מיין אייגענע ערפארונג מיט מרכז עזרה ויעוץ
אויפגעוואקסן בין איך אין אמעריקע, ווען איך בין אלט געווען 10 יאר האמיר געמאכט אן עלייה

די גאנצע משפחה.
ווען איך בין געווארן 16 איז געקומען די ערשטע צו גיוס, מיין טאטע נישט וואוסינדיג וואס צו טון האט עס איגנארירט. א שטיק צייט שפעטער געקומען די צווייטע צו, זייענדיג אן אמעריקאנער האב איך נישט געוואלט מאכן א דיחוי ווייל נאכדעם דארף מען האבן רשות יעדעס מאל פארן ארויספארן פון לאנד, ממילא האמיר געפלאנט צו מאכן א פטור משוגע.
מיין טאטע האט זיך תיכף פארבינדן מיט מרכז עזרה ויעוץ פאר הדרכה, די ערשטע זאך האבן זיי געזאגט ----
אין יענע תקופה איז געווען גאר גרינג צו מאכן א פטור. ס'פלעגט גיין אז מרכז עזרה ויעוץ האט אראפגעברענגט א פריוואטע ----
איינמאל לשכת הגיוס האט באקומען די בריוו פון די פסיכיאטער, איז געווען צוויי אפציעס. 1, זיי ווילן זאלסט אראפקומען פאר אן אונטערזוכונג זיכער צו מאכן אז ביסט טאקע משוגע. דעס איז אביסל קאמפליצירט ווייל ס'מיינט זיצן אין לשכה פאר אפאר שעה ביזט די זעהסט זייער דאקטער. צווייטע אפציע איז, זיי נעמען אן די report אין דארפסט ניטאמאל אראפקומען פאר אונטערזוכונג, נאר זיי רופן דיר אויפן טלפון א זיי האבן באקומען די report און די ביסט פטור.
יעצט צוריק צו מיין עקספעריענס, נאכן קאנטאקטן מרכז עזרה ויעוץ האבן זיי מיר געמאכט ----
די נאכט פארדעם האבן זיי מיר געזאגט צו אריבערקומען צו זייער אפיס צו צוגרייטן. אנקומענדיק דארטן האב איך מיט מיין טאטע אריין אין א צימער מיט איינע פון די געטרייע וואלונטירן. ער האט גלייך אנגעהויבן צוזאמען מיט אונז א ----
קומענדיקע אינדערפרי 10 אזייגער איז געווען מיין appointment. אנקומענדיק איז געווען דארטן 2 ירושלימדיגע יונגעלייט מיך אויסגעטון די גלעער ----
אריינקומענדיק צום דאקטער האט ער אנגעהויבן פרעגן אפאר שאלות פון מיין טאטע, מיין טאטע האט אראפגעלייגט די גאנצע מעשה וויאזוי לעצטנס האט ער געפערלעכע פחדים און איז נישט רואיג, איך בין געזעצן די גאנצע צייט מיט די קאפ אראפ און זיכער געמאכט נישט צו האבן קיין שום ----
זיי האבן אריינגעשיקט די report צום לשכה, ביז דערווייל האב איך געווארט אויף שפילקעס פאר די פאון קאלל, האפענדיג צו באקומען א פטור אויפן פאון און נישט דארפן אראפגיין ----
5 טעג שפעטער איז געקומען די פאון קאלל, זיי האבן געזאגט אז זיי האבן באקומען די report און ווי עס שיינט אויס בין איך נישט ראוי צו דינען אין מיליטער, מיין טאטע האט ----
ביז דאס איז מיין מעשה, און רוב פון מיינע חברים האבן געהאט ענדלעך צו דעם. ס'געווען אזוי גרינג צו מאכן א פטור דעמאלט, אז ס'האט זיך ממש נישט געלוינט צו מאכן א דיחוי
היינט איז די מצב גאר קאמפליצירט וויבאלד מקען נישט מאכן א דיחוי און די איינציקסטע אפציע איז א פטור זענען זיי געווארן גאר שטרענג, אזוי אויך מרכז עזרה ויעוץ האט נישט קיין צייט זיך אפצוגעבן מיט יעדן איינעם וויבאלד ס'איז דא אזוי סאך וואס זענען שוין פארהאנקעט
מיר האבן געמוזט אויסמעקן א גרויס חלק פון אייער פאוסט, נאכ'ן ערהאלטן אן אימעיל פון אן עסקן אז עס איז א סכנה צו רעדן אזוי אפן אין א פובליק פלאץ, וואס קען גענוצט ווערן דורך די פרייע מידיע וואס איז לעצטנס זייער פארנומען מיט די נושא, וחכמים הזהרו בדבריכם.
יישר כח בכל אופן. אחד המנהלים.