לפי ידיעתי איז נאך דא געוויסע צווישן היימישן ציבור וואס האלטן נאך אלץ אז ס'איז אלעס שקר וואס מ'דערציילט. זיי גלייבן די מכחישים, אפשר טאקע ווייל ס'איז א בחינה פון "לא יאומן כי יסופר". ממילא ביי מיר פערזענליך איז חשוב יעדעס איינציגע ווארט וואס מענדי קעניג שרייבט, ווייל עס איז קלארע עדות פון איינעם וואס זיין נאמען פיגורירט און ער שטייט אונטער יעדעס ווארט וואס ער שרייבט, אזוי אז אפילו מ'קען עס נישט איבערצייגן פאר די מכחישים, און ס'פעלט בכלל נישט אויס זיי איבערצוצייגן, איז עס אבער גענוג פאר זיך אליינס זיך צו האלטן קלאר און זיך נישט צוטוהן מאכן פון די וואס האבן טענות ומענות אויף די עסקנים.בית הכנסת האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 15, 2025 1:22 amאין מיין מיינונג קומט נישט די סימפאטיע פון אומוויסנקייט, סא איך גלייב נישט אז דערציילן וועט טוישן זייער קרומע מיינונג.הורקנוס האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 14, 2025 8:37 pm @מענדי קעניג פארוואס דארפסטו ווארטן ביז ער רעדט שטותים אויף צו פארציילן זיינע רשעות,
באלד ווען א צווייטער גייט זיך צוכליפען גייט מען הערן יענעמ'ס חלק און די האלאקאוסט,
מען דארף יעצט פארציילן אלעס למען ידעו און די גרופע סימפאטיקער מיט זיי זאל אויפהערן וואקסן
צו ס'וועט טוישן די וואס האבן אנדערע מיינונגן און מהלכים, לכאורה [זיכער] נישט. ווייל קיינער פון די היימישע ציבור זוכט נישט צו סימפאטיזירן מיט לב טהור בגלוי, ס'איז נישט עטיש. מ'קען נאר זאגן אז מ'האט געדארפט און אז מ'דארף צוגיין אנדערש. און דאס טוישט זיך נישט. ווייל איינער וואס פאררופט זיך אלס עסקן און האט שוין מודיע געווען זיין מהלך וועט שווער צוריקציען פון זיין שיטה, ובפרט ווען מ'קען נישט איבערצייגן אז 'זיין' וועג האט נישט געארבעט, אמער מען האט דאך נישט פראבירט אויף 'זיין' וועג, אזוי אז ס'בלייבט אלעמאל איבער פאר אים צו שרייען אז ווען מ'וואלט מיר געפאלגט וואלט בעסער געווען, וכידוע פאר יעדן וואס האט שוין אמאל געטוהן אין עסקנות.
און בכל הכבוד צו יעדן וואס פאררופט זיך עסקן און סימפאטיזירט, זייער מיינונג איז נישט קרום, ס'איז גראד, ס'איז פארשטענדליך, די פראגע איז נאר צו ס'ארבעט, תיק"ו.