באילנא דחיי

שמועסן איבער ספרים - אלטע און נייע צוגלייך
תורה ויראה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 560
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
x 925

באילנא דחיי

פאוסט דורך תורה ויראה »

Screenshot 2025-12-17 170331.png
Screenshot 2025-12-17 170331.png (680.87 KiB) געזען געווארן 702 מאל
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1526
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 4984

Re: באילנא דחיי

פאוסט דורך Think and Thank »

WOW! דאס מיינט אז זיי האבן (ענדליך!) איבערגעדרוקט די ערשטע דריי חלקים. וועט מען אויך קענען קויפן איינצלנע בענדער?

עדיט: איך זעה יעצט דעם ספעציעלן פרייז, פאר דעם פרייז קויף איך די גאנצע סעט און גיב אוועק במתנה די בענדער וואס איך האב שוין...
שלמה
פרישער באניצער
פאוסטס: 99
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:24 pm
x 48

Re: באילנא דחיי

פאוסט דורך שלמה »

איז דעיס פון דער איד ארטיקלן?
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4095
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 26661

Re: באילנא דחיי

פאוסט דורך חלום חלמתי »

שלמה האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2025 12:03 am איז דעיס פון דער איד ארטיקלן?
יא
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4095
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 26661

Re: באילנא דחיי

פאוסט דורך חלום חלמתי »

די ר' שמואל - כדערמאן מיר נישט יעצט זיין לעצטע נאמען - האט באמת אויפגעטון א וועלט מיט די ספרים. א שאד נאר ער איז נישט ערשינען עטליכע יאר פריער.

אין א וועלט ווי יעדער האט נגיעות, אסאך ספרים פון רבי'ן זענען שוין ערשינען ווי פארשידענע מענטשן האבן פרובירט צו דרייוון דעם רבין לויט זייער היינטיגע באגער. אריינגערעכנט א געוויסע שרייבער וואס אין זיין כרך ראשון האט די רבי אויסגעקוקט ווי א מלאך, אין די צווייטע ווי א בייזע זיידע, און אין די דריטע ווי א ארטאדאקסישע רב.

באילנא דחיי האט באוויזן ארויסצוגעבן זיבן בענדער, וואס האט נאכנישט ערהאלטן קיין קריטיק פון קיין שום פראקציע אין סאטמאר - א חידוש, ס'איז דא אזא אכצן פארטייען - און ס'איז נאכנישט ערשינען קיין מכתבי הכחשה, פארדאמונגען, התנצלות, ענד סאו אן.ַ
שלמה
פרישער באניצער
פאוסטס: 99
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:24 pm
x 48

Re: באילנא דחיי

פאוסט דורך שלמה »

ראזענבערג

ס'איז א שטארקע געוואגטע קאלום. לעצטע וואך איז געשטאנען דארט אז דער רבי האט געזאגט וועגן סקווירא רבי זצל אז פון די היינטיגע רבי'ס איז ער די מערסטע... אסאך מאל ווינדערט מיר צו אינטערוויאירטע געדענקן אלעס קלאר, פשוט צו מ'קען אלעס אננעמען אלס קלארע פאקטן
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4095
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 26661

Re: באילנא דחיי

פאוסט דורך חלום חלמתי »

שלמה האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2025 12:29 am ס'איז א שטארקע געוואגטע קאלום. לעצטע וואך איז געשטאנען דארט אז דער רבי האט געזאגט וועגן סקווירא רבי זצל אז פון די היינטיגע רבי'ס איז ער די מערסטע... אסאך מאל ווינדערט מיר צו אינטערוויאירטע געדענקן אלעס קלאר, פשוט צו מ'קען אלעס אננעמען אלס קלארע פאקטן
דאס האט שוין שמואל שלמה טעללער אויך אמאל באשריבן.

א שטיק צייט האט ער יעדע וואך געהאט מעשיות אין זיין זקנך גליון, איבער די שיכות פון די סקווירא און סאטמארע רבי'ס
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1526
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 4984

Re: באילנא דחיי

פאוסט דורך Think and Thank »

איך וואונדער זיך שוין לאנג וויאזוי דאס שרייבן דעם ספר איז צוגעגאנגען. דארט זענען דא שמועסן מיט אידן וואס לעבן שוין נישט דרייסיג יאר צו מער. האט ער באמת אליין אפגעכאפט שמועסן מיט די אלע אידן (וואס איז נישט אפגעפרעגט - איך קען אזעלכע מענטשן וואס גייען שוין ארום יארן אויספרעגן און שמועסן מיט עלטערע אידן), אדער קאלעקט ער עס בלויז פון פארשידענע קראנטע מענטשן?

(איך האב עטליכע נאנטע משפחה מיטגלידער - אריינגערעכנט וואס גייען אריין אין די קאטעגאריע הנ"ל - וואס זענען דארט אינטערוויוד, און פון די שמועס מיט זיי זעה איך אז אפילו די שמועסן מיט אידן וואס לעבן שוין לאנג נישט זענען קראנט. איך בין פשוט נייגעריג וויאזוי דאס ארבעט.)
הלבלר בקולמסו
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 855
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
x 1423

Re: באילנא דחיי

פאוסט דורך הלבלר בקולמסו »

דאס מיינט אז דער סעט איז קאמפלעט?
הלבלר בקולמסו
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 855
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
x 1423

Re: באילנא דחיי

פאוסט דורך הלבלר בקולמסו »

Think and Thank האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2025 12:42 am איך וואונדער זיך שוין לאנג וויאזוי דאס שרייבן דעם ספר איז צוגעגאנגען. דארט זענען דא שמועסן מיט אידן וואס לעבן שוין נישט דרייסיג יאר צו מער. האט ער באמת אליין אפגעכאפט שמועסן מיט די אלע אידן (וואס איז נישט אפגעפרעגט - איך קען אזעלכע מענטשן וואס גייען שוין ארום יארן אויספרעגן און שמועסן מיט עלטערע אידן), אדער קאלעקט ער עס בלויז פון פארשידענע קראנטע מענטשן?

(איך האב עטליכע נאנטע משפחה מיטגלידער - אריינגערעכנט וואס גייען אריין אין די קאטעגאריע הנ"ל - וואס זענען דארט אינטערוויוד, און פון די שמועס מיט זיי זעה איך אז אפילו די שמועסן מיט אידן וואס לעבן שוין לאנג נישט זענען קראנט. איך בין פשוט נייגעריג וויאזוי דאס ארבעט.)
ער גייט שוין יארן ארום אויספרעגן אלטע אידן.
מען קען זען אסאך מאל אין דער איד אז ער לייגט אריין א שכוח פאר ר' אברהם לויפער מדאראג, וואס פלעגט אפהאלטן די שמועסן יאר צוריק.
אבער כפי ידיעתי פרעגט ער אויך פון די משפחה ארום, און איז מברר די פאקטן און פרטים אז ס'זאל זיין ריכטיג.
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4095
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 26661

Re: באילנא דחיי

פאוסט דורך חלום חלמתי »

Think and Thank האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2025 12:42 am איך וואונדער זיך שוין לאנג וויאזוי דאס שרייבן דעם ספר איז צוגעגאנגען. דארט זענען דא שמועסן מיט אידן וואס לעבן שוין נישט דרייסיג יאר צו מער. האט ער באמת אליין אפגעכאפט שמועסן מיט די אלע אידן (וואס איז נישט אפגעפרעגט - איך קען אזעלכע מענטשן וואס גייען שוין ארום יארן אויספרעגן און שמועסן מיט עלטערע אידן), אדער קאלעקט ער עס בלויז פון פארשידענע קראנטע מענטשן?

(איך האב עטליכע נאנטע משפחה מיטגלידער - אריינגערעכנט וואס גייען אריין אין די קאטעגאריע הנ"ל - וואס זענען דארט אינטערוויוד, און פון די שמועס מיט זיי זעה איך אז אפילו די שמועסן מיט אידן וואס לעבן שוין לאנג נישט זענען קראנט. איך בין פשוט נייגעריג וויאזוי דאס ארבעט.)
אפילו די אידן וואס וואלטן נאך געלעבט בשעתן ארטיקל, למשל די גאב"ד זצ"ל מאכט אויך נישט קיין סענס אז אין יענע יאר זאל ער מיטארבעטן מיט אזא ארטיקל
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1526
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 4984

Re: באילנא דחיי

פאוסט דורך Think and Thank »

חלום חלמתי האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2025 12:56 am

פיין, האט ער עס געמאכט 3-5 יאר פריער. איך רעד למשל פון א שמועס מיט'ן זיידן נאך וועם איך הייס... וואס איז געווארן געדרוקט קרוב צו דרייסיג יאר נאך זיין פטירה. און די זעלבע איז די שמועס מיט הגה"ק ר' משה אריה פריינד זצ"ל גאב"ד ירושלים, וואס איז געווארן געדרוקט 25 יאר נאך זיין פטירה. דאס מיינט אז ער האט געהאלטן ביי זיך שמועסן צענדליגער יארן ביז ער האט עס ענדליך געדרוקט.

איך האב גראדע נישט געוואוסט אז עס לויפט אין דער איד, וואס מיינט אז ער האט שוין געטון עפעס דערמיט פריער, אבער ס'נאך אלץ אינטערעסאנט.

דעי פרייז מאכט באמת נישט קיין סענס פאר זיבן דיקע בענדער. ליידיגע בלעטער קאסט שוין מער.. וויזוי טוט ער עס?
שלמה
פרישער באניצער
פאוסטס: 99
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:24 pm
x 48

Re: באילנא דחיי

פאוסט דורך שלמה »

חלום חלמתי האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2025 1:34 am דעי פרייז מאכט באמת נישט קיין סענס פאר זיבן דיקע בענדער. ליידיגע בלעטער קאסט שוין מער.. וויזוי טוט ער עס?
לאנדא'ס קרעדיט קארד..
ס'איז מהדורת לאנדא
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1332
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 1919

Re: באילנא דחיי

פאוסט דורך יאנטשי »

חלום חלמתי האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2025 1:34 am דעי פרייז מאכט באמת נישט קיין סענס פאר זיבן דיקע בענדער. ליידיגע בלעטער קאסט שוין מער.. וויזוי טוט ער עס?
נישט ממש, אויב רעכענט מען אראפ וואס מען צאלט דעם דיסטריביוטער און די סטאר מארקאפ האסטו שוין ביי ארום האלב די ריטעיל פרייז.

נאר געווענליך ווען מוציא לאור מאכט סעיל איז זיין ציל צו מאכן געלט (דורכן בעטן מער ווי די עכטע האלסעיל פרייז, פארט ביליגער ווי ריטעיל), דא געבט ער נאך אוועק פון חלק. קוקט אויס עס איז טאקע נישט פאר פראפיט. אדער איז דא א נדבן.
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2217
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 4264

Re: באילנא דחיי

פאוסט דורך הדסים »

Think and Thank האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2025 1:03 am
חלום חלמתי האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2025 12:56 am
Think and Thank האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2025 12:42 am איך וואונדער זיך שוין לאנג וויאזוי דאס שרייבן דעם ספר איז צוגעגאנגען. דארט זענען דא שמועסן מיט אידן וואס לעבן שוין נישט דרייסיג יאר צו מער. האט ער באמת אליין אפגעכאפט שמועסן מיט די אלע אידן (וואס איז נישט אפגעפרעגט - איך קען אזעלכע מענטשן וואס גייען שוין ארום יארן אויספרעגן און שמועסן מיט עלטערע אידן), אדער קאלעקט ער עס בלויז פון פארשידענע קראנטע מענטשן?

(איך האב עטליכע נאנטע משפחה מיטגלידער - אריינגערעכנט וואס גייען אריין אין די קאטעגאריע הנ"ל - וואס זענען דארט אינטערוויוד, און פון די שמועס מיט זיי זעה איך אז אפילו די שמועסן מיט אידן וואס לעבן שוין לאנג נישט זענען קראנט. איך בין פשוט נייגעריג וויאזוי דאס ארבעט.)
אפילו די אידן וואס וואלטן נאך געלעבט בשעתן ארטיקל, למשל די גאב"ד זצ"ל מאכט אויך נישט קיין סענס אז אין יענע יאר זאל ער מיטארבעטן מיט אזא ארטיקל

פיין, האט ער עס געמאכט 3-5 יאר פריער. איך רעד למשל פון א שמועס מיט'ן זיידן נאך וועם איך הייס... וואס איז געווארן געדרוקט קרוב צו דרייסיג יאר נאך זיין פטירה. און די זעלבע איז די שמועס מיט הגה"ק ר' משה אריה פריינד זצ"ל גאב"ד ירושלים, וואס איז געווארן געדרוקט 25 יאר נאך זיין פטירה. דאס מיינט אז ער האט געהאלטן ביי זיך שמועסן צענדליגער יארן ביז ער האט עס ענדליך געדרוקט.

איך האב גראדע נישט געוואוסט אז עס לויפט אין דער איד, וואס מיינט אז ער האט שוין געטון עפעס דערמיט פריער, אבער ס'נאך אלץ אינטערעסאנט.
איך ווייס נישט נאך וועלכן זיידע דו הייסט אבער דיין קשיא איז מיר אויך שווער געווארן ווען ער האט אריינגעלייגט אן אינטערוויו מיט ר' אהרן ט"ב - בנש"ק, דאכט זיך אז ער איז שוין אוועק אין די פריע נו"ן יארן, ווער האט דעמאלט געטראכט אז מ'דארף אינטערוויען א איד וואס געדענקט דעם רבי'ן?
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
בן חיים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 124
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 4:35 pm
x 188

Re: באילנא דחיי

פאוסט דורך בן חיים »

הדסים האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2025 4:28 am
Think and Thank האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2025 1:03 am
חלום חלמתי האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2025 12:56 am

אפילו די אידן וואס וואלטן נאך געלעבט בשעתן ארטיקל, למשל די גאב"ד זצ"ל מאכט אויך נישט קיין סענס אז אין יענע יאר זאל ער מיטארבעטן מיט אזא ארטיקל

פיין, האט ער עס געמאכט 3-5 יאר פריער. איך רעד למשל פון א שמועס מיט'ן זיידן נאך וועם איך הייס... וואס איז געווארן געדרוקט קרוב צו דרייסיג יאר נאך זיין פטירה. און די זעלבע איז די שמועס מיט הגה"ק ר' משה אריה פריינד זצ"ל גאב"ד ירושלים, וואס איז געווארן געדרוקט 25 יאר נאך זיין פטירה. דאס מיינט אז ער האט געהאלטן ביי זיך שמועסן צענדליגער יארן ביז ער האט עס ענדליך געדרוקט.

איך האב גראדע נישט געוואוסט אז עס לויפט אין דער איד, וואס מיינט אז ער האט שוין געטון עפעס דערמיט פריער, אבער ס'נאך אלץ אינטערעסאנט.
איך ווייס נישט נאך וועלכן זיידע דו הייסט אבער דיין קשיא איז מיר אויך שווער געווארן ווען ער האט אריינגעלייגט אן אינטערוויו מיט ר' אהרן ט"ב - בנש"ק, דאכט זיך אז ער איז שוין אוועק אין די פריע נו"ן יארן, ווער האט דעמאלט געטראכט אז מ'דארף אינטערוויען א איד וואס געדענקט דעם רבי'ן?
כדענק נישט יעצט ווער אבער כהאב אמאל געהערט א נאמען וואס האט געבעטן ר' אברהם לויפער דעמאלטס ארומצוגיין און ריקארדן די אלע אידן דאכט זיך מיר אז עס איז געווען ר מאיר שפיטץ
מען קען שוין היינט באקומען כמעט אלע ריקארדינגס אבער פארשטייט זיך אז עס איז צענזורירט און מיט דעם אלעם איז דא זאכן וואס שטייט נישט אין באילנא דחיי, איך ווייס גראדע פון א מעשה וואס איך האב געהערט פון א זון פון דעם איד וואס האט עס פארציילט וואס זיי האבן אביסל פארדרייט אין באילנא דחיי
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4856
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 6588

Re: באילנא דחיי

פאוסט דורך שמח »

חלום חלמתי האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2025 12:13 am די ר' שמואל - כדערמאן מיר נישט יעצט זיין לעצטע נאמען - האט באמת אויפגעטון א וועלט מיט די ספרים. א שאד נאר ער איז נישט ערשינען עטליכע יאר פריער.

אין א וועלט ווי יעדער האט נגיעות, אסאך ספרים פון רבי'ן זענען שוין ערשינען ווי פארשידענע מענטשן האבן פרובירט צו דרייוון דעם רבין לויט זייער היינטיגע באגער. אריינגערעכנט א געוויסע שרייבער וואס אין זיין כרך ראשון האט די רבי אויסגעקוקט ווי א מלאך, אין די צווייטע ווי א בייזע זיידע, און אין די דריטע ווי א ארטאדאקסישע רב.

באילנא דחיי האט באוויזן ארויסצוגעבן זיבן בענדער, וואס האט נאכנישט ערהאלטן קיין קריטיק פון קיין שום פראקציע אין סאטמאר - א חידוש, ס'איז דא אזא אכצן פארטייען - און ס'איז נאכנישט ערשינען קיין מכתבי הכחשה, פארדאמונגען, התנצלות, ענד סאו אן.ַ
סארי צו קראכן דעם באבעל אביסל... כ'ווייס קלאר ווי דער שרייבער האט (בכוונה?) פארדרייט נאר ''אביסל''...

כ'קען נישט שרייבן צופיל וועגן פארשטענדליכע סיבות, אבער ס'איז נישט ממש אז ס'איז הונדערט פראצענט קראנט, האט גוטע זאכן אבער ס'איז נישט הונדערט פראצענט.
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4856
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 6588

Re: באילנא דחיי

פאוסט דורך שמח »

Think and Thank האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2025 12:42 am איך וואונדער זיך שוין לאנג וויאזוי דאס שרייבן דעם ספר איז צוגעגאנגען. דארט זענען דא שמועסן מיט אידן וואס לעבן שוין נישט דרייסיג יאר צו מער. האט ער באמת אליין אפגעכאפט שמועסן מיט די אלע אידן (וואס איז נישט אפגעפרעגט - איך קען אזעלכע מענטשן וואס גייען שוין ארום יארן אויספרעגן און שמועסן מיט עלטערע אידן), אדער קאלעקט ער עס בלויז פון פארשידענע קראנטע מענטשן?

(איך האב עטליכע נאנטע משפחה מיטגלידער - אריינגערעכנט וואס גייען אריין אין די קאטעגאריע הנ"ל - וואס זענען דארט אינטערוויוד, און פון די שמועס מיט זיי זעה איך אז אפילו די שמועסן מיט אידן וואס לעבן שוין לאנג נישט זענען קראנט. איך בין פשוט נייגעריג וויאזוי דאס ארבעט.)
א חלק האט ער גענומען פון אלטע ריקארדינגס פון מענטשן ווי זיי פארציילן.
אוועיטער
שטאטסמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 143
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 3:13 pm
x 187

Re: באילנא דחיי

פאוסט דורך שטאטסמאן »

די בלאט!!
Screenshot 2025-12-18 121501.jpg
Screenshot 2025-12-18 121501.jpg (32.13 KiB) געזען געווארן 499 מאל
זאכן וואס איך שרייב איז ''מיין'' מיינוג און קיינער מיז נישט אזוי האלטן!!
אנעקדאט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 315
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 3:37 pm
x 484

Re: באילנא דחיי

פאוסט דורך אנעקדאט »

אגב וועגן פארדרייטע מעשיות, איין מעשה האב איך געהערט א קליינטשיגע אומוויכטיגע דעטאל וואס איז מיט אן אויסגערעכנטקייט געטוישט געווארן.

זיי ברענגען איבער א רב (כ'האב געהערט ווער כ'געדענק נאר נישט, און כ'מיין אז זיי שרייבן נישט) וועלכער איז צוגעגאנגען אמאל שחרית שב"ק, און ער האט אנגעהויבן זינגען ביי הקל הפותח, און דער רבי האט אים געוואונקען אז ער זאל נישט זינגען.

דער אמת איז דער רבי האט אים געגעבן א צי ביים טלית (ווען ער וואונקט אים וואלט ער ווארשיינליך נישט באמערקט ווייל ער איז געשטאנען ביים עמוד צו מזרח). זיי האבן דאס נישט געשריבן פארשטייענדיג אז מאנכע וועלן שוין מאכן א ברייטל, ס'וועט ווערן אז דער רבי האט אים 'געצויגן דעם טלית' אדער גאר 'אראפגעצויגן'.
חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 24, 2025 2:59 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: חברה, ביטע מיר דערמאנען ווער ס'איז דער וואס גייט קאפ אין וואנט :roll: .
אנבעליוועבל.
יוש דו גייסט אריין אין דעי מאאד פיץ איך אפ.
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1526
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 4984

Re: באילנא דחיי

פאוסט דורך Think and Thank »

אנעקדאט האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2025 7:02 pm (ווען ער וואונקט אים וואלט ער ווארשיינליך נישט באמערקט ווייל ער איז געשטאנען ביים עמוד צו מזרח)

דער רבי איז ע"פ רוב געזעסן אריינציר (דהיינו מער צו מזרח) פונ'ם בעל תפילה, ממילא איז מעגליך אז ער וואלט יא באמערקט ווען דער רבי ווינקט אים.

אבער לעצם הענין איז ווינקען דורכ'ן ציען דעם טלית אויך בכלל ווינקען...
אוועיטער
שטאטסמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 143
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 3:13 pm
x 187

Re: באילנא דחיי

פאוסט דורך שטאטסמאן »

Screenshot 2025-12-23 105945.jpg
Screenshot 2025-12-23 105945.jpg (56.42 KiB) געזען געווארן 294 מאל
זאכן וואס איך שרייב איז ''מיין'' מיינוג און קיינער מיז נישט אזוי האלטן!!
צווייטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 804
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 1567

Re: באילנא דחיי

פאוסט דורך צווייטער »

אנעקדאט האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2025 7:02 pm אגב וועגן פארדרייטע מעשיות, איין מעשה האב איך געהערט א קליינטשיגע אומוויכטיגע דעטאל וואס איז מיט אן אויסגערעכנטקייט געטוישט געווארן.

זיי ברענגען איבער א רב (כ'האב געהערט ווער כ'געדענק נאר נישט, און כ'מיין אז זיי שרייבן נישט) וועלכער איז צוגעגאנגען אמאל שחרית שב"ק, און ער האט אנגעהויבן זינגען ביי הקל הפותח, און דער רבי האט אים געוואונקען אז ער זאל נישט זינגען.

דער אמת איז דער רבי האט אים געגעבן א צי ביים טלית (ווען ער וואונקט אים וואלט ער ווארשיינליך נישט באמערקט ווייל ער איז געשטאנען ביים עמוד צו מזרח). זיי האבן דאס נישט געשריבן פארשטייענדיג אז מאנכע וועלן שוין מאכן א ברייטל, ס'וועט ווערן אז דער רבי האט אים 'געצויגן דעם טלית' אדער גאר 'אראפגעצויגן'.
פון וואנעט ווייסטו אז די ריכטיגע גירסא איז אז דער רבי האט אים געצויגן ביים טלית? מיין זיידע איז דארטן געווען און ער האט מיר אויך געזאגט דעם נאמען פונעם רב, און לויט ווי ער האט מיר פארציילט האט אים דער רבי געווינקען. (די סיבה פארוואס דער רבי האט נישט געוואלט זינגען ביי הקל הפותח איז געווען ווייל עס איז שוין געווען זייער שפעט, מינוטן צו חצות, און דער רבי האט געוואלט כאפן חצות. דער רבי האט אים געזאגט נאכ'ן דאווענען, איך וואלט געקענט צוגיין צום עמוד, די סיבה פארוואס איך האב דיר צוגעשיקט איז ווייל ס'איז געווען שפעט, כ'האב געוואלט אביסל א שנעלערע דאווענען, האסטו נאך אנגעהויבן זינגען הקל הפותח..)
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
שרייב פאוסט