנטעקטס און קאלענדער סינק, בלוטוט שעיר, נעמען ווידעא און א לימיטעד פלעיבעק פון ווידעאס געכאפט מיטן סעלפאן (מסתמא בערך ווי דער פיג).
דרגא ד - טאלק ענד טעקסט. דאס נעמט אריין טאלק, טעקסט, קאמערא און גאלערי, אודיא, בלוטוט שעיר, נעוויגעישן נאר אויפן קאר סקרין (דורך ענדויד אויטא) און גוגל קאנטעקטס - סינק.
דרגא ה - טאלק טעסט ענד פיעטשערס. דאס איז כולל אלע פריער דערמאנטע אינאיינעם. דהיינו; טאלק, טעקסט, קאמערא, אודיא, בלוטוט שעיר, נעוויגעשן עפפס אויך אויפן פאון, ווידעא כדלעיל, וועטער און קאלענדער - סינק.
זיך צו פארבינדן מיטן ועד קען מען רופן 929-667-6089 אדער אימעיל info@lmaaseh.tech
מ'קען זיך אויך סובסקרייבן צו באקומען אפדעיטס אויף אימעיל אויף זייער וועבסייט.
פאלגנד איז א קלארע טשארט מיט אלע דרגות.