איך וויל אייך פשוט זאגן אז…
-
נאסע שמאטעס
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 419
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
- x 866
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…
אז נקודות טובות'ס אבסעשןן איבער לב טהור גייט מיר שוין אויף די נערוון...
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…
ער האט אויפגעהערט דא צו שרייבן זיינע זאפטיגע פאוסטס אזווי אמאל מיט די טענה אז ער איז געווארן לעצטענס זייער פארנומעןנאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 12:49 pm אז נקודות טובות'ס אבסעשןן איבער לב טהור גייט מיר שוין אויף די נערוון...
אבער ווען עס קומט צו פארפירן קעגן די לב טהור טעמע האט ער פלוצלינג די וועלט'ס צייט מיט לאנגע פאוסטס איינס נאכן אנדערן
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2176
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 6674
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…
גראדע גייסטו מיר אויך אויף די נערווען פון די טאג וואס דו האסט דיך איינגעשריבן. איך קען נישט אנצייגן ספעציפיש וואס, אבער דיין גאנצע אנוועזענהייט גייט מיר אויף די נערווען. נו וואס זאלן מיר טוהן, פארדעם איז מען דאך דא אויף די וועלט. דו זיי מיר סובל, און איך וועל דיר סובל זיין. אזוי וועלן מיר ביידע אנקומען נאך א דרגה נענטער צום שלימות.נאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 12:49 pm אז נקודות טובות'ס אבסעשןן איבער לב טהור גייט מיר שוין אויף די נערוון...
אקעי, חס ושלום. איך האב הנאה פון יעדע בר דעת וואס עפענט א ניק דא. איך האף אז דו פארנעמסט א וויץ.... אז נישט לאמיר וויסן...
לגופא של ענין, האסט א נקודה. איך וועל פראבירן צו אראפסלויען.
מיט אנטשולדיגונג. הק' נקודות
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2176
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 6674
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…
אגב, יעצט איז בעק טו נארמעל ב"ה. הגם איך באד מיך נישט אין איבריג צייט, בין איך אבער נישט פארנומען ביז איבער'ן קאפ ווי פאר א חודש צוויי צוריק.שבת קודש האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 1:19 pmער האט אויפגעהערט דא צו שרייבן זיינע זאפטיגע פאוסטס אזווי אמאל מיט די טענה אז ער איז געווארן לעצטענס זייער פארנומעןנאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 12:49 pm אז נקודות טובות'ס אבסעשןן איבער לב טהור גייט מיר שוין אויף די נערוון...
אבער ווען עס קומט צו פארפירן קעגן די לב טהור טעמע האט ער פלוצלינג די וועלט'ס צייט מיט לאנגע פאוסטס איינס נאכן אנדערן
אבער אז דו מענשענסט, גראדע האב איך לעצטענס יא געשריבן דא גאנץ שיינע ארטיקלן כפי דעתי. אזא ארטיקעל נעמט מיר צייט און מחשבה צו שרייבן, משא"כ א פאוסט צו באשמיצען די לב טהור טעמע פארט מיר ארויס פון אונטער די פינגערס.... מען קען די צוויי נישט פארגלייכן ווי כאילו נאר פאר דעם האב איך צייט...
נאר וואס, איך געדענק בעבר איז געווען דא א נאכפראגע אויף א ביזנעס פארום. איך האב פארשטאנען אז דער עולם גלייכט צו ליינען איבער ביזנעס און עקאנאמיקס. און ווען איך האב געשריבן די ארטיקל איבער באנדס, האב איך גראדע באקומען גאנץ פיינע פידבעק. וממילא האב איך געקלערט אז דער עולם וועט הנאה האבן פון א כלליות'דיגע בליק איבער די פופציג יעריגע מארטגידזשעס.
למעשה אבער קוקט אויס אז איך האב גערעדט דארט צו א וואנט. יא, איך ווייס אז איך האב באקומען אפאר לייקס דארט (ווייטער איז ער ביזי מיט לייקס...) אבער איך האב עס אנגעקוקט מער ווי די וואס האבן געלייקט האבן מיר געטוהן א טובה און געגעבן א לייק. נישט ווייל זיי האבן הנאה געהאט דערפון, נאר אזוי ווי מען זאגן שכח פארן בעל תפילה. ער גארגעלט זיך איז א שיינע זאך אים צו זאגן שכח....
איך קען פראבירן צו צוריקגיין צו מיין אלטע סטייל, דהיינו מער תורה'דיג, אידישע היסטאריע, דעת הקהל. אבער דארפסט פארשטיין אז שרייבן כעת ארטיקלען דא איז גאנץ שווער. די סייט איז כעת נישט אוועקגעשטעלט אויף די אופן ווי עס איז געווען אוועקגעשטעלט אמאל. איך וויל נישט זאגן פארוואס, ווייל איך האב מיך יעצט פארגענומען אז איך גיי אראפסלויען. באלד וועל איך נאך קריכן אויף @נאסע שמאטעס נערווען, און איך זוך דאס נישט .איך האב זייער מורא וואס עס וועט זיך אנקלעבן אין מיר קריכענדיג אויף זיינע נערווען.....
איך פראביר גראדע צו טרעפן די ריכטיגע סעלושן, האפענטליך וועט אידטיש זיין צוריק לייק נעווער ביפאר אין די נאנטע צוקונפט. איך פון מיין זייט בין גרייט צו טוהן דאס צו אויפארבעטן. אבער פון די אנדערע זייט דארפט איר פארשטיין אז ס'איז מיר נישט מעגליך צו זיין א וואן מען בענד. איך האב טויזענט אנדערע זאכן אויפן קאפ חוץ אידטיש. ס'דא א גבול וויפיל איך מעג נעמען אויף מיר. ערשטענס איך קען נישט שטיפן קעגן די מנהלים, זיי זענען שטערקער ווי מיר. און צווייטענס דארף איך האבן אנדערע וואס וועלן טוהן זייער חלק.
ס'באמת דא א שלל רב פון אינטעליגענטע ניקס דא. ס'מיר ממש א חידוש. פראצענטאעל זענען דא דא גאר אסאך בעלי דעת. ס'דרייען זיך ארום ניקס וואס האבן אין זיך אזוי פיל שיינע ידיעות, ניקס מיט א שכל הישר, ניקס וואס ריספעקטירן אנדערע. ניקס וואס זענען צופרידענע מענטשן און עקלען זיך פון נעגעטיוועטי. די פאטענטשעל וואס אידטיש האט איז זייער שטארק.
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
-
פשוט און גראד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2890
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 6278
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…
ביטע, גיי נישט אין ערגעץ.נקודות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 1:34 pmגראדע גייסטו מיר אויך אויף די נערווען פון די טאג וואס דו האסט דיך איינגעשריבן. איך קען נישט אנצייגן ספעציפיש וואס, אבער דיין גאנצע אנוועזענהייט גייט מיר אויף די נערווען. נו וואס זאלן מיר טוהן, פארדעם איז מען דאך דא אויף די וועלט. דו זיי מיר סובל, און איך וועל דיר סובל זיין. אזוי וועלן מיר ביידע אנקומען נאך א דרגה נענטער צום שלימות.נאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 12:49 pm אז נקודות טובות'ס אבסעשןן איבער לב טהור גייט מיר שוין אויף די נערוון...
אקעי, חס ושלום. איך האב הנאה פון יעדע בר דעת וואס עפענט א ניק דא. איך האף אז דו פארנעמסט א וויץ.... אז נישט לאמיר וויסן...
לגופא של ענין, האסט א נקודה. איך וועל פראבירן צו אראפסלויען.
מיט אנטשולדיגונג. הק' נקודות
די ביזט 1000% גערעכט. ‘העט דעך‘ יענע אשכול געווען אינפארמאטיוו (וואס ס‘איז אמאל געווען, ווען אפאר ניקס האבען געהאלטען אינפארמאטיוו די עולם) איז איין זאך.
ס‘איז אבער געווארען א אשכול מיט מער א אקטיוויסטישע מהלך ווי איידער א אינפארמאטיווע (אפשר מיט גיטע כוונות). אבער דיינע @נקודות טובות איז קאי וקיים.
גיי נישט אין ערגעץ.
---
@נאסע שמאטעס איך פארשטיי דיין פוינט אויכט, איך גלייך אויך פרישע אין א אקטיווע סחורה. אבער נישט אויפן חשבון פון די הפסד וואס ס‘מאכט אן.
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…
אז איך בין מוחה בכל התוקף אויף דער פירמע וואס איז מיר מבזה אויף אלע גאסן!
ס'טע געהערט אזאנס, נישט גענוג גדי פאלאק ניצט מיר שוין איז זיינע ביכער, קומט זיך איינער און ניצט צורת קדשי פאר זיינס אן עד?
ס'טע געהערט אזאנס, נישט גענוג גדי פאלאק ניצט מיר שוין איז זיינע ביכער, קומט זיך איינער און ניצט צורת קדשי פאר זיינס אן עד?
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2176
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 6674
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…
שמח/שליח זענען ביידע גמטריה 348. עפעס א שייכות האט עס זיכער...
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
-
עומד על תלת
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 157
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 5:15 pm
- Location: Ny
- x 221
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…
זאגס‘ט א נקודה...נקודות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 4:46 pmשמח/שליח זענען ביידע גמטריה 348. עפעס א שייכות האט עס זיכער...
-
שלמה פריעדמאן
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 33
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2025 1:53 pm
- x 49
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…
טראמפ'ס רעטאריק אמבאלאנגט די סאמאלישע געמיינדע אין מינעסאוטא - און בכלל די גאנצע מצב וואס די פעדעראלע רעגירונג מאכט ארום זיי - אין באצוג צו באשווינדלען סאציאלע הילף פראגראמען דורך געוויסע פון זיי, איז באזארגנד.
העצן קעגן א געמיינדע, צוליב עוולות פון געוויסע, ספעציעל מיט אזאנע אויסדריקן ווי "זייער לאנד שטינקט, זאלן זיי צוריקגיין אהין, קיינער דארף זיי נישט דא", איז אומאקצעפטירבאר.
העצן קעגן א געמיינדע, צוליב עוולות פון געוויסע, ספעציעל מיט אזאנע אויסדריקן ווי "זייער לאנד שטינקט, זאלן זיי צוריקגיין אהין, קיינער דארף זיי נישט דא", איז אומאקצעפטירבאר.
בעסער אן עדזשוקעיטעד חכם ווי איידער אן אנעדזשוקעיטעד שוטה
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…
מילא דו באנוצט זיך מיט די חלק פון די השקפה, קען איך פארשטיין פארוואס דו ביסט אזוי אויסן קעגן זיי.
אבער אז דו באציהסט זיך צו די חלק פון קלעפ, מוז איך דיך אנטוישן אז דאס ווייזט אז זיי זענען אויפן גוטע טרעק.
פארקערט, דאס איז די שיינקייט פון אונזער לעבנס שטייגער, אז ווען אימער אין די לעצטע יאר צענדליג, איינער האט געהאלטן אנדערש, האט ער גראד באקומען טעראר אויף א קומענדיגע שטאפל, אזש צופליקען א שטריימל איז גאלד דערקעגן.
ווי כאילו דאס איז די ערשטע מאל מען הערט אזעלכע געשיכטעס.
נאר אזוי האט זיך כלל ישראל געבויעט. מיט פעטש און מכות רצח. ולפעמים ועד בכלל.
---
איך בין סארקאסטיש.
סאיז א וויי געשריי וויאזוי מען פירט זיך אויף. די פראבלעם איז נאר אז די זעלבע וואס שרייען יעצט, נעמען איין א שטילשווייגעניש אדער גאר אן אקטיווע חלק ווען סקומט פון אנדערע פלעצער.
נישט אז איך בארעכטיג די איצטיגע שלעגער, סאיז מער א וויי געשריי פארוואס אונז זעמיר אויפגעוואקסן אויף אזעלכע השקפות אז כל דאלים גבר.

- Think and Thank
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1204
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 3935
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…
אהרן זאב האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 03, 2025 7:41 pm מילא דו באנוצט זיך מיט די חלק פון די השקפה, קען איך פארשטיין פארוואס דו ביסט אזוי אויסן קעגן זיי.
אבער אז דו באציהסט זיך צו די חלק פון קלעפ, מוז איך דיך אנטוישן אז דאס ווייזט אז זיי זענען אויפן גוטע טרעק.
פארקערט, דאס איז די שיינקייט פון אונזער לעבנס שטייגער, אז ווען אימער אין די לעצטע יאר צענדליג, איינער האט געהאלטן אנדערש, האט ער גראד באקומען טעראר אויף א קומענדיגע שטאפל, אזש צופליקען א שטריימל איז גאלד דערקעגן.
ווי כאילו דאס איז די ערשטע מאל מען הערט אזעלכע געשיכטעס.
נאר אזוי האט זיך כלל ישראל געבויעט. מיט פעטש און מכות רצח. ולפעמים ועד בכלל.
---
איך בין סארקאסטיש.
סאיז א וויי געשריי וויאזוי מען פירט זיך אויף. די פראבלעם איז נאר אז די זעלבע וואס שרייען יעצט, נעמען איין א שטילשווייגעניש אדער גאר אן אקטיווע חלק ווען סקומט פון אנדערע פלעצער.
נישט אז איך בארעכטיג די איצטיגע שלעגער, סאיז מער א וויי געשריי פארוואס אונז זעמיר אויפגעוואקסן אויף אזעלכע השקפות אז כל דאלים גבר.
אויב פארשטיי איך פון וועם דו רעדסט, ביזטו נישט גערעכט. כאטש טאקע באמת וואלטן אלע רבי'ס און רבנים געמוזט ארויסקומען מיט א וויי געשריי אז מען זאל די כת אויסשליסן פון כלל ישראל און זיך באציען צו זיי ווי מען האט זיך אין אלע דורות באצויגן צו פארשידענע כתות פון אפיקורסים, איז אבער די חיוב אסאך שטערקער פאר די מנהיגים פון קהילות וואס אויבנאויף זענען זיי די זעלבע ווי די כת - די זעלבע נאמען, די זעלבע מנהגים, די זעלבע נוסחאות, די זעלבע יחוס וכו' וכו' וכו'. און אויב ליידער איז די מצב בדורינו אז נישט יעדער מנהיג איז בכח ארויסצוזאגן ברבים וואס מען דארף, איז גאר א פאזיטיווע זאך אז אז כאטש די מנהיגים פון די צווילינג חסידות'ער האבן זיך אנגעגארטלט מיט מוט ארויסצוקומען ברבים דערקעגן.
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…
לאמיר זיך אינאיינעם מחזק זייןנקודות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 2:10 pmאגב, יעצט איז בעק טו נארמעל ב"ה. הגם איך באד מיך נישט אין איבריג צייט, בין איך אבער נישט פארנומען ביז איבער'ן קאפ ווי פאר א חודש צוויי צוריק.שבת קודש האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 1:19 pmער האט אויפגעהערט דא צו שרייבן זיינע זאפטיגע פאוסטס אזווי אמאל מיט די טענה אז ער איז געווארן לעצטענס זייער פארנומעןנאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 12:49 pm אז נקודות טובות'ס אבסעשןן איבער לב טהור גייט מיר שוין אויף די נערוון...
אבער ווען עס קומט צו פארפירן קעגן די לב טהור טעמע האט ער פלוצלינג די וועלט'ס צייט מיט לאנגע פאוסטס איינס נאכן אנדערן
אבער אז דו מענשענסט, גראדע האב איך לעצטענס יא געשריבן דא גאנץ שיינע ארטיקלן כפי דעתי. אזא ארטיקעל נעמט מיר צייט און מחשבה צו שרייבן, משא"כ א פאוסט צו באשמיצען די לב טהור טעמע פארט מיר ארויס פון אונטער די פינגערס.... מען קען די צוויי נישט פארגלייכן ווי כאילו נאר פאר דעם האב איך צייט...
נאר וואס, איך געדענק בעבר איז געווען דא א נאכפראגע אויף א ביזנעס פארום. איך האב פארשטאנען אז דער עולם גלייכט צו ליינען איבער ביזנעס און עקאנאמיקס. און ווען איך האב געשריבן די ארטיקל איבער באנדס, האב איך גראדע באקומען גאנץ פיינע פידבעק. וממילא האב איך געקלערט אז דער עולם וועט הנאה האבן פון א כלליות'דיגע בליק איבער די פופציג יעריגע מארטגידזשעס.
למעשה אבער קוקט אויס אז איך האב גערעדט דארט צו א וואנט. יא, איך ווייס אז איך האב באקומען אפאר לייקס דארט (ווייטער איז ער ביזי מיט לייקס...) אבער איך האב עס אנגעקוקט מער ווי די וואס האבן געלייקט האבן מיר געטוהן א טובה און געגעבן א לייק. נישט ווייל זיי האבן הנאה געהאט דערפון, נאר אזוי ווי מען זאגן שכח פארן בעל תפילה. ער גארגעלט זיך איז א שיינע זאך אים צו זאגן שכח....
איך קען פראבירן צו צוריקגיין צו מיין אלטע סטייל, דהיינו מער תורה'דיג, אידישע היסטאריע, דעת הקהל. אבער דארפסט פארשטיין אז שרייבן כעת ארטיקלען דא איז גאנץ שווער. די סייט איז כעת נישט אוועקגעשטעלט אויף די אופן ווי עס איז געווען אוועקגעשטעלט אמאל. איך וויל נישט זאגן פארוואס, ווייל איך האב מיך יעצט פארגענומען אז איך גיי אראפסלויען. באלד וועל איך נאך קריכן אויף @נאסע שמאטעס נערווען, און איך זוך דאס נישט .איך האב זייער מורא וואס עס וועט זיך אנקלעבן אין מיר קריכענדיג אויף זיינע נערווען.....
איך פראביר גראדע צו טרעפן די ריכטיגע סעלושן, האפענטליך וועט אידטיש זיין צוריק לייק נעווער ביפאר אין די נאנטע צוקונפט. איך פון מיין זייט בין גרייט צו טוהן דאס צו אויפארבעטן. אבער פון די אנדערע זייט דארפט איר פארשטיין אז ס'איז מיר נישט מעגליך צו זיין א וואן מען בענד. איך האב טויזענט אנדערע זאכן אויפן קאפ חוץ אידטיש. ס'דא א גבול וויפיל איך מעג נעמען אויף מיר. ערשטענס איך קען נישט שטיפן קעגן די מנהלים, זיי זענען שטערקער ווי מיר. און צווייטענס דארף איך האבן אנדערע וואס וועלן טוהן זייער חלק.
ס'באמת דא א שלל רב פון אינטעליגענטע ניקס דא. ס'מיר ממש א חידוש. פראצענטאעל זענען דא דא גאר אסאך בעלי דעת. ס'דרייען זיך ארום ניקס וואס האבן אין זיך אזוי פיל שיינע ידיעות, ניקס מיט א שכל הישר, ניקס וואס ריספעקטירן אנדערע. ניקס וואס זענען צופרידענע מענטשן און עקלען זיך פון נעגעטיוועטי. די פאטענטשעל וואס אידטיש האט איז זייער שטארק.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…
געווארן געטוישט פונעם ערשטן טאג צו צוויי יאר, מיט אן אפשטימונג פון 8-3.Think and Thank האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 19, 2025 3:39 amשוהם האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 10, 2025 7:03 pm אין המשך פון פריער איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז איך בין לעצטנס באפוילן געווארן מטעם דער רעגירונג צו געבן פאר מיין זעקס מאנאטיג קינד א וואקסין קעגן א מחלה וואס מאכט זיך ביי מנוולים.
קוקנדיג אביסל דערוועגן זע איך אז מ'קען בעצם טעסטן צו דאס קינד (אדער נאך אפשר ביי דער מאמען) איז א מעגליכע 'קעריער', אבער ניין; דאס נישט ווייל אויב יא וועלן 'זיי' זיך שעמען.
און אנשטאט דעם צווינגט מען א גאנצע לאנד מיט מיליאנען מענטשן צו געבן פאר פיצלעך קינדער דריי וואקסינען קעגן א מחלה וואס זיי וועלן קיינמאל נישט כאפן.
אויב רעדסטו פון העפעטייטיס בי, לויט די יעצטיגע רעקאמענדאציעס דארף מען צו געבן די ערשטע שאט אין די ערשטע 24 נאכ'ן געבורט. איך זאג אבער פאר'ן שפיטאל אז איך וויל עס געבן ביי מיין פידיעטרישען, און מיין פידיעטרישאן (וואס איז גראדע גאר גאר שטארק פרא וואקסין, אבער מיט שכל) גיבט עס נישט דעמאלס, נאר ער שטופט עס אפ ביז ער האט שוין נישט קיין ברירה מטעם די העלט דעפארטמענט.
דער יעצטיגער העלט סעקרעטערי קענעדי, ווי משוגע ער זאל נאר נישט זיין, בארירט ער אויך ריכטיגע נקודות, און ער שטעלט אין די טעג צאם א קאמיסיע וואס זאל באטראכטן די רעקאמענדאציעס פאר די קאוויד, העפיטייטעס בי און נאך עטליכע וואקסינען און איבערקוקן צו מ'זאל נישט מאכן טוישונגען אין די רעקאמענדאציעס.
ווייל אויב די באורד זאגט עפעס אומריכטיג גייען זיי אין טורמע... כאכאכא האבן זיך די רויבער צעלאכט
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…
מיינט א ער גארנישט פאר אונז אין נ"י, די ניו יארקער העלט דעפארטמענט מאכט זייערע אייגענע החלטות, זיכער וועלן זיי נישט אננעמען אזא זאך וואס קענעדי האט געטוישט אין אלע לינקע האבן טענות.הדסים האט געשריבן: ↑מוצש"ק דעצעמבער 06, 2025 9:04 pmגעווארן געטוישט פונעם ערשטן טאג צו צוויי יאר, מיט אן אפשטימונג פון 8-3.Think and Thank האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 19, 2025 3:39 amשוהם האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 10, 2025 7:03 pm אין המשך פון פריער איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז איך בין לעצטנס באפוילן געווארן מטעם דער רעגירונג צו געבן פאר מיין זעקס מאנאטיג קינד א וואקסין קעגן א מחלה וואס מאכט זיך ביי מנוולים.
קוקנדיג אביסל דערוועגן זע איך אז מ'קען בעצם טעסטן צו דאס קינד (אדער נאך אפשר ביי דער מאמען) איז א מעגליכע 'קעריער', אבער ניין; דאס נישט ווייל אויב יא וועלן 'זיי' זיך שעמען.
און אנשטאט דעם צווינגט מען א גאנצע לאנד מיט מיליאנען מענטשן צו געבן פאר פיצלעך קינדער דריי וואקסינען קעגן א מחלה וואס זיי וועלן קיינמאל נישט כאפן.
אויב רעדסטו פון העפעטייטיס בי, לויט די יעצטיגע רעקאמענדאציעס דארף מען צו געבן די ערשטע שאט אין די ערשטע 24 נאכ'ן געבורט. איך זאג אבער פאר'ן שפיטאל אז איך וויל עס געבן ביי מיין פידיעטרישען, און מיין פידיעטרישאן (וואס איז גראדע גאר גאר שטארק פרא וואקסין, אבער מיט שכל) גיבט עס נישט דעמאלס, נאר ער שטופט עס אפ ביז ער האט שוין נישט קיין ברירה מטעם די העלט דעפארטמענט.
דער יעצטיגער העלט סעקרעטערי קענעדי, ווי משוגע ער זאל נאר נישט זיין, בארירט ער אויך ריכטיגע נקודות, און ער שטעלט אין די טעג צאם א קאמיסיע וואס זאל באטראכטן די רעקאמענדאציעס פאר די קאוויד, העפיטייטעס בי און נאך עטליכע וואקסינען און איבערקוקן צו מ'זאל נישט מאכן טוישונגען אין די רעקאמענדאציעס.
ווייל אויב דער באורד זאגט עפעס אומריכטיג גייען זיי אין טורמע... כאכאכא האבן זיך די רויבער צעלאכט
-
פארגעהאלטן
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 48
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 11:16 pm
- Location: brooklyn
- x 95
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…
איך זוך א גוטע קורס אויף אידיש, זיך אויסלערנען אינדעזיין.
דעס איז מיין פאדקעסט
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…
לדעת האט נישט?פארגעהאלטן האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 08, 2025 12:47 am איך זוך א גוטע קורס אויף אידיש, זיך אויסלערנען אינדעזיין.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
-
פארגעהאלטן
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 48
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 11:16 pm
- Location: brooklyn
- x 95
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…
איך קען באשטיין צו וויסן פון איינער וואס האט עקספיריענס מיט א גוטע קורס.הדסים האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 08, 2025 9:06 pmלדעת האט נישט?פארגעהאלטן האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 08, 2025 12:47 am איך זוך א גוטע קורס אויף אידיש, זיך אויסלערנען אינדעזיין.
דעס איז מיין פאדקעסט
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 3096
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 15274
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…
פאר די רעקארד. כ'אב עס נאכגעקוקט היי יאר, סאושל מידיע איז נישט געווען דאון בשעת ר' צבי מאיר זילבערבערג האט גערעדט איבער טעכנעלאגיע דעם מוצ"ש...
און להכעיס האט ניטאמאל AWS אדער קלאדפלעיר געמאכט פראבלעמען וואס מען זאל קענען אנהענגען...
CC השומרים...
און להכעיס האט ניטאמאל AWS אדער קלאדפלעיר געמאכט פראבלעמען וואס מען זאל קענען אנהענגען...
CC השומרים...
טראמפ'ס אינטערוויו מיט פאליטיקא
פריש: סוזי וויילס האט זיך געעפנט דאס פיסק?!
זאלץ בענד אינטער די קוליסן
פריש: סוזי וויילס האט זיך געעפנט דאס פיסק?!
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
זאלץ בענד אינטער די קוליסן
- Think and Thank
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1204
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 3935
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 10, 2025 12:30 am פאר די רעקארד. כ'אב עס נאכגעקוקט היי יאר, סאושל מידיע איז נישט געווען דאון בשעת ר' צבי מאיר זילבערבערג האט גערעדט איבער טעכנעלאגיע דעם מוצ"ש...
און להכעיס האט ניטאמאל AWS אדער קלאדפלעיר געמאכט פראבלעמען וואס מען זאל קענען אנהענגען...
CC השומרים...
דער רמב"ן זאגט דאך שוין סוף פרשת בא אז דער אויבערשטער גייט נישט מאכן קיין ניסים פאר יעדן אפיקורס ער זאל זיך איבערצייגן...
-
נאסע שמאטעס
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 419
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
- x 866
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…
מאכט זיכער אויף 100% װען איר קויפט א הויז אז ס׳איז נישט געווען אויף דע שטח א פרוכט בוים
יעצט אפאר יאר נאכן קויפן מיין הויז בין איך געוואר געווארן נאָך אפאר אומבאטאמטע מעשיות אין אונזער בילדינג אז ס׳איז געװען פרוכט ביימער!
יעצט אפאר יאר נאכן קויפן מיין הויז בין איך געוואר געווארן נאָך אפאר אומבאטאמטע מעשיות אין אונזער בילדינג אז ס׳איז געװען פרוכט ביימער!
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…
שוין לאנג נישט באזוכט דארט, די וואך געקוקט אביסל, די סינדראם פון באשולדיגן אלעס אלץ איינזייטיג גייט נאך אן מיטן גאנצען שטארקייט ביי געוויסע ניקס דארט.
איך האב הנאה צו לייענען דארט פון צייט צו צייט, אבער געוויסט ניקס האבן קאפעריזן וואס מאכט מיר לאכן.
און פארשטייט זיך אז בנוגע משומר'ס בויקאט אויף אידטיש - צוליב פאליטישע חשבונות - ווערט אויך פובליצירט שקרים אינעם נאמען פון ''אמת'', פאר ווער ס'האט מיטגעהאלטן יענע צייטן ווייסט אז דער אמת'ער תירוץ אז א שפעטערע ספין.
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…
אז אין ליכט פון קבלות טובות ביי ר' שמעון אין מירון און לכבוד חנוכה האמער היינט פארמעקט די וואצעפפ אקאונט און פארמעקט די עפפ.
כשרייב עס דא ברבים משום כמה סיבות:
1) כ'זאל עס האבן געזאגט ברבים און ס'זאל מיר זיין שווערער צוריקצודרייען אין צייט פון נסיון.
2) אויב דאס וועט געבן חיזוק פאר אנדערע, יעדער לויט זיין מצב און מדריגה.
כשרייב עס דא ברבים משום כמה סיבות:
1) כ'זאל עס האבן געזאגט ברבים און ס'זאל מיר זיין שווערער צוריקצודרייען אין צייט פון נסיון.
2) אויב דאס וועט געבן חיזוק פאר אנדערע, יעדער לויט זיין מצב און מדריגה.
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2176
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 6674
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…
זייער שיין פון דיר, אבער פון וואו וועל איך וויסן אויב אין א האלבע יאר פון יעצט האסטו עס צוריק געפענט? געב מיר דיין פאון נאמבער, און איך וועל פראבירן אין עטליכע חדשים אויב דיין אקאונט איז אקטיוו.... סתם פאוסטן אין פאבליק מאכט נישט שווערער צו צוריקדרייען....שמח האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 14, 2025 10:45 am אז אין ליכט פון קבלות טובות ביי ר' שמעון אין מירון און לכבוד חנוכה האמער היינט פארמעקט די וואצעפפ אקאונט און פארמעקט די עפפ.
כשרייב עס דא ברבים משום כמה סיבות:
1) כ'זאל עס האבן געזאגט ברבים און ס'זאל מיר זיין שווערער צוריקצודרייען אין צייט פון נסיון.
2) אויב דאס וועט געבן חיזוק פאר אנדערע, יעדער לויט זיין מצב און מדריגה.
אגב. דו האסט ביז יעצט געהאט וואטסעפ פאר פרנסה, אדער סתם פאר ליידיגיין? איך ווייס אז ווען מען האט וואטסעפ ניצט מען עס "אויך" פאר פרנסה, מיין שאלה איז פארוואס דו הסאט עס "געפענט" און פארוואס האסטו עס "געניצט". מוזט נישט ענטפערן, אבער אז דו פאוסט עס ברבים מעג איך פרעגן ברבים...
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again