על דא ועל הא

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2150
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 6548

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך נקודות טובות »

הדסים האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2025 6:46 pm
איפכא מסתברא האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2025 4:51 pm
יאנטשי האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2025 4:34 pm

איז דאס געלט וואס איז נישט געווארן אויסגעשמועסט פון פריער? א.ג. הידן פי?
צומאל יא, אבער געווענליך נישט, די מאווערס זאגן עס קלאר.

מיין שאלה איז וואס פשט פון מאכן א גאנצע בעלענס שיעט פון צוויי סארט טשארזשעס, סתם צו נערווירן דעם קאסטומער? ס'מאכט שפירן ווי דו ביסט מיר מחייב מיט א אפצאל וואס איז פרייוויליג
איך מוטשע מיך שוין לאנג איבער די פרייזן אין גראסעריס וכדו' וואס זענען צען דאלער פלאס טעקס, פארוואס קענסטו נישט זאגן געהעריג ס'קאסט עלף א האלב דאלער? אפשר שרייב אז ס'קאסט פינף דאלער פלאס הוצאת הרענט און טעקס?

אין א"י דאכט זיך איז נישטא דער מושג.
כמדומה דארף מען ליגעלי אזוי שרייבן. ווען מען שרייבט א פרייז מוז עס זיין די קאסט פון די פראדוקט, און אויף דעם ארויף דארף מען רעכענען טעקס. איך בין נישט זיכער, אבער אזוי ליגט מיר אין קאפ.

לגבי די טיפ איז אן ערנסטע שאלה פון אונאה. נישט קיין שאלה, נאר ודאי! מען קען עס טאקע נישט רופן גזילה, יענער גזל'ט נישט בפועל. אבער דער וואס טוט דאס איז א גזלן!...

איך געדענק ווען איך האב געמופט, האב איך גענומען א אידישע מאווינג קאמפעני. איך האב גערעדט צו אים אויפן פאון און אלעס דורכגעגאנגען. שפעטער האט ער מיר געשיקט א SHEET אין אימעיל מיט פונקטליכע פרייזן אויף יעדע שטוב, אייטעם, וכדו', און קיין ווארט וועגן א טיפ האט ער נישט דערמאנט אפילו ברמיזה נישט אויפן פאון, און נישט אין די אימעיל.

ווען די גוים האבן גענדיגט אויספאקן אלעס אין די פרישע דירה, קומט דער הויפט גוי צו צו מיין ווייב אז זיי דארפן א טיפ. איך בין נישט געווען אינדערהיים, האט מיר מיין ווייב גערופן פרעגן וויפיל זי זאל זיי טיפן. איך האב איר געזאגט אז עס זענען דא 5 גוים, געב זיי אלע א צוואנציגער און כפרות עוונות אויף די הונדערטער. רופט זי מיר צוריק א מינוט שפעטער, אז ניין, דער גוי זאגט אז די טיפ איז 15 פראצענט. ס'איז אויסגעקומען צו עטליכע הונדערט דאלער... און דער גוי זאגט איר אז זיי גייען נישט אוועק ווי לאנג זיי באקומען נישט דעם טיפ....

איך רוף אן דעם בעל הבית, און איך פרעג אים מאי האי? וואס איז דאס? א פרייז איז א פרייז. זאגט ער מיר אז אזוי גייט עס. די טיפ איז אלעמאל 15 פראצענט.

ווען איך בין ווען אינדערהיים זאג איך פארן גוי, גייטס ענק לחיים ולשלום, איר באקומט פון מיר נישט קיין 15 פראצענט טיפ. און אויב איר פארלאזט נישט דאס מקום יעצט, רוף איך די פאליס. אבער מה עשה הקב"ה איך בין נישט געווען אין שטאט בכלל, און איך האב נישט געוואלט מיין ווייב זאל זיך דארפן טענה'ן מיט 5 גראבע גוים. האב איך איר געזאגט באצאל זיי און פארטיג.

עד היום איז דאס געלט וואס איז מיר שווער ביי תפילת זכאי צו פארגעבן. פלעין און פשוט א גנב! איך האב שוין פארלוירן און דערלייגט במשך הימים אסאך גרעסער געלטער, אבער דא בין איך בא'גנב'עט געווארן! איך בין נישט מחויב צו מוחל זיין געלט וואס מען האט פון מיר גע'גנב'עט! נאר וואס, איך ווייס אז איך גיי די געלט נישט צוריקבאקומען, זאג איך מן השפה ולחוץ אז איך בין עס מוחל. אבער טיף אין הארץ האב איך נאך א תאוות הנצחון אז דער בעל הבית זאל מגלגול ווערן דאס צו אפצאלן פאר מיר אדער יוצאי חלצי...
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
נאסע שמאטעס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 375
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
x 794

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך נאסע שמאטעס »

אן אפן הארץ האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2025 1:28 pm
נאסע שמאטעס האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 03, 2025 1:57 pm
אן אפן הארץ האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 03, 2025 1:17 pm

איך זעה אז ער האט געלאזט אין גאנג יעצט א קורס פאר מענער, זעהט אויס ער איז גרייט פאר נאך מכות רצח....

גראדע בינעך זייער איבערגענומען פונעם דעמאו, און איך האב זיך אויפגעסיינט (דעמאו קען מען הערן אויף די נייע זכו מענער ליין 845.209.1818)

כ'זעה אויך אז דארט טוט זייער מארקעטינג, דארט וואלט נישט אנגענומען עפעס וואס זיי זענען נישט זיכער אין די קראנטקייט און ערליכקייט דערפון.
די אינטרא פונעם דיין מיט א פאלשע וואויס-טשענדזשער שואל מיט פארמאלע געשטיקלטע שאלות, מאכט עס מורא'דיג אראפגעברענגט זיין כבוד. עס האט געמאכט ביי מיר א רושם אויף פארקערט ווי סהאט געדארפט. אויך דאס אז די דיין זאגט אז ס'וואלט ווערד געווען טויזנט דאלאר. פאסט נישט אזוי שטארק.
כ'הער דיין טענה,
אבער מה נפשך, פילסטו קענסט מרוויח זיין, טאנץ אריין, די שיעורים איז נאר ער נישט די שואל,
דעיס אז זיין מארקעטער האט געמאכט א נארישע עי איי וואויס איז נישט עכט זיין פראבלעם און ריפלעקט נישט ממש די שיעורים
איך קעיר נישט פאר מארקעטינג און מיין אישו האט נישט אז זיי האבן נישט פארשאפט א שואל. נאר דער דיין זעלבסט קומט פאר ווי א "עקטער" וואס ענטפערט תשובות פאר א פאלשע שואל, און זאגט נאך "יא זייער גוט דו פרעגסט די שאלה" אא"וו. ער קומט אריין זייער אראפגעברענגט.

אויך האב איך נישט ליב וויזוי ער טרייבט איבער אז אלע נסיונות אויפן גאס ענדיגן זיך אויב מען האט א גוטע קשר. אויך די אימעילס וואס קומען אן מיט זייער א שטופעדיגע מעסעדזש זייער אגרעסיוו. דאס איז שין יא טאקע מארקעטינג. אלעס אינאיינעם שמעקט מיך נישט.
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1121
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 3760

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך Think and Thank »

נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2025 9:01 pm
הדסים האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2025 6:46 pm
איפכא מסתברא האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2025 4:51 pm

צומאל יא, אבער געווענליך נישט, די מאווערס זאגן עס קלאר.

מיין שאלה איז וואס פשט פון מאכן א גאנצע בעלענס שיעט פון צוויי סארט טשארזשעס, סתם צו נערווירן דעם קאסטומער? ס'מאכט שפירן ווי דו ביסט מיר מחייב מיט א אפצאל וואס איז פרייוויליג
איך מוטשע מיך שוין לאנג איבער די פרייזן אין גראסעריס וכדו' וואס זענען צען דאלער פלאס טעקס, פארוואס קענסטו נישט זאגן געהעריג ס'קאסט עלף א האלב דאלער? אפשר שרייב אז ס'קאסט פינף דאלער פלאס הוצאת הרענט און טעקס?

אין א"י דאכט זיך איז נישטא דער מושג.
כמדומה דארף מען ליגעלי אזוי שרייבן. ווען מען שרייבט א פרייז מוז עס זיין די קאסט פון די פראדוקט, און אויף דעם ארויף דארף מען רעכענען טעקס. איך בין נישט זיכער, אבער אזוי ליגט מיר אין קאפ.

ריכטיג. די געזעץ גייט אזוי ווייט ווי שרייבן אז אויב שרייבסטו למשל אז עס קאסט $108.75 אנשטאט שרייבן $100 פלאס טעקס, ווערט גערעכנט כאילו די פרייז איז $108.87 און די שטאט וועט בעטן פונ'ם געשעפטסמאן טעקס אויף $108.87!
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1121
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 3760

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך Think and Thank »

נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2025 9:01 pm עד היום איז דאס געלט וואס איז מיר שווער ביי תפילת זכאי צו פארגעבן. פלעין און פשוט א גנב! איך האב שוין פארלוירן און דערלייגט במשך הימים אסאך גרעסער געלטער, אבער דא בין איך בא'גנב'עט געווארן! איך בין נישט מחויב צו מוחל זיין געלט וואס מען האט פון מיר גע'גנב'עט! נאר וואס, איך ווייס אז איך גיי די געלט נישט צוריקבאקומען, זאג איך מן השפה ולחוץ אז איך בין עס מוחל. אבער טיף אין הארץ האב איך נאך א תאוות הנצחון אז דער בעל הבית זאל מגלגול ווערן דאס צו אפצאלן פאר מיר אדער יוצאי חלצי...

געדענק גוט אז אסאך מאל דארף דער נגנב אויך ווערן מגולגל כדי דער גנב זאל אים קענען באצאלן...
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2802
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 6125

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך פשוט און גראד »

Think and Thank האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 07, 2025 3:02 pm
נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2025 9:01 pm
הדסים האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2025 6:46 pm

איך מוטשע מיך שוין לאנג איבער די פרייזן אין גראסעריס וכדו' וואס זענען צען דאלער פלאס טעקס, פארוואס קענסטו נישט זאגן געהעריג ס'קאסט עלף א האלב דאלער? אפשר שרייב אז ס'קאסט פינף דאלער פלאס הוצאת הרענט און טעקס?

אין א"י דאכט זיך איז נישטא דער מושג.
כמדומה דארף מען ליגעלי אזוי שרייבן. ווען מען שרייבט א פרייז מוז עס זיין די קאסט פון די פראדוקט, און אויף דעם ארויף דארף מען רעכענען טעקס. איך בין נישט זיכער, אבער אזוי ליגט מיר אין קאפ.

ריכטיג. די געזעץ גייט אזוי ווייט ווי שרייבן אז אויב שרייבסטו למשל אז עס קאסט $108.75 אנשטאט שרייבן $100 פלאס טעקס, ווערט גערעכנט כאילו די פרייז איז $108.75 און די שטאט וועט בעטן פונ'ם געשעפטסמאן טעקס אויף $108.75!
מיגאוו אין מלבר שטומען נישט
_חרוסת
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1121
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 3760

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך Think and Thank »

פשוט און גראד האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 07, 2025 3:05 pm
Think and Thank האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 07, 2025 3:02 pm
נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2025 9:01 pm
כמדומה דארף מען ליגעלי אזוי שרייבן. ווען מען שרייבט א פרייז מוז עס זיין די קאסט פון די פראדוקט, און אויף דעם ארויף דארף מען רעכענען טעקס. איך בין נישט זיכער, אבער אזוי ליגט מיר אין קאפ.

ריכטיג. די געזעץ גייט אזוי ווייט ווי שרייבן אז אויב שרייבסטו למשל אז עס קאסט $108.75 אנשטאט שרייבן $100 פלאס טעקס, ווערט גערעכנט כאילו די פרייז איז $108.75 און די שטאט וועט בעטן פונ'ם געשעפטסמאן טעקס אויף $108.75!
מיגאוו אין מלבר שטומען נישט
_חרוסת

כ'ווייס נישט אויב די מיינסט דאס אבער איך האב זיך טועה געווען מיט 12 סענט. (סעילס טעקס אין ניו יארק סיטי איז 8.875 פראצענט, נישט 8.75 פראצענט.) האמיר עס פארראכטן.
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2802
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 6125

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך פשוט און גראד »

Think and Thank האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 07, 2025 3:51 pm
פשוט און גראד האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 07, 2025 3:05 pm
Think and Thank האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 07, 2025 3:02 pm

ריכטיג. די געזעץ גייט אזוי ווייט ווי שרייבן אז אויב שרייבסטו למשל אז עס קאסט $108.75 אנשטאט שרייבן $100 פלאס טעקס, ווערט גערעכנט כאילו די פרייז איז $108.75 און די שטאט וועט בעטן פונ'ם געשעפטסמאן טעקס אויף $108.75!
מיגאוו אין מלבר שטומען נישט
_חרוסת

כ'ווייס נישט אויב די מיינסט דאס אבער איך האב זיך טועה געווען מיט 12 סענט. (סעילס טעקס אין ניו יארק סיטי איז 8.875 פראצענט, נישט 8.75 פראצענט.) האמיר עס פארראכטן.
נישט געמיינט דעיס. אבער כ‘זעה יעצט אז איך האב נישט ריכטיג פארשטאנען דיין ארגינעלע מעסעדזש.
הבוחר בתורה
פרישער באניצער
פאוסטס: 87
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2025 10:04 am
Location: קרית באבוב45
x 74

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך הבוחר בתורה »

נאסע שמאטעס האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 03, 2025 1:57 pm
אן אפן הארץ האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 03, 2025 1:17 pm

איך זעה אז זכו האט געלאזט אין גאנג יעצט א קורס פאר מענער, זעהט אויס הרב משה עבער שליט''א איז גרייט פאר נאך מכות רצח....

גראדע בינעך זייער איבערגענומען פונעם דעמאו, און איך האב זיך אויפגעסיינט (דעמאו קען מען הערן אויף די נייע זכו מענער ליין 845.209.1818)

כ'זעה אויך אז דארט טוט זייער מארקעטינג, דארט וואלט נישט אנגענומען עפעס וואס זיי זענען נישט זיכער אין די קראנטקייט און ערליכקייט דערפון.
אויך דאס אז די דיין זאגט אז ס'וואלט ווערד געווען טויזנט דאלאר. פאסט נישט אזוי שטארק.
גיי קוק אביסל ווויפיל אזעלכע סארט שיעורים קאסטן היינט צוטאגס.
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1121
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 3760

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך Think and Thank »

צום קעפל פונ'ם טעמע: 'על דא' מיט'ן כולל איז בגימטריא גענוי די זעלבע ווי 'על הא', ממש חושבנא דדין כחושבנא דדין.
והוא פלא והפלא.
דעת קדשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1508
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 11:40 pm
x 3412

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך דעת קדשי »

Think and Thank האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 08, 2025 1:50 am צום קעפל פונ'ם טעמע: 'על דא' מיט'ן כולל איז בגימטריא גענוי די זעלבע ווי 'על הא', ממש חושבנא דדין כחושבנא דדין.
והוא פלא והפלא.
שמואל א' מיטן כולל איז בגימטריא שמואל ב'...
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
זבולון שטיינקלאץ
פרישער באניצער
פאוסטס: 70
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 3:17 pm
x 219

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך זבולון שטיינקלאץ »

Think and Thank האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 08, 2025 1:50 am צום קעפל פונ'ם טעמע: 'על דא' מיט'ן כולל איז בגימטריא גענוי די זעלבע ווי 'על הא', ממש חושבנא דדין כחושבנא דדין.
והוא פלא והפלא.
ברוך שחלק מחכמתו ליראיו...
אגד
פרישער באניצער
פאוסטס: 45
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2025 9:08 am
x 58

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך אגד »

איך מיין אז חושבנא דדין כחושבנא דדין נוצט מען נאר ווען צוויי זאכן זענען עקטשועלי די זעלבע ציפערן, אנע כוללים וכו'.
זבולון שטיינקלאץ
פרישער באניצער
פאוסטס: 70
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 3:17 pm
x 219

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך זבולון שטיינקלאץ »

אגד האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 08, 2025 3:06 pm איך מיין אז חושבנא דדין כחושבנא דדין נוצט מען נאר ווען צוויי זאכן זענען עקטשועלי די זעלבע ציפערן, אנע כוללים וכו'.
דאכצעך אז די בריוו פון ר' שמשון אוסטראפאלער זי"ע וואס מ'ליינט פסח ביים סדר נוצט די לשון אפילו ס'נוצט כוללים (לויט די איינגערינגלטע)
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 2811
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 13398

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך חלום חלמתי »

שוין. וואס טוט זיך?
פיילס
Screenshot_20251208_214440_X.jpg
Screenshot_20251208_214440_X.jpg (145.72 KiB) געזען געווארן 795 מאל
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
אפענע אויגן
פרישער באניצער
פאוסטס: 18
זיך איינגעשריבן: מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 9:55 pm
Location: קרית יואל
x 16

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך אפענע אויגן »

חלום חלמתי האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 08, 2025 10:36 pm שוין. וואס טוט זיך?
🤔
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1130
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 1535

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך יאנטשי »

וועלכע גמח?
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 2811
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 13398

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך חלום חלמתי »

יאנטשי האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 08, 2025 10:50 pm וועלכע גמח?
די מתנגדים פון יענע קהילה האבן זיכער געמאכט צו עפענען א נייע טעמע און פאמפן די דורכפאל.
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1130
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 1535

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך יאנטשי »

חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 9:58 am
יאנטשי האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 08, 2025 10:50 pm וועלכע גמח?
די מתנגדים פון יענע קהילה האבן זיכער געמאכט צו עפענען א נייע טעמע און פאמפן די דורכפאל.
א שטיק צייט צוריק געווען מיט וויזניץ מאנסי גמ"ח, דאס איז א נייע מעשה??
זאלמעלע באלד
פרישער באניצער
פאוסטס: 23
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 17, 2024 2:14 pm
x 21

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך זאלמעלע באלד »

חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 9:58 am
יאנטשי האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 08, 2025 10:50 pm וועלכע גמח?
די מתנגדים פון יענע קהילה האבן זיכער געמאכט צו עפענען א נייע טעמע און פאמפן די דורכפאל.
מתנגדים פון יענע קהילה? האו אבאוט אז מענטשן האבן פארלוירן זייער האב און גוטס און האבן געפענט א נייע טעמע?
תינוק הבורח
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 881
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 945

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך תינוק הבורח »

חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 9:58 am
יאנטשי האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 08, 2025 10:50 pm וועלכע גמח?
די מתנגדים פון יענע קהילה האבן זיכער געמאכט צו עפענען א נייע טעמע און פאמפן די דורכפאל.
דאס איז נישט קיין דורכפאל פון קהילת וויזניץ, עס איז א דורכפאל פון דער איד/אידן וואס האבן געפירט דער גמ"ח.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2150
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 6548

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך נקודות טובות »

חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 9:58 am
יאנטשי האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 08, 2025 10:50 pm וועלכע גמח?
די מתנגדים פון יענע קהילה האבן זיכער געמאכט צו עפענען א נייע טעמע און פאמפן די דורכפאל.
מתנגדים ארויף, מתנגדים אראפ. קען זיין אז מצא בעל חוב מקום לגבות, אבער די נושא דארף א טעמע. גענוג איז גענוג! הונדערטער מיליאנען, אדער אפשר גאר א ביליאן שווער אפגעשפארטע אידיש געלט איז שוין געגאנגען לטמיון א דאנק די "סקעם" הנקרא גמ"ח. ס'איז נישט נארמאל וואס גייט פאר!

@מנהלים, איך אפאליר אז יענע טעמע זאל בלייבן אפען, נאר מען זאל טוישן דאס קעפל צו מער א כלליותדיגע שמועס איבער די זיכערהייט פון גמ"חים אין אלגעמיין. דאס איז נאך עניטיים אזא וויכטיגע טעמע ווי לב טהור. (@נאסע שמאטעס דאס איז נישט קיין אבסעסיע, איך מיין דאס גאר ערענסט יעצט)


א גמ"ח מיט פיקוח הרבנים איז אויך "גארנישט ווערד" רבנים קענען קיין גמ"ח נישט פירן! א גמ"ח מוז ווערן געפירט דורך א ועד פון ערענסטע און טראסטבארע בעלי בתים און ביזנעסלייט, וואס פארשטייען צו געלט. ובנוסף לזה א גוטן אקאונטענט וואס האט חשבון אויף יעדע דאלער. אנדערש איז א גמ"ח א סקעם!
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
נאסע שמאטעס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 375
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
x 794

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך נאסע שמאטעס »

שכוח @נקודות טובות פאר מיך אימעילן מיט א מענשאן... אבער איינער ווייסט אויב די מעשה איז אמת?
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2802
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 6125

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך פשוט און גראד »

די נושא איז זיכער א שטארקע נושא.
---
מיין אפיניען אויב רעלעוואנט צו איינעם. די פראבלעם הייסט פוילקייט/או אומבאלאנס.

פוילקייט
מ‘זוכט אלס שארט קאטס ביי יעדע הינזיכט פון דאס לעבן. מ‘האלט נישט ביים נעמען אחריות אויף גארנישט.

אומבאלאנס
די ספיד אף לייפ. דער טרילינאר איז בבחינת דמיון עיין ערך סטאק מארקעט.
-----

צו דיר מיין ברידער, פארשטיי אליינס אז די לייף סטייל פון גמ"ח ביזנעס איז קיין ביזנעס. דיין געלט ‘מוז‘ ברענגען נאך געלט. דריי דיר נישט ארויס אין גיי נישט אין ערגעץ. פארשטיי יא ווי דיין געלט ליגט, פרעג יא שאלות/קשיות וועגן די אינוועסטמענט. פון די מהלך ווי גמ"ח - שווארץ - ווייס, טראגט נישט אין לעבן אין ערגעץ.

דיינע קינדער דארפען אויפוואקסען אינטער א געזינטע ענווייראמענט וויאזוי פיינענס ארבעט, דורך זעהן וואזוי עלטערן אפערעיטען באמונה ובישרות.

-----
א בן תורה מיינט, אויב מ‘פאלויט די מח‘ דברים שהתורה נקנית בהם.

אלע היינטיגע טולס ווי למשל ארטסקרויל וכו‘ קען נישט ווערן געניצט אויף צו טוישען די נאטור פון א לומד/בן תורה. פשוט ס‘ארבעט נישט.
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2802
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 6125

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך פשוט און גראד »

די איינציגסטע נארמאלע וועג וויאזוי א גמ"ח מחריקה מעג פונקאציורען איז אויב ס‘אפערעיט ווי א העדזש פאנד.

(אין די מנהל גמ"ח פארדינט 25% פון די 5% פון אינוועסטמענט מענעדזענט. פארשטייט זיך אז אלע רעגאלעישענס פון אזא פירמע איז ענפארסד.)
נאסע שמאטעס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 375
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
x 794

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך נאסע שמאטעס »

נאסע שמאטעס האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 07, 2025 1:00 pm
אן אפן הארץ האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2025 1:28 pm
נאסע שמאטעס האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 03, 2025 1:57 pm

די אינטרא פונעם דיין מיט א פאלשע וואויס-טשענדזשער שואל מיט פארמאלע געשטיקלטע שאלות, מאכט עס מורא'דיג אראפגעברענגט זיין כבוד. עס האט געמאכט ביי מיר א רושם אויף פארקערט ווי סהאט געדארפט. אויך דאס אז די דיין זאגט אז ס'וואלט ווערד געווען טויזנט דאלאר. פאסט נישט אזוי שטארק.
כ'הער דיין טענה,
אבער מה נפשך, פילסטו קענסט מרוויח זיין, טאנץ אריין, די שיעורים איז נאר ער נישט די שואל,
דעיס אז זיין מארקעטער האט געמאכט א נארישע עי איי וואויס איז נישט עכט זיין פראבלעם און ריפלעקט נישט ממש די שיעורים
איך קעיר נישט פאר מארקעטינג און מיין אישו האט נישט אז זיי האבן נישט פארשאפט א שואל. נאר דער דיין זעלבסט קומט פאר ווי א "עקטער" וואס ענטפערט תשובות פאר א פאלשע שואל, און זאגט נאך "יא זייער גוט דו פרעגסט די שאלה" אא"וו. ער קומט אריין זייער אראפגעברענגט.

אויך האב איך נישט ליב וויזוי ער טרייבט איבער אז אלע נסיונות אויפן גאס ענדיגן זיך אויב מען האט א גוטע קשר. אויך די אימעילס וואס קומען אן מיט זייער א שטופעדיגע מעסעדזש זייער אגרעסיוו. דאס איז שין יא טאקע מארקעטינג. אלעס אינאיינעם שמעקט מיך נישט.
איך ווייס אליינס נישט פארוואס דער זכו גייט מיר אויף די געהירן. אבער יעדע אימעיל מאכט מיך נאכאמאל נערוועז... יעצט קומט ער מיט א מעידזשאר הסכמה... רבי איד, אז דו האסט נישט שרייב נישט. עס איז בעסער ווי שרייבן וואס דו האסט נישט...
פיילס
8433115e-1caa-57ca-6b96-26a5d89978a2.png
8433115e-1caa-57ca-6b96-26a5d89978a2.png (456.36 KiB) געזען געווארן 616 מאל
שרייב פאוסט