יהא רעוא האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 21, 2025 1:21 pm
אָמַר שֶׁלֶּעָתִיד יִהְיֶה כָּל הָעוֹלָם אַנְשֵׁי בְּרֶסְלֶב. וּבִלְשׁוֹן אַשְׁכְּנַז אָמַר בְּזוֹ הַלָּשׁוֹן: “לֶעָתִיד לָבוֹא וֶועט דִיא גַאנְצֶע וֶועלְט זַיין בְּרֶסְלֶבֶיר חֲסִידִים”. דְּאִיתָא בַּמִּדְרָשׁ עַל פָּסוּק וְנָתַתִּי לָכֶם לֵב בָּשָׂר אַל תִּקְרֵי בָּשָׂר אֶלָּא בֹּסֵר, שֶׁיִּהְיֶה כָּל אֶחָד בּוֹסֵר בְּחֵלֶק שֶׁל חֲבֵרוֹ. לֵב בֹּסֵר אוֹתִיּוֹת בְּרֶסְלֶב. גַּם כְּשֶׁיָּצָא מִזְּלַאטִפָּאלְיֶע לִבְּרֶסְלֶב, חָלַם לוֹ לְהַמַּגִּיד מִטִּירָהאוִויצֶע בַּסֻּכָּה עִנְיַן יְצִיאָתוֹ שֶׁל רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה מִזְּלַאטִיפָּאלְיֶע לִבְּרֶסְלֶב, מְרֻמָּז בַּפָּסוּק הַנַּ”ל וַהֲסִירוֹתִי לֵב הָאֶבֶן מִבְּשַׂרְכֶם לֵב הָאֶבֶן הוּא בְּחִינַת וַיִּתֵּן שְׁלֹמֹה אֶת הַכֶּסֶף כַּאֲבָנִים. כִּי שֵׁם הָעִיר זְלַאטִיפָּלֶע עַל שֵׁם רִבּוּי הַכֶּסֶף וְהַמָּמוֹן, וְנָתַתִּי לָכֶם לֵב בָּשָׂר אוֹתִיּוֹת בְּרֶסְלֶב כַּנַּ”ל:
פון קרעטשניפער רבי זצ"ל (הרה"ק רבי הערשעלע) האב איך געהערט, אז יעצט זינגט מען די סאטמארע ניגון "ואמר ביום ההוא", אבער ווען משיח וועט קומען וועט מען זינגען די קרעטשניפע "ואמר"!...
ווען אין קרעטשניף וואלט מען געמאכט דערפון א תורה שלמה, וואלט איך געדארפט מסביר זיין... יעצט אז ברסלב טוט עס דארפן זיי זיך מסביר זיין. אין ברסלב האלט מען אז די גאנצע וועלט און אלע קדושי ארץ זענען געווען א קליפת השום, א טעות, און רבי נחמן איז דער דרך וואס אויף דעם שטייט "באמת" די וועלט.
מיין טאטע, זיידע, עלטער זיידע, און עלטער זיידעס רבי'ס רבי, אא"וו, האבן אנדערשט געהאלטן. ממילא האלט איך ווי זיי, ווייל אידישקייט גייט מיט מסורה.
און איך האב "גארנישט", ממש גארנישט, קעגן א איד וואס איז מקושר צו ברסלב. אדרבה! יעדער וואס לויט זיין שורש נשמה דערהייבט עס אים, זאל זיין כל כולו ברסלב! לחיים ולשלום. אבער דאס איז נישט דער דרך המקובל.