אלעס ארום ברסלב

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
יהא רעוא
פרישער באניצער
פאוסטס: 93
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 3:18 pm
x 217

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך יהא רעוא »

Think and Thank האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 19, 2025 4:38 am @פשוט און גראד איינס פון די עיקר חידושים (סאו טו ספיעק) פונ'ם בעל שם טוב הקדוש איז געווען איבער די חשיבות פון יעדן איד באשר הוא שם, ער איז ארומגעגאנגען מחזק זיין דארפס אידן איבער די חשיבות פון זייער עבודה, וכו' וכו' וכו'.

ר' נחמן האט אויך אסאך גערעדט פון דעם. אמת. די זעלבע האבן געטון אלע אנדערע תלמידי הבעש"ט ותלמידי תלמידיו עד ימינו אלה. איך כאפ באמת נישט וואו די ווארט ברסלב קומט אריין ווען מ'רעדט פון מחזק זיין אידן אז אין יעדן מצב איז מען חשוב אין הימל און מען קען זיך דערהייבן.
אמת, יעדער ווייסט עס, דו שאלה איז ווי געט מען דיר עס צו שפירן און ווי רעדט מען כסדר דערפון.

און אסאך חצירות'ר שפירט מען נאר גוט מיט הויכע השגות, קומסט אריין און ביהמ"ד אדער ביסטו א עושר, אדער ביסטו א דיין, אדער סתם א בר הכי.. א פשוטע פלעינע מענטש וואס טוט פלעינע מצוות האט נישט קיין ווערד.

משא"כ און ברסלב געט מען צו 'שפירן' אז יעדע קליינע מצוה'לע איז גאר חשוב, און מ'דארף נישט אופטון, מ'דארף נאר טוען.
עומד על תלת
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 231
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 5:15 pm
Location: Ny
x 377

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך עומד על תלת »

יהא רעוא האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 19, 2025 12:47 pm
Think and Thank האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 19, 2025 4:38 am @פשוט און גראד איינס פון די עיקר חידושים (סאו טו ספיעק) פונ'ם בעל שם טוב הקדוש איז געווען איבער די חשיבות פון יעדן איד באשר הוא שם, ער איז ארומגעגאנגען מחזק זיין דארפס אידן איבער די חשיבות פון זייער עבודה, וכו' וכו' וכו'.

ר' נחמן האט אויך אסאך גערעדט פון דעם. אמת. די זעלבע האבן געטון אלע אנדערע תלמידי הבעש"ט ותלמידי תלמידיו עד ימינו אלה. איך כאפ באמת נישט וואו די ווארט ברסלב קומט אריין ווען מ'רעדט פון מחזק זיין אידן אז אין יעדן מצב איז מען חשוב אין הימל און מען קען זיך דערהייבן.
אמת, יעדער ווייסט עס, דו שאלה איז ווי געט מען דיר עס צו שפירן און ווי רעדט מען כסדר דערפון.

און אסאך חצירות'ר שפירט מען נאר גוט מיט הויכע השגות, קומסט אריין און ביהמ"ד אדער ביסטו א עושר, אדער ביסטו א דיין, אדער סתם א בר הכי.. א פשוטע פלעינע מענטש וואס טוט פלעינע מצוות האט נישט קיין ווערד.

משא"כ און ברסלב געט מען צו 'שפירן' אז יעדע קליינע מצוה'לע איז גאר חשוב, און מ'דארף נישט אופטון, מ'דארף נאר טוען.
כהאב נישט וואס צו ענטפערן,
נאר אז עס איז פשוט נישט אמת!!
כהאף נאר אז דעיס איז נישט די איינציקע סיבה פארוואס די באלאנגסט אין ברסלב!!
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3012
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 6676

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך פשוט און גראד »

עומד על תלת האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 19, 2025 12:55 pm

איך בין באמת העפי פאר דיר,

איי ס‘איז דא וואס זאגען אנדערשט, נו יש ויש
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3012
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 6676

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך פשוט און גראד »

:lol: :lol: :lol: :lol:

אוועיטער
יהא רעוא
פרישער באניצער
פאוסטס: 93
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 3:18 pm
x 217

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך יהא רעוא »

שמייכלדיג האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2025 12:52 pm
טיר האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2025 12:47 pm התחזקות איז נישט קיין זשאוק ווען ר' נחמן מיט תלמידו האבן גערעדט פון דעם האבן זיי געוויסט וויאזוי מ'זאגט עס אז ס'זאל טאקע נישט גרינגער מאכן די עבירות, איבער הויפט האבן זיי געוויסוט זייער כח וואס מ'קען זיך אנלאנען אויף זיי אין אריינשאנען צו דערהייבן דער מענטש,
קהלת סאטמאר האט געשפירט אז מענטשן כאפן זיך צו צודעם האט מען אנגעהויבן רעדן די זעלבע שפראך אפשר אזוי וועט מען אפהאלטן מענטשן, אבער ווי געזאגט פריער מ'קען דאס נישט נאכמאכן מ'דארף דעקאנגונג וואס מ'רעדט אין זיכער האלטן וואס מען זאגט
יעצט האלטן ביי plan b מ'גייט ארויס אפען מיט א מלחמה אויף ר נחמן אפשר אזוי גייט עס ארבעטן
:lol: וואו וואס ווען
די סארט קאנספיראציע נעמט זיך לכאורה פון די גלויבינג וואס אסאך ברעסלב'ע האבן אז פאר ביאת המשיח דארפן אלע ווערן ברעסלב'ע, מ'הערט דארט כסדר 'דער רבי נעמט איין אמעריקע' ועוד
אגב, ס'נישט קיין גלויבינג וואס 'אסאך ברסלבע' האבן, דאס האט רבי נחמן אליינס געזאגט (חי מוהר"ן של"ט).
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8506
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20817

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך דער תהלים איד »

יהא רעוא האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 21, 2025 9:23 am

תיקון טעות:

דאס האט רבי נתן געזאגט (לאחר פטירת רבו) אז זיין רבי רבי נחמן האט געזאגט.

און "אלע" תלמידי בעש"ט קדושי עליון מאורי הדורות, אונזערע רביס און מורי דרך און מנחילי המסורה, האבן זיך אויסגעלאכט דערפון. ניטאמאל האבן זיי געברענגט אין די ספרים סיי-וואס פון ברסלב. לדבריך האבן זיי פשוט נישט פארגינען אז משיח זאל שוין קומען. :oops:
אוועיטער
יהא רעוא
פרישער באניצער
פאוסטס: 93
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 3:18 pm
x 217

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך יהא רעוא »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 21, 2025 10:32 am

רבי נחמן האט זיך אויסגעדרוקט אויף רבי נתן אז ווען נישט אים וואלט קיין שמות בלעטל נישט געבליבן.

אלע חסידי ברסלב גלייבן אין רבי נתן, און ווען נישט רבי נתן, וואלט גארנישט געבליבן.

דאס איז אחוץ פון דעים וואס ער איז געווען א גאון גאון עולם, פאר ווער ס'קען אביסעלע היסטאריע.

יעצט ווילסטו זאגן אז אלעס וואס ער האט געשריבן איז פשוט ליגענט?? :roll: :roll:, איי מיען, ווער ביסטו בכלל??
מאונטען
פרישער באניצער
פאוסטס: 20
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 19, 2025 10:45 am
Location: Brooklyn
x 31

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך מאונטען »

און ספר ליקוטי מהר"ן איז דא א הסכמה פון קאזניצער מגיד און פון די חוזה פון לובלין, יעדע מעשה וואס מענטשען ברענגען אנקעגען דעם הייליגן צדיק און זיין דרך, איז דא א מעשה פארקערט וואס איז סתירה, ממילא גלייבט דאך יעדער סייווי וועמען ער וויל!! לכאן אוי לכאן, למעשה האט נישט קיין איין פון די גרויסע צדיקים געשריבן און זייער ספר אן הוראה נישט נאכצוגיין זיין דרך, און אויב עפעס איז דא און ויאל משה, תפארת שלמה, וואס איך ווייס וואס ברענגען נאך פון אים, במילא המוציא חבריו עליו הראיה, ברענג עפעס קלאר פון צדיקי צאנז וסיגוט וואס שרייבען עפעס אנטקעגען
מאונטען
פרישער באניצער
פאוסטס: 20
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 19, 2025 10:45 am
Location: Brooklyn
x 31

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך מאונטען »

בעצם איז ברסלב נישט בניגוד פונעם חסידישען דרך אדרבה עס איז געבויעט אויף די זעלביגע יסודות, און כדי צו גיין אויפן ריכטיגען וועג דארף מען טאקע א רבי וואס און ברסלב הייסט דאס א משפיע, אזוי טהוט מען וואס איז ריכטיג און מען איז זוכה צו זיין דבוק צו א צדיק אמת וואס האט זיך אונטער גענומען אז אפילו לאחר הסתלקות וועט ער זיך לייגן און לענג און די ברייט צו טהון א טובה פאר די נשמה און העלפן תשובה טוהון, הבא לטהר מסעיין (צדיקים) אותו, און ער איז דער טאקע דער צדיק דער רופא וואס בכח ה' קען ער היילען יעדעם און ברענגט צום ריכטיגען דעת ה' און צום תיקון הנפש בעז"ה

אפילו גאנץ סאטמאר פארט אויף אמאן ר"ה און יעדער ווערט ברסלב נעמט דאס נישט אוועק גארנישט פונעם סאטמערען דרך, וויל בעצם איז ברסלב אזוי איינער זאל זאגן איך א סאטמערער און א חסידישע איד, אזוי קען א איד זיין א סאטמערע איד און ברסלב עס איז נישט קיין שום סתירה
צווייטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 792
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 1493

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך צווייטער »

די אלע וואס האבן א געוויסע סארט קשיא (כ'וויל נישט שרייבן וועלכע, פארשטיי אליינס) אויף המבואר בספרי ברסלב, בין איך נייגעריג אויב אנדערע חסידי'שע ספרים האבן זיי שוין יא געלערנט, האבן זיי אמאל געעפענט א אור לשמים? ספרי רבינו החוזה מלובלין זי''ע? עבודת ישראל? בעש''ט על התורה? תולדות יעקב יוסף? ועוד ועוד

עטס האט א השגה וואס דארטן שטייט? אבי מ'האקט אויף ברסלב ווי כאילו ברסלב פראומאוט קלות ראש.

ווי כ'האב שוין געשריבן viewtopic.php?p=143108#p143108
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8506
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20817

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך דער תהלים איד »

יהא רעוא האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 21, 2025 11:29 am
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 21, 2025 10:32 am
יהא רעוא האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 21, 2025 9:23 am

אגב, ס'נישט קיין גלויבינג וואס 'אסאך ברסלבע' האבן, דאס האט רבי נחמן אליינס געזאגט (חי מוהר"ן של"ט).
תיקון טעות:

דאס האט רבי נתן געזאגט (לאחר פטירת רבו) אז זיין רבי רבי נחמן האט געזאגט.

און "אלע" תלמידי בעש"ט קדושי עליון מאורי הדורות, אונזערע רביס און מורי דרך און מנחילי המסורה, האבן זיך אויסגעלאכט דערפון. ניטאמאל האבן זיי געברענגט אין די ספרים סיי-וואס פון ברסלב. לדבריך האבן זיי פשוט נישט פארגינען אז משיח זאל שוין קומען. :oops:
רבי נחמן האט זיך אויסגעדרוקט אויף רבי נתן אז ווען נישט אים וואלט קיין שמות בלעטל נישט געבליבן.

אלע חסידי ברסלב גלייבן אין רבי נתן, און ווען נישט רבי נתן, וואלט גארנישט געבליבן.

דאס איז אחוץ פון דעים וואס ער איז געווען א גאון גאון עולם, פאר ווער ס'קען אביסעלע היסטאריע.

יעצט ווילסטו זאגן אז אלעס וואס ער האט געשריבן איז פשוט ליגענט?? :roll: :roll:, איי מיען, ווער ביסטו בכלל??

ווען נישט רבי יוסל אשכנזי וואלט קיין שמות בלעטל נישט געבליבן פון סאטמאר רב זי"ע.

ווי קומט דא אהער???

דאס איז אחוץ פון דעם וואס רוב תלמידי רבי נחמן האבן נישט אנגענומען רבי נתן.
צווייטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 792
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 1493

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך צווייטער »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 21, 2025 12:43 pm

דו ביסט א ברסלב'ער אז דו גייסט מיט רוב תלמידי רבי נחמן? דו קומסט פון רבותינו עצי התמרים מבית סיגוט-סאטמאר, רבי נתן ווערט אראפגעברענגט אין ספר אך פרי תבואה פון הרה''ק רבי הערשעלע ליסקער זי''ע תלמיד מובהק פון רבינו הגה''ק הישמח משה זי''ע ריש השושלתא. אויך ווערט אראפגעברענגט אין ספה''ק ויואל משה שטיקלעך פון רבי נתן און ספר כוכבי אור פון תלמידו ראב''נ זי''ע.
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
אוועיטער
יהא רעוא
פרישער באניצער
פאוסטס: 93
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 3:18 pm
x 217

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך יהא רעוא »

מאונטען האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 21, 2025 12:05 pm און ספר ליקוטי מהר"ן איז דא א הסכמה פון קאזניצער מגיד און פון די חוזה פון לובלין, יעדע מעשה וואס מענטשען ברענגען אנקעגען דעם הייליגן צדיק און זיין דרך, איז דא א מעשה פארקערט וואס איז סתירה, ממילא גלייבט דאך יעדער סייווי וועמען ער וויל!! לכאן אוי לכאן, למעשה האט נישט קיין איין פון די גרויסע צדיקים געשריבן און זייער ספר אן הוראה נישט נאכצוגיין זיין דרך, און אויב עפעס איז דא און ויאל משה, תפארת שלמה, וואס איך ווייס וואס ברענגען נאך פון אים, במילא המוציא חבריו עליו הראיה, ברענג עפעס קלאר פון צדיקי צאנז וסיגוט וואס שרייבען עפעס אנטקעגען
דברים של טעם @דער תהלים איד איר זענט מכובד מיט מראה מקומות צו בעקן אייערע ווערטער.
מאונטען
פרישער באניצער
פאוסטס: 20
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 19, 2025 10:45 am
Location: Brooklyn
x 31

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך מאונטען »

מען ברויך צו פארשטיין אז ברסלב איז אביסל אזוי דעם דרך החסידות, וואס יעדע חצר האט אביסל אן אנדערע שניט אינעם דרך איינער איז אביסל מער שארף איינער האט מער קפידות איינער איז מער אין פנימיות און איינער איז דא פאר אביסל שוואכערע, אזוי אויך ברסלב, במילא ווען איינער האט טענות אויף א געוויסע ענין פון איינע פון די חבירות, וואס ווערט געריפן ביי אונז א חסידישע הויף, פארשטייט זיך אליין אז דאס מיינט נישט יעצט אז אלע חסידות האלטען און טוען די זעלבע און דער דרך הבע"ש איז אראפגעריסן
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8506
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20817

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך דער תהלים איד »

@צווייטער ווען רבי נתן זאל זיין אנגענומען ביי סיי וועמען פון תלמידי בע"ש, וואלטסטו נישט געדארפט אויסזוכן אין אוצר החכמה פארשטופטע מראי מקומות וואו א זייטיגע ווארט פון אים ווערט אראפגעברענגט 3 מאל במשך די לעצטע 300 יאר.

זיין וועג אין עבודת ה', און זיין וועג אין אפטייטשן רבי נחמן, און זיינע מימרות בשם רבו אז משיח וועט קומען נאר נאכ'ן זיך מדבק זיין אין אים, האט מען נישט גורס געווען אין ערגעץ, מילד גערעדט.

אלע הייליגע צדיקים האבן געוואלט ברענגען משיח! און זיי האבן נישט גורס געווען זיך מדבק ומבטל זיין צו רבי נחמן, און בכלל נישט געלערנט דעם וועג. ס'דא הונדערטער תלמידי בע"ש וואס ברענגען זיך נאך איינער דעם צווייטן, אבער נישט פון ברסלב.

וחסל.
שמות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 445
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 4:24 pm
Location: Brooklyn
x 289

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך שמות »

מאונטען האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 21, 2025 12:05 pm און ספר ליקוטי מהר"ן איז דא א הסכמה פון קאזניצער מגיד און פון די חוזה פון לובלין, יעדע מעשה וואס מענטשען ברענגען אנקעגען דעם הייליגן צדיק און זיין דרך, איז דא א מעשה פארקערט וואס איז סתירה, ממילא גלייבט דאך יעדער סייווי וועמען ער וויל!! לכאן אוי לכאן, למעשה האט נישט קיין איין פון די גרויסע צדיקים געשריבן און זייער ספר אן הוראה נישט נאכצוגיין זיין דרך, און אויב עפעס איז דא און ויאל משה, תפארת שלמה, וואס איך ווייס וואס ברענגען נאך פון אים, במילא המוציא חבריו עליו הראיה, ברענג עפעס קלאר פון צדיקי צאנז וסיגוט וואס שרייבען עפעס אנטקעגען
איר קענט דא ציטירן דעם שטיקל ליקוטי מהר"ן וואס דארף זיין א דרך און איינער דארף זיך קריגן? איך מיין זאל מען לכה"פ וויסן אויף וואס מען איז זיך מפלפל דא.
אגב דאגב מיין איך די הסכמות זענען נישט געווען געדרוקט אויף די מהדורא ראשונה מיין איך און די מהדורא שנייה האט ר' נתן אסאך ארום געטוישט.
אדרבה זאלן די ווייסערס דאס קלאר מאכן.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8506
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20817

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך דער תהלים איד »

יהא רעוא האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 21, 2025 12:49 pm
מאונטען האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 21, 2025 12:05 pm און ספר ליקוטי מהר"ן איז דא א הסכמה פון קאזניצער מגיד און פון די חוזה פון לובלין, יעדע מעשה וואס מענטשען ברענגען אנקעגען דעם הייליגן צדיק און זיין דרך, איז דא א מעשה פארקערט וואס איז סתירה, ממילא גלייבט דאך יעדער סייווי וועמען ער וויל!! לכאן אוי לכאן, למעשה האט נישט קיין איין פון די גרויסע צדיקים געשריבן און זייער ספר אן הוראה נישט נאכצוגיין זיין דרך, און אויב עפעס איז דא און ויאל משה, תפארת שלמה, וואס איך ווייס וואס ברענגען נאך פון אים, במילא המוציא חבריו עליו הראיה, ברענג עפעס קלאר פון צדיקי צאנז וסיגוט וואס שרייבען עפעס אנטקעגען
דברים של טעם @דער תהלים איד איר זענט מכובד מיט מראה מקומות צו בעקן אייערע ווערטער.
ליקוטי מהר"ן איז קודש קדשים. כמדומה די איינציגסטע ספר בספרי ברסלב וואס איז אך ורק דברי רבי נחמן (געשריבן ע"י תלמידו וכותב דבריו הרה"ק רבי נתן).

רוב מאמרים אויף וואס די היינטיגע ברסלב שטייט, זענען נישט פון דארט.
מאונטען
פרישער באניצער
פאוסטס: 20
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 19, 2025 10:45 am
Location: Brooklyn
x 31

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך מאונטען »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 21, 2025 12:58 pm

ליקוטי הלכות איז געבויעט אויף ליקוטי מהר"ן, און אנדערע ווערטער לויט וויאזוי ר' נתן האט פארשטאנען ליקוטי מהר"ן וואס הוא בעצמו האט אפגעשריבן און אויסגעארבייט די תורות, א ספר ווערט נישט געשריבן ווארט ביי ווארט וואס דער בעל המימרא זאגט עס ווערט איבערגעארבייט

ר' נתן האט גארנישט מחדש געווען, נאר אויסגעברייטערט און מסביר געווען זיין רעבינס תורות און עס אריינגעברענגט און די למעשה, נאכאלעם האט דאך ר' נחמן אים געגעבען די הסכמה אז ער איז דער פני יהושע וואס פארשטייט זיינע תורות
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8506
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20817

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך דער תהלים איד »

נו נו...

און רוב תלמידי רבי נחמן זענען "נישט" געפארן אויף ר"ה לאחר פטירתו.

ואידך זיל גמור.
תינוק הבורח
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 983
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 1120

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך תינוק הבורח »

יהא רעוא האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 21, 2025 12:49 pm
מאונטען האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 21, 2025 12:05 pm און ספר ליקוטי מהר"ן איז דא א הסכמה פון קאזניצער מגיד און פון די חוזה פון לובלין, יעדע מעשה וואס מענטשען ברענגען אנקעגען דעם הייליגן צדיק און זיין דרך, איז דא א מעשה פארקערט וואס איז סתירה, ממילא גלייבט דאך יעדער סייווי וועמען ער וויל!! לכאן אוי לכאן, למעשה האט נישט קיין איין פון די גרויסע צדיקים געשריבן און זייער ספר אן הוראה נישט נאכצוגיין זיין דרך, און אויב עפעס איז דא און ויאל משה, תפארת שלמה, וואס איך ווייס וואס ברענגען נאך פון אים, במילא המוציא חבריו עליו הראיה, ברענג עפעס קלאר פון צדיקי צאנז וסיגוט וואס שרייבען עפעס אנטקעגען
דברים של טעם @דער תהלים איד איר זענט מכובד מיט מראה מקומות צו בעקן אייערע ווערטער.
דער פראבלעם מיט די הסכמות איז אז זיי זענען אפיר געקומען באלד זיבעציג יאר נאך דער חוזה'ס און דער קאזשניצער מגיד'ס פטירה.
מאונטען
פרישער באניצער
פאוסטס: 20
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 19, 2025 10:45 am
Location: Brooklyn
x 31

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך מאונטען »

תינוק הבורח האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 21, 2025 1:08 pm

און ווי זענען די הכחשות און די מחתבים אנטקעגען?

עס איז נישט אפיר געקומען!! מען האט דאס נישט אריינגעלייגט און די ערשטע דריק, פרר א סיבה וואס ווערט געברענגט
צווייטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 792
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 1493

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך צווייטער »

תינוק הבורח האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 21, 2025 1:08 pm
יהא רעוא האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 21, 2025 12:49 pm
מאונטען האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 21, 2025 12:05 pm און ספר ליקוטי מהר"ן איז דא א הסכמה פון קאזניצער מגיד און פון די חוזה פון לובלין, יעדע מעשה וואס מענטשען ברענגען אנקעגען דעם הייליגן צדיק און זיין דרך, איז דא א מעשה פארקערט וואס איז סתירה, ממילא גלייבט דאך יעדער סייווי וועמען ער וויל!! לכאן אוי לכאן, למעשה האט נישט קיין איין פון די גרויסע צדיקים געשריבן און זייער ספר אן הוראה נישט נאכצוגיין זיין דרך, און אויב עפעס איז דא און ויאל משה, תפארת שלמה, וואס איך ווייס וואס ברענגען נאך פון אים, במילא המוציא חבריו עליו הראיה, ברענג עפעס קלאר פון צדיקי צאנז וסיגוט וואס שרייבען עפעס אנטקעגען
דברים של טעם @דער תהלים איד איר זענט מכובד מיט מראה מקומות צו בעקן אייערע ווערטער.
דער פראבלעם מיט די הסכמות איז אז זיי זענען אפיר געקומען באלד זיבעציג יאר נאך דער חוזה'ס און דער קאזשניצער מגיד'ס פטירה.
קודם כל, אפילו דו זאלסט נישט האלטן פון רבי נתן זי''ע ממילא, אבער ביז'ן זאגן אז ער איז א פאלנער שקרן וכזבן איז נישט אויסגעהאלטן צו האלטן אזוי.

צוויי, עס איז געווען פארשידענע סיבות פארוואס רבי נתן האט עס נישט געוואלט אריינלייגן אנפאנג ביים דרוקן ליקו''מ.

ואגב, איך שפיר זיך צוויי סענט צו אפילו דעבאטירן גדלותו של רבי נתן זי''ע שכגובה ארזים גבהו. מ'דארף זיין א בעל השגה צו פארשטיין רבי'שע מחלוקת. און ח''ו פאר אנשים כערכינו אריינצורעדן דערין אדער צו מהרהר זיין א רגע.
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
מאונטען
פרישער באניצער
פאוסטס: 20
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 19, 2025 10:45 am
Location: Brooklyn
x 31

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך מאונטען »

שמות האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 21, 2025 12:57 pm
מאונטען האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 21, 2025 12:05 pm און ספר ליקוטי מהר"ן איז דא א הסכמה פון קאזניצער מגיד און פון די חוזה פון לובלין, יעדע מעשה וואס מענטשען ברענגען אנקעגען דעם הייליגן צדיק און זיין דרך, איז דא א מעשה פארקערט וואס איז סתירה, ממילא גלייבט דאך יעדער סייווי וועמען ער וויל!! לכאן אוי לכאן, למעשה האט נישט קיין איין פון די גרויסע צדיקים געשריבן און זייער ספר אן הוראה נישט נאכצוגיין זיין דרך, און אויב עפעס איז דא און ויאל משה, תפארת שלמה, וואס איך ווייס וואס ברענגען נאך פון אים, במילא המוציא חבריו עליו הראיה, ברענג עפעס קלאר פון צדיקי צאנז וסיגוט וואס שרייבען עפעס אנטקעגען
איר קענט דא ציטירן דעם שטיקל ליקוטי מהר"ן וואס דארף זיין א דרך און איינער דארף זיך קריגן? איך מיין זאל מען לכה"פ וויסן אויף וואס מען איז זיך מפלפל דא.
אגב דאגב מיין איך די הסכמות זענען נישט געווען געדרוקט אויף די מהדורא ראשונה מיין איך און די מהדורא שנייה האט ר' נתן אסאך ארום געטוישט.
אדרבה זאלן די ווייסערס דאס קלאר מאכן.

פארוואס האט ער נישט אריינגעלייגט פון נאך 10 צדיקים און מיט סאך גרעסערע טיטלען?
Headquarters
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 212
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 12:27 pm
x 513

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך Headquarters »

היסטוריה של ברסלב בקצרה
אריינצושיקן עניטינג פון אייערע "העדקוואטערס" וואס איך זאל פאוסטן שיקט צו: ytheadquarters2023@gmail.com
טראכט גראד
פרישער באניצער
פאוסטס: 45
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 7:48 pm
x 128

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך טראכט גראד »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 21, 2025 10:32 am
יהא רעוא האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 21, 2025 9:23 am
שמייכלדיג האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2025 12:52 pm
:lol: וואו וואס ווען
די סארט קאנספיראציע נעמט זיך לכאורה פון די גלויבינג וואס אסאך ברעסלב'ע האבן אז פאר ביאת המשיח דארפן אלע ווערן ברעסלב'ע, מ'הערט דארט כסדר 'דער רבי נעמט איין אמעריקע' ועוד
אגב, ס'נישט קיין גלויבינג וואס 'אסאך ברסלבע' האבן, דאס האט רבי נחמן אליינס געזאגט (חי מוהר"ן של"ט).
תיקון טעות:

דאס האט רבי נתן געזאגט (לאחר פטירת רבו) אז זיין רבי רבי נחמן האט געזאגט.

און "אלע" תלמידי בעש"ט קדושי עליון מאורי הדורות, אונזערע רביס און מורי דרך און מנחילי המסורה, האבן זיך אויסגעלאכט דערפון. ניטאמאל האבן זיי געברענגט אין די ספרים סיי-וואס פון ברסלב. לדבריך האבן זיי פשוט נישט פארגינען אז משיח זאל שוין קומען. :oops:
האסט פארגעסן אז די רבי זי''ע ברענגט און ויאל משה רבי נחמן און אסאך שפעטערע תלמידים ווי רבי נתן און נישט נאר דאס נאר ער שרייבט נאך אז רבי נחמן האט פארגזען ברוח הקודש אונזער דור טאקע א שטארקע וועג פון לאכן פון א זאך...
שרייב פאוסט