קענדי קראש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2025 12:01 pm
יעדע דיין וואס האט יונגלייט וואס פרעגן אים שאלות און האבן א פריוואטע קשר מיט אים און האט אויס געהערט די " גאנצע שיעורים " איז א פייערדיגע חסיד דערפון
די וואס האלטן נישט דערפון זענען אדער פאנארט געווארן מיט צישטיקלטע אויסצוגן אדער א עלטערע דיין וואס האלט נישט מיט וואס עס טוט זיך מיט די היינטיגע יונגעלייט/ פרויען
ווי פארשטענדליך - אפילו לדעת רוב האוסרים - רעדט מען ווארשיינליך נישט פון אפענע הסתה, נאר ס'ליגט נישט גוטע זאכן צווישן די שורות במזיד או בשוגג.
איז אפגעפרעגט צו גיבן א שאנס פארקערט ווי דיר, אז די אינגע דיינים האבן נישט דעם אמאליגן שמעק צו דן זיין אויף אזעלכע האקעלע ענינים, משא"כ די עלטערע?
איך בין אויפגעוואקסן מיט א השקפה אז מען קוקט ביי אזעלכע שאלות אויף די עלטערע (לאו דוקא דיינים, נאר ביי יעדן מנהג, מסורה, וכו')
ביי די פרשה הידוע אין די פארגאנגענע חדשים ווען ס'איז געווען א מחלוקת איבער א נושא פון חמורות שבחמורות, זענען געווען גרויסע באקאנטע פוסקים פון די עלטערע דור וואס האבן מתיר געווען, און אין די זעלבע צייט זענען געווען אינגערע און אפילו 'היינטיגע' סארט וואס האבן שארף גע'אסר'ט. משא"כ דא הער איך נישט קיין בפירוש'ע הסכמה פון אן
עלטערע מורה הוראה אויף וועם
איך וואלט זיך פארלאזט אויף סיי וועלכע שאלה. און נאך פארקערט אויך, דער איינצוגסטער וואס קומט ארויס בפירוש מיט א הסכמה בריש גלי איז א בעלזער דיין, וואס אין סאטמאר איז אנגענומען אז זייערע מהלכים אין די סארט ענינים זענען נישט ריכטיג.