יואל מארקוס קומט שוין נאכמאל. אויף וועם רעדט ער דאס מאל? קומה עזרת לנו !!! ואת חובתינו יצאנו !!!

ארטיקלען און אפהאנדלונגען

ווער איז דא מיט מיר? וועלכע שורה איז די ריכטיגע??

א גרויסע הלוואה דארף מען שאפן
6
8%
אפאר מענטשען קענען עס צושטעלן
8
11%
במשך אפאר יאר וועט מען עס באצאלן
7
10%
$650 א חודש אויף פינף יאר
2
3%
$812 א חודש אויף פיר יאר
0
No votes
$1083 א חודש אויף דריי יאר
0
No votes
גוטע אידן וועלן עפעס צושטייער געבן
21
30%
וועט עס בעז"ה אסאך שנעלער נעמען
14
20%
גיי צום באנק בעטן א הלוואה.. :(
5
7%
לאז אונז רואיג לעבן, מיר דארפן דיר גארנישט געבן :(
5
7%
...
3
4%
 
Total votes: 71

יואל מארקוס
פרישער באניצער
פאוסטס: 44
זיך איינגעשריבן: מיטוואך נאוועמבער 05, 2025 12:27 pm
Location: ארץ ישראל
x 372

יואל מארקוס קומט שוין נאכמאל. אויף וועם רעדט ער דאס מאל? קומה עזרת לנו !!! ואת חובתינו יצאנו !!!

פאוסט דורך יואל מארקוס »

עזרי מעם ה' עושה שמים וארץ.

איך וויל מיט אייך דא מיטטיילן חשובע ציבור מכירי וידידי, א חלק פון וואס איז אריבער אויף אונזער נייע געשטעלטע פארפאלק בזיווג שני כידוע. אחרי כל האמת והדברים האלה וואס א טייל איז באוואוסט צווישן די חשובע אידן בכל קצות תבל, זה בכה וזה ובכה, אולי ימצא אז איינער וועט מיר קענען ארויסהעלפן, ביי די ענין.

זייענדיג אזוי א יוצא וואס האט דאך דענמאלט נישט געהאט די נאמען יוצא, נאר ווי אזוי זאגן זיי: חכם בעיניו..., רעדט שטותים, האט נישט קיין ביטול, ... וכל שם וחניכא דאית להי. דערווייל אזוי, איינער אליינס (מצד שעוד לא היה הקיבוץ 'כנישתא חדא') מיטן אויבירשטנס הילף, מיט אפאר באהאלטענע וואס האבן נאך יא גערעדט מיט מיר, אדער געזארגט עפעס עסן, האב איך אזוי אנגעהויבן זיך צוריק צו באקענען מיט די אלטע גוטע פריינד די בכל אתר ואתר, צו איז דאס ביי די גרים אין גוואטעמאלא, מיט א ביסל געלט פון מיין טאטע זאל זיין געזונט און להזכיר לטובה הר"ר יוסף העללער וואס אפילו אהן מיר צו קענען האט ער מיר געשיקט געלט און א בעט איך זאל האבן ווי זיך צו לייגן, שלאפענדיג אויף די ערד אין א הייזקעלע א געדינגענע פאר 300 קעצאלעס א חודש, [אן ערך פון 45 טאללער], עס ב"ה געוועהן גענוג גרויס פלאץ אוועקצוריקן די ניי געקויפטע מאטראץ ווען עס רעגנט פון די דאך, זייענדיג אינדרויסן פון בבל נישט מעגליך ארויסצופארן פון לאנד, וואס די גוטע אידן אין לאנדאן האבן מיר שוין געהאט געצאלט א טיקעט אהין, וועגן די קאראנא וואס איז דענמאלט ערשינען. צו איז דאס טעקע די לאנדאנע אידן וואס קומענדיג אהין דארטן כל יודעי געדענקן דאך ווי איך בין דענאמאלט שיין ווארעם אויפגענומען געווארן, אזוי אויך די אנטווערפן'ע עולם ווי די העפליכע שמועסן איבער לב טהור האבן זיך שוין דענמאלט אנגעהויבן זה בעד וזה כנגד וזה עומד ומשתהה.

זייענדיג טאקע אין לאנדאן האב איך צירוק אנגעהויבן צו פארן צו די סקווירא שחיטה ווי איך פלעג ארבייטן פאר די איסור דארט צו ארבייטן איז צושטאנד געקומען, צווישן א שחיטה און א שחיטה פלעג איך פארן אמאל דא אמאל דארט ווי מען האט מיר אלס אויפגענומען, אויף כל מיני צוועקן, צו נאר אויף צו פארוויילן א יו"ט.
ווי פארשטענדליך קיין גוואטמאלא צו באזוכן די קינדערלעך איז געוועהן ווען מעגליך אן אפטע סטאנציע.

יארן זענען אזוי אריבער, די גט איז שוין מסודר, ביי די שחיטה איז שוין נאכמאל פאזע, צו ווי איז די קומענדיגע רייזע?, קיין גוואטמאלא וועט מען גיין, באזוכן די קינדער אזוי שיין. גאנץ א לאנגע הפסקה געווען, א גרויסע זאך איז דענמאלטס געשעהן, א שידוך איז אונטער געקומען, א גוטע חבר האט אויף זיך גענומען, ג'שתלד'ט צווישן די צדדים, ביז רב כירא שליט"א איז אריין אין די עניינים, טעלער געבראכן מען האט, שמחה צו לייט און צו ג-א-ט. דעת תורה געזאגט דארט, די חתונה מאכן אט אט אט, ווייל אדר איז שוין באלד, ניסן פארן חתונה מאכן ער האלט, פסח קומט מיט געוואלד, דאס מיינט שוין ביז נאך שבועות האלט האלט.
געלט פון ווי וועט קומען? די חתן ארבייט דאך ער וועט קענען. באזידלען אין אלע גאסן מיט גיורת קאמפיין, האב איך געהאלטן איז נישט אזוי פיין. די געלט ווען בעז"ה זיין. געבויט טאקע אויף א געוויסע חשבון, אבער די געלט דארף מען שוין שוין האבן, וויפיל פון די ארבייט געהאט האט מען געגעבן, די איבעריגע האט א די גוטע חבר פונעם באנק אן הלוואה געבעטן, מען וועט דאס זיכער באלד צוריק געבן.

א חתונה א פרייליכע געווען, אין גוואטמאלא איז דאס געשעהן, הערליך צוגעשטעלט, און 'אור חדש' אן אנדערע וועלט. די ארבייט האט זיך מיט דעם אויך אפגעשטעלט, און עס איז שוין נישטא קיין געלט. די גאנצע עולם וואס זעהט, א שיינע פארפאלק פון דאסניי געשטעלט, אבער וואס ווייסט נישט די וועלט, אז עס דריקט די געלט. די חובות הייבן אהן צו שפרינגן, אויסער דעם גרויסן בעל חוב, קומען נאך קליינע חובוליך צו זונגן, ווי מאכט מען צו דעם א סוף. ער אבער צאלט דאך ריבית, עס העלפט דא נישט קיין סיבות. מען וועט שוין עפעס דא טוהן, ווי נאר די לעבן ווען מען שטעלן אהין, מען וועט ארבייטן גאר שווער, אבער די געלט ברענגן אהער.
דערווייל געפארן קיין אנטווערפן וואוינען, געבארגט פאר טיקעטס פון א חבר וואס טוהט מיר שוינען, דארט ביי א דירה פון אן אלטע גוטע פריינד אריין, מען וועט ארבייטן אלעס וועט שוין גוט זיין, נאך אפאר חודשים אריבער, ווי נעמט מען פארן דירה, עסן האט מען זיך מיטן מיעוט באגניגט, גוטע אידן אויף שבת געריפן, פארן וואכן אביסל גרינצייג וועט אויך זיין גוט, ב"ה אן ארבייט געטראפן, מען האט אנגעהויבן אביסל די דירה צו דעקן, אפילו אביסל מער אין שטוב צו עסן, די דאקטער צו צאלן, ווייל מייר רעבעצין איז נישט קיין איראפאישער אין קיין גזונט-קאסע קען זי נאכנישט האבן. ווי נאר מיין יחיאל מיכל איז געבוירן, פונקליך א יאר פון היינט, א גרויסע שמחה אין שטעטל, אלע האבן זיך ב"ה פאר איר געזארט, מען האט איר אריינגעשטעלט אין בית ריזל, ביי די שלום זכור האט זיך יעדער באטייליגט, וואך נאכט אין ברית דורך גוטע אידן אזוי שיין צוגעשטעלט, מיינע אייגענע הוצאות איז כפי ערך נישט געוועהן אזוי גרויס, אבער ווען מען דארף פון שפיטאל ארויס, נאך א 5000 אירו פון ווי וועט מען נעמען, אבער די באשעפער איז גרויס, אין זיי האבן מיין ווארט אנגענומען. די ביל וועט צו דיר אינדערהיים אנקומען, אביסל וועל איך בקרוב ברענגן, און אלעס וועט איך צו סוף באצאלן. נאך א חוב צו די ליסטע פון חודשים דירה וואס מען איז שוין שולדיג, אבער א צווייטע ברירה האט מען דאך נישט.

ממש אזוי נאך פאר די ברית איז פארגעקומען, איז די נייעס אנגעקומען, אז די קינדער אין גוואטעמאלא זענען אין שעלטער אנגעקומען, איך דארף שוין זיי גיין נעמען. די המשך דארף מען נישט פארציילן, תיכף נאכן ברית דארף מען פליען. די דירה ווער וועט באצאלן? די עסן ווער וועט איינקויפן? אבער ב"ה גוטע אידן האבן אונז שטענדיג געטוהן העלפן. די אייבישטער האט אונז קיינמאל פארלאזט, און אזוי האט מען געקענט אנגיין ביז יעצט. די הוצאות האט זיך נאר געהויבן, גוטע אידן האבן פראבירט צו העלפן, זיך דרייען אין די גוואטמאלא גאסן קען מיין דירה נישט געצאלט ווערן, חוץ פון נסיעות און האטעלן, ווער רעדט פון די חובות באצאלן.

ברוך השם יעצט דא בית שמש, מיט די הילף פון אסאך גוטע אידן, די קינדער אין אמעריקע קען איך נישט אויסהאלטן, ווער רעדט פון דירה און שכר לימוד צאלן, די ארץ ישראל דיגע השגות טוט דאס נישט ערלויבן, קוים די היגע הוצאות איך קען פארטראגן. דא א 2000 דאלער מאקסימום צו פארדינען, אז מען טרעפט א ארבייט פון 3 איז מען שוין פון די בעסערע. אבער אז מען האלט שוין ב"ה דא, קען מען דאך צו די שחיטה צירוק פארן, מען האט שוין אנגעהויבן חודש אלול, מען קען זיך שוין אנהייבן צוזאם קלויבן, די הוצאות יו"ט לייגט דאך צו, ווער רעדט אז די געלט דארף פאר תמוז, אב, אלול, תשרי ניצן. אבער ב"ה יעצט האט מען שוין די וואך די ערשטע מאל באוויזן, א טויזענטער צום בעל חוב אריבער שיקן. צוביסלעך בעזרת השם יתברך וועט אלעס באצאלט ווערן.

לאמיר אבער נישט פארגעסן, די בעלי החוב דארפן דאס נישט עסן, בפרט דער וואס טוהט ריבית צאלן, דארף איך איהם שנעל אפצאלן. זיי טוהן שוין צו לאנג ווארטן, אויף די וועג וועט דאס נעמען אפאר גוטע יארן.
און וואס איז מיט שפיטאל אין אנטווערפן, א חילול השם אויף די אידישע קהילה קען דאס פארהאנדלן, די בעל דירה איז אויך נישט שילדיג, אפילו ער איז א גוטער און ווארט געדולדיג.
נאך אפאר טויזנט דאללער וואס איז אפשר נישט אזוי וויכטיג, אבער די גוי ווארט אויף דעם ריכטיג. וועם זאל מען לענגער לאזן ווארטן, אויפן וואוילער אדער וועם די נערווען טוהט טרעטן.

אויף דעם קום איך ענק בעטן, ביי מיר אין שטוב א רוהיגקייט ברענגן. אפצאלן אלע חובות איז די רוהיגסטע, ווען א גוטע איד וועט טוהן צדקה די העכסטע, און מיר דאס אויסבארגן, ביז איך וועל עס איהם פארזאגן. מיט א חודשליכע סכום, לויט וויפיל פון מיין ארבייט איך באקום. אפילו אז אפאר צוזאמען, וועלן מיר קענען דאס צוזאם נעמען.
אזוי ווי די גמ' זאגט אין מסכת שבת, אז גרעסער פון צדקה איז עס.
א"ר אבא א"ר שמעון בן לקיש גדול המלוה יותר מן העושה צדקה ומטיל בכיס יותר מכולן (שבת סג.)
בשם השם נעשה ונצליח די חשבון פון מיינע חובות דא ארויסצולייגן. די פרטים פאר ווער ס'איז איהם נוגע קען מען געבן. (די חשבון איז בעפאר די היינטיגע באצאל).
אלע חובות צוזאמען איז $38,980 , די יורא שוין אויסגערעכנט, זיינע ריבית נישט אריינגערעכנט, ווייל די פסק פונעם רב אז איך טאר אפילו נישט אויף דעם זארגן, ממילא קען איך נאר פאר מיר בארגן.
ווער עס קען אפילו אביסלן געבן, אראפ צו נעמען די גרויסע נומערן, מצות צדקה מקיים צו זיין, אזוי ווי עטס טוהטס דאך אזוי שיין, פון א קארגער טוהט מען נישט בעטן, ווייל ער טוהט דאך נישט הערן, מכלל לאוו אתה שומע הן, אז 'ישראל נתבעין ונותנין' אזוי שיין.

די אייבישטער זאל אונז אלעמען העלפן, אז מיר זאלן אפקומען אלע שטראפן, צדקה ממות תציל, און מיר זאלן דא אויפטוהן אונזער ציל. קיינער זאל נישט מער בארגן דארפן, אלע דחקות אוועק ווארפן. נאר גאר לנכרי תשיך, לא יהיה אביון ביך. כי ה' אלקיך ברכך כאשר דיבר לך, והעבטת גויים רבים ואתה לא תעבוט. ס'זאל קיינעם נישט פעלן קיין שטיקל ברויט, מ'זאל האבן אלעס ברייט, מיט געזונט אין נחת פון אונזער קינדער מען פרייט, ביז אנטקעגן משיח מען גייט. במהרה בימינו אמן.

א ווארט בעד וועט גארנישט שאטן, דאס איז דאך וואס אלע צו זעהן ווארטן,
דערנאך א נדבה א קליינע, וויפיל מעגליך ווייסט דאך ווי איינע.

פאר ערענסטע הילף ביטע אין אישי מעלדן. לאדנט זיך אהן ווי העלדן.

מיין פריוואטע באנק אקוינט :
► Show Spoiler
דורך צדקה טשערעטי

https://abcharity.org/YoelMarkus
  • AHT (Amud Hatzdokoh Trust) עמוד הצדקה - לאנדאן
► Show Spoiler
אורך ימים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 116
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 17, 2025 12:40 am
Location: New York
x 533

Re: יואל מארקוס קומט שוין נאכמאל. אויף וועם רעדט ער דאס מאל? קומה עזרת לנו !!! ואת חובתינו יצאנו !!!

פאוסט דורך אורך ימים »

@יואל מארקוס דער עולם דא איז זייער ווארעם פאר די נושא און מען גייט דיר זיכער העלפן, די פראבלעם איז נאר אז עס איז נישט מעגליך צו שאפן דא אזא ריזן סכום ווי 38 אלפים און דער עולם פילט אז ס'גייט ממילא נישט געשען, די מערסטע וואס מען האט געשאפט דא פאר איינעם איז געווען אינמיטן זומער ווען מען האט געשאפט 3 אלפים פאר א עסקן. אבער 38 אלפים איז זייער א איבערגעטריבענע נומער. איי וועסטו פרעגן 'געב כאטש וויפיל דו קענסט', עס ארבעט אבער נישט אזוי, מענטשן געבן מיט חשק ווען זיי זען אז מען רוקט זיך נענטער צום ציל.

עגעין, די ארטיקל איז הארצרייסנד, די ווארימקייט איז דא, יעצט דארף מען בלויז אויסארבעטן א נומער און א ציל.
אוועיטער
לאקאלער רב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 349
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 4:47 pm
x 634

Re: יואל מארקוס קומט שוין נאכמאל. אויף וועם רעדט ער דאס מאל? קומה עזרת לנו !!! ואת חובתינו יצאנו !!!

פאוסט דורך לאקאלער רב »

אורך ימים האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 05, 2025 12:16 pm @יואל מארקוס דער עולם דא איז זייער ווארעם פאר די נושא און מען גייט דיר זיכער העלפן, די פראבלעם איז נאר אז עס איז נישט מעגליך צו שאפן דא אזא ריזן סכום ווי 38 אלפים און דער עולם פילט אז ס'גייט ממילא נישט געשען, די מערסטע וואס מען האט געשאפט דא פאר איינעם איז געווען אינמיטן זומער ווען מען האט געשאפט 3 אלפים פאר א עסקן. אבער 38 אלפים איז זייער א איבערגעטריבענע נומער. איי וועסטו פרעגן 'געב כאטש וויפיל דו קענסט', עס ארבעט אבער נישט אזוי, מענטשן געבן מיט חשק ווען זיי זען אז מען רוקט זיך נענטער צום ציל.

עגעין, די ארטיקל איז הארצרייסנד, די ווארימקייט איז דא, יעצט דארף מען בלויז אויסארבעטן א נומער און א ציל.
מיין באשעפער איז נישט לימיטעד, א איד טוט זיין השדתלות וואס ער קען און דער אייבערשטער וועט באווייזן דאס זייניגע.
אורך ימים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 116
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 17, 2025 12:40 am
Location: New York
x 533

Re: יואל מארקוס קומט שוין נאכמאל. אויף וועם רעדט ער דאס מאל? קומה עזרת לנו !!! ואת חובתינו יצאנו !!!

פאוסט דורך אורך ימים »

לאקאלער רב האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 05, 2025 12:27 pm

דאס איז נישט די פוינט דא
אפשר מאך איך א קאמפיין צו שאפן 12 מיליאן דאלער אויף אידטיש אין 24 שעה וויבאלד מיין באשעפער איז נישט לימיטעד, א איד טוט זיין השדתלות וואס ער קען און דער אייבערשטער וועט באווייזן דאס זייניגע?
אהא
פרישער באניצער
פאוסטס: 75
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 14, 2025 5:43 pm
x 318

Re: יואל מארקוס קומט שוין נאכמאל. אויף וועם רעדט ער דאס מאל? קומה עזרת לנו !!! ואת חובתינו יצאנו !!!

פאוסט דורך אהא »

אורך ימים האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 05, 2025 12:16 pm @יואל מארקוס דער עולם דא איז זייער ווארעם פאר די נושא און מען גייט דיר זיכער העלפן, די פראבלעם איז נאר אז עס איז נישט מעגליך צו שאפן דא אזא ריזן סכום ווי 38 אלפים און דער עולם פילט אז ס'גייט ממילא נישט געשען, די מערסטע וואס מען האט געשאפט דא פאר איינעם איז געווען אינמיטן זומער ווען מען האט געשאפט 3 אלפים פאר א עסקן. אבער 38 אלפים איז זייער א איבערגעטריבענע נומער. איי וועסטו פרעגן 'געב כאטש וויפיל דו קענסט', עס ארבעט אבער נישט אזוי, מענטשן געבן מיט חשק ווען זיי זען אז מען רוקט זיך נענטער צום ציל.

עגעין, די ארטיקל איז הארצרייסנד, די ווארימקייט איז דא, יעצט דארף מען בלויז אויסארבעטן א נומער און א ציל.
אזעלכע תגובות העלפען זיכער נישט ארויס די קאמפיין האסט נאר אראפגענומען דיין שלעכטע געפילען פארן נישט געבן דורך א שוואכע תירוץ
אויב דו האסט הערות און עצות שיק יואל אין אישי
אורך ימים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 116
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 17, 2025 12:40 am
Location: New York
x 533

Re: יואל מארקוס קומט שוין נאכמאל. אויף וועם רעדט ער דאס מאל? קומה עזרת לנו !!! ואת חובתינו יצאנו !!!

פאוסט דורך אורך ימים »

אהא האט געשריבן: מוצש"ק דעצעמבער 06, 2025 5:58 pm

חס ושלום! איך וויל זייער שטארק ר' יואל זאל מצליח זיין. איך זוך נאר די ריכטיגע וועג. @יואל מארקוס אפשר מאכן מיר א קאמפיין צו שאפן א פינעווער? אפשר זאלט איר שרייבן א גוטן ארטיקל ביי 5 און מ'וועט ממשיך זיין צו נאך א ציל?
אוועיטער
ז'וריקער
פרישער באניצער
פאוסטס: 89
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 07, 2025 4:14 pm
Location: אין גלות
x 486

Re: יואל מארקוס קומט שוין נאכמאל. אויף וועם רעדט ער דאס מאל? קומה עזרת לנו !!! ואת חובתינו יצאנו !!!

פאוסט דורך ז'וריקער »

@אורך ימים געלט האסטו שוין אויך געגעבן אדער נאר אומגעבעטענע עצות ברבים אפצושוואכן די קאמפיין נאך פאר ס'האט זיך אנגעהויבן?? עכ"פ איך האף זיך אנצושטרענגען וויפיל איך קען בעז"ה און איך האף אז די אזויגערופענע עצה געבערס אויך....
...Thank you for your attention to this matter
אורך ימים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 116
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 17, 2025 12:40 am
Location: New York
x 533

Re: יואל מארקוס קומט שוין נאכמאל. אויף וועם רעדט ער דאס מאל? קומה עזרת לנו !!! ואת חובתינו יצאנו !!!

פאוסט דורך אורך ימים »

מאכן א ציל פון צען אלפים הייסט אפגעשוואכט? כ'הער.
יואל מארקוס
פרישער באניצער
פאוסטס: 44
זיך איינגעשריבן: מיטוואך נאוועמבער 05, 2025 12:27 pm
Location: ארץ ישראל
x 372

Re: יואל מארקוס קומט שוין נאכמאל. אויף וועם רעדט ער דאס מאל? קומה עזרת לנו !!! ואת חובתינו יצאנו !!!

פאוסט דורך יואל מארקוס »

כבוד החברים @לאקאלער רב @אהא @ז'וריקער יישר כח פארן זיך אננעמען.
אבער @אורך ימים איז גערעכט, און איך פארשטיי אז עס ארבייט אזוי.
איך פרעג נאר אפשר קען מען איינעם \ אפאר אירע צוזאמען וואס קענען שאפן אן הלוואה אויף א חודשליך'ע באצאל.

איך האב נישט געוואלט בעטן. איך וויל פשוט שאפן א הלוואה. און בעז"ה עס אפצאלן צוביסלעך.
יא. אז איינער וועט עפעס צושטייערן וועט עס זייער העלפן, און מאכן אסאך גרינגער די מצב. און איך וועל עס גערן נעמען.

(היינט לפי המצב. אמאל פלעג איך אפילו דאס אויך נישט. גלייב מיר אז וויפיל יעדע נדבה מאכט צופרידן א מענטש גיבט עס מיר פונקט אזוי א קוועטש אויף הארצן, בפרט אז איך בין אויפגעוואקסן אויף צוקומען פון מענטשן זייט אלס קליין קינד ווען מיין טאטעס געשעפט איז געווארן צוגעמאכט ווען די מסעות האבן זיך אנגעהויבן. זעהענדיג שטענדיג מיין טאטע בעטן צדקה און 'שאפן' געלט. און שפעטער האב איך שטענדיג געדארפט עסן און איינשטיין ביי אנדערע .און אזוי ווייטער נאך אסאך דוגמאות, די זאך פון בעטן פון אנדערע באקומען פון יענעם איז מיר אזוי ביטער, ס'איז יסורי הנפש וואס מען קען נישט פארשטיין . שונא מתנות יחיה. וועסטו וועלן זאגן 'וואס מאכסטו א שווערע געפיל פאר מענטשן וואס גיבן דיר'? איז די ענטפער אדרבא זאלסט וויסן אז ווי שווער עס איז צו געבן, אסאך שווערער איז צו נעמען. אבער איך האב נישט קיין ברירה, איך קען פשוט נישט לאזן די וואס איך בין זיי שולדיג הענגן. ווען נישט וואלט איך ענדערש נישט געבעטן. א שטיק צייט פלעג איך אכטונג געבן נישט נעמען געלט פון קיינעם נאר ניצן די אייגענע פארדינטע, וואס מען האט מיר סייווי געגעבן אן צו בעטן האב אוועקגעגעבן פאר אנדערע וואס דארפן. אפילו איך האב קיין סאך נישט געהאט. אבער ב"ה דענמאלט איז געקומען רחבות, ביז די חתונה וואס ליידער מיז איך היינט ווייטער צוקומען צו גוטע אידן, און ווער זארגט זיך פאר מיינע קינדער וכו' ס'איז נישט בידי)
יואל מארקוס
פרישער באניצער
פאוסטס: 44
זיך איינגעשריבן: מיטוואך נאוועמבער 05, 2025 12:27 pm
Location: ארץ ישראל
x 372

Re: יואל מארקוס קומט שוין נאכמאל. אויף וועם רעדט ער דאס מאל? קומה עזרת לנו !!! ואת חובתינו יצאנו !!!

פאוסט דורך יואל מארקוס »

יואל מארקוס האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2025 10:05 pm אזוי ווי די גמ' זאגט אין מסכת שבת, אז גרעסער פון צדקה איז עס.
א"ר אבא א"ר שמעון בן לקיש גדול המלוה יותר מן העושה צדקה ומטיל בכיס יותר מכולן (שבת סג.)
די עין משפט נר מצוה צייכנט צו שו"ע יו"ד רמ"ט סעיף ו
שמונה מעלות יש בצדקה זו למעלה מזו
מעלה הגדולה שאין למעלה ממנה המחזיק ביד ישראל המך ונותן לו מתנה | או הלואה | או עושה שותפות | או ממציא לו מלאכה כדי לחזק ידו שלא יצטרך לבריות ולא ישאל.
ועל זה נאמר והחזקת בו:
בילדער
ניי צום טיש
פאוסטס: 2
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 12:01 am
x 1

Re: יואל מארקוס קומט שוין נאכמאל. אויף וועם רעדט ער דאס מאל? קומה עזרת לנו !!! ואת חובתינו יצאנו !!!

פאוסט דורך בילדער »

Possible to have a link for a CC?
יואל מארקוס
פרישער באניצער
פאוסטס: 44
זיך איינגעשריבן: מיטוואך נאוועמבער 05, 2025 12:27 pm
Location: ארץ ישראל
x 372

Re: יואל מארקוס קומט שוין נאכמאל. אויף וועם רעדט ער דאס מאל? קומה עזרת לנו !!! ואת חובתינו יצאנו !!!

פאוסט דורך יואל מארקוס »

קענסט ניצן AHT

Pay by credit card
https://donary.com/5252
(Please enter AHT account number 506585 in the NOTE field)

איינער האט מיר שוין געשיקט אין אישי צו מאכן א ah blick charity.
וועל מיר זעהן ווי אזוי עס ארבעט...
בילדער
ניי צום טיש
פאוסטס: 2
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 12:01 am
x 1

Re: יואל מארקוס קומט שוין נאכמאל. אויף וועם רעדט ער דאס מאל? קומה עזרת לנו !!! ואת חובתינו יצאנו !!!

פאוסט דורך בילדער »

Done
יואל מארקוס
פרישער באניצער
פאוסטס: 44
זיך איינגעשריבן: מיטוואך נאוועמבער 05, 2025 12:27 pm
Location: ארץ ישראל
x 372

Re: יואל מארקוס קומט שוין נאכמאל. אויף וועם רעדט ער דאס מאל? קומה עזרת לנו !!! ואת חובתינו יצאנו !!!

פאוסט דורך יואל מארקוס »

בילדער האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 08, 2025 5:00 pmDone
תזכו למצוות מתוך נחת והרחבה
איר זאלט שטענדיג קענען געבן
יואל מארקוס
פרישער באניצער
פאוסטס: 44
זיך איינגעשריבן: מיטוואך נאוועמבער 05, 2025 12:27 pm
Location: ארץ ישראל
x 372

Re: יואל מארקוס קומט שוין נאכמאל. אויף וועם רעדט ער דאס מאל? קומה עזרת לנו !!! ואת חובתינו יצאנו !!!

פאוסט דורך יואל מארקוס »

א גרויסן יישר כח פאר אלע מתנדבים
איך קען זיי נישט אויסרעכענען ווייל ס'שטייט נישט זייער ניק.

איך מאך די ab charity אויב האט איר שוין געשיקט געלט און ווילסט נישט דיין נאמען זאל ארויסגיין. שיק מיר אן אישי.
יואל מארקוס
פרישער באניצער
פאוסטס: 44
זיך איינגעשריבן: מיטוואך נאוועמבער 05, 2025 12:27 pm
Location: ארץ ישראל
x 372

Re: יואל מארקוס קומט שוין נאכמאל. אויף וועם רעדט ער דאס מאל? קומה עזרת לנו !!! ואת חובתינו יצאנו !!!

פאוסט דורך יואל מארקוס »

יואל מארקוס האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 9:17 am א גרויסן יישר כח פאר אלע מתנדבים
איך קען זיי נישט אויסרעכענען ווייל ס'שטייט נישט זייער ניק.

איך מאך די ab charity אויב האט איר שוין געשיקט געלט און ווילסט נישט דיין נאמען זאל ארויסגיין. שיק מיר אן אישי.
https://abcharity.org/YoelMarkus

Hide donors ?
יואל מארקוס
פרישער באניצער
פאוסטס: 44
זיך איינגעשריבן: מיטוואך נאוועמבער 05, 2025 12:27 pm
Location: ארץ ישראל
x 372

Re: יואל מארקוס קומט שוין נאכמאל. אויף וועם רעדט ער דאס מאל? קומה עזרת לנו !!! ואת חובתינו יצאנו !!!

פאוסט דורך יואל מארקוס »

יואל מארקוס האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 9:17 am איך מאך די ab charity אויב האט איר שוין געשיקט געלט און ווילסט נישט דיין נאמען זאל ארויסגיין. שיק מיר אן אישי.
https://abcharity.org/YoelMarkus

איך האב אריינגלייגט די אלע נדבות Anonymous
איך האב אלעס באקומען אויף פונט, ממילא קען זיין עס איז נישט פונקטליך אין דאלאר
ווער עס קען באשטיין זיין נאמען זאל יא שטיין קען מיר שיקן אן אישי \ אימעיל \ ווואויס מעיל

אסאך הצלחה פאר יעדעם איינעם

Screenshot 2025-12-09 173131.png
Screenshot 2025-12-09 173131.png (25.5 KiB) געזען געווארן 867 מאל
יואל מארקוס
פרישער באניצער
פאוסטס: 44
זיך איינגעשריבן: מיטוואך נאוועמבער 05, 2025 12:27 pm
Location: ארץ ישראל
x 372

Re: יואל מארקוס קומט שוין נאכמאל. אויף וועם רעדט ער דאס מאל? קומה עזרת לנו !!! ואת חובתינו יצאנו !!!

פאוסט דורך יואל מארקוס »

מען האט מיר מציע געוועהן עס ארויפלייגן אויף 'איי וועלט'
איך האב נישט קיין אקוינט דארט, לאמיר זעהן צו די 'מנהלים' דארט וועלן מיר אננעמען. אז נישט קען איינער דארט שיקן א לינק אהער.....
בסתר
פרישער באניצער
פאוסטס: 16
זיך איינגעשריבן: מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 4:43 pm
Location: מאנסי
x 48

Re: יואל מארקוס קומט שוין נאכמאל. אויף וועם רעדט ער דאס מאל? קומה עזרת לנו !!! ואת חובתינו יצאנו !!!

פאוסט דורך בסתר »

לייגט אויך ארויף דעם לינק ביי די לב טהור אשכול
יואל מארקוס
פרישער באניצער
פאוסטס: 44
זיך איינגעשריבן: מיטוואך נאוועמבער 05, 2025 12:27 pm
Location: ארץ ישראל
x 372

Re: יואל מארקוס קומט שוין נאכמאל. אויף וועם רעדט ער דאס מאל? קומה עזרת לנו !!! ואת חובתינו יצאנו !!!

פאוסט דורך יואל מארקוס »

Transferencia_Comprobante_1766432230980 (1) (1).jpg
Transferencia_Comprobante_1766432230980 (1) (1).jpg (105.82 KiB) געזען געווארן 262 מאל
נאסע שמאטעס
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 513
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
x 1067

Re: יואל מארקוס קומט שוין נאכמאל. אויף וועם רעדט ער דאס מאל? קומה עזרת לנו !!! ואת חובתינו יצאנו !!!

פאוסט דורך נאסע שמאטעס »

WOW
שרייב פאוסט