זיכער מאכט עס יא א חילוק וואס ער טוהט דארט און חד גדיא, ווייל די ווייסט אליין אז ס'איז נישט נאר די נעמען וואס ער גיבט פון דארט, נאר ער טוהט אויך האלטען און איין ארויסגעבן שטילע הוראת פאר די מענטשן וואס זייער מח איז נאך משועבד צו אים.....חלא בר חמרא האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 14, 2025 2:29 pm @בסתר איך ווייס נישט ווער איר זענט, אבער ס'ברענגט מיר נישט קיין שטארקע עגמת נפש איבער די החלטות פונעם חכם דארט אין חד-גדיא. מיין תגובה נעמט אויך אריין די גרינטליכע חקירות ודרישות פון @ברוינפן אדער יין ווער עס האט געהאט קריאת השם ביי חיים צבי'ס יונגעלע. די גאנצע סוגיא פון אריינקריכן אין יענעמ'ס קישקע איז גרויליג. לאז אים לעבן!!!
במאמר מוסגר: ס'גייט מיר אויך נישט אן אויב דו וועסט גיבן א נאמען 'פלטיאל פתחיה פוטיפרע'. איך קען נישט קערן ווייניגער. און טאמער יא, דאן וואלט איך געהאט א פראבלעם.
כת לב טהור אין גוואטעמאלע
תקנות פון דעם פארום
מודעה משמחת.
אויפ'ן פארלאנג פון מערערע אקטיווע מיטגלידער, האבן מיר געעפנט איין נייע פארום וואו יעדער וועט קענען שרייבן, אבער יעדע תגובה וועט ערשיינען נאר נאכ'ן באשטעטיגן ווערן דורך א מנהל אדער אחראי.
יעדע נארמאלע שאלה אדער אינפארמאציע, איז וועלקאם און וועט ווערן אפראווד בס"ד אין די ערשטע מעגליכקייט.

-
בסתר
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 16
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 4:43 pm
- Location: מאנסי
- x 57
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
-
ברוך אברהם
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 107
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אפריל 25, 2025 1:08 pm
- x 432
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
אגב, די ליין ווי מ'קען הערן די ר"מ שלוש סעודות תורה האט אסאך צוהערער/ס יעדע וואך, חלק פארן גלייבן, אין (רובם ככולם) פאר שלום משפחה/בית סיבות, אפשר דארף מען שרייבן זייערע נעמען דא אין דן זיין דערין?
-
מענדי קעניג
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 207
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 28, 2025 6:23 pm
- Location: NY
- x 2996
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע / יואל וויינגארטן שר"י
לגבי יואל וויינגארטןס בכיות כשמוע עשיו את דברי אביו ויצעק צעקה גדולה ומרה עד מאוד וואס לכבוד דעם האט ער באקומען די ברכות וואס האט עהם גיגעבן די כוח צו חרוב מאכן די צווייטע בית המקדש...
פאר אלע וואס באקומען רחמנות געפילן פאר עהם...
ווער סהאט אמאל גיזעהן פיקטשערס פון דעם קליינעם בחור'ל די זוהן פון יואל מלכה
ער גייט פארן דעיע וואך קיין מאנטריאל ווייל זיין וויזה לויפט אויס. האפענטליך וועט ער האבן ווארמע יודן וואס וועלן קעיר נעמען פון עהם ווי אן אייגן זוהן.
דעיע בחורל האט אין זיין לעבן נישט גיהאט קיין טאטע און מאמע ווען ער איז גיווארן 2 יאר אלט האט יואל וויינגארטן מחליט גיווען עהם צו צינעמען פון זיינע עלטרען און עהם לייגן וואנדרען ביי פרעמדע משפחות, ביי וועם נישט, ער איז גיווען ביי כמעט יעדן משפחה אין לב טהור ביז יענער איז נמאס גיווארן און עהם געשיקט צו א צווייטן, ער פלעגט באקומען רשות פון יואל וויינגארטן און דערנאך פון יואל רוזנער 1 מאל אין 2 וואכן צו אהיים גיין זאגן גוט שבת פאר זיין מאמע פאר 4-5 מיניט. איך בין גיווען זיין מלמד פאר א שטיק צייט איך פלעג זיין די שליח עהם צו טראגן שבת ביינאכט אהיים צו זיין מאמע און מאכן זיכער ער קומט ארויס נאך 5 מיניט ער פלעגט ארויס קומען מיט געשטיקטע טרערן, אפשר לאז מיך נאך 5 מיניט? און מיין ענטפער האט גידארפט זיין ניין פאר דיין טובה ווייל אויב יא וועט יואל וויינגארטן דיר נישט לאזן גיין נעקסטע וואך פאר א שטראף...
מיינסטו סאיז גיווען נאר עהם, ניין. זיין אלע 7 געשוויסטער זענען צו גענימען גיווען פון זייער מאמע דוירך יואל וויינגארטן און מרת רוזנער ביי די עלטער פון 2 יאר אן קיין טאג אויף צוריק. אן ווארטן אויף א קורט דעיט, אן ווארטן אז דיין מאמע זאל טוישן קליידער, אן קיין תנאים. לנצח.
צו מיין ווייטאג דערווייל וועט ער ווייטער אויף וואקסן אן קיין עלטערן א דאנק יואל וויינגארטן וחבריו.
ווייניג מענטשן ווייסן וואס מיינט פאר א קליין קינד אויף וואקסן נאס מאכן זיין קישן יעדן נאכט מיט טרערן ווייל ער וויל פשוט זעהן זיין מאמע וויסענדיג אז זי געפונט זיך 2 3 הייזער ארויף אבער איך טאר נישט ווייל זיך איז נישט גוט מחנך... איך ווייס יא, ווייל דאס פלעג איך טוהן ביי 8 יאר אלט ווען יואל וויינגארטן האט געטוהן זי זעלבע מיט מיך און מיין געשוויסטער וויסענדיג אז סנישט דא קיינער אויף די וועלט וואס כקען וויינען צו עהם און זיך אנעמען אויזער מיין קישן.
מיינסטו אז יואל וויינגארטן האט דאס געטוהן נאך פאר דעיע משפחה, די זעלבע זאך מיט די לעוויס, א משפחה מיט 10 יתומים האט ער אלע פארשיקט פון דערהיים נאך זייער טאטע איז אוועק זאלן אויכעט נישט קענען זיין מיט זייער מאמע.
מיין יונגרע ברודער מתתיהו פרץ האט יואל וויינגארטן אופגעפוקט פון מיין מאמע אין א קעריטש ביי ווייניגער פון 2 יאר אלט און עהם גיהאלטן ביז די 13 וואס ער האט עהם דעמאלטס חתונה גימאכט וואס יואל וויינגארטן האט זיך גימאכט א גאנצע מחותן און עהם ווייטער גיהאלטן ביי זיין גיצעלט נאך די חתונה נאר פשוט אריין גיברענגט נאך א מיידל וואס איז יואל מלכהס טאכטער וואס ער האט אויכעט איר גיהאט צו גענימען פון אירע עלטערן און איר גיהאלטן ביי זיין שוועגרן אינדערהיים שוין לאנגע יארן.
איך קען מאריך זיין מיט די ליסט ביז מארגן אבער סאיז געניג פארן ארויס ברענגען די נקודה.
איך קום נישט פארציילן פון זיין רציחה מעשיות ווי ער פלעגט שלאגן מכות אכזריות קליינע קינדער אנטרעטן אויפן פלאר האקן מיט טישן און אפילו מיט שטיינער ביז גיסן בליט און דערנאך אויסשירן 20 קינדער זאלן שפייען אויף דעיע קינד, אראפ קאלרען קינדער 2 שטאק סטעפס, וכו מעשיות שאין לתאר ולשער. אבער כוויל נישט אריין גיין אין דעיע מעשיות וועגן כוויל פוינטן אויף מידה כנגד מידה ווען ער קען נישט זיין מיט זיין משפחה און ער האט מורא אז מגייט צו כאפן זיינע קינדערליך האב איך זייער ווייניג רחמנות.
די תורה זאגט אונז בית דין של מטה לא ימתו אבות על בנים אבער בית דין של מעלה באשטראפט יא.
ציון במשפט תפדה, יעדן טראפ בליט וואס ווערט פארגאסן פון דעיע מענטש ברענגט די וועלט נענטער צו די גאולה.

- האאפטשאהההה
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 120
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 7:51 pm
- x 106
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע / יואל וויינגארטן שר"י
שרעקליך וואס דו שרייבטס!מענדי קעניג האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 14, 2025 3:59 pm
צו מיין ווייטאג דערווייל וועט ער ווייטער אויף וואקסן אן קיין עלטערן א דאנק יואל וויינגארטן וחבריו.
וואס איז יעצט מיט זיין טאטע מאמע פארוואס איז ער נישט פאראייניגט?
אסיסא.....
-
עמק השדים
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 41
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג נאוועמבער 04, 2025 2:41 pm
- Location: דאהי
- x 87
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
גיוואלד!!!!!!!!
נאר דער בעל הרחמים קען מנחם זיין אזעלכע הערצער!
ווי גייט אריין אזויפיל פיין אין איין הארץ!!!!
ווי גייט אריין אזויפיל רשעות אין איין הארץ לאזע מענטש...

אָמְנָם אֶרֶץ יִשְׂרָאֵל פֵּרוֹתֶיהָ הֵם עַל יְדֵי הַקְדוּשָׁה, וְאוֹתוֹ הָרוּחָנִיוּת הָרָאוּי לְמָן מִתְלַבֵּשׁ בְּפֵּרוֹת הַקְדוֹשִׁים הָהֵם וּלְכָךְ אֵין מָן בְּאֶרֶץ יִשְׂרָאֵל.
-
חלא בר חמרא
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 202
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 10, 2025 3:03 pm
- Location: ירושלים עיר הקודש והמלוכה
- x 883
-
אין כל חדש
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 123
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 10, 2025 12:12 am
- Location: blooming groove
- x 1241
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע / יואל וויינגארטן שר"י
מענדי ווער נאך ווי די קען דאס באשטעטיגען, ווען די האסט דאס געזעהן מיט דיינע אייגענע אויגן, און געשפירט אויף די אייגענע הויט, איך קען אזויפיל זאגן אז איך האב אויסגעהערט איבער 50 יוצאי לב טהור, און דאס מאס רשעות און רציחות פון די אחים וויינגארטן קען מען נישט באשרייבן, ווייל אידן/אידענעס מיט שוואכע הערצער וועלן דאס נישט קענען אדורך טראגן, "און דאס איז אחוץ וואס יואל וויינגארטן האט ליידער מטמא געווען אידישע קינדער באופן נורא מאוד".מענדי קעניג האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 14, 2025 3:59 pm לגבי יואל וויינגארטןס בכיות כשמוע עשיו את דברי אביו ויצעק צעקה גדולה ומרה עד מאוד וואס לכבוד דעם האט ער באקומען די ברכות וואס האט עהם גיגעבן די כוח צו חרוב מאכן די צווייטע בית המקדש...
-
אורך ימים
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 123
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 17, 2025 12:40 am
- Location: New York
- x 563
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
וויאזוי ווייסטו אז עס האט אסאך צוהערער?ברוך אברהם האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 14, 2025 3:31 pm אגב, די ליין ווי מ'קען הערן די ר"מ שלוש סעודות תורה האט אסאך צוהערער/ס יעדע וואך, חלק פארן גלייבן, אין (רובם ככולם) פאר שלום משפחה/בית סיבות, אפשר דארף מען שרייבן זייערע נעמען דא אין דן זיין דערין?
-
מקשין העולם
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 111
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 11:43 pm
- Location: monroe
- x 554
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע / יואל וויינגארטן שר"י
נאכנישט געהערט די פרט. מ'מעג וויסן בערך וואס דאס מיינט? פשוטו כמשמעו????
-
מענדי קעניג
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 207
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 28, 2025 6:23 pm
- Location: NY
- x 2996
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע / יואל וויינגארטן שר"י
כפשוטומקשין העולם האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 14, 2025 4:40 pmנאכנישט געהערט די פרט. מ'מעג וויסן בערך וואס דאס מיינט? פשוטו כמשמעו????
-
אין כל חדש
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 123
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 10, 2025 12:12 am
- Location: blooming groove
- x 1241
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע / יואל וויינגארטן שר"י
די ציבור ווייסט נאך נישט קיין 50% פון די רציחות ברוחנית ובגשמיות וואס עס האט זיך דארט אפגעטוהן.מקשין העולם האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 14, 2025 4:40 pmנאכנישט געהערט די פרט. מ'מעג וויסן בערך וואס דאס מיינט, פשוטו כמשמעו?
-
ChatGPT
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 362
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 12:07 pm
- Location: סאן אנטאניע
- x 828
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע / יואל וויינגארטן שר"י
קריינא דאיגרתא, קום אריין קלאר!אין כל חדש האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 14, 2025 4:43 pmדי ציבור ווייסט נאך נישט קיין 50% פון די רציחות ברוחנית ובגשמיות וואס עס האט זיך דארט אפגעטוהן.מקשין העולם האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 14, 2025 4:40 pmנאכנישט געהערט די פרט. מ'מעג וויסן בערך וואס דאס מיינט, פשוטו כמשמעו?
- צייטווייליג
- חבר המערכת
- פאוסטס: 417
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:09 pm
- x 1199
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע / יואל וויינגארטן שר"י
ניין קום נישט, ספעלט נישט אויס. יעדער פארשטייט און סהאט נישט קיין תועלת זיך צו טינקען אין מעשי נבלה שלא לתועלת. אז א יוצא וויל דערציילן האט עס א שוויות אז מזאל פארשטיין בתורת עדות לתועלת הענין אבער סתם נאכברענגען כל מיני תועבות, למה?ChatGPT האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 14, 2025 4:49 pmקריינא דאיגרתא, קום אריין קלאר!אין כל חדש האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 14, 2025 4:43 pmדי ציבור ווייסט נאך נישט קיין 50% פון די רציחות ברוחנית ובגשמיות וואס עס האט זיך דארט אפגעטוהן.מקשין העולם האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 14, 2025 4:40 pm
נאכנישט געהערט די פרט. מ'מעג וויסן בערך וואס דאס מיינט, פשוטו כמשמעו?
- על פי תורה
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1537
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
- Location: בירושלים בקרוב
- x 15337
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע / יואל וויינגארטן שר"י
@מענדי קעניג מיר זענען נעכטן געזיצן ביי מלוה מלכה, און דו האסט דאס אלעס דערציילט דארט, אבער עס צו ליינען געשריבן, און נאך מיט די מליצות, האט מיך ממש געברענגט טרערן!מענדי קעניג האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 14, 2025 3:59 pm לגבי יואל וויינגארטןס בכיות כשמוע עשיו את דברי אביו ויצעק צעקה גדולה ומרה עד מאוד וואס לכבוד דעם האט ער באקומען די ברכות וואס האט עהם גיגעבן די כוח צו חרוב מאכן די צווייטע בית המקדש...
פאר אלע וואס באקומען רחמנות געפילן פאר עהם...
ווער סהאט אמאל גיזעהן פיקטשערס פון דעם קליינעם בחור'ל די זוהן פון יואל מלכה
ער גייט פארן דעיע וואך קיין מאנטריאל ווייל זיין וויזה לויפט אויס. האפענטליך וועט ער האבן ווארמע יודן וואס וועלן קעיר נעמען פון עהם ווי אן אייגן זוהן.
דעיע בחורל האט אין זיין לעבן נישט גיהאט קיין טאטע און מאמע ווען ער איז גיווארן 2 יאר אלט האט יואל וויינגארטן מחליט גיווען עהם צו צינעמען פון זיינע עלטרען און עהם לייגן וואנדרען ביי פרעמדע משפחות, ביי וועם נישט, ער איז גיווען ביי כמעט יעדן משפחה אין לב טהור ביז יענער איז נמאס גיווארן און עהם געשיקט צו א צווייטן, ער פלעגט באקומען רשות פון יואל וויינגארטן און דערנאך פון יואל רוזנער 1 מאל אין 2 וואכן צו אהיים גיין זאגן גוט שבת פאר זיין מאמע פאר 4-5 מיניט. איך בין גיווען זיין מלמד פאר א שטיק צייט איך פלעג זיין די שליח עהם צו טראגן שבת ביינאכט אהיים צו זיין מאמע און מאכן זיכער ער קומט ארויס נאך 5 מיניט ער פלעגט ארויס קומען מיט געשטיקטע טרערן, אפשר לאז מיך נאך 5 מיניט? און מיין ענטפער האט גידארפט זיין ניין פאר דיין טובה ווייל אויב יא וועט יואל וויינגארטן דיר נישט לאזן גיין נעקסטע וואך פאר א שטראף...
מיינסטו סאיז גיווען נאר עהם, ניין. זיין אלע 7 געשוויסטער זענען צו גענימען גיווען פון זייער מאמע דוירך יואל וויינגארטן און מרת רוזנער ביי די עלטער פון 2 יאר אן קיין טאג אויף צוריק. אן ווארטן אויף א קורט דעיט, אן ווארטן אז דיין מאמע זאל טוישן קליידער, אן קיין תנאים. לנצח.
צו מיין ווייטאג דערווייל וועט ער ווייטער אויף וואקסן אן קיין עלטערן א דאנק יואל וויינגארטן וחבריו.
ווייניג מענטשן ווייסן וואס מיינט פאר א קליין קינד אויף וואקסן נאס מאכן זיין קישן יעדן נאכט מיט טרערן ווייל ער וויל פשוט זעהן זיין מאמע וויסענדיג אז זי געפונט זיך 2 3 הייזער ארויף אבער איך טאר נישט ווייל זיך איז נישט גוט מחנך... איך ווייס יא, ווייל דאס פלעג איך טוהן ביי 8 יאר אלט ווען יואל וויינגארטן האט געטוהן זי זעלבע מיט מיך און מיין געשוויסטער וויסענדיג אז סנישט דא קיינער אויף די וועלט וואס כקען וויינען צו עהם און זיך אנעמען אויזער מיין קישן.
מיינסטו אז יואל וויינגארטן האט דאס געטוהן נאך פאר דעיע משפחה, די זעלבע זאך מיט די לעוויס, א משפחה מיט 10 יתומים האט ער אלע פארשיקט פון דערהיים נאך זייער טאטע איז אוועק זאלן אויכעט נישט קענען זיין מיט זייער מאמע.
מיין יונגרע ברודער מתתיהו פרץ האט יואל וויינגארטן אופגעפוקט פון מיין מאמע אין א קעריטש ביי ווייניגער פון 2 יאר אלט און עהם גיהאלטן ביז די 13 וואס ער האט עהם דעמאלטס חתונה גימאכט וואס יואל וויינגארטן האט זיך גימאכט א גאנצע מחותן און עהם ווייטער גיהאלטן ביי זיין גיצעלט נאך די חתונה נאר פשוט אריין גיברענגט נאך א מיידל וואס איז יואל מלכהס טאכטער וואס ער האט אויכעט איר גיהאט צו גענימען פון אירע עלטערן און איר גיהאלטן ביי זיין שוועגרן אינדערהיים שוין לאנגע יארן.
איך קען מאריך זיין מיט די ליסט ביז מארגן אבער סאיז געניג פארן ארויס ברענגען די נקודה.
איך קום נישט פארציילן פון זיין רציחה מעשיות ווי ער פלעגט שלאגן מכות אכזריות קליינע קינדער אנטרעטן אויפן פלאר האקן מיט טישן און אפילו מיט שטיינער ביז גיסן בליט און דערנאך אויסשירן 20 קינדער זאלן שפייען אויף דעיע קינד, אראפ קאלרען קינדער 2 שטאק סטעפס, וכו מעשיות שאין לתאר ולשער. אבער כוויל נישט אריין גיין אין דעיע מעשיות וועגן כוויל פוינטן אויף מידה כנגד מידה ווען ער קען נישט זיין מיט זיין משפחה און ער האט מורא אז מגייט צו כאפן זיינע קינדערליך האב איך זייער ווייניג רחמנות.
די תורה זאגט אונז בית דין של מטה לא ימתו אבות על בנים אבער בית דין של מעלה באשטראפט יא.
ציון במשפט תפדה, יעדן טראפ בליט וואס ווערט פארגאסן פון דעיע מענטש ברענגט די וועלט נענטער צו די גאולה.
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור,
און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון גדולי הרבנים שליט''א וביניהם הגה''צ דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א ועוד.
בשם ה' נעשה ונצליח!

מענדי שטערן
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 51
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג נאוועמבער 04, 2025 9:19 pm
- Location: London.
- x 326
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
חלק ב' פון אונזער אינטערווי מיט ר' יהושע העשיל בלום איז שוין ב"ה שוין ארויפגעגאנגן. מען קען עס הערן ביי די לב טהור אפטיילונג; 4-7 פון די מעין מעניו.
אונז רעדן אלעס ארום וועגן די איבערפאל זעלבסט און אלעס סיני דאן.
עס איז געווען דא א דין ודברים פון ווי דיר שאלות קומען. איז לאמיר קלאר מאכן.
גאר אסאך שאלות זענען אריינגעקומען און פון דעם האט מען נישט געקענט פרעגן אלעס וויבאלד אסאך וואלטן געקענט שאטן פאר געוויסע עסקנות וואס גייען יעצט פאר, עס זענען דא אזעלכע וואס וואלט געקענט וויי טון פאר יחידים אא"וו.
פון אלע שאלות וואס מיר האבן באקומען (אריינגערעכנט די וואס מען גייט נישט פרעגן), האט מען באקומען א בליק אויף וואס די צוהערער ווילן וויסן און הערן וועגן, אזוי אז די שמועס איז געגאנגען אויף גאר אן אנדערע ריכטונג, ווייל איך האב געזען אז מענטשן ווילן הערן איבער אנדערע זאכן.
אזוי אויך האבן לב טהור מיטגלידער זעלבסט געפרעגט געוויסע שווערע און ווייטאגליכע שאלות. סיי מיטגלידער אין גואטאמלא, סיי מיטגלידער וואס זענען יעצט צוריקגעקומען פון קאלאמביע און רוב פון זייערע שאלות וועלן אי"ה געפרעגט ווערן אויף חלק ג'.
פאר פידבעק אויף די פריעדיגע, געדענקן אויף פאראויס וכו'.
אויב איז דא א נושא וואס איר ווילט מיר זאלן צוטירן אדער א שאלה וואס זאל געפרעגט ווערן פון יהושע הערשיל, קענט איר אריין רופן קווארטל: 7162322100. 4-1-2.
אדער קען מען שיקן אן אימעיל צו mendyshtern@gmail.com
מיר ווארטן צו הערן פון אייך.
מענדי שטערן.

הורקנוס
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 80
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג מערץ 07, 2025 1:18 am
- Location: Monsey
- x 268
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
@מענדי קעניג פארוואס דארפסטו ווארטן ביז ער רעדט שטותים אויף צו פארציילן זיינע רשעות,
באלד ווען א צווייטער גייט זיך צוכליפען גייט מען הערן יענעמ'ס חלק און די האלאקאוסט,
מען דארף יעצט פארציילן אלעס למען ידעו און די גרופע סימפאטיקער מיט זיי זאל אויפהערן וואקסן
באלד ווען א צווייטער גייט זיך צוכליפען גייט מען הערן יענעמ'ס חלק און די האלאקאוסט,
מען דארף יעצט פארציילן אלעס למען ידעו און די גרופע סימפאטיקער מיט זיי זאל אויפהערן וואקסן
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע / יואל וויינגארטן שר"י
יהדות מאנטריאל התעוררו התעוררו כי בא אורח!!!מענדי קעניג האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 14, 2025 3:59 pm
ווער סהאט אמאל גיזעהן פיקטשערס פון דעם קליינעם בחור'ל די זוהן פון יואל מלכה
ער גייט פארן דעיע וואך קיין מאנטריאל ווייל זיין וויזה לויפט אויס. האפענטליך וועט ער האבן ווארמע יודן וואס וועלן קעיר נעמען פון עהם ווי אן אייגן זוהן.
► Show Spoiler
אי"ה מארגן צופרי גייט מאנטריאל באקומען נאך א געלעגענהייט מקרב צו זיין א טייערע נשמה'לע וואס איז אדורך די קריג און געבליבן לעבן מיט א גרייטקייט אנצוהייבן א נייע בלעטל אי"ה
בעזר השם גייט ער באקומען פון יעצט און ווייטער אלעס וואס א נארמאל קינד האט, ער גייט אי"ה באקומען א לעכטיגע משפחה, ווארימע געפילן, גוטע חברים, פיינע חברותות, א געשמאקע מוסד, אידן וואס זארגן זיך פאר זיין וואוילזיין און נאך פיל מער.
בבוא הימים גייט ער זיך אי"ה פאראייניגן מיט זיין משפחה וואס לעכצט און ווארט אויף אים 'והשיב לב אבות על בנים ולב בנים על אבותם'.
ביזדערווייל לאמיר אלע מתפלל זיין ער זאל באקומען א צוגעפאסטע מוסד עצהי"ט, און פארשטייט זיך ווער עס וויל ספאנסארן א חודש שכ"ל איז מאר דען וועלקאם.
לאמיר אלע באדאנקען די עסקנים וואס זענען געווען שטארק אינוואלד דא, ובפרט ידידינו ר' @ברוך אברהם וכל העסקנים החשובים כ"א בשמו הטוב יבורך.
ארויסצוהעלפן די לב טהור יוצאים מיט ווארימע סכומים, ווארפט אריין אייער הארציגע נדבה.
https://toirem.org/23423
דיסקלעימער: אידטיש איז א פריוואטע אייגענטום, דעריבער אויב בין איך נישט אויף איין זייט מיט די הנהלה גייסטו נישט קענען ליינען מיין מעסידזש

שקיעה
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 109
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אפריל 22, 2025 2:45 pm
- Location: Monsey
- x 174
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
איך קען נישט ארויסשרייבן וואס, אבער איך האב א שטיק צייט צוריק גערעדט צו אפאר יונגעלייט יוצא לב טהור אין זיי האבן מיך פארציילט אביסל זאכן וואס איז פארגעקומען אין לב טהור, און א נארמאלע מענטש׳ס מח קען אפילו נישט משיג זיין וואס געוויסע פון די הנהלה וכדומה האבן אלץ געטוען אין האבן געהייסן פאר די אידן אין לב טהור אז זיי מוזן טוען כך וכך, די האר פון קאפ האט זיך מיר אויפגעשטעלט, זאכן וואס רוב רובא ווייסן נישט וועגן עס איז זאכן וואס מען קען נישט פארציילן ברבים אין עס איז דא נאך הונדערטע זאכן וואס רוב כלל ישראל ווייסט נישט וואס עס איז אלץ פארגעגאנגען אין די פלאץ לב טהור
-
ברוך כבוד
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 104
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 12:32 pm
- Location: קעטסקילס
- x 403
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע / יואל וויינגארטן שר"י
מענדי קעניג האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 14, 2025 3:59 pm לגבי יואל וויינגארטןס בכיות► Show Spoiler
@מענדי קעניג
WE WANT MORE!!!
זאלן די אלע וואס קוקען אויף די עסקנים מיט קרומע אויגן "פארן גיין צו שארף" וויסן און פארשטיין פון וואס און מיט וועם מען האנדלט!!!
און זאלען אלע אפענע און באהאלטענע "לב טמא סימפאטיקער" בעבר ובהווה וויסן און פארשטיין וועם זיי שטיצן בגוף וברוח און זאלן זיי קענען זאגן מיט א קלארקייט ידינו שפכו את הדם הזה!!!
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
אין מיין מיינונג קומט נישט די סימפאטיע פון אומוויסנקייט, סא איך גלייב נישט אז דערציילן וועט טוישן זייער קרומע מיינונג.הורקנוס האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 14, 2025 8:37 pm @מענדי קעניג פארוואס דארפסטו ווארטן ביז ער רעדט שטותים אויף צו פארציילן זיינע רשעות,
באלד ווען א צווייטער גייט זיך צוכליפען גייט מען הערן יענעמ'ס חלק און די האלאקאוסט,
מען דארף יעצט פארציילן אלעס למען ידעו און די גרופע סימפאטיקער מיט זיי זאל אויפהערן וואקסן
- Think and Thank
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1590
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 5234
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
יש ויש. איך האב שוין מיטגעהאלטן ווי א סימפאטיקער אן אויבער'חכם טוישט צוביסלעך מיינונג נאכ'ן הערן מער און מער פון די ערשטע האנט וואס דארט איז פארגעגאנגען.בית הכנסת האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 15, 2025 1:22 amאין מיין מיינונג קומט נישט די סימפאטיע פון אומוויסנקייט, סא איך גלייב נישט אז דערציילן וועט טוישן זייער קרומע מיינונג.הורקנוס האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 14, 2025 8:37 pm @מענדי קעניג פארוואס דארפסטו ווארטן ביז ער רעדט שטותים אויף צו פארציילן זיינע רשעות,
באלד ווען א צווייטער גייט זיך צוכליפען גייט מען הערן יענעמ'ס חלק און די האלאקאוסט,
מען דארף יעצט פארציילן אלעס למען ידעו און די גרופע סימפאטיקער מיט זיי זאל אויפהערן וואקסן
-
עמק השדים
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 41
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג נאוועמבער 04, 2025 2:41 pm
- Location: דאהי
- x 87
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע / יואל וויינגארטן שר"י
נאכ'ן לייענען עטליכע מאל,מענדי קעניג האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 14, 2025 3:59 pm לגבי יואל וויינגארטןס בכיות כשמוע עשיו את דברי אביו ויצעק צעקה גדולה ומרה עד מאוד וואס לכבוד דעם האט ער באקומען די ברכות וואס האט עהם גיגעבן די כוח צו חרוב מאכן די צווייטע בית המקדש...איך קען מאריך זיין מיט די ליסט ביז מארגן אבער סאיז געניג פארן ארויס ברענגען די נקודה.► Show Spoiler
איך קום נישט פארציילן פון זיין רציחה מעשיות ווי ער פלעגט שלאגן מכות אכזריות קליינע קינדער אנטרעטן אויפן פלאר האקן מיט טישן און אפילו מיט שטיינער ביז גיסן בליט און דערנאך אויסשירן 20 קינדער זאלן שפייען אויף דעיע קינד, אראפ קאלרען קינדער 2 שטאק סטעפס, וכו מעשיות שאין לתאר ולשער. אבער כוויל נישט אריין גיין אין דעיע מעשיות וועגן כוויל פוינטן אויף מידה כנגד מידה ווען ער קען נישט זיין מיט זיין משפחה און ער האט מורא אז מגייט צו כאפן זיינע קינדערליך האב איך זייער ווייניג רחמנות.
די תורה זאגט אונז בית דין של מטה לא ימתו אבות על בנים אבער בית דין של מעלה באשטראפט יא.
ציון במשפט תפדה, יעדן טראפ בליט וואס ווערט פארגאסן פון דעיע מענטש ברענגט די וועלט נענטער צו די גאולה.
כ'נעם זיך שוין אין די הענט אריין ...
די דין שמים איז אזוי טיף....
כ'טוה שוין תשובה...
אָמְנָם אֶרֶץ יִשְׂרָאֵל פֵּרוֹתֶיהָ הֵם עַל יְדֵי הַקְדוּשָׁה, וְאוֹתוֹ הָרוּחָנִיוּת הָרָאוּי לְמָן מִתְלַבֵּשׁ בְּפֵּרוֹת הַקְדוֹשִׁים הָהֵם וּלְכָךְ אֵין מָן בְּאֶרֶץ יִשְׂרָאֵל.
-
Antwerp Boy
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 23
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 23, 2025 5:08 am
- Location: Antwerp
- x 106
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
זעהט אויס צווישען די שורות אז עס איז דא ריכטיגע מעשים טובים וואס איז נאך נישט ארויס און פאבליק!! כהאב דאס פארשטאנען פון די ערשטע מינוט פון די חידא ווייס ווערטער! ווען כהאב געפרעגט די חידא פארוואס זאגט מען נישט ברחל בתך הקטנה? האט ער גענטפערט "זיי דארפן דאך שידוכים טאן"
- מערכת אידטיש
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 15
- זיך איינגעשריבן: מוצש"ק נאוועמבער 29, 2025 10:27 pm
- Location: אידטיש
- x 287
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
מעלדונג פונעם מערכת.
עס איז נעכטן געווארן דא א שמועס איבער א יחיד'ס פריוואטע שמחה, און דער באטרעפנדער האט אונז געבעטן צו מודיע זיין אז עס באדערט אים שטארק - ווי פארשטענדליך פאר יעדן - אז מען דעבאטירט זיינע פריוואטע זאכן. ער האט זיך טאקע געמאכט פובליק מיט'ן צייגן שטארקייט אויף פארשידענע פראנטן ארום די לב טהור פרשה, אבער באופן כללי פארשטייט יעדער אז קיין שום פיגור ווערט נישט פובליק צו דעבאטירן זיינע פריוואטע החלטות אדער פריוואטע גלויבונגען אדער פריוואטע חשבונות, און מצד השני איז עס נישט עסקנים וואס ברענגען אויף די פרטים נאר סתם פריוואטע נייגעריגע מענטשן, וואס האט נישט קיין זין און קיין היתר.
ביטע רעספעקטירן 'יעדנס' פריוואטקייט און נישט דעבאטירן יענעם'ס פרטים.

דער ניק ווערט געמאניטערט דורך אלע חברי המערכת
-
מקשין העולם
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 111
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 11:43 pm
- Location: monroe
- x 554
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
לפי ידיעתי איז נאך דא געוויסע צווישן היימישן ציבור וואס האלטן נאך אלץ אז ס'איז אלעס שקר וואס מ'דערציילט. זיי גלייבן די מכחישים, אפשר טאקע ווייל ס'איז א בחינה פון "לא יאומן כי יסופר". ממילא ביי מיר פערזענליך איז חשוב יעדעס איינציגע ווארט וואס מענדי קעניג שרייבט, ווייל עס איז קלארע עדות פון איינעם וואס זיין נאמען פיגורירט און ער שטייט אונטער יעדעס ווארט וואס ער שרייבט, אזוי אז אפילו מ'קען עס נישט איבערצייגן פאר די מכחישים, און ס'פעלט בכלל נישט אויס זיי איבערצוצייגן, איז עס אבער גענוג פאר זיך אליינס זיך צו האלטן קלאר און זיך נישט צוטוהן מאכן פון די וואס האבן טענות ומענות אויף די עסקנים.בית הכנסת האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 15, 2025 1:22 amאין מיין מיינונג קומט נישט די סימפאטיע פון אומוויסנקייט, סא איך גלייב נישט אז דערציילן וועט טוישן זייער קרומע מיינונג.הורקנוס האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 14, 2025 8:37 pm @מענדי קעניג פארוואס דארפסטו ווארטן ביז ער רעדט שטותים אויף צו פארציילן זיינע רשעות,
באלד ווען א צווייטער גייט זיך צוכליפען גייט מען הערן יענעמ'ס חלק און די האלאקאוסט,
מען דארף יעצט פארציילן אלעס למען ידעו און די גרופע סימפאטיקער מיט זיי זאל אויפהערן וואקסן
צו ס'וועט טוישן די וואס האבן אנדערע מיינונגן און מהלכים, לכאורה [זיכער] נישט. ווייל קיינער פון די היימישע ציבור זוכט נישט צו סימפאטיזירן מיט לב טהור בגלוי, ס'איז נישט עטיש. מ'קען נאר זאגן אז מ'האט געדארפט און אז מ'דארף צוגיין אנדערש. און דאס טוישט זיך נישט. ווייל איינער וואס פאררופט זיך אלס עסקן און האט שוין מודיע געווען זיין מהלך וועט שווער צוריקציען פון זיין שיטה, ובפרט ווען מ'קען נישט איבערצייגן אז 'זיין' וועג האט נישט געארבעט, אמער מען האט דאך נישט פראבירט אויף 'זיין' וועג, אזוי אז ס'בלייבט אלעמאל איבער פאר אים צו שרייען אז ווען מ'וואלט מיר געפאלגט וואלט בעסער געווען, וכידוע פאר יעדן וואס האט שוין אמאל געטוהן אין עסקנות.
און בכל הכבוד צו יעדן וואס פאררופט זיך עסקן און סימפאטיזירט, זייער מיינונג איז נישט קרום, ס'איז גראד, ס'איז פארשטענדליך, די פראגע איז נאר צו ס'ארבעט, תיק"ו.